עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

KMW
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 5:10 pm

א צווייטער האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:קינדעריש. וואוט גאלאגהער און פראבירט די עסקנות פראנט. זי איז עפעס אן אויסגעשפראכענע שונא ווי אנדערע?

This is what we have.

זי האט זיך זייער נישט שיין אויפגעפירט ביים לויפן, איגנארירינדיג דעם היימישן ציבור.

שקר

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 5:18 pm

עס איז באמת א פראבלעם פאר די ווילאמסבורגער אידן, ווייל פון איין זייט ווערט דער עולם צוביסלעך ווארימער ארויסצוקומען שטימען, אבער מ'טרעפט זיך אן א פאסיגע קאנדידאט פאר וועם צו שטימען און אפילו א פלאטפארמע ווי צו ווייזן א וואל כח איז נישטא יעצט (אויסער טראמפ.)

אויב וואלטן מער מענטשן געווען אינוואלווד פריער אינעם פראסעס, וואלט גאנץ לייכט געווען פאר סיי וועם משלנו ארויפצוגיין אויפן רעפאבליקאנער טיקעט. מ'דארף האבן גאר ווייניג אינטערשריפטן אויף די פעטיציע צוליב די קליינע צאל רעגיסטרירטע רעפאבליקאנער אינעם דיסטריקט. די רעפאבליקאנער פארטיי טוען ווילקאמען סיי וועם - ענדערש ווי דער טיקעט זאל בלייבן ליידיג.

אין אזא פאל וואלט מען געקענט מאכן א מאוומענט צו שטימען פארן רעפאבליקען. ער וואלט טאקע נישט געווינען, אבער עס וואלט פארוואנדעלט די 90% דעמאקראטישע דיסטריקט אין א פאטענציאלע סווינג. גענוג?

פארוואס זאג איך דאס? ווייל איר זאלט וויסן אויף נעקסטיים. מאך יעצט א פלאן, ווייל פאר די 2022 וואלן הויבט מען שוין אן די פעטיציע פראסעס אין 15-16 חדשים ארום.

----

פאר די וואס זאגן מ'קען גוט ווערן מיט געלעגער:
אמת, נישט נאר מ'קען גוט ווערן, מ'איז גוט. אבער איר ווייסט נישט וואס מיינט ארויסנעמען די גאל ביים באקומען א טובה פון א ליבעראלע. נישט ווייל זי גלייכט אונז נישט, נאר ווייל יעדע גוטע זאך וואס זיי טוען פאר א רעליגיעזע קאמיוניטי איז דאך מעגליך קעגן די קאנסטיטוציע.... (פרעג ניש פון ווי איך ווייס, ווייל אין חכם כבעל הנסיון)

צו קענען באקומען נאר אביסעלע וואס מיר דארפן, דארף זיין עמיצער וואס פארשטייט אונזער שפראך, האט באציאונגען מיט די פארטיי שישקעס, און איז גרייט אויף ביזנעס. נישט קיין אקטיוויסטקע.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10531
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 5:21 pm

יום טוב שטארק געזאגט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך יצחק ברוך » זונטאג אוקטובער 25, 2020 5:07 pm

איך בין געקומען צו די מסקנה אז אזוי ווי עס איז נישט דא פארוועם צו שטימען אין די דאזיגע עלעקשאנס אפילו נישט צו שיקן א מעסעדזש היות קיינער לויפט נישט קעגן איהר, איז כדי צו ווייזן דעם וואל כח יעצט ווען דער עולם איז ווארעם צו שטימען פאר געלעגער.
אפשר וועט עס אויפטוהן ווי כאילו דער עולם האט געשטימט פאר איהר, האפענטליך וועט קומענדיגע מאל זיין א בעסערע קאנדידאט און אױב עס וועט נישט טויגן ח''ו וועט מען קענען שיקן מעסעדזשעס...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”