די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:35 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דא קען נאך ארויסקומען אן ערנסטע סקאנדאל, אויב ס'גייט זיך ארויסשטעלן אז נתניהו האט געבעטן טראמפ דוקא עס צו דערקלערן אין זעלבן טאג וואס גאנץ גייט דורך א רוקן אפאראציע.

#שפעקולאציעס

איך מיין ער איז שוין אדורך אפאר טעג צוריק
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:40 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דא קען נאך ארויסקומען אן ערנסטע סקאנדאל, אויב ס'גייט זיך ארויסשטעלן אז נתניהו האט געבעטן טראמפ דוקא עס צו דערקלערן אין זעלבן טאג וואס גאנץ גייט דורך א רוקן אפאראציע.

#שפעקולאציעס

פארוואס זאל גאנץ האבן א פראבלעם מיט אזא דיעל?

ביבי עסט פשוט אויף די גאנצע עטענשאן.

עס פאסט אויך נישט אז מ'מאכט אזא היסטארישע דעקלעראציע ווען דער שר הביטחון און רה"מ התחלופי איז נישט צום געפינען...
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך שפע רב » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:42 pm

אויב טראמפ יכול'ט טאקע, וואלט געווען אסאך א גרעסרע געווינס אויב ער קען ברענגען די סוני'שע סאודי אראביע צום טיש, אין מיט זיי ברענגען א דיעל,נאך אלעם איז סאודי אראביע די קינג פון די סוניס, אין טראמפ האט דאך גוטע קשרים מיט'ן קרוין פרינץ דארט. די UAE איז א קליין לענדעל, וואס איז קיינמאל געווען בלוט שונאים, אין עס איז געווען לעצטנעס באריכטעט אז מען גייט בויען א גרויסע שול איך מיין אז זיי האבן אפילו א רב דארט, משא"כ סאודי אראביע האט א איד נישט קיין דריסת רגל.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:43 pm

שטארקע מאוו פארן ווייסן הויז (קושנער / בערקאוויטש) זיך ארויס צו זעהן פונעם פלאנטער פון די דורכגעפאלענע מדינת ישראל שלום פלאן. פאר נתניהו אליין איז עס אויף דער מינוט א געווינס, ער האט איינגעטוישט א אומפאפולערע שריט אין לאנד - אנעקסאציע - וועלכע וואלט אים געברענגט אומגעהויערע קאפ וויי פון די גאנצע וועלט, מיט א פאזיטיווע אנטוויקלונג.

אבער אין די לאנג ראן איז ער אויף גרויסע צרות מיט זיין רעכטע באזע. ימינה וועט שניידן פון אים - און פון ליכוד - לעבעדיגע שטיקער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:48 pm

וואס איז פשט, דער פירער פון די עמיראטען האט נישט מורא פאר זיין לעבען?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:55 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דא קען נאך ארויסקומען אן ערנסטע סקאנדאל, אויב ס'גייט זיך ארויסשטעלן אז נתניהו האט געבעטן טראמפ דוקא עס צו דערקלערן אין זעלבן טאג וואס גאנץ גייט דורך א רוקן אפאראציע.

#שפעקולאציעס

פארוואס זאל גאנץ האבן א פראבלעם מיט אזא דיעל?

ביבי עסט פשוט אויף די גאנצע עטענשאן.

עס פאסט אויך נישט אז מ'מאכט אזא היסטארישע דעקלעראציע ווען דער שר הביטחון און רה"מ התחלופי איז נישט צום געפינען...

עס איז א נקמה

גאנץ האט לעצטע וואך גענומען קרעדיט אויף דער וואקסין וואס גייט זיין פארטיג אין בערך 3 יאר ארום...

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:59 pm

טיפע קוויטש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
טיפע קוויטש האט געשריבן:פארװאס זאל עס ביבי טוהן ער קען דאך פארלירן די רעכטע?

וואס עפעס?! וועמען גייט אן שלום מיט די מעסיגע אראבערס? זיי זענען פונקט אזוי אנטי איראן ווי מדינת ישראל.

איך רעד פון דעם אז ביבי האט אױפגעגעבן די אנעקסירונג

נישט אויף געגעבען נאר סוספענדירט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:01 pm

אין אנדערע נייעס האט בעטא ארורק 'סוספענדירט' זיין קאמפיין פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע פאר פרעזידענט

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:02 pm

זארג נישט האט געשריבן:
טיפע קוויטש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
טיפע קוויטש האט געשריבן:פארװאס זאל עס ביבי טוהן ער קען דאך פארלירן די רעכטע?

וואס עפעס?! וועמען גייט אן שלום מיט די מעסיגע אראבערס? זיי זענען פונקט אזוי אנטי איראן ווי מדינת ישראל.

איך רעד פון דעם אז ביבי האט אױפגעגעבן די אנעקסירונג

נישט אויף געגעבען נאר סוספענדירט.

מיינסט עס אמת'דיג?

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך טיפע קוויטש » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:03 pm

:lol: :lol: :lol:
Programming האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האט בעטא ארורק 'סוספענדירט' זיין קאמפיין פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע פאר פרעזידענט
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:04 pm

סמאטרידזש ערנטפערט צי דער זאך:

פארוואס זאלן מיר דארפן צאלן פאר זיי פאר א הסכם שלו', עפשר זאלן זיי אונז צאלן, דער אינטערעס אויפן קאמפ קעגן איראן איז זייערע פונקט ווי אונזערע

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:10 pm

שפע רב האט געשריבן:אויב טראמפ יכול'ט טאקע, וואלט געווען אסאך א גרעסרע געווינס אויב ער קען ברענגען די סוני'שע סאודי אראביע צום טיש, אין מיט זיי ברענגען א דיעל,נאך אלעם איז סאודי אראביע די קינג פון די סוניס, אין טראמפ האט דאך גוטע קשרים מיט'ן קרוין פרינץ דארט. די UAE איז א קליין לענדעל, וואס איז קיינמאל געווען בלוט שונאים, אין עס איז געווען לעצטנעס באריכטעט אז מען גייט בויען א גרויסע שול איך מיין אז זיי האבן אפילו א רב דארט, משא"כ סאודי אראביע האט א איד נישט קיין דריסת רגל.

דער די פאקטא פירער פון די עמיראטען איז Mohammed bin Zayed Al Nahyan וואס איז באקאנט מיט זיינע אינישעלס MBZ. ער איז דער קרוין פרינץ פון די עמיראט פון אבו דהאבי, און איז דער סופריעם קאמענדיר פון די יונייטעד ערעב עמראטען'ס מיליטער.
https://en.wikipedia.org/wiki/Mohammed_ ... _Al_Nahyan

דא שטייט אז דער ניו יארק טיימס האט אים אן גערופען דער מעכטיגסטע אראבישע פירער און איינער פון די שטערקסע מענטשן אויף דער וועלט, און טיים מעגעזין האט אים אנגערופען איינער פון די הונדערט מערסטע איינפלסרייכע מענטשן אויף דער וועלט.
In 2019, the New York Times named him as the most powerful Arab ruler. In 2020, the New York Times called him "one of the most powerful men on Earth." He was also named as one of the '100 Most Influential People' of 2019 by Time magazine
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:11 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:סמאטרידזש ערנטפערט צי דער זאך:

פארוואס זאלן מיר דארפן צאלן פאר זיי פאר א הסכם שלו', עפשר זאלן זיי אונז צאלן, דער אינטערעס אויפן קאמפ קעגן איראן איז זייערע פונקט ווי אונזערע

א. ס'איז מער פאר די אינטערעסע פון מדינת ישראל וואס זענען ענדערש אין געפאר פון איראן ווי סיי ווער.

ב. פאר מדינת ישראל קען זיך עס אויך לוינען עקאנאמיש, דורך טרעיד פארהאנדלונגען.

ג. ס'איז א זאך וואס מדינת ישראל האט געזוכט און זיי האבן נישט געוואלט נאכגעבן. אויב יענער דרייט אויס דיין רוקן צו דיר, דארפסטו נאכגעבן פאר יענעם.
איך זוך א דזשאב

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3272
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:24 pm

יא אזוי גייט אלע זיינע דיעלס. קודם ווערט עס געמאלדן מיט גרויס פאמפע און נאך א שטיק צייט גייט עס פוף, ווי מען זעט ביי די נוקליער דיעל מיט צפון קאריע. רשעים תחילתן שלוה וסופן יסורין.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:37 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:סמאטרידזש ערנטפערט צי דער זאך:

פארוואס זאלן מיר דארפן צאלן פאר זיי פאר א הסכם שלו', עפשר זאלן זיי אונז צאלן, דער אינטערעס אויפן קאמפ קעגן איראן איז זייערע פונקט ווי אונזערע

א. ס'איז מער פאר די אינטערעסע פון מדינת ישראל וואס זענען ענדערש אין געפאר פון איראן ווי סיי ווער.

ב. פאר מדינת ישראל קען זיך עס אויך לוינען עקאנאמיש, דורך טרעיד פארהאנדלונגען.

ג. ס'איז א זאך וואס מדינת ישראל האט געזוכט און זיי האבן נישט געוואלט נאכגעבן. אויב יענער דרייט אויס דיין רוקן צו דיר, דארפסטו נאכגעבן פאר יענעם.

און עס קען אויך זיין אז עס איז טראמפ וואס צווינגט זיי צו מאכן שלום.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:38 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:יא אזוי גייט אלע זיינע דיעלס. קודם ווערט עס געמאלדן מיט גרויס פאמפע און נאך א שטיק צייט גייט עס פוף, ווי מען זעט ביי די נוקליער דיעל מיט צפון קאריע. רשעים תחילתן שלוה וסופן יסורין.

אלע?

אגב, מיט נ"ק האט מען אויך נישט געשלאסן א דיעל.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

שמחה ונחת
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:51 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
טיפע קוויטש האט געשריבן:פארװאס זאל עס ביבי טוהן ער קען דאך פארלירן די רעכטע?

אין מדנ"י איז נישטא אזא זאך רעכט, נישטא אזא זאך לינק.
עס איז דא פרא-ביבי, און אנטי-ביבי.


;l;p-
אזוי ווי ס'יודישט זיך אזוי גויאישט זיך..
ביינונז און ארצות הברית איז היינט אקוראט די זעלבע..
נישטא גארנישט, ס'דא
פרא-טראמפ, אנטי-טראמפ

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:59 pm

א ריפארטער האט יעצט געפרעגט קושנער ביים פרעסע קאנפרענס וואס ס'מיינט טעמפארערי אפגעשטיפט די אנעקסירונג, ער האט געענטפערט "צווישן א קורצע צייט און א לאנגע צייט"

געפרואווטער
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך געפרואווטער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 2:27 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:א ריפארטער האט יעצט געפרעגט קושנער ביים פרעסע קאנפרענס וואס ס'מיינט טעמפארערי אפגעשטיפט די אנעקסירונג, ער האט געענטפערט "צווישן א קורצע צייט און א לאנגע צייט"

מהאט אפשגעשטיפט פאר א יאר אין א יאר ארום גייט מען שלום מאכן מיט סאודיע אראביע אין מגייט אפשטיפן פאר נאך א יאר ביז מגייט שלום מאכן מיט יעדעם דעמאלט קען מען עס שוין געהעריג אנעקסירן.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 2:33 pm

צום קעפל.

פארוואס איז עס טראמפס סוקסעס? אפשר איז די אינדיע-טשיינע אנגעצויגנקייט טראמפס דורכפאל?

דער ביבי און טראמפ זענען מבינים אין פארדרייען א קאפ.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת גמר חתימה טובה הק' שיעלע

אוועטאר
סטיטשינער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 3:18 pm

איך האב פארשטאנען די קעפל אז ביבי האט געהאט א טראמפ סטייל סוקסעס. גענומען א שרעקליכע דורכפאל און געמאכט פון דעם א געווינס...
איך האב אמאל געמיינט אז נאר אמאל צדיקים איז געווען.......................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................איך האב אמאל געמיינט אז אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג



מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 3:22 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:צום קעפל.

פארוואס איז עס טראמפס סוקסעס? אפשר איז די אינדיע-טשיינע אנגעצויגנקייט טראמפס דורכפאל?

דער ביבי און טראמפ זענען מבינים אין פארדרייען א קאפ.

וועמענס סוקסעס איז עס?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 3:22 pm

סטיטשינער האט געשריבן:איך האב פארשטאנען די קעפל אז ביבי האט געהאט א טראמפ סטייל סוקסעס. גענומען א שרעקליכע דורכפאל און געמאכט פון דעם א געווינס...

וועלכע דורכפאל?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3889
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: א טראמפ סוסקסעס: מדנ"י גייט אנקניפען באציאונגען מיט UAE

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 3:30 pm

געפרואווטער האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:א ריפארטער האט יעצט געפרעגט קושנער ביים פרעסע קאנפרענס וואס ס'מיינט טעמפארערי אפגעשטיפט די אנעקסירונג, ער האט געענטפערט "צווישן א קורצע צייט און א לאנגע צייט"

מהאט אפשגעשטיפט פאר א יאר אין א יאר ארום גייט מען שלום מאכן מיט סאודיע אראביע אין מגייט אפשטיפן פאר נאך א יאר ביז מגייט שלום מאכן מיט יעדעם דעמאלט קען מען עס שוין געהעריג אנעקסירן.

אזויווי די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים

שיעלע בהמה האט געשריבן:צום קעפל.

פארוואס איז עס טראמפס סוקסעס? אפשר איז די אינדיע-טשיינע אנגעצויגנקייט טראמפס דורכפאל?

דער ביבי און טראמפ זענען מבינים אין פארדרייען א קאפ.

טראמפ האט עס אנגעדרייט. ניין?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
סטיטשינער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 3:34 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איך האב פארשטאנען די קעפל אז ביבי האט געהאט א טראמפ סטייל סוקסעס. גענומען א שרעקליכע דורכפאל און געמאכט פון דעם א געווינס...

וועלכע דורכפאל?

וואס הייסט? די אנעקסירונג. ער האט דאך געשוואורען ביי דעם.
איך האב אמאל געמיינט אז נאר אמאל צדיקים איז געווען.......................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................איך האב אמאל געמיינט אז אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג



מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: john, בעסער אזוי, הויעך, צווייפעל, קיטשי, שטיגליץ, שר חצי מיליון און 62 געסט