בלאט 2 פון 10

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 5:28 pm
דורך שיעלע בהמה
עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.

די שורש פון די לינקע איז מארקסיזעם
און איינס פון די יסודות פון מארקסיזעם איז אז די באגריף פון רעליגיע איז א אויסטרעף פון די רייכע און מאכטפולע

ביי מיר איז קלאר אז די א"ג רעליגיעזע לינקע זענען טיף אינעווייניג פארפוילטע כופרים, עכ"פ אומבאמערקטערהייט (כוויל נישט רעדן פון קיין אידן),
מקען אין די נקודה שטארק מאריך זיין און ווער סהאט אויגן, מיין איך, דארף נישט קיין אריכות

די טאלק-שאויס זענען פיין גערעכט, נאר סאיז סתם א שאד די שברון לב פון די אלע דעמאגאגן, דיין מויל וועט גארנישט אויפטון און ווי סזעהט אויס איז עס א גזירה מן השמים.
כמיין אז די ערליכע אידן האבן אויף וואס צו מתפלל זיין.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 5:56 pm
דורך דממה דקה
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער רבי וואלט קיינמאל געהייסן שטימען קעגן אן אמטירנדער פרעזידענט, נישט קיין חילוק די פארטיי.

פון ווי נעמסטו דאס?

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 6:40 pm
דורך נוסח אשכנז
עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.

איך קען נישט קיין פאליטיק, אבער דא אין ניא יארק (אזוי אויך אין די אנדערע דעמאקראטישע סטעטס) פאר יעדע פראגרעם וואס מען באקומט פון די סטעט פאר די מוסדות דארף מען אינטערשרייבן אז מען גייט נישט דערמאנען שם שמים.
(אן אריינגיין צו מען מעג צו נישט)
העסטעך פרעגן סשטייט דאך קלאר אין די קאנסטיטאשן אז מען טאר נישט געבן אויב נישט?
איז די ענטפער זייער אינטערעסאנט, סעהאט צעך 'פונקט' אויסגעשטעלט אז אין די רויטע סטעטס האט מען די קאנסטיטאשן אנדערש אפגעלערנט און מען געט אלע פראגרעמס אן אינטערשרייבן א ווארט וועגן רעליגיע!
איז דער ראש ישיבה דען נישט גערעכט?

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 6:43 pm
דורך אשריכם ישראל
שטארקע ווערטער פון הגאון רבי שמואל שליט"א מגאוני הדור !

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 6:49 pm
דורך לב בשר
רבי אביגדור מילער האט פיינט געהאט די לינקע וועגן זיי זענען כופרים וכו׳. אנדערע גדולים האבן זיך נישט מתיחס געווען צו די נושא בכלל.
אבער צו זאגן ווי געוויסע ניקס ווילן זאגן אז די רעכטע זענען די זעלבע ווי די לינקע, דעס איז פשוט שקר. פינטל.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:01 pm
דורך אסדר לסעודתא
דממה דקה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער רבי וואלט קיינמאל געהייסן שטימען קעגן אן אמטירנדער פרעזידענט, נישט קיין חילוק די פארטיי.

פון ווי נעמסטו דאס?

איך האב געפרעגט אידן. בימי ניקסאן האט דער רבי געהייסן שטימען פאר ניקסאן.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:02 pm
דורך אסדר לסעודתא
באקסער בוים האט געשריבן:נאך א מזל מ׳האמיר די משפחה מאגאזין אזוי ווייסן מיר וואס די דעת תורה איז..

לענינינו, ווער ס׳וויל וואוטן פאר טראמפ זאל געזונטערהייט וואוטן פאר טראמפ, ווער ס׳וויל וואוטן פאר ביידן זאל וואוטן ביידן, און ווער ס׳וויל באמת נאר וואוטן וואס די דעת תורה פארלאנגט קען אנפרעגן די היימישע דיינים ורבנים וואס פסק׳ענען אונזערע שאלות טאג טעגליך וואס צו טון.

קיינער הייסט נישט פאלגן און קיינער הייסט נישט ליינען.

ס'איז סתם אן אינטערעסאנטע שטיקל נייעס וואס דער גאון האלט אין דעם נושא. נעם עס רואיגער...

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:03 pm
דורך קענטאקי
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער רבי וואלט קיינמאל געהייסן שטימען קעגן אן אמטירנדער פרעזידענט, נישט קיין חילוק די פארטיי.

פון ווי נעמסטו דאס?

איך האב געפרעגט אידן. בימי ניקסאן האט דער רבי געהייסן שטימען פאר ניקסאן.


וואס איז נישט גוט מיט ניקסאן ?

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:04 pm
דורך אסדר לסעודתא
אלעס גוט, נאר ער איז געווען א רעפובליקאנער.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:23 pm
דורך פרישע קוגל
איש מבקש האט געשריבן:איך מיין אז דאס איז דער זעלבער ראש ישיבה וואס איז שארף ארויס אקעגן די וואקסינען און כסדר מחזק געווען די אנטי וואקסין געמיינדע. געדענק איך גוט?

האקט

ביידן שטיצער אלערט...

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:31 pm
דורך דממה דקה
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער רבי וואלט קיינמאל געהייסן שטימען קעגן אן אמטירנדער פרעזידענט, נישט קיין חילוק די פארטיי.

פון ווי נעמסטו דאס?

איך האב געפרעגט אידן. בימי ניקסאן האט דער רבי געהייסן שטימען פאר ניקסאן.

די רבי האט גיהייסן שטימען פאר ניקסאן? ריעלי? און ביי זיין ערשטע טערם האט די רבי געהייסן וואוטען פאר האמפרי?

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:02 pm
דורך אסדר לסעודתא
התאחדות הרבנים בנשיאות האדמו"ר מסאטמאר זי"ע אינדארסירט אמטירנדער רעפובליקאנער פרעזידענט ניקסאן בשנת תשל"ב.

קרעדיט: זארג נישט

זארג נישט האט געשריבן:דאס איז פון דער ניו יארק טיימס (געברענגט פון "זמן") ווי די התאחדות הרבנים אינדארסירט ניקסאן
THE 1972 CAMPAIGN
Oct. 24, 1972

Credit...The New York Times Archives
See the article in its original context from
October 24, 1972, Page 31 Buy Reprints

Seven leaders of Orthodox and Hasidic Jewish groups have praised President Nixon for his “noble efforts in inspiring our country toward a greater commitment of moral values.”

In a telegram to the White House, the spiritual and lay figures supported Mr. Nixon's re‐election, citing his “leadership in stabilizing urban communities by restoring respect for and confidence in our judicial system,” his backing of finandial aid to private and parochial schools and his “effort to bring about a just peace.”

Last week the Central Conference of American Rabbis, a voice of Reform Judaism, issued a statement endorsing neither Mr. Nixon nor Senator George McGovern in the coming election but finding “widespread evidence of gross immorality both in the government and in the current political campaign.”

The Orthodox and Hasidic leaders’ message was signed by Rabbi Martin Berkowitz, executive director of the Central Rabbinical Congress of the U.S.A. and Canada; Rabbi Chaim M. Stauber, secretary of the National Committee of Orthodox Jewish Communities, and five other leaders of congregations and organizations.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:30 pm
דורך והיתם נקיים
קענטאקי האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער רבי וואלט קיינמאל געהייסן שטימען קעגן אן אמטירנדער פרעזידענט, נישט קיין חילוק די פארטיי.

פון ווי נעמסטו דאס?

איך האב געפרעגט אידן. בימי ניקסאן האט דער רבי געהייסן שטימען פאר ניקסאן.


וואס איז נישט גוט מיט ניקסאן ?

כידוע האט דער רבי געזאגט אויף ניקסאן "ער איז א ניקס, ער קען קיין פרעזידענט נישט זיין".

נאכדעם וואס מ'האט אים געכאפט אינעם וואטערגעיט סקאנדאל האט די רבי זי"ע זיך אויסגעדרוקט צו איינעם (איך געדענק נישט דעם נאמען ביטע ווער ס'קען אריינקומען) "איך האב ענק דאך געזאגט אז ער איז א שוטה וואס קען נישט זיין פרעזידענט", האט זיך יענער אנגערופן "ער רעזיגנירט נישט ווייל ער איז א שוטה, נאר פשוט וועגן מ'האט אים געכאפט אינעם סקאנדאל" האט זיך די רבי אנגערופן "ווען ער האט ווען אביסל שכל וואלט מען אים נישט געכאפט..."

ס'קען נאך אלס זיין אז מ'האט געשטימט פאר אים אלס אינקאמבענט, פונקט ווי מ'האט געשטימט אין סאטמאר פאר קארטער אכט יאר שפעטער טראץ די אויפברויז דערצו אין די נישט היימישע גאס.

מער לעצטנס איז אויך געווען ווען האדמו"ר מהר"א האט געשטופט צו שטימען פאר אבאמא אין 2012, און זיינע נומערן זענען טאקע אביסל ארויף אין סאטמאר פון 2008, אבער ער האט עס נאך אלס פארלוירן מיט א לענדסלייד. זעט אויס אז אין קרית יואל קען מען נאר אננעמען א דעת תורה פון קאמינעצקי'ס און מיללער'ס און נישט פון קיין טייטעלבוים'ס, אדער אפשר נאר ווען ס'שמעקט?... ווי יש בו שרייבט
יש בו האט געשריבן:נו גוט, אז דער ראש ישיבה זאגט דאס מאל ווי מיר, וועלן מיר דאס דאסמאל אנעמען

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:48 pm
דורך פעיק ניוז
עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.


גארנישט קעגן דיר פערזענליך, אבער איך ווייס נישט מיט וועלכע מטורפים און מיט וועלכע טינופת דו הערסט זיך אן, אבער איך הער זיך ברוך ה' נישט אן מייט קיינע מטורפים און מיט קיינע טאלק שאו רעדנער, און סאם האו פארשטיי איך גאר גוט וואס דער ראש ישיבה רעדט.

איי געס אז עס זענען דא נאך פלעצער וואו צו טרעפן חכמה, חוץ אויף טאלק שאו'ס..

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm
דורך בעריש'ל
ביידע סאטמארע רביס האבן געהייסן וועלן קלינטאן.

איינער האט דא געשריבן אז מען האט שוין געהערט ״דעת תורה״, אויב דעת תורה האב איך וועם צו הערן.

עס איז מיר א וואונדער פארוואס ער זאגט אז עס איז שווער צו זאגן דעם אייבערשטערס נאמען אין אמעריקא היינט, אין ארץ ישראל איז מען סאך שטרענגער בנוגע ישיבות און קאראנא, אדרבה דא האט דערווייל דער גאווערנמענט פארמאכט די אויגן, זיי קוקן נישט און זוכן נישט.

עס דערמאנט מיר א ווארט פון בען שאפירא, ״קיינער איז נישט קיין העלד פארן ווערן א [נמחק], זיי מאכן זיך אויף אז מען רודעפט זיי, שפעטער איז מען א העלד אזוי ווי א וועטעראן וואס גיבט זיין לעבן״.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:54 pm
דורך אסדר לסעודתא
והיתם נקיים האט געשריבן:ס'קען נאך אלס זיין אז מ'האט געשטימט פאר אים אלס אינקאמבענט, פונקט ווי מ'האט געשטימט אין סאטמאר פאר קארטער אכט יאר שפעטער טראץ די אויפברויז דערצו אין די נישט היימישע גאס.

דאס מיין איך דאך, אלס אמטירנדער פרעזידענט.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 10:40 pm
דורך וואס עפעס?
די עולם כאפט אפשר נישט ווי ווייט מען איז שולדיג אן הכרת הטוב פאר די טראמפ אדמיניסטראציע
אפשר איז די סיבה וויבאלד א טייל מיינען אז די הכרת הטוב איז בלויז צוליב מדינת ישראל

האט איינער מיט געהאלטן די נייעס אז AG באר קלאגט יעצט ראמעפא איבער מאכן שווער פאר אידן
ער האט די זעלבע זאך געטוהן אין ניו דשערזי

איינער געדענקט אז באר איז אראפגעקומען קיין בארא פארק זיצן מיט די היימישע עסקנים ?!

איינער געדענקט וויאזוי די מסיבת חנוכה קוקט אויס די לעצטע פאר יאר מיט פילע אידן - עס איז לאו דווקא די פארטי, איך ברענג ארויס די מציאות אז ב״ה די גאנצע אדמיניסטראציע איז בייהילפיג פאר אחינו בנ״י

אפשר זאגט מיר איינער צו משה מארגערעטן וואלט געקענט ריקן א פינגער ווען אבאמא איז געווען אויפן בענקעל ?!

אפילו אזא ניקי העלי איז א זעלטענע אוהבת ישראל

לב מלאכים ושרים ביד ה׳ אבער מיר האבן א חיוב הכרת הטוב

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 10:49 pm
דורך אסדר לסעודתא
איך געדענק נאך פאר די 2016 וואלן האבן עטליכע געשריגן אז טראמפ וועט זיין בעסער פאר פדיון שבויים ווייל קושנער'ס טאטע איז געזעצן אין תפיסה. איך געדענק נאך אויך וועלכע עסקנים האבן דאס אווועקגעמאכט מיט די אויסרייד אז טראמפ וועט קיינמאל קענען באפרייען א איד ווייל קושנער איז א איד.

גאנץ א שיינע סברא, איך בין נאר נייגעריג אויב יענער גייט יעצט יא שטיצן טראמפ...

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 10:50 pm
דורך פרישע קוגל
וואס עפעס? האט געשריבן:די עולם כאפט אפשר נישט ווי ווייט מען איז שולדיג אן הכרת הטוב פאר די טראמפ אדמיניסטראציע
אפשר איז די סיבה וויבאלד א טייל מיינען אז די הכרת הטוב איז בלויז צוליב מדינת ישראל

האט איינער מיט געהאלטן די נייעס אז AG באר קלאגט יעצט ראמעפא איבער מאכן שווער פאר אידן
ער האט די זעלבע זאך געטוהן אין ניו דשערזי

איינער געדענקט אז באר איז אראפגעקומען קיין בארא פארק זיצן מיט די היימישע עסקנים ?!

איינער געדענקט וויאזוי די מסיבת חנוכה קוקט אויס די לעצטע פאר יאר מיט פילע אידן - עס איז לאו דווקא די פארטי, איך ברענג ארויס די מציאות אז ב״ה די גאנצע אדמיניסטראציע איז בייהילפיג פאר אחינו בנ״י

אפשר זאגט מיר איינער צו משה מארגערעטן וואלט געקענט ריקן א פינגער ווען אבאמא איז געווען אויפן בענקעל ?!

אפילו אזא ניקי העלי איז א זעלטענע אוהבת ישראל

לב מלאכים ושרים ביד ה׳ אבער מיר האבן א חיוב הכרת הטוב

100% ס'איז טאקע א זעלטענהייט

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 10:51 pm
דורך פרישע קוגל
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך געדענק נאך פאר די 2016 וואלן האבן עטליכע געשריגן אז טראמפ וועט זיין בעסער פאר פדיון שבויים ווייל קושנער'ס טאטע איז געזעצן אין תפיסה. איך געדענק נאך אויך וועלכע עסקנים האבן דאס אווועקגעמאכט מיט די אויסרייד אז טראמפ וועט קיינמאל קענען באפרייען א איד ווייל קושנער איז א איד.

גאנץ א שיינע סברא, איך בין נאר נייגעריג אויב יענער גייט יעצט יא שטיצן טראמפ...

אויב רעדסטו פון מיר? יא, איך גיי יא פאר טראמפ, פארקערט ווי אין 2016

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 10:52 pm
דורך אסדר לסעודתא
בעריש'ל האט געשריבן:עס איז מיר א וואונדער פארוואס ער זאגט אז עס איז שווער צו זאגן דעם אייבערשטערס נאמען אין אמעריקא היינט, אין ארץ ישראל איז מען סאך שטרענגער בנוגע ישיבות און קאראנא, אדרבה דא האט דערווייל דער גאווערנמענט פארמאכט די אויגן, זיי קוקן נישט און זוכן נישט.

האסט נישט געליינט די אינטעוויו, אמת?

ווייל ער זאגט דארט קלאר אז ארץ ישראל איז נישט בעסער ווי אמעריקע, און אויך נישט מער פארזיכערט צוליב די אראבערס ארום. ער רעקאמענדירט דירעקט נישט זיך צו ציען קיין ארץ ישראל.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 10:57 pm
דורך KMW
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיין רבי זי״ע רביה״ק מ׳סאטמאר וואלט געהאט און אפגעבן שטארקע כבוד פאר אזא ת״ח, אבער ווען איך פרעג אים ווען היינט בנוגע די פרעזידענטליכע וואלן וואלט ער מיר מסתמא געענפערט כ׳זאל ענדערש וואוטן דעמאקראט, און אויספאלגן וואס די עסקנים בעטן.

ובזה יצאתי ידי חובתי בנידון הדין.


איך מײן עסקנים גײען נישט צו שטארק אן די פרעזידענטליכע, בעיקר נאר די לאקאלע.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 11:01 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
כ׳האב דאס געמיינט. אז דער רבי וואלט בכלל נישט געהאט קיין מיינוג אויף די פרעזידענטליכע וואלן, נאר וואלט ענדערש געבעטן צו פאלגן עסקנים אויף א לאקאלע שטאפל.

עטליכע האבן מיר נישט פארשטאנען, כ׳האב זיך גראדע נישט גוט ארויסגעברעגט.

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 11:12 pm
דורך אסדר לסעודתא
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳האב זיך גראדע נישט גוט ארויסגעברעגט.

:roll: :roll: :roll:

viewtopic.php?p=2314640#p2314640

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2020 11:14 pm
דורך לכאורה
אריין אין בית המדרש פארום..