2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:56 pm

וויא עס זעהט דערווייל אויס שפירען די דעמאקראטען אז א מעיל אין בעלאט קאמפיין וועט זיי געבן א אויבער האנט אין די עלעקשאן קעגן טראמפ און די טראמפ קאמפיין זעהט עס פאר זיי אלס א זיכערע פארלוסט.

אין אמעריקע האט מען אלס געדארפט שלעפן דעם ציבור צום בעלאט באקס זיי זאלען קומען וועלן און דאס צו טוישען דארף יעדע שטאט עקסטער אליינס אפמאכען וויאזוי די וואוטס זאלען פארקומען, די טראמפ קאמפיין געבט אן די סיבה פאר איר קעגנערשאפט איז צוליב די פאלשע וואוטס וואס וועט אלס נאכקומען אויב ערלויבט מען די מעיל אין וואוטינג, זיי טענהן אז די באורד אוף עלעקשאנס האט נישט די ריכטיגע אינפארמאציע אויף מיליאנען מענטשען און מען טאר נישט ערלויבען קיין אפיציעלע עלעקשאן פראוד דורעך אויס די פאראייניגטע שטאטען.

די דעמאקראטען טענהן אז מיט די פארשפרייטונג פון די קעראונע וויירוס איז נישט ריכטיג צו לאזען מענטשען זיך צוזאם נעמען און קומען וואוטען ווען מען קען זיי געבן די אפשען פון וואוטען ביי מעיל, ריגארדלעס ווער עס איז גערעכט זעהט אויס ווי טראמפ גרייט זיך ארויס צוגעבן א עקזעקיוטיוו ארדער - נישט זיכער וואס עס גייט דארט שטיין - און ער פלאנט זיך ארום צורייסען מיט די שטאטען וואס גייען צו לאזען מעיל אין וואוטינג.

עס קען זיין אז דאס וועט נאך אנקומען אין קאורט און זיין די מכריע פון די 2020 עלעקשאן, מען קען לאזען די אשכול אפען זשאסט אין קעיס דאס ווערט די מעין טאפיק אין די קומענדיגע וואכען.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:02 am

אין וועלכע מדינות האט מען ביז היינט געוועלט שוין אויף פאסט?

אין וועלכע סטעיטס האט מען ביז היינט שוין געוואלט אויף פאסט?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך זייטיגע צוקוקער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:21 am

על פי פשטות פארשטייט יעדע רעכטדענקיגע מענטש די חורבן פון מעיל-אין וואוטינג, סיי אלס די שווינדלערייען והן די טעותים וואס קענען ארויסקומען פון דעם.
אפען פאר אנדערע מיינונגען.
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:27 am

זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:על פי פשטות פארשטייט יעדע רעכטדענקיגע מענטש די חורבן פון מעיל-אין וואוטינג, סיי אלס די שווינדלערייען והן די טעותים וואס קענען ארויסקומען פון דעם.
אפען פאר אנדערע מיינונגען.

הונדערט פראצענט

דאס איז א רעסעפי פאר נאך א ווענעזועלע
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת גמר חתימה טובה הק' שיעלע

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:31 am

איך גלייב אז אויב מען וויל מאכן א סיסטעם ווי יעדער שטים בארעכטיגטער באקומט אן עלעקטראנישע סארט קארול מיט אן אייגענע פין וואס ער דארף צוריקשיקן וכדומה איז דא גענוג וועגן עס צו מאה ארבעטן אויב וויל מען עכט יעדער זאל וואוטען
שויתי ה' לנגדי תמיד

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:31 am

בעריש'ל האט געשריבן:אין וועלכע מדינות האט מען ביז היינט געוועלט שוין אויף פאסט?

אין וועלכע סטעיטס האט מען ביז היינט שוין געוואלט אויף פאסט?

אין פונעף שטאטען איז כהיום יום איינגעפירט ארויס צו שיקען בעפאר די עלעקשאנס א בעלאט פאר אלע וואוטערס זיי זאלען קענען וואוטען דורעך די מעיל:

קאלאראדא, האווייאי, ארעגאן, וואשינגטאן און יוטא.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:35 am

מטעמים האט געשריבן:וויא עס זעהט דערווייל אויס שפירען די דעמאקראטען אז א מעיל אין בעלאט קאמפיין וועט זיי געבן א אויבער האנט אין די עלעקשאן קעגן טראמפ און די טראמפ קאמפיין זעהט עס פאר זיי אלס א זיכערע פארלוסט.

אין אמעריקע האט מען אלס געדארפט שלעפן דעם ציבור צום בעלאט באקס זיי זאלען קומען וועלן און דאס צו טוישען דארף יעדע שטאט עקסטער אליינס אפמאכען וויאזוי די וואוטס זאלען פארקומען, די טראמפ קאמפיין געבט אן די סיבה פאר איר קעגנערשאפט איז צוליב די פאלשע וואוטס וואס וועט אלס נאכקומען אויב ערלויבט מען די מעיל אין וואוטינג, זיי טענהן אז די באורד אוף עלעקשאנס האט נישט די ריכטיגע אינפארמאציע אויף מיליאנען מענטשען און מען טאר נישט ערלויבען קיין אפיציעלע עלעקשאן פראוד דורעך אויס די פאראייניגטע שטאטען.

די דעמאקראטען טענהן אז מיט די פארשפרייטונג פון די קעראונע וויירוס איז נישט ריכטיג צו לאזען מענטשען זיך צוזאם נעמען און קומען וואוטען ווען מען קען זיי געבן די אפשען פון וואוטען ביי מעיל, ריגארדלעס ווער עס איז גערעכט זעהט אויס ווי טראמפ גרייט זיך ארויס צוגעבן א עקזעקיוטיוו ארדער - נישט זיכער וואס עס גייט דארט שטיין - און ער פלאנט זיך ארום צורייסען מיט די שטאטען וואס גייען צו לאזען מעיל אין וואוטינג.

עס קען זיין אז דאס וועט נאך אנקומען אין קאורט און זיין די מכריע פון די 2020 עלעקשאן, מען קען לאזען די אשכול אפען זשאסט אין קעיס דאס ווערט די מעין טאפיק אין די קומענדיגע וואכען.

אויך האט טראמפ היינט אויפגעברענגט די פאקט אז אין ניו יארק איז נאך דא געוויסע פריימערי פארמעסטן וואס מען האט נאכנישט די ענדגילטיגע רעזולט'ס - זעקס וואכן נאכ'ן וואוטן.

דאס איז אויסער די טויזענטער בעללאט'ס אין דעי איינע דיסטריקט אליינס - ערגעץ האבעך 12,000 אבער כ'נעם נישט קיין אחריות דערויף - וואס זענען געווארן דיסקוואליפייד צוליב פשוט'ע ביוראקראטישע פארנאכלעסיגקייט - ווי ארויסשיקן די בעללאט'ס צו שפעט א.ד.ג
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3887
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:36 am

Goodmorning האט געשריבן:איך גלייב אז אויב מען וויל מאכן א סיסטעם ווי יעדער שטים בארעכטיגטער באקומט אן עלעקטראנישע סארט קארול מיט אן אייגענע פין וואס ער דארף צוריקשיקן וכדומה איז דא גענוג וועגן עס צו מאה ארבעטן אויב וויל מען עכט יעדער זאל וואוטען

ריכטיג. דאס איז אלעס ווען מ'וויל
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:38 am

איך האב געטראפען א ארטיקעל ווי איינער שרייבט די בענעפיטס פון לאזען מעיל אין בעלאטס:

1. עס איז באקוועם פאר די באפעלקערונג און זיי האבען צייט פון ווען זיי באקומען די בעלאט ביז זיי שיקען עס צוריק.
2. עס קאסט ווייניגער פאר די שטאטען א מעיל אין פראגראם ווי איידער אויפשטעלן עלעקשאן צענטערס.
3. א העכערע טוירן אויט אין וואוטס.

די זעלבע ארטיקעל ברענגט אויך ארויס די דיסעדווענטידזש פון לאזען מעיל אין בעלאט וואוטינג:

1. א טייל פאפולעישאן וואוינט נישט אין א הויז ווי למשל היימלאזע און נעיטיוו אמעריקאנע וואס זיי קענען נישט באקומען קיין בעלאטס ביי מעיל.
2. די פאסט איז נישט פארזיכערט ווייל עס קען זיך פארלירען אדער מען קען גנבענען בעלאטס.
3. א לאנגע וואוט קאונט ביז מען ווערט פארטיג מיט צייטען די בעלאטס.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14088
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:39 am

זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:על פי פשטות פארשטייט יעדע רעכטדענקיגע מענטש די חורבן פון מעיל-אין וואוטינג, סיי אלס די שווינדלערייען והן די טעותים וואס קענען ארויסקומען פון דעם.
אפען פאר אנדערע מיינונגען.

א פלא
מטעמים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:אין וועלכע מדינות האט מען ביז היינט געוועלט שוין אויף פאסט?

אין וועלכע סטעיטס האט מען ביז היינט שוין געוואלט אויף פאסט?

אין פונעף שטאטען איז כהיום יום איינגעפירט ארויס צו שיקען בעפאר די עלעקשאנס א בעלאט פאר אלע וואוטערס זיי זאלען קענען וואוטען דורעך די מעיל:

קאלאראדא, האווייאי, ארעגאן, וואשינגטאן און יוטא.


סוי די אלע שטאטן, אריינגערעכנט די פייער רויטע יוטא, ווערן פשוט געפירט שוין יארן דורך צודרייטע מענטשן?
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:40 am

צל עובר האט געשריבן:
זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:על פי פשטות פארשטייט יעדע רעכטדענקיגע מענטש די חורבן פון מעיל-אין וואוטינג, סיי אלס די שווינדלערייען והן די טעותים וואס קענען ארויסקומען פון דעם.
אפען פאר אנדערע מיינונגען.

א פלא
מטעמים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:אין וועלכע מדינות האט מען ביז היינט געוועלט שוין אויף פאסט?

אין וועלכע סטעיטס האט מען ביז היינט שוין געוואלט אויף פאסט?

אין פונעף שטאטען איז כהיום יום איינגעפירט ארויס צו שיקען בעפאר די עלעקשאנס א בעלאט פאר אלע וואוטערס זיי זאלען קענען וואוטען דורעך די מעיל:

קאלאראדא, האווייאי, ארעגאן, וואשינגטאן און יוטא.


סוי די אלע שטאטן, אריינגערעכנט די פייער רויטע יוטא, ווערן פשוט געפירט שוין יארן דורך צודרייטע מענטשן?

זיי זענען סתם נישט ״רעכט״ דענקינג...
שויתי ה' לנגדי תמיד

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:43 am

@צל, דאס אז מען טוהט עס איז לאו דוקא א ראי׳ אז עס איז א גוטע/שלעכטע זאך, עס מיינט אז די לעגיסלאטור האט באשלאסען צוליב סיבות ״וואס זיי האבען דאן געהאלטען פאר וויכטיג״ אז זיי ווילען לאזען די באפעלקערונג וואוטען ביי מעיל.

אין קאלאראדא ״אויב האב איך גוט פארשטאנען״ האט מען עס דורעכגעפירט בלויז צו רעדוצירען די קאסטען פון די עלעקשאן.

די שטעט וואס גייען דורעך פירען מעיל אין וואוטס צוליב קעראונע האבען א גוטע סיבה און די באשולדיגונג אז עס גייט זיין א אינקריעס אין פעלשערייען קען נאכאלס זיין בארעכטיגט.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14088
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:47 am

ער רעדט פון נארמאלע מענטשן, נישט פון גוט אדער נישט גוט.

איך רעד פון דעם חלק, איך האב דערווייל נישט וואס מגיב צו זיין אויף דיינע פוינטס בנוגע גוט אדער נישט גוט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:48 am

Got it, גערעכט
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:54 am

מטעמים האט געשריבן:איך האב געטראפען א ארטיקעל ווי איינער שרייבט די בענעפיטס פון לאזען מעיל אין בעלאטס:

1. עס איז באקוועם פאר די באפעלקערונג און זיי האבען צייט פון ווען זיי באקומען די בעלאט ביז זיי שיקען עס צוריק.
2. עס קאסט ווייניגער פאר די שטאטען א מעיל אין פראגראם ווי איידער אויפשטעלן עלעקשאן צענטערס.
3. א העכערע טוירן אויט אין וואוטס.

די זעלבע ארטיקעל ברענגט אויך ארויס די דיסעדווענטידזש פון לאזען מעיל אין בעלאט וואוטינג:

1. א טייל פאפולעישאן וואוינט נישט אין א הויז ווי למשל היימלאזע און נעיטיוו אמעריקאנע וואס זיי קענען נישט באקומען קיין בעלאטס ביי מעיל.
2. די פאסט איז נישט פארזיכערט ווייל עס קען זיך פארלירען אדער מען קען גנבענען בעלאטס.
3. א לאנגע וואוט קאונט ביז מען ווערט פארטיג מיט צייטען די בעלאטס. ובפרט מיט די נארוואס איינגעשטעלטע טוישונגען ביי די פאסטעל סערוויס וואס ווערט סתם אזוי מער און מער פארשלעפט, כש"כ אויב ס'וועלן צוקומען נאך הודערטער טויזענטער שטיקער מעיל
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך Programming » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 1:00 am

קאליפארניע, ארעגאן ועוד וועלט מען שוין לאנג דורך פאסט.

באופן כללי, ווי מער דעמאקראטיש (ד.ה. רעפרעזאנטאטיוו פון די מענטשן) א רעגירונג איז, אלס גרינגער וועט מען מאכן דאס וועלן פאר מענטשן. ווייל מען וויל באמת האבן די וויילער זאלן אנטייל נעמען אין די דעמאקראטישע פראצעס.

סתם נייגעריג וויאזוי טראמפ וואלט דורכגעלעבט וואלן אין די 1800'טער יארן ווען עס האט גענומען וואכן לאנג צו וויסן די רעזולטאטן....

וואוט ביי מעיל נוצט די זעלבע טאקטיקן צו פארזיכערן די אויטענטישקייט פון די שטימע - נעמליך, א חתימה וואס מען פארגלייכט מיט די אויף די ביכער ביים באורד אוו עלעקשאנס - ווי דאס וואס מען נוצט ביי אין פערזאן וואלן.

פארשטייט זיך אויב האלט מען אז אפילו אין געהעריגע אין פערזאן וואוטינג איז דא 3 ביז 5 מיליאן פאלשע וואלן, איז דאך אוודאי אז פאסט וואלן איז איין שטיק פעלשונגען...

אבער עס איז אמת אז פאסט שטימען קען מען גרינגער פעלשעווען אן זיך אריין שטעלן אין א קרימינאלע סכנה פון געכאפט ווערן שטימען פאלש

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך Programming » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 1:07 am

נאך א וויכטיגע זאך וואס די אפאזיציע פארטיי ברויך שטארק נעמען אין באטראכט: דער פרעזידענט נאמינירט דעם פאסט מייסטער, וועלכער דינט צו די הנאה פונעם פרעזידענט. אויב דער פרעזידענט זאל וועלן פעלשן וואלן קען ער - הייפאטעטיקלי - הייסן דעם פאסט מייסטער מאכן פורים מיט די שטימען.

למשל אויב טראמפ זאל דאס טון און ווערן ווידערוועלט, וואס קען מען אים דען טון אויב עס קומט ארויס? אימפיטשן? פרעגט דעם סענאט ווי גוט דאס ארבעט... גיין צום סופרים קאורט? על גאור וועט דיר זאגן אז עס לוינט נישט..

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 1:14 am

זייטיגע נאטיץ, דאס פארשלעפן פאסט דעליווערי העלפט אפשר פאר אווערטיים, אבער שטופן מענטשן צו אנדערע שיפערס און די לאנג ראן
שויתי ה' לנגדי תמיד

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 1:25 am

הענדימען האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך גלייב אז אויב מען וויל מאכן א סיסטעם ווי יעדער שטים בארעכטיגטער באקומט אן עלעקטראנישע סארט קארול מיט אן אייגענע פין וואס ער דארף צוריקשיקן וכדומה איז דא גענוג וועגן עס צו מאה ארבעטן אויב וויל מען עכט יעדער זאל וואוטען

ריכטיג. דאס איז אלעס ווען מ'וויל



ווי איך פארשטיי איז דא נאך איין פאונט מיט האבן א וואוטינג לאקאציע נישט מעיל און אדער אפילו עלעקטראנישע, ווייל ביים שטים בודקעס געט מען אכטונג אז קיינער זאל נישט אריין קוקען וואס יענע וועלט ממילא קען א מענטש דארט שטימן כפי רוחו און פאר זיינע חברים וועט ער זאגן וואס זיי ווילן הערן, משא"כ ביי מעיל אין אדער אפילו עלעקטראנישע ווען דאס געשעהט ביי איהם אינדערהיים וועלן די חברים, קינדער, ב"ב וכדומה שטיין אויפן קאפ זעהן וואס ער קוועטשט אריין דארט און דאס קען טוישן אסאך וואוטס פשוט פון פרעשור און אינטימעדעישן
זה נהנה וזה לא חסר קומט אריין און טרעפט מציאות

האט איר אמאל געטראכט אז איר קענט אריין ווארפן אפאר וויכטיגע דאלאר פאר א צווייטען און אייך קאסט עס גארנישט?
קליקט דא ווען איר קויפט ממילא אויף אמעזאן

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3887
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 7:03 am

shimon7323 האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך גלייב אז אויב מען וויל מאכן א סיסטעם ווי יעדער שטים בארעכטיגטער באקומט אן עלעקטראנישע סארט קארול מיט אן אייגענע פין וואס ער דארף צוריקשיקן וכדומה איז דא גענוג וועגן עס צו מאה ארבעטן אויב וויל מען עכט יעדער זאל וואוטען

ריכטיג. דאס איז אלעס ווען מ'וויל



ווי איך פארשטיי איז דא נאך איין פאונט מיט האבן א וואוטינג לאקאציע נישט מעיל און אדער אפילו עלעקטראנישע, ווייל ביים שטים בודקעס געט מען אכטונג אז קיינער זאל נישט אריין קוקען וואס יענע וועלט ממילא קען א מענטש דארט שטימן כפי רוחו און פאר זיינע חברים וועט ער זאגן וואס זיי ווילן הערן, משא"כ ביי מעיל אין אדער אפילו עלעקטראנישע ווען דאס געשעהט ביי איהם אינדערהיים וועלן די חברים, קינדער, ב"ב וכדומה שטיין אויפן קאפ זעהן וואס ער קוועטשט אריין דארט און דאס קען טוישן אסאך וואוטס פשוט פון פרעשור און אינטימעדעישן

דאס קען זיין א פוינט פאר זיך

במציאות איז גאר אסאך גרינגער צו פעלשן מיט מעיל אין וואוטינג און עס צו פארמיידן דארף מען זייער שטארק וועלן ס'זאל נישט געשען. עפעס וואס די דעמאקראטן ווילן נישט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:17 am

אויב מען קען פעלטשן מעיל בעלאטס, דאן פארוואס טוען שוין סטעיטס יארן לאנג?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:21 am

מטעמים האט געשריבן:וויא עס זעהט דערווייל אויס שפירען די דעמאקראטען אז א מעיל אין בעלאט קאמפיין וועט זיי געבן א אויבער האנט אין די עלעקשאן קעגן טראמפ און די טראמפ קאמפיין זעהט עס פאר זיי אלס א זיכערע פארלוסט.


פארוואס?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:22 am

בעריש'ל האט געשריבן:אויב מען קען פעלטשן מעיל בעלאטס, דאן פארוואס טוען שוין סטעיטס יארן לאנג?


ווי זאגט ביידען we choose truth over facts

די אמת איז אז ס'גרינגער צו פעלטשן, די פאקט איז אז סטעיטס טוען עס שוין יארן
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוסף החסיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך אוסף החסיל » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:40 am

Programming האט געשריבן:קאליפארניע, ארעגאן ועוד וועלט מען שוין לאנג דורך פאסט.

באופן כללי, ווי מער דעמאקראטיש (ד.ה. רעפרעזאנטאטיוו פון די מענטשן) א רעגירונג איז, אלס גרינגער וועט מען מאכן דאס וועלן פאר מענטשן. ווייל מען וויל באמת האבן די וויילער זאלן אנטייל נעמען אין די דעמאקראטישע פראצעס.

סתם נייגעריג וויאזוי טראמפ וואלט דורכגעלעבט וואלן אין די 1800'טער יארן ווען עס האט גענומען וואכן לאנג צו וויסן די רעזולטאטן....

וואוט ביי מעיל נוצט די זעלבע טאקטיקן צו פארזיכערן די אויטענטישקייט פון די שטימע - נעמליך, א חתימה וואס מען פארגלייכט מיט די אויף די ביכער ביים באורד אוו עלעקשאנס - ווי דאס וואס מען נוצט ביי אין פערזאן וואלן.

פארשטייט זיך אויב האלט מען אז אפילו אין געהעריגע אין פערזאן וואוטינג איז דא 3 ביז 5 מיליאן פאלשע וואלן, איז דאך אוודאי אז פאסט וואלן איז איין שטיק פעלשונגען...

אבער עס איז אמת אז פאסט שטימען קען מען גרינגער פעלשעווען אן זיך אריין שטעלן אין א קרימינאלע סכנה פון געכאפט ווערן שטימען פאלש

דיין לעצטע שורה איז וואס דער פרעזידענט און נאך טענה'ן. אלעס וואס וואס די שרייבסט פריער איז פוסטע לינקע מויל - מאכעריי.

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3887
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: 2020 עלעקשאן: מעיל-אין וואוטס והמסתעף

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:47 am

בעסער אזוי האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:אויב מען קען פעלטשן מעיל בעלאטס, דאן פארוואס טוען שוין סטעיטס יארן לאנג?


ווי זאגט ביידען we choose truth over facts

די אמת איז אז ס'גרינגער צו פעלטשן, די פאקט איז אז סטעיטס טוען עס שוין יארן

;l;p- :lol:
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], יש מאין, עוד הם מדברים, פרייליכען און 13 געסט