פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:24 am

Goodmorning האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן, יעדע אינסטיטוציע האט געפעילט דא.
פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען
מעדעצינישע
קהילות
און אפשר אויך די רוחניותדיגע אויטאריטעטן מיטן לאזן צומישט די עולם אן קלארקייט, אויב מען מעג זאגן


רט

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:25 am

Goodmorning האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן, יעדע אינסטיטוציע האט געפעילט דא.
פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען
מעדעצינישע
קהילות
און אפשר אויך די רוחניותדיגע אויטאריטעטן מיטן לאזן צומישט די עולם אן קלארקייט, אויב מען מעג זאגן

און מען מעג אנערקענען אז טראמפ האט נישט די קריזיס לידערשיפ קוואליפיקאציעס, ווייל זיינע מעלות זענען בעיקר אין אינסטינקטיווע ביי די מינוט באשלוסן, נישט אויסרעכענען סטראטעגיש
שויתי ה' לנגדי תמיד

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:31 am

שליו ודגים האט געשריבן:די וויירוס גייט איה נעקסטע יאר נישט הרגענען קיינעם

די פלו גייט שוין פאר מער ווי 2019 2020 ס'איז דא גרינגערע און ס'איז דא שווערערע יארן

דו קוסט ווערסוס וויפיל מענטשן ס'האבן געהאט קאראנע און וויפיל פון דעם זענען נעבעך געגאנגען איז דער עיקר חשבון

אלענפאלס צו באטוינען דעס אלס די ליגענט פון יאר ווען בשעת מעשה האבן אלע אפישעלס גערעדט פונעם וויירוס נישט ארגער ווי דער פרעזידענט איז א פאליטישע שפיל


במחילת כבודך, איך פראביר צו טרעפן אין דיינע ווערטער אן ערקלערונג אויף די סטעימענט מיטוואס דו האסט אנגעהויבן, ס'גייט נישט. עניוועי, זאל זיין.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:34 am

חיימאוויטש האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:פשוט ס'איז נישט קיין ליגענט

פארשטייסט נישט איך וועל אייך עס מסביר זיין
די פלו הרגעט אויס פונקט אזויפיל מענטשען ווי די וויירוס האט געהארגעט


אלטערנאטיווע פאקטן? אדער כאפ איך נישט וואס דו מיינסט.

איך קען נישט קיין נומערן, כ'געדענק נאר ווי די טראמפיסטן האבן בראשית הימים נאכגעקייעט די [היינט ווייסט מען שוין אז ס'געווען] ליגענטס פונעם ירום הודו, מיט די שרעקעדיגע נומער אז די פלו הארגעט עפעס בערך זעכציג טויזענט א יאר אין אמעריקא.

בעפאר די שטעלסט דיין פיריעד, פראביר דאס צוזאמצוברענגען מיט די כמעט צוויי הונדערט טויזענט קעראונע טויטע אין היבש-ווינציגער ווי א יאר.

טראמפ אליינס זאגט קלאר פאר וואדווארד אין די ערשטע תגובה אין דעם אשכול, אז עס איז פי כמה ווי די פלו, דערנאך ברבים זאגט און טוויט ער מאסן מאל פארקערט.

עניוועי, עס איז בכלל נישט קיין חידוש פאר מיר וואס טוט זיך אין דעם אשכול, די תגובה דא האב איך געשריבן בעפארן וויסן בכלל פון דעם אשכול, איך האב אפילו געבעטן @ברירה אין די ערשטע ווערסיע און אין אישי אז ער זאל עס באשרייבן, דערנאך ווען איך האב באמערקט אז ער האט עס שוין באשריבן, האב איך געלייגט די לינק פון דעם אשכול אהין, אבער נישט געטוישט בנוגע די ראי' צו די אטלאנטיק מעשה. בקיצור, עס איז געשריבן געווארן בעפארן זעהן עניטינג אויפן וועלטל וועגן די פרשה, און נישט מיט רוח הקודש.
צל עובר האט געשריבן:
היינט איז ארויסגעקומען א פרישע סקאנדאל אויף טראמפ, ווי ער זאגט אויף טעיפ אן דע רעקארד גראד אנהייב ווי שעדליך דער וויירוס איז. איך לאז פאר @יש ברירה אין יענעם אשכול צו דיסקרייבן יענעם סיפור.


איך וויל יעצט נאר ארויסברענגן אז פון די רעספאנס פון די פרא טראמפיסטן צו יענעם סקאנדאל, וואס איז לעבן און טויט פאר מענטשן, און עס איז אויף טעיפ, קען מען פארשטיין בק"ו ב"ב של ק"ו וויפיל וואלטן געגלייבט די וועטעראנען מעשה מיט סורסעס אן דע רעקארד.



----------

כל טוב האט געשריבן:אונז יודן ווייסן קלאר אז רוב נפטרים זענען א דירעקטע תוצאה פון די פאניק, צו קומט עס פון דעם צודרייטן גאווערנאר צו פון די שלעכטע שפיטאל ארבעטער צו פון די צודרייטע שטאט טאטעס און דאס האט ער געוואלט שפארן.
איז עס אזוי שווער צו פארשטייין?

דאס זאגסטו, און אסאך אידן האלטן אזוי.

אבער טראמפ זאגט קלאר אויפן טעיפ פאר וואדווארד אז 1)עס הרג'ט ארום פינעף פראצענט מענטשן, 2)פי כמה ווי די פלו, ער זאגט קלאר די ביידע חלקים.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:38 am

איך בין דיר מוחל מיין כבוד איך האב נישט געהאלטן וועסט טרעפן (פלו האט אין זיין היסטארי געהרגעט מער מענטשן ווי קעראונע האט געהרגעט אין א קורצע צייט דאס מיינט אוודאי נישט אד די פלו און קעראנע רעספעטארי טוען די פונקטליכע זעלבע צו די גוף עניוועי)

און נאכאמאל אראפגעשפילט דעם פאניק פון די וויירוס האט יעדער (נאך עפעס וואס דו געפינסט נישט ערקלערונגען)

איך טראכט נאר סתם אזוי ביי מיר די דעמאקראטן באשולדיגן דעם פרעזידענט אז ער האט נישט געהייסן סאשעל דיסטעסינג וכדו' ווי גלייך זיי ווואלטן נישט געלאכט פון אים פונקט ווי זיי האבן געלאכט פון זיין צומאכן די בארדער מיט טשיינע וואס כוע מודה אז דעס האט געראטעוועט לעבנס (עה נישט ווייל ס'האט געטרעוולט קיין יוראפ פאר די וואס זוכן די אמת)

וואוואורדס ביך מיסלידעד

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:40 am

אנשולדיגט שליו'לע. כ'קום צום הכרה אז יעדע ווארט מיינע איז איבעריג, נו, צו-וואס שווענדן ווערטער אין די וועלט אריין.

גוטע נאכט צו דעם שמועס.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:44 am

איך האלט באמת אז דאס וואס מענטשן האבן ליב פון טראמפ, דיין גיין לויט די פשוטער מענטש׳ס אינסטינקטייוער געפיל, וואס אסאך מאל קען עס טאקע ארבעטן בעסער, האט אים דא געשטערט פון טון זיין פליכט און טראכטן אביסל פאראויס, אויף וואס וועט ארויסקומען און ווי די פאניק און עקאאמישע קראך וועט זיין פיל ערגער מיטן עס פארווישן,פונקט ווי רוב מענטשן ביים באגעגענען א פראבלעם אן א סימפל און קלארע לייזונג.

טראמפ קען האבן די סימפל מענטש׳ס כאריזמע, מען פילט נישט אראפגעקוקט און מען קען פארשטיין יעדע טריט פארוואס ער טוט עס ווייל דו פילסט די זעלבע, אבער ער איז נישט דער חכם הרואה את הנולד און די קאנסעקווענצן דא ביי קאראנע האט שנעל ער צוריקגעפאטשט און פנים ווי די אויפגעברויזטע געמיטער און פיינטשאפט צווישן פאלק, אפגעשוואכטע באציאונגען מיט אלעאירטע, אוועקנעמען רעספעקט און סטאנדארט אין פאליטיק א.א.וו. דאס וועט נאך נעמען יארן אויב בכלל מעגליך צו פאריכטן
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:51 am

אידן טייערע, טראמפ איז א צדיק נאו מעטער וואט,בלעימט טשיינע און קאומא און וואטעווער ענק ווילן, אבער לייקענטס נישט די האלאקאוסט מיטן מיניזימירן די טראגעדיע בשעת אזויפיל אידן וואס זענען נישט געווען אין שפיטאל, און זענען אינג און געזונט, פלאגן זיך נאך אלס מיט שוואכקייט און אנדערע נאכווייען וואס די פלו האט זיי קיינמאל געקענט אפטון.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 am

דאס איז בעסט קעיס סענעריאו.

ווארסט קעיס איז, אז ער האט יא פארשטאנען (כ'מיין, ער זאגט דאך אויפ'ן טעיפ אז ס'איז פינף מאל ערגער ווי די פלו, און זיין נאציאנאלע סעקיוריטי טיעם האט אים געווארענט אז ס'איז עק וועלט, און ער גייט ארויס זאגן אז ס'איז 15 קעיסעס באלד גייט עס זעראו, די פלו איז אויך שעדליך ) אבער עס איז אים פשוט נישט אנגעגאנגען! ווייל אויב וועט ער אנערקענען די מצב קען עס אים חלילה קאסטן די עלעקשינס (איך גלייב געוויסע וועלן אים אפילו פארשטיין...) דא האט ער מינימום א ספק פון שווערע צענדליגער טויזנטער טויטעפאלן, אבער פון די אנדערע זייט האט ער ספק אז עס קען אים קאסטן די וואלן. וועלכע ספק פאלגט מען?

האקט
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:58 am

זיין פראבלעם איז אבער אז ער האט נישט געכאפט אז אוועקמאכן וועט נישט אוועקנעמען די תוצאות וואס ער האט געוואלט פארמיידן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:58 am

קיינמאל נישט געזאגט אז ער איז קלוג...

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:00 am

געוואלט שפארן א דראפ פון דריי פראצענט אויפן סטאק-מארקעט אויב די אינוועסטירער גייען אריין אין פאניק... און באקומען דערפאר א דרייסיג פראצענט דראפ

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:01 am

יש ברירה האט געשריבן:דאס איז בעסט קעיס סענעריאו.

ווארסט קעיס איז, אז ער האט יא פארשטאנען (כ'מיין, ער זאגט דאך אויפ'ן טעיפ אז ס'איז פינף מאל ערגער ווי די פלו, און זיין נאציאנאלע סעקיוריטי טיעם האט אים געווארענט אז ס'איז עק וועלט, און ער גייט ארויס זאגן אז ס'איז 15 קעיסעס באלד גייט עס זעראו, די פלו איז אויך שעדליך ) אבער עס איז אים פשוט נישט אנגעגאנגען! ווייל אויב וועט ער אנערקענען די מצב קען עס אים חלילה קאסטן די עלעקשינס (איך גלייב געוויסע וועלן אים אפילו פארשטיין...) דא האט ער מינימום א ספק פון שווערע צענדליגער טויזנטער טויטעפאלן, אבער פון די אנדערע זייט האט ער ספק אז עס קען אים קאסטן די וואלן. וועלכע ספק פאלגט מען?

האקט


און אוודאי דארף מען צושרייבן א יישר כח פאר פאוטשי קאומאו בלאזיא פעלאוסי האבן גאר געמאכט די זעלבע דעסיזשען צו העלפן טראמפן געווינען די עלעקשאנס

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:32 am

יעצט כאפ איך ענטשולדיגט שליו איז גראד נישט אלעמאל כאפט ער ווי מען וויל אים פירן

@חיימאוויטש וויל נאר רעדן פון טרוקענע נומערן פלו אומגעברענגט 24000 אין די לעצטע 2 יאר און קאראנע 180000 נו וודאי אזוי 100 פראצענט גערעכט

נישט קוקן אויף וויפיל אנגעשטעקטע קאראנע האט למעשה געהאט און עקארדינג וויפיל ס'האט געהרגעט
נישט קוקן אז מיט לאקדאוןס גלאווס מעסקס וואלט מען געקענט פארמיידן פלו געשטארבענע

און אוודאי נישט קוקן אז פעלאוסי קאומאו בלאזיא פאוטשי האבן גערעדט פונעם וויירוס פונקט ווי דער פרעזידענט

רעד נאר פון די פינף ווערטער פונעם פרעזידענט וואס מיט די ווערטער און נאר מיט די ווערטער האט ער אנדערש ווי די דעמאקראטן אוועקגעמכט די וויירוס אינגאנצן ער האט נאר געטון איין נארישע מאוו פארמאכט די בארדער פון טשיינע אבער ער האט זיכער נישט גענומען די וויירוס פאר סיריעס און אט די ווערטער האט געהארגעט די טויזענטער מענטשן ווייל מיט רעדן נאר פון די פינף ווערטער וועט ענדליך באשטעטיגט ווערן אז טראמפ איז א ליגנער

סארי נישט געכאפט איך בעט דיך איבער @חיימאוויטש

גוטע נאכט בלייב מיר גוטע ידידים

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 3:12 am

איך זעה עכט נישט די דיבעיט דא ס'איז קלאר אז אונדז יודעלעך האב מיר זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע מעשה קאראנא איז געווען די וויץ פון יאר הונדערט אדרבא הערסט אויס קול מבשר ווי דרעזנער שמיסט יעדע טאג פון חודש אדר מיט א אנדערע בדחן און יעדער אבער יעדער האט א וויץ אויף קאראנא . פורים איז אנגעגאנגען אויף א פעסטע פארנעם כאילו לא היה און דאס אלעס איז צו פארדאנקען פרעזידענט טראמפ פארן אראפלייגן דעם וויירוס פאר א נישטיגע פלו און א מידיע האקס!!!

און יעצט ווערט מען נאך געוואר אז ער האט געוויסט קימט זיך עים א קניפ אין בעקל בד"וו פארן וויסן כאילו נישט יעדער האט געוויסט אז סאיז סך סך ערגער ווי די פלו עניוועיז

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך קענטאקי » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 8:56 am

fiena nieas האט געשריבן:איך זעה עכט נישט די דיבעיט דא ס'איז קלאר אז אונדז יודעלעך האב מיר זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע מעשה קאראנא איז געווען די וויץ פון יאר הונדערט אדרבא הערסט אויס קול מבשר ווי דרעזנער שמיסט יעדע טאג פון חודש אדר מיט א אנדערע בדחן און יעדער אבער יעדער האט א וויץ אויף קאראנא . פורים איז אנגעגאנגען אויף א פעסטע פארנעם כאילו לא היה און דאס אלעס איז צו פארדאנקען פרעזידענט טראמפ פארן אראפלייגן דעם וויירוס פאר א נישטיגע פלו און א מידיע האקס!!!

און יעצט ווערט מען נאך געוואר אז ער האט געוויסט קימט זיך עים א קניפ אין בעקל בד"וו פארן וויסן כאילו נישט יעדער האט געוויסט אז סאיז סך סך ערגער ווי די פלו עניוועיז


ביי אונז אידן האט מען אלעמאל געשטופט ביז וויפיל מ'האט געקענט. ווי לאנג פאליציי איז נישט פיזיש געקומען אפשפארן בתי מדרשים איז מען נישט ארויס פון דארט, און אזוי איז געווען מיט אלע קאראנע געזעצן, אפילו נאכדעם וואס טראמפ האט עס יא גענומען ערנסט. כ"ש וק"ו איידער די אלע געזעצן האט זיך קיינער נישט אכטונג געגעבן. אזוי זענען מיר חסידישע אידן. ס'איז אבסורד צו זאגן אז מיר וואלטן זיך מער צורקגעהאלטן פורים ווען טראמפ מאכט נישט אוועק דעם וויירוס אזוי לאנג ווי געזעצליך האט אלעס געמעגט אנגיין געהעריג.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 10:05 am

fiena nieas האט געשריבן:איך זעה עכט נישט די דיבעיט דא ס'איז קלאר אז אונדז יודעלעך האב מיר זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע מעשה קאראנא איז געווען די וויץ פון יאר הונדערט אדרבא הערסט אויס קול מבשר ווי דרעזנער שמיסט יעדע טאג פון חודש אדר מיט א אנדערע בדחן און יעדער אבער יעדער האט א וויץ אויף קאראנא . פורים איז אנגעגאנגען אויף א פעסטע פארנעם כאילו לא היה און דאס אלעס איז צו פארדאנקען פרעזידענט טראמפ פארן אראפלייגן דעם וויירוס פאר א נישטיגע פלו און א מידיע האקס!!!

און יעצט ווערט מען נאך געוואר אז ער האט געוויסט קימט זיך עים א קניפ אין בעקל בד"וו פארן וויסן כאילו נישט יעדער האט געוויסט אז סאיז סך סך ערגער ווי די פלו עניוועיז


און ווער איז שולדיג אז ליבעראלע גוים אין ניו יארק האבן נישט גענומען די זאך ערנסט?
אין קעיס דו ווייסט נישט, ריזיגע טעאטערס אין ניו יארק זענען נאך געהעריג געווען אפן מיט טויזנטער מענטשן מיטוואך שושן פורים ביינאכט, און האבן נאך געפלאנט צו זיין אפן דא דאנערשטאג, נאר די רעגירונג האט געצווינגען צו פארמאכן.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 10:10 am

קענטאקי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איך זעה עכט נישט די דיבעיט דא ס'איז קלאר אז אונדז יודעלעך האב מיר זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע מעשה קאראנא איז געווען די וויץ פון יאר הונדערט אדרבא הערסט אויס קול מבשר ווי דרעזנער שמיסט יעדע טאג פון חודש אדר מיט א אנדערע בדחן און יעדער אבער יעדער האט א וויץ אויף קאראנא . פורים איז אנגעגאנגען אויף א פעסטע פארנעם כאילו לא היה און דאס אלעס איז צו פארדאנקען פרעזידענט טראמפ פארן אראפלייגן דעם וויירוס פאר א נישטיגע פלו און א מידיע האקס!!!

און יעצט ווערט מען נאך געוואר אז ער האט געוויסט קימט זיך עים א קניפ אין בעקל בד"וו פארן וויסן כאילו נישט יעדער האט געוויסט אז סאיז סך סך ערגער ווי די פלו עניוועיז


ביי אונז אידן האט מען אלעמאל געשטופט ביז וויפיל מ'האט געקענט. ווי לאנג פאליציי איז נישט פיזיש געקומען אפשפארן בתי מדרשים איז מען נישט ארויס פון דארט, און אזוי איז געווען מיט אלע קאראנע געזעצן, אפילו נאכדעם וואס טראמפ האט עס יא גענומען ערנסט. כ"ש וק"ו איידער די אלע געזעצן האט זיך קיינער נישט אכטונג געגעבן. אזוי זענען מיר חסידישע אידן. ס'איז אבסורד צו זאגן אז מיר וואלטן זיך מער צורקגעהאלטן פורים ווען טראמפ מאכט נישט אוועק דעם וויירוס אזוי לאנג ווי געזעצליך האט אלעס געמעגט אנגיין געהעריג.

איך האלט נישט אזוי . איך האלט ווען טראמפ קימט ווען ארויס צוויי וואכן פאר פורים מיט א פול ספיעטשט און זאגט אז די מצב איז זייער ערענסט וואלט זיך געטון א דראסטישע שינו

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 10:24 am

אדער וואלט מען אים באשריגן און באזינגען אזוי ווי מ'האט אים באזינגען פאר די וויכטיגסטע שריט פון פארמאכן בארדערס

קאומאו וואלט זיך געריסען מיט אים פונקט אזוי ווי ער האט זיך געריסן מיט בלאזיא ווען בלאזיא האט שוין יא געוואלט עפעס טון בשעת די שפיטעלער זענען שוין פול געווען

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 10:26 am

יעדער ווייסט אז עס איז אנטקעגן טראמפ׳ס נאטור צו נעמען אזעלכע זאכן ערנסט. און ווען די פעדעראלע רעגירונג ברענגט אריין אן ערנסט קייט אנשטאט צו טויטן אז עס איז בעסער ווי די פלו מאכט עס זיכער אויס
שויתי ה' לנגדי תמיד

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 10:52 am

שליו ודגים האט געשריבן:אדער וואלט מען אים באשריגן און באזינגען אזוי ווי מ'האט אים באזינגען פאר די וויכטיגסטע שריט פון פארמאכן בארדערס

קאומאו וואלט זיך געריסען מיט אים פונקט אזוי ווי ער האט זיך געריסן מיט בלאזיא ווען בלאזיא האט שוין יא געוואלט עפעס טון בשעת די שפיטעלער זענען שוין פול געווען

ווען טראמפ מאכט ווען א פאניק איבער די וויירוס און האלט ווען א פאניק רעדע איבער דעם, וואלטן דאך די מידיע און זיינע שונאים אויף די דעמאקראטישע זייט געמוזט אראפשפילן דעם וויירוס. וואלט דאך קאמאו געזאגט אז עס איז גארנישט און וואלט נישט איינגעפירט די אלע פאניק פאליסיס אין שפיטעלער און דורכאויס די סטעיט וואס די פאליסיס זענען שולדיג אין הונדערטער אדער גאר טויזענטער לעבנס, כידוע.
אלא מאי, זינט טראמפ האט נישט געמאכט א פאניק האט דאך קאמאו לכבוד דעים יא געמאכט א פאניק, ספעציעל צווישן נורסעס און דאקטורים אז זיי זאלן ציטערן פאר זייער לעבן, איינפירענדיג א רייע פאניק פאליסיס און געזעצן וואס האט אומגעברענגט טויזענטער מענטשען, ובתוכם, ליידער הונדערטער מאחינו בני ישראל.

איז טראמפ דער שילדיגער.

#האקט

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 11:24 am

Goodmorning האט געשריבן:יעדער ווייסט אז עס איז אנטקעגן טראמפ׳ס נאטור צו נעמען אזעלכע זאכן ערנסט. און ווען די פעדעראלע רעגירונג ברענגט אריין אן ערנסט קייט אנשטאט צו טויטן אז עס איז בעסער ווי די פלו מאכט עס זיכער אויס


יעדער ווייסט ? די מידיע מיט זייער פראפעגאנדע ווייסט ער האט אין פאקט צוגעמאכט די בארדער ווייל ער האט עס גענומען ערנסט

אין מיט אנדערע זאכן האבן דאך אלע געטון ווי אים

איך זעי נישט וואס דו מיסט דא ?

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך גלות איד » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 11:25 am

אחד הרבנים האט געשריבן:ווען טראמפ מאכט ווען א פאניק איבער די וויירוס ... וואלט דאך קאמאו געזאגט אז עס איז גארנישט... און וואלט נישט איינגעפירט די אלע פאניק פאליסיס אין שפיטעלער

איז טראמפ דער שילדיגער.

#האקט

;l;p-

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 11:32 am

זאכן וואס טראמפ וואלט געדארפט טוהן א שעה נאכן אינטעליזשענטס בריעפינג אז די ווירוס איז אויפן וועג אהער און ס'האט א %5 טויט ראטע רח"ל:

- אוועל אפיס אדרעסס

- סאשעל דיסטענסינג

- לאקדאונס

- מאסקעס

- טשיינע טרעוול בען (נישט נאר טשיינע סיטיזענס)

- דעפענס פראקשען אקט

און איבער אלעם: אנגרייטן און אלערטן דעם עולם אז ס'קומט! ווען מ'ווייסט ווען א חודש/צוויי בעפאר אז די זאך איז ערענסט, נישט סתם עפעס א ווייטע "וואהאן" זאך וואלט נישט געווען די שאק וואס איז געווען אין מארטש, פלוצלונג פון איין וואך צום אנדערן, וואס דאס אליין (די נורסעס נישט וועלן צורירן פאר שרעק וכו') האט צוגעברענגט נאך צענדליגער טויזענטער טויטע, אסאך אנ"ש בתוכם.

זאכן וואס ער האט פאקטיש געטוהן:

געשריגן ס'איז גארנישט, סאיז די פלו, א האוקס, ס'פליעט אוועק אט אט ווי א נס.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 11:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרישע פאליטישע בוך: רעידזש - באב וואדווארד

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 11:35 am

יא אונז האב מיר געזען די ריעקשאן פון די דעמאקראטן ווען ער האט געטון עפעס

פאוטשי דער אמאליגער שמייליגער און היינט אומקאפיטענט כלשון קאמאו האט נישט פארלאנגט פון טראמפ דעס

סתם האקן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט