מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 6:42 pm

שכח @אלעקסיי פאר די שיינע (שרעקליכע) היסטאריע.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

שטאטס מבין
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך שטאטס מבין » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:07 pm

אין אמעריקא איז מען דען יא פארזיכערט אז דאס זאל נישט פאסירען?

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:10 pm

שטאטס מבין האט געשריבן:אין אמעריקא איז מען דען יא פארזיכערט אז דאס זאל נישט פאסירען?

עס האט שוין פאסירט אמאל ביים טעקסעס פארט, 600 טויט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:14 pm

שטאטס מבין האט געשריבן:אין אמעריקא איז מען דען יא פארזיכערט אז דאס זאל נישט פאסירען?


שאר אין אמעריקע איז מען מוראדיג פארזיכערט
אפילו א בלעקאוט קען נישט דא געשען

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:39 pm

אלעקסיי הייסטעס אז איראן אדער היזאבאלא האט גארנישט פארלוירן מיט דעם אויפרייס? אךךךך!!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 9:04 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:די לעבאנעזע רעגירונג האט געמאלדן אז זיי וועלן - ביז 5 טעג - ארעסטירן הויכראנגיגע פארט באאמטע, און זיי וועלן געהאלטן ווערן אונטער הויז ארעסט.

וואס זענען זיי נעבעך שילדיג אז זיי זענען געבליבען לעבען.

זיי האבען דען געמאכט דער פייער?

עפעס טיפערס שטעקט דא.

אויב לאזט מען שימלען אויפרייס מאטעריאל פאר אפאר יאר און קיינער זארגט זיך נישט דערויף, קען פאסירן אזא אויפרייס. און מען דארף באשטראפן די וואס זענען געווען נאכלעסיג.

פארשטייט זיך אז עס קען אלס זיין עפעס טיפער.

לאמער טראכטען אין א אנדערע ריכוטונג. זיי האבען געזאגט אז מען האט קאנפיסקירט די אמאניום נייטרעיט שיפמענט מיט א 6 יאר צוריק. זעהט אויס אז די פארט באאמאטע זענען געווארען באצאלט פון די אייגענטימער עס נישט אוועק צו טראגען די לעצטע 6 יאר.

די געשיכטע פאנגט זיך אן אין סעפטעמבער 2013 למספרם - ווען "די ראסוס" שיף - וואס געהערט פאר א רוסישע בירגער מיט'ן נאמען איגאר גרעכושקין - איז ארויסגעפארן פונעם לאנד "זשארזשיע" דורכ'ן שווארצן ים, מיט'ן ציל אנצוקומען קיין "מאזעמביק" - א לאנד וואס געפונט זיך ביי די מזרח אפריקאנע בארטענעס.

די פלאן איז געווען אז די שיף הייבט אן איר רייזע מיטן די "שווארצע ים" - פון דארט ריייזט מען אדורך די "באספאורוס סטרעיטס" וואס שניידט אדורך די היסטארישע שטאט איסטאנבול - דערנאך קומט מען אן צו די "עיזשיען סי" וואס פירט אריין צום אלעמען באקאנטן "מיטל-לענדישן ים" (אויך באוואוסט אלס די "ים הגדול" - דערנאך קערט מען זיך צו דרום אדורכפארענדיג די "סועז קאנאל" וואס פירט צום נילוס טייך און פון דארט קומט מען אן קיין "מאזעמביק", די ענד-ציל.

אבער, ווען די שיף איז אדורכגעפארן די "מיטללענדישן ים", הארט נעבן לבנון, האט זיך געשאפן א טעכנישע פראבלעם מיט'ן שיף וואס צוליב דעם האט די שיף געמאכט אן עמערזשענסי אפשטעל אין ביירוט - די הויפטשטאט פון לבנון. די מאנשאפט מיטגלידער פונעם שיף זענען געשטעלט געווארן אונטער ארעסט פאר עטליכע טעג, ביז זיי זענען באפרייט געווארן און אהיימגעגאנגען "איש אל נחלתו ואל משפחתו".

דורכאויס די צייט וואס די שיף איז געווען געשטראנדעט אין לבנון, האט גרעכושקין - די אייגענטומער פונעם שיף - זיך דערקלערט באנקראט, און איבערגעלאזט די שיף מיט איר מאנשאפט אויף הפקר. לעבאנעזער גרעניץ באאמטע האבן זיך געטראפן מיט א שיף - פול מיט אויפרייס מאטעריאל - וואס האט נישט קיין אייגענטומער, האבן זיי פארכאפט דאס שיף מיט אלע אירע אינהאלט און עס אוועקגעלייגט אין "הענגער 12" - א סטארעזש געביידע ביי די פארט.

עטליכע מאנאטן דערויף - אין JUNE 2014 - ווען די מאטעריאל איז נאכאלץ נישט גערירט געווארן, האט די דאן הויפט פון די ארטיגע קאסטומס אגענטור - שאפיק מערהי - געשיקט א ביטע פאר א "דרינגענדע אנגעלעגענהייטן" ריכטער ווי ער בעט פאר אנווייזונגען און ערלויבעניש אוועקצופירן די מאטעריאל פונעם פארט. די באאמטעע האבן נישט באקומען אן אנטווארט.
דורכאויס די קומענדיגע יארן, האבןדי קאסטומס באאמטע געשיקט כאטש 5 מאל בריוון צו ריכטער איבער די טעמע - אין דעצעמבער 2014, מאי 2015, מאי 2016, אקטאבער 2016, און צום לעצט אין אקטאבער 2017. - אין 2016 האבן די באאמטע זיך ממש געבעטן "אין ליכט פון די ערנסטע געפאר מיט'ן האלטן דעי סחורה אין די נישט ריכטיגע אומשטענדן, טוען מיר ווידעראמאל בעטן די "מארין עיזשענסי" זאל זאפארט עקספארטירן די מאטעריאל צו פארזיכערן די זיכערהייט פון די פארט און אירע ארבעטער" - אין 2017 האבן די באאמטע געבעטן אז מ'זאל ארויסגעבן א באשלוס "אין ליכט פון די אומגעהויערע געפאר פון לאזן די סחורה ווי ביז יעצט, און צו פארזיכערן די סעיפטי פון די ארטיגע ארבעטער".

די בריוון און ווענדונגען האבן פארגעשלאגן דריי פלענער וואס צו טון דערמיט: 1. עקספארטירן די סחורה קיין אויסלאנד - 2. פארקויפן די מאטעריאל פאר לעבאנעזער מיליטער - 3. עס פארקויפן פאר עמוניום נייטרעיט האנדלער אין לאנד (די מאטעריאל קען ווערן גענוצט פאר פרידליכע צוועקן אויך). די אלע בריוון האבן נישט געקריגן קיין אנטווארט.

די ענדע פון די געשיכטע - עכ"פ ווי עס האלט יעצט - ווייסן מיר אלע.
די שווארצע פאראויס-זאגונגען פון די פארט באאמטע זענען געשעהן - און זיי האבן אפגעקאסט העכער 130 לעבן'ס און פארוואונדעט טויזענטער אנדערע, פאראומגליקליך געמאכט הונדערטער טויזענטער איינוואוינער פון די שטאט - און געפירט צו א קאטאסטראפאלע צושטאנד צו א לאנד וואס האלט שוין - אנדעם - טיף אינמיטן א קריזיס.

א פריוואטער רוסישער בירגער פירט א שיף פול מיט מאסיווע אויפרייס מאטריאל?! ווי אזוי ארבעט אזאנס?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 9:08 pm

ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קשיות???

כ'האב אויך נישט פארשטאנען אלעס וואס כ'האב דארט צאמגעשריבן - אבער מעשה שהי' כך הי'.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 9:10 pm

ממה נפשך האט געשריבן:שכח @אלעקסיי פאר די שיינע (שרעקליכע) היסטאריע.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 9:12 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קשיות???

כ'האב אויך נישט פארשטאנען אלעס וואס כ'האב דארט צאמגעשריבן - אבער מעשה שהי' כך הי'.


האו אבאוט ביידע?...


האנעסטלי, איך בין פשוט נישט קאנווינסד אז די מעשה איז געווען פונקטליך אזוי.

בד"וו שכח פאר'ן עס אראפברענגען.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 9:21 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קשיות???

כ'האב אויך נישט פארשטאנען אלעס וואס כ'האב דארט צאמגעשריבן - אבער מעשה שהי' כך הי'.


האו אבאוט ביידע?...


האנעסטלי, איך בין פשוט נישט קאנווינסד אז די מעשה איז געווען פונקטליך אזוי.

בד"וו שכח פאר'ן עס אראפברענגען.

די באריכט איז באזירט אויף די צוויי ארטיקלען: די "מאסקאו טיימס" און "על זשאזירא"
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 10:55 pm

ממה נפשך האט געשריבן:שכח @אלעקסיי פאר די שיינע (שרעקליכע) היסטאריע.

התגלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך התגלות » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:52 am

נא, שטימט שוין די מעשה,
איראן, איז נישט שולדיג,
א'י, איז נישט שולדיג,
אמעריקא ווידער, אויך נישט שולדיג,
אבער וויאזוי ווערט אלע אנדערע אויפרייסן, די לעצט פארגאנגענע צייט, געקלארט?
איך ווייס נישט,, פילייכט איז נישט אלעס אויסגעקלארט
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 1:56 am

אלעקסיי, הערליך! קריסטאל קלאר.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
סטיטשינער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 6:03 am

קלארע בילד פונעם חורבן
-לבנון-בבוקר-שאחרי.jpg
-לבנון-בבוקר-שאחרי.jpg (207.18 KiB) געזעהן 1525 מאל
איך האב אמאל געמיינט אז נאר אמאל צדיקים איז געווען.......................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................איך האב אמאל געמיינט אז אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג



מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 8:18 am

ש'כח אלעקסיי שיין אין קלאר
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 10:34 am

maybeeynot האט געשריבן:ש'כח אלעקסיי שיין אין קלאר

גא"מ
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:31 am

שכוח אלעקסיי!!

דער אנזעצער מאקראן פון צרפת האט זיך אנגעריקט דארט
נעבעך, ער זיכט איינער זאל אים אנקוקען אויף א נאציאנאלע לעוועל

אינטערסאנט אז ער איז ארויס פון דארט לעבעדיג
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:וואס זענען זיי נעבעך שילדיג אז זיי זענען געבליבען לעבען.

זיי האבען דען געמאכט דער פייער?

עפעס טיפערס שטעקט דא.

אויב לאזט מען שימלען אויפרייס מאטעריאל פאר אפאר יאר און קיינער זארגט זיך נישט דערויף, קען פאסירן אזא אויפרייס. און מען דארף באשטראפן די וואס זענען געווען נאכלעסיג.

פארשטייט זיך אז עס קען אלס זיין עפעס טיפער.

לאמער טראכטען אין א אנדערע ריכוטונג. זיי האבען געזאגט אז מען האט קאנפיסקירט די אמאניום נייטרעיט שיפמענט מיט א 6 יאר צוריק. זעהט אויס אז די פארט באאמאטע זענען געווארען באצאלט פון די אייגענטימער עס נישט אוועק צו טראגען די לעצטע 6 יאר.

די געשיכטע פאנגט זיך אן אין סעפטעמבער 2013 למספרם - ווען "די ראסוס" שיף - וואס געהערט פאר א רוסישע בירגער מיט'ן נאמען איגאר גרעכושקין - איז ארויסגעפארן פונעם לאנד "זשארזשיע" דורכ'ן שווארצן ים, מיט'ן ציל אנצוקומען קיין "מאזעמביק" - א לאנד וואס געפונט זיך ביי די מזרח אפריקאנע בארטענעס.

די פלאן איז געווען אז די שיף הייבט אן איר רייזע מיטן די "שווארצע ים" - פון דארט ריייזט מען אדורך די "באספאורוס סטרעיטס" וואס שניידט אדורך די היסטארישע שטאט איסטאנבול - דערנאך קומט מען אן צו די "עיזשיען סי" וואס פירט אריין צום אלעמען באקאנטן "מיטל-לענדישן ים" (אויך באוואוסט אלס די "ים הגדול" - דערנאך קערט מען זיך צו דרום אדורכפארענדיג די "סועז קאנאל" וואס פירט צום נילוס טייך און פון דארט קומט מען אן קיין "מאזעמביק", די ענד-ציל.

אבער, ווען די שיף איז אדורכגעפארן די "מיטללענדישן ים", הארט נעבן לבנון, האט זיך געשאפן א טעכנישע פראבלעם מיט'ן שיף וואס צוליב דעם האט די שיף געמאכט אן עמערזשענסי אפשטעל אין ביירוט - די הויפטשטאט פון לבנון. די מאנשאפט מיטגלידער פונעם שיף זענען געשטעלט געווארן אונטער ארעסט פאר עטליכע טעג, ביז זיי זענען באפרייט געווארן און אהיימגעגאנגען "איש אל נחלתו ואל משפחתו".

דורכאויס די צייט וואס די שיף איז געווען געשטראנדעט אין לבנון, האט גרעכושקין - די אייגענטומער פונעם שיף - זיך דערקלערט באנקראט, און איבערגעלאזט די שיף מיט איר מאנשאפט אויף הפקר. לעבאנעזער גרעניץ באאמטע האבן זיך געטראפן מיט א שיף - פול מיט אויפרייס מאטעריאל - וואס האט נישט קיין אייגענטומער, האבן זיי פארכאפט דאס שיף מיט אלע אירע אינהאלט און עס אוועקגעלייגט אין "הענגער 12" - א סטארעזש געביידע ביי די פארט.

עטליכע מאנאטן דערויף - אין JUNE 2014 - ווען די מאטעריאל איז נאכאלץ נישט גערירט געווארן, האט די דאן הויפט פון די ארטיגע קאסטומס אגענטור - שאפיק מערהי - געשיקט א ביטע פאר א "דרינגענדע אנגעלעגענהייטן" ריכטער ווי ער בעט פאר אנווייזונגען און ערלויבעניש אוועקצופירן די מאטעריאל פונעם פארט. די באאמטעע האבן נישט באקומען אן אנטווארט.
דורכאויס די קומענדיגע יארן, האבןדי קאסטומס באאמטע געשיקט כאטש 5 מאל בריוון צו ריכטער איבער די טעמע - אין דעצעמבער 2014, מאי 2015, מאי 2016, אקטאבער 2016, און צום לעצט אין אקטאבער 2017. - אין 2016 האבן די באאמטע זיך ממש געבעטן "אין ליכט פון די ערנסטע געפאר מיט'ן האלטן דעי סחורה אין די נישט ריכטיגע אומשטענדן, טוען מיר ווידעראמאל בעטן די "מארין עיזשענסי" זאל זאפארט עקספארטירן די מאטעריאל צו פארזיכערן די זיכערהייט פון די פארט און אירע ארבעטער" - אין 2017 האבן די באאמטע געבעטן אז מ'זאל ארויסגעבן א באשלוס "אין ליכט פון די אומגעהויערע געפאר פון לאזן די סחורה ווי ביז יעצט, און צו פארזיכערן די סעיפטי פון די ארטיגע ארבעטער".

די בריוון און ווענדונגען האבן פארגעשלאגן דריי פלענער וואס צו טון דערמיט: 1. עקספארטירן די סחורה קיין אויסלאנד - 2. פארקויפן די מאטעריאל פאר לעבאנעזער מיליטער - 3. עס פארקויפן פאר עמוניום נייטרעיט האנדלער אין לאנד (די מאטעריאל קען ווערן גענוצט פאר פרידליכע צוועקן אויך). די אלע בריוון האבן נישט געקריגן קיין אנטווארט.

די ענדע פון די געשיכטע - עכ"פ ווי עס האלט יעצט - ווייסן מיר אלע.
די שווארצע פאראויס-זאגונגען פון די פארט באאמטע זענען געשעהן - און זיי האבן אפגעקאסט העכער 130 לעבן'ס און פארוואונדעט טויזענטער אנדערע, פאראומגליקליך געמאכט הונדערטער טויזענטער איינוואוינער פון די שטאט - און געפירט צו א קאטאסטראפאלע צושטאנד צו א לאנד וואס האלט שוין - אנדעם - טיף אינמיטן א קריזיס.

א פריוואטער רוסישער בירגער פירט א שיף פול מיט מאסיווע אויפרייס מאטריאל?! ווי אזוי ארבעט אזאנס?

יו-היט-דער-נעיל-אן-איטס-העד! האסט געפרעגט וועל איך דיר זאגען וויאזוי עס ארבעט.

א שיף פארט ארויס קיין מאזאמביק, ווייל זיי דארפען עס טאקע נייטיג האבען... גענוג פאר די נעקסטע 1000 יאר...
דער שיף "מוז" זיך אפשטעלן אין לבנון, ווייל עס האט ענדזין פראבלעמען...
דער בעל הבית פונעם שיף האט פליצלינג פינאנציעלע פראבלעמען, און לאזט זיך אפ פון זיין שיף...
דער בעל הבית פון די סחורה (לכאורה רוסלאנד) זאגט זיך אפ פון די סחורה... (א מיליאן און א האלב דאלער! א קלייניקייט פאר רוסלאנד, אבער א גרויסעקייט פאר א פריוואטע אינטערנעמונג)
די "געפערליכע" סחורה אנשטאטס צוריק צו שיקען אדער שיקען ווייטער קיין מאזאמביק ווי מען ווארט דארט בכליות עיניים ווען קומט שוין אן אט די סחורה אז מען זאל שוין האבען עפעס פורטילייזער און נישט דארפן שטארבן פאר הינגער, אבער מען ווארט און מען ווארט - שוין 6 יאר - ואין קול ואין עונה...
די פארט מענטשען אין לבנון בעטען זיך בתחנונים, טראגטס אוועק די סחורה פון דא - עס איז א טיים באמב! אבער די אפיציעלע רעגירונג פון לבנון מאכען זיך נישט וויסענדיג שוין 6 גאנצע יאר...
נאכדעם געשעט א עקסידענט, און מען ארעסטירט די פארט בא'אמטע פאר זיך בעטען אז מען זאל עס אוועק טראגען...

דאס איז א אנדערע ווערשן פונעם באקאנטען ניגון אז דארטען זענען די דיינעמייט אבער קיינער זאל נישט ווארפען. אבער דא זענען רעגירונגען אינוואלווד. אבער רחמנות האבען דארף מען! אויף וועם? נאר אויף די וואס זענען באמת איניסענט.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:28 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:21 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קשיות???

כ'האב אויך נישט פארשטאנען אלעס וואס כ'האב דארט צאמגעשריבן - אבער מעשה שהי' כך הי'.


האו אבאוט ביידע?...


האנעסטלי, איך בין פשוט נישט קאנווינסד אז די מעשה איז געווען פונקטליך אזוי.

בד"וו שכח פאר'ן עס אראפברענגען.

די באריכט איז באזירט אויף די צוויי ארטיקלען: די "מאסקאו טיימס" און "על זשאזירא"

אויך אין וויקיפעדיע, און א יישר כח פאר עס אזוי שיין אראפלייגען.

דאס איז דער אפיציעלע ווערשן און אויב פארמיידט דאס א מלחמה רח"ל איז דער נערעטיוו א געוואלדיגע זאך, אבער דער אמת איז אין סידור.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
סטיטשינער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 5:14 pm

די ראש העיר פון תל אביב, רון חולדאי האט מחליט געווען צו באלאכטען די געביידע פון די שטאט ראט מיט די קאלירן פון די לעבאניזער פאן, צו ווייזען סאלאידאריטעט פאר די איינוואוינער. חוץ פון דעם וואס עס האט אנגעמאכט גרויס אויפברויז ביי די ישראלים פארשטייט זיך, האט עס אויך אויפגערעגט די לעבאניזער אנוואוינער גאר שטארק מיטן אויסרייד פון מוחל טובות.
צווישען די צענדליגער טויזענטער קאמענטס אויף טויטער האט איינער געשריבן "אונז גיימער באלאכטן תל אביב ווען אונז ווילען, נישט ווען ענק ווילען" ה"י.
איך האב אמאל געמיינט אז נאר אמאל צדיקים איז געווען.......................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................איך האב אמאל געמיינט אז אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג



מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך שאשא » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 5:17 pm

אין חיפה איז די מעיאר זייער נערוועז
אז עס זאל זוך נישט אויסשפילן ביי אים אין חצר
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 5:30 pm

עטליכע קלייניגקייטן:

רויע אמאניום נייטרעיט איז פון די שוואכסטע, אויב נישט די שוואכסטע, אויפרייס מאטעריאל אין באנוץ. עס איז נאך שוואכער ווי די אור-אלטע פולווער (black powder). די AFNO וואס מען האט אויבן צוגעצייכנט איז נישט רויע אמאניום נייטרעיט, נאר 94% אמאניום נייטרעיט אויסגעמישט מיט 6% ברענשטאף. יענץ איז שטערקער ווי פולווער אבער נאך ארום 25% שוואכער ווי TNT, וואס TNT איז ארום 25% שוואכער ווי דינאמיט, און עס זענען נאך דא אויפרייס מאטעריאלן וועלכע זענען דאפלט אזוי שטארק ווי דינאמיט.
טעראריסטן באנוצן זיך אסאך מיט אמאניום נייטרעיט ווייל זיי קענען עס גרינגער באקומען, אבער מיליטערישע וואפן זענען געבויט אויף בעסערע סחורה.

דער אויפרייס דא איז געווען אזוי מאכטפול פשוט צוליבן כמות, 2750 טאן אמאניום נייטרעיט פארמאגט בערך אזא קראפט (אין טעארעטישן מאקסימום) ווי איין קילאטאן TNT, און דא איז עס לויט די נאמבערס געווען אביסל שוואכער ווי א קילאטאן.
מיט אזא קלייניגקייט ווי אריינמישן אביסל ברענשטאף וואלט עס אויפגעריסן דאפלט שטארק - צוויי קילאטאן.

נאכאמאל, באמת א חורבן, אבער בכלל נישט פרעצעדענטלאז. אין די אינדוסטריע איז באקאנט אז אמאניום נייטרעיט איז אזוי מסוכן טאקע ווייל עס איז אזוי פארזיכערט. דהיינו, אויב האלט מען עס אויף די ריכטיגע וועג איז עס היבש פארזיכערט, אבער טאקע דערפאר מאכט זיך אסאך מען זאל נאכלאזן די שמירה און עס נישט ריכטיג האלטן, אויף א וועג וואס שטעלט עס אויס צו אויפרייסן. (ארויפפאקן טאנען איינס אויף די אנדערע, אזויווי מען האט עס דא געהאלטן, איז פונקטליך וואס מען טאר נישט טון).
און טאקע, אזעלכע עקסידענטן זענען שוין צענדליגע מאל געשען אין היסטאריע, טייל פון די אויפרייסן אזוי שטארק אדער נאך שטערקער ווי דאס מאל.

אלזא, קיין אויפרייס עקספערט בין איך נישט און פארוואס די סחורה איז דארט אפגעליגן ווייס איך נישט, אבער אויב איז עס געווען א געצילטע אטאקע דארף זיך נאך דער יעניגער לערנען די א"ב פון צושטעלן א גוטן אויפרייס.
אדער איז עס געווען אן עקסידענט, ווי צענדליגע מאל אין היסטאריע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

יקר מציאות
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך יקר מציאות » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 6:06 pm

זארג נישט האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:אויב לאזט מען שימלען אויפרייס מאטעריאל פאר אפאר יאר און קיינער זארגט זיך נישט דערויף, קען פאסירן אזא אויפרייס. און מען דארף באשטראפן די וואס זענען געווען נאכלעסיג.

פארשטייט זיך אז עס קען אלס זיין עפעס טיפער.

לאמער טראכטען אין א אנדערע ריכוטונג. זיי האבען געזאגט אז מען האט קאנפיסקירט די אמאניום נייטרעיט שיפמענט מיט א 6 יאר צוריק. זעהט אויס אז די פארט באאמאטע זענען געווארען באצאלט פון די אייגענטימער עס נישט אוועק צו טראגען די לעצטע 6 יאר.
.

א פריוואטער רוסישער בירגער פירט א שיף פול מיט מאסיווע אויפרייס מאטריאל?! ווי אזוי ארבעט אזאנס?

יו-היט-דער-נעיל-אן-איטס-העד! האסט געפרעגט וועל איך דיר זאגען וויאזוי עס ארבעט.

א שיף פארט ארויס קיין מאזאמביק, ווייל זיי דארפען עס טאקע נייטיג האבען... גענוג פאר די נעקסטע 1000 יאר...
דער שיף "מוז" זיך אפשטעלן אין לבנון, ווייל עס האט ענדזין פראבלעמען...
דער בעל הבית פונעם שיף האט פליצלינג פינאנציעלע פראבלעמען, און לאזט זיך אפ פון זיין שיף...
דער בעל הבית פון די סחורה (לכאורה רוסלאנד) זאגט זיך אפ פון די סחורה... (א מיליאן און א האלב דאלער! א קלייניקייט פאר רוסלאנד, אבער א גרויסעקייט פאר א פריוואטע אינטערנעמונג)
די "געפערליכע" סחורה אנשטאטס צוריק צו שיקען אדער שיקען ווייטער קיין מאזאמביק ווי מען ווארט דארט בכליות עיניים ווען קומט שוין אן אט די סחורה אז מען זאל שוין האבען עפעס פורטילייזער און נישט דארפן שטארבן פאר הינגער, אבער מען ווארט און מען ווארט - שוין 6 יאר - ואין קול ואין עונה...
די פארט מענטשען אין לבנון בעטען זיך בתחנונים, טראגטס אוועק די סחורה פון דא - עס איז א טיים באמב! אבער די אפיציעלע רעגירונג פון לבנון מאכען זיך נישט וויסענדיג שוין 6 גאנצע יאר...
נאכדעם געשעט א עקסידענט, און מען ארעסטירט די פארט בא'אמטע פאר זיך בעטען אז מען זאל עס אוועק טראגען...

דאס איז א אנדערע ווערשן פונעם באקאנטען ניגון אז דארטען זענען די דיינעמייט אבער קיינער זאל נישט ווארפען. אבער דא זענען רעגירונגען אינוואלווד. אבער רחמנות האבען דארף מען! אויף וועם? נאר אויף די וואס זענען באמת איניסענט.


אין wiki איז אויך אזוי דער מעשה, מיט מער פרטים וואס פאענטפערן דיין קשיות. בד״וו די מספר טויטע האלט ביי היפש מער!
עיין לקמן...
https://en.wikipedia.org/wiki/2020_Beir ... prov=sfti1

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: מאסיווע אויפרייסן אין ביירוט לבנון

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 7:34 pm

זארג נישט האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:אויב לאזט מען שימלען אויפרייס מאטעריאל פאר אפאר יאר און קיינער זארגט זיך נישט דערויף, קען פאסירן אזא אויפרייס. און מען דארף באשטראפן די וואס זענען געווען נאכלעסיג.

פארשטייט זיך אז עס קען אלס זיין עפעס טיפער.

לאמער טראכטען אין א אנדערע ריכוטונג. זיי האבען געזאגט אז מען האט קאנפיסקירט די אמאניום נייטרעיט שיפמענט מיט א 6 יאר צוריק. זעהט אויס אז די פארט באאמאטע זענען געווארען באצאלט פון די אייגענטימער עס נישט אוועק צו טראגען די לעצטע 6 יאר.

די געשיכטע פאנגט זיך אן אין סעפטעמבער 2013 למספרם - ווען "די ראסוס" שיף - וואס געהערט פאר א רוסישע בירגער מיט'ן נאמען איגאר גרעכושקין - איז ארויסגעפארן פונעם לאנד "זשארזשיע" דורכ'ן שווארצן ים, מיט'ן ציל אנצוקומען קיין "מאזעמביק" - א לאנד וואס געפונט זיך ביי די מזרח אפריקאנע בארטענעס.

די פלאן איז געווען אז די שיף הייבט אן איר רייזע מיטן די "שווארצע ים" - פון דארט ריייזט מען אדורך די "באספאורוס סטרעיטס" וואס שניידט אדורך די היסטארישע שטאט איסטאנבול - דערנאך קומט מען אן צו די "עיזשיען סי" וואס פירט אריין צום אלעמען באקאנטן "מיטל-לענדישן ים" (אויך באוואוסט אלס די "ים הגדול" - דערנאך קערט מען זיך צו דרום אדורכפארענדיג די "סועז קאנאל" וואס פירט צום נילוס טייך און פון דארט קומט מען אן קיין "מאזעמביק", די ענד-ציל.

אבער, ווען די שיף איז אדורכגעפארן די "מיטללענדישן ים", הארט נעבן לבנון, האט זיך געשאפן א טעכנישע פראבלעם מיט'ן שיף וואס צוליב דעם האט די שיף געמאכט אן עמערזשענסי אפשטעל אין ביירוט - די הויפטשטאט פון לבנון. די מאנשאפט מיטגלידער פונעם שיף זענען געשטעלט געווארן אונטער ארעסט פאר עטליכע טעג, ביז זיי זענען באפרייט געווארן און אהיימגעגאנגען "איש אל נחלתו ואל משפחתו".

דורכאויס די צייט וואס די שיף איז געווען געשטראנדעט אין לבנון, האט גרעכושקין - די אייגענטומער פונעם שיף - זיך דערקלערט באנקראט, און איבערגעלאזט די שיף מיט איר מאנשאפט אויף הפקר. לעבאנעזער גרעניץ באאמטע האבן זיך געטראפן מיט א שיף - פול מיט אויפרייס מאטעריאל - וואס האט נישט קיין אייגענטומער, האבן זיי פארכאפט דאס שיף מיט אלע אירע אינהאלט און עס אוועקגעלייגט אין "הענגער 12" - א סטארעזש געביידע ביי די פארט.

עטליכע מאנאטן דערויף - אין JUNE 2014 - ווען די מאטעריאל איז נאכאלץ נישט גערירט געווארן, האט די דאן הויפט פון די ארטיגע קאסטומס אגענטור - שאפיק מערהי - געשיקט א ביטע פאר א "דרינגענדע אנגעלעגענהייטן" ריכטער ווי ער בעט פאר אנווייזונגען און ערלויבעניש אוועקצופירן די מאטעריאל פונעם פארט. די באאמטעע האבן נישט באקומען אן אנטווארט.
דורכאויס די קומענדיגע יארן, האבןדי קאסטומס באאמטע געשיקט כאטש 5 מאל בריוון צו ריכטער איבער די טעמע - אין דעצעמבער 2014, מאי 2015, מאי 2016, אקטאבער 2016, און צום לעצט אין אקטאבער 2017. - אין 2016 האבן די באאמטע זיך ממש געבעטן "אין ליכט פון די ערנסטע געפאר מיט'ן האלטן דעי סחורה אין די נישט ריכטיגע אומשטענדן, טוען מיר ווידעראמאל בעטן די "מארין עיזשענסי" זאל זאפארט עקספארטירן די מאטעריאל צו פארזיכערן די זיכערהייט פון די פארט און אירע ארבעטער" - אין 2017 האבן די באאמטע געבעטן אז מ'זאל ארויסגעבן א באשלוס "אין ליכט פון די אומגעהויערע געפאר פון לאזן די סחורה ווי ביז יעצט, און צו פארזיכערן די סעיפטי פון די ארטיגע ארבעטער".

די בריוון און ווענדונגען האבן פארגעשלאגן דריי פלענער וואס צו טון דערמיט: 1. עקספארטירן די סחורה קיין אויסלאנד - 2. פארקויפן די מאטעריאל פאר לעבאנעזער מיליטער - 3. עס פארקויפן פאר עמוניום נייטרעיט האנדלער אין לאנד (די מאטעריאל קען ווערן גענוצט פאר פרידליכע צוועקן אויך). די אלע בריוון האבן נישט געקריגן קיין אנטווארט.

די ענדע פון די געשיכטע - עכ"פ ווי עס האלט יעצט - ווייסן מיר אלע.
די שווארצע פאראויס-זאגונגען פון די פארט באאמטע זענען געשעהן - און זיי האבן אפגעקאסט העכער 130 לעבן'ס און פארוואונדעט טויזענטער אנדערע, פאראומגליקליך געמאכט הונדערטער טויזענטער איינוואוינער פון די שטאט - און געפירט צו א קאטאסטראפאלע צושטאנד צו א לאנד וואס האלט שוין - אנדעם - טיף אינמיטן א קריזיס.

א פריוואטער רוסישער בירגער פירט א שיף פול מיט מאסיווע אויפרייס מאטריאל?! ווי אזוי ארבעט אזאנס?

יו-היט-דער-נעיל-אן-איטס-העד! האסט געפרעגט וועל איך דיר זאגען וויאזוי עס ארבעט.

א שיף פארט ארויס קיין מאזאמביק, ווייל זיי דארפען עס טאקע נייטיג האבען... גענוג פאר די נעקסטע 1000 יאר...
דער שיף "מוז" זיך אפשטעלן אין לבנון, ווייל עס האט ענדזין פראבלעמען...
דער בעל הבית פונעם שיף האט פליצלינג פינאנציעלע פראבלעמען, און לאזט זיך אפ פון זיין שיף...
דער בעל הבית פון די סחורה (לכאורה רוסלאנד) זאגט זיך אפ פון די סחורה... (א מיליאן און א האלב דאלער! א קלייניקייט פאר רוסלאנד, אבער א גרויסעקייט פאר א פריוואטע אינטערנעמונג)
די "געפערליכע" סחורה אנשטאטס צוריק צו שיקען אדער שיקען ווייטער קיין מאזאמביק ווי מען ווארט דארט בכליות עיניים ווען קומט שוין אן אט די סחורה אז מען זאל שוין האבען עפעס פורטילייזער און נישט דארפן שטארבן פאר הינגער, אבער מען ווארט און מען ווארט - שוין 6 יאר - ואין קול ואין עונה...
די פארט מענטשען אין לבנון בעטען זיך בתחנונים, טראגטס אוועק די סחורה פון דא - עס איז א טיים באמב! אבער די אפיציעלע רעגירונג פון לבנון מאכען זיך נישט וויסענדיג שוין 6 גאנצע יאר...
נאכדעם געשעט א עקסידענט, און מען ארעסטירט די פארט בא'אמטע פאר זיך בעטען אז מען זאל עס אוועק טראגען...

דאס איז א אנדערע ווערשן פונעם באקאנטען ניגון אז דארטען זענען די דיינעמייט אבער קיינער זאל נישט ווארפען. אבער דא זענען רעגירונגען אינוואלווד. אבער רחמנות האבען דארף מען! אויף וועם? נאר אויף די וואס זענען באמת איניסענט.

איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין סטייל פון שרייבען ביי די תגובה.
הגם איך נעם אן "דערווייל" די עקסידענט תירוץ מחמת כמה סיבות (ביז סוועט אריינקומען מער אינפא)

אין ישר כח אלעקסיי כהאב זייער הנאה געהאט פון דיר אויך

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re:

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 7:35 pm

סטיטשינער האט געשריבן:די ראש העיר פון תל אביב, רון חולדאי האט מחליט געווען צו באלאכטען די געביידע פון די שטאט ראט מיט די קאלירן פון די לעבאניזער פאן, צו ווייזען סאלאידאריטעט פאר די איינוואוינער. חוץ פון דעם וואס עס האט אנגעמאכט גרויס אויפברויז ביי די ישראלים פארשטייט זיך, האט עס אויך אויפגערעגט די לעבאניזער אנוואוינער גאר שטארק מיטן אויסרייד פון מוחל טובות.
צווישען די צענדליגער טויזענטער קאמענטס אויף טויטער האט איינער געשריבן "אונז גיימער באלאכטן תל אביב ווען אונז ווילען, נישט ווען ענק ווילען" ה"י.

ווען וועלט איז ווען וועלט, האט ער געטון די ריכטיגע זאך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביסל טיפער, אזוי וויל איך, בינוני, בר דעת, ברוך, וימאןX3, זזה, חזקי פרידמאן, יש מאין, לא ימושו מפיך, קיטשי און 73 געסט