גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

KMW
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך KMW » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:48 pm

Google-Now-Hiring.jpg
Google-Now-Hiring.jpg (20.35 KiB) געזעהן 1767 מאל

lazy
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך lazy » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:52 pm

KMW האט געשריבן:
Google-Now-Hiring.jpg

;l;p-
We are actually already “Hired” , we constantly work for them by transmitting data to them

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:39 am

KMW האט געשריבן:
Google-Now-Hiring.jpg

;l;p-
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?

אוועטאר
מים חיים
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 12:43 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
Google-Now-Hiring.jpg

;l;p-
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?

https://takeout.google.com/?hl=en

עמרם
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך עמרם » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 2:34 pm

רוסלאנד קלאגט אן גוגל אויף פארלעצונגען פון נישט פארמעקן געפארפולע אינהאלט,
א שטייגער ווי עקסטרעמיזם, שמוץ, זעלבס-מארד,

גוגל שטייט אויס שטראפן ביז 5 מיליאן רובל ($65,670)

סיי רוסלאנד און סיי גוגל האבן זיך דערווייל אנטזאגט פון קאמענטירן

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 2:42 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
Google-Now-Hiring.jpg

;l;p-
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?

אין הונדערט יאר ארום וועט עס ווערן פאבליק, און דיינע אייניקלעך וועלן אלעס קענען זעהן פון דיר.

8.)
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 2:43 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
Google-Now-Hiring.jpg

;l;p-
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?

אין הונדערט יאר ארום וועט עס ווערן פאבליק, און דיינע אייניקלעך וועלן אלעס קענען זעהן פון דיר.

8.)

:oops:

עמרם
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך עמרם » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 4:26 pm

א בייפארטיזאן גרופע פון אטארני זשנערלס פון עטליכע סטעיטס גרייטן זיך צו קלאגן גוגל מיט אנטי טראסט קלאגעס,
דאס איז אויסער די קלאגעס פון די זשאסטיס דיפארטמענטס געפיילט אין אקטאובער אבער זענען וויליג זיך צו צוזאמשטעלן

די סטעיטס זענען פון
קאלאראדע, נעברעסקע, אייווא, ניו יארק, נארט קאראליינע, טענעסי, און יוטא

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 8:07 pm

די סטעיט קלאגעס זענען ברייטער ווי די פעדעראל גאווערמענט קעיס.

- - - - -
באזונדער איז ערווארטערט אז טעקסאס וועט ארינגעבן א אייגענע קלאגע.

KMW
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך KMW » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 8:12 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
Google-Now-Hiring.jpg

;l;p-
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?

אין הונדערט יאר ארום וועט עס ווערן פאבליק, און דיינע אייניקלעך וועלן אלעס קענען זעהן פון דיר.

8.)

:oops:

געווען אמאל דא אויפן וועלטל א ארטיקל וועגן 100 יאר ארום ווען מען וועט צוזאמנעמען די אייניקלעך און ווייזן וואס די זיידע האט געטוהן אויפן אינטערנעט און עס וועט זיין גרויסע בושות (קרעדיט מיכאל)
אויב איינער קען אהינלינקען..

אוועטאר
sheetrock
שר שבעת אלפים
תגובות: 7601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך sheetrock » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 5:18 am

מים חיים האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
Google-Now-Hiring.jpg

;l;p-
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?

https://takeout.google.com/?hl=en

ס'האלט זיך מיר יעצט אינמיטן דאונלאודן באלד 14 GB אינפראמעשן וואס גוגל האט אנגעסעווט פון מיט... דאס איז בלויז 1 עקאונט...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 8:22 pm

KMW האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
Google-Now-Hiring.jpg

;l;p-
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?

אין הונדערט יאר ארום וועט עס ווערן פאבליק, און דיינע אייניקלעך וועלן אלעס קענען זעהן פון דיר.

8.)

:oops:

געווען אמאל דא אויפן וועלטל א ארטיקל וועגן 100 יאר ארום ווען מען וועט צוזאמנעמען די אייניקלעך און ווייזן וואס די זיידע האט געטוהן אויפן אינטערנעט און עס וועט זיין גרויסע בושות (קרעדיט מיכאל)
אויב איינער קען אהינלינקען..

זיך די תגובות פון די ניק "היט דיינע אויגן" אזוי מיינעך.

KMW
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך KMW » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 8:59 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: ;l;p-
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?

אין הונדערט יאר ארום וועט עס ווערן פאבליק, און דיינע אייניקלעך וועלן אלעס קענען זעהן פון דיר.

8.)

:oops:

געווען אמאל דא אויפן וועלטל א ארטיקל וועגן 100 יאר ארום ווען מען וועט צוזאמנעמען די אייניקלעך און ווייזן וואס די זיידע האט געטוהן אויפן אינטערנעט און עס וועט זיין גרויסע בושות (קרעדיט מיכאל)
אויב איינער קען אהינלינקען..

זיך די תגובות פון די ניק "היט דיינע אויגן" אזוי מיינעך.


יאפס א גרויסן דאנק..

viewtopic.php?p=1956266#p1956266

גם זקנתי האט געשריבן:שנת תתט"ו... 50 יאר ארום... ס'איז נישט אזוי ווייט... די יארן לויפן סאך שנעלער פון וואס מ'טראכט...

די גאנצע וועלט רוישט, עס טוט זיך א טימל... וואס איז? גוגעל איז ארויס מיט א מוראדיגע המצאה, א חידוש: מיט די טעכנעלאגיע פון יענע צייטן וועט מען קענען צוריק אויס ארבעטן און איבער ליינען גאר אלטע דורכשרייבונגען וואס מענטשטן האבן זיך געשריבן ביים אימעיל צענדליגע יארן צוריק...
פארשטייט זיך אז ס'איז דא מיימינים און ס'איז דא משמאילים, יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי. הללו אומרים, ווי קען מען טוהן אזוינס, ליינען פריוואטע זאכן וואס מענטשטן האבן זיך געשריבן, ס'זאל ווערן א רשות הרבים. הללו אומרים, ס'שוין אריבער צענדליגע יארן פון דעמאלטס, רוב מענטשן לעבן שוין נישט, ממילא איז עס נישט געפערליך.
אלץ פשרה האט מען מחליט געווען אז נישט יעדער וועט קענען ליינען יעדעמס באשרייבונגען, נאר די אייניקלעך וועלן באקומען די רשות ליינען זייערע זיידעס ווערטער, וואס ער האט זיך געשריבן מיט זיינע חברים א יובל צוריק...

א גרויס התרגשות ביי די ווייס פאמיליע... נעכטן באקומען די הודעה אז אלץ אייניקלעך פון זייער זיידן ר' גרונם קלמן, וועלן זיי קענען ליינען זיינע אלטע דורכשרייבונגען... ואל ייקל בעיניכם, דער זיידע ר' גרונם קלמן זז"ג איז פון די שיינע אידן, זקן שקנה חכמה, א מוסטער פון א חסידישע איד וואס כל ימיו האט ער מחנך געווען זיינע קינדער און אייניקלעך אויף תורה יראת שמים און חסידות... א שיינע איד, א חסידישער... היינט איז ער שוין זייער אלט, אביסל בגדר שברי לוחות, אבער דאך איז ער א דמות וואס מ'קען זיך לערנען פון אים הליכות ישרות ודרכי נועם.
די התרגשות איז געווען גרויס, לאו בכל יומא איתרחיש אזא מין זאך, מ'זאל קענען ליינען די געוואלדיגע ווערטער וואס די זיידע האט מן הסתם געשריבן נאך אין די גוטע יארן... ווען ער איז נאך געווען בתוקפו... אויב אונז האט ער כסדר מדריך געווען מיט געוואלדיגע הדרכות ישרות, מיט מוסר און חסידות, ווער ווייסט וואס ער געשריבן פאר זיינע חברים, די חבריא, וואס מן הסתם זענען אלע געווען בני עליה ווי אים און זיי האבן זיך דורך געשמוסט ענינים שיש בהם לימוד, בעניני עבודת ה' תורה תפילה אמונה תשובה וכו' וכו'. מ'גייט זיכער טרעפן אן אוצר בלום פון דברי תורה והתחזקות וואס וועלן ביילאכטן די וועלט.
די משפחה האט באקומען די פרטים און די פעסווארד ווי מ'קען אריין גיין און אלעס זעהן... די גאנצע משפחה נעמט זיך צאם מיט א הרגשה אז זיי שטייען יעצט פאר א מאורע וואס געשעט נישט יעדן טאג... אלע קינדער, אייניקלעך און איר-אייניקלעך, זענען זיך צאמגעוקמען, מ'דריקט וואס און וואו מ'דארף דריקן, און מ'גייט אריין, מ'הייבט אן צו ליינען...
מ'בליקט אהין, מ'בליקט אהער... מ'זעט דא-דארט שיינע זאכן, דברי תורה וחסידות, אבער עפעס... ס'ווערט אביסל נישט אנגענעם... די שטערן ווערט נאס... מ'ריקט זיך פון איין זאט בענקל צום צווייטן... די קינדער שיקן אוועק די אייניקלעך מיט א תירוץ אז קודם דארפן נאר די קינדער ליינען זייער טאטנס כתבים... וואס טוט זיך דא? דאס איז טאקע אונזער טאטע? אפשר איז עס א טעות?...
ס'ווערט זיי שווארץ פאר יד אויגן, זיי זיכן א גרוב וואו זיך באגראבן... אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך... זיי זעהן געפערליכע שמוציגע ביישרייבונגען פון זייער טאטן... זייער טאטע, דער געווייקטע חסידישער איד וואס האט זיי כסדר מחנך געווען אויף קדושה און פרישות, אויף צניעות און שמירת עינים, שרייבט דא כאחד הגרועים... ער איז ממש געלעגן אין שמוץ און אין טינופת... זיך איינגעשריבן מיט פאלטשע נעמען - אמאל ווייבערישע - אין געשריבן כל דבר אסור... אנגערייצט אנדערע און געווען חוטא ומחטיא... ווען זיי זעהן די בילדער וואס זייער טאטע האט געהאט ביי זיך אין קאמפיוטער, חלש'ט שוין איין קינד אוועק... זיי געבן א בליק אין די היסטאריע וועלכע סייט'ס זייער טאטע איז אריין יעדן טאג, און נאך צוויי קינדער חלש'ן אוועק, איינער כאפט זיך ביים הארץ...
זיי זעהן אז א לאנגע תקופה האט ער זיך געשריבן די ערגסטע מיט א פרוי וואס האט געוויאנט נישט ווייט, און מיט די דעמאלטס'דיגע טעכנעלאגיע קען מען זעהן ווער יענע פרוי איז - און איבעריג זאגן אז ס'איז גארנישט א פרוי, ס'איז א צווייטע כולל-יונגערמען וואס האט צופעליג געלערנט יענע יארן מיט זייער טאטן אין כולל...
אוי וואס וועט זיין, וויאזוי וועלן מיר קענען קוקן אין טאטנס פנים... אוי וויי וויי... און וואס וועט זיין ווען אונזערע קינדער וועלן זעהן אונזערס...
אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך - - -

טייערע חברים, די מעשה איז גארנישט קיין דמיון, דאס איז א מציאות וואס ווערט געפראוועט נאך יעדעמ'ס 120... מ'העפנט אויבן א קאמפיוטער און מ'זעט אלעס... נישט די קינדער זעהן, נאר די טאטעס און די זיידעס למעלה למעלה, דור אחר דור, די רבי'ס, די חברים, אלעס זעט מען... אין דבר נעלם ממך ואין נסתר מנגד עיניך...
אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך - - - אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה - - -

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 6:34 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:עפל, גרופ עם., עי.טי. ענד טי. און אנדערע וואס האבן ארויסגעגעבן אינפארמאציע פאר די רעגירונג פארלאנגען אז די ריכטער אויפן קעיס זאל באשטעטיגן געוויסע אינפארמאציע אלס "העכסט קאנפידענשאל" און קיין שום גוגל איינגעשטעלטע - אריינגעגרעכענט די אין-האוז לעגאלע טיעם - זאלן נישט טארן האבן צוטריט דערצו, בלויז זעלבסשטענדיגע אדוואקאטן וואס די פירמע האט אויפגענומען. ווי די פירמעס זאגן קומט זייער פארלאנג צוליב וואס אויס גוגל זאל געוואר ווערן די אינפארמאציע וועלן זיי עס מעגליך נוצן צו שאנטאזשירן/בלעקמעילן די פירמעס אין די צוקונפט.

ריכטער אויפן קעיס זאגט אז די צוויי זייטן דארפן זיך אדורכקומען איבער ווער עס גייט האבן צוטריט צו וועלכע אינפארמאציע נאך איידער די קעיס הייבט אן ווערן פארגעשטעלט פאר'ן געריכט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 8:07 pm

די "נעשאנעל לעיברא רילעישאנס באורד" איז ערווארטערט צו אריינטראגן קלאגעס קעגן גוגל, איבער באשולדיגונגען אז די פירמע האט אפגעזאגט ארבעטער וואס האבן זיך געוואגט אויפצוברענגען פראגן און דיסקוסיעס איבער געוויסע פאליסיס און פירונגען ביי די פירמע.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 8:08 pm

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז א גרופע פון העכער 40 סטעיט'ס זענען ערווארטערט צו אנקלאגן די "פעיסבוק" מיט פעדעראלע אנטיטראסט קלאגעס, מעגליך שוין נעקסטע וואך.

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: אינעם ווארט זאל
פארבינד זיך:

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך Rak Tov » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 10:13 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:די "נעשאנעל לעיברא רילעישאנס באורד" איז ערווארטערט צו אריינטראגן קלאגעס קעגן גוגל, איבער באשולדיגונגען אז די פירמע האט אפגעזאגט ארבעטער וואס האבן זיך געוואגט אויפצוברענגען פראגן און דיסקוסיעס איבער געוויסע פאליסיס און פירונגען ביי די פירמע.

איז נישט לעגאל ארויסציווארפן ארבייטער פארן נישט זיין איינשטימיג מיט די ביזנעס פירער?

KMW
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך KMW » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 10:32 pm

מענין לענין א גאפאנדמי בלעטל צו אויפטרייבן געלט פאר א לאוסאוט קעגן גוגל דורך 2 וויסלבלויערס פון גוגל און פעיסבוק..

https://www.gofundme.com/f/support-big- ... tleblowers

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 11:34 pm

זשוסטיס דעפארטמענט היינט אריינגעגעבן א פעדעראלע לאוסוט קעגן פעיסבוק מיט די באשולדיגונג אז די פירמע האט דיסקרימינירט קעגן אמעריקאנע בירעגר.

די באשולדיגונג איז אז די פירמע האט אויסגענוצט די H1-B וויזא סיסטעם צו אריינברענגען ארבעטער פון אויסלאנד, אין די צייט וואס די פירמע האט ניטאמאל אנגעקוקט די אפליקאציעס פון אמעריקאנע וואס האבן זיך איינגעגעבן פאר די ארבעטס פאזיציעס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 10:45 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין א באזונדערע אנטוויקלונג הערט מען אז מען קען ערווארטען - אזוי פרי ווי די קומענדיגע מאנאט - א מעלדונג איבער א קלאגע קעגן די ריזן "פעיסבוק" פירמע אויף די אנטי-טראסט פארלעצונגען.

די קלאגעס זענען ערווארטערט צו קומען פון א גאר ברייטע קאאליציע פון העכער 40 סטעיט'ס און טעריטאריעס - רעפובליקאנע און דעמאקראטישע צוגלייך - אנגעפירט דורך די אפיס פון ניו יארק סטעיט אטוירני שענעראל פרוי זשעימס.

די אנקלאגע קען מעגליך ווערן אריינגעגעבן מארגן - מיטוואך.

די קלאגע וועט זיך ספעציפיש באציען איבער דאס וואס פעיסבוק האט אויסגעקויפט "אינסטעגרעם" און "וואסעפפ".

אויך וועט זיך די קלאגע קאנצעטרירן ארום פרייוועסי פראטעקשאן אישוס ביי פעיסבוק.
- - - - -
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דאס איז אויסער אן אויספארשונג דורך די "פעדעראל טרעיד קאמישאן".
דאס איז אויך ערווארטערט צו ווערן גע'פיילט אין גאר נאטע טעג.

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: אינעם ווארט זאל
פארבינד זיך:

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך Rak Tov » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 11:35 pm

כמיין אז מקען טוישן קעפל צו:
גאוועמענט קלאגט סאושעל מידיע קאמפעניס

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 3:05 pm

קלאגע געווארן אריינגעגעבן אין פעדעראלע די.סי. דיסטריקט קאורט סיי דורך די סטעיט'ס סיי דורך די פעדעראל עף.טי.סי.

- - - -
פעיסבוק ווערט אנגעקלאגט דורך 46 סטעיטס: ניו יארק, קאליפארניע, קאלאראדא, פלארידא, אייאווע, נעבראסק, נארט קאראליינע, אהייאו, טענעסי, אלאסקע, אריזאנא, ארקענסאו, קאנעטיקוט, דעלוועיר, האוואי, איידעהאו, אילינאו, אינדיאנע, קענזעס, קענטאקי, לואיזיאנא, מעין, מערילענד, מאסאטשוסעטס, מישיגען, מינעסאטא, מיסיסיפי, מיזורי, מאנטאנע, נעוואדע, ניו העמפשיר, ניו זשערסי, ניו יארק, ניו מעקסיקאו, נארט דאקטא, אקלאהאומע, ארעגאן, פענסילוועניע, ראוד איילענד, טעקסאס, יוטא, ווערמאנט, ווירזשיניע, וואשינגטאן, וועסט ווירזשינע, וויסקאנסין, ווייאומינג - אויך האבן זיך וואשינגטאן די.סי. און די אמעריקאנע טעריטאריע גואם זיך אנגעשלאסן אין די קעיס.

די פיר סטעיט'ס נישט אנגעשלאסן אין די קלאגע זענען אלאבאמע, זשארזשיע, סאוט קאראליינע און סאוט דאקאטע.

קלאגע ארויסגעשטעלט דורך ניו יארק אטוירני זשענעראל אינאיינעם מיט די אנדערע סטעיט'ס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג דעצמבער 15, 2020 10:59 pm

עמרם האט געשריבן:א בייפארטיזאן גרופע פון אטארני זשנערלס פון עטליכע סטעיטס גרייטן זיך צו קלאגן גוגל מיט אנטי טראסט קלאגעס,
דאס איז אויסער די קלאגעס פון די זשאסטיס דיפארטמענטס געפיילט אין אקטאובער אבער זענען וויליג זיך צו צוזאמשטעלן

די סטעיטס זענען פון
קאלאראדע, נעברעסקע, אייווא, ניו יארק, נארט קאראליינע, טענעסי, און יוטא

קלאגע קען מעגליך קומען אזוי פרי ווי דאנערשטאג די וואך - וועט ווערן אריינגעגעבן אין זעלבן געריכט ווי די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט קלאגע.
- - - - -
די סטעיטס קעיס באציעט זיך איבער די וועג ווויאזוי גוגל האט געפראגרעמד זייער סוירטש ענזשין רעזולטאטן, וואס פירט צו א דיסעדווענדיזש פאר זייערע קאמפעטיטאר'ס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג דעצמבער 15, 2020 11:01 pm

אין אנדערע נייעס:

אוסטראלישע "קאמפעטישאן ענד קאנסומער קאמישאן" - די עי.סי.סי.סי. - האט אריינגעגעבן א קלאגע אין ארטיגן געריכט קעגן פעיסבוק.

די קלאגע איז איבער דאס אז פעיסבוק באנוצט זיך מיט די דעיטא וואס זי זאמעלט אן דעם וואס זי טוט פולשטענדיג אינפארמירן די באנוצער דערוועגן.

פלעין אידיש
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2015 8:57 am
לאקאציע: ארץ ישראל

Re: גאווערמענט קלאגט גוגל. מען האט עס דערלעבט.

תגובהדורך פלעין אידיש » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 12:50 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:קלאגע געווארן אריינגעגעבן אין פעדעראלע די.סי. דיסטריקט קאורט סיי דורך די סטעיט'ס סיי דורך די פעדעראל עף.טי.סי.

- - - -
פעיסבוק ווערט אנגעקלאגט דורך 46 סטעיטס: ניו יארק, קאליפארניע, קאלאראדא, פלארידא, אייאווע, נעבראסק, נארט קאראליינע, אהייאו, טענעסי, אלאסקע, אריזאנא, ארקענסאו, קאנעטיקוט, דעלוועיר, האוואי, איידעהאו, אילינאו, אינדיאנע, קענזעס, קענטאקי, לואיזיאנא, מעין, מערילענד, מאסאטשוסעטס, מישיגען, מינעסאטא, מיסיסיפי, מיזורי, מאנטאנע, נעוואדע, ניו העמפשיר, ניו זשערסי, ניו יארק, ניו מעקסיקאו, נארט דאקטא, אקלאהאומע, ארעגאן, פענסילוועניע, ראוד איילענד, טעקסאס, יוטא, ווערמאנט, ווירזשיניע, וואשינגטאן, וועסט ווירזשינע, וויסקאנסין, ווייאומינג - אויך האבן זיך וואשינגטאן די.סי. און די אמעריקאנע טעריטאריע גואם זיך אנגעשלאסן אין די קעיס.

די פיר סטעיט'ס נישט אנגעשלאסן אין די קלאגע זענען אלאבאמע, זשארזשיע, סאוט קאראליינע און סאוט דאקאטע.

קלאגע ארויסגעשטעלט דורך ניו יארק אטוירני זשענעראל אינאיינעם מיט די אנדערע סטעיט'ס.


וואס האט זיך עס יעצט אויפגעוועקט? וואס איז יעצט געשעהן אז די עולם פארפירט קעגען סאשעל מידיע??
זאגט תורת אמת און תורת חיים א הוראה בחיים "קער א וועלט היינט"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט