הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

יואל שרייבער האט געשריבן:עס זענען דא צוויי נקודות לכאורה, עס איז דא שטיצן טראמפ, אדער די קאנסערוואטיוון, און עס איז דא דאס האלטן אז לויטן יעצטיגן מצב איז וויכטיג אז קאנסערוואטיוון זאלן האבן א כח כדי אונז זאל מיר קענען בלייבן אידן.

נעם צום ביישפיל יונה כהן, מסתמא דער שטערקסטער אנטי טראמפסטער ביי היימישע אידן, ער זאגט אויך אז עס איז זייער וויכטיג צו האבן קאנסערוואטיווע דזשאדזשעס, ער האלט אבער אז טראמפ שאדט נאר פאר די קאנסערוואטיווע כח אין די לאנג טוירם.

חסיד'ישע אידן זענען פאר טראמפ פאר איין איינציגע סיבה: די פארטיי אין וועלכע ער איז געלאפן/לויפט.

איינער וואס קען אביסל די נאציאנאלע עלעקטאראלע היסטאריע און די פּרי-וואלן מקוה היסטעריע פון מעין-סטריעם חסידי'שן אידענטום אין אמעריקע, פארשטייט אז די זעלבע שרעק וואס איז געווען מיט א גאור געווינס בשעתו, א קערי געווינס בשעתו, אן אבאמא געווינס בשעתו, און א קלינטאן געווינס בשעתה וואלט געווען מיט א טראמפ געווינס בשעתו ווען ער זאל ווען לויפן אלס דעמאקראט.

וועגן יונה כהן, ער זאגט טאקע אז טראמפ קען שאטן פאר די קאנסערוואטיווע באוועגונג וואס קען אריינברענגען ליבעראלע ריכטער און אז דאס איז א פראבלעם, אבער פון די אנדערע זייט האב איך שוין געהערט פון אים מער ווי איינמאל אז ליבעראלע ריכטער האבן היסטאריש ענדערש באשיצט אונזערע רעליגיעזע רעכטן ווי קאנסערוואטיווע ריכטער.

אלזא, אדער שפילט ער מיט אונזערע קאנסערוואטיוון צו פארמיאוס'ן טראמפ אין זייערע אויגן פון א קאנסערוואטיווע שטאנדפונקט, אדער קען טאקע זיין אז ער האלט אז צו לינק איז אויך נישט גוט - זיין יארגאנג לאזט אים פארט נישט זיין צו לינק...

אזוי צו אזוי איז ער זיכער אסאך קלוגער, פארשטענדליכער, און מער באזעסן ווי מייסטנס אינגעלייט, און וועגן דעם איז ער נישט פארכאפט אין פוסטע רעכטע דעמאגאגיע. ער איז אבער פארט א חסידי'שע איד (און אויב איך מעג צולייגן אן אגודיסט) וואס וועט בדעת בעל הבית נישט זיין צו לינק און גאר רעכט אויף געוויסע אישוס (ווי למשל די דיעל מיט איראן).
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

זארג נישט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און אויב איז דא א דיפרענס, איז עס אז טראמפ שטערקער ביי גרעבערע אידן ווי ביי איידעלערע אידן.

איך מיין אז האסט עס משה קאפויער.

אלע וואס איך קען וואס שטעלען זיך ארויס פאר די לינקע און זענען זיך גרייט צו טענה'ן דערויף אין פאבליק (ווי אין בית המדרש וכו') האבען א ווילדע שטריך אין זיך. איידעלעהייט האב איך נאך קיינמאל געזעהן איינעם אראפ לייגען זיין שטיצע פאר די לינקע און מסביר זיין פארוואס זיי זענען נישט אזוי געפערליך און אז די רעכטע זענען מער געפערליך אדער עט ליעסט די זעלבע.

דער טעם דערפאר קען אפשר זיין ווייל זיי שלאגען זיך בארג ארויף און קעגען דער שכל הישר פון רוב מענטשען, אבער למעשה זענען נאר די ווילדע און איפכא מסברא'ניקעס גרייט דערויף.

דאס איז נישט צו זאגען אז יעדער אנטי טראמפער איז נישט איידעל. ח"ו, דאס זאג איך נישט. איך זאג עס דייקא אויף די וואס זענען "פרא" ליבעראלען און מיטען גראבען פינגער מאכען זיי אוועק די טענות אויף די לינקע און פראבירען מיט אלע כוחות אראפ צו רייסען די רעכטע.

יא, איידעלע מענטשן קענען זיין אנטי טראמפערס און אויך פרא טראמפערס, אבער פרא ליבעראלען און אנטי רעכט וועסטו שווער טרעפען ביי איידעלע מענטשן.

איך האב גערעדט פון איידל ווס גראב, דהיינו בין אדם למקום, נישט בין אדם לחבירו.

נישט אז אין בין אדם לחבירו זעה איך יא א חילוק, עס איז דא איידעלע און ווילדע אויף ביידע זייטן.
---------

איך רעד נישט נאר פון פראסטערע, אפגעפארענע און ארגער, פון אונזער געמיינדע זענען אויך רעפאליקאנער.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

עזרא האט געשריבן:ווען איך הער ווען אזא שטיקל תורה פון א בעל הבית וואלט איך אים אן עצה טובה געגעבן ער זאל זיך ווייניגער אנהערן מיט קאנסערוואטיווע ראדיא געמויזאכץ. אבער פון א ראש ישיבה א גאון, איז עס טאקע א פלא.

צל עובר האט געשריבן:און אויב איז דא א דיפרענס, איז עס אז טראמפ שטערקער ביי גרעבערע אידן ווי ביי איידעלערע אידן.

אינטערסאנט... ווייל דא אויף אייוועלט זענען די מערסטע אויסגעקאכטע - פאליטיק - שרייבערס, דעמאקראטן. און אפאר תגובות אראפציר איז מען מסביר אז דער עולם וואס האלט אז די רופאבליקען זענען בעסער, זענען נישט אינפארמירט....

און איך גלייב אז צו קענען און אראפברענגן אלע נייעסער און פאולס, קומט נישט פון לערנען אסאך גמ' וכו', און דא ווארפט מען גאר פאר פאר די וואס קענען "נישט" די פאליטיק, אז "זיי" הערן די קאנסערוואטיווע ראדיא געמויזאכץ.... און זיי זענען די גרעבערע אידן.....

אינטערסאנט.....
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

חלילה, חלילה, עס איז דא אסאך דערהויבענע אידן וואס שטיצן טראמפ. און אויך נישט דערהויבענע וואס שטיצן אים נישט.

איך זאג נישט אז נישט וועגן זייער דערהויבנקייט שטיצן זיי טראמפ, נאר צוליב עפעס אנדערש, והא ראי', אז ביי ווייניגער דערהויבענע אידן איז ער פונקט אזוי שטארק.

עניוועי, טראמפ זעהט אויס האט אנגעהויבן צו לויפן מער אויף רעליגיע, קען זיין אז ער ליינט דא, קען זיין ווייל עפעס אנדערש האט ער זיכער נישט יעצט.
In Ohio remarks just now, Trump says Biden will "hurt the Bible, hurt God."

Then he says: "He's against God."
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:וועגן זיי לאזן נישט זיין ערליך? וועגן דעם האט די-בלאזיאו געפייט מ'זאל לאזן מאכן מציצה בפה?

קודם כל. אין מביאים ראי' מן השוטים

צווייטענס זאגטסו אזוי. די קאנסערוואטיווע האבן געשטערט מציצה בפה און חינוך אבער דיבלאזיא וואס איז א ליבעראל און קאומאו כאטש וואס ער איז נישט קיין עכטער ליבעראל האט זיך געבראכן צו די דרוק וואס די ארכי ליבעראלן האבן געלייגט און פרובירט צו העלפן קעגן די גזירות
שטימט?

והיתם נקיים האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:אגב. די רעפאבליקאנער לאזן זיין ערליך (אפילו ער האט דיך פיינט) און די דעמאקראטען לאזן נישט (חוץ דעם וואס ער האט דיך פיינט)
דוַ קריגסט אויף דעם?

יא.

זיי מסביר
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן:
איך רעד נישט נאר פון פראסטערע, אפגעפארענע און ארגער, פון אונזער געמיינדע זענען אויך רעפאליקאנער.

איך קען אפגעפארענע פון אונזער געמיינדע וואס זענען גרויסע ליבעראלע פלוידערער אויף טוויטער.

ס'איז פארהאן לכאורה מער היימישע אפגעפארענע (נישט מתחילה מאדערענע) וואס זענען דעמאקראטן ווי איידער רעפובליקאנער. איך וויל נישט ברענגען דא קיין נעמען, אבער קוק אביסל אויף די סאציאלע מידיע וואס קומט פאר.

נישט אז עס איז א ראיה לכאן ולכאן, ווייל לענ"ד האט נישט א פאליטישע שיטה קיין שייכות מיט אידישקייט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

תגובה דורך זארג נישט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

זייער גוט געזאגט אז א פאליטישע שיטה האט נישט קיין שייכות מיט אידישקייט.

דער שאלה איז נאר (און דאס איז דער תוצאה פונעם אשכול), וואס זאגט אידישקייט? פאר וועליכע פאליטשע פארטיי הייסט אידישקייט וואוטען לאקאל און נעשינעלי "דאס מאל"?

און אויף וואס זאגט אידישקייט דארט ווי עס איז דא א גרויסע צומישעניש, דארפען מיר הערען (צוהערען) וואס די גדולי ישראל (דעת תורה) האט צו זאגען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ציון »

לעצט פארראכטן דורך אוהב ציון אום פרייטאג אוגוסט 07, 2020 3:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מייקל סעוועזש רעדט פון די אינדארסמענט.

ער האלט אויך די שיטה אז ארטאדאקסישע אידן שטיצן טראמפ וועגן די רעליגיע.
עזרא
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:57 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עזרא »

Rabbi Jonathan Sacks: ‘I’m Afraid American Jewry Is Making A Big, Big, Big Mistake’ For Injecting Themselves In Politics

LONDON (JTA) – American Jewish rabbis are erring by endorsing — and opposing — President Donald Trump, according to Jonathan Sacks, the former chief rabbi of Great Britain who said he has always studiously avoided showing an affinity for any particular candidate.

In a Jewish Telegraphic Agency interview, Sacks, who was chief rabbi from 1991 to 2013, said that even as he grew close and provided advice to political leaders of many stripes, he never endorsed any or allowed rabbis under his supervision to engage in political advocacy or electioneering.

“I can see that that is not the case in America. And I’m afraid American Jewry is making a big, big, big mistake,” Sacks said. “This is not a small thing. It’s a very, very big thing.”

Sacks made the comments in response to a question about Shmuel Kamenetsky, an influential haredi Orthodox rabbi who recently said that Jews should vote to reelect Trump out of gratitude. Another Orthodox rabbi, Aryeh Spero, blessed Trump and his reelection campaign this week at the Republican National Convention.

On the left, rabbis frequently wade into partisan political issues and even argue for specific political candidates in their personal capacity. (U.S. nonprofits, including houses of worship, face penalties if they engage in prohibited political activity as organizations.)

The consequence of blurring the line between politics and Judaism can be significant, Sacks said.

“You mix religion and politics, you get terrible politics and even worse religion,” he said, adding later, “I’m afraid I have absolutely not the slightest shred of sympathy for anyone who, as a rabbi, tells people how to vote.”

(נישט אז דער ענגלישער הויפט רב קומט עפעס צו לקרסוליו פון רבי שמואל קאמינעצקי בכלל. אבער פאר פערספעקטיוו אויס איז עס זייער רעלעווענט)
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ווען א גדול בישראל זאגט פלעין א סטעיטמענט איז עס ווייט ווייט פון זיך אריינלייגן אין פאליטיק
וכלשונו injecting
שולדיג דערין זענען די צייטונגען און מאגאזינען וואס ברענגען עס צו די נעקסט לעוועל וואס קומט נכדעם אן צום גוי
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

ער מיינט זיכער צו זאגען אז אויב ביידען וועט געווינען וועלען זיך די דעמעקראטען אפרעכענען מיט די אידען ח"ו, און ער פון זיין שטאנדפונקט וואס ער זעהט ביידען געווינען ציטערט דערפאר. און אפשר איז ער גערעכט.

אבער לאמער טאקע זעהן צו ער איז גערעכט. אויב טראמפ געווינט ווייסען מיר שוין וויאזוי ער וועט פירען, און דאס איז אריין צו שטעלען קאנסורוואטיווע דזאדזעס וכו' וכו' וואס איז זייער וויכטיג פאר אידען און אידישקייט, און פארקערט איז א גרויסע סכנה, א סאך גרעסערע סכנה ווי דאס אז די דעמעקראטען וועלען זיך מיט אונז אפרעכענען. לאידך גיסא, דאס אז די דעמעקראטען וועלען זיך נוקם זיין איז נישט זיכער, ווייל עס איז דא נאך א עלעקשן אין 2024 און זיי וועלען וועלען אונזער וואוט דעמאלט. אבער א חורבן וועלען זיי זיכער אין די פיר יאר מאכען. איז אויב אזוי ברי ושמא איז ברי עדיף.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

עזרא האט געשריבן:Rabbi Jonathan Sacks:

דאכצעך אז ער איז אינגאנצן אפגעפרעגט ביי ערליכע אידן נאך געוויסע קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס זיינע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

הענדימען האט געשריבן:
עזרא האט געשריבן:Rabbi Jonathan Sacks:

דאכצעך אז ער איז אינגאנצן אפגעפרעגט ביי ערליכע אידן נאך געוויסע קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס זיינע

וואס א חילוק?.. אויב ביסטו א דעמאקראט פארשטייסטו אליינס אז די ראבייס דזשאב איז צו קאנפערמען דיין אויסקוק אויף די וועלט און צו געבן א בלעסינג פאר דיינע דעסידזשנס..
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
עזרא האט געשריבן:Rabbi Jonathan Sacks:

דאכצעך אז ער איז אינגאנצן אפגעפרעגט ביי ערליכע אידן נאך געוויסע קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס זיינע

וואס א חילוק?.. אויב ביסטו א דעמאקראט פארשטייסטו אליינס אז די ראבייס דזשאב איז צו קאנפערמען דיין אויסקוק אויף די וועלט און צו געבן א בלעסינג פאר דיינע דעסידזשנס..

יענץ געלעכטער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הרה"צ ר' יהודה לעווין אב"ד מבקשי ה' פון פלעטבוש, מגדולי תלמידי הגאון ר' אביגדור מילער זצ"ל און בארימטער עסקן קעגן חוקי רציחה און נאך, האלט אפ א פראטעסט פארנט פון די הויז פון דזשאו ביידן.

It's a sin to vote for Joe Biden
אטעטשמענטס
20201021_100911.jpg
20201021_100911.jpg (184.19 KiB) געזען 785 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

פארוואס טוט ער דאס?
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

צוקער וואסער האט געשריבן:פארוואס טוט ער דאס?

ווייל ווי באקאנט ווי מער אידן מיט היט און רעקל ווערן געזען אין די נייעס און אין פאליטיק, אלץ מער האפענונג איז דא אז מיר וועלן ווייטער רואיג אין גלות ביז משיח'ס טאג...
טישלער איז נישט דארט געווען?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צוקער וואסער האט געשריבן:פארוואס טוט ער דאס?

ער איז שוין א יארן לאנגע לוחם קעגן ליבעראלע געזעצן וכדו', ע"פ שיטת רבו ר' אביגדור זצ"ל.

ער איז גראדע אויך געשטיצט געווארן דורך דעבריצינער רב, קאשוי רב, ר' אברהם לייטנער ועוד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זיין פראטעסט איז דירעקט קעגן חוקי רציחה, ווי געזען אויף די אנדערע סיינס וואס כ'האב געדארפט אראפשניידן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ער קען אויסדריקן זיין מיינונג בנוגע חוקי רציחה, אבער פארוואס קאמפיינען פארנט פון זיין נאז נישט צו שטימען פאר אים?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:פארוואס טוט ער דאס?

ער איז שוין א יארן לאנגע לוחם קעגן ליבעראלע געזעצן וכדו', ע"פ שיטת רבו ר' אביגדור זצ"ל.

ער איז גראדע אויך געשטיצט געווארן דורך דעבריצינער רב, קאשוי רב, ר' אברהם לייטנער ועוד.

איז דען דא אין די פארמעסט א קאנדידאט וואס איז קעגן די חוקים?

ר' אביגדור און די אנדערע זצ"ל וואלטן קיינמאל נישט געשטיצט קיין איין קאנדידאט אין דעם פארמעסט, און דערפאר וואלט איך נישט געזאגט אז דאס ארויספוינטן קעגן איין קאנדידאט סעפעציפיש האט סיי וועלכע שייכות מיט די צדיקים הקודמים זצ"ל.

אויסער דעם וואס פראטעסטירן קעגן דעם דארף גארנישט האבן צו טוהן מיט די וואלן.

אויב פאר די וואלן דארף מען קאמפיינען צווישן מענטשן אז זיי זאלן נישט שטימען פאר אים, פראטעסטירן דארף מען אייביג.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

והיתם נקיים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:פארוואס טוט ער דאס?

ער איז שוין א יארן לאנגע לוחם קעגן ליבעראלע געזעצן וכדו', ע"פ שיטת רבו ר' אביגדור זצ"ל.

ער איז גראדע אויך געשטיצט געווארן דורך דעבריצינער רב, קאשוי רב, ר' אברהם לייטנער ועוד.

איז דען דא אין די פארמעסט א קאנדידאט וואס איז קעגן די חוקים?

טראמפ איז קעגן חוקי רציחה.
ר' אביגדור און די אנדערע זצ"ל וואלטן קיינמאל נישט געשטיצט קיין איין קאנדידאט אין דעם פארמעסט, און דערפאר וואלט איך נישט געזאגט אז דאס ארויספוינטן קעגן איין קאנדידאט סעפעציפיש האט סיי וועלכע שייכות מיט די צדיקים הקודמים זצ"ל.

אויסער דעם וואס פראטעסטירן קעגן דעם דארף גארנישט האבן צו טוהן מיט די וואלן.

אויב פאר די וואלן דארף מען קאמפיינען צווישן מענטשן אז זיי זאלן נישט שטימען פאר אים, פראטעסטירן דארף מען אייביג.

ריכטיג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

ר' אביגדור איז געווען קלוגער פון מאכן אזא פראטעסט. קאררעקט מי איף איי עם ראנג. איז בימיו געווען עפעס ענליך מיט זיין צושטימונג?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: הגר"ש קאמינעצקי: יעדער איד דארף שטימען פאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

והיתם נקיים האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:עס זענען דא צוויי נקודות לכאורה, עס איז דא שטיצן טראמפ, אדער די קאנסערוואטיוון, און עס איז דא דאס האלטן אז לויטן יעצטיגן מצב איז וויכטיג אז קאנסערוואטיוון זאלן האבן א כח כדי אונז זאל מיר קענען בלייבן אידן.

נעם צום ביישפיל יונה כהן, מסתמא דער שטערקסטער אנטי טראמפסטער ביי היימישע אידן, ער זאגט אויך אז עס איז זייער וויכטיג צו האבן קאנסערוואטיווע דזשאדזשעס, ער האלט אבער אז טראמפ שאדט נאר פאר די קאנסערוואטיווע כח אין די לאנג טוירם.

חסיד'ישע אידן זענען פאר טראמפ פאר איין איינציגע סיבה: די פארטיי אין וועלכע ער איז געלאפן/לויפט.

איינער וואס קען אביסל די נאציאנאלע עלעקטאראלע היסטאריע און די פּרי-וואלן מקוה היסטעריע פון מעין-סטריעם חסידי'שן אידענטום אין אמעריקע, פארשטייט אז די זעלבע שרעק וואס איז געווען מיט א גאור געווינס בשעתו, א קערי געווינס בשעתו, אן אבאמא געווינס בשעתו, און א קלינטאן געווינס בשעתה וואלט געווען מיט א טראמפ געווינס בשעתו ווען ער זאל ווען לויפן אלס דעמאקראט.

וועגן יונה כהן, ער זאגט טאקע אז טראמפ קען שאטן פאר די קאנסערוואטיווע באוועגונג וואס קען אריינברענגען ליבעראלע ריכטער און אז דאס איז א פראבלעם, אבער פון די אנדערע זייט האב איך שוין געהערט פון אים מער ווי איינמאל אז ליבעראלע ריכטער האבן היסטאריש ענדערש באשיצט אונזערע רעליגיעזע רעכטן ווי קאנסערוואטיווע ריכטער.

אלזא, אדער שפילט ער מיט אונזערע קאנסערוואטיוון צו פארמיאוס'ן טראמפ אין זייערע אויגן פון א קאנסערוואטיווע שטאנדפונקט, אדער קען טאקע זיין אז ער האלט אז צו לינק איז אויך נישט גוט - זיין יארגאנג לאזט אים פארט נישט זיין צו לינק...

אזוי צו אזוי איז ער זיכער אסאך קלוגער, פארשטענדליכער, און מער באזעסן ווי מייסטנס אינגעלייט, און וועגן דעם איז ער נישט פארכאפט אין פוסטע רעכטע דעמאגאגיע. ער איז אבער פארט א חסידי'שע איד (און אויב איך מעג צולייגן אן אגודיסט) וואס וועט בדעת בעל הבית נישט זיין צו לינק און גאר רעכט אויף געוויסע אישוס (ווי למשל די דיעל מיט איראן).

ביטע. ביטע... ביטע....!!!

איך גיי וואוטען פאר טרומפ, ווייל די דעמאקראטישע פארטיי איז שוין אזוי פארפארן, אז ג-ט זאל באהיטן.

למעשה, טראמפ האט באפרייט רובאשקין, אבאמא האט באפרייט דראג דילערס.
טראמפ איז פרא-רעליגיע, פרא סקול טשוס, פרא-לייף. דעמאקראטן זענען אנטקעגען חתונה, פרא-רציחה. אויף דעמאקראטן האט אונזערע הייליגע גמרא געזאגט, כל המרחם על האכזריים. קוק וואס זיי האבן געטוהן אין אלע גרויסע שטעט. There is no more the rule of law. הפקר איבעראל. מען קען היינט נישט ארויסגיין ביינאכט אויפן גאס.

היום הזה וועלען ליבעראלע ריכטער אונז זאגן וואס מען מוז לערנען אין ישיבה. זיי זענען אנטקעגען שחיטה, פשוט וועגען זיי זענען גרויסע רחמנים. יא, מען דארף זיך זייער אכטונג געבן פון רעכטע אנטיסעמיטען. אבער נאך מער פון לינקע אנטי סעמיטען.

און אויב איהר ווילט רעדן וועגען איראן: זיי זאגן דאך קלאהר אז זייער ציהל איז אפציווישאן ארץ ישראל פון די מאפע ה"י. לאז ציונות ארויס פון די בילד. לאז אגודה ארויס פון די בילד. איראן איז א שרעקליכע סכנה פאר אחבנ"י יושבי ארצינו הקדושה, ווי אויך א סכנה פאר די גאנצע וועלט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”