בלאט 4 פון 74
געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:08 pm
דורך אנדי פעטיט
איך זעה נישט קיין ענטפער דארט אויף דיינע פראגעס.
אנטשולדיגט מיר רבי פארשלאפען אויב דו האסט נישט קיין געדולד מיזטו מיר נישט ענטפערען, אבער איר רעדט אין חידות און איך פארשטיי נישט בכלל אויף וואס דו צילסט, ביזטו מסכים מיט מיר אדער האלטסטו גאר פארקערט? דו פרעגסט קשיות וואס דו האסט שוין א תשובה דערויף אבער איך פארשטיי ניטאמאל די קשיא, לאז אפ די תירוץ.
וואס איז דיין פוינט, זאג ארויס קלאר.
דרך אגב דארט אין דיין לינק זעהט מען אז נוקלער ענערגיע, וועלעכע די דעמאקראטען זענען אקעגען דעם איז נאך די ביליגסטע פון אלע.
געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 8:09 pm
דורך איך_הער
פארשלאפן, איי עם סארי, אבער איך געב דא גערעכט פאר אנדי, ער פרעגט אפאר שאלות, און דו ענטפערסט אים נאר מיט קשיות, אז ער זאל אלעס אליינס פארשטיין, נעם אפאר מינוט, (נישט אויפן חשבון פון די פיקטשער'ס.) און זיי מסביר וואס דו האסט צו זאגן, איך ווילעס אויך פארשטיין.
געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 10:04 am
דורך farshlufen
אנדי,איך וועל עס בארירן אויפן שפיץ גאפעל,
כדי אז עס זאל דורכפירבאר דארף צו זיין:
גענוג זון,
גענוג סטארעדזש קעפעסיטי אין די בעטעריס,
גענוג פלאץ אויפן דאך פאר וויפיל פענעלס מען דארף האבן פארן גאנצן בנין,
און נאך אלעם דארף זיך עס נאך אויסצאלן.
אבער דאס איז נאך אלץ נישט דער ריכטיגער צוגאנג צו שפארן ענערדשי.
געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 10:24 am
דורך אנדי פעטיט
farshlufen האט געשריבן:כדי אז עס זאל דורכפירבאר דארף צו זיין:
1)גענוג זון,
2)גענוג סטארעדזש קעפעסיטי אין די בעטעריס,
3)גענוג פלאץ אויפן דאך פאר וויפיל פענעלס מען דארף האבן פארן גאנצן בנין,
4)און נאך אלעם דארף זיך עס נאך אויסצאלן.
5)אבער דאס איז נאך אלץ נישט דער ריכטיגער צוגאנג צו שפארן ענערדשי.
1)אין טעקסעס, נעוואדע, אריזאנע, און קאליפארניע איז דא מער זון ווי אין צפון א"י.
2)פארוואס זאל זיין גענוג סטארעדזאין א"י בעטעריס און נישט אין די אמעריקאנער בעטעריס.
3)אין ארץ ישראל האבן די 40 שטאקיגע געביידעס פול מיט אפארטמענטס גענוג פלאץ פאר די פענעלס, פארוואס זאלן די אמעריקאנער הייזער נישט האבן?
4)אין א"י צאלט מען כמעט נישט פאר הייצונג.
5)יא יא עס איז קלאר אז עס שפארט (עי' נומער 4), און אפילו אויב עס שפארט נישט, אלטערניטיוו איז עס זיכער, און גרינער איז עס אויך!
דרך אגב, איך בין זיכער אז מדינת ישראל איז נישט די איינציגסטע מדינה וואס הייצט די הייזער מיט סאללער פענעלס, נאר אין א"י בין איך באקאנט.
געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 11:58 am
דורך איזאק
אנדי זאגסט גוט.
געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 1:21 pm
דורך שמערי בערי
More than 300,000 Americans have signed our "Drill Here, Drill Now, Pay Less" petition
געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2008 11:10 am
דורך אנדי פעטיט
http://gmy.news.yahoo.com/v/8159382
דא קענט איר הערן ווי זיי שמועסען איבער וועלעכע עצות העלפן אימפראווין די מיילעדזש פער גאללאן און וועלעכע נישט.
אגב צום סוף ווארפט ער אריין אז מען זאל טוישען די פילטערס, איך קען מעיד זיין אז עס איז בדוק ומנוסה, ווען איך זעה אז מיין קאר פרודוצירט ווייניגער מיילס פער גאללאן ווייס איך אז עס איז צייט צו טוישן די פילטער.
געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2008 11:32 am
דורך scy4851
טיט מען דאס נישט ממילא ביי א יעדען אויל טשענדש?
געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2008 12:04 pm
דורך שוועמל
עס זענען פארהאן מערערע פילטערס אין די קאר'ס סיסטעם:
אויל פילטער [וואס מען טוישט ביי א געווענליכע אויל טשעינזש, 3-5 טויזענט מייל]
געז פילטער [כדאי צו טוישן יעדע 10-15 טויזענט מייל]
עיר פילטער [יעדע 10 טויזענט מייל אדער אפטער אויב פארט מען אין שטויביגע שמוציגע ענווייראנמענטס]
געשריבן: זונטאג יוני 15, 2008 1:49 pm
דורך בני היכלא
מ'ערווארט סאודי אראביע זאל טאפלטן איר אויל עקספארט, אזוי ארום צו שניידן די פרייזן אין העלפט.
געשריבן: זונטאג יוני 15, 2008 5:09 pm
דורך וויכטיג מאכער
העלאו בני, וועלקאם בעק! ווען סאודי אראביע זאל טאפלען די עקספארט, וועטעס טאקע שניידן די פרייזן, אבער העלפט???
הלוואי!!
געשריבן: זונטאג יוני 15, 2008 5:17 pm
דורך יאסל
בני היכלא האט געשריבן:מ'ערווארט סאודי אראביע זאל טאפלטן איר אויל עקספארט, אזוי ארום צו שניידן די פרייזן אין העלפט.
לויט ווי איך האב געהערט רעדט מען פון צילייגען נאך 500.000 פעסלעך א טאג, אזוי אז זייער טאטעל פרדאקשען א טאג וועט גרייכען צי 10.000.000 פעסלעך א טאג.
אבער דאפלען מאן דכאר שמיה.
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 11:31 am
דורך בני היכלא
איך האב אזוי געליינט ערגעץ, אז ביז 2010 איז די פלאן פון דאפלען.
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 1:29 pm
דורך יאסל
פאלגענד איז גאר א שיינער תוכנ'פולער
שמועס אויף פאקס נויס וואס סאיז שייך צי טיען וועגען אין ווער סאיז שולדוג אויף די הויכע אויל פרייזען דער געוועזענער זונטאג
נאכן ציהערן זע איך איין עצה, נאר אריינציווארפען אלע דעמאקראטען אינאיינעם מיט מקעין אין ים הגדול אריין!! אפשר אזוי וועט ווערן ארדענונג
געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2008 12:02 am
דורך סאכדעס
יאסל האט געשריבן:פאלגענד איז גאר א שיינער תוכנ'פולער
שמועס אויף פאקס נויס וואס סאיז שייך צי טיען וועגען אין ווער סאיז שולדוג אויף די הויכע אויל פרייזען דער געוועזענער זונטאג
נאכן ציהערן זע איך איין עצה, נאר אריינציווארפען אלע דעמאקראטען אינאיינעם מיט מקעין אין ים הגדול אריין!! אפשר אזוי וועט ווערן ארדענונג
הערענדיג די שיחת חולין של בהמות, איז מיר פארענפערט געווארן דער פשט פון ושאינו יודע לשאול, את פתח לו, זאל איהם פאקסניוס משוגע מאכן.
געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2008 2:59 am
דורך שוועמל
סאכדעס ;
וואס איז דיר שווער געווען אין פשט פון שאינו יודע לשאול?
געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2008 10:41 am
דורך יאסל
סאכדעס האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:פאלגענד איז גאר א שיינער תוכנ'פולער
שמועס אויף פאקס נויס וואס סאיז שייך צי טיען וועגען אין ווער סאיז שולדוג אויף די הויכע אויל פרייזען דער געוועזענער זונטאג
נאכן ציהערן זע איך איין עצה, נאר אריינציווארפען אלע דעמאקראטען אינאיינעם מיט מקעין אין ים הגדול אריין!! אפשר אזוי וועט ווערן ארדענונג
הערענדיג די שיחת חולין של בהמות, איז מיר פארענפערט געווארן דער פשט פון ושאינו יודע לשאול, את פתח לו, זאל איהם פאקסניוס משוגע מאכן.
איך כאפ בכלל נישט דעם אויסברויך
אפשר ווייסטי עפעס אין עניני פרייזען פון אויל וואס איך ווייס נישט
וואלט איך מיך זייער געפרייט אז די זאלסט עס אויסשמוסען עטליסט אויפן שפיץ גאפל
געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2008 11:05 am
דורך יאנאש
איז דיס אנריעל ארוואט???
האו קאם מען הערט נישט דערפון מער אויף די מידיא? א קאר וואס זאל פארן אויף בלויז וואסער.
געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2008 11:21 am
דורך אנדי פעטיט
די לינק איז זיכער אנריעל.
געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 12:32 am
דורך מיללער
איך בין א 'גרינ'ער אין די עניני ותהלוכות האויל והגעז וכל שאר ענערגיע אפציעס, אבער לעצטנעס הער איך וועגן 'אפפ-שאר דרילינג' אז דאס שלאגט ווארצלען, יענקל מעקעין האט שוין גערעדט דערפון און דער געלעימטער קאטשקע ג'ורג בוש איז אויך דערפאר, אפשר קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז?
געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 9:37 am
דורך אנדי פעטיט
פשוט כפשוטו, אף שאר = אראפ פון די ברעג, פון די אמעריקאנער לאנד, אין די וואסער, קען מען אויף גראבען ביליאנער פעסלעך פון אויל. אבער די אמעריקאנער רעגירונג האט פארבאטען דאס גראב, אדער פאר דיס מעטער זיי האבן פארבאטן צו טון עניטינג וואס קען אראפ ברענגען די גאזאלין פרייזן.
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 12:06 pm
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:פאלגענד איז גאר א שיינער תוכנ'פולער
שמועס אויף פאקס נויס וואס סאיז שייך צי טיען וועגען אין ווער סאיז שולדוג אויף די הויכע אויל פרייזען דער געוועזענער זונטאג
נאכן ציהערן זע איך איין עצה, נאר אריינציווארפען אלע דעמאקראטען אינאיינעם מיט מקעין אין ים הגדול אריין!! אפשר אזוי וועט ווערן ארדענונג
אן אינטרעסאנעט ארטיקעל
אויף די אידישע וועלט וועלעכע איז דן איבער דעם.
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 2:16 pm
דורך קרעמער
זייער הערליך, אינטערסאנט, און אנדי-פעטיט'יש!
איך מוז צוגעבן אז דער שיכור בלומבערג האט צוגעגאסן אויל צו דיין טעאריע ווען ער האט דעם פרייטאג קלאר און דייטליך ארויסגעזאגט בפה מלא אז לעניית דעתו דארף מען נאך מער העכערן די גאזאלין שטייערן כדי די קליינע מענטשעלעך זאלן אויפהערן ארומרייזן מיט אייגענע קארס!!! פיו הכשילו! ער האט זיך ערלויבט ארויסצוזאגן דאס וואס אלע פאליטיקאנטן טראכטן אין געהיימניס.
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 3:01 pm
דורך איש חסיד
יאסל האט געשריבן:פאלגענד איז גאר א שיינער תוכנ'פולער
שמועס אויף פאקס נויס וואס סאיז שייך צי טיען וועגען אין ווער סאיז שולדוג אויף די הויכע אויל פרייזען דער געוועזענער זונטאג
נאכן ציהערן זע איך איין עצה, נאר אריינציווארפען אלע דעמאקראטען אינאיינעם מיט מקעין אין ים הגדול אריין!! אפשר אזוי וועט ווערן ארדענונג
מקעין האט שוין צוריק געצויגן ער לאזט שוין גראבן! זעט אויס אז ער האט זיך דערשראקן פון דיין עצה
יאנאש האט געשריבן:איז דיס אנריעל ארוואט???האו קאם מען הערט נישט דערפון מער אויף די מידיא? א קאר וואס זאל פארן אויף בלויז וואסער.
זייער סייט זעהט אויס ריעל אבער סאם האוי זעהט אויס אז זיי האבן זיך אפגעשטעלט, אדער אויב עס איז אמת די קאנספיראציע וועגען די וואס פירן די געז מארקעט
אפשר האט מען זיי גאר געסטראשעט
http://www.hytechapps.com
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 5:06 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
מעיאר בלומבערג מיינט אלעמאל זיין דורכגעפאלענעם רשעותדיגע קאדשעסטשען אפצאל וואס ער האט פראבירט ארויפציצווינגן אופן ציבור.
וואס באדערט מיך געפערליך איבער די געשוואלענע אויל פרייזן איז, אז פון וויפיל איך האב געליינט וועט ניטאמאל העלפען קיין גראבן פרישע אויל ווילאנג עס וועט נישט זיין מער ריפיינעריס, און קיינער נישט די רעפובליקאנער און נישט די דעמאקראטן רעדן דערפין געהעריג נאר בעקיפין, וואלט איך געווען דער בר הכי וואלט איך פארגעשלאגן נישט אוועק צי נעמען די טעקס קאטס פון די אויל קאמפעניס נאר צילייגן א תנאי כפול אז זיי מיזן צישטעלן נאך דריי ריפיינעריס לכה"פ.