ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 4:15 pm

זייער גוט
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14519
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 4:38 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אוי.

;l;p-


----------

הערליכע אנאליז @קליינטשיגער.

איך האב אויך געטראכט ביים הערן דעם שטיקל פון פענס צו העריס וועגן איר רעקארד אלס פראסעקיוטער, און אויך אויף די פוירסט סטעפ עקט, אז דאס איז גאר שטארקע ליינס.

דאס לייגט צו צו מיין נעכטיגע נקודה, אז אפילו וואס העריס איז יא געווען בעסער, קומט איר אויך קנאפ קרעדיט, ווייל עס איז אסאך גרינגער צו דעפענדן דעם מציאות, משא"כ ווי אזוי פענס באווייזט צו ספינען די אומדעפענסעבל איז אסאך א גרעסערע קונץ, אז דא טאקע ביי איר שלעכטע רעקארד, האט זי נישט באוויזן צו דעפענדן אירע מעשים טובים/רעים.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 4:54 pm

שכח קליינטשיגער פאר דיין באריכט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 5:14 pm

קליינטשיקער שרייבט פיין.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך שאשא » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 5:15 pm

;l;p- קליינטשיקער
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2274
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 6:24 pm

זייער גוט קליינטשיגער,

אין מיין וויזיע האט העריס גערעדט קלאר און פעסט, אפשר בעסער ווי פענס. אבער האט נישט גערעדט צום הארצן פון די אומבאשלאסענע וויילער. די וואקלדיגע וויילער גלייכן נישט טראמפ. אבער קענען נאכנישט פועל'ן צו גיין מיט די פיספול פראטעסטירער. און וואס זעען זיי דא, א פענס וואס רעדט מער-ווייניגער צום דבר, און א העריס וואס שרייט אז יוסטיץ איז נאט דאן.

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך קליינטשיגער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 6:29 pm

57 מיליאן מענטשן האבן מיטגעהאלטן די דיבעיט נעכטן, צווייט העכסטע אין די וויפי דיבעיט היסטערי, די העכסטע איז געווען אין 2008 צווישן סערא פעילין און דזשאו ביידען מיט 70 מיליאן צוקוקער.

2016 האבן געוואטשט א נישטיגע 36 מיליאן.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 6:31 pm

שטראק אראפ געלייגט, א דאנק
קליינטשיגער האט געשריבן:איך האלט אז פענס האט דא געוויזען וואס נארמאל מיינט און דאס גייט שאטן פאר די הויפט אויפן טיקעטס, מען כאפט זיך יעצט ווי פאריקט דער אנדערער איז, מען וואלט ווען געדארפט ארומדרייען די טיקעט.


שטערקסטע ליין. (איינס נאך "געווינער: די אמעריקאנע פאלק")
הלוואי דרייט מען עס נאך יעצט ארום. אבער פון די אנדערע זייט קען עס אויך העלפן פאר טראמפ, דורך ווייזן אז עס פארט דא נארמאלע מענטשען מיט אים.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 6:36 pm

קליינטשיגער ;l;p- ;l;p-
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 11:52 pm

זיעער שטארק @קליינטשיגער

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך נעם אין אכט » פרייטאג אוקטובער 09, 2020 3:24 am

קרייסלער האט געשריבן:פענס האט געמאכט א קעיס און אפעלירט צו העריס זי זאל אויפהערן שפילן פאליטיק מיט די נייע וואקסין וואס וועט ארויסקומען

אין מיינע אויגן האט העריס זייער שיין געענטפערט

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך נעם אין אכט » פרייטאג אוקטובער 09, 2020 3:26 am

להגדיל שמו האט געשריבן:איר גרעסטע פראבלעים איז אז זי קען נישט אראפ שאקלען פון זיך איר פראסיקיאטער שטעלע.

א צווייטע קרישקעלעך איז געווען, ווען זי האט געזאגט פאר פענס איך רעדט יעצט האק נישט אריין. און דרייסיג סקונעס שפעטער האט זי אריין געהאקט.

גראדע מיר געווען א חידוש עצום אז זי האט געבעטן א רעספאנס, און זייער גוט געענטפערט

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך נעם אין אכט » פרייטאג אוקטובער 09, 2020 3:36 am

קליינטשיגער האט געשריבן:נעכטן געוואטש די גאנצע דיבעיט, נישט אנגעקומען צו שרייבן ביז יעצט, מיינע צוויי צענט:

ווער האט געווינען די דיבעיט:
סוזען פעידזש די מאדערעיטאר פון די דיבעיט.
די אמעריקאנער פאלק.
מייק פענס.
קאמאלע העריס.

ווער האט פארלוירען די דיבעיט:
קיינער!!

לאמיר צונעמען די דיבעיט, קודם האט די אמעריקאנער פאלקט געווינען, עס איז געווען א נארמאלע שמועס צווישן צוויי אדאלטס, גערעד פאלעסי, מען האט פון די דיבעיט געקענט פארשטיין וועכע צד פארטרעט וועכע פאלעסיס, מען האט געקאווערט זייער אסאך אישוס, מען האט זיך כמעט נישט אריינגעהאקט, אקיצור... אלעס וואס האט נאר געקענט זיין אנדערש ווי די פאריגע דיבעיט איז דא געווען, דאס מאכטעס פאר א געווינס פארן פאלק און פארן מאדערעיטאר, קען זיין אז זי האט געווינען ווייל טראמפ איז נישט געווען ביים טיש, כווייס נישט, עס איז געווען סדר און שוין.

מייק פענס האט געווינען.
מייק פענס האט דעליווערט ביים דיבעיט עטליכע זאכן, נאמבער איינס איז געווען זיין באנעמונג, פענס קומט אריין אזוי איידל, ווער עס זאל נאר שטיין נעבן אים וועט אויסזען ווילד, ער האט גאר א גוטע און רואיגע קאנפידענט שפראך, ווען ער רעד געט ער די אימפרעשאן פון די טאטע איז דא, מען דארף זיך נישט זארגן.

ווי אויך האטער דעליווערט אפאר גוטע שאטס קעגן העריס/ביידען, ער האט געשטעלט אין פלאץ העריס נאכן עטליכע מאל נישט ענפערן צו העריס/ביידען גייען פעקן די קארט, העריס האט למעשה נישט גענפערט אויף די פראגע און פענס האט זיכער געמאכט אז יעדער האלט דאס מיט.

פענס האט זייער שטארק אראפגעברענגט איר רעקארד אלס פראסיקיוטער, און דערנאך צוגעלייגט ׳דו האסט נישט צוגעלייגט א פינגער צו די פירסט סטעפ עקט׳, דאס איז א שטארקע שטאך פאר איר, ווען איר טיקעט טרייט צו זיין די וואס נעמען זיך אן פאר שווארצע.

אויף קליימעט טשעינדזש סאם האו האט פענס ערלעדיגט אז העריס זאל זיין אויף דיפענס און אביסל פארלוירען בשעת די דעמס זענען שטערקער אויף די אישו, און פענס וואלט ווען געדארפט זיין דער פארלוירענער.

העריס האט געוונען.
העריס האט דעליווערט א פאנאמענאל דזשאס אין מיינע אויגן, די ערשטע זאך איז אז איך האב איר קיינמאל ליב געהאט, זינט די דיבעיט ווי זי האט זייער שמיציג אטאקירט ביידן איבער סעגרעגעישאן, האב איך איר אנגעקוקט ווי א שלעכטע פרוי, דא איז זי אנגעקומען זייער קלאסיש, אין מיטן ווען פענס האט געזאגט אז זי איז אינטייטלט צו אירע אייגענע מיינונגען אבער נישט צו אירע אייגענע פאקטן, האט זי זיך צושמייכלט און אים געזאגט ׳גוד ליין׳ זייער ציוויל און שמייכלדיג, זי האט גע׳עקט פראפעשנעל, און נישט בייסיג ווי אין די פריימעריס, דאס אליינס אז די צוקוקערס בליק האט זיך געטוישט מאכט איר שוין געווינען.

דאן איז דא די קאמאלע העריס פראסיקיוטער מאווס אבער ווי געזאגט, אין א איידעלע ווערסיע, איבער קאראנע האט העריס אפיר געברענגט אפאר ציפעדיגע פראגעס וואס פענס אלס פירער פון די קאוויד טעסק פארס וואלט געדארפט זיין גרייט צו ענפערן אבער האט נישט, פארוואס האט טראמפ נישט פארציילט דעם אמת פאר פאלק גאר אנפאנג פונעם וויירוס, ער איז געווען ביזי אז ביז א וואך צוויי גייטעס אוועקגיין, פארוואס האט אמעריקע פער קעפיטא מער טויטע ווי אנדערע לענדער ווי למשל קאנאדע, פענס האט זייער געוואלט אז די שמועס זאל זיך דרייען ארום די אקאנעמי, אבער העריס האט אויסגעפירט אז די שמועס זאל זיין וועגן קאראנע, העריס האט פארגעהאלטן פענס ווי אזוי די פירער פון אונזער לאנד קענען זיין אזוי קערלעס און מאכן א ריזיגע פאליטישע עווענט אין ווייסן הויז אין אזא צייט, קעמען זיך דען פארלאזן אויף זיי צו פירען דאס לאנד איז אזא צייט? אויף וואס פענס האט גענפערט אז די טראמפ אדמיניסטראציע פארלאזט זיך אז יעדער קען זיך מאכן זיינע אייגענע דיסידזשענס פאר זיין געזונט, רבוש״ע, א האלבע ווייסע הויז איז קראנק און ער פארלואזט זיך אויף זייער דזשאדזשמענט.

פענס האט פראבירט צו אראפלייגן אז טראמפ האט זייער גוט באהאנדלט די וויירוס וויבאלד ער האט געמאכט די טשיינע בען, דאס איז די איין זאך וואס די טראמפ סטעף שרייען יעדעס מאל כדי צו ווייזן ווי גוט ער האט קער גענומען, למעשה איז די טשיינע בען נישט געווען פולקאם, נאך טויזענטער מענטשן זענען ווייטער אריינגעקומען, יעדער פאר זיינע סיבות, פלאס די עקספערטן זאגן אז די וויירוס דא איז אנגעקומען פון אייראפע.

פענס האט פראבירט צו ווארפן די שוויין פלו קעגן ביידן, אז ארום 60 מיליאן מענטשן זענען געווארן אינפעקטעד, אבער דאס איז געווען א אומגעלונגע טשיעפ שאט, ווייל די שוויין איז נישט געווען אזוי שעדליך, ווען וואלט אפשר קען זיין, פענס האט דא זייער שוואך אויסגענומען.

וועגן א פיעספול טרענספער אוו פאוער, עפעס וואס טראמפ האט נישט געקענט צוזאגן, האט פענס אויך נישט גענפערט, עפעס וואס קיין איין אמעריקאנער פירער האט זיך נישט ערלויבט צו טון, דאס איז א שטארקע טורן אףף פאר וויילער.

פעענס האט געזאגט אז עס קומט א העלט קער פלאן און מען גייט פראטעקטן פרי ערזיסטינג קאנדישאנס, סארי אבער עס הייבט זיך נישט אן, שוין דריי יאר וואס אונז הער מיר אז דאס קומט, און גארנישט.

וועגן די טשיינע טרעיד וואר האט העריס געווען אייזן, ענד אוו סטארי, ביסט געגאנגען אין א טרעיד וואר און דערלייגט, אמעריקע האט דערלייגט, די פארמערס האבן דערלייגט און זענען זייער אנגעווייטאגט, זי האט אנגעצינדן די ווייטאג פון די אייעווע פארמערס, וואס טראמפ דארף זיי זייער וויכטיג האבן.

עס איז נאך דא מער, אבער איך קעניש אלעס אויסרעכנען, פענס האט געמאכט א גוטע דזשאב, אבער העריס האט געמאכט א בעסערס, העריס האט אין די שעה אהאלב אראפגעמאלן די לעצטע פיר יאר אונטער טראמפ מיט אלע קאלירען, ראסע, פאליס ברוטעליטי, מעקסיקען רעיפיסט, דזשאן מעקעין, לוזערס און סאקערס, גלייבט נישט אין סייענס, העלט קער, אונזער שטאנד אין די וואלט, שונאים האבן נישט מורא, פריינד קענען זיך נישט פארלאזן אויף אונז, אא״וו, אין מיינע אויגן האט העריס געביעט פענס.

עטליכע קליינע קרישקעלעך.
בשעת די דיבעיט האבעך גפילט ווי די מאדערעיטאר איז גענויגט צו פענס זייט, זי האט אים געלאזט לענגער אויסרעדן, אבער למעשה זע איך אז ביידע האבן גערעד די זעלבע צייט.

איך האלט אז פענס האט דא געוויזען וואס נארמאל מיינט און דאס גייט שאטן פאר די הויפט אויפן טיקעטס, מען כאפט זיך יעצט ווי פאריקט דער אנדערער איז, מען וואלט ווען געדארפט ארומדרייען די טיקעט.

געהייסן אז פענס גייט נישט האבן א גלאז, למעשה האטער יא געהאט, גיי פארשטיי וואס עס פעלט אויס צוויי.

פענס האט עטליכע מאל אריינגעהאקט סענעטאר העריס, און זי האט זיך שארפערהייט אפגעשטעלט און געזאגט ׳איך האלט אין מיטן רעדן׳ עס האט געמאכט אויסזען פענס אביסל ביליג.

פענס איז געווען אביסל בלאסער ווי געווענדליך, קען זיין אסאך סיבות, געזונט, קאראנע אבער מען ווייסט נאך נישט אדער מען פארציילט נאך נישט, קען זיין סתם אויסגעמיטשעט, אבער עס קען זיין עס איז נאר די מעיקאפ.

עס איז געווען זייער קאמיש ווי פענס צוויי מינוט ענדיגט זיך, און די מאדערעיטאר זאגט טענק יו כדי צו אים שטיל מאכן, ער רעד ווייטער און זי זאגט ווייטער טענק יו, אזוי נאך דריי פיר מאל, טענק יו טענק יו.

פונעם פליג העמער לאז די ביידן קאמפיין רעדן.

גענוגעלט מיינע פילינגס ביים עס זען

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך בעסער אזוי » פרייטאג אוקטובער 09, 2020 9:41 am

ווער האט דיר געפרעגט דו קליינטשיגער..! אבער אז דו האסט שוין יא גערעדט מיז איך זאגן אז דו זאגסט גוט
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
האאאטשו
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 1:17 pm
לאקאציע: וואו נישט

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך האאאטשו » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:40 pm

קען איינער ארויף לייגען אן אודיאו אדער ווידיאו פונעם דעבאטע

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:32 am

ווידאו איז דאך כמובן נישט שייך.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
האאאטשו
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 1:17 pm
לאקאציע: וואו נישט

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך האאאטשו » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 12:11 pm

סארי
איז ווער קען ארויף לייגען אן אודיאו
ישר כח
ווער עס ווייסט זאגט נישט, און ווער עס זאגט ווייסט נישט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 12 געסט