געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 5:31 pm

נקדימון האט געשריבן:סידני פאועל האט אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלער געריכט אין אריזאנע

פאועל באשולדיגט אז בערך 412 טויזענט בעלעטס זענען פאלש, דעריבער דארף די סערטיפיקאציע ווערן געלייגט אין א זייט. פאועל וויל מען זאל לאזן די לעגיסלאטור מחליט זיין.

פאועל האט אויך בייגעלייגט אן עפידעוויד פון א געוועזענער עלעקטעראנישע אנאליסט אז די דאמיניען סאפטווער האט געהאט ציטריט ביי אגענטן פון כינע און איראן.

איר קלאגע איז היפש ענליך צו איר קלאגעס אין דזשארדשיע און אין מישיגען
20201202_172119.jpg
20201202_172119.jpg (117.13 KiB) געזעהן 2346 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 7:39 pm

אין אריזאונע האט א ריכטער וואס זיצט אויך איינע פון די עלעקשען לא סוטס געגעבן פאר די טראמפ קאמפיין א געלעגענהייט צו טשעלענדזשן א סכום בעלאט׳ס, צו זעהן אויב זייערע פראוד עפיזאדן קענען בכלל שפילן א ראלע אינעם סטעיט אויסגאנג.

מ׳האט ארויסגענומען א קליינע סעמפל פון הונדערט בעלאט׳ס, און פון צווישן די 100 זענען געווען 2 בעלאט׳ס, ביידע פאר טראמפ, וואס איינס דערפון איז געווארן דופליקעט פאר ביידען.. און די אנדערע האט מען אינגאנצן נישט געציילט נאכן עס פארעכטן. (אדער האט מען עס נישט צוריקגעשיקט צום בעל הבעלאט).

דאס איז א 3% עראר לטובת ביידען.. ביידען האט געווינען אריזאנע מיט 2%.

!!!

הונדערט בעלאט׳ס איז זייער א קליינע סעמפל קעגן די מילאנען אין ס״ה, עס איז אבער פארט זייער א באדייטענדע ציפער. טראמפ טוויט יעצט דערוועגן.
צוגעלייגטע
E79D7496-7C81-45F8-AEE8-E4935790BAF3.jpeg
E79D7496-7C81-45F8-AEE8-E4935790BAF3.jpeg (89.78 KiB) געזעהן 2168 מאל
Thanks for watching. We’re taking a quick break and will be right back

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1940
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 7:53 pm

פעדעראלע אפיעל'ס געריכט אין זשארזשיע וועט אויסהערן די אפיעל פון סידני פאועל איבער א ריסטרעיניג ארדער אויף די דאמיניאן וואוטינג מאשינען.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אידישליך פאליטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 12:06 am

די טראמפ קאמפיין האט היינט געפיילט א פרישע אנקלאגע אין וויסקאנסין.

IMG_20201203_000530_269.jpg
IMG_20201203_000530_269.jpg (73.01 KiB) געזעהן 1901 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 12:53 pm

פריש: טראמפ'ס פעדעראלער קלאגע אין וויסקאנסין איז געווארן צוגעטיילט צו ברעט לודוויג, א טראמפ עפוינטעד ריכטער.

די קאמפיין האט אויך א קלאגע אין סטעיט סופרים קאורט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 12:53 pm

נקדימון האט געשריבן:פריש: טראמפ'ס פעדעראלער קלאגע אין וויסקאנסין איז געווארן צוגעטיילט צו ברעט לודוויג, א טראמפ עפוינטעד ריכטער.

די קאמפיין האט אויך א קלאגע אין סטעיט סופרים קאורט.

געווארן באשטעטיגט כמעט איינשטימיג

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 12:59 pm

91 צו 5. רעקאמענדירט ביי ביידע וויסקאנסין סענאטארן טעמי באלדווין - ד און ראן דזשאנסאן - ר

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 1:05 pm

פריש: דער סופרים קאורט אין וויסקאנסין האט געשטימט 4 צו 3 נישט אנצונעמען טראמפ'ס קלאגע. (עס איז דא צוויי באזונדערע טראמפ קלאגעס אין וויסקאנסין. דאס איז איבער זיין סופרים קאורט קלאגע. די פריערדיגע נייעס איז איבער דער קלאגע אין פעדעראלער געריכט)

BREAKING NEWS:

Wisconsin Supreme Court won’t hear Trump election lawsuit, likely dooming state court case seeking to overturn loss

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 1:11 pm

ריכטער ברייען האגעדארן האט זיך צוגעשטעלט צו די דריי ליבעראלע ריכטער און דענייט די פעטיציע. איבערוועגענדיג די 3 קאנסערוואטיווע ריכטער.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 1:26 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די טראמפ קאמפיין האט היינט געפיילט א פרישע אנקלאגע אין וויסקאנסין.
IMG_20201203_000530_269.jpg
IMG_20201203_000530_269.jpg (73.01 KiB) געזעהן 1477 מאל


דער חידוש פון די קלאגע איז אנדערש ווי די ביז איצטיגע. טראמפ אליינס איז דער פלעינטיף. נישט טראמפ קאמפיין וכדו'
20201203_132034.jpg
20201203_132034.jpg (33.18 KiB) געזעהן 1477 מאל

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 2:58 pm

Pennsylvania Supreme Court refuses to halt GOP defeat in election lawsuit

https://thehill.com/regulation/court-ba ... n-election
מ’האט נישט אויסגעפארשט פראוד? מר. ביל בארר באפולמעכטיגט די ספעציעלע דעפארטמענט פאר אן אויספארשונג.
א חודש שפעטער - ביל בארר = U.S. Justice Department has uncovered no evidence of widespread voter fraud that could change the outcome of the 2020 election

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 10:03 am

אפדעיט, דער פענסילוועניע קלאגע פון מייק קעלי און שאן פארנעל צו ארויסווארפן אלע מעיל אין בעלעטס פון פענסילוועניע אלץ אומ'קאנסטיטוציאנאל, איז געווארן אפיעלט צים יונייטעד סטעיטס סופרים קאורט.

ריכטער אליטא האט ריקוועסטעד א בריעף פון די קאמענוועלט געריכט אין פענסילוועניע.
Screenshot_20201204-100250.png
Screenshot_20201204-100250.png (167.09 KiB) געזעהן 1030 מאל


אנצומערקן, ריכטער אליטא וויל דער בריעף ביז דעצעמבער 9.נאכמיטאג. סעיף הארבער טאג (ווען אלע סטעיטס דארפן האבן געשלאסן אלע וואלן קלאגעס אין ארדער קאנגרעס זאל מוזן אננעמען די רעזולטאטן און נישט קענען אריינרעדן) איז דעצעמבער 8

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך פרוביר אויך » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 10:38 am

נקדימון האט געשריבן:אנצומערקן, ריכטער אליטא וויל דער בריעף ביז דעצעמבער 9.נאכמיטאג. סעיף הארבער טאג (ווען אלע סטעיטס דארפן האבן געשלאסן אלע וואלן קלאגעס אין ארדער קאנגרעס זאל מוזן אננעמען די רעזולטאטן און נישט קענען אריינרעדן) איז דעצעמבער 8

וואס זאגט דאס?
אז יענער קען קענסטו אויך

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 11:21 am

אז דער צווייט מערסט קאנסערוואטיווער יוסטיץ אויפן סופרים קאורט, איז בכלל נישט להוט איבערצודרייען די וואל רעזולטאטן.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 11:37 am

פרוביר אויך האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:אנצומערקן, ריכטער אליטא וויל דער בריעף ביז דעצעמבער 9.נאכמיטאג. סעיף הארבער טאג (ווען אלע סטעיטס דארפן האבן געשלאסן אלע וואלן קלאגעס אין ארדער קאנגרעס זאל מוזן אננעמען די רעזולטאטן און נישט קענען אריינרעדן) איז דעצעמבער 8

וואס זאגט דאס?

(ווי איך פארשטיי), דאס מאכט סך שמעלער די שאנסן פאר טראמפ קאמפיין אז די סופרים קאורט זאל טוישן עפעס אין די רעזולטאטן.

מאנכע האבן עקספעקטעד אז אליטא וועט אינגאנצן דינייען זייער פעטיציע און קלאוזן די קעיס. למעשה האט ער עס אנגענומען אין פארלאנגט פון די סטעיט צו רעספאנדן. איינמאל זיי רעספאנדן קען אליטא אדער אליינס מחליט זיין צו מען רוקט זיך ווייטער אדער עס שוקן ווייטער צו אלע ריכטער אין סופרים קאורט (@הבל טאמער דו קענסט באשטעטיגן).

למעשה האט אליטא געגעבן א גאר לאנגער צייט צו רעספאנדן און דער דאטום איז קרושעל דא.

זעקס טעג פאר די עלעקטארעל קאלעדזש שטימט דארף שוין אלע קלאגעס זיין פארטיג. דאס איז 'סעיף הארבער טאג'(דאס יאר איז זעקס טעג פארדעם דעצעמבער 8) יעצט אז פענסילוועניע דארף נאר רעספאנדן ביז דעצעמבער 9 מאכט עס גאר שווער פאר טראמפ'ס שאנסן אין סופרים קאורט.

געווענליך אין דזשענעראל וועלן ריכטער אוועקשטיין נאך סעיף הארבער טאג צו מישן מיט די תוצאות פון די עלעקשענס.

די זעלבע איז געווען נעכטן אין וויסקאנסין ווען דער וויסקאנסין סופרים קאורט האט אפגעווארפן די קלאגע פון די טראמפ קאמפיין און עס צוריק געשוקט צו א נידריגער געריכט. מיט יעדער פארבייגייענדער טאג ווערט די שאנסן שמעלער און שמעלער.

צייט איז קרושעל פאר טראמפ.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 11:37 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אין אריזאונע האט א ריכטער וואס זיצט אויך איינע פון די עלעקשען לא סוטס געגעבן פאר די טראמפ קאמפיין א געלעגענהייט צו טשעלענדזשן א סכום בעלאט׳ס, צו זעהן אויב זייערע פראוד עפיזאדן קענען בכלל שפילן א ראלע אינעם סטעיט אויסגאנג.

מ׳האט ארויסגענומען א קליינע סעמפל פון הונדערט בעלאט׳ס, און פון צווישן די 100 זענען געווען 2 בעלאט׳ס, ביידע פאר טראמפ, וואס איינס דערפון איז געווארן דופליקעט פאר ביידען.. און די אנדערע האט מען אינגאנצן נישט געציילט נאכן עס פארעכטן. (אדער האט מען עס נישט צוריקגעשיקט צום בעל הבעלאט).

דאס איז א 3% עראר לטובת ביידען.. ביידען האט געווינען אריזאנע מיט 2%.

!!!

הונדערט בעלאט׳ס איז זייער א קליינע סעמפל קעגן די מילאנען אין ס״ה, עס איז אבער פארט זייער א באדייטענדע ציפער. טראמפ טוויט יעצט דערוועגן.

וויפיל בעלאטס זענען געווארן פארראכטן אין אריזאנע? 400,000? ווייניגער פון דעם וועט נישט טוישן די אויסגאנג...
הוי מתפלל בשלומה של מלכות, שאלמלא מוראה, איש את רעהו חיים בלעו.

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 11:55 am

דממה דקה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אין אריזאונע האט א ריכטער וואס זיצט אויך איינע פון די עלעקשען לא סוטס געגעבן פאר די טראמפ קאמפיין א געלעגענהייט צו טשעלענדזשן א סכום בעלאט׳ס, צו זעהן אויב זייערע פראוד עפיזאדן קענען בכלל שפילן א ראלע אינעם סטעיט אויסגאנג.

מ׳האט ארויסגענומען א קליינע סעמפל פון הונדערט בעלאט׳ס, און פון צווישן די 100 זענען געווען 2 בעלאט׳ס, ביידע פאר טראמפ, וואס איינס דערפון איז געווארן דופליקעט פאר ביידען.. און די אנדערע האט מען אינגאנצן נישט געציילט נאכן עס פארעכטן. (אדער האט מען עס נישט צוריקגעשיקט צום בעל הבעלאט).

דאס איז א 3% עראר לטובת ביידען.. ביידען האט געווינען אריזאנע מיט 2%.

!!!

הונדערט בעלאט׳ס איז זייער א קליינע סעמפל קעגן די מילאנען אין ס״ה, עס איז אבער פארט זייער א באדייטענדע ציפער. טראמפ טוויט יעצט דערוועגן.

וויפיל בעלאטס זענען געווארן פארראכטן אין אריזאנע? 400,000? ווייניגער פון דעם וועט נישט טוישן די אויסגאנג...


מ'האלט שוין אסאך ווייטער פון דעם. מ'האט ארויסגענומען דענאך א גרעסערע סעמפעל פון כמעט 1700 בעלאטס, אונטער א האלבע פראצענטע איז געווען פעלערהאפטיג.
מ’האט נישט אויסגעפארשט פראוד? מר. ביל בארר באפולמעכטיגט די ספעציעלע דעפארטמענט פאר אן אויספארשונג.
א חודש שפעטער - ביל בארר = U.S. Justice Department has uncovered no evidence of widespread voter fraud that could change the outcome of the 2020 election

אוועטאר
אייגנארטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך אייגנארטיג » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 11:58 am

און הגם עפ"י רוב העלפן די טעותים פארעכטונגען פאר טראמפ, וועט אבער זיין א חלק וואס זענען די פארקערטע טעות, ע"כ מיט אפילו דריי פראצענט טעותים געט עס נישט די סטעיט פארן פרעזידענט יר"ה

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 12:09 pm

די געריכט פסקים וואס מ'ווארט יעצט צו הערן פון איז:

נעוואדא: נעכטן געווען מונדליכע טענות פון ביידע צדדים. דער שופט אין דעם קעיס האט נעכטן געזאגט אז ער קען נישט געבן א פסק אויפן פלאץ, ער וויל אריינקוקן אביסל בעסער אין די עווידענס. ער דארף געבן א פסק היינט.

אריזאונא: קעלי ווארד, די רעפוליקאנער פארטיי הויפט, האט אריינגעבען א לאו סאוט אין פעדרעל קאורט מיט עטליכע קלאגעס. איינע פון אירע מעין קלאגעס איז שוין נעכטן ארויסגעווארפן געווארן. די אנדערע ווארט מען אויף א פסק, נישט געזאגט ווען ער פלאנט צו געבן א פסק.

מישיגען: א קלאגע פון עטליכע פאול וואטשער, אויך נעכטן געווען מונדליכע טענות פון ביידע צדדים. דער שופט אינעם קעיס האט נישט אויסגעזעהן ווי ער האט סימפאטיע פאר די אנקלעגער.

וויסקאנסין: האט נעכטן א פעדעראלער ריכטער באקומען אן אנקלאגע פון טראמפ קעגן די דארטיגע וואהלן.

דזשארדזיע - לין וואוד’ס קעיס און סידני פאוועל'ס קעיס איז ערגעץ סטאק ביי די 11 סירקעט קאורט.
לעצט פאראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום פרייטאג דעצמבער 04, 2020 12:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מ’האט נישט אויסגעפארשט פראוד? מר. ביל בארר באפולמעכטיגט די ספעציעלע דעפארטמענט פאר אן אויספארשונג.
א חודש שפעטער - ביל בארר = U.S. Justice Department has uncovered no evidence of widespread voter fraud that could change the outcome of the 2020 election

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך קיין נפקמ » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 12:10 pm

נקדימון האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:אנצומערקן, ריכטער אליטא וויל דער בריעף ביז דעצעמבער 9.נאכמיטאג. סעיף הארבער טאג (ווען אלע סטעיטס דארפן האבן געשלאסן אלע וואלן קלאגעס אין ארדער קאנגרעס זאל מוזן אננעמען די רעזולטאטן און נישט קענען אריינרעדן) איז דעצעמבער 8

וואס זאגט דאס?

(ווי איך פארשטיי), דאס מאכט סך שמעלער די שאנסן פאר טראמפ קאמפיין אז די סופרים קאורט זאל טוישן עפעס אין די רעזולטאטן.

מאנכע האבן עקספעקטעד אז אליטא וועט אינגאנצן דינייען זייער פעטיציע און קלאוזן די קעיס. למעשה האט ער עס אנגענומען אין פארלאנגט פון די סטעיט צו רעספאנדן. איינמאל זיי רעספאנדן קען אליטא אדער אליינס מחליט זיין צו מען רוקט זיך ווייטער אדער עס שוקן ווייטער צו אלע ריכטער אין סופרים קאורט (@הבל טאמער דו קענסט באשטעטיגן).

למעשה האט אליטא געגעבן א גאר לאנגער צייט צו רעספאנדן און דער דאטום איז קרושעל דא.

זעקס טעג פאר די עלעקטארעל קאלעדזש שטימט דארף שוין אלע קלאגעס זיין פארטיג. דאס איז 'סעיף הארבער טאג'(דאס יאר איז זעקס טעג פארדעם דעצעמבער 8) יעצט אז פענסילוועניע דארף נאר רעספאנדן ביז דעצעמבער 9 מאכט עס גאר שווער פאר טראמפ'ס שאנסן אין סופרים קאורט.

געווענליך אין דזשענעראל וועלן ריכטער אוועקשטיין נאך סעיף הארבער טאג צו מישן מיט די תוצאות פון די עלעקשענס.

די זעלבע איז געווען נעכטן אין וויסקאנסין ווען דער וויסקאנסין סופרים קאורט האט אפגעווארפן די קלאגע פון די טראמפ קאמפיין און עס צוריק געשוקט צו א נידריגער געריכט. מיט יעדער פארבייגייענדער טאג ווערט די שאנסן שמעלער און שמעלער.

צייט איז קרושעל פאר טראמפ.


אין 2000 האט די סופרים קאורט הערשט גערולט DEC 12. אזוי אויך, די סופרים קאורט נעמט לכאורה נישט בכלל אין באטראכט קיין קעיסעס אויב זעהן זיי נישט אז זיי זאלן רולן דערויף, במילא דאס אז זיי קוקן אריין דערין דארף עכ"פ באזארגן די דעמס אז קען זיין זיי וועלן עס יא אננעמען און קען זיין טאקע יא רולן דערויף לטובת טראמפ.

(דיסקלעימער: די צווייטע העלפט פון מיין מעסידזש איז שוין א השערה)

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך אידיש.טייפינג » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 12:28 pm

די הויפט סיבה פארוואס זיי האבן דעמאלט גערולט איז געווען, ווייל די עלעקטארעל קאלעדזש מוז דעצעמבער 14 שטימען אויף די וואלן, איז שוין נישטא גענוג צייט איבערצוציילן די צווייפילהאפטע שטימען.
פארוואס זאלן זיי יעצט אנדערש האלטן?

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך קיין נפקמ » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 12:38 pm

אידיש.טייפינג האט געשריבן:די הויפט סיבה פארוואס זיי האבן דעמאלט גערולט איז געווען, ווייל די עלעקטארעל קאלעדזש מוז דעצעמבער 14 שטימען אויף די וואלן, איז שוין נישטא גענוג צייט איבערצוציילן די צווייפילהאפטע שטימען.
פארוואס זאלן זיי יעצט אנדערש האלטן?


איך ווייס נישט, אבער דאס אז זיי גיבן ביז DEC 9 ווען DEC 8 איז די טאג וואס נקדימון רעדט פון, איז נישט קיין ראי' אויף נישט ווייל זעהסט דאך די רולינג דאן איז געווען א וואך שפעטער.
אויסער דעם איז די דיון יעצט נישט איבער קיין איבערציילונג, די דיון דאן איז געווען אז גאור האט געוואלט מ'זאל ווייטער איבערציילן, עפעס אזוי

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 2:35 pm

פון סידני פאועל'ס קלאגע אין דזשארדשיע איבער דאמיניען מאשינען.

געוויס א טייפאו אבער געקאסט א שמייכל
20201204_142720.jpg
20201204_142720.jpg (168.77 KiB) געזעהן 281 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 2:48 pm

נקדימון האט געשריבן:פריש: טראמפ'ס פעדעראלער קלאגע אין וויסקאנסין איז געווארן צוגעטיילט צו ברעט לודוויג, א טראמפ עפוינטעד ריכטער.

ריכטער לודוויג היינט אין א סטאטוס קאנפרענץ איבער די קלאגע;

says he doesn't want to discuss merits of the case today but wants to map out a plan to resolve the issues
sufficiently:

“This is an unusual case, obviously."

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: געריכט קאמפן ארום די וואלן - 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג דעצמבער 04, 2020 2:51 pm

טראמפ'ס אדוואקאט זאגט אז זיין ארגימענטן קען ווערן פרעזענטירט אין א איין-טאג הירינג. ער פלאנט צו ברענגן צווישן 4 און 7 עדות.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo, גראסערי מאן און 8 געסט