עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך זיסע פיש » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 4:57 pm

עס איז בלויז דריי וואכן צי עלעקשאן דעי אין איך קען מיך נישט זעין וואטן פאר געלעגער פאר אסעמבלי פרוי.
וואס האלט די עולם מען זאל טיען. לויפט איינער אויף די רעפאליקאנער זייט?
זאל מען אריינשרייבן לענטאל?
אדער אפשר זאל מען מאכן א קאמפעין אריינצישרייבן איינע פין די היימישע עסקנים וואס שטיצן נישט די אלע תעובת אין אזוי וועט מען האבן מער שטימען?

נישט אז איך געב צי גרויסע שאנסן פאר א געווינס אבער עפעס דארף מען טיען.

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליעמסבארג)

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:13 pm

א גוטער געדאנק
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך הויעך » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:24 pm

איינע לויפט אויפן רעפאבליקאנע טיקעט?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:36 pm

אין א אזא הייסע קלימאט ווי די ווילירמסבורגע אידנטום איז אויפגעברויזט אויף די שטאטישע טאטעס ובפרט אויף די ליבעראלע פירערשאפט אין אלבאני קען א לעצט מינוטיגע קאמפיין פירן צו א זיג פון די רעפובליקאנער קאנדידאט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

Programming
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך Programming » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:43 pm

איך וויס נישט אויב עס וועט פירן צו א רעפובליקאנער זיג, וואס עס קען זיכער אויפטון איז פירן צו פארלירן סיי וועלכע איינפלוס און באציאונגען מיט די אסעמבלי פרוי

זייער פארנימען
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:39 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך זייער פארנימען » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:48 pm

קיינער לויפט נישט קעגן איר, שוין געזען די מעיל אין בעלאט

אוועטאר
זיסע פיש
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך זיסע פיש » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 6:08 pm

Programming האט געשריבן:איך וויס נישט אויב עס וועט פירן צו א רעפובליקאנער זיג, וואס עס קען זיכער אויפטון איז פירן צו פארלירן סיי וועלכע איינפלוס און באציאונגען מיט די אסעמבלי פרוי

איך זעי נישט אז מען זאל האבן יעצט א איינפלאס אויף קאמא אין דיבלאזיא.
אויב מען וועט האבן יעצט א זיג וועט עס זיין די שטערקסטע מעסעדזש פאר זיי.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 6:25 pm

אינטערעסאנט, אז געוויסע וועלן אלץ זאגן אז מיר מוזן שטימען קעגן אונזער פרעזענליכע אינטערעסן און געוויסן ווייל אז נישט וועט נישט טויגן, מ'וועט זיך צוקריגן מיט די דעמאקראטן,

כ'מיין וואס קען שוין זיין ערגער ווי יעצט? און עס ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג.

איך האלט אויך אז ווען עסקנים באשליסן צו אינדאסירן דעם דעמאקראט מיט וועלכן מען האט אנגעקניפט באציאונגען מוז יעדער וואטען פאר די קהילה אינדארסירטע.
אבער וואס איז די פילאזאפיע צו שטיצן די וועלכע זענען אונזער קלארע צד שכנגד אין אזויפיל הינזיכטן, ווייל מיר טארן זיי ח"ו נישט אויפרעגן?

איינער וואלט פארשטאנען אז למשל די גאן קאנטראל שטיצער זאלן זאגן פון היינט און ווייטער זאל מען נאר שטימען פאר רעפאבליקאנער, ווייל אויב נישט גייען די אמטירנדע פרא-צווייטע אמענדעמענט חברה ארויסגיין פון די גלייזן?

Programming
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך Programming » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 6:30 pm

ווער עס חלומ'ט אז אונזער הילף קומט פון פאליטישאנס וואס זענען סימפאטיש צו אונזער 'קאוס', צו אונזער אידעאלאגיע און פארקערט איז פארקערט, האט נאכנישט אנגעכאפט די קלאמקע פון פאליטיק.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך הויעך » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 6:55 pm

די נאמען פאר write in אויב מוויל אריינשרייבן פאר לענטאל איז JOSEPH R. LENTOL
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך הויעך » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 6:56 pm

אדער זאל מען אפשר אריינשרייבן דאנעלד דזשעי טראמפ?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך Yitzchok Shmiel » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 7:05 pm

אין 2016 האט לענטאל באקימען 33,290 שטומען מילא איז א רייט אין קיין רעדע

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך הויעך » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 7:55 pm

געלעגער גייט זיכער געווינען, די שאלה איז צו וויליאמסבורג קען ארויסקומען מיט א שארפע מעסעדזש אז מיר האבן כך וכך וואויטס וואס מיר ווילען נישט געבן פאר איינער וואס לויפט אקעגן אונזער חינוך און אונזערע מנהגים, אויב קען מיר אונז ארויסברענגן ארום 10 טויזענט וואויטס פאר א רייט אין קען זיין אז זי וועט טראכטען זיך צוצושטעלן צו אונז אז 4 יאר ארום ווען זי האט יא א קעגנער זאל זי קריגען אונזער וואויטס
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 9:18 am

אדער נישט וואטען פאר אסמבלי דיסטריקט
אז מען וועט זען עס איז אריין קעקומען 9000 וואטס פאר די פרעזידענט קאנדידאטען
און 500 פאר אסמבלי דיסטריקט וועט עס אויך שיקען א שטארקע מעסעדזש אז אינז זעמיר נישט צופרידן פון איר
(זי גייט במילא געווינען)

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך יצחק ברוך » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 9:38 am

אויב וואוט מען פאר פרעזידענט קאנדידאט און נישט פאר אסעמבלי מיינט עס אז דער עולם דא איז נאר אינטערעסירט אין די פרעזידענט קאנדידאט און נישט אין די לאקאלע פאליטיק.

אין די עבר האט מען געהאט טובות אויך פון קאנדידאטן וואס מען האט נישט אריינגעוועלט ממילא "אויב" קומט מען אריין מיט א שטארקע כח לאקאל העלפט עס אפילו דו האסט נישט אריינגעוועלט דעם קאנדידאט.
אויב די קאנדידאט וועט גוט זיין וועט מען וואוטן פאר איהר אין די קומענדיגע עלעקציעס.

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 9:56 am

יצחק ברוך האט געשריבן:אויב וואוט מען פאר פרעזידענט קאנדידאט און נישט פאר אסעמבלי מיינט עס אז דער עולם דא איז נאר אינטערעסירט אין די פרעזידענט קאנדידאט און נישט אין די לאקאלע פאליטיק.

אין די עבר האט מען געהאט טובות אויך פון קאנדידאטן וואס מען האט נישט אריינגעוועלט ממילא "אויב" קומט מען אריין מיט א שטארקע כח לאקאל העלפט עס אפילו דו האסט נישט אריינגעוועלט דעם קאנדידאט.
אויב די קאנדידאט וועט גוט זיין וועט מען וואוטן פאר איהר אין די קומענדיגע עלעקציעס.

גייט נישט זיין נאך לאקאלע פארמעסטן ?
אויב יא קען מען וואטען אלס חוץ מזו (א רייט-אין איז שווערער אין א גרויסע וועט עס נישט טון)

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 3:01 pm

ר' יצחק ברוך, בעבר פלעגט מען שטימען אסאך שטערקער אין לאקאלע פארמעסטן, און מען קען מסביר זיין דעם קל וחומר פאר געלעגער אויך.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
זיסע פיש
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך זיסע פיש » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 4:29 pm

Yitzchok Shmiel האט געשריבן:אין 2016 האט לענטאל באקימען 33,290 שטומען מילא איז א רייט אין קיין רעדע

איך גלייב אז 10,000 איז געקימען פין די היימישע עולם אין אויב מען ברענקט ארויס נאך צוויי דריי טויזנט כאטש עס וועט קיין געווינס נישט זיין אבער א שטארקע מעסידזש וועט עס יא זיין.

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך א צווייטער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 4:43 pm

Programming האט געשריבן:איך וויס נישט אויב עס וועט פירן צו א רעפובליקאנער זיג, וואס עס קען זיכער אויפטון איז פירן צו פארלירן סיי וועלכע איינפלוס און באציאונגען מיט די אסעמבלי פרוי

אז מהעט אריינברענגן 15,000 וואוטס אפי' קעגן איר וועט זי זיך שוין אנדערשט אויפירן מיט אונז, מ'זעט אפי' די ראפאבליקאנער רעכענען זיך אלס מיט די שווארצע כאטש 90% זענען דעמאקראטן ווייל זי וואוטן.
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אוועטאר
בבקשה
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 4:45 pm

זיסע פיש האט געשריבן:
Yitzchok Shmiel האט געשריבן:אין 2016 האט לענטאל באקימען 33,290 שטומען מילא איז א רייט אין קיין רעדע

איך גלייב אז 10,000 איז געקימען פין די היימישע עולם אין אויב מען ברענקט ארויס נאך צוויי דריי טויזנט כאטש עס וועט קיין געווינס נישט זיין אבער א שטארקע מעסידזש וועט עס יא זיין.

געלגער וועט לכאורה האבן מער שטימען פון וויפאל לענטאל האט באקומען

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך א צווייטער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 4:46 pm

בבקשה האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:
Yitzchok Shmiel האט געשריבן:אין 2016 האט לענטאל באקימען 33,290 שטומען מילא איז א רייט אין קיין רעדע

איך גלייב אז 10,000 איז געקימען פין די היימישע עולם אין אויב מען ברענקט ארויס נאך צוויי דריי טויזנט כאטש עס וועט קיין געווינס נישט זיין אבער א שטארקע מעסידזש וועט עס יא זיין.

געלגער וועט לכאורה האבן מער שטימען פון וויפאל לענטאל האט באקומען

די מעסעדש וועט אבער זיין גאר שטארק
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

פרוכת
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:21 am

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך פרוכת » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 4:46 pm

הויעך האט געשריבן:געלעגער גייט זיכער געווינען, די שאלה איז צו וויליאמסבורג קען ארויסקומען מיט א שארפע מעסעדזש אז מיר האבן כך וכך וואויטס וואס מיר ווילען נישט געבן פאר איינער וואס לויפט אקעגן אונזער חינוך און אונזערע מנהגים, אויב קען מיר אונז ארויסברענגן ארום 10 טויזענט וואויטס פאר א רייט אין קען זיין אז זי וועט טראכטען זיך צוצושטעלן צו אונז אז 4 יאר ארום ווען זי האט יא א קעגנער זאל זי קריגען אונזער וואויטס

עקזעקטלי.
אונז קום מיר גארנישט פאר געלעגער דערווייל.
זי ווייסט גאנץ גוט אז אויב זי דארף די יודישע וואוטס אין פיר יאר ארום דארף זי עפעס טון דערפאר דורכאויס די פיר יאר, זי וועט בכלל נישט מאכען חשבונות צי מהאט געוואוט פאר איר יעצט.
במילא יעצט איז צייט פאר אונז צי מאכן א שטארקע סטעטמענט אז מרעדט פין א שטארקע בלאק וואוט

פיר יאר ארום וועט זי זיכען יעדע וואוט ביי די פריימעריס במילא

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך א צווייטער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 4:48 pm

פרוכת האט געשריבן:

נו געגאנגען וואס שרייבט מען אריין, לענטאל?
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

משהלע
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 4:59 pm

קינדעריש. וואוט גאלאגהער און פראבירט די עסקנות פראנט. זי איז עפעס אן אויסגעשפראכענע שונא ווי אנדערע?

This is what we have.

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: עלעקשאן פאר אסעמבלי דיסטריקט 50 (וויליאמסבורג)

תגובהדורך א צווייטער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 5:01 pm

משהלע האט געשריבן:קינדעריש. וואוט גאלאגהער און פראבירט די עסקנות פראנט. זי איז עפעס אן אויסגעשפראכענע שונא ווי אנדערע?

This is what we have.

זי האט זיך זייער נישט שיין אויפגעפירט ביים לויפן, איגנארירינדיג דעם היימישן ציבור.
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”