גאזאלין פרייזן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 18, 2018 7:03 pm

ס׳איז א ביליגע סארט געז בכלל.

איך האלט נישט מיט די אויל פרייזן, כ׳האב אבער יא אויפגעפאסט די געז סטאנציע׳ס וואס כ׳ניץ געווענדליך און ברוקלין איז איצטערט בערך 2.99 אראפ פון בערך 3.15 צוויי דריי וואכן צוריק
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » מיטוואך יולי 18, 2018 7:36 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז א ביליגע סארט געז בכלל.

אוי וויי. עס קען מאכן פראבלעמען פאר מיין קאר?

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך יולי 18, 2018 11:15 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז א ביליגע סארט געז בכלל.


כ'ווייס נישט פון וואנעט דו נעמסט דאס, אבער ס'לייגט זיך אויפן שכל אז אלס בראנד נייע גאז סטאנציע פרובירן זיי צו ווערן פאפולער און ציען קונדן דורך גאר ביליגע גאז פרייזן

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דאנארשטאג יולי 19, 2018 12:44 am

לכאורה איז דאס די סיבה. זיי באקומען אויל פון Gulf. עפעס האבן זיי מיט זיי, עפענענדיג אויף זייער געוועזענע סטאנציע

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:36 pm

אחת ואחת האט געשריבן:האט איינער עקספעריענס מיט קאמבערלענד סמארט פעי

יא. איך האב נעכטן גע'דאונלאודעד די עפפ און עס ארבעט פיין. געצאלט היינט בלויז 2.59 א גאללאן דערמיט.
מען דארף אריינלייגן די באנק טשעקינג אקאונט און נאך

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 10:15 pm

האמיר געקוקט, אז קאמבערלענד איז טייערער מיט 4 צענט פון קוויקטשעק, דאס מיינט אז מיט סמארטפעי איז עס נאר 6 צענט ביליגער
בוי זיך זעלבסט

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:08 pm

לוינט זיך נאך אלץ צו נוצן סמארטפעי. מען באקומט משקאות בחינם מפעם לפעם פון זיי.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 08, 2019 6:12 am

כ'וויל מעורר זיין א וויכטיגע זאך. א שטיק צייט צוריק האבעך אויפגעפאסט אז ווען איך קויף געז אין ניו דזשערסי קומט עס מיר אויס היבש טייערער ווי ווען איך קויף ביי מיין לאוקעל געז סטעישן אין ניו יארק סיטי. כ'האב עס אנגעפאנגן צו דערגיין ווי די הינט ליגט באגראבן האב איך די ערשטע זאך געזען אז ביי מיין לאקעל געז סטעישן באקום איך די זעלבע פרייז פאר קרעדיט קארד און רוב פלעצער אין ניו דזשערסי צאלט מען הויכע פראצענטן. 2) ווען מ'בעט אין ניו דזשערסי אז מ'זאל דיר אנפילן די טאנק טרייען זיי צו געבן די 93 אפילו ווען דו זאגסט זיי רעגולער. און גיי מאך אן איבערקערעניש אין מיטן די נאכט אז דו האסט אים געבעטן די ביליגע געז...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מאנטאג אפריל 08, 2019 6:50 am

וועלעכע סטעשען אין נוי דזשערסי?

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 08, 2019 7:39 am

איך גיי נאר צו דעי יודישע אויפן 4 (כ'מיין ס'איז shell) (כ'מיין אז דער יוד מאכט גארנישט פון די געז נאר פון די סטאר אייטעמס). און אויפן וועג צוריק גיי איך צום ערשטען געז סטעישן אויפן NJ 17. כ'געדענק נישט וועליכע ס'איז. זיי האבן זיך איבערגעבויט א 5 יאר צוריק אויף א ריזיגע סטעישן מיט א גרויסע סטאר.

ביי אלע ביידע געהאט די זעלבע עקספיריענס
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אפריל 08, 2019 7:59 am

מען ברויך קוקן! די פאמפס האבן פרייזן, און געווענליך קאסט עס 10 צענט מער פער גאללאן פארן ניצן א קרעדיט קארד. די פרייזן ביים סיין אינדרויסן זענען קעש.

ווען עס קומט צו די טייערערע גראד געז וואס געווענליך גענען מיר געוואוינט אז עס'ז פער 20 טייערער איינס פון צווייטען.. קען אבער זיין אין ניו דזשוירזי אז עס זאל זיין מיט באלד א דוללער טייערער.

ממילא, ווען מ'קויפט גאז טאר מען זיך נישט פארלאזן אויף די ארבייטער דארט, מען ברויך זיכער מאכן:
1) אז די קרעדיט קארד פרייז איז די זעלבע.
2) די העכערע גראד געז איז פארפאציאנעל מער, נישט א ריזן שפרינג.
3) אז מען פילט אייך אן מיט וואס איר ברויכט.


נ.ב. די "שעלל" אויפ'ן 4 איז נישט קיין היימישער. דער אידישער סטעישאן איז ארויפציהר א משהו, עס הייסט 'דעלטא'.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 08, 2019 8:35 am

פליגל האט געשריבן:ווען עס קומט צו די טייערערע גראד געז וואס געווענליך גענען מיר געוואוינט אז עס'ז פער 20 טייערער איינס פון צווייטען.. קען אבער זיין אין ניו דזשוירזי אז עס זאל זיין מיט באלד א דוללער טייערער.

ממילא, ווען מ'קויפט גאז טאר מען זיך נישט פארלאזן אויף די ארבייטער דארט, מען ברויך זיכער מאכן:
1) אז די קרעדיט קארד פרייז איז די זעלבע.
2) די העכערע גראד געז איז פארפאציאנעל מער, נישט א ריזן שפרינג.
3) אז מען פילט אייך אן מיט וואס איר ברויכט.

מיין פראבלעם איז נישט אז די 93 איז טייערער פון נ.י. מיין פראבלעם איז אז איך בעט אים די ביליגע און ער גיט מיר די טייערע און ס'איז מיר מיטאמאל ווערד זיך צו טענה'ן מיט אים פאר א פינעווער ווייל איך ווייס אז אויב איך גיי אמאל צוריק זעהן דעם פינעווער גייט עס זיין נישט אין די קומענדיגע האלבע שעה אבער אפגעטוען האט ער מיר. איז מה לי ולצרה הזאת? פאר איך פאר ארויס פון די סיטי פיל איך מיר אן ביי מיין נעקסטע גאס און ביי טשאלי.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 08, 2019 8:37 am

מ'דארף אבער געדענקן אז ניו דזשערסי איז שוין די לעצטע פאר יאר כמעט אזוי טייער אווי אין ניו יארק. נעם דאס אויך אין אכט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » מאנטאג אפריל 08, 2019 8:54 am

אויף NJ17 איז LIBERTY די ביליגסטע ביי 2.54
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא

משהלע
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:11 am

איך פיל אן אין קאסטקא. ביליגער פון סיי ווי.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:08 am

אמת, מען שפארט זיך שויניש קיין סאך מיט'ן קויפן אין זשוירזי. בכלל, אויב קען מען פארמיידן פון צאלן די סאך העכערע טאללס וואס עס קאסט ביים וואשינגטאן בריק לויענט זיך שויניש דווקא צו פארן דורך ניו זשוירזי. די טאפפען-זי איז סאך ביליגער.

וואס איך זאג איז אז מ'טאר נישט געטרויען די חברה ביים פאמפ, מען ברויך זיכער מאכן אז זיי טוען וואס מען בעט זיי, נישט עפעס אנדערש. (וכן אני נוהג).
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:10 am

ס׳איז פארהאן ביליגע סארט קוואלעטעיט אין גאזאלין אויך, למשל טאקע ליבערטי.. אין וויליאמסבורג איז ביז נישט לאנג צוריק געווען ״פריים״ אויף בעדפארד פלאשינג, אויך א ביליגע סארט.

ווי ס׳כאפט א נפקה מינה? כ׳ווייס נישט, ס׳איז אבער זיכער אז גוטע קוואלעטעיט גאזאלין איז גוט פארן ענדזשין. געהערט האבעך אמאל אז די שוואכערע סארט גאז לויפן שנעלער אויס.

איך בין א מעמבער אין ב.פ. [נישט בארא פארק], איך נוץ נאר דאס, גראדע קומט עס אויס זיך צו שפארן היבש אביסל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:30 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז פארהאן ביליגע סארט קוואלעטעיט אין גאזאלין אויך, למשל טאקע ליבערטי.. אין וויליאמסבורג איז ביז נישט לאנג צוריק געווען ״פריים״ אויף בעדפארד פלאשינג, אויך א ביליגע סארט.

ווי ס׳כאפט א נפקה מינה? כ׳ווייס נישט, ס׳איז אבער זיכער אז גוטע קוואלעטעיט גאזאלין איז גוט פארן ענדזשין. געהערט האבעך אמאל אז די שוואכערע סארט גאז לויפן שנעלער אויס.

איך בין א מעמבער אין ב.פ. [נישט בארא פארק], איך נוץ נאר דאס, גראדע קומט עס אויס זיך צו שפארן היבש אביסל.

אויב האסטו א געליעסטע קאר דאן וואס גייטעך אהן אויב ס'איז בעסער פארן ענדזשין?
ס'דארף זיין בעסער פארן טאש...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:43 am

כ׳האב א געקויפטע.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:21 pm

משהלע האט געשריבן:איך פיל אן אין קאסטקא. ביליגער פון סיי ווי.

אין Nanuet, NY זענען זיי 2.60 אין נ''ז 2.52
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט