מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מר. טראָנק
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך מר. טראָנק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:46 pm

ביידן און העריס ווילן אויס'הרג'נען טויזענטע אמעריקאנער, מיטן איינעם ציל: פאליטיק!!!

ס'גלייבט זיך שווער, אבער ס'איז א פאקט! אין א סטעיטמענט לעצטע וואך, האבן ביידע פון זיי פראבירט אוועקצונעמען די באגלייבטקייט פונעם אמעריקאנעם פאלק אין א וואקסין, מיטן ציל אז אויב ס'קומט ארויס פאר די עלעקשאנס, זאל עס שוין זיין פול מיט ספיקות און ס'זאל נישט אויסשפילן אזוי שטארק ביים אמעריקאנעם פאלק.

כאטש אזא וואקסין קען ראטעווען טויזענעטע לעבנ'ס, און כאטש דאס וועט ווערן באשטעטיגט דורך די CDC וואס זיי וכת דילהון האבן כסדר פארלאנגט אז טראמפ זאל זיך צוהערן צו זיין, טוען זיי ארויסקומען מיט אזא שאנדפולע אקט, בכוונה תחילה צו אפטון טראמפ אויפן חשבון פון טויט צו אמעריקא (קרעדיט: קאסאן סולאמאני...)

עס גלייבט זיך שווער אז כאטש ס'שוין אריבער א גוטע פאר טעג פון זייער סטעיטמענטס, איז קיין אשכול דערפאר נישט דא, משא"כ ווען אינצעווישן איז שוין אנגעפילט געווארן בלעטער מיט תגובות איבער א"ג טראמפ סקאנדאלן.

רבי איד: טראכט א מינוט גראד, פארגעס פון דיין פאליטיק... איז נארמאל צו צוברענגען אז אמעריקאנע זאלן נישט ווילן נעמען א וואקסין ווען זייער לעבן איז אין געפאר??? איז דאס נישט ממש רציחה בכוונה???

און מ'שווייגט - און באלד וועל איך אויך לכאורה ווערן פארשוויגן...
לעצט פאראכטן דורך מר. טראָנק אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נקודהלע
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:52 pm

שטארק און ריכטיג געזאגט...
כ'טראכט יעצט, דו מיינסט טאקע ווען טראמפ וואלט ווען געזאגט אזא זאך וואלט ער נישט געווארן פארשריגן אלס רוצח?
אז דו מיינסט אז דיין זייט אין אמעריקאנער פאליטיק איז די גערעכטע, נעמסטו עס אביסל ערענסטער ווי די פירער פון דיין פארטיי...

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:05 pm

סתם נאכגעזאגט טראמפס א ליגענט. אחד מני אלפים ורבבות.

דזשאו ביידן זאגט קלאר אז ער וועט נעמען דעם וואקסין אויב עס וועט זיין געשטיצט דורך די עף די עי מיט פאוטשי, אפילו אויב דאס וועט אים קאסטן די וואלן.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

Re: מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך שניי באל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:06 pm

צל עובר האט געשריבן:סתם נאכגעזאגט טראמפס א ליגענט. אחד מני אלפים ורבבות.

דזשאו ביידן זאגט קלאר אז ער וועט נעמען דעם וואקסין אויב עס וועט זיין געשטיצט דורך די עף די עי מיט פאוטשי, אפילו אויב דאס וועט אים קאסטן די וואלן.

און וואס זאגט העריס?

אוועטאר
מר. טראָנק
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

Re: מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך מר. טראָנק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:11 pm

צל עובר האט געשריבן:סתם נאכגעזאגט טראמפס א ליגענט. אחד מני אלפים ורבבות.

דזשאו ביידן זאגט קלאר אז ער וועט נעמען דעם וואקסין אויב עס וועט זיין געשטיצט דורך די עף די עי מיט פאוטשי, אפילו אויב דאס וועט אים קאסטן די וואלן.

קען זיין, כ'מיין אז דאס האט ער געזאגט א טאג נאך ס'האט זיך געהערט פארקערט פון אים, אבער כ'האלט אז העריס איז פינקט גענוג, און כ'בין גרייט צוריקצוציען איבער ביידען. אויב דו ביסט גערעכט איז עס געווען א טעות. און אז דו וועסט ברענגען דעקונג אז ער האט גלייך אזוי געזאגט, וועל איך טוישן די קעפל צו מאסיווע העריס סקאנדאל
לעצט פאראכטן דורך מר. טראָנק אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יודיש בלעטל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך יודיש בלעטל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:11 pm

מר. טראָנק האט געשריבן:ביידן און העריס ווילן אויס'הרג'נען טויזענטע אמעריקאנער, מיטן איינעם ציל: פאליטיק!!!

ס'גלייבט זיך שווער, אבער ס'איז א פאקט! אין א סטעיטמענט לעצטע וואך, האבן ביידע פון זיי פראבירט אוועקצונעמען די באגלייבטקייט פונעם אמעריקאנעם פאלק אין א וואקסין, מיטן ציל אז אויב ס'קומט ארויס פאר די עלעקשאנס, זאל עס שוין זיין פול מיט ספיקות און ס'זאל נישט אויסשפילן אזוי שטארק ביים אמעריקאנעם פאלק.

כאטש אזא וואקסין קען ראטעווען טויזענעטע לעבנ'ס, און כאטש דאס וועט ווערן באשטעטיגט דורך די CDC וואס זיי וכת דילהון האבן כסדר פארלאנגט אז טראמפ זאל זיך צוהערן צו זיין, טוען זיי ארויסקומען מיט אזא שאנדפולע אקט, בכוונה תחילה צו אפטון טראמפ אויפן חשבון פון טויט צו אמעריקא (קרעדיט: קאסאן סולאמאני...)

עס גלייבט זיך שווער אז כאטש ס'שוין אריבער א גוטע פאר טעג פון זייער סטעיטמענטס, איז קיין אשכול דערפאר נישט דא, משא"כ ווען אינצעווישן איז שוין אנגעפילט געווארן בלעטער מיט תגובות איבער א"ג טראמפ סקאנדאלן.

רבי איד: טראכט א מינוט גראד, פארגעס פון דיין פאליטיק... איז נארמאל צו צוברענגען אז אמעריקאנע זאלן נישט ווילן נעמען א וואקסין ווען זייער לעבן איז אין געפאר??? איז דאס נישט ממש רציחה בכוונה???

און מ'שווייגט - און באלד וועל איך אויך לכאורה ווערן פארשוויגן...
איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט אז ענדליך איז שוין דא פאליטישן'ס וואס זענען אנטי וועקסין'ס דארפסטו שוין מוחה זיין ?
דזשאסט קידינג

יודיש בלעטל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך יודיש בלעטל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:13 pm

צל עובר האט געשריבן:סתם נאכגעזאגט טראמפס א ליגענט. אחד מני אלפים ורבבות.

דזשאו ביידן זאגט קלאר אז ער וועט נעמען דעם וואקסין אויב עס וועט זיין געשטיצט דורך די עף די עי מיט פאוטשי, אפילו אויב דאס וועט אים קאסטן די וואלן.

הלוואי ווען די ביסט גערעכט.......שוין גארנישט קיין ליגנט

זעט זיך אויס אז ער האט שוין פארגעסן וואס ער האט נעכטן געזאגט

אוועטאר
מר. טראָנק
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

Re: מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך מר. טראָנק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:16 pm

יודיש בלעטל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:סתם נאכגעזאגט טראמפס א ליגענט. אחד מני אלפים ורבבות.

דזשאו ביידן זאגט קלאר אז ער וועט נעמען דעם וואקסין אויב עס וועט זיין געשטיצט דורך די עף די עי מיט פאוטשי, אפילו אויב דאס וועט אים קאסטן די וואלן.

הלוואי ווען די ביסט גערעכט.......שוין גארנישט קיין ליגנט

זעט זיך אויס אז ער האט שוין פארגעסן וואס ער האט נעכטן געזאגט

ווער קען ברענגען די פאקטן ביטע?

יודיש בלעטל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך יודיש בלעטל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:19 pm

שניי באל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:סתם נאכגעזאגט טראמפס א ליגענט. אחד מני אלפים ורבבות.

דזשאו ביידן זאגט קלאר אז ער וועט נעמען דעם וואקסין אויב עס וועט זיין געשטיצט דורך די עף די עי מיט פאוטשי, אפילו אויב דאס וועט אים קאסטן די וואלן.


פארוואס זאל עם עס קאסטן די וואלן וואס די FDA זאגט איז דאך קודש קדשים

אוועטאר
מר. טראָנק
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

Re: מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך מר. טראָנק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:21 pm

יודיש בלעטל האט געשריבן:
שניי באל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:סתם נאכגעזאגט טראמפס א ליגענט. אחד מני אלפים ורבבות.

דזשאו ביידן זאגט קלאר אז ער וועט נעמען דעם וואקסין אויב עס וועט זיין געשטיצט דורך די עף די עי מיט פאוטשי, אפילו אויב דאס וועט אים קאסטן די וואלן.


פארוואס זאל עם עס קאסטן די וואלן וואס די FDA זאגט איז דאך קודש קדשים

ער מיינט מסתם צו זאגן אפי' סוועט אים קאסטן דאס לעבן... אדער אויב העריס וועט אים אפזאגן דערוועגן...

אבער מ'פארפארט פונעם סקאנדאל, ווען ס'וואלט ווען געווען קעגן טראמפ וואלט שוין דא געווען ריזוגע תגובות איבער די מעכטיגקייט פונעם סקאנדאל...

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: מאסיווע ביידן העריס סקאנדאל

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:22 pm

דאס האט העריס געזאגט.

"I will say that I would not trust Donald Trump, and it would have to be a credible source of information that talks about the efficacy and the reliability of whatever he's talking about,


און זי איז נעבעך ביטער גערעכט. דא האמער געהאט א פרעזידענט וואס האט געשטופט היידראקסי אין די צייט וואס די סייענטיפישע וועלט האט געזאגט אז עס העלפט נישט. עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז די סי-די-סי און די געזונטהייט ארגאניזאציעס פון די גאנצע וועלט זענען געווארן אפגעסטעמפלט אלץ דיעפ סטעיט (א אינטערנאציאנאלע פארעם...) פארן קווענקלען וואס דר. טראמפ האט געזען ערגעץ אויף די אינטערנעט. דערנאך האמער געהאט די ברייט בארימטע געדאנק פון אריינשיינען UV לעקטערס נאכגעפאלגט מיט בליטש איינשפריצונגען. נאכדעם איז געקומען די ליגענט פון פלאזמע.

דער וואונדערט זיך פארוואס מען וויל אים נישט גלייבן ביים ווארט אז די וואקסין ארבעט?! כ'מיין ער האט ביטער שווער געארבעט אז זיין ווארט זאל זיין די געלעכטער פון שטאט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 4 געסט