ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Wow a1 » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 5:30 pm

פארוואס גייט ער נישט קיין טעסלא?
Just do it

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך רוסישע פרינץ » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 5:32 pm

יש ברירה האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
היפש שארף...

וואס איז טאקע פשט?

די גאז פרייזן שלעפן אראפ זיינע אפראוועל ציפערן...

האט ער נישט לעצטענס געזאגט אז ער איז נישט געלאפן פאר אפראוועל נומבערס....?

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4750
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 5:39 pm

רוסישע פרינץ האט געשריבן:האט ער נישט לעצטענס געזאגט אז ער איז נישט געלאפן פאר אפראוועל נומבערס....?

ער האט שוין פארגעסן.
פארברענגט מיט די היימישע קליקע אויף וואצעפ...

פאר מער פרטים קומט אין אישי.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 7:32 pm

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
היפש שארף...

וואס איז טאקע פשט?

די גאז פרייזן שלעפן אראפ זיינע אפראוועל ציפערן...

האט ער נישט לעצטענס געזאגט אז ער איז נישט געלאפן פאר אפראוועל נומבערס....?

I asked about what he said' why are gas prices not consistent with oil company costs
שויתי ה' לנגדי תמיד

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 9:19 am

לויט א פרישע קוויניפיעק אנקעטע שטייט פרעזידענט ביידען'ס צופרידנהייט ראטע ביי 36%

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 10:08 am

פרעזידענט ביידען טרעפט זיך היינט מיט די פירער פון קאנאדא און מעקסיקא

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 10:09 am

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט אין די קומענדיגע דריי טאג באשליסן אויב צו רענאמינירן דזשעראם פאועל אדער ליבערשט גיין מיט פרוי ליעל ברעינארד

סענאטאר שעלדאן ווייטהאוז זאגט אז ער ווארט נאך א פובליק פארשפרעכונג פון פאועל איבער קלימאטן טויש און אז ער האט נאכנישט פארזיכערט זיין שטימע און אז ברעינארד איז געוויס בעסער אויף די אישו

סענאטאר שעראד בראון זאגט אז די סענאט וועט באשטעטיגן סיי וועם פון די צוויי אויב זאלן זיי ווערן נאמינירט

.
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג נובעמבער 22, 2021 10:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 10:12 am

צוריק אין פעברואר למספרם איידער די ביידען אדמיניסטראציע האט באשטעטיגט די נאנט צו צוויי טריליאן דאלער ווירוס סטימולוס ביל האט געוועזענע אבאמא נאציאנאלע עקאנאמישע קאונסיל דירעקטאר לערי סאמערס געשריבן אז די ביל וועט דראמאטיש העכערן אינפלאציע און פירן צו פינאנציעלע דעסטאביליסאציע
לעצטנס האט א צווייטע אבאמא עקאנאמיסט דזשעיסאן פורמאן געזאגט אז דאס לאנד האט שוין געהאט א היבשע וועג ארויסגעקראכן פון די פינאנציעלע לאך און סטעיטס האבן שוין געהאט באקומען גענוג הילפס געלטער ביז אהין צו סטאביליזירן זייערע בודזשעטן קוקנדיג אויף זייער שטייער איינקופט און יענע ביל איז געווען אין גרויס טייל א גרייז
נעכטן האט אבאמא אויטא צאר סטיווען ראטנער אויך געשריבן אז די ארגינעלע זינד איז געווען די מערץ למספרם סטימיולוס וועלכע איז כמעט נישט געווארן פינאנצירט
ער האט ארויסגעברענגט אז די ברייטע געלט טיילעריי איז געווען אן קיין חשבון איז נישט ווי אן אינוועסטירונג און אן קיין רעכענונג פון וואנעט זיי צו דעקן
טראץ וואס אלע דריי זענען איינשטימיג אין באצוג צו די סטימיולוס ווערט זייער אליאנץ געשפאלטן קוקנדיג פאראויס צו די בעפארשטייענדע בודזשעלוציע וועלכע פרעזידענט ביידען זוכט אדורכצושטופן אין וואשינגטאן
סאמערס און פורמאן זענען ביי די מיינונג וועט נישט ביישטייערן צו די אינפלאציע צוליב וואס אנדערש ווי די סטימיולוס ווערט עס אהערגעשטעלט צו זיין געדעקט מיט געוויסע ספענדינג שניטן און הויפטזעכטליך מיט שטייער העכערונג
ראטנער שרייבט אבער אז אויך די בודזשעלוציע וועט נישט טויגן פאר די עקאנאמיע און אז די איינציגסטע סיבה פארוואס די רעזאלוציע גיבט דעם איינדרוק אז עס איז געדעקט איז בלויז צוליב א רייע בודזשעט שפיצלעך ווי די איינרעדעניש אז די ספענדינג פראגראמען וועלן אויסלויפן נאך עטליכע יאר אין די צייט וואס די העכערע שטייערן וועלן לויפן פאר די גאנצע 10 יאר
ער ווארנט אז מען מוז רעכענען אז איינמאל די ספענדינג פראגראמען ווערן געלאזט אין גאנג וועלן זיי שפעטער באנייעט ווערן און נעמענדיג דאס אין חשבון באדייט אז די קומענדיגע הילף פעקל וועט פארזעצן צו טרייבן די אינפלאציע גאלאפ אויף ארויף

אוועטאר
בעסער אזוי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 1:05 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט ביידען פארלאנגט פון 'פעדעראל טרעיד קאמישען' פארזיצער אז די אגענטור זאל עפענען אן אויספארשונג אויב אויל פירמעס טוען מעגליך אומלעגאל האלטן געזאלין פרייזן אין די הייעך

:roll: :roll:

וואס וואלט געווען ווען טראמפ קומט מיט אזא טענה?
צוויי ווערטער וואס זענען אזוי ענליך אין אויסדריק אבער אזא סתירה אין באדייט:

דעמאקראטן

דעמאקראטיע

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 2:10 pm

יוסטיץ דעפארטמענט אנגעקלאגט צוויי איראנע אויף באשולדיגונגען אז זיי האבן זיך אומלעגאל אריינגעמישט אין די פארלאפענע 2020 וואלן

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 2:13 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:יוסטיץ דעפארטמענט אנגעקלאגט צוויי איראנע אויף באשולדיגונגען אז זיי האבן זיך אומלעגאל אריינגעמישט אין די פארלאפענע 2020 וואלן

צווישן אנדערע ווערן זיי באשולדיגט אין פרובירן צו אטאקירן די עלעקשאן וועבסייט פון עלף שטאטן

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:יוסטיץ דעפארטמענט אנגעקלאגט צוויי איראנע אויף באשולדיגונגען אז זיי האבן זיך אומלעגאל אריינגעמישט אין די פארלאפענע 2020 וואלן

צווישן אנדערע ווערן זיי באשולדיגט אין פרובירן צו אטאקירן די עלעקשאן וועבסייט פון עלף שטאטן

זיי האבן באוויזן צו רויבן אינפארמאציע פון העכער 100,000 וויילער נאכן זיך סוקסעספול אריינבאקומען אין די עלעקשאן סיסטעם פון איין שטאַט

קוק אויף דיך אליינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 2:31 pm

פרעזידענט ביידען כאפט א דרימעל ביים זיך טרעפן מיט די קאנאדישער פירער.

IMG_20211118_142910.jpg
IMG_20211118_142910.jpg (604.56 KiB) געזעהן 539 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 2:44 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט ביידען פארלאנגט פון 'פעדעראל טרעיד קאמישען' פארזיצער אז די אגענטור זאל עפענען אן אויספארשונג אויב אויל פירמעס טוען מעגליך אומלעגאל האלטן געזאלין פרייזן אין די הייעך

:roll: :roll:

וואס וואלט געווען ווען טראמפ קומט מיט אזא טענה?

וואלסטו אים אפלאדירט פארן "טוהן צו די זאך"!

"

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 9:39 pm

קאמיוניקאציע דירעקטאר פאר וויצע פרעזידענט העריס -פרוי עטיען- וועט פארלאזן איר אמט קומענדיגע מאנאט

גדל
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גדל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 9:53 pm

פון קול מבשר
עלעקטאריק קאר קאמפאניס באשולדיגן אז פרעזידענט ביידען טוט פארראטן די ענווייראמענט כדי ארויס צו העלפן יוניאנס

זייער באשולדיגונג באציט זיך צו די 'בילד איט בעק' ספענדינג ביל, וואס גייט געבן א שטייער הנחה פאר מענטשען וועלכע קויפן עלעקטאריק קארס, אבער בלויז אויב זיי קויפן קארס צוזאמגעשטעלט דורך יוניאן ארבייטער און קארס מיט אמעריקאנער-געבויטע באטאריס.

גדל
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גדל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 9:58 pm

.
צוגעלייגטע
photo_2021-11-18_21-56-06.jpg
photo_2021-11-18_21-56-06.jpg (27.74 KiB) געזעהן 415 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג נובעמבער 19, 2021 12:48 am

גדל האט געשריבן:פון קול מבשר
עלעקטאריק קאר קאמפאניס באשולדיגן אז פרעזידענט ביידען טוט פארראטן די ענווייראמענט כדי ארויס צו העלפן יוניאנס

זייער באשולדיגונג באציט זיך צו די 'בילד איט בעק' ספענדינג ביל, וואס גייט געבן א שטייער הנחה פאר מענטשען וועלכע קויפן עלעקטאריק קארס, אבער בלויז אויב זיי קויפן קארס צוזאמגעשטעלט דורך יוניאן ארבייטער און קארס מיט אמעריקאנער-געבויטע באטאריס.

די חלק פון העלפן די יוניענס אידעך פשוט, אבער וויאזוי פארראט עס די ענוויראמענט?...

אוועטאר
ווענגלייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ווענגלייך » פרייטאג נובעמבער 19, 2021 1:18 am

ר' זעקל האט געשריבן:
רוסישע פרינץ האט געשריבן:האט ער נישט לעצטענס געזאגט אז ער איז נישט געלאפן פאר אפראוועל נומבערס....?

ער האט שוין פארגעסן.

:lol: :lol: :lol:
יענעמס נאז איז גרינער…

ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג נובעמבער 19, 2021 2:04 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פרעזידענט ביידען כאפט א דרימעל ביים זיך טרעפן מיט די קאנאדישער פירער.

IMG_20211118_142910.jpg

נעבעך, זיידי קען שוין נישט שלאפן ביינאכט, ביי די יארן גייט עס שוין נישט, מוז ער משלים זיין במשך דעם טאג.
That's what you get when you order a president by Mail (credit: shimon7323)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג נובעמבער 19, 2021 9:28 am

וויצע קאמאלע העריס נארוואס געווארן פרעזידענט, אויף ווילאנג ביידען קערט זיך צוריק פון שפיטאל

אוועטאר
בעסער אזוי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בעסער אזוי » פרייטאג נובעמבער 19, 2021 9:43 am

כאפצעם האט געשריבן:וויצע קאמאלע העריס נארוואס געווארן פרעזידענט, אויף ווילאנג ביידען קערט זיך צוריק פון שפיטאל

סארקאסטיש?

ביטע זיך מסביר זיין
צוויי ווערטער וואס זענען אזוי ענליך אין אויסדריק אבער אזא סתירה אין באדייט:

דעמאקראטן

דעמאקראטיע

אוועטאר
א דאך
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 19, 2021 4:44 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך א דאך » פרייטאג נובעמבער 19, 2021 9:54 am

בעסער אזוי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:וויצע קאמאלע העריס נארוואס געווארן פרעזידענט, אויף ווילאנג ביידען קערט זיך צוריק פון שפיטאל

סארקאסטיש?

ביטע זיך מסביר זיין

WASHINGTON:Biden will temporarily transfer power to VP Harris while he gets colonoscopy during 1st physical exam since taking office a day before he turns 79.
א דאך איז העכערען פלאר...!

בן טוב
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בן טוב » פרייטאג נובעמבער 19, 2021 10:09 am

א דאך האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:וויצע קאמאלע העריס נארוואס געווארן פרעזידענט, אויף ווילאנג ביידען קערט זיך צוריק פון שפיטאל

סארקאסטיש?

ביטע זיך מסביר זיין

WASHINGTON:Biden will temporarily transfer power to VP Harris while he gets colonoscopy during 1st physical exam since taking office a day before he turns 79.

איז דאס א געווענליכע זאך?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג נובעמבער 19, 2021 10:12 am

א דאך האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:וויצע קאמאלע העריס נארוואס געווארן פרעזידענט, אויף ווילאנג ביידען קערט זיך צוריק פון שפיטאל

סארקאסטיש?

ביטע זיך מסביר זיין

WASHINGTON:Biden will temporarily transfer power to VP Harris while he gets colonoscopy during 1st physical exam since taking office a day before he turns 79.

מאנאטן וואס פרעזידענט ביידען מוטשעט זיך אדורכצושטופן די בודזשעלוציע

קומט אריין פרעזידענט העריס און אין ערשטן טאג אין אפיס באווייזט זי וואס איר פארגייער האט נישט געקענט

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, חמרא און 10 געסט