אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועמן ערווארסטו אז ער גייט געווינען די 2020 וואלן אין דריי וואכן ארום?

די וואלן זענען אפען ביז דינסטאג אוקטובער 20, 2020 8:21 pm

טראמפ
167
63%
ביידען
99
37%
 
סך הכול שטימען: 266

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך האלצשטיין » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 8:21 pm

בעוד שלשה שבועות! בלויז 3 וואכן איז פארבליבן ביז צו די 2020 פרעזידענטליכע וואלן גייען קומען צו א ענדע(..?), די קאמפיין אין שוין אין די לעצטע שטאפלען לויט אלע ערווארטונגען, מ'האלט שוין נאך א פרעזידענטליכע דעבאטע, נאך די וויצע קאנדידאנטן דעבאטע און אריבער 12 מיליאן מענטשן האבן שוין אפגעגעבן זייער שטימען איז די פראגע ווען האלט דער עולם אז ער גייט געווינען די וואלן טראמפ אדער ביידען?

די אנקעטע איז נישט איבער 'האפענונג' ווער ס'זאל געווינען די אנקעטע איז איבער וועמען די 'ערווארטסט' אז ער גייט געווינען

וועןרענטל
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך וועןרענטל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 8:32 pm

אינטערעסאנט 12 שטימען אפגעגעבן אין ביידען האט בלויז 1 שטימע

דער עולם דא האלט באמת אז טראמפ גייט עס מאכן?

קומט אריין קלאר
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 05, 2020 5:05 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך קומט אריין קלאר » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 8:34 pm

האלצשטיין האט געשריבן:בעוד שלשה שבועות! בלויז 3 וואכן איז פארבליבן ביז צו די 2020 פרעזידענטליכע וואלן גייען קומען צו א ענדע(..?), די קאמפיין אין שוין אין די לעצטע שטאפלען לויט אלע ערווארטונגען, מ'האלט שוין נאך א פרעזידענטליכע דעבאטע, נאך די וויצע קאנדידאנטן דעבאטע און אריבער 12 מיליאן מענטשן האבן שוין אפגעגעבן זייער שטימען איז די פראגע ווען האלט דער עולם אז ער גייט געווינען די וואלן טראמפ אדער ביידען?

די אנקעטע איז נישט איבער 'האפענונג' ווער ס'זאל געווינען די אנקעטע איז איבער וועמען די 'ערווארטסט' אז ער גייט געווינען

נישט צו גלייבן מען האלט דא נאך אלע פאלס צייגן א קלארע געווינס פאר ביידן און דאך האלטן 91% דא אויף איי וועלט אז טראמפ וועט עס מאכן!!! דאס מיינט אז דער היימישע אידן גלייבן נישט און פאלס!!! דאס איז שטארקע נייעס…

וועןרענטל
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך וועןרענטל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 8:39 pm

ווערט שמעלער

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:01 pm

קוקט אויס ווי די עולם דא ווייסט נישט, אז ביי אסאך אייוועלט וואטערס ווערט ליידער "וועם ערווארטסטו" אויס געטייטשט אלס "וועם ווילסטו"...
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

בלינצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך בלינצע » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:12 pm

געשטימט ביידען, כאטש איך האף אז טראמפ.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:16 pm

געשטימט טראמפ ווייל ס'איז דא א 79.8% שאנס איז די אנקעטעס זענען נישט ווערד קיין זייפן בלאז קעגן א 72.3% אז טראמפ קומט איבער אלע ערווארטונגען
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:27 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:געשטימט טראמפ ווייל ס'איז דא א 79.8% שאנס איז די אנקעטעס זענען נישט ווערד קיין זייפן בלאז קעגן א 72.3% אז טראמפ קומט איבער אלע ערווארטונגען

קען נישט ווערן בעסער ארויסגעברענגעט
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך שמו » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:29 pm

מקווה איד האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:געשטימט טראמפ ווייל ס'איז דא א 79.8% שאנס איז די אנקעטעס זענען נישט ווערד קיין זייפן בלאז קעגן א 72.3% אז טראמפ קומט איבער אלע ערווארטונגען

קען נישט ווערן בעסער ארויסגעברענגעט

גוט געזאגט

די פאריגע וואלן האט געוויזן, אז טראמפ געווינט נאר ווען די אנקעטעס זאגן אז ער וועט נישט געווינען (נאך די דריטע מאל וואס ער וועט געווינען וועט ער שוין האבן א חזקה דערויף)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:32 pm

בלינצע האט געשריבן:געשטימט ביידען, כאטש איך האף אז טראמפ.
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

Haklal
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך Haklal » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:33 pm

איך זעה די אנטוזיעסעם פינעם עולם ווי ער טרעט נאר אויף, דעס זאגט מער ווי אלעס
ביידען קען נישט אנציען קיין 10 מענטשן ביי ראליס אין טראמפ קען ארויסברענגען טויזענטער קען נישט זאגן מער

אשריך
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך אשריך » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:35 pm

קלאר אז ס'איז דא שטארקע טשענסען פאר ביידן!

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך יצחק אייזיק » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:39 pm

אינטערעסאנט אז דער עולם ערווארט טראמפ זאל געווינען בלויז ווייל מ'קען נישט גלייבן קיין אנקעטעס, אבער ווי נאר איין אנקעטע שווימט ארויף אז טראמפ איז נאר 4 פונקטן אונטערשטעליג אין פענסילוועניע, לויפט מען ארום דערמיט פון אשכול צו אשכול...

בלינצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך בלינצע » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:42 pm

פשוט ווייל דאס ווייזט אז מען קען נישט גלייבן קיין אנקעטעס, והא ראיה איין אנקעטע געבט פאר ביידן א 14% אויבערהאנט בעת, א אנדערע ווייזט א טיי.

אוועטאר
נקדימון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:43 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דער עולם ערווארט טראמפ זאל געווינען בלויז ווייל מ'קען נישט גלייבן קיין אנקעטעס, אבער ווי נאר איין אנקעטע שווימט ארויף אז טראמפ איז נאר 4 פונקטן אונטערשטעליג אין פענסילוועניע, לויפט מען ארום דערמיט פון אשכול צו אשכול...

לאל

נעה, עס גייט מיט די ניגון "לשיטתך אז דו גלייבסט אין אנקעטעס קוק ווי טראמפ ראקט"

וואטעווער

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך יצחק אייזיק » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:46 pm

בלינצע האט געשריבן:פשוט ווייל דאס ווייזט אז מען קען נישט גלייבן קיין אנקעטעס, והא ראיה איין אנקעטע געבט פאר ביידן א 14% אויבערהאנט בעת, א אנדערע ווייזט א טיי.

אלא מאי איז עס עפעס אינצווישן, ניין? אה ניין, ס'מיינט אז טראמפ געווינט זיכער...

איך זאג נישט אז טראמפ גייט פארלירן, אבער קיין ראיה אז ער גייט זיכער געווינען האב איך נישט געפינען. ניטאמאל קיין ווארשיינליכע געווינער איז ער אויך נישט.

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך שארף און קליג » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:47 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:געשטימט טראמפ ווייל ס'איז דא א 79.8% שאנס איז די אנקעטעס זענען נישט ווערד קיין זייפן בלאז קעגן א 72.3% אז טראמפ קומט איבער אלע ערווארטונגען


טראמפס שטארקייט איז נאר אז זיינע שטיצער זענען הייס, אבער אויב וואוט די עולם אין גרויסן דורך די פאסט, און די דעמאקראטישע פארטיי העלפט צו פארן עולם,
אטאמאטיש פארלירט טראמפ זיין גאנצע שטארקייט, און ער קען זייער גרינג פארלירן!!!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:51 pm

Haklal האט געשריבן:איך זעה די אנטוזיעסעם פינעם עולם ווי ער טרעט נאר אויף, דעס זאגט מער ווי אלעס
ביידען קען נישט אנציען קיין 10 מענטשן ביי ראליס אין טראמפ קען ארויסברענגען טויזענטער קען נישט זאגן מער

טראמפ קען אבער יא אנצוהען 10,000,000 מענטשן זאלן ארויסגיין קעגן איהם :lol:
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:52 pm

עז אוו נאו האט ביידען די עזש, הגם נישט אזא ברייטע.
איך האלט קלאר אז אסאך פון די יעצטיגע אנקעטעס זענען זיכער איבערגעטריבן. אבער ס'זיכער דא אנקעטעס וואס מ'קען נוצן אלס עפעס צו קוקן אויף. וועגן דעם איז דא אן עוורעזש.

פלארידע לייג איך זיכער אריין אין טראמפ'ס קאלום (יא, איך האלט אז טראמפ האט דאס פיין אריינגערוקט צו די רעפובליקאנער זייט), טעקסעס זשארזשיע און אייאווע אויך, מעין-2 איז אויך ליען טראמפ.
נ.ק. טאסס-אפ (אויב איך דארף עס אריינלייגן אין איינעם'ס קאלום, איז עס אין ביידען'ס).
איך גלייב אבער אלע אנדערע סווינג שטאטן גייען גייען פאר ביידען.
דאס געט פאר ביידען א 288 ליעד אין די עלעקטארעלס. (300 אינקלודינג נ.ק.)

איך וואט ביידען, אבער איך וואלט נישט געווען סורפרייזט אויב טראמפ געווינט.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:53 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

בלינצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך בלינצע » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:52 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:פשוט ווייל דאס ווייזט אז מען קען נישט גלייבן קיין אנקעטעס, והא ראיה איין אנקעטע געבט פאר ביידן א 14% אויבערהאנט בעת, א אנדערע ווייזט א טיי.

אלא מאי איז עס עפעס אינצווישן, ניין? אה ניין, ס'מיינט אז טראמפ געווינט זיכער...

איך זאג נישט אז טראמפ גייט פארלירן, אבער קיין ראיה אז ער גייט זיכער געווינען האב איך נישט געפינען. ניטאמאל קיין ווארשיינליכע געווינער איז ער אויך נישט.


ווער זאגט אז דאס מיינט טראמפ געווינט זיכער? אזויפיל אבער -קען מען זאגן- ווייזט עס אז די אנקעטעס וואס ווייזן אז ער פארלירט זיכער, זענען גארנישט ווערד.

ובכן, אז אנקעטעס זענען ווערדלאז, גייט מען צו אנדערע אינדעקעיטערס, לדוגמא ראלי'ס, ענטיוזיאזים וכו' וואס דאס ווייזט אויף א טראמפ געווינס.

כל זה כתבתי בדרך דרוש ליישב סתירת הדעות אם להאמין או לא להאמין אנקעטעס.

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך נאך איינער » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:55 pm

Haklal האט געשריבן:איך זעה די אנטוזיעסעם פינעם עולם ווי ער טרעט נאר אויף, דעס זאגט מער ווי אלעס
ביידען קען נישט אנציען קיין 10 מענטשן ביי ראליס אין טראמפ קען ארויסברענגען טויזענטער קען נישט זאגן מער

אין וויאזוי שטימט עס מיט 2016?

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:57 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דער עולם ערווארט טראמפ זאל געווינען בלויז ווייל מ'קען נישט גלייבן קיין אנקעטעס, אבער ווי נאר איין אנקעטע שווימט ארויף אז טראמפ איז נאר 4 פונקטן אונטערשטעליג אין פענסילוועניע, לויפט מען ארום דערמיט פון אשכול צו אשכול...

ס'איז דיר טאקע אינטערסאנט?
גראדע ביזטו גערעכט אז די גאנצע ענין פון אנקעטעס איז ארויסגעווארפען צייט אין מיסט און איז בלויז לעכערליכע שטאף פאר די פארקומפעלטע קארפן קעפ צי קענען מאלן וואסער און אלאזירן און שטאדירן צי פיטערן זייערע קיען

אבער אז מ'ניצט יא די שכל און מ'וויל טרעפן א הגיון אין די פאלשע נומערן קען מען ארויסקומען מיט פארשידענע השערות פארוואס אנקעטעס קומען אטאמאטיש ארויס גינסטיג פאר דעמאקראטן. וואס די סיבה זאל נאר נישט זיין, ווען ס'קומט ארויס א אנקעטע פאזיטיוו פאר די רעפאבליקאנער איז עס א צייכן אז כאטש די אטאמאטיש אויסקום פונעם אנקעטע טוט פעיווארטן די דעמאקראט דאך איז עס זייער נאנט וואס באדייט אז אין פאקט זענען די רעפאבליקאנער גאר שטארק פאראויס.

אבער נאכאמאל דאס איז בלויז פאר די וואס פאלן נעבעך פאר די געשטרייפטע שטערנס פון די בלעכענע מידיע אוטלעטן. באמת אבער איז עס ווי געשמועסט ניטאמאל קיין ראוי לצור על פי צלוחית.
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 10:00 pm

Haklal האט געשריבן:איך זעה די אנטוזיעסעם פינעם עולם ווי ער טרעט נאר אויף, דעס זאגט מער ווי אלעס
ביידען קען נישט אנציען קיין 10 מענטשן ביי ראליס אין טראמפ קען ארויסברענגען טויזענטער קען נישט זאגן מער

איך הער און זעה לעצטענס אסאך דעם פוינט.

אבער עס וואלט געפאסט אז א עם חכם ונבון זאל פשוט וויסן אז ביידן מאכט פשוט נישט קיין ראליס....

נאריש צו דמיון'ען אז עס פעלט ענטוזיאזם אויף די לינקע זייט, ווען מען ווייסט וואס פאר א פאנדרעיזינג עס גיסט זיך דארט, און טאקע גרעסרוט דאנעישענס. ווי אויך האט ביידן געהאט הונדערטער מענטשן וואס זענען אים געקומען פשוט באגריסן ביי א נישט געלאדענטע אבער יא געמאלדענע אפשטעל מיט זיין באן אין א פענסילוועניע שטעטל.

---------

יצחק אייזיק האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דער עולם ערווארט טראמפ זאל געווינען בלויז ווייל מ'קען נישט גלייבן קיין אנקעטעס, אבער ווי נאר איין אנקעטע שווימט ארויף אז טראמפ איז נאר 4 פונקטן אונטערשטעליג אין פענסילוועניע, לויפט מען ארום דערמיט פון אשכול צו אשכול...

יא, די חברה מיינען שוין געהעריג אז אפ איז דאון.

היינט צום ביישפיל זענען זיי געטאנצן פאר שמחה מיט די "טראפאלגאר" ביידן פלאס 2.4% אין פענסילוועניע...

------------

לעת עתה האט עס ביידן אין טאש, מיט לכאורה איבער 15 מיליאן מענטשן שוין געשטימט, אבער נעווער סעי נעווער, עס איז דאך נאך דריי וואכן און צוויי הונדערט מיליאן שטים בארעכטיגטע וויילער.

-----------

גראדע אין 2018 האט טראמפ געווינען דעם סענאט אזוי ווי די אנקעטעס, און פארלוירן דעם הויז אזוי ווי די אנקעטעס.

-----------

א רעפאליקאנער אינקאמבענט פרעזידענט וואס דארף קאמפיינען אין דזשארדזשיע, איז נישט אין די געים בכלל לעת עתה. דאס איז אפילו אן אנקעטעס.
IMG-20201013-WA0125.jpg
IMG-20201013-WA0125.jpg (315.9 KiB) געזעהן 1227 מאל
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 10:20 pm

ביידען

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך סמארט גאי » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 10:28 pm

ביידען אן קיין צווייפעל (איינער געדענקט אים נאך?)
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: choc, Like news, Lion, maybeeynot, PetalBot, אבי.גערעדט, אבן יקרה, אלפים ועשרים, וואל טאג, חלה, יש ברירה, כ'לאך, למך'ל, עטיש, פערשט, קאפ און אקסל, ר' יום טוב, שטיל, שכל טוב און 89 געסט