בלאט 1 פון 9

הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 1:52 pm
דורך אסדר לסעודתא
אין די ענגלישע משפחה מאגאזין די וואך איז דא א זעלטענע אינטערוויו מיט מרן הגאון רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילאדעלפיע און חבר מועצת גדולי התורה.

דער ראש ישיבה איז א זון פון הגאון רבי יעקב קאמינעצקי, ר"י תורה ודעת. ער איז היינט 95 יאר בליעה"ר, ער איז אויפגענומען געווארן אין יאר תשי"ג אלס אינגערמאן פון 28 יאר צו זיין ראש ישיבה אין פילאדעלפיע דורך הגר"א קאטלער ראש ישיבת לעיוואוד. דאס מיינט אז ער איז שוין ראש ישיבה פאר גאנצע 67 יאר!!

אינמיטן דעם שמועס מיט שרולי בעסער האט דער ראש ישיבה זיך אויסגעדרוקט מיט זעלטענע לשונות אז יעדער איד דארף שטימען פאר פרעזידענט טראמפ אין די קומענדיגע וואלן. אין געווענליכע פעלער וועט די מועצת גדולי התורה נישט נעמען קיין שטעלונג אין פאליטיק, אפי' די רבנים חברי המועצת וועלן נארמאל נישט טיילן קיין דעות, אבער דאסמאל איז דער ראש ישיבה ביים מיינונג אז מען מוז יא שטימען פאר טראמפ, און עס איז "פיקוח נפש" גאר.

"עס איז היינט א סכנה צו דערמאנען דעם אויבערשטנ'ס נאמען אין אמעריקע. כלל ישראל איז נאך קיינמאל נישט געשטאנען אין אזא מצב" זאגט דער ראש ישיבה.

"מען זעט די אנארכיע, עס כאפט א פחד, דעם באשעפער'ס נאמען ווערט פארשוועכט אין א גרויס חלק אמעריקע, רעליגיע און מוסדות ווערן די פיינט, מיר דארפן האבן רחמי שמיים. אויב טראמפ וועט נישט זיגן אין נאוועמבער טויג נישט."

דער ראש ישיבה האלט אז אידן דארפן שטימען פאר טראמפ? "יא, איך האלט אז מען דארף שטימען פאר אים. ער האט געמאכט א גוטן דזשאב און שטימען פאר אים איז הכרת הטוב."

אויף די פראגע אז טראמפ פירט זיך אפטמאל אויף נאריש און שפעט אפ פון אנדערע? "דאס האט נישט מיט פאליטיק, נאר אלס 'עשיר יענה עזות'... דאס איז נישט סיבה נישט צו שטימען פאר אים."

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 1:54 pm
דורך פרישע קוגל
ראש ישיבה'ס ווארדס מעטטער...

מנהלים ווערן געבעטן צו פארמעקן אלע ''ביידן'' אשכולות...

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 2:15 pm
דורך פעיק ניוז
שטארק!

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 2:22 pm
דורך נפש׳ל
נישט פשוט דאס,

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 2:26 pm
דורך בעל מנוחה
אסדר לסעודתא האט געשריבן:"עס איז היינט א סכנה צו דערמאנען דעם אויבערשטנ'ס נאמען אין אמעריקע. כלל ישראל איז נאך קיינמאל נישט געשטאנען אין אזא מצב" זאגט דער ראש ישיבה.

"מען זעט די אנארכיע, עס כאפט א פחד, דעם באשעפער'ס נאמען ווערט פארשוועכט אין א גרויס חלק אמעריקע, רעליגיע און מוסדות ווערן די פיינט, מיר דארפן האבן רחמי שמיים. אויב טראמפ וועט נישט זיגן אין נאוועמבער טויג נישט."

זייער אמת'ע און שטארקע דיבורים

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 2:26 pm
דורך יהלום
פרישע קוגל האט געשריבן:ראש ישיבה'ס ווארדס מעטטער...

מנהלים ווערן געבעטן צו פארמעקן אלע ''ביידן'' אשכולות...

אויב דער מנהלים דארפן אויסמקען וואס די ווילסט ווייס איך נישט אבער....
ראש ישיבה'ס ווארדס מעטטער...
קען זיין אז מען דארף יא אויסמקען

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 2:28 pm
דורך סארקאזי
מדארף חוסם זיין עטליכע ניקים וואס רעדען נאר שלעכטס אויף טראמפ
#ליביע עלערט

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 2:31 pm
דורך יש בו
נו גוט, אז דער ראש ישיבה זאגט דאס מאל ווי מיר, וועלן מיר דאס דאסמאל אנעמען

#ממנו ילמדו וכן יעשו

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 3:48 pm
דורך פרישע קוגל
יהלום האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:ראש ישיבה'ס ווארדס מעטטער...

מנהלים ווערן געבעטן צו פארמעקן אלע ''ביידן'' אשכולות...

אויב דער מנהלים דארפן אויסמקען וואס די ווילסט ווייס איך נישט אבער....
ראש ישיבה'ס ווארדס מעטטער...
קען זיין אז מען דארף יא אויסמקען

די ערשטע מינוט האב איך געמיינט אז די ביסט באמת אויפגערעגט אבער נאכדעם האב איך געכאפט אז איך האב געשריבן דארט אז מ'זאל מעקן די ביידן אשכולות סוי שטומט שוין....

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:08 pm
דורך אסדר לסעודתא
אסדר לסעודתא האט געשריבן:"מען זעט די אנארכיע, עס כאפט א פחד, דעם באשעפער'ס נאמען ווערט פארשוועכט אין א גרויס חלק אמעריקע, רעליגיע און מוסדות ווערן די פיינט, מיר דארפן האבן רחמי שמיים. אויב טראמפ וועט נישט זיגן אין נאוועמבער טויג נישט."

דער ראש ישיבה האלט אז אידן דארפן שטימען פאר טראמפ? "יא, איך האלט אז מען דארף שטימען פאר אים. ער האט געמאכט א גוטן דזשאב און שטימען פאר אים איז הכרת הטוב."

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:18 pm
דורך עזרא
ווען איך הער ווען אזא שטיקל תורה פון א בעל הבית וואלט איך אים אן עצה טובה געגעבן ער זאל זיך ווייניגער אנהערן מיט קאנסערוואטיווע ראדיא געמויזאכץ. אבער פון א ראש ישיבה א גאון, איז עס טאקע א פלא.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:22 pm
דורך איפכא מיסתבר
עזרא האט געשריבן:ווען איך הער ווען אזא שטיקל תורה פון א בעל הבית וואלט איך אים אן עצה טובה געגעבן ער זאל זיך ווייניגער אנהערן מיט קאנסערוואטיווע ראדיא געמויזאכץ. אבער פון א ראש ישיבה א גאון, איז עס טאקע א פלא.

דיין תגובה שמעקט אביסל פון זלזול....

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:23 pm
דורך Haklal
איך שטים פאר טראמפ עניוועי אבער וואס מאכן אונזערע וואטס אויס אין ניו יארק?

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:24 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
מיין רבי זי״ע רביה״ק מ׳סאטמאר וואלט געהאט און אפגעבן שטארקע כבוד פאר אזא ת״ח, אבער ווען איך פרעג אים ווען היינט בנוגע די פרעזידענטליכע וואלן וואלט ער מיר מסתמא געענפערט כ׳זאל ענדערש וואוטן דעמאקראט, און אויספאלגן וואס די עסקנים בעטן.

ביי לאקאלע וואלן, אויף לאקאל א אישו׳ס, איז אסאך מער נוגע און רעלאווענט אויף למעשה דאס וואס הגאון דער ראש הישיבה ברענגט ארויס. אלזא איז מיר שווער, ווי איז דער אינטערוויא׳ער געווען דעמאלטס?

ובזה יצאתי ידי חובתי בנידון הדין.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:27 pm
דורך דייקן
עזרא האט געשריבן:ווען איך הער ווען אזא שטיקל תורה פון א בעל הבית וואלט איך אים אן עצה טובה געגעבן ער זאל זיך ווייניגער אנהערן מיט קאנסערוואטיווע ראדיא געמויזאכץ. אבער פון א ראש ישיבה א גאון, איז עס טאקע א פלא.

א קלוגע וועג צו שרייבען קעגען דער ר"י...
וואלטסטו אזוי געשריבען טאמער איינער פון די סאטמערע רבי'ס וואלטען אזוי געזאגט? יא אדער ניין?
פארשטייט זיך מען קען שרייבען טענות לכאן ולכאן, אבער מיט גרויס כבוד און געמאסטענע ווערטער.
א דאנק.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:30 pm
דורך איפכא מיסתבר
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיין רבי זי״ע רביה״ק מ׳סאטמאר וואלט געהאט און אפגעבן שטארקע כבוד פאר אזא ת״ח, אבער ווען איך פרעג אים ווען היינט בנוגע די פרעזידענטליכע וואלן וואלט ער מיר מסתמא געענפערט כ׳זאל ענדערש וואוטן דעמאקראט, און אויספאלגן וואס די עסקנים בעטן.

ביי לאקאלע וואלן, אויף לאקאל א אישו׳ס, איז אסאך מער נוגע און רעלאווענט אויף למעשה דאס וואס הגאון דער ראש הישיבה ברענגט ארויס. אלזא איז מיר שווער, ווי איז דער אינטערוויא׳ער געווען דעמאלטס?

ובזה יצאתי ידי חובתי בנידון הדין.

דער רבי זי"ע וואלט מסתמא נישט געהייסן וואטן דעמאקראט.... פרעג דיין היינטיגע דעת תורה....

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:38 pm
דורך עזרא
גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:39 pm
דורך טראק דרייווער
עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.


איך הער דיין דעת בעל הבית, יעצט לאמיר צוריק גיין הערן דעם דעת תורה

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 5:05 pm
דורך rutledge
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיין רבי זי״ע רביה״ק מ׳סאטמאר וואלט געהאט און אפגעבן שטארקע כבוד פאר אזא ת״ח, אבער ווען איך פרעג אים ווען היינט בנוגע די פרעזידענטליכע וואלן וואלט ער מיר מסתמא געענפערט כ׳זאל ענדערש וואוטן דעמאקראט, און אויספאלגן וואס די עסקנים בעטן.

ביי לאקאלע וואלן, אויף לאקאל א אישו׳ס, איז אסאך מער נוגע און רעלאווענט אויף למעשה דאס וואס הגאון דער ראש הישיבה ברענגט ארויס. אלזא איז מיר שווער, ווי איז דער אינטערוויא׳ער געווען דעמאלטס?

ובזה יצאתי ידי חובתי בנידון הדין.

דעס נעמער שוין זיכער אן אז סאטמאר רב איז דיין רבי כאטשיג האסט עם קיינמאל געזעהן אבער היות איר פראקלאמירט אזוי זענט איר שוין זיכער בארעכטיגט צו פארשטעלן דיין רבינ׳ס מיינונג אפי אקעגן מיין גרויסן רבין פילידעלפיער ראש ישיבה׳ס מיינונג

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 5:07 pm
דורך נו שוין
אגב, דער ראש ישיבה שליט"א איז א שטארקע אנטי וואקסער.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 5:08 pm
דורך איש מבקש
איך מיין אז דאס איז דער זעלבער ראש ישיבה וואס איז שארף ארויס אקעגן די וואקסינען און כסדר מחזק געווען די אנטי וואקסין געמיינדע. געדענק איך גוט?

האקט

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 5:09 pm
דורך איש מבקש
עס מיינט נישט גארנישט, יעדער מעג האבן זיין דעת תורה, אבער ווער עס וויל אנעמען הגר"ש אלץ זיין רבי, זאל עס אנעמען ביז צו די ענדע

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 5:13 pm
דורך אסדר לסעודתא
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיין רבי זי״ע רביה״ק מ׳סאטמאר וואלט געהאט און אפגעבן שטארקע כבוד פאר אזא ת״ח, אבער ווען איך פרעג אים ווען היינט בנוגע די פרעזידענטליכע וואלן וואלט ער מיר מסתמא געענפערט כ׳זאל ענדערש וואוטן דעמאקראט, און אויספאלגן וואס די עסקנים בעטן.

ביי לאקאלע וואלן, אויף לאקאל א אישו׳ס, איז אסאך מער נוגע און רעלאווענט אויף למעשה דאס וואס הגאון דער ראש הישיבה ברענגט ארויס. אלזא איז מיר שווער, ווי איז דער אינטערוויא׳ער געווען דעמאלטס?

ובזה יצאתי ידי חובתי בנידון הדין.

דער רבי וואלט קיינמאל געהייסן שטימען קעגן אן אמטירנדער פרעזידענט, נישט קיין חילוק די פארטיי.

און לגבי דעמאקראטן ווס. רעפובליקאנער איז שוין היינט אסאך אנדערש פון אמאל. וואס די עסקנים וועלן הייסן וועלן מיר זיך איבערצייגן בקרוב.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 5:13 pm
דורך טראק דרייווער
נו שוין האט געשריבן:אגב, דער ראש ישיבה שליט"א איז א שטארקע אנטי וואקסער.


נו ממילא, ווייל די האלטסט אנדערש איז דיין דעת בעל הבית מכריע?

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 30, 2020 5:21 pm
דורך באקסער בוים
נאך א מזל מ׳האמיר די משפחה מאגאזין אזוי ווייסן מיר וואס די דעת תורה איז..

לענינינו, ווער ס׳וויל וואוטן פאר טראמפ זאל געזונטערהייט וואוטן פאר טראמפ, ווער ס׳וויל וואוטן פאר ביידן זאל וואוטן ביידן, און ווער ס׳וויל באמת נאר וואוטן וואס די דעת תורה פארלאנגט קען אנפרעגן די היימישע דיינים ורבנים וואס פסק׳ענען אונזערע שאלות טאג טעגליך וואס צו טון.