עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.
עס איז אמת אז רוב דעמאקראטן זענען רעליגיעזע, אבער למעשה זעהט אויס אז די עקסטרעם לינקע האבן יעצט זייער א שטארקע כח אין די דעמאקראטישע פארטיי, און זיי זענען שטארק קעגן רעליגעזע רעכטן וואס איז אונז זייער וויכטיג, אפי' די פון זיי וואס האלטן זיך יא פאר רעליגיעזע האלטן אבער נאכאלץ אז מען קען זיך נישט רעכענען מיט רעליגיעזע רעכטן ווען עס קומט צו נושאים וואס זענען זיי וויכטיג, ווי נארישקייט, עדיוקעישן, וכדומה.
א ראי' צו די שטארקע כח וואס די עקסטרעם לינקע האבן באקומען, אין 2014 האט נאך פעלאסי גענוצט די ראסיסטישע פראזע 'אלל לייווס מעטער', יעצט האבן שוין האלב רעפובליקאנער אינדארסירט 'בלעק לייווס מעטער'.
איך הער וואס דו זאגסט. איך הער בכלל אסאך רעדן דערוועגן אז אויב חלילה זאל עס קומען צו דיסקרימינאציע קעגן אידישקייט קען מען זיך נאר פארלאזן אויף איין זייט פון די פאליטישע ספעקטורם צו קומען אונז צו הילף. ווען אליבא דאמת אבער, די ערשטע פלאץ ווי מיר וואלטן זיך געוואנדען (אין בחינה פון בכל אשר תעשה) איז דווקא צו אזעלעכע ארגענעזאציעס ווי די ACLU און די Southern Poverty Law Center וכדומה. די גרויסע גדולה פון די קאנסערוואטיווע מויל מאכער הייבט זיך אן און ענדיגט זיך בעיקר ווען די רעדע איז פון ריין קריסטליכע ווירדן, גארנישט עפעס וואס אן עהרליכע איד זאל אזוי ארויסקוקן אויף זייער ישועה. (א איד אין גלות אמעריקא האט בכלל נישט וואס צו זיין פרייליך מיט א גרופע וואס פרובירט ארויפצוצווינגען אן עשרת הדברות מאנומעט אויף פאבליק פראפערטי און דערמאנען שם שמים, ווען זיי זענען זייער קלאר און אפען אז זיי מיינען אינגאנצען נישט דעם השם אחד וואס מיט קענען פון שמע ישראל, נאר להבדיל דער שיתוף שם עבודה זרה דערצו). די אמת'דיגע אישוס וואס אונז האבן זיך געפלאגט דערמיט אין די לעצטערע יארן, א שטייגער ווי ברית מילה און חינוך איז די הילף געקומען דווקא פון די לאקאלע פאלאטישנס וואס האבן און גיבן אונז א בלינד אויג אנצוגיין ווייטער מיט אונזער דרך החיים על פי דת תורתינו הק'. טאקע נישט פאר עפעס אנדערע סיבות ווי פאליטיק. אבער אויף דעם איז דאך דא פאליטיק בכלל.
איינס פון די מערסט דערמאנטע אישו וואס ווערט אויפגעברענגט ווען עס קומט צו די סארט וויכוחים איז די לינקע וואס פארלאנגן רעכטן און אנערקענונג פאר אומסטאבילע פושעים. אין א זייט געלייגט דעם ענין חילול השם שבו וואס רבי אביגדור מילער ז"ל האט עוסק געווען דעראין (וואס נישט אלע האבן זיך געטיילט מיט זיין שיטה דענסמאל, און היינט צוטאגס איז עס שוין כמעט אדער אינגאנצען נישט נוגע ווייל אויפן שטים בעלאט איז געוועדליך נישטא איינער וואס שטעלט זיך ארויס דערקעגן. אדרבה, היינט זוכט יעדער מיטצוטאנצן מיטן רוח הזמן), איז זייער שווער צו זעהן וואו עס קען אמאל נוגע זיין אויף למעשה. אויב האט איינער מורא אז מ'וועט אונז חלילה צווינגען פון די לינקע זייט אריינצונעמען א מגיד שיעור אין ישיבה איינער וואס איז א בעל עבירה, סאך פארדעם דארף ווען געשעהן אז מ'זאל ארויפצווינגן א מוחאמד פאר א מלמד און א פרוי אלס א שמש. אויב זאל עס חס ושלום האלטן ביי יקוב הגעזעץ את ההר איז דא סאך גרעסערע שטיינער אין וועג סאך פארדעם. דערמאנען שם שמים און זיך פירן על פי תורה איז נישט אין קיין סכנה און וועט נישט זיין און קיין סכנה און די פאראויסזעהנדע צוקונפט פון איין זייט מער ווי פון די אנדערע זייט.
די ACLU איז גוט ווען מען דיסקרימינירט קעגן א איד ביי די ארבעט וכדו', א זאך וואס איז אפשר וויכטיג אבער נישט קריטיש, זיי גייען זיך שוין היינט זיכער נישט אננעמען פאר א רעליגיעזע אינסטיטוציעס צו קענען מאכן דיסקרימינאציע.
און איה''נ, נארישקייט איז נישט דווקא דער פראבלעם פון וואס איך האב גערעדט, עס איז אז די נייע לינקע גלייבן נישט אין סיי וועלכע ספעציעלע רעליגיעזע רעכט, הן ביים דיסקרימינירן קעגן פרויען אדער נארישקייט, הן ביי עדיוקעישן, און ביי נאך זאכן.
עס איז זיכער אז די קאנסערוואטיווע קריסטן טוען עס נאר מאהבת עצמם, אבער למעשה האבן זיי נישט קיין אנדערע וועג לעת עתה נאר צו קעמפן פאר די רעכטן פון אלע רעליגיעס.
עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.
עס איז אמת אז רוב דעמאקראטן זענען רעליגיעזע, אבער למעשה זעהט אויס אז די עקסטרעם לינקע האבן יעצט זייער א שטארקע כח אין די דעמאקראטישע פארטיי, און זיי זענען שטארק קעגן רעליגעזע רעכטן וואס איז אונז זייער וויכטיג, אפי' די פון זיי וואס האלטן זיך יא פאר רעליגיעזע האלטן אבער נאכאלץ אז מען קען זיך נישט רעכענען מיט רעליגיעזע רעכטן ווען עס קומט צו נושאים וואס זענען זיי וויכטיג, ווי נארישקייט, עדיוקעישן, וכדומה.
א ראי' צו די שטארקע כח וואס די עקסטרעם לינקע האבן באקומען, אין 2014 האט נאך פעלאסי גענוצט די ראסיסטישע פראזע 'אלל לייווס מעטער', יעצט האבן שוין האלב רעפובליקאנער אינדארסירט 'בלעק לייווס מעטער'.
איך הער וואס דו זאגסט. איך הער בכלל אסאך רעדן דערוועגן אז אויב חלילה זאל עס קומען צו דיסקרימינאציע קעגן אידישקייט קען מען זיך נאר פארלאזן אויף איין זייט פון די פאליטישע ספעקטורם צו קומען אונז צו הילף. ווען אליבא דאמת אבער, די ערשטע פלאץ ווי מיר וואלטן זיך געוואנדען (אין בחינה פון בכל אשר תעשה) איז דווקא צו אזעלעכע ארגענעזאציעס ווי די ACLU און די Southern Poverty Law Center וכדומה. די גרויסע גדולה פון די קאנסערוואטיווע מויל מאכער הייבט זיך אן און ענדיגט זיך בעיקר ווען די רעדע איז פון ריין קריסטליכע ווירדן, גארנישט עפעס וואס אן עהרליכע איד זאל אזוי ארויסקוקן אויף זייער ישועה. (א איד אין גלות אמעריקא האט בכלל נישט וואס צו זיין פרייליך מיט א גרופע וואס פרובירט ארויפצוצווינגען אן עשרת הדברות מאנומעט אויף פאבליק פראפערטי און דערמאנען שם שמים, ווען זיי זענען זייער קלאר און אפען אז זיי מיינען אינגאנצען נישט דעם השם אחד וואס מיט קענען פון שמע ישראל, נאר להבדיל דער שיתוף שם עבודה זרה דערצו). די אמת'דיגע אישוס וואס אונז האבן זיך געפלאגט דערמיט אין די לעצטערע יארן, א שטייגער ווי ברית מילה און חינוך איז די הילף געקומען דווקא פון די לאקאלע פאלאטישנס וואס האבן און גיבן אונז א בלינד אויג אנצוגיין ווייטער מיט אונזער דרך החיים על פי דת תורתינו הק'. טאקע נישט פאר עפעס אנדערע סיבות ווי פאליטיק. אבער אויף דעם איז דאך דא פאליטיק בכלל.
איינס פון די מערסט דערמאנטע אישו וואס ווערט אויפגעברענגט ווען עס קומט צו די סארט וויכוחים איז די לינקע וואס פארלאנגן רעכטן און אנערקענונג פאר אומסטאבילע פושעים. אין א זייט געלייגט דעם ענין חילול השם שבו וואס רבי אביגדור מילער ז"ל האט עוסק געווען דעראין (וואס נישט אלע האבן זיך געטיילט מיט זיין שיטה דענסמאל, און היינט צוטאגס איז עס שוין כמעט אדער אינגאנצען נישט נוגע ווייל אויפן שטים בעלאט איז געוועדליך נישטא איינער וואס שטעלט זיך ארויס דערקעגן. אדרבה, היינט זוכט יעדער מיטצוטאנצן מיטן רוח הזמן), איז זייער שווער צו זעהן וואו עס קען אמאל נוגע זיין אויף למעשה. אויב האט איינער מורא אז מ'וועט אונז חלילה צווינגען פון די לינקע זייט אריינצונעמען א מגיד שיעור אין ישיבה איינער וואס איז א בעל עבירה, סאך פארדעם דארף ווען געשעהן אז מ'זאל ארויפצווינגן א מוחאמד פאר א מלמד און א פרוי אלס א שמש. אויב זאל עס חס ושלום האלטן ביי יקוב הגעזעץ את ההר איז דא סאך גרעסערע שטיינער אין וועג סאך פארדעם. דערמאנען שם שמים און זיך פירן על פי תורה איז נישט אין קיין סכנה און וועט נישט זיין און קיין סכנה און די פאראויסזעהנדע צוקונפט פון איין זייט מער ווי פון די אנדערע זייט.
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:פארוואס מאכט מען פון הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א, א צווייטע רבי חיים קניעווסקי?
בכל עת ובכל זמן גייט יעדער שמויגער און זאגט נאך זאכן פון רבי חיים קניעווסקי, מ'פרעגט אים זאכן וואס ער האט נישט קיין שייכת מיט אים און דעם איז מען גורם אז דער שר התורה'ס כבוד און די תורה גופא'ס כבוד ווערט מושפלת עד שאול תחתיה, וכדי בזיון וקצף.
רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א, האט נישט געהאט קיין בעסערע פלאץ וואו צו ליפטערן זיין דעת תורה נאר אין אגלאו אידישן צייטונג דורך אן אינטערוויאו מיט בעסער? גיוו מי עי ברעיק.
פאליט[י]קלי, טראכט וויאזוי דו וואלסט אנגעקוקט די זאך אויב ער וואלט געזאגט "ח"ו טראמפ, מדות מושחתות. נאר ביידן" וכדומה. וואלסטו דאן נישט געשאלט און גע'יובל'ט מיט אים? איך וואלט מסתמא יא, און דערפאר פארגין איך די חברה דא א 'תעלא בעידניה סגיד ליה'.
ס'איז באמת נישט קיין נפקא מינה ווי אזוי איך וואלט עס אנגעקוקט, נעם נישט דעם ר"י און מאך פון אים א קרדום לחפור בו פאר דיינע [זייערע] פאליטישע אנשוואוגען.
ווי שוין ערווענט בין איך נישט דארט געווען קען איך נישט זאגן מיט א ברירת אז מ'האט ארויסגעוועקטש די ווערטער פונעם ר"י, אבער די נוסח וואס ס'איז געשריבן געווארן אינעם אידישן צייטונג' איז ממש קאפי פעיסט פון נוסח National Neview ודומיהן, רעפובליקען טולקינג פוינטס פון די לעצטע וואכן.
בכלל א ראש ישיבה לאזט הערן א דעת תורה ביי א שמועס א קול קורא, וכיוצא בו.
עזרא האט געשריבן:ווען איך הער ווען אזא שטיקל תורה פון א בעל הבית וואלט איך אים אן עצה טובה געגעבן ער זאל זיך ווייניגער אנהערן מיט קאנסערוואטיווע ראדיא געמויזאכץ. אבער פון א ראש ישיבה א גאון, איז עס טאקע א פלא.
א שאד אז ער איז נישט א בעל הבית ווייל אזוי ארום וואלסטו אים געקענט א עצה טובה געבען.
דער פלא איז אויף דיר, האלסט טאקע אז זיין דעת תורה קומט פון געמויזעכץ? אפשר זאגסטו מיר פון ווי קומט דיין דעת.
עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.
טאקע א שאד אז דער ראש ישיבה קוקט נישט נאך וואס PEW האט צו זאגען שטאטס שטיפען די שיטה פון די אויבענדערמאנט מטורפים, ווייל ער וואלט דאך געזעהן דיין אנדערע בילד און זיכער געהאט דיין מיינונג.
נאך א נס אז דו גלייבסט נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויס הערען זייערע טינופות, ווייל וואס וואלטען מיר געטוהן ווען דו גלייבסט ווען יא.
דער ראש ישיבה האט 95 יאר לייזונגען פאר כלל ישראל, און געהאדעוועט געווארען אין א שטוב וואס האט גע'עטעמט א גאנצען טאג אחריות אויף כלל ישראל. האסט א אהנונג ווער הגאון רבי יעקב קאמענעצקי איז געווען? א קרעכץ פון זיין טאטע האט אריין געדרינגען אין אים מער ווי דו וועסט אלץ וויסען און פארשטיין אין דיין גאנץ לעבען. מיינסט אז מען ברענגט אים שמועות מחרידות! אפשר טראגסטו זיך אן צו זיין זיין גבאי און אים ברענגען די ריכטיגע שמועות און נישט וואס די רופסט אן טינופת.
אוודאי מיינסטו נישט דער ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס, מיינסט נאר זיינע השקפות וואס דו וואס פארשטייט בעסער האלסט אנדערש, איך הער. בקיצור האלסט זיך קליגער ווי דער 95 יעריגע ראש ישיבה.
לב בשר האט געשריבן:רבי אביגדור מילער האט פיינט געהאט די לינקע וועגן זיי זענען כופרים וכו׳. אנדערע גדולים האבן זיך נישט מתיחס געווען צו די נושא בכלל. אבער צו זאגן ווי געוויסע ניקס ווילן זאגן אז די רעכטע זענען די זעלבע ווי די לינקע, דעס איז פשוט שקר. פינטל.
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:פארוואס מאכט מען פון הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א, א צווייטע רבי חיים קניעווסקי?
בכל עת ובכל זמן גייט יעדער שמויגער און זאגט נאך זאכן פון רבי חיים קניעווסקי, מ'פרעגט אים זאכן וואס ער האט נישט קיין שייכת מיט אים און דעם איז מען גורם אז דער שר התורה'ס כבוד און די תורה גופא'ס כבוד ווערט מושפלת עד שאול תחתיה, וכדי בזיון וקצף.
רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א, האט נישט געהאט קיין בעסערע פלאץ וואו צו ליפטערן זיין דעת תורה נאר אין אגלאו אידישן צייטונג דורך אן אינטערוויאו מיט בעסער? גיוו מי עי ברעיק.
פאליט[י]קלי, טראכט וויאזוי דו וואלסט אנגעקוקט די זאך אויב ער וואלט געזאגט "ח"ו טראמפ, מדות מושחתות. נאר ביידן" וכדומה. וואלסטו דאן נישט געשאלט און גע'יובל'ט מיט אים? איך וואלט מסתמא יא, און דערפאר פארגין איך די חברה דא א 'תעלא בעידניה סגיד ליה'.
ס'איז באמת נישט קיין נפקא מינה ווי אזוי איך וואלט עס אנגעקוקט, נעם נישט דעם ר"י און מאך פון אים א קרדום לחפור בו פאר דיינע [זייערע] פאליטישע אנשוואוגען.
ווי שוין ערווענט בין איך נישט דארט געווען קען איך נישט זאגן מיט א ברירת אז מ'האט ארויסגעוועקטש די ווערטער פונעם ר"י, אבער די נוסח וואס ס'איז געשריבן געווארן אינעם אידישן צייטונג' איז ממש קאפי פעיסט פון נוסח National Neview ודומיהן, רעפובליקען טולקינג פוינטס פון די לעצטע וואכן.
בכלל א ראש ישיבה לאזט הערן א דעת תורה ביי א שמועס א קול קורא, וכיוצא בו.
עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.
טאקע א שאד אז דער ראש ישיבה קוקט נישט נאך וואס PEW האט צו זאגען שטאטס שטיפען די שיטה פון די אויבענדערמאנט מטורפים, ווייל ער וואלט דאך געזעהן דיין אנדערע בילד און זיכער געהאט דיין מיינונג.
נאך א נס אז דו גלייבסט נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויס הערען זייערע טינופות, ווייל וואס וואלטען מיר געטוהן ווען דו גלייבסט ווען יא.
דער ראש ישיבה האט 95 יאר לייזונגען פאר כלל ישראל, און געהאדעוועט געווארען אין א שטוב וואס האט גע'עטעמט א גאנצען טאג אחריות אויף כלל ישראל. האסט א אהנונג ווער הגאון רבי יעקב קאמענעצקי איז געווען? א קרעכץ פון זיין טאטע האט אריין געדרינגען אין אים מער ווי דו וועסט אלץ וויסען און פארשטיין אין דיין גאנץ לעבען. מיינסט אז מען ברענגט אים שמועות מחרידות! אפשר טראגסטו זיך אן צו זיין זיין גבאי און אים ברענגען די ריכטיגע שמועות און נישט וואס די רופסט אן טינופת.
אוודאי מיינסטו נישט דער ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס, מיינסט נאר זיינע השקפות וואס דו וואס פארשטייט בעסער האלסט אנדערש, איך הער. בקיצור האלסט זיך קליגער ווי דער 95 יעריגע ראש ישיבה.
ר' זארג נישט, א קורצע פראגע: שרייבט מיר א דרעפט פונעם נוסח וואס איר וואלט געשריבן ווען דער זעלבער ראש ישיבה זאגט "אלע אידן זענען מחוייב צו שטימען פאר ביידן"

און אמת'דיג גערעדט, אלץ א ערליכע איד, ווען זיי (רבי אביגדור מיללער און להבח"ל רבי שמואל קאמענעצקי הייסען וואוטען פאר ביידען) וואלט איך ערענסט גענומען נאכאמאל איבער טראכטען מיין השקפה אז אפשר בין איך נישט גערעכט, און איך מיין עס זייער ערענסט. און אפילו אויב איך וואלט ווייטער נישט פארשטאנען וואלט איך ווארשיינליך מקיים געווען דער ועשית ככל אשר יוריך, אפילו על ימין שמאל ועל שמאל ימין, און מבטל געווען את דעתי צו דעת גדולי ישראל.
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:פארוואס מאכט מען פון הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א, א צווייטע רבי חיים קניעווסקי?
בכל עת ובכל זמן גייט יעדער שמויגער און זאגט נאך זאכן פון רבי חיים קניעווסקי, מ'פרעגט אים זאכן וואס ער האט נישט קיין שייכת מיט אים און דעם איז מען גורם אז דער שר התורה'ס כבוד און די תורה גופא'ס כבוד ווערט מושפלת עד שאול תחתיה, וכדי בזיון וקצף.
רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א, האט נישט געהאט קיין בעסערע פלאץ וואו צו ליפטערן זיין דעת תורה נאר אין אגלאו אידישן צייטונג דורך אן אינטערוויאו מיט בעסער? גיוו מי עי ברעיק.
האסט א גרויסע מיסטעיק, ער ענטפערט עס פאר ווער עס פרעגט אים, צו אין שטוב, אין בית המדרש, אדער אויף דער גאס. דא איז נישט געווען דאס ערשטע פלאץ. און יא גדולי ישראל האבען אין די פארגאנגענהייט געגעבען אינטערוויוס. ווען דער איד אינטערוויוט אים זאגט ער דער זעלבע זאך.
איך זעה נישט ווי דער כבוד התורה פון הגאון רבי חיים קנייבסקי ווערט מושפלת. איך זעה אבער יא ווי דער כבוד התורה פון הגאון רבי שמואל קאמענעצקי שליט"א און פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל ווערט יא.
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:פארוואס מאכט מען פון הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א, א צווייטע רבי חיים קניעווסקי?
בכל עת ובכל זמן גייט יעדער שמויגער און זאגט נאך זאכן פון רבי חיים קניעווסקי, מ'פרעגט אים זאכן וואס ער האט נישט קיין שייכת מיט אים און דעם איז מען גורם אז דער שר התורה'ס כבוד און די תורה גופא'ס כבוד ווערט מושפלת עד שאול תחתיה, וכדי בזיון וקצף.
רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א, האט נישט געהאט קיין בעסערע פלאץ וואו צו ליפטערן זיין דעת תורה נאר אין אגלאו אידישן צייטונג דורך אן אינטערוויאו מיט בעסער? גיוו מי עי ברעיק.
איי קען גיוו יאא הא מאטש ברעיקס יאא וואנט אבער דאס איז למעשה וואס ער האט געזאגט... ---------- אה... כזעי יעצט... דיין אינטערשריפט זאגט שוין אלעס...
לולי דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז 'בעסער' האט שוין אויפן וועג צום ר"י געוואוסט וואס ער גייט זאגן, אבער אזוי ווי איך בין נישט דארט געווען קען איך זאגו מיט א ברירת, אבער די נוסח וואס ס'איז געשריבן געווארן אינעם אידישן צייטונג' איז ממש קאפי פעיסט פון נוסח National Neview ודומיהן, רעפובליקען טולקינג פוינטס פון די לעצטע וואכן.
עזרא האט געשריבן:גארנישט קעגן דעם ראש ישיבה פערזענליך חלילה וחס. נאר די געדאנקן אז שם שמים אין א אמעריקא איז אין א סכנה איז די שיטה וואס איז באשאפן געווארן און ווערט ווייטער געשטופט דורך די אויבענדערמאנטע מטורפים. אויב קוקט איר נאך וואס PEW האט צו זאגן איז עס גאר אן אנדערע בילד. אמת טאקע אז א מערהייט נישט רעליגיעזע, איבער דאפעלט, זענען ביי די לינקע. אבער אלעס און איינעם איז עס א מינדערוויכטיגע מיעוט. רוב רובו פון אמעריקא זענען רעליגיעז, אויף ביידע זייטן. אדרבה, טייל גאר גרויסע רעליגיעזע גרופעס זענען אפילו מיינסטענס אויף די בלויע זייט. איך גלייב נישט אז דער ראש ישיבה איז פארנומען אויסהערן זייערע טינופות. נאר פון ערגעץ ברענגט מען אים אזעלעכע שמועות מחרידות.
עס איז אמת אז רוב דעמאקראטן זענען רעליגיעזע, אבער למעשה זעהט אויס אז די עקסטרעם לינקע האבן יעצט זייער א שטארקע כח אין די דעמאקראטישע פארטיי, און זיי זענען שטארק קעגן רעליגעזע רעכטן וואס איז אונז זייער וויכטיג, אפי' די פון זיי וואס האלטן זיך יא פאר רעליגיעזע האלטן אבער נאכאלץ אז מען קען זיך נישט רעכענען מיט רעליגיעזע רעכטן ווען עס קומט צו נושאים וואס זענען זיי וויכטיג, ווי נארישקייט, עדיוקעישן, וכדומה.
א ראי' צו די שטארקע כח וואס די עקסטרעם לינקע האבן באקומען, אין 2014 האט נאך פעלאסי גענוצט די ראסיסטישע פראזע 'אלל לייווס מעטער', יעצט האבן שוין האלב רעפובליקאנער אינדארסירט 'בלעק לייווס מעטער'.
איך הער וואס דו זאגסט. איך הער בכלל אסאך רעדן דערוועגן אז אויב חלילה זאל עס קומען צו דיסקרימינאציע קעגן אידישקייט קען מען זיך נאר פארלאזן אויף איין זייט פון די פאליטישע ספעקטורם צו קומען אונז צו הילף. ווען אליבא דאמת אבער, די ערשטע פלאץ ווי מיר וואלטן זיך געוואנדען (אין בחינה פון בכל אשר תעשה) איז דווקא צו אזעלעכע ארגענעזאציעס ווי די ACLU און די Southern Poverty Law Center וכדומה. די גרויסע גדולה פון די קאנסערוואטיווע מויל מאכער הייבט זיך אן און ענדיגט זיך בעיקר ווען די רעדע איז פון ריין קריסטליכע ווירדן, גארנישט עפעס וואס אן עהרליכע איד זאל אזוי ארויסקוקן אויף זייער ישועה. (א איד אין גלות אמעריקא האט בכלל נישט וואס צו זיין פרייליך מיט א גרופע וואס פרובירט ארויפצוצווינגען אן עשרת הדברות מאנומעט אויף פאבליק פראפערטי און דערמאנען שם שמים, ווען זיי זענען זייער קלאר און אפען אז זיי מיינען אינגאנצען נישט דעם השם אחד וואס מיט קענען פון שמע ישראל, נאר להבדיל דער שיתוף שם עבודה זרה דערצו). די אמת'דיגע אישוס וואס אונז האבן זיך געפלאגט דערמיט אין די לעצטערע יארן, א שטייגער ווי ברית מילה און חינוך איז די הילף געקומען דווקא פון די לאקאלע פאלאטישנס וואס האבן און גיבן אונז א בלינד אויג אנצוגיין ווייטער מיט אונזער דרך החיים על פי דת תורתינו הק'. טאקע נישט פאר עפעס אנדערע סיבות ווי פאליטיק. אבער אויף דעם איז דאך דא פאליטיק בכלל.
איינס פון די מערסט דערמאנטע אישו וואס ווערט אויפגעברענגט ווען עס קומט צו די סארט וויכוחים איז די לינקע וואס פארלאנגן רעכטן און אנערקענונג פאר אומסטאבילע פושעים. אין א זייט געלייגט דעם ענין חילול השם שבו וואס רבי אביגדור מילער ז"ל האט עוסק געווען דעראין (וואס נישט אלע האבן זיך געטיילט מיט זיין שיטה דענסמאל, און היינט צוטאגס איז עס שוין כמעט אדער אינגאנצען נישט נוגע ווייל אויפן שטים בעלאט איז געוועדליך נישטא איינער וואס שטעלט זיך ארויס דערקעגן. אדרבה, היינט זוכט יעדער מיטצוטאנצן מיטן רוח הזמן), איז זייער שווער צו זעהן וואו עס קען אמאל נוגע זיין אויף למעשה. אויב האט איינער מורא אז מ'וועט אונז חלילה צווינגען פון די לינקע זייט אריינצונעמען א מגיד שיעור אין ישיבה איינער וואס איז א בעל עבירה, סאך פארדעם דארף ווען געשעהן אז מ'זאל ארויפצווינגן א מוחאמד פאר א מלמד און א פרוי אלס א שמש. אויב זאל עס חס ושלום האלטן ביי יקוב הגעזעץ את ההר איז דא סאך גרעסערע שטיינער אין וועג סאך פארדעם. דערמאנען שם שמים און זיך פירן על פי תורה איז נישט אין קיין סכנה און וועט נישט זיין און קיין סכנה און די פאראויסזעהנדע צוקונפט פון איין זייט מער ווי פון די אנדערע זייט.
ס'איז בכלל נישט קיין באמבשעל, ווי די אנגלא-אידישע פרעסע לייגט עס אראפ. דער גאון האט שוין אין 2016 אינדארסירט טראמפ און ער האט געזאגט אז הילערי איז נישט ארענטליך. https://matzav.com/rav-shmuel-kamenetsk ... ald-trump/ און האט דאן געגעבן אן אינטערוויו פאר יתד נאמן דערוועגן.
פאר סאטמערער חסידים איז אויך כדאי צו וויסן אז ער האט גערופן צו שטימען אין די WZO וואלן - וואס טייל פון זייערע האבן געשריגן אז עס איז ערגער פון די בחירות.
איךביןעס האט געשריבן:ס'איז בכלל נישט קיין באמבשעל, ווי די אנגלא-אידישע פרעסע לייגט עס אראפ. דער גאון האט שוין אין 2016 אינדארסירט טראמפ און ער האט געזאגט אז הילערי איז נישט ארענטליך. https://matzav.com/rav-shmuel-kamenetsk ... ald-trump/ און האט דאן געגעבן אן אינטערוויו פאר יתד נאמן דערוועגן.
פאר סאטמערער חסידים איז אויך כדאי צו וויסן אז ער האט גערופן צו שטימען אין די WZO וואלן - וואס טייל פון זייערע האבן געשריגן אז עס איז ערגער פון די בחירות.
און די WZO וואלן ביזטו גערעכט אז ער איז געגאנגען לשיטתו פון די אגודה, אז מען מעג דזוינען WZO לפנים כדי אויף צוטוהן און ראטעווען, די זעלבע ווי ביי אים גיין צו די בחירות.
מיר האבען אים טאקע נישט געפאלגט, און געפאלגט די גדולי ישראל וואס האבען געהאלטען אנדערש.
דא אבער האט עס נישט קיין כי הוא זה מיט סאטמאר אדער נישט סאטמאר, און קענסט מיר נישט זאגען אז סאטמארער רבי זי"ע וואלט געהייסען וואוטען פאר ביידען, פינטל.
צו זאגען אז ער איז דא לשיטתו און עס שטימט נישט מיט סאטמאר איז נישט ריכטיג.
וואס עפעס? האט געשריבן:די עולם כאפט אפשר נישט ווי ווייט מען איז שולדיג אן הכרת הטוב פאר די טראמפ אדמיניסטראציע אפשר איז די סיבה וויבאלד א טייל מיינען אז די הכרת הטוב איז בלויז צוליב מדינת ישראל
האט איינער מיט געהאלטן די נייעס אז AG באר קלאגט יעצט ראמעפא איבער מאכן שווער פאר אידן ער האט די זעלבע זאך געטוהן אין ניו דשערזי
איינער געדענקט אז באר איז אראפגעקומען קיין בארא פארק זיצן מיט די היימישע עסקנים ?!
איינער געדענקט וויאזוי די מסיבת חנוכה קוקט אויס די לעצטע פאר יאר מיט פילע אידן - עס איז לאו דווקא די פארטי, איך ברענג ארויס די מציאות אז ב״ה די גאנצע אדמיניסטראציע איז בייהילפיג פאר אחינו בנ״י
אפשר זאגט מיר איינער צו משה מארגערעטן וואלט געקענט ריקן א פינגער ווען אבאמא איז געווען אויפן בענקעל ?!
אפילו אזא ניקי העלי איז א זעלטענע אוהבת ישראל
לב מלאכים ושרים ביד ה׳ אבער מיר האבן א חיוב הכרת הטוב
אבער ווילאנג מ'וועט אונז פרעדיגן אז די רעכטע זענען אנטיסעמיטן, און די לינקע וועט אונז ראטעווען וועל מיר אזוי אויסקוקען
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:פארוואס מאכט מען פון הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א, א צווייטע רבי חיים קניעווסקי?
בכל עת ובכל זמן גייט יעדער שמויגער און זאגט נאך זאכן פון רבי חיים קניעווסקי, מ'פרעגט אים זאכן וואס ער האט נישט קיין שייכת מיט אים און דעם איז מען גורם אז דער שר התורה'ס כבוד און די תורה גופא'ס כבוד ווערט מושפלת עד שאול תחתיה, וכדי בזיון וקצף.
רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א, האט נישט געהאט קיין בעסערע פלאץ וואו צו ליפטערן זיין דעת תורה נאר אין אגלאו אידישן צייטונג דורך אן אינטערוויאו מיט בעסער? גיוו מי עי ברעיק.
פאליט[י]קלי, טראכט וויאזוי דו וואלסט אנגעקוקט די זאך אויב ער וואלט געזאגט "ח"ו טראמפ, מדות מושחתות. נאר ביידן" וכדומה. וואלסטו דאן נישט געשאלט און גע'יובל'ט מיט אים? איך וואלט מסתמא יא, און דערפאר פארגין איך די חברה דא א 'תעלא בעידניה סגיד ליה'.
ואגב, אייער טענה אויף די מדות מושחתות פון טראמפ איז זייער א שטארקע טענה און די שטערקסטע טענה נישט צו וואוטען פאר טראמפ און איך מאך עס נישט אוועק, אבער אינעם יעצטיגען מצב איז לדעתי הקלושה וואס שטימט גראדע מיט די דעת גדולי ישראל וועגט די אלע אנדערע סיבות שטארק איבער.
ובנוגע רביה"ק מסאטמאר זי"ע מיט ניקסאן, וואס מ'זאגט אז ער האט געלאזט פאלן ווערטער אויף אים, ס'איז אמת, וכן שמעתי מכמה זקני תלמידיו, אבער לענ''ד איז עס געווען א פנימיות'דיגע רבי'שער ענין, נאכדעם וואס ער האט געראטעוועט מדינת ישראל פון אינטערגאנג, וואס רבינו האט געהאלטן אז ווען נישט אים' און די מדינה האט א נידערלאגע וואלט שוין געווען די גאולה, כידוע פאר די וואס האבן זיך געדרייט ביים רבי'ן אין שטוב יענע צייט.
און די גאנצע אימפיטשמענט האט אויך די רבי אנגעווערטשאפט בכח קדושתו ווי באקאנט האט די רבי אין יענע טעג אסאך מיטן אוהב ישראל אז די צדיקים בימי ניסן טוישן ארום די שרי האומות, ואין מקום אייועלט להאריך בכל אלה.