וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם

א וואקסין וואס וועט אפהאלטן ליים פון אריינקריכן אינעם בלוט שטראם ווען א טיק גראבט זיך אריין אינעם גוף, איז געפונען אפעקטיוו און פארזיכערט, עס וועט זיין ערמעגליכט צו באקומען אין יאר תשפ״ה.
ליים דיזיז וואס הייסט נאך א שטעטל ״ליים״ איז געווען אויפן אויבן אן פון קאנטראווערסיע פאר צענדליגע יארן.
דורך די לעצטע פאר יאר איז פאר אנ״ש בני ישראל גוט באקאנט געווארן דער סכנהדיגע מחלה, וואס טויזענער זענען שוין אריבער און נאך אנדערע טויזענטער מוטשען זיך טאג טעגליך מיט די נאכווייען וואס קומט מיט ליים.
אחוץ וואס מיליאנען אידן האלטן זיך צוריק פון שפאצירן אין די וועלדער אדער שרעקן זיך פון הערשן וואס שלעפן מיט זיך מיט אט דער שרץ המשחית.
מיט די נייעס קומט נאר אויסצופירן אז דער רופא כל בשר זאל משפיע זיין רפואה פאר אלע מחלות.
און באלד זאגט מען דאך שוין תכלה שנה וקללותיה, דאס יאר וועט זיך עס ארויסשרייען פון טיפן הארצן!
https://www.newscientist.com/article/22 ... cal-trial/

- צוגעלייגטע
-
- 4F06E9A2-7A0E-40A6-BC5A-F19456206E44.jpeg (71.82 KiB) געזעהן 1956 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
Re: ענדליך עפעס גוטס תש״פ: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
דאס פארזיכערט בעז"ה א פרישע ישוב.
-
- שר האלף
- תגובות: 1028
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm
Re: ענדליך עפעס גוטס תש״פ: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
שמערלער האט געשריבן:דאס פארזיכערט בעז"ה א פרישע ישוב.

——
וואס איז פשט אז ס׳זאל נעמען ביז יאר תשפ״ה?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
-
- שר חמישים
- תגובות: 79
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm
Re: ענדליך עפעס גוטס תש״פ: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
בה פאר די גוטע נייעס, באט די קעפל איז נישט פאסיג
ווייסט וויפיל גוטס עס איז געווען די יאר? ביסט געזונט? האסט עס דארך געלעבט? דיינע קינדער זענען אקעי?
עס איז געווען גאר אסאך גוטס די יאר
ווייסט וויפיל גוטס עס איז געווען די יאר? ביסט געזונט? האסט עס דארך געלעבט? דיינע קינדער זענען אקעי?
עס איז געווען גאר אסאך גוטס די יאר
Re: ענדליך עפעס גוטס תש״פ: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
אויב איך בין איך האט געשריבן:בה פאר די גוטע נייעס, באט די קעפל איז נישט פאסיג
ווייסט וויפיל גוטס עס איז געווען די יאר? ביסט געזונט? האסט עס דארך געלעבט? דיינע קינדער זענען אקעי?
עס איז געווען גאר אסאך גוטס די יאר
גערעכט, די קעפל איז אבער גענויגט פארן כלל, נישט פארן פרט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
Re: ענדליך עפעס גוטס תש״פ: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
לבדיחא מילתי בעלמא:
סא ערענסטע פארלעגנהייט דא, די חסידים פון ליים דעסיז, זענען דאך מתנגדים פון וואקסינאציעס, סוא האיך יתקיימו שניים?

שנהיה לראש ולא לזנב
- אחת ואחת
- שר האלפיים
- תגובות: 2622
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע: איך קום שוין
Re: ענדליך עפעס גוטס תש״פ: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
אז מען רעדט שוין פון ליים דיזיז, ליידען אידען דערפון מער ווי אנדערע? ווייל איך קען ליידער עטליכע וואס מוטשענען זיך גאר שטארק דערמיט, און די אינשורענס דעקט נישט געהעריג די מעדעצינען ווייל זיי אנערקענען נישט אפיציעל די דעזיז.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלף
- תגובות: 1918
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm
Re: ענדליך עפעס גוטס תש״פ: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
צו וואס פעלט עס אויס?
די סידיסי האלט אז מיט פשוטע מעדיקעישאן פאר אביסל ווערט מען זיכער פטור דערפון
אויב איז נאך דא סימפטאמען קען מען גיין צו סארנא
און פאר די וואס גלייבן נישט די סידיסי, גלויבן אויך נישט אז די וואקסין איז סעיף און אפילו נישט עפעקטיוו

- תגובות: 1795
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
Re: ענדליך עפעס גוטס תש״פ: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
ראש לימבא האט געשריבן:לבדיחא מילתי בעלמא:
סא ערענסטע פארלעגנהייט דא, די חסידים פון ליים דעסיז, זענען דאך מתנגדים פון וואקסינאציעס, סוא האיך יתקיימו שניים?

Re: ענדליך עפעס גוטס תש״פ: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
אחת ואחת האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון ליים דיזיז, ליידען אידען דערפון מער ווי אנדערע? ווייל איך קען ליידער עטליכע וואס מוטשענען זיך גאר שטארק דערמיט, און די אינשורענס דעקט נישט געהעריג די מעדעצינען ווייל זיי אנערקענען נישט אפיציעל די דעזיז.
(נישט נעמענדיג קיין שטעלונג) ער ליידט גאר שטארק פון "עפעס",
די אינשורענס פירמעס נעמען נישט אן דעם אנגעגעבענעם דיעגנאז, דער וועם די קענסט האט יא אנגענומען דעם דיעגנאז,
טשעק אויס ר' חיים פערל'ס ארטיקלן אין המספיק גאזעט איבער דר. סארנא מעטאד, אן אנצונעמען זיין מיינונג, ברענגט ער היבש א סאך איבער די בעקגראונד פון די מחלה
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3296
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm
Re: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
ביי ליים דעזיז אויב מען נעמט גלייך אנטיביאטק איז בדרך כלל נישט קיין שום פראבלעם
דער פראבלעם פאנגט זיך אן אויב מען האט נישט געהאט אדער געזען א טיק בייט/סימפטאם און נאכדעם מאכט זיך א פראבלעם וואס קען "אויך" זיין ליים דעזיז.
לדוגמא: בעלל'ס פאלסי דהיינו א פארקרומטע פנים איז א קאמאן סימפטאם פון ליים דעזיז אבער אסאך דאקטוירים וועלן אבער נישט טשעקן אדער געבן מעדיקעשן פאר ליים און ווען איינער האט אזא פראבלעם האט ער שוין מער נישט סימנים פון א טיק בייט בדרך כלל
דער פראבלעם פאנגט זיך אן אויב מען האט נישט געהאט אדער געזען א טיק בייט/סימפטאם און נאכדעם מאכט זיך א פראבלעם וואס קען "אויך" זיין ליים דעזיז.
לדוגמא: בעלל'ס פאלסי דהיינו א פארקרומטע פנים איז א קאמאן סימפטאם פון ליים דעזיז אבער אסאך דאקטוירים וועלן אבער נישט טשעקן אדער געבן מעדיקעשן פאר ליים און ווען איינער האט אזא פראבלעם האט ער שוין מער נישט סימנים פון א טיק בייט בדרך כלל
Re: ענדליך עפעס גוטס תש״פ: וואקסין פאר ליים דיזיז סוקסעספול ברוך השם
אחת ואחת האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון ליים דיזיז, ליידען אידען דערפון מער ווי אנדערע? ווייל איך קען ליידער עטליכע וואס מוטשענען זיך גאר שטארק דערמיט, און די אינשורענס דעקט נישט געהעריג די מעדעצינען ווייל זיי אנערקענען נישט אפיציעל די דעזיז.
איך גלײב נישט
עס װערט נאר מער פון יאר צו יאר.
https://www.epa.gov/sites/production/fi ... e_2016.pdf
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, בינוני, לאמירדערציילען און 24 געסט