לייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13040
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:08 pm

ממה נפשך, האבן בעצם מער מענטשן אריינגעטונט צו ביידען ווייזט עס אויף א מעכטיגע מאמענטום, ספעציעל קעגן טראמפ וואס פלעגט אלס זיין דער רעטינגס ציער.

ווידער אויב איז עס א רעזולטאט פון זיין לענגערע טאון האלל צייט דאן צייגט דאס אז די ביידען קאמפיין האט געמאכט א כיטערע מאוו, פיין איבערקלוגענדיג טראמפ, דער ביז יעצטיגער רעטינגס זשיניעס.

דו ווילסט נישט זיין אין איין צימער מיט אים יעצט, ווען ער באקומט די רעיטינגס.. טראסט מי!

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:11 pm

כאפצעם האט געשריבן:ממה נפשך, האבן בעצם מער מענטשן אריינגעטונט צו ביידען ווייזט עס אויף א מעכטיגע מאמענטום, ספעציעל קעגן טראמפ וואס פלעגט אלס זיין דער רעטינגס ציער.

ווידער אויב איז עס א רעזולטאט פון זיין לענגערע טאון האלל צייט דאן צייגט דאס אז די ביידען קאמפיין האט געמאכט א כיטערע מאוו, פיין איבערקלוגענדיג טראמפ, דער ביז יעצטיגער רעטינגס זשיניעס.

דו ווילסט נישט זיין אין איין צימער מיט אים יעצט, ווען ער באקומט די רעיטינגס.. טראסט מי!

דיין חשבון שטימט נישט.

ביידן'ס האט מתחילה געהייסן איינס אהאלב שעה, און טראמפ האט נאכדעם באשלאסן א שעה.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13040
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:23 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ממה נפשך, האבן בעצם מער מענטשן אריינגעטונט צו ביידען ווייזט עס אויף א מעכטיגע מאמענטום, ספעציעל קעגן טראמפ וואס פלעגט אלס זיין דער רעטינגס ציער.

ווידער אויב איז עס א רעזולטאט פון זיין לענגערע טאון האלל צייט דאן צייגט דאס אז די ביידען קאמפיין האט געמאכט א כיטערע מאוו, פיין איבערקלוגענדיג טראמפ, דער ביז יעצטיגער רעטינגס זשיניעס.

דו ווילסט נישט זיין אין איין צימער מיט אים יעצט, ווען ער באקומט די רעיטינגס.. טראסט מי!

דיין חשבון שטימט נישט.

ביידן'ס האט מתחילה געהייסן איינס אהאלב שעה, און טראמפ האט נאכדעם באשלאסן א שעה.

מקור?

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:38 pm

מקור אויף וואס? אז ס'האט ארגינעל הייסן 90 מינוט? קאם אן מען.

https://abcnews.go.com/Politics/watch-a ... d=73594963

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13040
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:39 pm

דאס איז א סקעדזשועל פון גלייך בעפארן דעבאטע. פון ווי ווייסטו אז דאס איז שוין געווען די פלאן בעפאר טראמפס 1 שעה פלאן?

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:49 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:מקור אויף וואס? אז ס'האט ארגינעל הייסן 90 מינוט? קאם אן מען.

https://abcnews.go.com/Politics/watch-a ... d=73594963




דארט זעט מען גארנישט. דא האסטע די פרעסס רעליס פון עי בי סי דאטירט אקטאבער 12, אז ס'איז א צוויי שעה'איגע זאך.
פרעזידענט טראמפ'ס טאון האלל האט מען געמאלדן צום ערשט הערשט אקטאבער 14


[10/12/20 - 11:15 AM]
ABC
ABC News will host a town hall with Democratic presidential nominee and former Vice President Joe Biden on Thursday, Oct. 15. The live primetime event will be moderated by ABC News chief anchor George Stephanopoulos. Less than a month from Election Day, this town hall will allow voters the opportunity to ask the former vice president the questions most important to them.

The town hall will take place at the National Constitution Center in Philadelphia, Pennsylvania, and will be held in accordance with state and local government health and safety regulations, as well as guidelines set forward by health officials.

The live special edition of "20/20" airs Thursday, Oct. 15, from 8:00-10:00 p.m. EDT| 7:00-9:00 p.m. CDT|5:00-7:00 p.m. PDT, on ABC. The 90-minute town hall will be followed by a 30-minute post-show featuring the ABC News powerhouse political team for more context and analysis.
לעצט פאראכטן דורך נעכטן אום פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:53 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
געשריבן דורך: נעכטן

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:50 pm

כאפצעם האט געשריבן:דאס איז א סקעדזשועל פון גלייך בעפארן דעבאטע. פון ווי ווייסטו אז דאס איז שוין געווען די פלאן בעפאר טראמפס 1 שעה פלאן?

דו ביסט אדער דו מאכסט זיך? ס'האט אלץ געהייסן א 90 מינוט טאון האלל.

האסטו נאך א מקור פון מאנטאג.

https://www.wtvq.com/2020/10/12/abcs-20 ... joe-biden/

בלינצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך בלינצע » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:58 pm

אין די בענגיניגינגניג האט ער זיך געמאכט, כהיום איז ער.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13040
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:59 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דאס איז א סקעדזשועל פון גלייך בעפארן דעבאטע. פון ווי ווייסטו אז דאס איז שוין געווען די פלאן בעפאר טראמפס 1 שעה פלאן?

דו ביסט אדער דו מאכסט זיך? ס'האט אלץ געהייסן א 90 מינוט טאון האלל.

האסטו נאך א מקור פון מאנטאג.

https://www.wtvq.com/2020/10/12/abcs-20 ... joe-biden/

דאס הייסט אז מאנטאג איז שוין ביידענס 2 שעה סקעדזשועל געווען אין פלאץ. כ'ווייס נישט פונקטליך ווען נבס האט אנאנסירט זייער סקעדזשועל פון די טראמפ 1 שעה, אבער לאמיר אננעמען אז סאיז געווען דערנאך, דאן קומט אויס אז ס'איז טאקע נישט אזוי ווייט די ביידען קאמפיין'ס זשיניעס ווי טראמפ'ס טיפשות.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:59 pm

בלינצע האט געשריבן:אין די בענגיניגינגניג האט ער זיך געמאכט, כהיום איז ער.

כ'האב אנגעהויבן באקומען היץ אז מ'מעקט צופיל תגובות פון טראמפ שרייבער, גיי איך איבערלאזן אפאר פאר א סעמפל
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13040
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:59 pm

לכאורה האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:אין די בענגיניגינגניג האט ער זיך געמאכט, כהיום איז ער.

כ'האב אנגעהויבן באקומען היץ אז מ'מעקט צופיל תגובות פון טראמפ שרייבער, גיי איך איבערלאזן אפאר פאר א סעמפל

;l;p- :lol:

בלינצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך בלינצע » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 3:18 pm

לכאורה האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:אין די בענגיניגינגניג האט ער זיך געמאכט, כהיום איז ער.

כ'האב אנגעהויבן באקומען היץ אז מ'מעקט צופיל תגובות פון טראמפ שרייבער, גיי איך איבערלאזן אפאר פאר א סעמפל


דאס איז איינע פון די הויפט חורבנות, נארמאלע תגובות מעקט מען, און א שטעכעדיגע וויץ לאזט מען פאר א סעמפל.

עניוועי.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14519
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 3:29 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:שוין, א מאראלישע געווינס, אבער באמת איז א שאד אז אזוי ווייניג האבן מיטגעהאלטן טראמפ'ס טאון האל...

אין דעם איז אויך שולדיג די חוצפה פון ען בי סי צו סקעדזשולען א טראמפ טאונהאל די זעלבע צייט וואס עס איז שוין געווען געסקודזשעלט פאר ביידן....


קלאר צו מאכן א פאר ענינים, די ביידן טאונהאל האט געזאלט זיין 90 מינוט, מיט א האלב שעה עפטער איווענט, פאר וואס דאס האט געדארפט מיינען.

רעטינגס מיינט מען עוורידזש רעטינגס דורכאויס די צייט, א לענגערע איווענט איז וועגן דעם עלול צו האבן קלענערע רעטינגס, אבער נישט קיין שטארקע עפעקט.

אלעס אינאיינעם האט ביידן געהאט 13.9 מיליאן, און טראמפ האט געהאט אויף ען בי סי מיט זייער גאנצע משפחה 13.0 מיליאן.


עניוועי, דאס איז נישט געווען קיינעמס עקספעקטעישנס אז ביידן וועט פשוט האבן העכערע רעיטינגס.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג אוקטובער 16, 2020 3:34 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

בלינצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך בלינצע » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 3:31 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:שוין, א מאראלישע געווינס, אבער באמת איז א שאד אז אזוי ווייניג האבן מיטגעהאלטן טראמפ'ס טאון האל...


אזוי ווייניג?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8567
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 3:56 pm

בלינצע האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:שוין, א מאראלישע געווינס, אבער באמת איז א שאד אז אזוי ווייניג האבן מיטגעהאלטן טראמפ'ס טאון האל...


אזוי ווייניג?

איבער 70 מיליאן אמעריקאנער האבן מיטגעהאלטן די ערשטע, און דערווייל איינציגסטע, דעבאטע.
עס איז אסאך בעסער פאר דעמאקראטן אז צוואנציג, דרייסיג צי פופציג מיליאן מענטשן זעען טראמפ'ס נעכטיגע דעבאטע, ווייל ער פארטרייבט מענטשן אין די מאסן מיט זיין דעבאטע אויפפירונג.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: ליייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 4:30 pm

בלינצע האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:אין די בענגיניגינגניג האט ער זיך געמאכט, כהיום איז ער.

כ'האב אנגעהויבן באקומען היץ אז מ'מעקט צופיל תגובות פון טראמפ שרייבער, גיי איך איבערלאזן אפאר פאר א סעמפל


דאס איז איינע פון די הויפט חורבנות, נארמאלע תגובות מעקט מען, און א שטעכעדיגע וויץ לאזט מען פאר א סעמפל.

עניוועי.

דאס אז נארמאלע תגובות מעקט מען, קענסטו נישט יעצט אויפווייזן ווייל יענע תגובות עקזיסטירן דאך נישט יעצט, אבער לאמיר קודם פארשטיין מצדך:
כ'קען פארשטיין ווי אזא שטעכיגע וויץ האט בכלל פלאץ אויף אייוועלט?
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

בלינצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: לייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך בלינצע » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 5:20 pm

מיין שיטה איז אז א וויץ באופן וויץ, נאכדערצו אין ריכטונג פון א ידיד מיט וועמען איך רעד יעדן טאג, איז נישט געפערליך. אבער איך פארשטיי אז די הנהלה זאל האלטן אנדערש.

מיר וואלט עס נישט געשטערט ווען עס קומט פון מיין חבר.

אוועטאר
נקדימון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: לייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 5:44 pm

Final @nielsen numbers for the Trump and Biden town halls --

Biden on ABC (8-10 pm): 14.14M

Trump on NBC/MSNBC/CNBC (8-9 pm): 13.46M

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: לייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוקטובער 18, 2020 2:33 am

בלינצע האט געשריבן:מיין שיטה איז אז א וויץ באופן וויץ, נאכדערצו אין ריכטונג פון א ידיד מיט וועמען איך רעד יעדן טאג, איז נישט געפערליך. אבער איך פארשטיי אז די הנהלה זאל האלטן אנדערש.

מיר וואלט עס נישט געשטערט ווען עס קומט פון מיין חבר.

נישט יעדער אויפ'ן סייט ווייסט אז אין ריעל-לייף זענט איר שכנים/חברים, און עס קוקט אויס ווי אן ערנסטע פגיעה בכבוד החברים דאהי
(אגב, דיין פריערדיגע ניק איז בלויז נחסם געווארן אויף 24 שעה, אויב ס'דיר פראקטישער קענסטו שוין לאנג צוריקגיין צו יענע... אויך נאר א טשעפע פון א חבר)
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13040
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: לייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוקטובער 18, 2020 2:39 am

ס'טע געהערט אזאנס, א נייע תירוץ, "ידיד"... א פרי פעסס צו שטעכן און טראללן.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: לייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 2:44 am

מיט אזעלכע פריינט, ווער דארף שונאים?
איך מיין די קריגערייען זאל מען אפהאלטן אין קאווע שטיבל, און דא האלטן די טענער נידריגער...
שויתי ה' לנגדי תמיד

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: לייוו טאון-האללס טראמפ - ביידן

תגובהדורך בוידעם » זונטאג אוקטובער 18, 2020 4:53 pm

כאפצעם האט געשריבן:ס'טע געהערט אזאנס, א נייע תירוץ, "ידיד"... א פרי פעסס צו שטעכן און טראללן.


ווילסט עכט רעדן פון טראללן?
איי דאונט טינג סאו.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

די אמת איבער די רעטינגס ביי די טאונהאללס

תגובהדורך קהלס נאר » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:43 pm

"ערהאלטן אין אימעיל"

אוקעי... .סא יעדער רעדט פון די "רעיטינגס" פון די קאמפיטינג טאון-האולס.

איך האב געהאלטן אז טראמפ גייט האבן ווייניגער. כ'מיין כ'האב עס געשריבן דא אויך.

פארוואס? זייער פשוט. פון טראמפ הערט מען שוין פיר יאר טאג און נאכט. יעצט ביי די קאמפיין מאכט ער ראליס יעדע 15 מינוט, און ביידן זיצט אין קעלער.

סא, יעדער טראמפ שטיצער איז זאט פון הערן טראמפ.

און אפילו נישט, יעדער האט געוואוסט פון פאראויס אז די מאדערעיטאר גייט זיך נישט פירן מענטשליך צו טראמפ. און דאס איז סיי ווייל די מידיא מוז דאך זיין קעגן טראמפ, און ספעציעל יעצט ווייל ען-בי-סי האט געכאפט מכות פארן האבן די "חוצפה" פון לאזן טראמפ האבן א פלאטפארמע.

סא, ווער זאל קוקן? די טראמפ שטיצער? פארוואס? צו זעהן ווי טראמפ ווערט געפייניגט?

נאך א פוינט. ען-בי-סי איז געווארן ווי דערמאנט שרעקליך אראפגעריסן פארן האבן די חוצפה פון לאזן טראמפ רעדן. און גרויסע שישקעס זענען ארויסגעקומען אראפרייסן די טשענל. טא מען קען רואיג טראכטן אז אסאך האבן באיקאטירט די טאן האול. איך האב אויף דעם נישט קיין פרוף, אבער אזוי וואלט די פארשטאנד מיטגעגעבן.

נאך א זאך וואס איינער האט מיר אנגעוויזן. ביי די טראמפ שטיצער איז די פארלאפענע טעג געווען די גרעסטע נייעס איבער די נייע אויפדעקונגען איבער ביידן און זיין זון מיט די אימעילס. אפגעזען צו איינער האלט עס איז עכט אדער פאלש, איז עס געווען די הויפט נייעס כאטש ביי די רעפובליקאנער, די וואס וואלטן געדארפט קוקן די טראמפ טאון האלל.

שטעלט זיך ארויס, אז דער פאפולערסטער טעלעוויזיע פערזענליכקייט אויף די רעכטע זייט – טאקער קארלסאן – האט אין די זעלבע צייט ווי די טראמפ טאון האלל געהאט א סענזאציאנאלע שאו איבער די סקאנדאל. דאס האט אן א פראגע אוועקגעשלעפט אסאך צוקוקער.

עכ"פ, איך האב געהאלטן אז טראמפ גייט האבן ווייניגער צוקוקער. (און איך בין אויף רעקארד אז כ'האב אזוי געהאלטן ווי געזאגט. נישט אז יעצט זאג איז אזוי.)

און דאן איז ארויסגעקומען די נומערן זענען ארויסגעקומען, האבן די ביידן שטיצער געפייערט זיג. ערשט איז געווען די "פריע נומערן" און ביידן איז געווען פאראויס, דאן די פיינעל נומערן און ביידן איז ווייטער געווען פאראויס.
אבער פאר מיר איז עס ווי געזאגט נישט געווען קיין חידוש.

דאן האט איינער ארויסגעברענגט א אינטערעסאנטע פוינט.

ביידן האט גערעדט מיט א האלבע שעה מער. טא, אפילו טראמפ שטיצער האבן נאך געקענט אריבערגיין הערן אביסל פון ביידן נאכדעם וואס טראמפ האט געענדיגט.

אוקעי.... גאנץ א גוטע ספין.... אבער למעשה.. ביידן איז פאראויס.

און אלע מידיא קעפלעך האבן געזאגט "ביידן האט דעפיטעט טראמפ מיט א מיליאן צוקוקער"!

אנדערע זענען געווען אביסל מער ריכטיג... און געשריבן "מיט ארום א מיליאן צוקוקער".

אוקעי...

למעשה בינעך היינט געהאט א מינוט, און אביסל אריינגעקוקט אין די באריכטן און די נומערן.

איז ערשט, ביידן האט געהאט 14.1 מיליאן צוקוקער, און טראמפ האט געהאט 13.5 מיליאן צוקוקער. דאס איז וואס אלע באריכטן.

אוקעי... איז די ערשטע זאך, מען רעדט פון 600,000 מער נישט א מיליאן.... אהא!! וויאזוי 600,000 ווערט אין א העדליין "א מיליאן" איז אביסל אומפארשטענדליך.

א שטיקל מהלך האב איך יא. ווייל אין די ערשטע באריכטן אויף די רעיטינגס – איידער אלע נומערן זענען אריינגעקומען – איז די פארמעסט געשטאנען 13.9 מיליאן פאר ביידן און 13 מיליאן פאר טראמפ. דאס הייסט לויט די ערשטע נומערן איז די אונטערשיד געווען 900,000. אויך נישט קיין מיליאן, אבער כאטש אויף דעם איז דא א שטיקל תירוץ פארוואס די מידיא האט עס "געראונד" צו א מיליאן און געפייערט זיג.

שפעטער אז עס האט זיך אויסגעשטעלט אז מען רעדט נאר פון 600,000..... יעצט גיי זיי מודה אז פריער איז די פרייד געווען איבערגעטריבן... נעעע... לאז עס ביי א מיליאן און פארטיג.

(אגב, איינע פון די זאכן וואס די מידיא איז געווען ביזי, איז אז ביידן איז געווען נאר אויף עי-בי-סי, און טראמפ איז געווען אויף ען-בי-סי וואס האט נאך צוויי טשענעלס, עם-עס-ען-בי-סי און סי-ען-בי-סי. איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז א טענה. אז מענטשן האבן געזוכט צו קוקן אויף די טאון האול, זענען זיי געגאנגען צו איינע פון די טשענעלס.

אגב דאגב, איך ווייס נישט פארוואס מען רעדט נישט פון די טעלעמאנדא נומערן. דארט איז עס אויך געווען געוויזן – עס איז אויך איינע פון די ען-בי-סי טשענעלס -. אבער עפעס רעדט מען נישט פון די נומערן פון די טשענל. ווייסעך נישט צו ווייל דאס איז אריינגערעכנט אין די 13.5 מיליאן, אדער מען איגנארירט עס סתם אזוי).

צוריק צום נושא. אויף טעלעוויזיע האט ביידן געהאט מיט 600,000 צוקוקער מער. נישט געפערליך – איבערהויפט אז מען רעכנט אריין די פריערדערמאנטע פונקטן - אבער דאך מער.

אבער יעדער ווייסטעך אז היינט קוקן זייער אסאך אנליין סטרימינג. יעדער רעדט דערפון, און אלע זאגן עס איז זייער שווער צו וויסן אויף דעם וויאזוי עס איז געווען.

למעשה דאס מאל איז אביסל גרינגער געווען.

די אלע טשענעלס וואס האבן געטראגן די צוויי טאון האלס, האבן אפיציעלע יו-טוב טשענעלס. און כאטש וואס עס זענען זיכער געווען נאך ערטער וואו מען האט געקענט מיטהאלטן סטרימינג, אבער יענע ערטער איז טאקע שווער נאכצוקוקן. אבער אין די אפיציעלע טשענעלס קען מען דאך יא קוקן, און כאטש האבן א שטיקל בילד.

איז לאמיר זעהן די נומערן דארטן. (אגב, די נומערן האלטן זיך אין איין טוישן מיט קליינע חילוקים ווייל עס קומט מען צו נאך צוקוקער די גאנצע צייט. אבער עס טוישט זיך נישט צופיל, און ביידע גייען ארויף. סא די נומערן וואס איך ברענג איז פון ווען איך האב נאכגעקוקט – זונטאג נח נאכמיטאג -.)

דארטן אויף די עי-בי-סי אפיציעלע טשענל, האט ביידן געהאט 5,494,945 מיליאן צוקוקער.

אויף ען-בי-סי האט טראמפ געהאט 3,063,674. אויף סי-ען-בי-סי האט טראמפ געהאט אויף איין טשענל 3,452,579 מיליאן, און אויף די אנדערע – סי-ען-בי-סי טי-ווי - נאך 1,426,383. אויסער דעם איז עס אויך געווען אויף "טעלעמאנדא" – א ספאנישע טשענל פון ען-בי-סי ווי פריער דערמאנט – און דארטן האט טראמפ געהאט 412,831.

סא אלעס אינאיינעם האט טראמפ געהאט אויף יו-טוב - כאטש אויף די אפיציעלע טשענעלס - 8,355,467 צוקוקער! קעגן ביידנ'ס 5,494,945.

דאס איז 2,860,522 מער צוקוקער!

יעצט.... נעמט אראפ די 600,000 וואס ביידן האט געהאט מער אויף טי-ווי און טראמפ בלייבט מיט 2,260,522 מער צוקוקער.

אצינד... קוקט אריין אין די אלע נייעס באריכטן איבער די טאונהאלס.

אסאך פון זיי ברענגען די טרוקענע נייעס אז ביידן האט געהאט מער, און נעמען ניטאמאל די מי צו פארציילן אז "עס איז אויך געווען אויף יו-טוב"....

אנדערע ברענגען עס יא ארויס... שרייבן אז עס איז געווען אויף "סטרימינג" אבער האבן קוקט אויס נישט געהאט די צייט און געלט אריינצוקוקן אין די נומערן אזוי ווי איך האב געטאן.... אנדערע שרייבן יא "עס איז שווער צו וויסן".... פארוואס? וואס איז אזוי שווער?

די עיקר איז.... ביידן האט געהאט מער. ענד דעט מיי פרענדס... איז וואס די גאנצע מידיא איז
לעצט פאראכטן דורך קהלס נאר אום זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:47 pm

ווען מען רעדט פון טי ווי רעדט מען פון עווערעדש וויוס.
אנליין סטרימינג זאגט דיך נאר די טאוטעל אמאונט פון וויוס, און דעריבער איז זייער נישט אקוארט.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

Programming
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די אמת איבער די רעטינגס ביי די טאונהאללס

תגובהדורך Programming » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:49 pm

איך בין נישט זיכער אבער כ'שטעל זיך פאר אז די ציפערן רעכענען שוין אריין (עכ"פ) די אפיציעלע טשענעלס אויף יו טיוב


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, no way, אזוי וויל איך, אינדיאנער, אלי' מקוה יוד, באגלייבט, חסידי, יאנקעל פעדראטשיק, יישר כח, יש ברירה, פארשטייסט?, צוקער, קהל עדתינו און 74 געסט