ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יולי 31, 2022 12:35 pm

פרעזידענט ביידען נאמינירט ריכטערין ריטא לין צום דיסטריקט געריכט אין צפון קאליפארניע

זי וועט זיין די ערשטע כינעזע אמעריקאנע פרוי אויף דעם באנק

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג יולי 31, 2022 1:11 pm

יר"ה אדרעסירט דעם עקאנאמיע און רופט אויף קאנגרעס אדורכצופירן דעם אינפלאציע רעדוקציע אקט.
צוגעלייגטע
Screenshot_20220731-131100_Twitter.jpg
Screenshot_20220731-131100_Twitter.jpg (119 KiB) געזעהן 1081 מאל

אור
שר האלפיים
תגובות: 2936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אור » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:21 pm

WASHINGTON: White House: Biden to speak at 7:30 on 'successful' operation against 'significant al-Qaida target' in Afghanistan

אור
שר האלפיים
תגובות: 2936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אור » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:22 pm

אור האט געשריבן:WASHINGTON: White House: Biden to speak at 7:30 on 'successful' operation against 'significant al-Qaida target' in Afghanistan

Fox News: Al Qaeda leader Ayman Al-Zawahiri is the senior leader taken out by a CIA drone strike in Afghanistan

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 21863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:26 pm

זעהט אויס אז אונזערע נייע טאליבאנער עלייס - קרעדיט פאר טראמפ און זיין טיעם - האלטן ווייטער זייער זייט אפמאך מיט א פעסטקייט.

עס האט גענומען 20 יאר בלוט, אבער דער טאליבאן פארשטייט שוין פונקטליך וואס זיי האבן צו טון..

(אויב זיי האבן קאאפערירט/נישט געשטערט, אזוי ווי איך שטעל זיך פאר.)


עניוועי, דער איז גאר גרויסער פישל, געווען דער נאמבער 2 כל ימי בין לאדען (נאמבער 3 פלעגט מען כסדר אומברענגען, אבער ער האט אנגעהאלטן אלע יארן), געהאט א גרויסן יד אין 9/11, פאליטיש איז ער מסתמא גרעסער ווי באגדאדי מיט סולימאני.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נועם המידות » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:27 pm

עקסטערע אשכול אלערט

אוועטאר
ר' זעקל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8601
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:30 pm

צל עובר האט געשריבן:זעהט אויס אז אונזערע נייע טאליבאנער עלייס - קרעדיט פאר טראמפ און זיין טיעם - האלטן ווייטער זייער זייט אפמאך מיט א פעסטקייט.

עס האט גענומען 20 יאר בלוט, אבער דער טאליבאן פארשטייט שוין פונקטליך וואס זיי האבן צו טון..

(אויב זיי האבן קאאפערירט, אזוי ווי איך שטעל זיך פאר.)


עניוועי, דער איז גאר גרויסער פישל, געווען דער נאמבער 2 כל ימי בין לאדען (נאמבער 3 פלעגט מען כסדר אומברענגען, אבער ער האט אנגעהאלטן אלע יארן), געהאט א גרויסן יד אין 9/11, פאליטיש איז ער מסתמא גרעסער ווי באגדאדי מיט סולימאני.

יא פאליטיש איז עס מסתמא גרעסער ווי באגדאדי (איך גלייב נישט אז גרעסער ווי סאלאמאני) אבער צו איז טאקע זעוואהארי געווען א גרעסערע סכנה ווי באגדאדי בין איך נישט אזוי זיכער.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:31 pm

כהיום זעכער נישט.

ס׳איז אבער א געוואלדיגע מאראלישע מיילסטאון אין די מלחמה קעגן טעראר.
רשעות קאלטע סעלצער

נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נועם המידות » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:34 pm

צל עובר האט געשריבן:זעהט אויס אז אונזערע נייע טאליבאנער עלייס - קרעדיט פאר טראמפ און זיין טיעם - האלטן ווייטער זייער זייט אפמאך מיט א פעסטקייט.

עס האט גענומען 20 יאר בלוט, אבער דער טאליבאן פארשטייט שוין פונקטליך וואס זיי האבן צו טון..

(אויב זיי האבן קאאפערירט/נישט געשטערט, אזוי ווי איך שטעל זיך פאר.)


עניוועי, דער איז גאר גרויסער פישל, געווען דער נאמבער 2 כל ימי בין לאדען (נאמבער 3 פלעגט מען כסדר אומברענגען, אבער ער האט אנגעהאלטן אלע יארן), געהאט א גרויסן יד אין 9/11, פאליטיש איז ער מסתמא גרעסער ווי באגדאדי מיט סולימאני.

נאך נישט דא קיין דעטאלן אבער @צל געבט שוין קרעדיט פאר טראמפ.

טיפיקאל דעמאקרעט...

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 21863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:48 pm

ר' זעקל האט געשריבן:יא פאליטיש איז עס מסתמא גרעסער ווי באגדאדי (איך גלייב נישט אז גרעסער ווי סאלאמאני) אבער צו איז טאקע זעוואהארי געווען א גרעסערע סכנה ווי באגדאדי בין איך נישט אזוי זיכער.


ביי מיר און ביי דיר איז סולימאני גרעסער, אבער רוב מענטשן האבן נישט געקענט דעם נאמען.

שטייצעך אז מען רעדט גרעסער פאליטיש, טאקטיש וואלט איך געזאגט גייט עס קודם סולימאני, נאכער באגדאדי, נאכער בין לאדען, נאכער זאוואהירי.

אבער זאוואהירי איז נאך מער א האוזהאולד נאמען אפילו ווי באגדאדי, ער האט אסאך אמעריקאנער בלוט אויף זיינע הענט און אויף זיין קרעדיט, נאך פון פאר ניין עלעוון.

זייער נישט קיין פאסיגע צייט, מען העט ווען געדארפט ווארטן אויף נאך די 9 טעג..
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

אוועטאר
ר' זעקל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8601
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 5:51 pm

צל עובר האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:יא פאליטיש איז עס מסתמא גרעסער ווי באגדאדי (איך גלייב נישט אז גרעסער ווי סאלאמאני) אבער צו איז טאקע זעוואהארי געווען א גרעסערע סכנה ווי באגדאדי בין איך נישט אזוי זיכער.


ביי מיר און ביי דיר איז סולימאני גרעסער, אבער רוב מענטשן האבן נישט געקענט דעם נאמען.

שטייצעך אז מען רעדט גרעסער פאליטיש, טאקטיש וואלט איך געזאגט גייט עס קודם סולימאני, נאכער באגדאדי, נאכער בין לאדען, נאכער זאוואהירי.

אבער זאוואהירי איז נאך מער א האוזהאולד נאמען אפילו ווי באגדאדי, ער האט אסאך אמעריקאנער בלוט אויף זיינע הענט און אויף זיין קרעדיט, נאך פון פאר ניין עלעוון.

זייער נישט קיין פאסיגע צייט, מען העט ווען געדארפט ווארטן אויף נאך די 9 טעג..

גערעכט.

איך דענק ווען איך האב באקומען די ערשטע מעסעדזש אז ס'איז דא באריכטן איבער א אטענטאט אויף סאלאמאני איך האב אנגעהויבן שפרינגן און מיינע חבירים אין ביהמ'ד האבן נישט געקענט כאפן ווער דאס איז.

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 21863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 6:08 pm

אפדעיט, מאנכע ווייזן יעצט אן אויף דעם טוויט פון 2 שעה צוריק.

אויב עס איז די זעלבע זאך, איז משמע בפשטות אז דער טאליבאן האט זיך נישט צוגעשטעלט.
צוגעלייגטע
Screenshot_20220801-180657_Twitter.jpg
Screenshot_20220801-180657_Twitter.jpg (164.06 KiB) געזעהן 865 מאל
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואל טאג » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 6:25 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כהיום זעכער נישט.

ס׳איז אבער א געוואלדיגע מאראלישע מיילסטאון אין די מלחמה קעגן טעראר.

נאו קוועסטשאן!

אייביג געטראכט צו מיר, דער זאל מיר נישט אפשטארבן פאר מען כאפט אים..

מיט דעם איז מער ווייניגער אויסגעפירט געווארן די לעגענדארע היסטארישע אויסרוף פון פרעזידענט בוש איבער די ברוכווארג פון די טווין טאוערס (הגם עס איז נישט געווען soon..)

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 13421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוגוסט 01, 2022 6:32 pm

SOON קען מיינען באלד........
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג אוגוסט 02, 2022 10:12 am

.
צוגעלייגטע
IMG-20220802-WA0012.jpg
IMG-20220802-WA0012.jpg (73.54 KiB) געזעהן 722 מאל

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 5134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 02, 2022 7:56 pm

פרעזידענט ביידען געמאלדן די אויפנאמע פון צוויי הויכראנגיגע פעדעראלע באאמטע צו דינען אלס קאארדינירער פאר די פעדעראלע רעגירונג'ס מאנקיפאקס אויסברוך רעאקציע.

ראבערט פענטאן, אדמיניסטראר פון פימא'ס ניינטע ראיאן, איז געווארן אויפגענומען אלס קא-ארדינעיטאר, און דעמיטרע דאסקאלאקיס וועט דינען אלס דעפיוטי קא-ארדינעיטאר.

בניהו
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בניהו » דינסטאג אוגוסט 02, 2022 8:01 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:SOON קען מיינען באלד........

יש מחר לאחר זמן
גם אם יארע חס וחלילה עת חרום בעולם, לא יגע זה ללבו כלל, לא יפחד בעד מצבו הפרטי ולא ינוד לבבו, בבטחונו שמה שלא נגזר עליו לא יגיע אליו לרעה. ונמצא שהוא הולך בעולמו בטח, ושמח בחלקו בלי דאגה ועצבות כלל, כי לא חסר לו כלום בהוה. (מדרגת האדם - דרכי הבטחון)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 2:25 pm

די מיליטער רופט אפ צום צווייטן מאהל די יאר אן אינטערנאציאנאלע באלסיטישע מיסיל טעסט און רעפובליקאנער באשולדיגן אז נאכן אפרופן אזא טעסט מיט עטליכע מאנאטן צוריק נישט צו אנצושטרענגן די באציאונגען מיט רוסלאנד האט עס די אדמיניסטראציע אצינד נאכאמאל אפגערופן און די אויסרייד דאס מאהל איז די אנגעצויגענע לאגע מיט כינע

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 5134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 10:52 am

רעפובליקאנע עף.טי.סי. קאמישאנער נח פיליפס וועט אפטרעטן פון אמט קומענדיגע הערבסט.

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 21863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:29 am

נייגעריג אויב דער פרעזידענט וועט עפוינטן ממש א נעווער טראמפער, אדער סתם אזוי א ריינא..

די רעפאבליקאנער פארטיי האט א ווארט לגבי ווער איז גענוג רעפאבליקאנער צו ווערן געשטעלט אלס רעפאבליקאנער קאמישענער?
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:56 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:רעפובליקאנע עף.טי.סי. קאמישאנער נח פיליפס וועט אפטרעטן פון אמט קומענדיגע הערבסט.

אביסל מער בעקגראונד איבער די קאמיסיע
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג שמות

די פעדעראלע האנדל קאמיסיע איז צוזאמגעשטעלט פון 5 קאמיסיאנערן נאמינירט דורכ'ן פרעזידענט און באשטעטיגט דורכ'ן סענאט אבער עס קענען נישט זיצן דערויף מער פון 3 קאמיסיאנערן פון די זעלבע פארטיי

אצינד איז די קאמיסיע חסר אחת ווען קריסטינע ווילסאן, און נח יושע פיליפס זענען אריינגעשטעלט געווארן דורך טראמפ און ראבעקע סלאוטער דורך פרעזידענט ביידען און גאנץ לעצטנס לינא קהאן אלץ פארזיצער פון די קאמיסיע דורך פרעזידענט ביידען

די קהאן נאמינאציע איז געווען א פעט ביינדל פאר די ליבעראלן ווען ער האט איר געשטעלט צו ערזעצן ראהיט טשאופרע וועמענס טערמין איז אפגעלאפן און פרעזידענט ביידען האט אים נאמינירט אנצופירן מיט די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג אגענטור

קהאן איז אריינגעקומען מיט א גאר אמביציעזע אגענדע אבער זי האט זיך גלייך דערזעהן מיט א פראבלעם אז די קאמיסיע באשטייט דערווייל פון בלויז 4 קאמיסיאנערן און א יעדע ערנסטע פראגע וועט ווערן געשטימט 2-2 וואס באדייט אז איר מאכט איז טעכניש טויט

קהאן איז אבער אויפגעקומען מיט א געלונגענע סטראטעגיע צו פארוואנדלען די פיר פערזאן קאמיסיע אין איינס פון פינף

די פלאן האט געלויטעט אז איר פארגייער ראהיט טשאופרע האט אינעם לעצטן טאג אין אמט געשטימט אויף אזויפיל ווי 20 מאושענס וועלכע שטייען פארנט פון די קאמיסיע און קענען נישט פאראויסגיין צוליב א 2-2 טיי

אצינד ווען קהאן האט איבערגענומען די לייצעס האט זי אפגעגעבן די פיפטע שטימע איבערצואוועגן דעם וואגשאהל פון 2-3!
איר זענט צומישט? לאמיר אייך אויסקלארן

עס איז איינגעפירט ביי די קאמיסיע אז אירע מיטגלידער שטימען דורך אימעיל און אויב סיי וועלכע קאמסיאנער ברענגט ארויף אין אימעיל זיין שטימע אויף סיי וועלכע אנגעלעגנהייט באקומט די פראגע 30 טאג אין וועלכע די איבריגע מיטגלידער קענען רעאגירן אין שטיצע אדער אין קעגנערשאפט און אויב קיינער רעאגירט נישט ביז דרייסיג טאג פאלט די אפשטימונג אדורך

אוי אבער אפילו בלויז איין אנדערע מעמבער רעאגירט צו די אפשטימונג און שטיצט עס דאן באקומט די אינציאטיוו פרישע דרייסיג טאג צו לעבן
נאך דרייסיג טאג פון איגנאראציע גייט די אפשטימונג שלאפן סיידן א דריטע מעמבער שטימט אין שטיצע

אויב א דריטע מעמבער שטימט אין שטיצע ווערט פארמירט א מאיאריטעט פון שטיצע און די איבריגע מיטגלידער באקומען 24 שטונדן אין וועלכע זיי קענען זיך לאזן הערן און רעקארדירן זייערע שטימען

טראץ וואס די פארשריפטן שרייבן גארנישט ספעציפיש איבער מעמבערס וועמען'ס טערמין איז שוין אפגעלאפן האט קהאן אנגענומען א ליניע פון אפלערנען די רול מיט פשוטו כמשמעו אז יעדע מיטגליד קען שטימען און אויב עימיצער שטימט אין די קומענדיגע דרייסיג טאג (אפילו ווען דער וועלכע האט ארגינעל אויפגעברענגט די אפשטימונג איז שוין מער נישט אויפן קאמיסיע) בלייבט די אפשטימונג אקטיוו

גייענדיג מיט די הנחה, האט מען אויסגעארבעט אז אום אקטאבער 8 למספרם, הארט איידער טשאופרע האט איבערגעלאזט זיין פאזיציע האט ער אריינגעשיקט אפשטימונגען אויף אזויפיל ווי 20 אינציאטיוון

בלויז איינע פון די 20 זענען דערווייל געווארן פארעפנטליכט און די צוויי רעפובליקאנער האבן געשטימט דערקעגן און זיך אפגערעדט אז איינמאל טשאופרע איז ארויס זענען זיינע אפשטימונגען מער נישט פעליג

קהאן טענה'ט אבער אז טעכניש קען א מיטגליד שטימען צו וועלכע צייט ער סערווירט אויפן קאמיטע אפילו אין די לעצטע מינוט פונקט ווי א פרעזידענט קען אונטערשרייבן א געזעץ אין זייין לעצטע טאג

וויבאלד די פארשריפטן ערלויבן א צווייטע קאמיסיאנאר צו האלטן ביים לעבן אן אפשטימונג קען יענער עס טוהן הארט איידער די דרייסיג טאג פעריאד ענדיגט זיך און א דריטער קען נאך שטימען הארט איידער עס ענדיגט זיך 60 טאג

די ערשיינונג האט געשאפן א שטורעם זינט עס באדייט אז א שטימע פון עמיצער וועמענ'ס טערמין איז שוין אפגעלאפן מיט כמעט 60 טאג צוריק (א שטייגער ווי טשאופרע וועלכע סערווירט שוין היינט אין א צווייטע אגענטור) קען נאך ווערן גערעכנט און זיין טייל פון א מאיאריטעט באשלוס טראץ וואס יענער האט נישט קיין סענאט באשטעטיגונג צו סערווירן דארט און פאסן באשלוסן

קהאן און אירע אליאירטע ווייזן אבער אן אז פון א טעכנישן שטאנדפונקט איז עס אין איינקלאנג מיט די טרוקענע פארשריפטן פון די קאמיסיע וועלכע שרייבט נישט ארויס אז איינמאל א קאמיסיאנאר פארלאזט זיין אדער איר אמט איז יענעם'ס אפשטימונגען מער נישט גילטיג און אבזערווירער ווייזן אן אז אפילו אויב זאל פון א יורידישן שטאנדפונקט ווערן אפגעלערנט די פארשריפטן מיט קהאן'ס פירוש קען א געריכט פארט זאגן אז די פארשריפטן זענען טאקע נישט אויסגעהאלטן

אויף דערווייל האט זיך פארמירט א גרופע סענאטארן וועלכע שלאגן פאר א לעגיסלאציע וועלכע זאל קלארשטעלן אז שטימען פון געוועזענע קאמיסיאנארן זאלן נישט קענען ווערן גערעכנט

די גרופע ציילט סענאטארן בלאנט, מארען, טון, לי, קרוז, לומיס און דזשאנסאן וועלכע ברענגן ארויס אז די איינפיר איז אבסורד און טאר נישט נישט בלייבן שטיין

צום באטאנען איז די עצם איינפיר אז מען קען אפגעבן שטימען עלעקטראניש אין באזונדערע צייטן נישט קיין נייע זאך און עס איז אן אנגענומענע פראקטיצירונג אויף מערערע קערפערשאפטן אריינגערעכנט אפעלאט געריכטן ווי ריכטער וועלכע האבן שוין געפאסט זייער באשלוס קענען עס אריינשיקן טראץ וואס די פארהאנדלונגען צווישן די ריכטער אין די קעיס גייען נאך אן אבער דארט זענען די שטימען נישט בונדענד ביז מען שטעלט צוזאם די אורטייל און די ריכטער קענען צו יעדע צייט טוישן זייער שטימע און איבער אלעם איז דארטן אויך נישט איינגעפירט צו רעכענען די שטימען פון ריכטער וועלכע האבן איבערגעלאזט די באנק איידער די צייט פון די אורטייל וואס דאס איז די הויפט אישו אין די איצטיגע קאמיסיע שטרייט
גראדע האט די ניינטע קרייז געריכט יא אמאל פרובירט צו רעכענען די שטימען פון געוועזענע ריכטער אבער די סופרים קאורט האט שפעטער בלאקירט די פראקטיצירונג

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 21863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:08 pm

אינטרעסאנטע פרשה.

נישט געוואוסט אז עס דארף נאר זיין איין רעפאבליקאנער, דהיינו אז מען קען לכתחילה נעמען אן "אינדעפענדענט", אפשר גאר ליז טשעיני? זי קען נוצן א דזשאב נעקסטע יאר..
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 3:22 pm

פארהאנדלער איבער א נוקלעארע אפמאך מיט איראן האבן היינט געפארטיגט די טעקסט פון א דיעל וואס אלע זייטן זאגן אז מען וועט שוין ווארשיינליך נישט טוישן צוליב וואס מען האט שוין אלעס דעבאטירט אויף אלע ווען וואס נאר מעגליך

אצינד גרייט זיך איראן'ס הויפט פארהאנדלער אלי קאני אהיימצופליען און הערן פון זיינע אויבערהארן אויב זיי זענען וויליג צו אקצעפטירן די אפמאך

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 9:41 pm

פרעזידענט ביידען סקעדזשול פאר מארגן
צוגעלייגטע
Screenshot_20220808-214125_Gallery.jpg
Screenshot_20220808-214125_Gallery.jpg (171.86 KiB) געזעהן 235 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:11 pm

יר"ה.
צוגעלייגטע
Screenshot_20220809-121057_Twitter.jpg
Screenshot_20220809-121057_Twitter.jpg (172.34 KiB) געזעהן 149 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעסטע בחור, גילי, געשריבן, דניאל אויערבאך, דעת תורה, פעיפער ספרעי, פרידמאן פון לאנדאן, קאפ און אקסל און 60 געסט