יואל שרייבער האט געשריבן:עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.
עס איז אמת אז רוב דעמאקראטן זענען רעליגיעזע, אבער למעשה זעהט אויס אז די עקסטרעם לינקע האבן יעצט זייער א שטארקע כח אין די דעמאקראטישע פארטיי, און זיי זענען שטארק קעגן רעליגעזע רעכטן וואס איז אונז זייער וויכטיג, אפי' די פון זיי וואס האלטן זיך יא פאר רעליגיעזע האלטן אבער נאכאלץ אז מען קען זיך נישט רעכענען מיט רעליגיעזע רעכטן ווען עס קומט צו נושאים וואס זענען זיי וויכטיג, ווי נארישקייט, עדיוקעישן, וכדומה.
א ראי' צו די שטארקע כח וואס די עקסטרעם לינקע האבן באקומען, אין 2014 האט נאך פעלאסי גענוצט די ראסיסטישע פראזע 'אלל לייווס מעטער', יעצט האבן שוין האלב רעפובליקאנער אינדארסירט 'בלעק לייווס מעטער'.
איך הער וואס דו זאגסט. איך הער בכלל אסאך רעדן דערוועגן אז אויב חלילה זאל עס קומען צו דיסקרימינאציע קעגן אידישקייט קען מען זיך נאר פארלאזן אויף איין זייט פון די פאליטישע ספעקטורם צו קומען אונז צו הילף. ווען אליבא דאמת אבער, די ערשטע פלאץ ווי מיר וואלטן זיך געוואנדען (אין בחינה פון בכל אשר תעשה) איז דווקא צו אזעלעכע ארגענעזאציעס ווי די ACLU און די Southern Poverty Law Center וכדומה. די גרויסע גדולה פון די קאנסערוואטיווע מויל מאכער הייבט זיך אן און ענדיגט זיך בעיקר ווען די רעדע איז פון ריין קריסטליכע ווירדן, גארנישט עפעס וואס אן עהרליכע איד זאל אזוי ארויסקוקן אויף זייער ישועה. (א איד אין גלות אמעריקא האט בכלל נישט וואס צו זיין פרייליך מיט א גרופע וואס פרובירט ארויפצוצווינגען אן עשרת הדברות מאנומעט אויף פאבליק פראפערטי און דערמאנען שם שמים, ווען זיי זענען זייער קלאר און אפען אז זיי מיינען אינגאנצען נישט דעם השם אחד וואס מיט קענען פון שמע ישראל, נאר להבדיל דער שיתוף שם עבודה זרה דערצו). די אמת'דיגע אישוס וואס אונז האבן זיך געפלאגט דערמיט אין די לעצטערע יארן, א שטייגער ווי ברית מילה און חינוך איז די הילף געקומען דווקא פון די לאקאלע פאלאטישנס וואס האבן און גיבן אונז א בלינד אויג אנצוגיין ווייטער מיט אונזער דרך החיים על פי דת תורתינו הק'. טאקע נישט פאר עפעס אנדערע סיבות ווי פאליטיק. אבער אויף דעם איז דאך דא פאליטיק בכלל.
איינס פון די מערסט דערמאנטע אישו וואס ווערט אויפגעברענגט ווען עס קומט צו די סארט וויכוחים איז די לינקע וואס פארלאנגן רעכטן און אנערקענונג פאר אומסטאבילע פושעים. אין א זייט געלייגט דעם ענין חילול השם שבו וואס רבי אביגדור מילער ז"ל האט עוסק געווען דעראין (וואס נישט אלע האבן זיך געטיילט מיט זיין שיטה דענסמאל, און היינט צוטאגס איז עס שוין כמעט אדער אינגאנצען נישט נוגע ווייל אויפן שטים בעלאט איז געוועדליך נישטא איינער וואס שטעלט זיך ארויס דערקעגן. אדרבה, היינט זוכט יעדער מיטצוטאנצן מיטן רוח הזמן), איז זייער שווער צו זעהן וואו עס קען אמאל נוגע זיין אויף למעשה. אויב האט איינער מורא אז מ'וועט אונז חלילה צווינגען פון די לינקע זייט אריינצונעמען א מגיד שיעור אין ישיבה איינער וואס איז א בעל עבירה, סאך פארדעם דארף ווען געשעהן אז מ'זאל ארויפצווינגן א מוחאמד פאר א מלמד און א פרוי אלס א שמש. אויב זאל עס חס ושלום האלטן ביי יקוב הגעזעץ את ההר איז דא סאך גרעסערע שטיינער אין וועג סאך פארדעם. דערמאנען שם שמים און זיך פירן על פי תורה איז נישט אין קיין סכנה און וועט נישט זיין און קיין סכנה און די פאראויסזעהנדע צוקונפט פון איין זייט מער ווי פון די אנדערע זייט.
בלעק לייווס מעטער ווס. אלל לייווס מעטער (אדער בלוי לייווס) איז נישט קיין רעליגיעזע סוגיא. אויב עפעס קענען מיר נאר סאך מער בענעפיטירן פון ראסע גלייכבארעכטיגקייט ווי פון דאס פארקערטע.