פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:53 am

דרייען א קאפ...

טראמפ האט געוואוסט.. דעבלאזיא האט געזאגט פאר פורים (יעדער האט שוין געוואוסט דאס וואס טראמפ האט "געוואוסט" 4 וואכן פריער) אז מקען געהעריג מאכן געדערינגס, צוגעמאכט די סקולס 10 טעג נאך פורים בלויז אינטער פאליטישע דרוק פון די גרויליגע טיטשערס יוניאן, ענד סאו אן, איך געדענק פורים ביינאכט ווי מהאט גערעדט איבער די אבזורדאלע שריט פון איזראעל אפצושפארן דעם גרעניץ פאר אמעריקאנער וכו'. (א מאנדאט אויף מאסקעס אין ניו יארק איז ארויסגעקומען אחרון של פסח ווען די בתי חיים זענען שוין געווען פול רח"ל)

וואס איז טאקע פשט? ווויל הוא "לבדו" עשה ועושה ויעשה, "קיינער" אויף דער ערד קוגל האט נישט געקענט פאראויסזאגן אזא מאסן מגיפה ל"ע יעדער האט עס אנגעקוקט ווי א קורצע דורכגאנג און נישט געחלומט וואס דא קומט טראץ אלע אינפארמאציע וואס מהאט "געוואוסט" סאיז געווען א גזירה מן השמים אז די ערשטע זאל עס באטרעפן אזוי ביטער אחב"י אין ניו יארק בעפאר מזאל קענען וויסן ווי ערנסט דאס צו נעמען.

לגבי אנזייען א פאניק, יאסי ברענגט גוט ארויס א נקודה. קאומא האט געפאניקט (נאכן זעהן דעם ביטערן מציאות) און געמאכט רוצחישע פאליסיס אויף שפיטעלער און נורסינג האומס באזירט אויף פאניק ווייל מדארף זיך דאך גרייטן אויף 40 טויזנט ICU פאציענטן, אלס רעזולטאט האט מען געהאט 7-8 הונדערט טויטע יעדן טאג אין ניו יארק!!! (אין א"י האלט מען אלעס אינאיינעם ביי 1100 און דא איז געווען מער אין 2 טעג!!) פארשטייט זיך אז קיין 40 טויזנט איז קיינמאל נישט געווען (קוים א צענטל דערפון) בלויז געפאניקט און געמאכט קריטישע באשלוסן בעיסד אויף דראמא און גורם געווען א מאסן רציחה..

אדרבה זאל איינער אנווייזן איין לויזע שריט פון טראמפ אין יענע צייט ווען אנדערע אין גאווערמענט האבן געהאלטן אז מדארף צוימען

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:29 pm

גע'פאניק'ט, געמאכט רוצח'ישע פאלעסיס, און צום אויספיר - אלס רעזולטאט האט מען געהט 7-8 הונדערט טויטע יעדן טאג אין ניו יארק...

און די פירכא גייט אז ארץ ישראל - וואס האט עס הערשט יעצט, ווען ס'איז אין ערגעץ קיין דמיון צו-וואס מיר האבן געהאט אין ניו יארק - איז עס ווייניגער.

און יוסי זאגט גוט.

איי באשעפער, ווען ספינעריי ווערט די נארם

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:51 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:גע'פאניק'ט, געמאכט רוצח'ישע פאלעסיס, און צום אויספיר - אלס רעזולטאט האט מען געהט 7-8 הונדערט טויטע יעדן טאג אין ניו יארק...

און די פירכא גייט אז ארץ ישראל - וואס האט עס הערשט יעצט, ווען ס'איז אין ערגעץ קיין דמיון צו-וואס מיר האבן געהאט אין ניו יארק - איז עס ווייניגער.

און יוסי זאגט גוט.

איי באשעפער, ווען ספינעריי ווערט די נארם

האסט אפגעפרעגט @קהל'ס תגובה?
איך פרעג סתם
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:28 pm

אביסל טיפער האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:גע'פאניק'ט, געמאכט רוצח'ישע פאלעסיס, און צום אויספיר - אלס רעזולטאט האט מען געהט 7-8 הונדערט טויטע יעדן טאג אין ניו יארק...

און די פירכא גייט אז ארץ ישראל - וואס האט עס הערשט יעצט, ווען ס'איז אין ערגעץ קיין דמיון צו-וואס מיר האבן געהאט אין ניו יארק - איז עס ווייניגער.

און יוסי זאגט גוט.

איי באשעפער, ווען ספינעריי ווערט די נארם

האסט אפגעפרעגט @קהל'ס תגובה?
איך פרעג סתם

אז כ'ווייס פשוט נישט ווי אנצוהייבן... ווארף איך כאטש אריין די נישט-פירכא'ס.

אני הגבר ראיתי,כ'האב מיטגעהאלטן לעבעדיג דאס וואס יעדער האט... ליידער די מצב מיט קוים עטליכע חדשים צוריק, די וויירוס איז געלאפן ביטערל'יך פון איינעם צום צווייטן, יויש! און מיין זכרון ארבעט מיר נאך, כ'האב געזען און פארשטאנען וויאזוי זאכן דערקייקלן זיך צו אזא ביטערע מצב, און כ'האב געוויינט צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל. אבער, צו הערן יעצט ווי מ'נעמט געוויסע פאקטן און מ'ספינט אהער, מ'ספינט אהין, מ'פראבירט אויפצו-ווייזן, מיט העטעך פעטעך'ס און מיט מה מצינו'ס, און די פשוטע נארמאלע וועג פון טראכטן און געדענקען די מציאות-הדברים לאזט מען אין די זייט, טוט עס וויי.

פאקט 1: פון די הונדערטע טויזענטע אנגעשטעקטע זענען א פראצענט מענטשן נעבעך אנגעקומען אין שפיטאל, אלע וואס איך קען זענען דארט אנגעקומען פאר איין סיבה: ווייל זייערע אטעמען ציפערן האבן געדראפט צו געפערליכע שטאפלן אזש ס'געווען א סכנת מוות. נאר פארדעם. דערפאר. ווען איינער קומט מיר יעצט מיט עטליכע חדשים שפעטער דרש'נען אז אסאך מער מענטשן זענען אריין אין שפיטאל צוליב די פאניק פון די באהערדע און דאס האט גורם געווען מער טויטע, פשוט ווייל זיי ווילן דערמיט ספינען אויף א פאליטישע זייט, רעגט מיך עס אויף.

פאקט 2: די ICU אין די שפיטעלער זענען געווען געפאקט! דאס האט מען געהערט סיי פון הצלה-מעמבער און סיי פון פאציענטן, פארוואס? פאר איין סיבה: ווייל די קעראונע מחלה איז א ביטערע, און האט זיך גאר שנעל פארשפרייט צו הונדערטע טויזענטע, אזש ס'איז אויפאיינמאל געווען א פלייץ פון קראנקע וואס זיי האבן נישט געהאט גענוג פלאץ וואו צו פלאצירן! אסאך שפיטעלער האבן נישט אריינגעלאזט איינער וואס איז נישט ממש אין א סכנה ווייל זיי האבן נישט געהאט גענוג פלאץ, דאס איז געווען א מציאות. דערפאר. ווען איינער קומט מיר זינגען אז די כאאס אין די שפיטעלער איז געווען בלויז צוליב די פאניק און פאלעסיס, און טוט דערמיט אפענערהייט אראפשפילן אז די וויירוס בעצם איז נישט געווען אזוי געפערליך, וכנ"ל ווייל ער וויל דערמיט ספינען אויף א פאליטישע זייט. רעגט עס מיר אויף.

פאקט 3: די באהאנדלונגען אין די שפיטעלער איז געווען א חורבן, די דאקטורים און נורסעס האבן געטון די מינומום - אדער דאס אויך נישט. צוליב עטליכע סיבות: 1. די נומערן פון שטאב-מיטגילדער איז דראסטיש געפאלן, א גרויסע פראצענט פון זיי האבן זיך קווארענטירט צוליב סימפטאמען, און אסאך האבן געטראפן אויסריידן זיך ארויסצודרייען נישט צו דארפן קומען וואס דאס האט גאר שטארק אנגעשטרענגט די וואס זענען יא אריינגעקומען. 2. די דאקטורים און נורסעס האבן געשפירט ווי זיי גייען אריין אין פייער יעדע מאל זיי דארפן אריינגיין אין צימער פונעם פאציענט, און זיי האבן זיך דעריבער געשפירט בגדול'ט ווי מ'קומט זיי די וועלט. קיינער קען פון זיי גארנישט פארלאנגן, און זיי האבן געשטעלט א מלחמה אז קיין איין פרעמדער זאל נישט אריינקומען (ווי די עטליכע וואס האבן זיך אריינגעגליטשט אין די שפיטעלער האבן עדות געזאגט). 3 - והוא העיקר: מ'האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס צו טון, נישט די דאקטורים און נישט די העכערע, ס'נישט געווען קיין געהעריגע רפואה, מ'האט דעמאלס פראבירט צו ראטעווען אויפן מינוט, ווענטעלעיטער, רעספעריעיטער, און גארנישט מער.
די דריי פאקטארן האבן אויטמאטיש אראפגעברענגט די 'איכות' פון די קעיר אויף גאר א שוואכע לעוול. דאס זענען בסך הכל די פשוטע סיבות על פי לאגיק וויאזוי די מצב האט ליידער צוגעברענגט אזא געפערליכע אויטקאם. הונדערטע קראנקע אין א סכנה. דערפאר. ווען איינער קומט מיר יעצט שרייבן בלעטער און בלעטער [ועל אחת כמה וכמה ווען עס ווערט געפרעדיגט פאר טויזענטע צוהערער אויף א פובליק-פלאטפארמע אן קיין שום אחריות] אז ס'געווען די פאלעסיס וואס האבן געהעכערט די טויטע מיט אזא פראצענט רעגט עס מיר אויף.

צוריק צו די ספינעריי.
לעצט פאראכטן דורך חיימאוויטש אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:35 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:
אז כ'ווייס פשוט נישט ווי אנצוהייבן... ווארף איך כאטש אריין די נישט-פירכא'ס.

אני הגבר ראיתי,כ'האב מיטגעהאלטן לעבעדיג דאס וואס יעדער האט... ליידער די מצב מיט קוים עטליכע חדשים צוריק, די וויירוס איז געלאפן ביטערל'יך פון איינעם צום צווייטן, יויש! און מיין זכרון ארבעט מיר נאך, כ'האב געזען און פארשטאנען וויאזוי זאכן דערקייקלן זיך צו אזא ביטערע מצב, און כ'האב געוויינט צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל. אבער, צו הערן יעצט ווי מ'נעמט געוויסע פאקטן און מ'ספינט אהער, מ'ספינט אהין, מ'פראבירט אויפצו-ווייזן, מיט העטעך פעטעך'ס און מיט מה מצינו'ס, און די פשוטע נארמאלע וועג פון טראכטן און געדענקען די מציאות-הדברים לאזט מען אין די זייט, טוט עס וויי.

פאקט 1: פון די הונדערטע טויזענטע אנגעשטעקטע זענען א פראצענט מענטשן נעבעך אנגעקומען אין שפיטאל, אלע וואס איך קען זענען דארט אנגעקומען פאר איין סיבה: ווייל זייערע אטעמען ציפערן האבן געדראפט צו געפערליכע שטאפלן אזש ס'געווען א סכנת מוות. נאר פארדעם. דערפאר. ווען איינער קומט מיר יעצט מיט עטליכע חדשים שפעטער דרש'נען אז אסאך מער מענטשן זענען אריין אין שפיטאל צוליב פאניק און דאס האט גורם געווען מער טויטע, פשוט ווייל זיי ווילן דערמיט ספינען אויף א פאליטישע זייט, רעגט מיך עס אויף.

פאקט 2: די ICU אין די שפיטעלער זענען געווען געפאקט! דאס האט מען געהערט סיי פון הצלה-מעמבער און סיי פון פאציענטן, פארוואס? פאר איין סיבה: ווייל די קעראונע מחלה איז א ביטערע, און האט זיך גאר שנעל פארשפרייט צו הונדערטע טויזענטע, אזש ס'איז אויפאיינמאל געווען א פלייץ פון קראנקע וואס זיי האבן נישט געהאט גענוג פלאץ וואו צו פלאצירן! אסאך שפיטעלער האבן נישט אריינגעלאזט איינער וואס איז נישט ממש אין א סכנה ווייל זיי האבן נישט געהאט גענוג פלאץ, דאס איז געווען א מציאות. דערפאר. ווען איינער קומט מיר זינגען אז די כאאס אין די שפיטעלער איז געווען בלויז צוליב די פאניק און פאלעסיס, און טוט דערמיט אפענערהייט אראפשפילן אז די וויירוס בעצם איז נישט געווען אזוי געפערליך, וכנ"ל ווייל ער וויל דערמיט ספינען אויף א פאליטישע זייט. רעגט עס מיר אויף.

פאקט 3: די באהאנדלונגען אין די שפיטעלער איז געווען א חורבן, די דאקטורים און נורסעס האבן געטון די מינומום - אדער דאס אויך נישט. צוליב עטליכע סיבות: 1. די נומערן פון שטאב-מיטגילדער איז דראסטיש געפאלן, א גרויסע פראצענט פון זיי האבן זיך קווארענטירט צוליב סימפטאמען, און אסאך האבן געטראפן אויסריידן זיך ארויסצודרייען נישט צו דארפן קומען וואס דאס האט גאר שטארק אנגעשטרענגט די וואס זענען יא אריינגעקומען. 2. די דאקטורים און נורסעס האבן געשפירט ווי זיי גייען אריין אין פייער יעדע מאל זיי דארפן אריינגיין אין צימער פונעם פאציענט, און זיי האבן זיך דעריבער געשפירט בגדול'ט ווי מ'קומט זיי די וועלט. קיינער קען פון זיי גארנישט פארלאנגן, און זיי האבן געשטעלט א מלחמה אז קיין איין פרעמדער זאל נישט אריינקומען (ווי די עטליכע וואס האבן זיך אריינגעגליטשט אין די שפיטעלער האבן עדות געזאגט). 3 - והוא העיקר: מ'האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס צו טון, נישט די דאקטורים און נישט די העכערע, ס'נישט געווען קיין געהעריגע רפואה, מ'האט דעמאלס פראבירט צו ראטעווען אויפן מינוט, ווענטעלעיטער, רעספעריעיטער, און גארנישט מער.
די דריי פאקטארן האבן אויטמאטיש אראפגעברענגט די 'איכות' פון די קעיר אויף גאר א שוואכע לעוול. דאס זענען בסך הכל די פשוטע סיבות על פי לאגיק וויאזוי די מצב האט ליידער צוגעברענגט אזא געפערליכע אויטקאם. הונדערטע קראנקע אין א סכנה. דערפאר. ווען איינער קומט מיר יעצט שרייבן בלעטער און בלעטער [ועל אחת כמה וכמה ווען עס ווערט געפרעדיגט פאר טויזענטע צוהערער אויף א פובליק-פלאטפארמע אן קיין שום אחריות] אז ס'געווען די פאלעסיס וואס האבן געהעכערט די טויטע מיט אזא פראצענט רעגט עס מיר אויף.

צוריק צו די ספינעריי.

איי איי איי @חיימאוויטש.

שוין לאנג נישט געזעהן איינעם אריינקומען אזוי קלאר.

;l;p- גוט געזאגט.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:32 pm

כ'וויל פארשטיין די מהלך פון נישט 'אנזייען א פאניק', וואס פונקטליך מיינט דאס ווען מענטשליכע לעבנס זענען אויף די ליין? אפשר איז די גאנצע בוש גאווערמענט געווען ווראנג פאר די פאניק נאך 911? פארוואס האטנ מען געדארפט קענסלען אלע פלייטס? איר ווייסט ווי סאך פאניק דאס מאכט אן? פארוואס האבן פליגער אין די לופטן געדארפט לענדן און אראפלייגן פאסאזשירן ביי פרעמדע דעסטינאציעס? נישט שייך קיין גרעסערע פאניק ווי דעם! וואסי פשט אז נאך יעדע אטאקע איז דא זייער הויכע סעקיוריטי? ס'איז דאך פאניק?? ווען טראמפ איז דעמאלטס וואלט ער לכאו' טאקע אלעס ווייטער געלאזאט, "מ'טאר דאך נישט אנזייען קיין פאניק"!!....

ער ווייס אמעריקע איז אין א סכנה, טויזענטער לעבנס קענען צוגדעענומען ווערן, "אבער מ'טאר דאך נישט אנזייען קיין פאניק", וואספארע געראדאכטס איז דאס????

איך געדענק ווי @שלמה האט דא אנגעווארענט שלעכטע זאכן, מ'האט סתם אנגעשריגן 'פאניק אנדריייער' און זיך אויסגעלאכט, למעשה איז יעדע ווארט זיינע געווען גערעכט!

און לגבי די זינלאזע טענה פארוואס וואדווארד האט נישט דעמאלטס אנגעווארענט די וועלט, עקסקיוס מי?? ער איז דיין ארבעטער?? ער איז גארנישט מחויב צו פארציילן, משא"כ די פרעזידענט איז יא.
איך וויל פערזענליך איבערבעטן יעדער אויפן וועלטל וואס איז געווארן געטראפן פון מיר.
און כ'האף ביסט מיר מוחל, כ'העל אי"ה פרובירן זיך צו פארבעסערן.

איך בין יעדעם דא מוחל, און כ'וויל טאקע אנוואונטשן יעדעם דא, א גמר חתימה טובה, מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:42 pm

דא האט געשריבן:אלס פאליטעקער האט ער א נגיעה אראפצושפילן דעם געפאר און צו די זייט איז דאס אויך זיין דזשאב אלס פירער צו בארואיגן דאס פאלק אין צייט פון קריזיס. היות ער איז נישט אזא געלונגען קינד איז ער נישט אזוי מצליח... ווייטער די פאליטיקער פון די ... האבן א פליכט צו אויפהעצן דעם עולם ווי אומקאמפעטענט .... איז און רייטן אויפן שרעק פון דעם עולם צו די בודקעס. ביזדערווייל האבן זיי זייער שטארק מצליח געווען דערמיט

כ'מיין ס'איז א גוטע תירוץ, ניין?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:04 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:כ'וויל פארשטיין די מהלך פון נישט 'אנזייען א פאניק', וואס פונקטליך מיינט דאס ווען מענטשליכע לעבנס זענען אויף די ליין? אפשר איז די גאנצע בוש גאווערמענט געווען ווראנג פאר די פאניק נאך 911? פארוואס האטנ מען געדארפט קענסלען אלע פלייטס? איר ווייסט ווי סאך פאניק דאס מאכט אן? פארוואס האבן פליגער אין די לופטן געדארפט לענדן און אראפלייגן פאסאזשירן ביי פרעמדע דעסטינאציעס? נישט שייך קיין גרעסערע פאניק ווי דעם! וואסי פשט אז נאך יעדע אטאקע איז דא זייער הויכע סעקיוריטי? ס'איז דאך פאניק?? ווען טראמפ איז דעמאלטס וואלט ער לכאו' טאקע אלעס ווייטער געלאזאט, "מ'טאר דאך נישט אנזייען קיין פאניק"!!....

ער ווייס אמעריקע איז אין א סכנה, טויזענטער לעבנס קענען צוגדעענומען ווערן, "אבער מ'טאר דאך נישט אנזייען קיין פאניק", וואספארע געראדאכטס איז דאס????

איך געדענק ווי @שלמה האט דא אנגעווארענט שלעכטע זאכן, מ'האט סתם אנגעשריגן 'פאניק אנדריייער' און זיך אויסגעלאכט, למעשה איז יעדע ווארט זיינע געווען גערעכט!

און לגבי די זינלאזע טענה פארוואס וואדווארד האט נישט דעמאלטס אנגעווארענט די וועלט, עקסקיוס מי?? ער איז דיין ארבעטער?? ער איז גארנישט מחויב צו פארציילן, משא"כ די פרעזידענט איז יא.

זיכער איז ער געווען מחיוב צו לאזן דאס לאנד וויסן וואס טראמפ זאגט, מסיח לפי תומו [טמאו], אין פעברואר און בעיקר מערץ ווען טראמפ האט אוועקגעמאכט דעם ווירוס ווען יעדער וואס האט צוגעלייגט אביסל קאפ האט פארשטאנען אז דא קומט א צונאמי (ווען איטאליע האט געהאט שווערערע הונדערטער טויטפאלן א טאג אין איין ראיאן). ער ארבעט אפשר נישט פאר מיר און איז נישט א רעגירונג איינגעשטעלטער אבער ער האט קלאר א שטארקע מאראלישער פליכט צו ווארענען מענטשן איבער דעם בעפארשטייענדן געפאר.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:10 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:

אקעי, אבער דו קענסט עס נישט אפילו פרובירן צו קאמפעירן צו טראמפ, וואס איז 'מחויב' צו מעלדן די פאלק.
איך וויל פערזענליך איבערבעטן יעדער אויפן וועלטל וואס איז געווארן געטראפן פון מיר.
און כ'האף ביסט מיר מוחל, כ'העל אי"ה פרובירן זיך צו פארבעסערן.

איך בין יעדעם דא מוחל, און כ'וויל טאקע אנוואונטשן יעדעם דא, א גמר חתימה טובה, מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:32 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:אקעי, אבער דו קענסט עס נישט אפילו פרובירן צו קאמפעירן צו טראמפ, וואס איז 'מחויב' צו מעלדן די פאלק.

טראכט אוועק פון טראמפ פאר א סעקונדע (נישט מעגליך, האא?...) ער איז באגאנגען א עוולה גדולה. פינטל.

נ'אז כ'האב שוין אנגעהייבן שרייבן א תגובה אין דעם זינלאזן אשכול העמיר שוין לאזן הערן מיין דעה אינעם ענין,
ס'איז גאנץ פארשטענדליך אז ווען טראמפ האט עס פראבירט צי באהאלטן און דאונפלעיען האט ער שטארק געהאפט אז די וויירוס גייט זיך טאקע אויסלאזן מיט א גארנישט, פשוט אזוי, אז ער ווייסט ווען ווי ערנסט ס'איז וואס איז די סטראטעגיע פון עס באהאלטן? אט דער האפענונג האט איהם פארבלענדעד די אויגן און ער האט זיך געלאזט פירן נארישערהייט עס צי אראפשפילן ווי גארנישט... א עוולה אבער קיין שאט נפש איז ער נישט געווען.

אויף די אנדערע זייט זיצט א ריפארטער מיט די זעלבע אינפארמאציע און ער האט גאר א פינקט פארקערטע האפענונג, דער האפט ביז גאר אז אלעס זאל טאקע זיין אזוי, דער וויירוס זאל בוזשעווען איבערן לאנד ווי שטערקער און קאסטן ווי מער קרבנות, מיט א רשעות'דיגע שטיל-שווייגעניש האלט ער מיט ווי אלעס גייט ווי פאראויסגעזעהן און האלט זיך שטיל בלויז פאר פערזענליכע אינטערעסן. וויאזוי קען א נורמאלע מענטש פארגלייכן די צוויי?

ודי למשכיל
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:34 pm

דאס האב איך געשריבן מיטוואך נאכט נאך די באריכט איז ארויסגעקומען. איך האב דאס נישט געשיקט ווייל איך האב געוואוסט אז איך וועל נישט האבן די גייסטישע כוחות צו פארנעמען אלע וואס וועלן דאס פארטיידיגן, אוועקמאכן און טרעפן די ניין און ניינציג "עכטע שולדיגע" וואס נוצן פשוט טראמפ אלס שעיר לעזאזל... און בעיקר לייקענען אז טראמפ האט דאס גענומען קרימינאל לייכטזיניג (כאילו יעצט, שוין נאך צוויי הונדערט טויזנט פאטאליטעטן, נעמט דאס טראמפ איין ברעקל מער ערנסט ווען די סאמע מינוט באטייליגן זיך טויזנטער פון זיינע שטיצער, א גרויסע חלק פון זיי עלטערע, אין אן אינדאר קאוויד-פעסט אן די מינדסטע זיכערהייט און דערווייטערונג מאסנאמען).

מישנדיג די בלעטער קען איך נישט זאגן עפעס אנדערש ווי 'good call...'

ליין אויב דו ביסט אינטערעסירט, אבער איך האף אויך יעצט זיך נישט אריינצולאזן פריש אין אבסורדאלע געפעכטן.

מיינע צוויי צענט איבער די "איבעראשענדע אויפדעקונג."

ערשטנס, לגבי וואודווארד זעלבסט איז דאס אן אומדערהערטן נידערטרעכטיגן סעלפישקייט און געפערליך אומעטישן רשעות צו האלטן די רעקארדירונגען אין געהיים ביז יעצט כדי צו הייבן אינטערעסע אין זיין בוך געציילטע וואכן פאר די וואלן. וויפיל לעבנס וואלטן פארשוינט געווארן ווען ער ליעקט די טעיפס אנהייב מערץ און ברענגט צו צו דעם אז טראמפ זאל באקומען אומגעהויערע דרוק פון אלע ריכטונגען צו נעמען אלע לעבנסוויכטיגע שריט וואס איז שייך צו באקעמפן די פארשפרייטונג.

יעצט צו די "מוראדיגע אויפדעקונג" אז טראמפ האט געוואוס ווי געפארפול די וויירוס איז נאך אין פעברואר און אין מערץ. האט סיי ווער געהאט די מינדסטע צווייפל צי טראמפ און זיין אדמיניסטראציע האבן געוואוסט די געפאר? סיריעסלי? יעדן טוטער וואס האט צוגעלייגט א טראפ צייט, קאפ און הארץ האט געוואוסט פונקטליך די פאטענציעל ווי שרעקליך די עפידעמיע קען זיין אויב מען לאזט דאס זיך פארשפרייטן אויף א גרויסן פארנעם אן קיין קאנטראל.
יעדער מיט א ברעקל שכל האט גלייך פארשטאנען אז די אמעריקאנער רעגירונג איז פונקטליך באקאנט מיט די געפאר. אז די אדמיניסטראציע און טראמפ זענען געווארן געבריעפט מיט די פונקטליכע, מאוסט אפ-טו-דעיט אינפארמאציע יעדע טאג. און יעדער וואס האט מיטגעהאלטן ווי די קריזיס האט זיך פארשפרייט האט געזען אז דער פרעזידענט האלט פשוט נישט ביים נעמען די מינדסטע נויטיגע שריט צו באקעמפן דעם ווירוס ווייל האלטן די עקאנאמיע אפן פאר ביזנעס און די דאו און נעסדעק אויפן וועג ארויף איז אים אסאך מער וויכטיג ווי ראטעווען צענדליגער און הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער לעבנס.
קאם אן, די רעקארדירונגען און ביכל זענען אזוי "שאקירנד" און "נייעס" ווי טראמפ איז א פרעזידענט אדער א פירער.

אלס דער וואס האט דא אויפן וועלטל געשריגן און פארפירט ווי א וואנזיניגער אז די היימישע עולם שטייט גלייכגילטיג און די געגנווארט פון א פאקטישער, באשיינפערליכן צונאמי וואס גייט דערטרענקען הונדערטער אידן פון יעדן שיכט און קרייז, בלייבט נאר צו פרעגן צי די מעגאלאמאניעק'ס אומגעלונגענע סימבאלישן פארזוך צו שטיפן די דאו אריבער די דרייסיג טויזנט מארק איז ווערד געווען די צענדליגע פרישע רייעס אין די בתי חיים צעזייט איבער די לענג און ברייט פון ניו יארק און ניו דזשערזי.
וויסנדיג וואס מען ווייסט יעצט, וויאזוי איז מעגליך אז א טויזנט טויטע טעגליך (און ניין, דרייקאפ, דאס רעכנט נישט אריין די געציילטע טעגליכע פאטאליטעטן פון ניו יארק סטעיט און ניו דזשערזי) וויאזוי איז בכלל מעגליך אז דאס איז נישט *די אישו* פון וואס מען רעדט אין יעדן קופקע און אשכול? איז דאס נישט אזוי וויכטיג ווי בענגאזי אדער די איראן דיעל? (איך געדענק ווי איך און כאפצעם האבן פארברענגט שעות אויף שעות מיט געוויסע וואס זענען געווען איבערצייגט אז אבאמא האלט אט אט ביים אריינשמוגלען א טוץ נוקלעארע שפיצן צו טעהראן..).
כמעט יעדע פארגעשריטענע לאנד אויפן וועלט האט אראפגעברענגט זייער טעגליכע טויט ראטע צו די איינצלנע נומערן אין יוני-אוגוסט, בשעת אונזער פרעזידענט האט נאך העפטיג דעבאטירט צי ווערן געזען מיט א מאסק אין פובליק טראגט צו א גרויסער ריזיקע אונטערצומינעווען דעם קולט פירערס געטשליכקייט. פון ווילדעווען ווי א צאפ אויף טוויטער אז מען מוז "אויסלייזן" דעמאקראטיש געפירטע שטאטן פון די לאקדאונס (וואס זענען געווען מילד אין פארגלייך צו סאוט קארעא, אייראפע, קאנאדע און אויסטראליע) ביזן פעדלען אומאיבערגעוויזענע רפואות, יו. ווי. ליכט סגולות און שעדליכע באשטאנדטייל קאקטעילס. פון ווארטן פאטאל שפעט אנצוהייבן צווינגען פאבריקאנטן צו פראדוצירן מאסקעס און PPE, שרייען אז דאס איז די פלו און "די סניפלס," ביזן בייזוויליג דערקלערן פארן פאלק אז "עס גייט גיין פול פופצן צו נול גאר בקרוב," "עס גייט פשוט פארשוואונדן!" פון האלטן גרויסע פאליטישע ראליס ביז שפעט אריין אינעם פארשפרייטונג (וואס ער האט ווידער אנגעהויבן) אן פארלאנגען דאס מינדסטע זיכערהייט מאסנאמען און שטיצן גרויסע ספארטס פארזאמלונגען, ביזן שטיפן אומאויפהערליך פאר זיין גרויסארטיגע RNC רעדע דורכאויס די שווערסטע מאנאטן. פון אפווארפן WHO טעסטס אין די קריטישסטע וואכן, איגנארירן גרויסע שטעט "ווייל זיי זענען נישט זיינע מענטשן" ביזן צווינגען די סטעיטס און שולע סיסטעמען איבערן לאנד צו עפענען in person קלאסן זייענדיג פאר'משכנ'ט צו פעדעראלע געלטער. עס איז כמעט נישט א שעדליכן שריט וואס ער האט נישט גענומען דורכאויס די לעצטע אכט מאנאטן.

די מערסט טראגי-קאמישע זאך איז נאך, אז טראמפ, וואס האט זיך דערקלערט אלס א 'קריגס-צייט פרעזידענט' אום מערץ אכצן, וואלט געקענט ריסעטן זיין גאנצע כאאס-ליגנט-און-קארופציע דורכגעפוילטע דריי יעריגע קאדענץ און זיך כמעט פארזיכערן א גרינגע וועג צו ווידערערוויילונג מיטן גיין אין קריג מיטן עפידעמיע, א שטייגער ווי רעפובליקאנער גאווערנאר מייק דיוויין האט געטון און אהייאו.
איר ער דאך אבער א גייסטישער קריפל וואס קען נישט טראכטן פון עפעס גרעסער אדער וויכטיגער אדער מער דרינגענד ווי איך, זיך און מיך און דווקא אויף די מערסטע אויבערפלעכליכע און counterproductive פארנעם וואס איז שייך.
די מערסט כאאטישע, קארופטירטע און אימפיעטשט-ווערדיגער אדמיניסטראציע אין אמעריקער היסטאריע וואלט מיט אביסל קאמאן סענס און קאמפעטענטע פירערשאפט געקענט באגראבן די ערשטע דריי יאר פון זיין אדמיניסטראציע און אריינגיין אין די היסטאריע ביכער אלס א העלד און באליבטער פירער וואס האט געראטעוועט זיין לאנד פון אן איינס-אין-א-הונדערט יאר קאטאסטראפע.
"געקענט" האב איך געזאגט? נע. Not a chance.
יעדער וואס האט מיטגעהאלטן פאליטיק אין 2015-2016, סיי די אנטי און סיי די פרא, האט געוואוסט ווער טראמפ איז און וואס טראמפיזם באדייט. און אויב איינער האט נאך געהאט דאס מינדסטן שאטן פון א צווייפל אפשר דאך איז דאס אלעס געווען א שפיל צו געווינען די וואלן האט ער גאר שנעל איינגעזען אז ניין, טראמפ פון די קאמפיין טרעיל איז טראמפ פון די. סי.
די שאלה איז נישט פארוואס די קריפל האט נישט געטון וואס איז ריכטיג אין א קריטישע מינוט. די שאלה איז צו זיינע שטיצער און קולט נאכפאלגער פארוואס זיי האסן די אמעריקאנער בירגער אזוי שטארק אז זיי האבן באשלאסן אז "אונען די ליבערלס" פאר פיר יאר איז וויכטיגער ווי די לעבנס פון הונדערט טויזנט עלטערע אמעריקאנער און די מיט עקזיסטירנדע געזונט-צושטאנדן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:40 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אקעי, אבער דו קענסט עס נישט אפילו פרובירן צו קאמפעירן צו טראמפ, וואס איז 'מחויב' צו מעלדן די פאלק.

טראכט אוועק פון טראמפ פאר א סעקונדע (נישט מעגליך, האא?...) ער איז באגאנגען א עוולה גדולה. פינטל.

נ'אז כ'האב שוין אנגעהייבן שרייבן א תגובה אין דעם זינלאזן אשכול העמיר שוין לאזן הערן מיין דעה אינעם ענין,
ס'איז גאנץ פארשטענדליך אז ווען טראמפ האט עס פראבירט צי באהאלטן און דאונפלעיען האט ער שטארק געהאפט אז די וויירוס גייט זיך טאקע אויסלאזן מיט א גארנישט, פשוט אזוי, אז ער ווייסט ווען ווי ערנסט ס'איז וואס איז די סטראטעגיע פון עס באהאלטן? אט דער האפענונג האט איהם פארבלענדעד די אויגן און ער האט זיך געלאזט פירן נארישערהייט עס צי אראפשפילן ווי גארנישט... א עוולה אבער קיין שאט נפש איז ער נישט געווען.

אויף די אנדערע זייט זיצט א ריפארטער מיט די זעלבע אינפארמאציע און ער האט גאר א פינקט פארקערטע האפענונג, דער האפט ביז גאר אז אלעס זאל טאקע זיין אזוי, דער וויירוס זאל בוזשעווען איבערן לאנד ווי שטערקער און קאסטן ווי מער קרבנות, מיט א רשעות'דיגע שטיל-שווייגעניש האלט ער מיט ווי אלעס גייט ווי פאראויסגעזעהן און האלט זיך שטיל בלויז פאר פערזענליכע אינטערעסן. וויאזוי קען א נורמאלע מענטש פארגלייכן די צוויי?

ודי למשכיל

:? :roll:

וויבאלד טראמפ האט געהאפט ווי לענגער צו שטופן אן געהעריג מעלדן פארן פאלק, האט יעצט וואדווארד געדארפט טוען די זשאב פון א פרעזידענט און מעלדן די פאלק??

טראמפ זאגט אים כ'האלט מיך שטיל ווייל "כ'וויל נישט מאכן א פאניק", דארף ער יעצט גייען מעלדן וואס די פרעזידענט האט אים געזאגט???

ווען ער וואלט עס געטוען, וואלטן אלע טראמפערס זיכער געמאכט קולי קולות, "היתכן ער לאזט נישט די פרעזידענט טוען זיין פליכט פון נישט אנדרייען א פאניק??"

קעכן זיין וואדווארד האט נישט געטוען קיין מאראלישע אקט, אבער טראמפ האט פארלעצט זיין שבועה צום אמעריקאנעם פאלק.
איך וויל פערזענליך איבערבעטן יעדער אויפן וועלטל וואס איז געווארן געטראפן פון מיר.
און כ'האף ביסט מיר מוחל, כ'העל אי"ה פרובירן זיך צו פארבעסערן.

איך בין יעדעם דא מוחל, און כ'וויל טאקע אנוואונטשן יעדעם דא, א גמר חתימה טובה, מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך קלאץ קשיא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:42 pm

איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט אונז אריינגעשטעלט דעם צעדרייטער. נעמט ער ווען אין מערץ אינטער שריט ווי דאס וואס זיינע שונאים שרייען יעצט אז ער וואלט געווען געברויכט אינטערנעמען.. ווי לאקדאונס און אנדערע סוסייעטי-שעדליכע מוסנאמען, וואלט זיך דער צווייטע כוואליע אנגעהויבן טאקע ערגעץ יעצט, נאכן ווידער עפענונג.

געב נאר א קוק וואס טוט זיך אין א״י. רח״ל!

זעהט זיך אויס דער וויירוס ווערט שוואכער און שוואכער מיט יעדע מענטש וואס עס גייט אדורך. און אויב האלט מען אים איינגעשפארט 6 חדשים.. העט ער דאן אנהויבן זיין רוט.

לב מלכים ושרים ביד ה׳.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:45 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:.

;l;p-
איך וויל פערזענליך איבערבעטן יעדער אויפן וועלטל וואס איז געווארן געטראפן פון מיר.
און כ'האף ביסט מיר מוחל, כ'העל אי"ה פרובירן זיך צו פארבעסערן.

איך בין יעדעם דא מוחל, און כ'וויל טאקע אנוואונטשן יעדעם דא, א גמר חתימה טובה, מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:49 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:יעצט צו די "מוראדיגע אויפדעקונג" אז טראמפ האט געוואוס ווי געפארפול די וויירוס איז נאך אין פעברואר און אין מערץ. האט סיי ווער געהאט די מינדסטע צווייפל צי טראמפ און זיין אדמיניסטראציע האבן געוואוסט די געפאר? סיריעסלי? יעדן טוטער וואס האט צוגעלייגט א טראפ צייט, קאפ און הארץ האט געוואוסט פונקטליך די פאטענציעל ווי שרעקליך די עפידעמיע קען זיין אויב מען לאזט דאס זיך פארשפרייטן אויף א גרויסן פארנעם אן קיין קאנטראל.
יעדער מיט א ברעקל שכל האט גלייך פארשטאנען אז די אמעריקאנער רעגירונג איז פונקטליך באקאנט מיט די געפאר. אז די אדמיניסטראציע און טראמפ זענען געווארן געבריעפט מיט די פונקטליכע, מאוסט אפ-טו-דעיט אינפארמאציע יעדע טאג. און יעדער וואס האט מיטגעהאלטן ווי די קריזיס האט זיך פארשפרייט האט געזען אז דער פרעזידענט האלט פשוט נישט ביים נעמען די מינדסטע נויטיגע שריט צו באקעמפן דעם ווירוס ווייל האלטן די עקאנאמיע אפן פאר ביזנעס און די דאו און נעסדעק אויפן וועג ארויף איז אים אסאך מער וויכטיג ווי ראטעווען צענדליגער און הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער לעבנס.

איך בין נישט מחולק לגבי טראמפס הענדלינג איינמאל די וויירוס איז שוין דא געווען אז עס איז געווען א דיזעסטער, אבער ווען דו טענה'סט אז אין פעברואר האט שוין יעדער געדארפט זעהן די שריפט אויפן וואנט, וויאזוי פארענטפערסטו די פאקט אז אלע מערב וועלט לענדער האבן פונקט אזוי געפעלט ווי אמעריקע ביים ערשטן היט?

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:48 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:

יויש! דיין ווייטאג איז מיין ווייטאג, דיין כעס איז מיין כעס, אבער דיין שפראך ווי נעמט מען?!

א דאנק פארן באוויליגן יא צו שרייבן דיינע שארפע און קלארע תגובה.

נישטא וואס מוסיף צו זיין.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:11 pm

ישר כח @שלמה פאר די הערליכע תגובה.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:42 am

חיימאוויטש האט געשריבן:
אביסל טיפער האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:גע'פאניק'ט, געמאכט רוצח'ישע פאלעסיס, און צום אויספיר - אלס רעזולטאט האט מען געהט 7-8 הונדערט טויטע יעדן טאג אין ניו יארק...

און די פירכא גייט אז ארץ ישראל - וואס האט עס הערשט יעצט, ווען ס'איז אין ערגעץ קיין דמיון צו-וואס מיר האבן געהאט אין ניו יארק - איז עס ווייניגער.

און יוסי זאגט גוט.

איי באשעפער, ווען ספינעריי ווערט די נארם

האסט אפגעפרעגט @קהל'ס תגובה?
איך פרעג סתם

אז כ'ווייס פשוט נישט ווי אנצוהייבן... ווארף איך כאטש אריין די נישט-פירכא'ס.

אני הגבר ראיתי,כ'האב מיטגעהאלטן לעבעדיג דאס וואס יעדער האט... ליידער די מצב מיט קוים עטליכע חדשים צוריק, די וויירוס איז געלאפן ביטערל'יך פון איינעם צום צווייטן, יויש! און מיין זכרון ארבעט מיר נאך, כ'האב געזען און פארשטאנען וויאזוי זאכן דערקייקלן זיך צו אזא ביטערע מצב, און כ'האב געוויינט צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל. אבער, צו הערן יעצט ווי מ'נעמט געוויסע פאקטן און מ'ספינט אהער, מ'ספינט אהין, מ'פראבירט אויפצו-ווייזן, מיט העטעך פעטעך'ס און מיט מה מצינו'ס, און די פשוטע נארמאלע וועג פון טראכטן און געדענקען די מציאות-הדברים לאזט מען אין די זייט, טוט עס וויי.

פאקט 1: פון די הונדערטע טויזענטע אנגעשטעקטע זענען א פראצענט מענטשן נעבעך אנגעקומען אין שפיטאל, אלע וואס איך קען זענען דארט אנגעקומען פאר איין סיבה: ווייל זייערע אטעמען ציפערן האבן געדראפט צו געפערליכע שטאפלן אזש ס'געווען א סכנת מוות. נאר פארדעם. דערפאר. ווען איינער קומט מיר יעצט מיט עטליכע חדשים שפעטער דרש'נען אז אסאך מער מענטשן זענען אריין אין שפיטאל צוליב די פאניק פון די באהערדע און דאס האט גורם געווען מער טויטע, פשוט ווייל זיי ווילן דערמיט ספינען אויף א פאליטישע זייט, רעגט מיך עס אויף.

פאקט 2: די ICU אין די שפיטעלער זענען געווען געפאקט! דאס האט מען געהערט סיי פון הצלה-מעמבער און סיי פון פאציענטן, פארוואס? פאר איין סיבה: ווייל די קעראונע מחלה איז א ביטערע, און האט זיך גאר שנעל פארשפרייט צו הונדערטע טויזענטע, אזש ס'איז אויפאיינמאל געווען א פלייץ פון קראנקע וואס זיי האבן נישט געהאט גענוג פלאץ וואו צו פלאצירן! אסאך שפיטעלער האבן נישט אריינגעלאזט איינער וואס איז נישט ממש אין א סכנה ווייל זיי האבן נישט געהאט גענוג פלאץ, דאס איז געווען א מציאות. דערפאר. ווען איינער קומט מיר זינגען אז די כאאס אין די שפיטעלער איז געווען בלויז צוליב די פאניק און פאלעסיס, און טוט דערמיט אפענערהייט אראפשפילן אז די וויירוס בעצם איז נישט געווען אזוי געפערליך, וכנ"ל ווייל ער וויל דערמיט ספינען אויף א פאליטישע זייט. רעגט עס מיר אויף.

פאקט 3: די באהאנדלונגען אין די שפיטעלער איז געווען א חורבן, די דאקטורים און נורסעס האבן געטון די מינומום - אדער דאס אויך נישט. צוליב עטליכע סיבות: 1. די נומערן פון שטאב-מיטגילדער איז דראסטיש געפאלן, א גרויסע פראצענט פון זיי האבן זיך קווארענטירט צוליב סימפטאמען, און אסאך האבן געטראפן אויסריידן זיך ארויסצודרייען נישט צו דארפן קומען וואס דאס האט גאר שטארק אנגעשטרענגט די וואס זענען יא אריינגעקומען. 2. די דאקטורים און נורסעס האבן געשפירט ווי זיי גייען אריין אין פייער יעדע מאל זיי דארפן אריינגיין אין צימער פונעם פאציענט, און זיי האבן זיך דעריבער געשפירט בגדול'ט ווי מ'קומט זיי די וועלט. קיינער קען פון זיי גארנישט פארלאנגן, און זיי האבן געשטעלט א מלחמה אז קיין איין פרעמדער זאל נישט אריינקומען (ווי די עטליכע וואס האבן זיך אריינגעגליטשט אין די שפיטעלער האבן עדות געזאגט). 3 - והוא העיקר: מ'האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס צו טון, נישט די דאקטורים און נישט די העכערע, ס'נישט געווען קיין געהעריגע רפואה, מ'האט דעמאלס פראבירט צו ראטעווען אויפן מינוט, ווענטעלעיטער, רעספעריעיטער, און גארנישט מער.
די דריי פאקטארן האבן אויטמאטיש אראפגעברענגט די 'איכות' פון די קעיר אויף גאר א שוואכע לעוול. דאס זענען בסך הכל די פשוטע סיבות על פי לאגיק וויאזוי די מצב האט ליידער צוגעברענגט אזא געפערליכע אויטקאם. הונדערטע קראנקע אין א סכנה. דערפאר. ווען איינער קומט מיר יעצט שרייבן בלעטער און בלעטער [ועל אחת כמה וכמה ווען עס ווערט געפרעדיגט פאר טויזענטע צוהערער אויף א פובליק-פלאטפארמע אן קיין שום אחריות] אז ס'געווען די פאלעסיס וואס האבן געהעכערט די טויטע מיט אזא פראצענט רעגט עס מיר אויף.

צוריק צו די ספינעריי.

איך קען איבערשרייבן די זעלבע ווערטער ווי דו און אונערשרייבן מיין נאמען.. כזעה נישט ווי מיר זענען מחולק, איך האב געזאגט אז מענטשן זענען אריין אין שפיטאל וועגן פאניק? (גראדע איז דא וואס האלטן אז יא אבער זעלבסט פארשטענליך אז דאס איז קיין טענה ווען א איד שפירט אין סכנה רח"ל) איך האב געזאגט און זאג נאך אלץ אז קאומא האט געמאכט רוצחי'שע פאליסיס באזירט אויף פאניק וואס האט געפירט צו א שרעקליכע ציפער טויטע (בדרך הטבע) סיי די נוירסינג האום פאליסי (ווייל די שפיטעלער דארפן דאך זיין גרייט פאר די 40 טויזנט...) און סיי די פאליסי אז יעדער מיט א RN דיגרי זאל באהאנדלען (נישט באהאנדלען כצ"ל) קריטישע פאציענטן, קיינעם נישט אריינלאזן אין שפיטאל (אינקלודינג עסן/טרינקען געבער) נאר צו יציאת נשמה ה"י (דעמאלט קעטשט מען נישט די מחלה כיל"ח) דאס האט (נאכאמאל, בדרך הטבע) געקאסט טויזנטער נפשות, סאו צו זאגן אז עס איז אן ענין צו פאניקן ווייל מענטשן וואלטן געווען מער קעירפול? קען זיין, אבער פאניקן האט זייער ערנסטע קאנסעקווענצן אויך טאמער מהאלט נישט דעם קאפ גראד.

נ. ב. ווען דו זאלסט זיך אויפרעגן איז אין דיין בחירה...

איך האב אויך מיטגעוויינט מיט כלל ישראל, אני הגבר ראיתי וכו'
לעצט פאראכטן דורך קהל עדתינו אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:49 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:49 am

שלמה!

ענד טו טינק אז מיר שיעור נישט פארפאסט דעם תגובה...

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:04 am

.
צוגעלייגטע
EhvO64jWoAA3MUo.jpeg
EhvO64jWoAA3MUo.jpeg (21.38 KiB) געזעהן 587 מאל

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:12 am

ווען ס'וואלט געווען אז נאר טראמפ האט סאו קאלד אראפגעשפילט די וויירוס וואלט איך געקענט הערן א טענה אויף אים

אבער ווען דאס איז געווען וואס 'יעדער' האט דאס געזאגט אין פעב אנגעהויבן פון וועלט געזונטהייט סי די סי דר פאוטשי טראמפ פעלאוסי קאואמאו בלאזיא און ווער נישט די ווערטער מ'זאל נישט זיין געזארגט ס'וועט נישט קומען קיין נוי יארק ס'איז אקעי מ'קען אנגיין מיט'ן סדר היום מ'דארף נישט לויפן אין וואל מארט טארגעט אויסליידיגן געשעפטן דאס האט מען געהערט פון יעדעם פעדעראל סטעיט לאקאל צוגלייך(גראדע @שלמה פלעגט יא באשולדיגן יעדן איינעם אזוי ווי ס'איז נארמאל צו טון ווען יעדער איינער איז שולדיג )

אגב און ווען מ'האט עס שוין יא אנגעהויבן נעמען ערנסט האט זיך עס אנגעהויבן פון די וויט האוז טעקס פארס און מ'האט אלס געקומען מיט די נגון מ'וועט זעין ווי אזוי זאכן גייען דאס האט מען געהערט אין וואשינגטאן און דאס האט מען געהערט אין נוי יארק

אז איך הער אבער די טענה אך ורק אויף טראמפ איז עס ריינע שמוציגע פאליטיק וואס דאס מיינט אז דיר באדערט גארנישט קיין טויטע דו ווילסט נאר וויינען וועגן דיין פאליטיק
און אויב ס'איז פאליטיק רעד איך פון די אנדערע זייט פאליטיק

לגבי ווארדוואדס בוך פארשטיי איך בכלל נישט וואס ער האט דא אויפגעדעקט וואס איז דא חידושים אלע האבן דאס געוואוסט
ווייטער פלעינע שמוציגע פאליטיק כדרכם פון די ליבעראלע נידריגע יונגען וואס וועלן אלעס טון פאר פאליטיק די אלע טויטע איז ביי זיי א זשאוק גליען זיך אויף יענעם'ס הייס בלוט עס לאנג מ'שטויסט מיט דעם טראמפן א ציווילע בירגער וואס האט געוואונען די ווייט האוז
פון די ערשטע מינוט האט דער בלוט טאנצער קאומאו ווינציג זיך געקימערט מיט העלפן קראנקע אין שפיטאל נאר געווען פארנומען האקן טאג און נאכט אויף טראמפ און בעטן זאכן וואס ער האט באקומען קיינמאל זיך באדאנקט כדרכם פון די לינקע און די אלע שפיטעלער אויסגעגעבנע געלט אין מיסט האט מען נישטאמאל גענוצט נאר געווען פארנומען מיט קינדערישע נארישקייטן צו טראמפס מעדיקעישן וואס האט אין פאקט געהאלפן לעבנס צו ס'העלפט יא צו נישט גארנישט עפעס אנדערש האט זיי נישט אינטערסירט

מי כעמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך מי כעמך » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:59 pm

קלאץ קשיא האט געשריבן:איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט אונז אריינגעשטעלט דעם צעדרייטער. נעמט ער ווען אין מערץ אינטער שריט ווי דאס וואס זיינע שונאים שרייען יעצט אז ער וואלט געווען געברויכט אינטערנעמען.. ווי לאקדאונס און אנדערע סוסייעטי-שעדליכע מוסנאמען, וואלט זיך דער צווייטע כוואליע אנגעהויבן טאקע ערגעץ יעצט, נאכן ווידער עפענונג.

געב נאר א קוק וואס טוט זיך אין א״י. רח״ל!

זעהט זיך אויס דער וויירוס ווערט שוואכער און שוואכער מיט יעדע מענטש וואס עס גייט אדורך. און אויב האלט מען אים איינגעשפארט 6 חדשים.. העט ער דאן אנהויבן זיין רוט.

לב מלכים ושרים ביד ה׳.

מאכט ער ווען צו גלייך פון אנהייב וואלט מען יעצט געשריגן אז ער האט חרוב געמאכט די עקענאמיע...
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:25 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:

יויש! דיין ווייטאג איז מיין ווייטאג, דיין כעס איז מיין כעס, אבער דיין שפראך ווי נעמט מען?!

א דאנק פארן באוויליגן יא צו שרייבן דיינע שארפע און קלארע תגובה.

נישטא וואס מוסיף צו זיין.

@חימאוויטש דיין רעאקציע איז מיין רעאקציע, אבער דיין שפראך ווי נעמט מען?!

א דאנק פארן שרייבן דיין תגובה.

@שלמה גא''מ צו וואס @חיימא האט געשריבן.

איך ווארט נאר פאר טשאדי און אסדר ווי זענען זיי?
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

דרימליינער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך דרימליינער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 2:56 pm

@שלמה. זייער שטארקע, אמת'ע רייד.

הלוואי וואלט איינער מיט אזא קריסטאל קלארע בליק געווען פרעזידענט, גאווענער, מעיאר, וכו' וכו', ס'וואלט אונז ווען פארשפארט אסאך לעבנ'ס, עגמת נפש, און.... פאניק.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:58 pm

דאס איז זיכער אז טראמפ וואלט ווען געקענט ווארענען ביז נעקסטע יאר די דעמאקראטן וואלטן נאר געזאגט פארקערט ווי אים אזוי ווי די פאקט האט באוויזן

מילא טראמפס רעדן וואלט פאר נו יארק גארנישט רעדיצידט טויטע

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 7 געסט