ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14519
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 2:08 am

פענס איז זיכער גוט געווען אין דעבאטע סקילס און פערפארמענס.

העריס איז לויט געוויסע געווען חרוב, און לויט געוויסע געווען גוט.

אויב סאבסטענס האט אפשר העריס למעשה געווינען, אבער עס איז אסאך שווערער צו פארטיידיגן דעם מציאות, ווי דאס אומפארטיידיגבארע, ממילא קומט זיך מער קרעדיט פאר פענס אויף דעם אויך.


ליגעל דיסקלעימער: איך האב נישט געזען די גאנצע דעבאטע, נאר שטיקלעך. די יענקיעס און די דאדזשערס האבן געשפילט היינט...

-----------

ענדרו יענג..
"Anything that did not fundamentally change the dynamic of this race is an enormous win for the Democrats," @AndrewYang says on @CNN.

"Nothing happened tonight to change the fact that Joe and Kamala have a significant lead heading into the final days."


איך האב אויך געזען ערגעץ אנדערש די ציפערן פון צייט וואס @אסדר ברענגט, אבער פון טרוט ניוז זעה איך אז ביידע האבן גערעדט כמעט גענױ די זעלבע.
Screenshot_20201008-030558_Twitter.jpg
Screenshot_20201008-030558_Twitter.jpg (137.66 KiB) געזעהן 1297 מאל
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 3:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 2:10 am

ווי זענען די פאולס?

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 3:14 am

.
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 8:53 am

פענס האט געמאכט א קעיס און אפעלירט צו העריס זי זאל אויפהערן שפילן פאליטיק מיט די נייע וואקסין וואס וועט ארויסקומען
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך Belz123 » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 9:04 am

Think and Thank האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:פענס א צובראכענע טעיפרעקאדער, אפאר גוטע ליינס.

העריס קומט אריין שארף מיטן פראסעקיוטער שטעקן, ס'גייט א רויעך

וואס נאך? אה, א פליגל זיך באקוועם געמאכט אויף פענס'ס קאפ. דאס קען זיין א קאראונע פראבלעם, דער קען עס גיך אריבערטראגן צו העריס

יאפ, כאפצעם איז דער איינציגסטער וואס האט עס ארויס. כ'בין שאקירט און סורפרייזד וויאזוי גאנץ אייוועלט - אריינגערעכנט אלע ליבעראלן און נעווער טראמפער - חזר'ט נארישע, דיבאנקטע טאקינג פוינטס פון דעם ליגנער אין טשיעף, און כ'באוואונדער ווי די האסט די שטארקקייט זיך ארויסצושטעלן איינער אליינס קעגן דעם ים פון ליגנערס.

יאפ, איך דערשרעק מיר נישט פון דיר און בכלל צו זאגן מיין מיינונג וואס כ'האלט. כ'האלט זיך פאר א גוטע אנאלאזירער גראדע און כ'בין העפי צו זעהן כ'האב צוגעטראפן צו די %59 פון אלגעמיינע דעבאטע וואטשערס וו"ס %100 "גאנץ אייוועלט" וואטשערס...

וואף, שארפע אנטווארט. ביזט זיכער אז דו האסט עכט נישט מורא פון מיר?


:lol:

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 10:50 am

נישט מיטגעהאלטן די דעבאטע נעכטן (צווישן אנדערע סיבות האט מיך עס סתם נישט אינטערעסירט...) אבער וויפיל איך זעה האט העריס נישט דעליווערט דאס וואס מאנכע האבן ערווארטעט.

אויסער דעם וואס אירע דעבאטע קוואליפיקאציעס זענען שטארק איבערגעטריבן איז אויך דא די פאקט אז זי האט נישט געגעבן קיין נארמאלע פרעסע קאנפערענץ זינט זי איז געווארן די וויצע קאנדידאט. וויפיל איך געדענק האט זי ניטאמאל געגעבן א טאון האלל, אדער בכלל א געהעריגע לייוו אינטערוויו אין די לעצטע שטיק צייט.

זי האט געלעבט אין איר אייגענע באבל און קיינמאל נישט געווארן געטשאלענדזשד אויף אירע שטעלונגען און דאס האט ווארשיינליך בייגעשטייערט צו איר פערפארמאנס.

גוט פאריקט
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך גוט פאריקט » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 10:53 am

לדעתי האט די פליג געראטעוועט די זאך

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 11:02 am

נאו דזשאוקס... פון סאציאלע מידיע קוקט אזוי אויס.

דער בחור האט שוין באקומען באלד 800K לייקס...
צוגעלייגטע
Screenshot_20201008-112500_Chrome.jpg
Screenshot_20201008-112500_Chrome.jpg (499.85 KiB) געזעהן 905 מאל
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 11:25 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך נודניק » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 11:24 am

I didn’t watch the debate but it seems from the talking points that without the fly pence is the winner,

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 11:28 am

איר גרעסטע פראבלעים איז אז זי קען נישט אראפ שאקלען פון זיך איר פראסיקיאטער שטעלע.

א צווייטע קרישקעלעך איז געווען, ווען זי האט געזאגט פאר פענס איך רעדט יעצט האק נישט אריין. און דרייסיג סקונעס שפעטער האט זי אריין געהאקט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
peach
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 2:18 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך peach » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 12:32 pm

צל עובר האט געשריבן:פענס איז זיכער גוט געווען אין דעבאטע סקילס און פערפארמענס.

העריס איז לויט געוויסע געווען חרוב, און לויט געוויסע געווען גוט.

אויב סאבסטענס האט אפשר העריס למעשה געווינען, אבער עס איז אסאך שווערער צו פארטיידיגן דעם מציאות, ווי דאס אומפארטיידיגבארע, ממילא קומט זיך מער קרעדיט פאר פענס אויף דעם אויך.


ליגעל דיסקלעימער: איך האב נישט געזען די גאנצע דעבאטע, נאר שטיקלעך. די יענקיעס און די דאדזשערס האבן געשפילט היינט...

-----------

ענדרו יענג..
"Anything that did not fundamentally change the dynamic of this race is an enormous win for the Democrats," @AndrewYang says on @CNN.

"Nothing happened tonight to change the fact that Joe and Kamala have a significant lead heading into the final days."


איך האב אויך געזען ערגעץ אנדערש די ציפערן פון צייט וואס @אסדר ברענגט, אבער פון טרוט ניוז זעה איך אז ביידע האבן גערעדט כמעט גענױ די זעלבע.
Screenshot_20201008-030558_Twitter.jpg




cnn is fake news! u cant believe any poll they show you!

אוועטאר
peach
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 2:18 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך peach » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 12:36 pm

Mike clearly won the debate according to most accurate polls. dont believe a thing CNN posts.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 12:41 pm

קענס צוברענגען די 'מערסטע פארלעסליכע אנקעטעס?'
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 12:49 pm

די אבאמא אדמיניסטראציע האט שוין פון לאנג א שוואכקייט אין רצח'נען אומשולדיגע פליגן.

איך געדענק ווען אבאמא האט אין מיטן אן איטערוויו גע'הרג'עט א פליג, און פעטא האט עס פארדאמט, ווארשיינליך וועלן זיי איצט אויך פארדאמען דעם הענקער ביידן מיטן סיסטעמאטישן פליגן האקער.

https://www.peta.org/blog/obama-fly/

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 1:09 pm

פארוואס געט נישט פאקס ניוז ארויס אן אנקעטע ווער ס'האט געווינען די דעבאטע אזויווי זיי האבן געטון לעצטע וואך ביי די טראמפ-פענס דעבאטע?

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 1:12 pm

יש ברירה האט געשריבן:נישט מיטגעהאלטן די דעבאטע נעכטן (צווישן אנדערע סיבות האט מיך עס סתם נישט אינטערעסירט...) אבער וויפיל איך זעה האט העריס נישט דעליווערט דאס וואס מאנכע האבן ערווארטעט.

אויסער דעם וואס אירע דעבאטע קוואליפיקאציעס זענען שטארק איבערגעטריבן איז אויך דא די פאקט אז זי האט נישט געגעבן קיין נארמאלע פרעסע קאנפערענץ זינט זי איז געווארן די וויצע קאנדידאט. וויפיל איך געדענק האט זי ניטאמאל געגעבן א טאון האלל, אדער בכלל א געהעריגע לייוו אינטערוויו אין די לעצטע שטיק צייט.

זי האט געלעבט אין איר אייגענע באבל און קיינמאל נישט געווארן געטשאלענדזשד אויף אירע שטעלונגען און דאס האט ווארשיינליך בייגעשטייערט צו איר פערפארמאנס.

לדעתי איז זי נשיט געווען שלעכט בכלל.
לגבי די טראמט טעקסעס, טראמפ אנרופן סאלדאטן לוזערס און קליימעט טשעינדזש איז זי געווען אסאך בעסער פון פענס אבער אוועראל איז פענס געווען בעסער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 1:14 pm

האלצשטיין האט געשריבן:פארוואס געט נישט פאקס ניוז ארויס אן אנקעטע ווער ס'האט געווינען די דעבאטע אזויווי זיי האבן געטון לעצטע וואך ביי די טראמפ-פענס דעבאטע?

נישט אלע וואס האבן אויסגעפרעגט נאכן פרעזידענטליכע דעבאטע גייען אויספרעגן נאכן וויצע דעבאטע ווייל עס איז נישט נאכגעפאלגט אזוי שטארק.

עניוועי, 538 + איפסוס האבן יא דורכגעפירט אן אנקעטע און העריס האט בעסערע גרעידס.

https://projects.fivethirtyeight.com/ha ... bate-poll/
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 1:16 pm

לינק איז בלאקירט ביי מיר

אוועטאר
peach
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 2:18 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך peach » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 1:31 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קענס צוברענגען די 'מערסטע פארלעסליכע אנקעטעס?'

check twitter polls not some stupid online links.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 1:35 pm

טוויטער פאולס זענען נישט קיין אנקעטעס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
peach
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 2:18 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך peach » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 1:48 pm

i hear. but most online links are not reliable fsure not CNN. I think the SOCIAL MEDIA polls like twitter, where the ppl have the power to share their vote an opinion is rather reliable then some stupid so called "POLL WATCHERS" deciding whats good for the media.

אוועטאר
נקדימון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 2:26 pm

פריש: 50.5 מיליאן קוקערס אויף די 7 גרויסע נעטווארקס

ארויף פון 2016

פאקס האט געהאט די מערסטע מיט 11.3 מיליאן קוקערס

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך שאשא » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 2:27 pm

נודניק האט געשריבן:I didn’t watch the debate but it seems from the talking points that without the fly pence is the winner,

100%
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11248
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 2:39 pm

צווייפעל האט געשריבן:די אבאמא אדמיניסטראציע האט שוין פון לאנג א שוואכקייט אין רצח'נען אומשולדיגע פליגן.

איך געדענק ווען אבאמא האט אין מיטן אן איטערוויו גע'הרג'עט א פליג, און פעטא האט עס פארדאמט, ווארשיינליך וועלן זיי איצט אויך פארדאמען דעם הענקער ביידן מיטן סיסטעמאטישן פליגן האקער.

https://www.peta.org/blog/obama-fly/

דיין תגובה האט נישט געמאכט קיין סענס. עס איז מיך שווער געווען צו גלייבן אז פעטא האט פארדאמט זייער אפגאט. האב איך געקוקט דעם לינק און פארשטייטצעך געזעהן די פארקערטע - זיי נעמען זיך שטארק אן פאר אים. דעריבער קענסטו זיין רואיג אז קיין פארדאמונג וועט קומען אויף זייער אפגאט'ס וויצע.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

Re: ווייס פרעזידענטשעל דיבעיט 2020 מיטוואך חול המועד.

תגובהדורך קליינטשיגער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 3:55 pm

נעכטן געוואטש די גאנצע דיבעיט, נישט אנגעקומען צו שרייבן ביז יעצט, מיינע צוויי צענט:

ווער האט געווינען די דיבעיט:
סוזען פעידזש די מאדערעיטאר פון די דיבעיט.
די אמעריקאנער פאלק.
מייק פענס.
קאמאלע העריס.

ווער האט פארלוירען די דיבעיט:
קיינער!!

לאמיר צונעמען די דיבעיט, קודם האט די אמעריקאנער פאלקט געווינען, עס איז געווען א נארמאלע שמועס צווישן צוויי אדאלטס, גערעד פאלעסי, מען האט פון די דיבעיט געקענט פארשטיין וועכע צד פארטרעט וועכע פאלעסיס, מען האט געקאווערט זייער אסאך אישוס, מען האט זיך כמעט נישט אריינגעהאקט, אקיצור... אלעס וואס האט נאר געקענט זיין אנדערש ווי די פאריגע דיבעיט איז דא געווען, דאס מאכטעס פאר א געווינס פארן פאלק און פארן מאדערעיטאר, קען זיין אז זי האט געווינען ווייל טראמפ איז נישט געווען ביים טיש, כווייס נישט, עס איז געווען סדר און שוין.

מייק פענס האט געווינען.
מייק פענס האט דעליווערט ביים דיבעיט עטליכע זאכן, נאמבער איינס איז געווען זיין באנעמונג, פענס קומט אריין אזוי איידל, ווער עס זאל נאר שטיין נעבן אים וועט אויסזען ווילד, ער האט גאר א גוטע און רואיגע קאנפידענט שפראך, ווען ער רעד געט ער די אימפרעשאן פון די טאטע איז דא, מען דארף זיך נישט זארגן.

ווי אויך האטער דעליווערט אפאר גוטע שאטס קעגן העריס/ביידען, ער האט געשטעלט אין פלאץ העריס נאכן עטליכע מאל נישט ענפערן צו העריס/ביידען גייען פעקן די קארט, העריס האט למעשה נישט גענפערט אויף די פראגע און פענס האט זיכער געמאכט אז יעדער האלט דאס מיט.

פענס האט זייער שטארק אראפגעברענגט איר רעקארד אלס פראסיקיוטער, און דערנאך צוגעלייגט ׳דו האסט נישט צוגעלייגט א פינגער צו די פירסט סטעפ עקט׳, דאס איז א שטארקע שטאך פאר איר, ווען איר טיקעט טרייט צו זיין די וואס נעמען זיך אן פאר שווארצע.

אויף קליימעט טשעינדזש סאם האו האט פענס ערלעדיגט אז העריס זאל זיין אויף דיפענס און אביסל פארלוירען בשעת די דעמס זענען שטערקער אויף די אישו, און פענס וואלט ווען געדארפט זיין דער פארלוירענער.

העריס האט געוונען.
העריס האט דעליווערט א פאנאמענאל דזשאס אין מיינע אויגן, די ערשטע זאך איז אז איך האב איר קיינמאל ליב געהאט, זינט די דיבעיט ווי זי האט זייער שמיציג אטאקירט ביידן איבער סעגרעגעישאן, האב איך איר אנגעקוקט ווי א שלעכטע פרוי, דא איז זי אנגעקומען זייער קלאסיש, אין מיטן ווען פענס האט געזאגט אז זי איז אינטייטלט צו אירע אייגענע מיינונגען אבער נישט צו אירע אייגענע פאקטן, האט זי זיך צושמייכלט און אים געזאגט ׳גוד ליין׳ זייער ציוויל און שמייכלדיג, זי האט גע׳עקט פראפעשנעל, און נישט בייסיג ווי אין די פריימעריס, דאס אליינס אז די צוקוקערס בליק האט זיך געטוישט מאכט איר שוין געווינען.

דאן איז דא די קאמאלע העריס פראסיקיוטער מאווס אבער ווי געזאגט, אין א איידעלע ווערסיע, איבער קאראנע האט העריס אפיר געברענגט אפאר ציפעדיגע פראגעס וואס פענס אלס פירער פון די קאוויד טעסק פארס וואלט געדארפט זיין גרייט צו ענפערן אבער האט נישט, פארוואס האט טראמפ נישט פארציילט דעם אמת פאר פאלק גאר אנפאנג פונעם וויירוס, ער איז געווען ביזי אז ביז א וואך צוויי גייטעס אוועקגיין, פארוואס האט אמעריקע פער קעפיטא מער טויטע ווי אנדערע לענדער ווי למשל קאנאדע, פענס האט זייער געוואלט אז די שמועס זאל זיך דרייען ארום די אקאנעמי, אבער העריס האט אויסגעפירט אז די שמועס זאל זיין וועגן קאראנע, העריס האט פארגעהאלטן פענס ווי אזוי די פירער פון אונזער לאנד קענען זיין אזוי קערלעס און מאכן א ריזיגע פאליטישע עווענט אין ווייסן הויז אין אזא צייט, קעמען זיך דען פארלאזן אויף זיי צו פירען דאס לאנד איז אזא צייט? אויף וואס פענס האט גענפערט אז די טראמפ אדמיניסטראציע פארלאזט זיך אז יעדער קען זיך מאכן זיינע אייגענע דיסידזשענס פאר זיין געזונט, רבוש״ע, א האלבע ווייסע הויז איז קראנק און ער פארלואזט זיך אויף זייער דזשאדזשמענט.

פענס האט פראבירט צו אראפלייגן אז טראמפ האט זייער גוט באהאנדלט די וויירוס וויבאלד ער האט געמאכט די טשיינע בען, דאס איז די איין זאך וואס די טראמפ סטעף שרייען יעדעס מאל כדי צו ווייזן ווי גוט ער האט קער גענומען, למעשה איז די טשיינע בען נישט געווען פולקאם, נאך טויזענטער מענטשן זענען ווייטער אריינגעקומען, יעדער פאר זיינע סיבות, פלאס די עקספערטן זאגן אז די וויירוס דא איז אנגעקומען פון אייראפע.

פענס האט פראבירט צו ווארפן די שוויין פלו קעגן ביידן, אז ארום 60 מיליאן מענטשן זענען געווארן אינפעקטעד, אבער דאס איז געווען א אומגעלונגע טשיעפ שאט, ווייל די שוויין איז נישט געווען אזוי שעדליך, ווען וואלט אפשר קען זיין, פענס האט דא זייער שוואך אויסגענומען.

וועגן א פיעספול טרענספער אוו פאוער, עפעס וואס טראמפ האט נישט געקענט צוזאגן, האט פענס אויך נישט גענפערט, עפעס וואס קיין איין אמעריקאנער פירער האט זיך נישט ערלויבט צו טון, דאס איז א שטארקע טורן אףף פאר וויילער.

פעענס האט געזאגט אז עס קומט א העלט קער פלאן און מען גייט פראטעקטן פרי ערזיסטינג קאנדישאנס, סארי אבער עס הייבט זיך נישט אן, שוין דריי יאר וואס אונז הער מיר אז דאס קומט, און גארנישט.

וועגן די טשיינע טרעיד וואר האט העריס געווען אייזן, ענד אוו סטארי, ביסט געגאנגען אין א טרעיד וואר און דערלייגט, אמעריקע האט דערלייגט, די פארמערס האבן דערלייגט און זענען זייער אנגעווייטאגט, זי האט אנגעצינדן די ווייטאג פון די אייעווע פארמערס, וואס טראמפ דארף זיי זייער וויכטיג האבן.

עס איז נאך דא מער, אבער איך קעניש אלעס אויסרעכנען, פענס האט געמאכט א גוטע דזשאב, אבער העריס האט געמאכט א בעסערס, העריס האט אין די שעה אהאלב אראפגעמאלן די לעצטע פיר יאר אונטער טראמפ מיט אלע קאלירען, ראסע, פאליס ברוטעליטי, מעקסיקען רעיפיסט, דזשאן מעקעין, לוזערס און סאקערס, גלייבט נישט אין סייענס, העלט קער, אונזער שטאנד אין די וואלט, שונאים האבן נישט מורא, פריינד קענען זיך נישט פארלאזן אויף אונז, אא״וו, אין מיינע אויגן האט העריס געביעט פענס.

עטליכע קליינע קרישקעלעך.
בשעת די דיבעיט האבעך גפילט ווי די מאדערעיטאר איז גענויגט צו פענס זייט, זי האט אים געלאזט לענגער אויסרעדן, אבער למעשה זע איך אז ביידע האבן גערעד די זעלבע צייט.

איך האלט אז פענס האט דא געוויזען וואס נארמאל מיינט און דאס גייט שאטן פאר די הויפט אויפן טיקעטס, מען כאפט זיך יעצט ווי פאריקט דער אנדערער איז, מען וואלט ווען געדארפט ארומדרייען די טיקעט.

געהייסן אז פענס גייט נישט האבן א גלאז, למעשה האטער יא געהאט, גיי פארשטיי וואס עס פעלט אויס צוויי.

פענס האט עטליכע מאל אריינגעהאקט סענעטאר העריס, און זי האט זיך שארפערהייט אפגעשטעלט און געזאגט ׳איך האלט אין מיטן רעדן׳ עס האט געמאכט אויסזען פענס אביסל ביליג.

פענס איז געווען אביסל בלאסער ווי געווענדליך, קען זיין אסאך סיבות, געזונט, קאראנע אבער מען ווייסט נאך נישט אדער מען פארציילט נאך נישט, קען זיין סתם אויסגעמיטשעט, אבער עס קען זיין עס איז נאר די מעיקאפ.

עס איז געווען זייער קאמיש ווי פענס צוויי מינוט ענדיגט זיך, און די מאדערעיטאר זאגט טענק יו כדי צו אים שטיל מאכן, ער רעד ווייטער און זי זאגט ווייטער טענק יו, אזוי נאך דריי פיר מאל, טענק יו טענק יו.

פונעם פליג העמער לאז די ביידן קאמפיין רעדן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט