לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בסתר המדרגה
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:17 pm

לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך בסתר המדרגה » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:44 pm

איך האב נאכנישט געזען דעבאטירט דא די נושא, אויב שוין דא, קען מען צוזאמשטעלן.
ווען מען רעדט פון די קומענדיגע וואלן, טראכט מען טראמפ, אבער אין די קומענדיגע וואלן וועט אויך זיין אויפן בעלאט אין נוי זשערסי - וואו אסאך היימישע אידן וואוינען שוין היינט- א רעפערענדום צו די סטעיט זאל לעגאליזירן די גראזן. אזויווי 11 אנדערע סטעיטס און דיסטריקט אוו קאלאמביע.

איך האב נאכנישט געהערט וואס דער היימישער עולם האלט פון א אידישע שטאנדפונקט, עס איז לכאורה דא שטארקע צדדים לכאן ולכאן.

צד להחמיר.
אז עס וועט זיין מער מצוי, איז דא א חשש אז אינגע קינדער אדער בחורים זאלן האבן גרינגער צוטריט. אז היימישע אינגעלייט זאלן חלילה ווערן צוגעבינדן דערצו. אז דער אלגעמיינער באפעלקערונג זאל עס מער נוצן און אפשר ברענגן א העכערונג אין קריים.

צד להקל.
מאכט אוועק אלע אויבנדערמאנטע טענות מיט די פשוטע פאקט אז ווער עס וויל קען עס סיי ווי באקומען היינטיגע צייטן, ספעציעל אז קלענערע קוואנטומען זענען שוין דיקרימינעלייזט.
די סיבה אינגאנצן צו לעגאליזירן איז עס וועט אראפברענגן די קריים רילעיטעד צו די שווארצע מארקעט. אזוי אויך, אויב וועט עס זיין לעגאל וועט עס אויך זיין מער קאנטראלירט און וועט אראפברענגען די באנוץ ביי מינדעריעריגע. און מער געפארפולע דראגס וועלן פאלן אלץ לא שביק אינש היתרא ועביד איסורא.

פון א היימישע שטאנדפונקט וועט עס אויך העלפן מענטשן וואס נוצן פארשידענע פראדוקטען ווי סי. בי. די. וכדומה וואס וועט ווערן גרינגער צו באקומען און ביליגער.
פון א פאליטישע שטאנדפונקט איז אויך דא מענטשן וואס זענען איבערגעצייגט אז די רעגירונג דארף זיך אריינמישן ווי ווייניגער אין די לעבן פון פריוואטע מענטשן, און אפילו נניח אז קאנאביס איז שעדליך, איז זיכער אז אלקהאל איז מער שעדליך סיי פיזיש און סיי גייסטיש. און דאך וואלט קיינער נישט געוואלט די רעגירונג זאל דעלאגאליזירן אלקהאל פאר ערוואקסענע מענטשן, פונקט ווי מען וויל נישט זיי זאלן איינטיילן וויפיל זאלץ אריינצולייגן אין עסן.

איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האלט.
לעצט פאראכטן דורך בסתר המדרגה אום מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:47 pm

אין קאנאדע איז דא היימישע אידן וואס האבן באקומען די לייסענס צו דיעלן דערמיט און שארן לכאורה גאלד. גוטע ביזנעס אפארטוניטי
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
נחזור לענינינו
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך נחזור לענינינו » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:47 pm

אני הקטן האלט אויך אז ס'וועט ווערן ווייניגער אן ארטיקל אויב ס'ווערט ליגאל, בבחינת מים גנובים ימתקו.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:49 pm

איך האב נישט קיין מיינונג, קען מיר בה נישט אויס, לאמיר הערן מיר
שויתי ה' לנגדי תמיד

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:50 pm

קיין איין קרום ווארט??
וואס וואלט ר' אביגדור מיללער ז"ל געזאגט צו דעים?
חמירא סכנתא מסירה

סאיז נישטא קיין פראבלעם וואס די גאווערמענט קען נישט מאכן ערגער

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:51 pm

אה, גיימער אי"ה וואוטן מיט א גארטל, ומחבש לעשבות"ם

--
שיעלע, דיס איז די ניו לאו..
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
נחזור לענינינו
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך נחזור לענינינו » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:52 pm

נא אדרבה קום אריין, אונז ווארט מיר.
אה צולייגער האקט..

אוועטאר
נחזור לענינינו
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך נחזור לענינינו » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:55 pm

"צולייגער"]אה, גיימער אי"ה וואוטן מיט א גארטל, ומחבש לעשבות"ם

--
שיעלע, דיס איז די ניו לאו..[/quote]
אה..
קיינמאל געכאפט פארוואס דער פסוק איז א סגולה פאר חולי נפש

בסתר המדרגה
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:17 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך בסתר המדרגה » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:57 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:קיין איין קרום ווארט??
וואס וואלט ר' אביגדור מיללער ז"ל געזאגט צו דעים?

ר' אביגדור איז געווען א גרויסער איד, אבער נישט קיין פוסק אחרון.
אויב האט ער עפעס געזאגט, אדרבא, אהער דערמיט. אבער צו גיין אלץ קאנסערוואטיוו בלויז ווייל ר' אביגדור האט נוטה געווען להקאנסערוואטיווים בימיו, איז נישט קיין תורה מסיני.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:01 am

בסתר המדרגה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:קיין איין קרום ווארט??
וואס וואלט ר' אביגדור מיללער ז"ל געזאגט צו דעים?

ר' אביגדור איז געווען א גרויסער איד, אבער נישט קיין פוסק אחרון.
אויב האט ער עפעס געזאגט, אדרבא, אהער דערמיט. אבער צו גיין אלץ קאנסערוואטיוו בלויז ווייל ר' אביגדור האט נוטה געווען להקאנסערוואטיווים בימיו, איז נישט קיין תורה מסיני.

ברענג ביטע איין חולק
חמירא סכנתא מסירה

סאיז נישטא קיין פראבלעם וואס די גאווערמענט קען נישט מאכן ערגער

Programming
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך Programming » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:07 am

עס איז א גוטע זאך עס זאל נישט זיין בהישג יד, עכ"פ פאר ישיבה בחורים וויבאלד עס אפעקטירט די שארפקייט פונעם מוח. באופן כללי איז שוין דאס לאנד גענוג נאריש ברויך מען נאך צולייגן דאס אויך?

פון די אנדערע זייט איז דאס קרימינאליזירן א געפערליכע זאך וואס איז יצא שכרו בהפסדו טויזנט מאל און האט נישט קיין גענוג גוטע סיבה, ווי מען האט שוין אנגעצייכנט אז אלקאהאל און טאבאקא זענען פיל מער שעדליך ווי דאס.

סאו אוודאי איז גוט מען זאל עס די קרימינאליזירן, אבער בעפאר איר כאפט זיך צו דערצו זייט וויסן אז אפילו איין מאל קען שטארק שאדן פאר די שארפקייט פון קאפ.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:08 am

Programming האט געשריבן:עס איז א גוטע זאך עס זאל נישט זיין בהישג יד, עכ"פ פאר ישיבה בחורים וויבאלד עס אפעקטירט די שארפקייט פונעם מוח. באופן כללי איז שוין דאס לאנד גענוג נאריש ברויך מען נאך צולייגן דאס אויך?

פון די אנדערע זייט איז דאס קרימינאליזירן א געפערליכע זאך וואס איז יצא שכרו בהפסדו טויזנט מאל און האט נישט קיין גענוג גוטע סיבה, ווי מען האט שוין אנגעצייכנט אז אלקאהאל און טאבאקא זענען פיל מער שעדליך ווי דאס.

סאו אוודאי איז גוט מען זאל עס די קרימינאליזירן, אבער בעפאר איר כאפט זיך צו דערצו זייט וויסן אז אפילו איין מאל קען שטארק שאדן פאר די שארפקייט פון קאפ.

זיין נאריש איז היבש שעדליך.
שויתי ה' לנגדי תמיד

בסתר המדרגה
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:17 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך בסתר המדרגה » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:26 am

ריכטיג, עס איז דא שטודיעס וואס זאגן אז נוצן גראזן אין די יארן וואס דער מח האלט נאך אינמיטן וואקסן קען שלעכט אפעקטירן דעם מח. עס איז זיכער נישט קיין קינדער שפיל פאר מיינארס.
די שאלה איז אויב לעגאליזירן וועט האבן אן אפעקט, און אויב יא לטוב או לרע.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 1:54 am

פארן גוי איז עס לכאורה א גוטע זאך, ווייל זיי נוצן עס סייווי און די קרימינאליזאציע דערפון ברענגט נאר נאך קריימס, אבער פאר היימישע אידן איז מסתבר אז עס זענען דא אסאך וואס וועלן עס אנהייבן צו נוצן אויב עס ווערט לעגאל.

אין קאנאדע האב איך טאקע געהערט אז עס איז ממש געפערליך פארשפרייט, אזש אין געוויסע מקומות געט מען אפיציעל "הויכע טשאלנט" ביי קדישים.

פּשוט און פּראָסט
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 2:37 am

נחזור לענינינו האט געשריבן:אני הקטן האלט אויך אז ס'וועט ווערן ווייניגער אן ארטיקל אויב ס'ווערט ליגאל, בבחינת מים גנובים ימתקו.

כ׳בין מחולק בכל התוקף מיט דעם טעאריע, אדרבא, די גאנצע װעלט װעט אראפגײן א דרגא, די װאס האבן יא מורא געהאט פארן געזעץ ביז יעצט, װעלן יעצט װערן צוגעשלעפט דערצו, און די װאס האבן נישט מורא געהאט, װעלן פלוצלינג װערן קלין װײל ס׳שױן מותר??? קאם אן!! אדרבא זײ װעלן אנהײבן פאטשקענען אין נאך ערגערע סחורה װאס איז נאך יא אסור, טאקע װעגן מים גנובים ימתקו.. און אלעס װעט זײן מער מצױ װי ביז יעצט, און אוטעמאטיש װעט זיך הײבן קרײם, און אלע אנדערע נידריגע זאכן רח״ל.

וה״ה לגבי גאנס.. דעי גאנצע טאלקינג פױנט אז די גאװערמענט קען עניװעי נישט איפארסען, איז שטויות.. אלעס גײט בהדרגה..

דעתי הקלושה

נוסח אשכנז
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך נוסח אשכנז » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 2:51 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:קיין איין קרום ווארט??
וואס וואלט ר' אביגדור מיללער ז"ל געזאגט צו דעים?



די סענטנס "וואס 'וואלט' ר' אביגדור מיללער ז"ל געזאגט צו דעם?"
האט לדעתי נישט קיין שום פשט
ווייל ממה נפשך אויב איז שוין געווען אזא מעשה ווי מען האט געוואלט לעגאליזירן דראגס און ר' אביגדור מיללער ז"ל האט זיך קעגענגעשטעלט דאן איז די שאלה "וואס 'האט' ר' אביגדור מיללער ז"ל געזאגט צו דעם?"
און אויב נישט, נאר דו שטעלסט זיך פאר וואס א גדול בישראל וואלט געזאגט, דעמאלץ פארוואס האסטעך אפגעשטעלט ביי ר' אביגדור ז"ל?
גיי ארויף ביז משה רבינו!

פּשוט און פּראָסט
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 3:04 am

נוסח אשכנז האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:קיין איין קרום ווארט??
וואס וואלט ר' אביגדור מיללער ז"ל געזאגט צו דעים?



די סענטנס "וואס 'וואלט' ר' אביגדור מיללער ז"ל געזאגט צו דעם?"
האט לדעתי נישט קיין שום פשט
ווייל ממה נפשך אויב איז שוין געווען אזא מעשה ווי מען האט געוואלט לעגאליזירן דראגס און ר' אביגדור מיללער ז"ל האט זיך קעגענגעשטעלט דאן איז די שאלה "וואס 'האט' ר' אביגדור מיללער ז"ל געזאגט צו דעם?"
און אויב נישט, נאר דו שטעלסט זיך פאר וואס א גדול בישראל וואלט געזאגט, דעמאלץ פארוואס האסטעך אפגעשטעלט ביי ר' אביגדור ז"ל?
גיי ארויף ביז משה רבינו!

ער האט גערעדט פון זײער אסאך ענליכע זאכן, אין די צײטן װאס דאס לאנד האט אנגעהױבן גײן אין די דירעקציע, און ער האט היבש פארגעזעהן װי װײט דאס װעט זיך דערקײקלען

גאנץ פשוט

על דרך משל, אױב ס׳פעלט נאך אױס, װען די ציונים טוהן כ׳װײס נישט װאס, פרעגט מען נישט װאס װאלט דער מאור ושמש געזאגט צו דעם

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 3:33 pm

נישט לעגלאזירן פאר געזונטע מענטשען. יא, פאר מענטשען וואס דארפן עס לצורך רפואה.

א זייטיגע מעלה פון נישט לעגאליזירן, אז די פראסקיוטערס זענען כסדר פארנומען מיט די ענינים, און האבן ווייניגער צייט פאר אנדערע זאכן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך גרשון » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 3:50 pm

ס'איז אינטערעסאנט ווי cannabis ווערט שוין דערמאנט דורכ'ן רדב"ז (מיט ארום 500 יאר צוריק) אלס עפעס וואס איז משכר און מאכט פרייליך:

אבל עלי הקנבוס הנקרא קנב אוכלין אותו במצרים ומשכר ואומרים שהוא משמח.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 5:49 pm

גרשון האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט ווי cannabis ווערט שוין דערמאנט דורכ'ן רדב"ז (מיט ארום 500 יאר צוריק) אלס עפעס וואס איז משכר און מאכט פרייליך:

אבל עלי הקנבוס הנקרא קנב אוכלין אותו במצרים ומשכר ואומרים שהוא משמח.

לויט טייל מפרשים, איז דאס די "פול של גריסין" וואס רש"י ברענגט פון מדרש אז יוסף האט געשיקט פאר יעקב פון מצרים כדי אים צו בארואיגען.

זעה אויך אין דברי דוד להטו"ז (בראשית מה כג) א אינטערסאנטע זאך, אז לכאורה וואלט שוין יעקב אבינו געדארפט זיין בשמחה נאכן הערן די בשורה טובה אז עוד יוסף חי, נאר וואס דען, אז איינער איז געווען געוואוינט צו זיין בדאגה ובעצבות ווערט עס שוין כמעט ווי א טבע, און ס'העלפט נישט ווען די סיבת הדאגה ווערט בטל, נאר מ'דארף א פיל זיך צו היילן דערפון.

ואם אמר כן על יעקב אאע"ה, מה נאמר ומה נדבר על אנשי זמננו.
צוגעלייגטע
פול-המצרי.jpg
פול-המצרי.jpg (674.29 KiB) געזעהן 413 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך נעם אין אכט » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 10:53 pm

נא_שכל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט ווי cannabis ווערט שוין דערמאנט דורכ'ן רדב"ז (מיט ארום 500 יאר צוריק) אלס עפעס וואס איז משכר און מאכט פרייליך:

אבל עלי הקנבוס הנקרא קנב אוכלין אותו במצרים ומשכר ואומרים שהוא משמח.

לויט טייל מפרשים, איז דאס די "פול של גריסין" וואס רש"י ברענגט פון מדרש אז יוסף האט געשיקט פאר יעקב פון מצרים כדי אים צו בארואיגען.

זעה אויך אין דברי דוד להטו"ז (בראשית מה כג) א אינטערסאנטע זאך, אז לכאורה וואלט שוין יעקב אבינו געדארפט זיין בשמחה נאכן הערן די בשורה טובה אז עוד יוסף חי, נאר וואס דען, אז איינער איז געווען געוואוינט צו זיין בדאגה ובעצבות ווערט עס שוין כמעט ווי א טבע, און ס'העלפט נישט ווען די סיבת הדאגה ווערט בטל, נאר מ'דארף א פיל זיך צו היילן דערפון.

ואם אמר כן על יעקב אאע"ה, מה נאמר ומה נדבר על אנשי זמננו.

איך גלייב נישט אז דו מיינסט עס ערענסט!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10266
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:18 am

די טעאריע אז מים גנובים ימתקו, אז אזוי וועט זיין אויב מען וועט לעגאליזירן מאריוואנא, איז נישט אמת. מען קען עס קלאר זען אין די פלעצער וואו מען האט שוין לעגאליזירט, וד"ל.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:22 am

איך מיין אז עס איז א סתירה צו זאגן מים גנובים ימתקו אויף מאריכואנע, און אז דאס וועט גאר מאכן אז מען זאל ווייניגער נוצן ערגערע זאכן.


ליידער איז אבער דא א ריזיגע רוב אין אמעריקע וואס שטיצט די זאכן.

עס איז אויך אויפן בעלאט מיט א אנקעטע ליעד אין מאנטענע.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
נחזור לענינינו
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך נחזור לענינינו » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 8:19 pm

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
נחזור לענינינו האט געשריבן:אני הקטן האלט אויך אז ס'וועט ווערן ווייניגער אן ארטיקל אויב ס'ווערט ליגאל, בבחינת מים גנובים ימתקו.

כ׳בין מחולק בכל התוקף מיט דעם טעאריע, אדרבא, די גאנצע װעלט װעט אראפגײן א דרגא, די װאס האבן יא מורא געהאט פארן געזעץ ביז יעצט, װעלן יעצט װערן צוגעשלעפט דערצו, און די װאס האבן נישט מורא געהאט, װעלן פלוצלינג װערן קלין װײל ס׳שױן מותר??? קאם אן!! אדרבא זײ װעלן אנהײבן פאטשקענען אין נאך ערגערע סחורה װאס איז נאך יא אסור, טאקע װעגן מים גנובים ימתקו.. און אלעס װעט זײן מער מצױ װי ביז יעצט, און אוטעמאטיש װעט זיך הײבן קרײם, און אלע אנדערע נידריגע זאכן רח״ל.

וה״ה לגבי גאנס.. דעי גאנצע טאלקינג פױנט אז די גאװערמענט קען עניװעי נישט איפארסען, איז שטויות.. אלעס גײט בהדרגה..

דעתי הקלושה

לגבי אראפגיין א דרגה בין איך מחולק,
לגבי דיין צווייטע פוינט, פאר ד וואס האבן שוין אנגעפאנגען, פאר זיי האב איך נישט קיין עצה, דאס דארף מען מסדר זיין ביי אן אדיקשען ספעשעליסט.

אוועטאר
נחזור לענינינו
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: לעגאליזירן מאריכאנא אויפן בעלאט - נוי דזערסי

תגובהדורך נחזור לענינינו » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 8:27 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט ווי cannabis ווערט שוין דערמאנט דורכ'ן רדב"ז (מיט ארום 500 יאר צוריק) אלס עפעס וואס איז משכר און מאכט פרייליך:

אבל עלי הקנבוס הנקרא קנב אוכלין אותו במצרים ומשכר ואומרים שהוא משמח.

לויט טייל מפרשים, איז דאס די "פול של גריסין" וואס רש"י ברענגט פון מדרש אז יוסף האט געשיקט פאר יעקב פון מצרים כדי אים צו בארואיגען.

זעה אויך אין דברי דוד להטו"ז (בראשית מה כג) א אינטערסאנטע זאך, אז לכאורה וואלט שוין יעקב אבינו געדארפט זיין בשמחה נאכן הערן די בשורה טובה אז עוד יוסף חי, נאר וואס דען, אז איינער איז געווען געוואוינט צו זיין בדאגה ובעצבות ווערט עס שוין כמעט ווי א טבע, און ס'העלפט נישט ווען די סיבת הדאגה ווערט בטל, נאר מ'דארף א פיל זיך צו היילן דערפון.

ואם אמר כן על יעקב אאע"ה, מה נאמר ומה נדבר על אנשי זמננו.

איך גלייב נישט אז דו מיינסט עס ערענסט!

די שאלה איז וואס דו מיינסט ערנסט, ער איז ערנסט מיטן געדאנק, אבער נישט אויף למעשה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abr, Gevald Geshrigen, SemrushBo, אאי, אהבת ישראל, אזוי וויל איך, אמביציע, ארויף, חלה לכבוד שבת, כ'לאך, כאפצעם, שרייב ווערק און 81 געסט