רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אינטערוויו מיט הרב טורנהיים. טראמפ גייט פארלירען

תגובהדורך האלצשטיין » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:06 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:איך האב יעצט געהערט די אינטערוויאו פון יצחק שלמה, וועלוועל מיט טורענהיים פון זונטאג, ס'איז ממש א עקל צו זעהן ווי מ'טאר ח"ו נישט זאגן פארקערט ווי די היימישע טראמפ קולט וויל הערן, ער זאגט מ'האט אים אנגערופן פרעגן היתכן ער מישט זיך אריין אין אזעלכע גרויסע זאכן.. מ'קען קלאר זעהן אז די ציל פון די אינטערוויאו איז אז דער גוער טשעלענדזשער וועלוועל גייט מאכן די דזשאב מיט אים און ער גייט אים אויפווייזן אז זיין ערשטע שאצומג איז נישט ריכטיג, ער פרעגט איבער און איבר, קוועטשט ארויס רמזים פון אונטער דער ערד

אין זייער נעכטיגע שמועס זאגן זיי אז זיי זענען באמבעדירט געווארן, צודרייט וואס די גייט פאר מיט די אידישע קולט שטיצע

כמיין אז צו זאגן אז יעדער איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר איז אין א קולט... דאס גופא שמעקט מיר עפעס קולטיסטיש.. עם איי מיסינג סאמטינג?
וואס איז ראנג אז איינער וויל זעהן טראמפ אלץ קומענדיגע פרעזידענט?

זעהט נישט אויס ווי די האסט געהערט די אינטערוויאו

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: אינטערוויו מיט הרב טורנהיים. טראמפ גייט פארלירען

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:25 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:איך האב יעצט געהערט די אינטערוויאו פון יצחק שלמה, וועלוועל מיט טורענהיים פון זונטאג, ס'איז ממש א עקל צו זעהן ווי מ'טאר ח"ו נישט זאגן פארקערט ווי די היימישע טראמפ קולט וויל הערן, ער זאגט מ'האט אים אנגערופן פרעגן היתכן ער מישט זיך אריין אין אזעלכע גרויסע זאכן.. מ'קען קלאר זעהן אז די ציל פון די אינטערוויאו איז אז דער גוער טשעלענדזשער וועלוועל גייט מאכן די דזשאב מיט אים און ער גייט אים אויפווייזן אז זיין ערשטע שאצומג איז נישט ריכטיג, ער פרעגט איבער און איבר, קוועטשט ארויס רמזים פון אונטער דער ערד

אין זייער נעכטיגע שמועס זאגן זיי אז זיי זענען באמבעדירט געווארן, צודרייט וואס די גייט פאר מיט די אידישע קולט שטיצע

כמיין אז צו זאגן אז יעדער איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר איז אין א קולט... דאס גופא שמעקט מיר עפעס קולטיסטיש.. עם איי מיסינג סאמטינג?
וואס איז ראנג אז איינער וויל זעהן טראמפ אלץ קומענדיגע פרעזידענט?

ס'גארנישט ראנג צו וועלן טראמפ אלס קומענדיגע פרעזידענט, ס'איז אבער יא ראנג און קולטיסטיש אויפצושפרינגען ווען איינער האט א רמז אין פסוק אז ביידען גייט געווינען, ס'איז אבער יא ווראנג און קולטיסטיש אז מ'טרייט אלעס אין די וועלט אים אפצופרעגן אבי ער זאל זאגן אז די רמז איז נישט קיין גוטע (ווי למשל ס'מאכט עפעס אויס...), ס'איז אבער יא ווראנג אז זיי זענען באמבארדירט געווארן פון די קולטיסטן "היתכן איינער האט פארגעזאגט אויף קולמע אז טראמפ גייט פארלירן????..."
איך וויל פערזענליך איבערבעטן יעדער אויפן וועלטל וואס איז געווארן געטראפן פון מיר.
און כ'האף ביסט מיר מוחל, כ'העל אי"ה פרובירן זיך צו פארבעסערן.

איך בין יעדעם דא מוחל, און כ'וויל טאקע אנוואונטשן יעדעם דא, א גמר חתימה טובה, מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:29 pm

גם אני מצטרף

מ'ברויך נישט נעמען אזוי צום הארצן הרב טורנהיים'ס רמזים

אגב דעס אז טראמפ האט 99 פראצענט צו פארלירן איז א פשוטע זאך מ'דארף נישט צוקומען צו טורנהיים'ס פסוקים בכלל

אגב עס איז גאטס פון דעם טורנהיים אזאנס פארצוזאגן קען זיין אז דאס איז וואס ברויזט אזוי ביים עולם אבער איך גלייב נישט אז דאס זאל זיין די זאך.....

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:34 pm

אויסגעהערט נעכטן ווי די צוויי לייגן אראפ וואס זיי האבן געהאט אריינצוכאפן פונעם היימישן עולם, א פחד געווען צו הערן.

די אנגסט וואס מ'האט מצליח געווען אנצוזייען ביים עולם איבער א ביידן-געווינס קוקט באמת אויס ווי די רעדע איז פון א קאנדידאט וואס סטראשעט ער גייט גוזר זיין א גזירת גירוש אויף די אידן, חלילה... ממש אזוי.

פארשטייט זיך אז וועלוול פראבירט עס אביסל צו פאלישן און לייגט עס טאקע אריין אין אידישקייט צוליב די אוממאראלישע געזעצן אין וואס די דעמאקראטן זענען די ארגערע זייט איבער דעם, אבער מיר אלע ווייסן אז ביי רובא דרובא טראמפיסטן [בוידעם, דו טאקע יא...] איז נישט די נארישע געזעצן התנגדות וואס מאכט זיי אזוי פייערן אין טראמפ, און אויך נישט רובאשקין / פריזאן-ריפארם וכדומה, טראץ וואס ס'געט צו צום פאטריאטיזעם.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 3:13 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:אויסגעהערט נעכטן ווי די צוויי לייגן אראפ וואס זיי האבן געהאט אריינצוכאפן פונעם היימישן עולם, א פחד געווען צו הערן.

די אנגסט וואס מ'האט מצליח געווען אנצוזייען ביים עולם איבער א ביידן-געווינס קוקט באמת אויס ווי די רעדע איז פון א קאנדידאט וואס סטראשעט ער גייט גוזר זיין א גזירת גירוש אויף די אידן, חלילה... ממש אזוי.

פארשטייט זיך אז וועלוול פראבירט עס אביסל צו פאלישן און לייגט עס טאקע אריין אין אידישקייט צוליב די אוממאראלישע געזעצן אין וואס די דעמאקראטן זענען די ארגערע זייט איבער דעם, אבער מיר אלע ווייסן אז ביי רובא דרובא טראמפיסטן [בוידעם, דו טאקע יא...] איז נישט די נארישע געזעצן התנגדות וואס מאכט זיי אזוי פייערן אין טראמפ, און אויך נישט רובאשקין / פריזאן-ריפארם וכדומה, טראץ וואס ס'געט צו צום פאטריאטיזעם.


אויב מעג איך פרעגן בעיסד אן וואט זאגסטו דאס אז מיר אלע ווייסן סתם פאר נייגעריקייט

און בכלל וואס ווייסן מיר אלע פ"וו זענען זיי פאר טראמפ ?

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך zibala » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 3:41 pm

טראמפ התשפא =1116
הבל הבלים אמר קהלת הבל הבלים הכל הבל =1116
שבעה מי יודע!?

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך האלצשטיין » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 4:48 pm

שליו ודגים האט געשריבן:גם אני מצטרף

מ'ברויך נישט נעמען אזוי צום הארצן הרב טורנהיים'ס רמזים

אגב דעס אז טראמפ האט 99 פראצענט צו פארלירן איז א פשוטע זאך מ'דארף נישט צוקומען צו טורנהיים'ס פסוקים בכלל

אגב עס איז גאטס פון דעם טורנהיים אזאנס פארצוזאגן קען זיין אז דאס איז וואס ברויזט אזוי ביים עולם אבער איך גלייב נישט אז דאס זאל זיין די זאך.....

ער זאגט נעבעך אינמיטן אז אפשר דארף ער טאקע זיין מער פארזיכטיג.. נעבעך פאר אזא קולטיסטישע דור

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך האלצשטיין » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 4:57 pm

דרעזנער זאגט אז לעצטע וואך פרייטאג האט ער באקומען אומאויפהערליכע טעלעפאון קאלס צו זיין היים טעלאפאון, זיין סעלפאון, טעקט מעסעדזשעס ועוד פון מענטשן איבער טורנהיים'ס שמועס

ער האט זיך אראפגעלייגט צו כאפן א ערב שבת דרימל און מ'האט אים אויפגעוועקט אז איינער וויל רעדן צו אים עמערדזענסי, וואס גייט פאר? יענער איז אים מסביר אז מ'קען באמת טייטשן הכן בסנורים אנדערש ווי טורנהיים טייטשט עס

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:08 am

ווען טורנהיים וואלט געווען פרא טראמפ וואלט דרעזנער נישט געקענט שלאפן פון די אנטי קולט וואלט אים קיין סאך נישט געהאלפן

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:59 am

שליו ודגים האט געשריבן:ווען טורנהיים וואלט געווען פרא טראמפ וואלט דרעזנער נישט געקענט שלאפן פון די אנטי קולט וואלט אים קיין סאך נישט געהאלפן

אה, און זיין פעטער פיר יאר צוריק?
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:20 am

גראדע איז ער נישט ארויפגעקומען פאר די וואלן אין 2016, עניוועי איך האלט אויך אז דער עולם איז ערענסט משוגע געווארן, מען קען מיינען וואס ס'העט געשען אויב ביידען געווינט
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך קאלטע ביר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:35 am

צל עובר האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:ווען טורנהיים וואלט געווען פרא טראמפ וואלט דרעזנער נישט געקענט שלאפן פון די אנטי קולט וואלט אים קיין סאך נישט געהאלפן

אה, און זיין פעטער פיר יאר צוריק?

נישט מוכרח, ווייל די פעטער האט דאן נישט געהאט די רעפוטאציע פון צוטרעפן, מ'האט אים אנגעקוקט ווי סתם א נער, און דאן איז אויך נישט געווען די מציאות פון די ד"ש שמועסן.

וואטעווער... שטותים והבלים...

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:10 am

צל עובר האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:ווען טורנהיים וואלט געווען פרא טראמפ וואלט דרעזנער נישט געקענט שלאפן פון די אנטי קולט וואלט אים קיין סאך נישט געהאלפן

אה, און זיין פעטער פיר יאר צוריק?



איך האב נישט געהערט פון זיין פעטער

לויט ווי עס קוקט אויס האט זיין פעטער פארגעזאגט א טראמפ פארלוסט ... זעי מיר שוין וויפיל זיי זענען ווערד....

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:16 am

שליו ודגים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:ווען טורנהיים וואלט געווען פרא טראמפ וואלט דרעזנער נישט געקענט שלאפן פון די אנטי קולט וואלט אים קיין סאך נישט געהאלפן

אה, און זיין פעטער פיר יאר צוריק?



איך האב נישט געהערט פון זיין פעטער

לויט ווי עס קוקט אויס האט זיין פעטער פארגעזאגט א טראמפ פארלוסט ... זעי מיר שוין וויפיל זיי זענען ווערד....


זיין פעטער האט פארויסגעזאגט א טראמפ געווינס, וואס בשעתו געווען קעגען אלע פאראויסשאצונגען

געהערט בשעת מעשה און געשטוינט פון זיין גאטס צי פארדיקטען און פובליק מיט אזא קאנפידענס
keep your words tasteful, you may have to eat them later

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:20 am

אה נישט געוואוסט סארי

לכוארה נישט ווערט געווען צו געבן א קוק דערויף

בכלל די אנטיזעם איז נאך נישט געווען אויף די לעוועל , למשל פון יואל פעלזן אויף קול מבשר האט מען נאך געקענט הערן א נארמאלע ווארט לגבי די רעפאבליקען זייט

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:31 am

קאלטע ביר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:ווען טורנהיים וואלט געווען פרא טראמפ וואלט דרעזנער נישט געקענט שלאפן פון די אנטי קולט וואלט אים קיין סאך נישט געהאלפן

אה, און זיין פעטער פיר יאר צוריק?

נישט מוכרח, ווייל די פעטער האט דאן נישט געהאט די רעפוטאציע פון צוטרעפן, מ'האט אים אנגעקוקט ווי סתם א נער, און דאן איז אויך נישט געווען די מציאות פון די ד"ש שמועסן.

וואטעווער... שטותים והבלים...

אה, און יעצט הייסט עס אז וויבאלד די וויץ איז געלונגען "פאר זיין פעטער" פיר יאר צוריק, מיינט עס גאר יא עפעס?

נישט ביי מיר.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך קאלטע ביר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:34 am

צל עובר האט געשריבן:
קאלטע ביר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:ווען טורנהיים וואלט געווען פרא טראמפ וואלט דרעזנער נישט געקענט שלאפן פון די אנטי קולט וואלט אים קיין סאך נישט געהאלפן

אה, און זיין פעטער פיר יאר צוריק?

נישט מוכרח, ווייל די פעטער האט דאן נישט געהאט די רעפוטאציע פון צוטרעפן, מ'האט אים אנגעקוקט ווי סתם א נער, און דאן איז אויך נישט געווען די מציאות פון די ד"ש שמועסן.

וואטעווער... שטותים והבלים...

אה, און יעצט הייסט עס אז וויבאלד די וויץ איז געלונגען "פאר זיין פעטער" פיר יאר צוריק, מיינט עס גאר יא עפעס?

נישט ביי מיר.

יעך האב זיך באצויגן צו אייערע ווערטער און נישט געזאגט אז עפעס מיינט עפעס, נאר מסביר געווען פארוואס מענטשן מאכן זיך מער צוטון יעצט ווי 4 יאר צוריק.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:47 am

מאכט סענס וואס איר זאגט.


סוי מורי ורבותי אלע אידן וואס זענען צוטראגן פון הרב טירנויער, די זאכן מיינען מער ווייניגער גארנישט, און איך האב אסאך מער מורא פון די 24% וואס 538 געט פאר טראמפ, ווי אויב הרב טירנויער וואלט ווען געזאגט אז טראמפ וועט געווינען, אדער אויב זיין פעטער וועט אזוי זאגן.

די סארט נביאות זענען גוט פאר אונטערהאלטונג.


נאך איין זאך האב איך געוואלט זאגן, מענין לענין באותו ענין, אז ביי אבל מלך אביון, פאר וועם עס איז שווער צו אינזין האבן טראמפ, קען טראכטן אנשטאט פון ענדרו קואמא, וואס יעצט איז ער טאקע זייער פאפולער, און מיט זיין סטעיט אף עמערדזשענסי איז ער ממש כמעט אינגאנצן בעל הבית אויף אלעם ביז לעבן און טויט, דארף מען וויסן אז זיין טאטע האט געהייסן א פראנט ראנער פאר פרעזידענט אין 92, און צוויי יאר שפעטער, האט ער פארלוירן.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

נקודהלע
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:04 pm

צל עובר האט געשריבן:נאך איין זאך האב איך געוואלט זאגן, מענין לענין באותו ענין, אז ביי אבל מלך אביון, פאר וועם עס איז שווער צו אינזין האבן טראמפ, קען טראכטן אנשטאט פון ענדרו קואמא, וואס יעצט איז ער טאקע זייער פאפולער, און מיט זיין סטעיט אף עמערדזשענסי איז ער ממש כמעט אינגאנצן בעל הבית אויף אלעם ביז לעבן און טויט, דארף מען וויסן אז זיין טאטע האט געהייסן א פראנט ראנער פאר פרעזידענט אין 92, און צוויי יאר שפעטער, האט ער פארלוירן.

כ'מיין אז ס'איז פשוט אז איינער וואס הייסט מיט גאנצע 4 יאר פאר די עלעקשאנס די פראנט ראננער, וועט למעשה נישט זיין לכאורה (קריס קריסטו וכו יוכיח) א מענשט האלט נישט אן מאמענטום אזוי לאנג אין די היינטיגע וועלט..
אז דו מיינסט אז דיין זייט אין אמעריקאנער פאליטיק איז די גערעכטע, נעמסטו עס אביסל ערענסטער ווי די פירער פון דיין פארטיי...

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 7:48 am

ליידער ליידער, הייס איך נישט טורנהיים, און איך וואוין יא אין אמעריקע... איי געוואלד, ווער בין איך עפעס צו זאגן...

לא נביא אני, ולא בן נביא, פארפאלן... אויך האב איך נישט אזעלכע חלומות ביינאכט...

וואס איך האב אבער יא געזען, איז אזוי:

פאר פיר יאר צוריק, איז געווען א חידוש אז אזא סארט פערזאן ווי טראמפ, וועלכער האט נישט קיין שום עקספיריענס אין פאליטיק, און האט נישט געדינט אין מיליטער, און אפילו אלס ביזנעסמאן האט ער שוין עטליכע מאל באנקראטירט, און נאכדערצו רעדט ער אזוי ברייט און אומדיפלאמאטיש וכו' וכו', און ער לויפט, און ער האט געווינען די נאמינאציע, דאס האט מיך געמאכט איינזען אז דאס איז א יד מן השמים וואס פירט אזוי, דער ממליך מלכים וויל דווקא זען דעם פארשוין אויפן בענקל, און עס וועט גארנישט העלפן עס אפצושטעלן, דעריבער האב איך פאראויס געטראכט אז מסתמא וועט ער עס מאכן ביי די וואהלן.

אצינד, זע איך ווידער די זעלבע זאך. טראמפ האט לענ"ד אויפגעטאן פאר'ן לאנד מער ווי סיי וועלכער דיפלאמאטישער פרעזידענט אין די היסטאריע פון אמעריקע. סיי וואו מען וויל נאר קוקן, האט ער געטאן און אויפגעטאן, טראץ די אומגלויבליכע קעגנערשאפט פון די דעמאקראטן און זייערע געריכטן און אומפיטשמענטס וכו'. פון די אנדערע זייט שטייט דא ביידען, וועלכער האט כמעט גארנישט אויפגעטאן במשך זיין יובל שנים אין פאליטיק און בפרט אלס ווייס פרעזידענט, ער וויל העכערן שטייערן, ער שטיצט די ראיאטן, וכו' וכו', נאכדערצו איז ער שוין אויסגעוועפט און איז בכלל נישט קיין בר הכי צו אזא הויכע פאסטן (איך וואלט אים אפילו נישט אויפגענומען אלס סגן שמש אין שוהל...) און נאך אלץ האט ער געווינען די נאמינאציע.

קוקט אויס ווי מן השמים וויל מען דווקא האבן דעם פארשוין אויפן הויכן בענקל.

איך האף שטארק אז נישט...

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:04 am

חיימאוויטש האט געשריבן:די אנגסט וואס מ'האט מצליח געווען אנצוזייען ביים עולם איבער א ביידן-געווינס קוקט באמת אויס ווי די רעדע איז פון א קאנדידאט וואס סטראשעט ער גייט גוזר זיין א גזירת גירוש אויף די אידן, חלילה... ממש אזוי.

איך פארשטיי אז א גרויסע חלק עולם וויל טאקע אז טראמפ זאל געווינען, אבער וואס מיינסטו צו זאגן די שרעק פון א ביידן געווינס, פון וואס האט מען מורא?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:13 am

אז העריס ווערט ווערן פרעז.
העלאו? אין אמעריקא איז יעדער בארעכטיגט צו באשליסן אין וועלעכע וואנט מען וויל האקן דעם קאפ. (קרעדיט: טשאדי)

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך כתמר יפרח » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:34 am

אז מ'רעט שוין פין נביאות..
דאס האב איך געשריבן גנוי צוויי יאר צוריק מיין רמז

דערווייל פארט עס פיין, מעמער זעהן די איבעריגע.
אויכט וויל איך קלאר מאכן, אין וועל בשום אופן נישט ארויף קומען אויף קול מבשר.
א מתנגיד צו טראמפ, מיינט נישט א חסיד פין ביידען!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 5 געסט