פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 8:15 am

חיימאוויטש האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:

איך קען איבערשרייבן די זעלבע ווערטער ווי דו און אונערשרייבן מיין נאמען.. כזעה נישט ווי מיר זענען מחולק, איך האב געזאגט אז מענטשן זענען אריין אין שפיטאל וועגן פאניק? (גראדע איז דא וואס האלטן אז יא אבער זעלבסט פארשטענליך אז דאס איז קיין טענה ווען א איד שפירט אין סכנה רח"ל) איך האב געזאגט און זאג נאך אלץ אז קאומא האט געמאכט רוצחי'שע פאליסיס באזירט אויף פאניק וואס האט געפירט צו א שרעקליכע ציפער טויטע (בדרך הטבע) סיי די נוירסינג האום פאליסי (ווייל די שפיטעלער דארפן דאך זיין גרייט פאר די 40 טויזנט...) און סיי די פאליסי אז יעדער מיט א RN דיגרי זאל באהאנדלען (נישט באהאנדלען כצ"ל) קריטישע פאציענטן, קיינעם נישט אריינלאזן אין שפיטאל (אינקלודינג עסן/טרינקען געבער) נאר צו יציאת נשמה ה"י (דעמאלט קעטשט מען נישט די מחלה כיל"ח) דאס האט (נאכאמאל, בדרך הטבע) געקאסט טויזנטער נפשות, סאו צו זאגן אז עס איז אן ענין צו פאניקן ווייל מענטשן וואלטן געווען מער קעירפול? קען זיין, אבער פאניקן האט זייער ערנסטע קאנסעקווענצן אויך טאמער מהאלט נישט דעם קאפ גראד.

נ. ב. ווען דו זאלסט זיך אויפרעגן איז אין דיין בחירה...

איך האב אויך מיטגעוויינט מיט כלל ישראל, אני הגבר ראיתי וכו'


אונז זענען מחולק ווי פאלגענד: איך האלט אז זיינע פאלעסי'ס זענען - לויט וויפיל איך האב דאן מיטגעהאלטן - נישט געווען געבעיסט אויף פאניק, נאר אויף לויט ווי שנעל די נומערן זענען ארויפגעשפרינגען ווען ס'איז געלאפן בארג ארויף, און אויב ס'לויפט ארויף פאר עטליכע טעג מיט אזא ראטע, דארף מען נעמען ריזיגע שריט צו זיין אויף די זיכערע זייט, אז יעדע איינציגע פאציענט וואס קומט אן אין שפיטאל מיט אטעמען-פראבלעמען זאל באקומען א בעט, א ווענטעלעיטער און רעספעריעיטער - לויט די געברויך. און - ווי ארויסגעברענגט אין מיין לענגערע תגובה - זענען אויך א טייל פאלעסיס געווען באזירט אויף די פארלאנגען פון די דאקטורים און נורסעס וועם מ'האט פאר יעדע פרייז געמוזט האבן אן בארד, כאטש צו ראטעווען כמה דאפשר.

און (נאך וואס כ'האב שוין באקומען דזשוכעס אין אישי - ווי ערווארטעט) וויל איך קלארשטעלן: איך קום נישט, און איך קען נישט, פארענטפערן די פאלעסיס ווי צו זאגן אז ס'איז אויסגעהאלטן, איך באציה זיך פשוט צו די סטעיטמענט אז 'דער ניו-יארק'ער גאווערנער האט געמאכט פאלעסיס פון פאניק' מיטוואס עטליכע האבן שוין פראבירט צו ספינען דערמיט פאר איין פאליטישע זייט, אראפצושפילן די חורבן וואס די וויירוס זעלבסט האט געברענגט מיט זיך דאהי, ווי צו זאגן אז ווען נישט די פאלעסיס וואלט די ראטע נישט געווען אזוי הויעך. זאג איך (מיינונג פון איין מאן) אז ס'איז געווען אזוי הויעך 'טראץ די פאלעסיס'.

יא, איך ווייס אז ארויסרעדן סיי וועלכע נישט-גענוג-נעגעטיווע ווארט קעגן קאומו איז יעצט אומפאפולער... איך ווייס...

יאפ מיט דעם טאקע בין איך מחולק ווי עגרי טו דיסעגרי

בדו דאס זאגן אז עס אז דער שורש איז געווען פאניק איז אויך א לימוד זכות אויף די רציחות און אומפאפולער זינט איך זאג נישט אז ער איז דא געווען צו ווייזן בעלות און נישט געקעירט פאר די מענטשהייט

--
איך בין נישט זוכה צו פארשטיין די "אויפדעקונג" פון די אפריל 13 רעקארדינג דורך דעם שפל וואודווארד

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:57 am

ווי @שלמה זאגט עס איז אלעס געווען פובליק אינפאו,
און טראמפ האט אראפגעשפילט נישט צו מאכען קיין פאניק,

למעשה ווען טראמפ האט געזאגט אז עס איז אסאך ערגער וןוי די פלו
איז שוין געווען נאך א פרעסע קאנפרענץ

ווי מען האט געפרעגט טראמפ אז ער מאכט אזויפיל גיידליינס,
עס איז דאך אזוי ווי די פלו

אויף וואס טראמפ האט מודה געווען ברבים,

סאו מער ווייניגער איז די אויפדעקונג פון וואדווארד,
אז אלעס וואס טראמפ האט געזאגט פובליק
האט ער אויך געזאגט פריוואט פאר וואדווארד....
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 1:06 pm

אין וואדווארדס פריערדיגע בוך איז געשטאנען אז טראמפ האט געוואלט אומברענגען דעם בוטשער על אסאד.
20200915_130347.jpg
1
20200915_130347.jpg (450.01 KiB) געזעהן 225 מאל


טראמפ האט דאס גאר שטארק געלייקענט בשעתו.
IMG_20200915_130229.jpg
2
IMG_20200915_130229.jpg (118.11 KiB) געזעהן 225 מאל


היינט האט ער געזאגט אז עס איז געווען אמת.
20200915_130540.jpg
3
20200915_130540.jpg (164.17 KiB) געזעהן 225 מאל


פארוואס זאג איך דאס אייך, ללמדך למי החותמת ולמי הפסולים, וועם מען דארף גלייבן צווישן מידיע סורסעס און דעם פרעזידענט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:56 am

שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 6 געסט