בד"ה כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצוק"ל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצוק"ל

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:35 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:געווען א שמועסט בשעתו אויפן נאמען מרדכי מאטל דא זעה איך אז ער'ט זיך נישט אזוי אונטערגעשריבן

ווייטער נישטא קיין זכר פונעם מאטל

איך האב יעצט געקאלט איינע פון די רבי זצ"ל'ס גבאים האט ער מיר אביסל מבאר געווען ארום די נאמען.
די נאמען ביים ברית איז געווען אן מאטל, די נאמען מאטל איז צוגעקומען בשעת'ן שידוך, די רבי בעל אמונת אברהם זצ"ל האט געהאט עניינים פון גיטריאות צווישן די נעמען פון חתן וכלה דערפאר האט ער צוגעגעבן די נאמען מאטל.
די נאמען מאטל האט מען אריינגעשריבן אין כתובה אבער ארומרינגל'ט.
ביי קוויטלעך וואס די רבי פלעגט צומאל שרייבן און מזכיר זיין זיין נאמען, פלעגט ער לרוב נישט שרייבן מאטל, אבער אסאך מאל האט ער געהערט ווי די רבי איז מזכיר זיין נאמען מיט'ן נאמען מאטל.

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצוק"ל

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 2:03 pm

shalsheles האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:קען איינער אריינקומען מיט זיין יוחס ?? שטריכען פון זיין התנהגות וכדומ'
דאכט זיך ער איז געווען א א נאנטער קאזין מיט הרה''ק מווערדאן זי''ע ער פלעגט אסאך זינגען פיטצבורגער ניגונים

הרב לייבל שטערנליכט, יליד פיטסבורג : איבער זיינע זכרונות אלס קינד אין פטיסבורג פענסעלוועניע, וואו עס האט געדינט באדמורות פיטסבורג דריי דורות פיטסבורגע רביס, די קירוב פאר אידישע קינדער, די כח הנגינה, ביז צום לייגן די ערשטע קערענדליך אין אשדוד :
https://www.yiddish24.com/interviews/38/27049

געהערט פון איהם:
איך בין די איינציגע פיטסבורגער חסיד נאך פון דערהיים...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”