לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך לעקישבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:24 pm

כהאב באמערקט אז אויף א לאקאלע לעוועל האלטן אסאך מער מענטשן פון רעכטע פאליסי ווי אויף א פעדעראלע לעוול, אפשר ווייסט איינער פשט?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:27 pm

פארוואס פאלט אייך ביי אז עס איז אזוי?
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך לעקישבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:34 pm

וואו איך גיי און וואו איך שטיי הער איך שעלטן ניו יארק מיט קאלאפארניע, משא"כ די כלליות'דיגע פארטיי. ועוד יש להאריך, אבער לאמיר קודם זען וואס די עולם האלט, איז מיין הנחה גערעכט?

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך גרשון » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:45 pm

"מענטשן" מיינסטו היימישע אידן? ס'איז דא א קלארע ראיה אז רוב מענטשן אין ניו יארק האלטן לינק אויף לאקאלע פאליטיק, און אז נאציאנאל איז דאס לאנד צוטיילט בערך האלב אויף האלב.

אבער ס'איז מעגליך אז די מענטשן וואס דו האסט אנגעטראפן האלטן דא אזוי און דא אזוי, וויבאלד ס'איז בדרך כלל נוגע צו אנדערע סארט זאכן.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:45 pm

@לעקישעבער, במציאות האט טראמפ געווינען שטארק די היימישע געגענטער אין דזשענערעל, משא"כ לאקאל שטימט מען על פי רוב פאר די דעמאקראטן, אפילו אין פארמעסטן ווי די רעפאבליקאנער קענען ווען געווינען מיט די היימישע שטימען.

דארט ווי דו גייסט און שטייסט בענטשט מען טראמפ, און מען שעלט ביידן מיט פעלאוסי אויך, איז וואר?
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך לעקישבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:46 pm

גרשון האט געשריבן:"מענטשן" מיינסטו היימישע אידן? ס'איז דא א קלארע ראיה אז רוב מענטשן אין ניו יארק האלטן לינק אויף לאקאלע פאליטיק, און אז נאציאנאל איז דאס לאנד צוטיילט בערך האלב אויף האלב.

אבער ס'איז מעגליך אז די מענטשן וואס דו האסט אנגעטראפן האלטן דא אזוי און דא אזוי, וויבאלד ס'איז בדרך כלל נוגע צו אנדערע סארט זאכן.

ניין מענטשן מיין איך רוב מענטשן כדוגמת די אנעקדאט וואס דו האסט צוגעצייכנט.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:47 pm

לעקישבער האט געשריבן:וואו איך גיי און וואו איך שטיי הער איך שעלטן ניו יארק מיט קאלאפארניע, משא"כ די כלליות'דיגע פארטיי. ועוד יש להאריך, אבער לאמיר קודם זען וואס די עולם האלט, איז מיין הנחה גערעכט?

איך זעה גראדע פונקט פארקערט,

הגם איך פערזענליך האס די ליבעראלן ברוחניות ובגשמיות אויף יעדע לעוועל אדער פארמאט איך שיהיה
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת גמר חתימה טובה הק' שיעלע

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך גרשון » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:49 pm

לעקישבער האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:"מענטשן" מיינסטו היימישע אידן? ס'איז דא א קלארע ראיה אז רוב מענטשן אין ניו יארק האלטן לינק אויף לאקאלע פאליטיק, און אז נאציאנאל איז דאס לאנד צוטיילט בערך האלב אויף האלב.

אבער ס'איז מעגליך אז די מענטשן וואס דו האסט אנגעטראפן האלטן דא אזוי און דא אזוי, וויבאלד ס'איז בדרך כלל נוגע צו אנדערע סארט זאכן.

ניין מענטשן מיין איך רוב מענטשן כדוגמת די אנעקדאט וואס דו האסט צוגעצייכנט.

אויף דעם האב איך געזאגט אז אויב וואלטן רוב מענטשן אין ניו יארק געהאלטן רעכט, וואלטן זיי געשטימט פאר רעכטע קאנדידאטן, אבער דאס מציאות ווייזט אנדערש.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך לעקישבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:51 pm

איך האלט אז אויב וועט מען וויסן פאר א פאקט אז נאך א ביידן געווינס גייט די גאנצע לאנד אויסזען ווי ניו יארק און קאליפארניע גייט ער פארלירן, זענט עטס מחולק?

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:52 pm

לינק מיינט נישט פראגרעסיוו
לינק מיינט נישט פארריקט

דיבלאזיא איז פשוט און פראסט פארריקט גארנישט מיט קיין פאליסי צו טוהן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך לעקישבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:54 pm

קרייסלער האט געשריבן:לינק מיינט נישט פראגרעסיוו
לינק מיינט נישט פארריקט

דיבלאזיא איז פשוט און פראסט פארריקט גארנישט מיט קיין פאליסי צו טוהן

און אין קאליפארניע?

והיתם נקיים
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך והיתם נקיים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:55 pm

וואס איך זע קליפ און קלאר איז, אז בעת וואס אונזער עולם לעבט אין חלומות פון א גן עדן אין רויטע סטעיטס, איז יעדער אויפ'ן זעלבן בלאט אז די לאקאלע רעפובליקאנער (עד דעי וכדו') זענען וויסטע אנטיסעמיטן.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:17 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:וואס איך זע קליפ און קלאר איז, אז בעת וואס אונזער עולם לעבט אין חלומות פון א גן עדן אין רויטע סטעיטס, איז יעדער אויפ'ן זעלבן בלאט אז די לאקאלע רעפובליקאנער (עד דעי וכדו') זענען וויסטע אנטיסעמיטן.

;l;p-
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך בוידעם » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:19 pm

גרשון האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:"מענטשן" מיינסטו היימישע אידן? ס'איז דא א קלארע ראיה אז רוב מענטשן אין ניו יארק האלטן לינק אויף לאקאלע פאליטיק, און אז נאציאנאל איז דאס לאנד צוטיילט בערך האלב אויף האלב.

אבער ס'איז מעגליך אז די מענטשן וואס דו האסט אנגעטראפן האלטן דא אזוי און דא אזוי, וויבאלד ס'איז בדרך כלל נוגע צו אנדערע סארט זאכן.

ניין מענטשן מיין איך רוב מענטשן כדוגמת די אנעקדאט וואס דו האסט צוגעצייכנט.

אויף דעם האב איך געזאגט אז אויב וואלטן רוב מענטשן אין ניו יארק געהאלטן רעכט, וואלטן זיי געשטימט פאר רעכטע קאנדידאטן, אבער דאס מציאות ווייזט אנדערש.


נע. מען שטימט פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן. בכלל נישט מיט אידעלאגיע צו טון.
רצונינו לעשות רצוניך.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:56 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:וואס איך זע קליפ און קלאר איז, אז בעת וואס אונזער עולם לעבט אין חלומות פון א גן עדן אין רויטע סטעיטס, איז יעדער אויפ'ן זעלבן בלאט אז די לאקאלע רעפובליקאנער (עד דעי וכדו') זענען וויסטע אנטיסעמיטן.

די אמת איז אז ווען זאכן זענען אויף א לאקאלן לעוועל זענען רוב פאליסיס בעיסד אויף לאקאלע גארבידזש און סהאט גארנישט מיט די נאציאנאלע פארטייס פלאטפארמע
ווועגן דעם זעהט מען גאר אסאך אידן וועלכע וואוטן לאקאל פאר די דעמאקראטן און נאציאנאל פאר טראמפ
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת גמר חתימה טובה הק' שיעלע

צדיק בן צדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:01 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:וואס איך זע קליפ און קלאר איז, אז בעת וואס אונזער עולם לעבט אין חלומות פון א גן עדן אין רויטע סטעיטס, איז יעדער אויפ'ן זעלבן בלאט אז די לאקאלע רעפובליקאנער (עד דעי וכדו') זענען וויסטע אנטיסעמיטן.

איך קאן נישט די היסטאריע בכלל, אפשר קען איינע ארויסהעלפן.

די רעפובליקען פארטיי ווי איך ווייס איז אייביג געווען די וואס האט זיך אקעגענגעשטעלט דיסקרימענעישן, עיברעהעם לינקאלן וואס האט אזוי שטארק געקעמפט די דרום קאנפעדערעיט שטאטן, איז נאך ביזן היינטיגע טאג איינע פון אירע העלדן.

סא וויאזוי קומט עס אז אויף די לאקאל לעוועל איז די פארטיי אזוי דורכגעפוילט מיט כמעט אפענע אנטיסעמיטען???

ווי איז נאך געווען מעגליך אז אין יארע צוואנציג-צוואנציג למספרם, האט זיך נאך געקענט אויפשטעלן ביי די לעצטיגע קאונטי עלעקשענס, די ראקלענד קאונטי רעפובליקען פארטיי באס גארווי ימ״ש, אין איינע פון די מערסטע אידישע באוואוינטע געגענטער אין אמעריקע און אזוי אפענעהייט אן בושה שימפן אקעיגן די ״האסידיק דזשוס״???

די נעשענאל פארטיי האלט איך נישט איז קאנטראלט ביי ראסיסטן, ווער געדענקט דען נישט וויאזוי די לינקע האבן פאר פיר יאר צוריק ארינטערגעריסן טראמפ ס׳ארא ראסיסט, אנטיסעמיט ער איז, למעשה האט ער זיך ארויס געשטעלט צו זיין אן אוהב-ישראל און אפילו פאר די מינאריטיעס האט ער אסאך אויפגעטאן.

אבער די לאקעל לעוועל באסעס זענען נאך היבש דורכגעפוילט.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:13 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:וואס איך זע קליפ און קלאר איז, אז בעת וואס אונזער עולם לעבט אין חלומות פון א גן עדן אין רויטע סטעיטס, איז יעדער אויפ'ן זעלבן בלאט אז די לאקאלע רעפובליקאנער (עד דעי וכדו') זענען וויסטע אנטיסעמיטן.

איך קאן נישט די היסטאריע בכלל, אפשר קען איינע ארויסהעלפן.

די רעפובליקען פארטיי ווי איך ווייס איז אייביג געווען די וואס האט זיך אקעגענגעשטעלט דיסקרימענעישן, עיברעהעם לינקאלן וואס האט אזוי שטארק געקעמפט די דרום קאנפעדערעיט שטאטן, איז נאך ביזן היינטיגע טאג איינע פון אירע העלדן.

סא וויאזוי קומט עס אז אויף די לאקאל לעוועל איז די פארטיי אזוי דורכגעפוילט מיט כמעט אפענע אנטיסעמיטען???

ווי איז נאך געווען מעגליך אז אין יארע צוואנציג-צוואנציג למספרם, האט זיך נאך געקענט אויפשטעלן ביי די לעצטיגע קאונטי עלעקשענס, די ראקלענד קאונטי רעפובליקען פארטיי באס גארווי ימ״ש, אין איינע פון די מערסטע אידישע באוואוינטע געגענטער אין אמעריקע און אזוי אפענעהייט אן בושה שימפן אקעיגן די ״האסידיק דזשוס״???

די נעשענאל פארטיי האלט איך נישט איז קאנטראלט ביי ראסיסטן, ווער געדענקט דען נישט וויאזוי די לינקע האבן פאר פיר יאר צוריק ארינטערגעריסן טראמפ ס׳ארא ראסיסט, אנטיסעמיט ער איז, למעשה האט ער זיך ארויס געשטעלט צו זיין אן אוהב-ישראל און אפילו פאר די מינאריטיעס האט ער אסאך אויפגעטאן.

אבער די לאקעל לעוועל באסעס זענען נאך היבש דורכגעפוילט.

לאמיר עס לייגן אזוי, דער ווייסער אמעריקאנער גוי איז גארנישט אנדערש פון דער אוקריינער וועלכע האט דורכגעפירט די פאגראמען אין די 1800 יארן..
זיי זענען גוט מיט דיר כל זמן דו וואוינסט אין ניו יארק ווייט אוועק פון זייערע היימען..
סהאט גארנישט מיט פארטיי, דער ווייסער גוי איז אן אנטיסעמיט פון וויגעלע אויס, .

בקיצור, לסיכום, מיר האבן א מזל אז די שווארצע מאכן חרוב אמעריקע אזוי אז דער ווייסער גוי זאל אביסל פארגעסן פון אונז.. ביידע פארטייען באשטייען פון עמים הדומים לחמור, אבער ביג טיים!!
גראדע האלט איך פון די רעפאבליקאנער פלאטפארמע, און איך האלט אז די ליבעראלע פלאטפארמע איז פיור גיפט און נאנסענס.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת גמר חתימה טובה הק' שיעלע

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך יש בו » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:20 pm

דער ראפאבליקאנער גוי האט נאר פיינט דעם איד ווייל ער שטעקט זיך אריין די נאז,
ווי אויך אז די היימישע שטעלן זיך אהער אלץ דעמאראטן

אויב לעבט מען ווי א גלות איד האט נישט דער רעכטע גוי א פראבלעם, זיי נאר נישט מיין קאמפעטישן
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

צדיק בן צדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:32 pm

יש בו האט געשריבן:דער ראפאבליקאנער גוי האט נאר פיינט דעם איד ווייל ער שטעקט זיך אריין די נאז,
ווי אויך אז די היימישע שטעלן זיך אהער אלץ דעמאראטן

אויב לעבט מען ווי א גלות איד האט נישט דער רעכטע גוי א פראבלעם, זיי נאר נישט מיין קאמפעטישן

אוודאי ברויכט מען געדענקען אז מיר זענען אין גלות אין פרובירן נישט אויפצורעיגן דעם עשיו, אבער דער ״הלכה בידוע״ איז דא ביינונז זייט די מעמד הר סיני, און וואס אונז זאלן נאר טאן וועט דיר דער גוי פיינט האבן.

אוועטאר
פליפ פאון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:01 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך פליפ פאון » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:45 pm

די איינציגסטע סיבה פארוואס דער היימישע עולם איז רעגיסטריט און וועלט דעמאקראט אין ניו יארק סיטי איז נאר וויבאלד די עסקנים האלטן און איין שרייען אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו ווערן דערהערט ביי די וואלן, אויב ביסטו א ריפאבליקען איז דיין שטימע אין גארביטש, און דאס קומט נאך לעצטענס האבן אסאך זיך רעגיסטריט ריפאבליקען.
אגב, אין די ספירה טעג, בשעת די מוסדות זענען נאך געווען פארמאכט בין איך געווען אין פארק, און כ'האב געהערט צוויי גוים שמועסן צווישן זיך איבער די מצב אין ניו יארק, אז די הייניטיגע דעמאקראטישע פארטיי איז נישט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן מיט, און עס איז צייט צו אנהייבן וועלן ריפאבליקען.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:01 pm

גרשון האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:"מענטשן" מיינסטו היימישע אידן? ס'איז דא א קלארע ראיה אז רוב מענטשן אין ניו יארק האלטן לינק אויף לאקאלע פאליטיק, און אז נאציאנאל איז דאס לאנד צוטיילט בערך האלב אויף האלב.

אבער ס'איז מעגליך אז די מענטשן וואס דו האסט אנגעטראפן האלטן דא אזוי און דא אזוי, וויבאלד ס'איז בדרך כלל נוגע צו אנדערע סארט זאכן.

ניין מענטשן מיין איך רוב מענטשן כדוגמת די אנעקדאט וואס דו האסט צוגעצייכנט.

אויף דעם האב איך געזאגט אז אויב וואלטן רוב מענטשן אין ניו יארק געהאלטן רעכט, וואלטן זיי געשטימט פאר רעכטע קאנדידאטן, אבער דאס מציאות ווייזט אנדערש.


דאס מציאות ווייזט אויך אז די לעצטע צוויי מעיארס פון ניו יארק זענען געלאפן אלץ רעפובליקאנער, אויך האבן ניו יארק און ניו דזשערסי שוין געהאט רעפובליקאנער גאווערנארס אין די לעצטע צוואנציג יאר, ווען איז געווען די לעצטע מאל איינע פון די סטעיטס האט געוואוסט פאר א רעפובליקאנער פרעזידענט?

אבער איך מיין דער תירוץ איז פשוט, די טבע אין א צוויי פארטיי סיסטעם איז אז די פארטייען פאסן זיך כסדר צו צו די באפעלקערונג כדי צו האבן שאנסן אין די עלעקשאנס, דאס מיינט אז דער רעפובליקאנער אין ניו יארק וועט צילן צו לויפן אויף א פלאטפארמע וואס האט שאנסן אין ניו יארק, בעת דער רעפובליקאנער נאציאנאל וועט צילן אויף א פלאטפארמע וואס האט שאנסן נאציאנאל, אין אנדערע ווערטער, א ניו יארקער רעפובליקאנער לויפט אויף די פלאטפארמע פון א נאציאנאלער דעמאקראט, און דערפאר זענען רוב סטעיטס כאטש טיילווייז קאמפעטעטיוו אויפן סטעיט לעוועל, אבער נאר געציילטע סטעיטס זענען קאמפעטעטיוו אויפן נעשאנעל לעוועל.

טראמפ האט יעצט אביסל צושאקלט די קארטן, ווייל רוב דעמאקראטן קוקן היינט אן דאס עצם באלאנגען צו טראמפס פארטיי אלץ די ערגסטע זאך אפגעזען פון די פלאטפארמע, האפנטליך וועט זיך עס אביסעלע צוריקטוישן נאך די עלעקשאנס.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:13 pm

גוט ארויסגעברענגט ר' יואל, און וועגן דעם קען איך נישט זעהן א דזשוליאני נישט אינגאנצן צושמעטערט ווערן אין ניו יארק סיטי היינטיגע צייטן.

דיין האפענטליך אויף נאך די וואלן, איז פשטות נאר שייך אויב טראמפ פארלירט, און אפילו אין אזא פאל, קען איך נישט זעהן א דזשוליאני געווינען, אדער אפילו פארלירן נישט אין א ריזיגע לענדסלייד.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: לינקע פאליסי אויף א לאקאלע לעוועל

תגובהדורך Programming » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:57 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:וואס איך זע קליפ און קלאר איז, אז בעת וואס אונזער עולם לעבט אין חלומות פון א גן עדן אין רויטע סטעיטס, איז יעדער אויפ'ן זעלבן בלאט אז די לאקאלע רעפובליקאנער (עד דעי וכדו') זענען וויסטע אנטיסעמיטן.

איך קאן נישט די היסטאריע בכלל, אפשר קען איינע ארויסהעלפן.

די רעפובליקען פארטיי ווי איך ווייס איז אייביג געווען די וואס האט זיך אקעגענגעשטעלט דיסקרימענעישן, עיברעהעם לינקאלן וואס האט אזוי שטארק געקעמפט די דרום קאנפעדערעיט שטאטן, איז נאך ביזן היינטיגע טאג איינע פון אירע העלדן.

סא וויאזוי קומט עס אז אויף די לאקאל לעוועל איז די פארטיי אזוי דורכגעפוילט מיט כמעט אפענע אנטיסעמיטען???

ווי איז נאך געווען מעגליך אז אין יארע צוואנציג-צוואנציג למספרם, האט זיך נאך געקענט אויפשטעלן ביי די לעצטיגע קאונטי עלעקשענס, די ראקלענד קאונטי רעפובליקען פארטיי באס גארווי ימ״ש, אין איינע פון די מערסטע אידישע באוואוינטע געגענטער אין אמעריקע און אזוי אפענעהייט אן בושה שימפן אקעיגן די ״האסידיק דזשוס״???

די נעשענאל פארטיי האלט איך נישט איז קאנטראלט ביי ראסיסטן, ווער געדענקט דען נישט וויאזוי די לינקע האבן פאר פיר יאר צוריק ארינטערגעריסן טראמפ ס׳ארא ראסיסט, אנטיסעמיט ער איז, למעשה האט ער זיך ארויס געשטעלט צו זיין אן אוהב-ישראל און אפילו פאר די מינאריטיעס האט ער אסאך אויפגעטאן.

אבער די לאקעל לעוועל באסעס זענען נאך היבש דורכגעפוילט.


עס האט נישט מיט די פארטייען, נאר די סטעיט'ס וואס די פארטייען פארטרעטן. די דעמאקראטישע פארטיי האט אמאל דאמינירט די סאוט, מיינט דאס אז אלע דעמאקראטישע פאליטישאן'ס פון די סאוט זענען געווען וויסטע ראסיסטן, בעת די נארטערן רעפובליקאנער זענען געווען מער ליבעראל.

מיט די יארן האבן די דעמאקראטן זיך אריין גערוקט אין די נארט, איז ראסיזם געווארן א אינערליכע פארטיי געראנגל וואס די אנטי ראסיסטן האבן געווינען מיט א שטארקייט, דער קלימאקס איז געווען ווען די קענעדי און זשאנסאן אדמיניסטראציע'ס האבן דורכגעפירט די סיוויל רייטס געזעצן אין די זעכציגער יארן.

אויב וואלט אלעס געבליבן ווי בעפאר וואלט ראסיזם צוביסלעך אויסגעראטן געווארן פון די פאליטישע סיסטעם, אבער די רעפובליקאנער אין שפיץ פון ניקסאן האבן דערשמעקט דא א גאלדענע געלעגנהייט צו ווערן די פארטרעטער פון די וואויסלעס ראסיסטן, און טאקע במשך עטליכע צענדליגער יארן האט זיך די סאוט געטוישט מן הקצה אל הקצה, די ראסיסטן האבן באקומען א היים אין די רעפובליקאנער פארטיי און די דעמאקראטן זענען געווארן מוקצה מחמת מיאוס אין די סאוט. דאס ווערט אנגערופן אין קורצן די 'סאודערן סטראטעזשי'.

די פארטייען האבן שוין געזען פילע גלגולים און פארשידענע מאוומענט'ס און אישו'ס טוישן זיך כסדר לויט די צוזאמען שטעל פון די פארטיי'ס וויילער. צומאל איז קאמיש צו הערן מאנכע היימישע קאמענטירן אז די דעמאקראטן זענען די ראסיסטן און די רעפובליקאנער נישט והא ראיה לינקאלן, עס ווילט זיך זיי פרעגן צי זיי געדענקען נאך די שטעלונג פון די רעפובליקאנער פארטיי אויף פרי טרעיד, רוסלאנד, און 'א פרעזידענט מיט מאראלישע ווירדן' און נאך א הויפן אנדערע אישו'ס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט