נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

כו אב - קרית יואל

תגובהדורך הגאון » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:02 am

איך ווייס נישט צי דאס באלאנגט דא אין היימישע קרעטשמע, אויב נישט זאלן די גבאים עס פירן וואו עס באלאנגט.

די טאג איז שוין פארביי, די צענדליגער טויזענטער אידן זענען שוין אהיימגעפארן, איז יעצט צייט צו מאכן א שטיקל חשבון הנפש פונעם טאג, און זען וואס איז שייך צו פארבעסערן אויפן קומענדיגן יאר.
ווי יעדער ווייסט איז ביי יעדע גרויסע צוזאמקום דא אסאך זאכן וואס דארף ווערן אויסגעארבעט, און די וואס שטייען בראש פרובירן אלעס צו מסדר זיין, אבער דאך אייביג זענען דא זאכן וואס פאלט איין פארן המון עם, און קען אסאך מאל פארגרינגערן פאר יעדעם איינעם, די פראבלעם איז נאר אז פאר די מענטשן פאלט עס איין בשעת מעשה און מ'קען שוין גארנישט טוען, און ביז איבעריאר פארגעסט מען דערפון. האב איך געטראכט אז עס וואלט געווען א גוטע עצה אז יעדער זאל דא שרייבן זייערע הצעות און דא וועט עס נישט פארפאלן גיין, און לאמיר האפן אז די גיטע עצות וועלן אפשר ווערן אויסגעפירט איבערע יאר אויב משיח וועט נאך נישט דא זיין.

וזה החלי, און יעדער איז מבובד צוצולייגן.

1) בנוגע די טרעפיק אויף סקאנימאנק, און אזוי אויך די פארקינג, וואלט אפשר כדאי געווען צוצישטעלן באסעס פון די פארקינג לאטס ביים ביהמ"ד, פארקינג רייד, צו און פונעם ציון אזוי ווי מען שטעלט צו ביי יעדע גרויסע מסיבה, דאס וועט אסאך פארלייכטערן און פארשנעלערן דאס ארויף גיין צום ציון.
2) אינעם אהל זאל געשטעלט ווערן 2 עסקנים וואס זאלן נישט לאזן שטיין ביי די צוויי זייטן, נאר א שורה וואס זאל פארן אזוי אז יעדער זאל קענען גרינג צוקומען לייגן א קוויטל, (אזוי ווי לחיים ביי א חתונה וכדו').
3) אויבן אין ביה"ח זאל אויך זיין ציגעשטעלט צו טרינקן פאר די אידן וואס האבן נישט קיין פלאץ צו זיין אינעם אהל און זאגן תהלים אינטער די ברענעדיגע זון.
4) עס זאל נאר זיין ציגעשטעלט די פיצי לעכט וואס ברענט איין שעה, וועט זיין מער פלאץ פאר לעכט, און נישט קיין גרויסע היצן אינעם לעכט טענט, (עס לעשט זיך ממילא אויס).
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:07 am

עס זאל זיין א פליגן כאפער ביי די תיקון..
הק' איש ימיני

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:10 am

אביסל מער קולעי אין די וואסער..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 23428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:29 am

הגאון האט געשריבן:3) אויבן אין ביה"ח זאל אויך זיין ציגעשטעלט צו טרינקן פאר די אידן וואס האבן נישט קיין פלאץ צו זיין אינעם אהל און זאגן תהלים אינטער די ברענעדיגע זון.

דאכט זיך אז מען טראגט נישט אריין קיין מאכלים ומשקאות אויף א בית החיים.

אוועטאר
צו געזונט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:25 am

א עסקעלעיטער פון אונטן דעם בארג, ארויף דעם בארג, אריין אין אוהל, אריבערפארען ביים קבר און ארויס.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:50 am

הגאון האט געשריבן:2) אינעם אהל זאל געשטעלט ווערן 2 עסקנים וואס זאלן נישט לאזן שטיין ביי די צוויי זייטן, נאר א שורה וואס זאל פארן אזוי אז יעדער זאל קענען גרינג צוקומען לייגן א קוויטל, (אזוי ווי לחיים ביי א חתונה וכדו').

און אויך מאכן א וואן וועי טרעפיק אין אהל, אריין פון פארנט צום מצבה, און ארויס פון די בעק.

מאכן א גרויסע טענט מיט עיר קאנדישן הארט נעבן די אהל.

פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:50 am

שוועמל האט געשריבן:אביסל מער קולעי אין די וואסער..

:lol: איך האב עס נישט געטריקען, אבער איך שטעל מיר פאר די טעם דערפון :lol:
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל

פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:53 am

מיין שווער א בלינדע יוד מאכט חתונה....
לויט מיין חשבון האט זיין שווער געהאט א יערליכען קינד
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 30240
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:23 am

לכאורה האט געשריבן:
הגאון האט געשריבן:3) אויבן אין ביה"ח זאל אויך זיין ציגעשטעלט צו טרינקן פאר די אידן וואס האבן נישט קיין פלאץ צו זיין אינעם אהל און זאגן תהלים אינטער די ברענעדיגע זון.

דאכט זיך אז מען טראגט נישט אריין קיין מאכלים ומשקאות אויף א בית החיים.

אלס לועג לרש, ווי אויך מאכט מען נישט קיין ברכות, מ'ליינט נישט קיין קר"ש און מ'דאוונט נישט, אין א ביה"ח.

אין א באזונדער טענט איז גרינגער, אבער ווען מ'ווייסט נישט קוקט מען אויס ווי די אידן וואס כ'האב געזען דאווענען שמו"ע אין די ד' אמות פון א קבר.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו: בעל מלחמות.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8026
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:28 am

וועל איך זיך דא באדאנקען פאר די חשובע עסקנים פאר דעם וואס האבן אריינגעלייגט מוה און פלאג אז די פלאץ זאל זיין מסודר בכלל און בפרטיות פאר די עירקאנדישן פייפ וואס מען האט געלייגט לענגאויס דעם אוהל, עס האט זיך שטארק געשפירט (כמדומה איז עס די ערשטע יאר דערמיט, ריכטיג?).
ישלם ה' פעלם וזכות רביה"ק בעל ההילולא יגן בעדיהם שתהי משכורתם שלימה מעם ה'.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 30240
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:36 am

ששש.. ס'געוועזן לופטיגער אין אהל ווי אינדרויסן, ספעציעל נעבן די אנגעלייגטע ליכט הויפענס.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו: בעל מלחמות.

קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 8:51 am

ברם יזכר לטוב הרב מייזליש מליעזש לאנדאן ובנו הרב מטאלטשווא וואס האבן זיך געלאזט קאסטן צו מסדר זיין און איבערפרישן דעם אוהל הקדוש פון רביה״ק זי״ע לתועלת די טויזענטער משתטחים און אגב באצאלן זיי יעדן חודש די לעקטער ביל פון די עיר קאנדישאנס אין אוהל
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 30240
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:29 am

הגאון האט געשריבן:1) בנוגע די טרעפיק אויף סקאנימאנק, און אזוי אויך די פארקינג, וואלט אפשר כדאי געווען צוצישטעלן באסעס פון די פארקינג לאטס ביים ביהמ"ד, פארקינג רייד, צו און פונעם ציון אזוי ווי מען שטעלט צו ביי יעדע גרויסע מסיבה, דאס וועט אסאך פארלייכטערן און פארשנעלערן דאס ארויף גיין צום ציון.

זינט די אויסשטעטישע אידן קאנען ע"פ רוב נאר די אדרעסע פון ביה"ח און קאנען נישט די זייטיגע גאסן נוצן זיי אלע בלויז סקאנעמאנק און עס ווער ב"ה אן אנלייגעניש, בבחינת ווארטן ביים טיר פון א צדיק, בעניי האב איך דערפאר געפארקט אין א געסל און צושפאצירט.
הגאון האט געשריבן:2) אינעם אהל זאל געשטעלט ווערן 2 עסקנים וואס זאלן נישט לאזן שטיין ביי די צוויי זייטן, נאר א שורה וואס זאל פארן אזוי אז יעדער זאל קענען גרינג צוקומען לייגן א קוויטל, (אזוי ווי לחיים ביי א חתונה וכדו').

איינער איז נישט גענוג? דאס טוט דאך הרב קעלנער דורכן טאג.
הגאון האט געשריבן:4) עס זאל נאר זיין ציגעשטעלט די פיצי לעכט וואס ברענט איין שעה, וועט זיין מער פלאץ פאר לעכט, און נישט קיין גרויסע היצן אינעם לעכט טענט, (עס לעשט זיך ממילא אויס).

איך ווייס נישט וואס מ'קאן צו דעם טאן, אבער דאס איז געוויס וואר אז דאס גאנצע ליכט געצינדעכץ ברויך א תיקון, רוב ליכט עספיען נישט צו ברענען מער ווי עטליכע מינוט, ביז זיי ווערן פארלאשן דורך פארשידענע גורמים.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו: בעל מלחמות.

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:38 am

כ'האב אמאל געהערט פון א עלטערע איד, האט ער געזאגט אז מאנכע מיינען אז ווען מגייט צו א קבר מוז מען צינדערן ליכט אויפן נאז פונעם נפטר,

די אמת איז אז מקען רואיג צינדען אינדערהיים אין יוצא זיין, (דערצו ווען איז גענצליך און אן אנדערן פלאץ,

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:33 am

לוח הציבור שרייבט היינט און די נייעס אז סאיז געוועהן דארט 250 טויזענט יודען. קען עס אייינער באשטעיטיגען
צוגעלייגטע
kj.pdf
(96.69 KiB) דאונלאודעד 197 מאל

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:41 am

אז דער עולם שרייבט וועל איך אויך שרייבן, כאטשיג ס'איז סתם דאמירן בעלמא און ס'גייט סיי ווי נישט געשעהן.


1) פלעסטיגס זיך אנצוטון אויף די היטן אז די וואסער וואס טראפט אראפ פונעם ווייסן עיר קאנדישאן פייפ זאל נישט חרוב מאכן די היטן.

2) א עסקן זאל שטיין ביים טיר און טיילן תהלים'לעך פארן עולם ביים אריינקומען, און א צווייטער עסקן זאל אפנעמען די תהלים'לעך ביים ארויסקומען.

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 30240
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:42 am

דער בדחן האט געשריבן:לוח הציבור שרייבט היינט און די נייעס אז סאיז געוועהן דארט 250 טויזענט יודען. קען עס אייינער באשטעיטיגען

געוויס, זיינע קאלעגע צייטונגען..
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו: בעל מלחמות.

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:47 am

אז ס'זאלן דורעכגיין אין די דרייסיג שעה (בערך), דעם איינעם אריינגאנג, איעדע סעקונדע א מענטש,
1800*60*30
קומט דאס אויס
108.000 סעקונדעס אין די דרייסיג שעה.

לויטן חשבון גייען דורך בערך 3-4 סעקונדעס א מענטש,

וויפיל קומט דאס אויס?

בערך 35.000 בליע"ה

דאס איז מיין העכסטע שאצונג.
לעצט פאראכטן דורך טרעוולער אום מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:49 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:48 am

איך וואלט געשאצט בערך 6000 מענטשן אריינגערעכט אלע בחוריםלעך

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:50 am

ס'איז מיר אינטערסאנט צו זעהן אז אנטשאט די געפילן זאלן זיין מיט וואס מען גייט זיך פארבעסערן אין אידישקייט נאכן זיין ביים ציון
איז מען ביזי מיט שטותים ארום & ארום

די עיקר איז אז מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס!
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:51 am

אט אזוי האט געשריבן:איך וואלט געשאצט בערך 6000 מענטשן אריינגערעכט אלע בחוריםלעך

די ישיבה'ס (ישיבה גדולה & ישיבה קטנה'ס פון אלע זייטן)
זענען שוין בערך 3-4 טויזענט
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:18 pm

אט אזוי האט געשריבן:איך וואלט געשאצט בערך 6000 מענטשן אריינגערעכט אלע בחוריםלעך


ס'שיינט אז איר זענט נאך קיינמאל נישט דארט געווען.
רצונינו לעשות רצוניך.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:03 pm

איך בין געשטאנען פופצן מינוט געפארקט אין פארקינג לאט און צוגעקוקט צום עולם ארויפגייענדיג דעם בארג, איך האב זיך נישט געקענט אפזעטיגן דאס אויס. טויזטענטער אידן שטראמען אין א צי, אנע אפשעל
(לויט דיינע ווערטער, יעדע סקונדע 5 מענטשן אויפאמאל.

אדרבה לאמיר איבערמאכן דיין חשבון
טרעוולער האט געשריבן:אז ס'זאלן דורעכגיין אין די דרייסיג שעה (בערך), דעם איינעם אריינגאנג, איעדע סעקונדע א מענטש,
1800*60*30
קומט דאס אויס
108.000 סעקונדעס אין די דרייסיג שעה.

לויטן חשבון גייען דורך בערך 3-4 סעקונדעס א מענטש,

וויפיל קומט דאס אויס?

בערך 35.000 בליע"ה

דאס איז מיין העכסטע שאצונג.


שטעל זיך ביי די טיר און צייל, איך בין דארט געשטאנען פארמיטאג און יעדע סעקונדע האט אריינגעוואקט א מענטש. דאס איז געווען פארמיטאג, נאכמיטאג האב איך ניטאמאל פרובירט.
און דאס איז נאר 1 טיר, עס זענען דאך אבער דא צוויי טירן, און עס איז דא א כהנים שטובל אויך. און נישט יעדער קומט בכלל אריין נאר מ'שטייט אינדרויסן.

נו וויפיל יעצט רעכן אויס?

signout
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:33 pm

בילדער האט איינער?

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:56 pm

time warner cable האט געהאט א ריפארטער אויפן פלאץ (וואס איך האב געזעהן)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], באריכט, בשפע, מיט א געשמאק, עימעקס, פארברענגען, פארצייטיש, קאנטרי, קאפ און אקסל, קליינקעפיק, שטיגליץ, תנא-קמא און 84 געסט