רעוועלוציע אין בעלארוס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:57 pm

אפדעיט פון די געשעעניש אין בעלעראוס די לעצטע פאר טעג ואין מוקדם ומאוחר,

גרויסע סטרייקס האט ארומגענומען בעלארוס די לעצטע פאר טעג אנגעפירט ביי סטעיט קאנטראלירטע קאמפעניס (זיי געהערען פאר לוקאשענקע) די קאמפעניס זענען די גאז אויף וואס לוקשענקע אין דאס לאנד פארט, איינע פון די קאמפעניס וואס זענען אויף סטרייק זענען די טראקטאר טרעילאר וועלכע טראנספאטירען ארום דאס לאנד דאס וויכטיגסטע, און אויך די אימפארט עקספארט,
******
היינט אין א פרעצעדענטלאזע שריט האבען די ארבעטער פון די סטעיט געאוינטע טי ווי, זיך אנגעשלאסען אין די סטרייק אין ארויסגעוואקט אינמיטען העלען טאג אין געלאזט ליידיג דאס צימער מיט ליידיגע בענקלעך ווען די מידיא בראדקעסט ליידיגע בענקלעך אין מוזיק, אין יעדעס לאנד בכלל אין און א רעזשים בפרט, איז די בראדקעסט דאס וויכטיגסטע אנציהאלטען דאס מאכט אין פראפאגאנדע, אבער ווי סקוקט אויס האט עס דערווייל געכאפט לוקשענקא אין שאק ווייל קיינער האט עס דערווייל נישט איבער גענומען,
*****
איבער 6000 מענטשען זענען געווארען ארעסטירט אין אנגעבראכען די ביינער,

ווי אויך האט מען זיי שווער געפייניגט מיט מיטלען וואס איז נישט שייך ארויסצישרייבען, אבער נאך גרויס דרוק האט מען ארויסגעלאזט א גרויס חלק פון זיי צימאקעלט אין ציביילט, וועלכע האט פריש אויפגעברויזט די באפעלקערונג אין ארויס געשלעפט פרישע טויזענטע פראטעסטירער איבער דאס גאנצע לאנד, און גערופען שארפע פארדאמונגען פון אסאך אייראפעאישע לענדער,

און אויך איז ארויסגערינען די לעצטע פאר טעג פיל מיט קליפס וויאזוי מפייניגט די ארעסעטירטע מיט שוידערליכע פיינונגען, וואס האט ציגעברענגט אז אסאך פאליציי באאמטע זאלען עס פארדאמען ווי מוועט שפעטער שרייבען, און די רעזשים האט נישט קיין אנונג פון ווי די קליפס איז ארויסגערינען און ווער סהאט עס געכאפט, זיי באשולדינגען אז איינגעשטעלטע אין די פיינונגס קעלערען האבען דעס במכיון אפגעכאפט ווייל זיי שטיין מיט, מיט די רעוועלוציע אין לוקשענקע האט פארשפראכען אז ער וועט זיי כאפען אין זיך נוקם זיין,
**********
אסאך פאליציי אפיצירען האבען אנגעפאנגען א טרענד אז זיי ריזיינען אויף סאשעל מידיא אין ליכט פון די שוידערליכע ברוטאליטעט וואס איז געווארען פארשפרייט, אין געבען שטיצע פאר די פראטעסטירער אז זיי זאלען נישט אויפגעבען ביז לוקשענקע גייט, ווי אויך האבען זיך אנגעשלאסען די לעצטע 48 שעה אפיצירען פון די געהיימע סעקיורעטי סערוועסיס,
*******
היינט האבען זיך פארזאמעלט פאר די גאווערמענט אפיסעס אין צענטער פון שטאט שווערע צענדליגע טויזענטע פראטעסטירער - לויט אסאך שאצונגען איבער א מיליאן- וואס דעס איז נאכנישט געווען זייט לוקעשענקע איז געקומען צי די מאכט די לעצטע 26 יאר,
************

טשעכיי האט געווארענט אז לוקעשענקע אין פוטין זאלען נישט איבערשפילען די בלוט פארגיסונג וואס איז פארגעקומען ביי די פראגע רעוועלוציע און 1986, אין גערופען פאר די אייראפעאישע יוניאן זאל זיכער מאכען אויף אלע קאסטען אז דעס געשעט נישט,
*************


די רעזשים האט איינגעפירט א גאר שטרענגע אינטערנעט צענזור וואס האלט אין איין געבראכען ווערען אין זיי באשולדינגען אז פוילען ליטע אין עסטאניע פירען א סייבער מלחמה מיט זיי (די לעצטע הייסט אז זיי זענען גאר גרויסע סייבער עקספערטס) א פרישע עפפ איז פארשפרייט געווארען מיט די נאמען "נעקסטע" ווי ווידיאס אין אינפארמעישאן ווערען ווייטער ארום געשיקט אין מיטגעטיילט איבער דאס גאנצע לאנד, און לוקאשענקע קען דאס נישט אפשפארען,
************


היינט האט זיך אפגעשפילט א מוראדיגע סצענע ביי א ראלי -געדעקט לייוו איבער דאס לאנד- ווי ער האט ציזאמגענומען זיינע געטרייסטע יוניאן מעמבערס אין שטיצער , ווי זיי האבען זיך גענומען שרייען לוקשענקע גיי אהיים אין ריזיין דיין צייט איז געקומען צי גיין, ער האט אנפאנג געטרייט צירוק שרייען אבער ווען סאיז געווארען היציגער אין העכער האבען אים זיינע זיכערהייט וועכטער שנעל אוועק געפירט ווען ער קוקט אויס צימישט אין שאקירט, אינדרויסען האט ער זיך אפגעשטעלט א בלאסער אין זיך גענומען שרייען עפעס צי די מידיא ווען ער נעמט ארויס פאפיר אין ווישט זיך זיין שווייס פון פנים, דאס האט אלעמען דערמאנט פון די באקאנטע היסטארישע סצענעס פון די רומענישע דיקטאטאר (א שאד זיך צי מיטשענען מיטן ספעלען זיין נאמען) ווען ער האט אזוי פארלוירען זיין בענקעל אויף לייוו בראדקעסט, אין מהאט אים שפעטער דערשאסען נאך א שנעלע פעלד געריכט,
*********

באריכטען זאגען אז מאסען רוסישע זעלנער האבען זיך פארזאמעלט ביי די בעלערוס גרעניץ
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 4:53 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:00 pm

שכוח פאר די אשכול!

שיינע באריכט!
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך מחשב » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:00 pm

שיינע באריכט!

יישר כח!
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

פרא-חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פרא-חסיד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:03 pm

ייש״כ.

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:06 pm

יישר כח
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:23 pm

די איזרעליס מוזען דאך איבעראל אריינשטעקען די נאז,

היינט האט די זשערוסלעם פאסט באריכטעט אז א איזרעלי בירגער מיטן נאמען פורמאן איז געווארען ארעסטירט אין געפייניגט פאר אפאר טעג ווען די רעזשים האט אים באשולדיגט אין זיין אן איזרעלי שפיאן, ווי פורמאן פארציילט איז ער געקומען קיין מינסק מאכען ריסורטש אויף זיין משפחה וועלכע איז געהארגעט געווארען ביי די האלאקאסט, ער סתם געגאנגען שפאצירען אויפן גאס מיט זיין משפחה לעבען דאס ארט ווי סאיז פארגעקומען א אנטי גאווערמענט ראלי ווען מהאט אים געקידנעפט און ארעסטירט, ער זאגט אז מהאט אים שרעקליך אנגעבראכען די ביינער מיט קלאב שטעקענעס אין מיט אייזערנע בעטאנס (אזוי ווי די פאליציי טוט אין מאה שערים!) ער האט מיטגעהאלטען ווי מענטשען חלשען אונטער די פיינונג און זאגט אז די אנדערע פיינונגען וואס ער האט ציגעזען מוז אויפרודערען די וועלט אז אזאלעכע זאכען קומען נאך פאר היינטיגע צייטען אין די איין און צוואנציגסטע סענטערי,

********

עטליכע פאליציי יוניטס האבען רעזיגנירט, און אסאך האבען געזאגט אז זיי גייען מער נישט אנטייל נעמען אין דע ברוטאלע קרעקדאון ווען מפראטעסטירט פרידליך, ווי אויך האבען אסאך פון זייער אויבערהארען (נאטשאלניקס) געהייסען אראפלייגען די פאנצערס

******

און א נייע ערשיינוג קומען זיך ציזאם א מענגע פראטעסירער ביי די שטאטישע געביידעס ווי זעלנער און פאליציי באוואכען, און האלזען ארום די יונגע זעלנער און לייגען אריין ווייסע בלומען אין זייערע פאנצערס און דערנאך גייען זיי אוועק פון דארט צי אנדערע פלעצער,
******
אין יא, די כינעזע סטעיט מידיא (בעלי ע'וויירוס) האט געוויזען בילדער פון די מארשען קעגען לוקשענקע אין געזאגט פשוט אין פראסט, דאס איז א שטיצע מארש פאר די ארטיגע רעזשים.. (ווען ליגענט וואלט קליין געמאכט אויגען וואלטען זיי ווען געהאט פיצי אויגען)
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:15 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:27 pm

שכח פאלעסיידס!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:29 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:און א נייע ערשיינוג קומען זיך ציזאם א מענגע פראטעסירער ביי די שטאטישע געביידעס ווי זעלנער און פאליציי באוואכען, און האלזען ארום די יונגע זעלנער און לייגען אריין ווייסע בלומען אין זייערע פאנצערס און דערנאך גייען זיי אוועק פון דארט צי אנדערע פלעצער,

דאס איז פאר די זעלנער וואס לייגן אראפ זייער פאנצער און געווער און געבן אויף זייער פאסטן.
איך זוך א דזשאב

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:30 pm

איינער האט געשריבען אין א אנדערע אשכול וועגען די אידישע היסטאריע אין בעלארוס סאיז זייער אן אינטערסאנטע טעמע אויב מוואלט געקענט ציזאמשמעלצען אלעס ביטע,

און א ישר כח פאר אלע באדאנקערס

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:32 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:און א נייע ערשיינוג קומען זיך ציזאם א מענגע פראטעסירער ביי די שטאטישע געביידעס ווי זעלנער און פאליציי באוואכען, און האלזען ארום די יונגע זעלנער און לייגען אריין ווייסע בלומען אין זייערע פאנצערס און דערנאך גייען זיי אוועק פון דארט צי אנדערע פלעצער,

דאס איז פאר די זעלנער וואס לייגן אראפ זייער פאנצער און געווער און געבן אויף זייער פאסטן.

כבין נישט זיכער ווייל אויף די קליפס פון די בלומען זעט מען וויאזוי די זעלנער האלטען די פאנצער אנגעלאנט אויף די פלאר אויפגעשטעלטערהייט,

אין די אנדערע נייעס פון אז זיי לייגען עס אראפ די שיעלדס האב איך געזען אויף געשריבענע באריכטען
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:38 pm

די איזרעלי פורמאן האט געזאגט אז די בעלארוס פויערען אין תפיסה האבען געהאלטען אין איין שרייען אויף אים אנטעסעמיטישע לאזונגען (קרעדיט קול מבשר),

אבער ווי איינער פון לאנדאן האט מיך געשריבען אין פרייוועט אז דער לוקשענקע האט גראדע יא גאנץ גוטע באציאונגען מיט אידען אין בפרט בנוגע קברים ער האט עס געהערט פון די באקאנטע עסקנים פון לאנדאן וואס האלטען אן באציאונגען מיט אים און ער איז נישט ספעציעל שלעכט צי זייערע בקשות אויב עפעס פארקערט, טאמער איינער האט מער אינפא דערוועגען וואלט געווען אינטערעסאנט צי הערען

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:43 pm

ניקאליי טשאוטשעסקאו (סתם צו ווייזן אז איך קען דעם נאמען פונעם רומענישן דיקטאטור..)

הערליכע באריכט, פאלעסיידס, א דאנק, און האלט עס אן!
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:47 pm

לכאורה האט געשריבן:ניקאליי טשאוטשעסקאו (סתם צו ווייזן אז איך קען דעם נאמען פונעם רומענישן דיקטאטור..)

הערליכע באריכט, פאלעסיידס, א דאנק, און האלט עס אן!

פארפאלען אז מלערענט ביי שיין שרייבען קען מען ספעלען זיין נאמען..

און א שכח פאר דיר
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:52 pm

לכאורה האט געשריבן:ניקאליי טשאוטשעסקאו (סתם צו ווייזן אז איך קען דעם נאמען פונעם רומענישן דיקטאטור..)

איז ער א קרוב מיט Hydroxychloroquine ?
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:57 pm

שכוח פארן ברענגען
וואס איז די היסטאריע פון די לאנד ?
פארוואס הערט מען קיינמאל נשיט פון זיי?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:06 pm

די בעלארוס אמבאסאדאר קיין סלאוואקיע האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון די פראטעסטירער, און א ווידיא צום פאלק האט ער גערופען סאלדאריטעט מיט די פרידליכע מארשירער וועלכע רופען פאר פרייהייט אין ווילען אראפווארפען איינמאל פאר אלעמאל די ברוטאלע יאך פון זיך, "זיי האבען זיך פארדינט די פרייהייט דורך זייער ליידען זאל זייער געשריי דערהערט ווערען דורך די וועלט"

****

די לינק גענויגטע מידיא אין אמעריקע האט אנדערש ווי זייער שטייגער אנגעפאנגען צי קאווערען די נייעס פון בעלארוס אין דעקען די ברוטאלע באנעמונג פון די דארטיגע דיקטאטאר,

וואלט געווען אינטערסאנט אין די יעצטיגע היציגע וואל סעזאן וואס די מיינונג פון די דעמאקראטען אין פון ווייס פרעזידענט ביידען און זיין מיטלויפער העריס זענען,

די טראמפ אדמינסטראציע איז ארויס געקומען זייער שארף אקעגען די דארטיגע אונטערדריקונג דורך מייק פאמפעי וועלכע האט געהאלטען היינט זייער א שארפע דרשה אין פוילען און געזאגט אז ווען די פרייע וועלט וועט ארבעטען זייער פאראייניגט יעצט,
קען מען זיך שפארען אסאך בלוט פארגיסונג אין צער פאר סגעשעט,

די דעמאקראטען האבען באשולדיגט אז די אמעריקאנע רעגירונג טוט נישט גענוג צי העלפען די פראטעסטירער און אומשילדיגע בירגער, (קען זיין זיי מיינען מיט סאנקציעס)
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 4:55 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:09 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:שכוח פארן ברענגען
וואס איז די היסטאריע פון די לאנד ?
פארוואס הערט מען קיינמאל נשיט פון זיי?

quote="אלפים ועשרים"]
איינפאכער איד האט געשריבן:פון א אידישן שטאנדפונקט פארמאגט בעלארוס גאר א רייכע אידישע היסטאריע, זייענדיג אסאך יארן די צענטער פון די תנועת המוסר מיט אירע פילע ישיבות, און גלייכצייטיג אויך א צענטער פאר א צאל חסיד'ישע הויפן פון וועם די גאנצע אידישע וועלט איז נהנה ביז'ן היינטיגן טאג.

https://www.google.com/maps/@53.3303032,25.9729442,9.3z
אויף די מאפע וועט איר זעהן די שטעט: נאווארדאק מער אויבן אינדערמיט, אביסל אראפצו אויף רעכטס איז מיר, אביסל אראפצו אינמיטן איז באראנאוויטש, אונטער דעם רעכטס זענען לעכאוויטש און קלעצק, און לינקס סלאנים

https://www.google.com/maps/@52.095554,26.0643318,9.3z
אביסל מער צו דרום: אינמיטן איז פינסק, העכער דעם צו לינקס איז קארלין, און אונטן רעכטס איז סטאלין

https://www.google.com/maps/@53.9317043,27.1002541,10z
די הויפשטאט מינסק אויף די רעכטע זייט, לינקס אויבן איז וואלאזין

https://www.google.com/maps/@53.4144608 ... 5773,8.05z
די הויפטשטאט מינסק, און מער אונטן סלוצק

בעלארוס איז איינס פון א צאל לענדער וואס האבן אידיש אלס איינס פון אירע אפיציעלע מינאריטעט שפראכן.[/quote]

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6062
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:19 pm

מעודי פלעג איך גלייכן צו נעמען די פאלעסיידס.....


א הערליכע באריכט/ן. יישר כח.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:23 pm

Wow @פאלעסיידס אזעלכע ברייטע באריכטן אויף אזא שמאלע רד.
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:28 pm

maybeeynot האט געשריבן:Wow @פאלעסיידס אזעלכע ברייטע באריכטן אויף אזא שמאלע רד.

דא אויף אייוועלט דארף מען לעצטענס קענען פארען צווישען שמאלע וועגען..

אין @בוידעם דיין הסכמה איז שוינעפעס,
זע נאר נישט צי כאפען א טיקעט אויפן פאלעסיידס סאיז דא א קרעקדאון (אויב ספארען נישט דארט קיין שווארצע)

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:29 pm

א ריזיגע שכח פאלעסיידס פאר דיינע געשמאקע באריכטן דא און איבעראל
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:33 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:שכוח פארן ברענגען
וואס איז די היסטאריע פון די לאנד ?
פארוואס הערט מען קיינמאל נשיט פון זיי?

בעלארוס האט אמאל געהייסען ווייס רוסלאנד דאכצעך (פארוואס ווייס איך נישט)
אויך מיינעך אז סאיז אמאל געווען אונטער ליטע אין פאר מענטשען וואס ווייסען נישט איז ווילנע ווי די הייליגע ווילנע גאון איז געווען, די הויפשטאט פון די היינטיגע ליטע (גערופען לאטיוועניע/ לאטיוויע) אין ווילנע הייסט נאך היינט ווילנעס, לאפוקי פון די וואס מיינען אז ווילנע איז געווען עפעס א קליין דערפעל, און די מעשה פון גראף פאטאצקי (וועלכעס איז געווען א פוילישער ) איז געווען אין די ליטע, קען זיין אז סהאט דעמאלטס געהערט פאר די פוילישע מלוכה טאקע, ווי סהייסט פירען דא פוילין אין ליטע דא די מערכה און זיי פארארבייטען מעשים אונטערען טיש

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:41 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:בעלארוס האט אמאל געהייסען ווייס רוסלאנד דאכצעך (פארוואס ווייס איך נישט)

בעלארוס איז נאך היינט ווייס רוסלאנד. אין רוסיש איז בעלא - ווייס, רוס - רוסלאנד.

רוסלאנד איז געווען צוטיילט אין גרופעס, ווייסע רוסן, שווארצע רוסן און רויטע רוסן. בעלארוס איז על שם די ווייסע רוסן. די רויטע רוסן און זייער רויטער ארמיי האבן למעשה איבערגענומען רוסלאנד ביים קאמוניסטישן רעוואלוציע אין 1917.

עפעס אזוי
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:43 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
די לינק גענויגטע מידיא אין אמעריקע האט אנדערש ווי זייער שטייגער אנגעפאנגען צי קאווערען די נייעס פון בעלארוס אין דעקען די ברוטאלע באנעמונג פון די דארטיגע דיקטאטאר,

וואלט געווען אינטערסאנט אין די יעצטיגע היציגע וואל סעזאן וואס די מיינונג פון די דעמאקראטען אין ווייס פרעזידענט ביידען און העריס זענען,

די טראמפ אדמינסטראציע איז ארויס געקומען זייער שארף אקעגען די דארטיגע אונטערדריקונג דורך מייק פאמפעי האט געהאלטען היינט זייער א שארפע דרשה אין פוילען און געזאגט אז ווען די פרייע וועלט וועט ארבעטען זייער פאראייניגט יעצט קען מען זיך שפארען אסאך בלוט פארגיסונג אין צער פאר סגעשעט,

די דעמאקראטען האבען באשולדיגט אז די אמעריקאנע רעגירונג טוט נישט גענוג צי העלפען די פראטעסטירער און אומשילדיגע בירגער, (קען זיין זיי מיינען מיט סאנקציעס)

העי, ביז'ן אטאקירן מיין פרעסע און פארטיי...
וואס הייסט אנדערש ווי זייער שטייגער? איז נישט אמעריקע און איר פרעסע תמיד געווען אויף די זייט פון די באקריוודעטע?
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אלטע מלמד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: רעוועלוציע אין בעלארוס

תגובהדורך אלטע מלמד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:45 pm

ש'כח פארן עפענען די אשכול. איך האב געזוכט ווי איך קען מיט האלטן די אנטוויקלונגען. נישט דא בעסער פין דעים אין ערגעץ


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעריש'ל, דרימליינער און 22 געסט