צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בשעה טובה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 12:17 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בשעה טובה » פרייטאג יולי 24, 2020 12:59 pm

עס דערמאנט מיר ביי די לעצטע עלעקשען און 2016 אינמיטן די נאכט ווען מען האט אנגעהויבן זעהן אז טראמפ געוווינט האט cnn מסביר געווען מיט די גאנצע פשטות אז בעצם זענען זײ גערעכט געווען מיט זייער אנקעטעס און שאצונגן נאר זיי האבן פשוט פארקוקט אויף די פאקט אז ווייסע יונגע וויילער האבן געשטימט פאר טראמפ........ פשיייייי!!!! דאס הייסט חכמה!!! פון
ווי האט זײ געדארפט איינפאלן אז יונגע ווייסע וויילער וועלן שטימען פאר טראמפ???
טראמפ האט דאך בעיקר אפעלירט צו שווארצע וויילער און פרויען! ניין?!?!?!
בערך אזוי וועט אויסקוקן און 2020 קודם וועלן זיי שרייען אז עס איז נישט מעגליך אז טראמפ וועט עס מאכן אין נאכדעם וועל זיי שוין טרעפן עפעס א ענפער פארוואס ער האט עס יא געמאכט !!

Joel
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך Joel » פרייטאג יולי 24, 2020 3:50 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:הערנדיג אלע הסברים פארוואס טראמפ קען נישט געווינען בשום אין אופן מוז איך מיך דערמאנען ווי פאר פיר יאר צוריק איז געווען ממש די זעלבע שפראך.
נישט אז מ'קען נישט טרעפן חילוקים און הסברים פארוואס יעצט איז ערגער, נאר אז למעשה האבן אלע חכמים נישט געהאט קיין שום וועג ווויאזוי טראמפ קען געווינען, און ער האט עס געמאכט,
נו פארוואס זאל איך אצינד קלערן אז די אלע הסברים זענען יא גערעכט,
ענדערש וועל איך ווארטן אויף 24', אויב ער וועט געווינען יעצט, וועלן אלע פראפעסיאנאלן מסביר זיין פארוואס טראמפ האט געהאט א גרינגערע פעלד ווי דער רעפאבליקאנער קאנדידאט אין 24'

טראמפ איז למעשה יעצט זייער שוואך און די אנקעטעס און ער קען נישט מאכן זיינע גרויסע ראליס און קאווענשען וואזוי קען ער זיך הייבן זיין קאמפיין עס צו קענען געווינען

מענטש צווישן מענטשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » פרייטאג יולי 24, 2020 4:48 pm

ארויסגעקומען א פאול נעכטן (ווייס איך נישט פון וועם און צו ס'איז טראסטבאר, פאר א ספין איז עס זיכער גוט..) אז 77 % ריפאבליקענס 59 % אינדעפענדענס און 52 % דעמאקראטען האבן מורא צו זאגן זייער פאליטאשע מיינונג,

אויב איז דאס אמת מיינט דאס אז מ'קען נישט האבן קיין עכטע פאולס.
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג יולי 24, 2020 6:22 pm

די היינטיגע עקסעקוטיוו ארדערס איבער דראגס פרייז, גייט אים פיין הייבן אין די פאלס!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מוצ"ש יולי 25, 2020 11:32 pm

ס׳איז דא אן ערענסטע פראבלעם חברה.

לאז אפ די אנקעטעס. אנקעטעס זענען גארבידזש. עס פעלט אבער די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פאר טראמפיזם, און דאס איז דער פרעזידענט זעלבס. מ׳האלט קארגע 3 חדשים צו די וואלן און טראמפ איז פארשפארט אינעם ווייסן הויז. קוים וואס ער קען אדרעסירן זיינע שטיצער אריינצובלאזן אין זיי פרישע ענטוזיאזם.

די קאנווענשין, וויזוי עס וועט זיך נאר אויסשטעלן וועט עס נישט זיין קיין פארגלייך צו 2016, ווי טראמפ האט צום ערשטן מאל אדרעסירט דעם פארטיי מיט א מעכטיגע דרשה. די שוואכע קאנווענשין פון קלינטאן מיט אלע פלאפס ארום וואס די מידיע האט פראבירט צו דערשטיקן האט דערציילט פאר די טראמפיסטן ווי קלינטאן שטייט אין איר באזע, בעת וואס צווישן אין טראמפיזם האט געהערשט א לעבעדיגקייט.

נישטא קיין ראליס! עטס כאפטס וואס דאס באדייט? פון די וויכטיגסטע טולס איינצושפאנען און צוזאמהאלטן שטיצער און די מאוומענט. טראמפ מיט זיינע אפענע דרשות סטרעיט ארויס פון בויך.. די נאכפאלגענדע פאלטשע אוטרעידזש וואס די פעיק נוז שפילט אויף געוויסע סטעיטמענטס.. דאס האט דאך אזויפיל צוגעגעבן. און דאס אלעס פעלט יעצט, 14 וואכן צום שטום בודקע.

מ׳קען אפשר קלערן אז די פאקט דזשאו ביידען איז ווי כאילו באגראבן אינטער דער ערד איז גורם שטיצע פאר ביידע זייטן זאלן ווערן געבעלענסט אייניג.. ס׳איז אבער נישט ריכטיג. אויב בלייבט די קליימעט אין לאנד אזוי ווי ס׳איז יעצט, איז טייטש אז מעיל אין בעלאטס, ערלי וואוטינג, עפסענטי בעלאטס.. וועט זיין דאס וואס וועט דרייען די וואלן צו ביידען. עפעס וואס קען זיי א פראבלעם סתם אזוי, ווער רעדט ווען די טראמפ באזע איז אזוי דערשטיקט.

טראמפ איז פארשלאפן, קוים וואס זיין טוויטער איז בכלל עפעס ווערד.. קאראנע טוישט יעדן טאג זיין ריכטונג.. און די טעג צו די וואלן ווערן כסדר נענטער און נענטער..

וואס טוט מען דא?
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יולי 26, 2020 12:58 am

מען האט פאן
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 26, 2020 1:08 am

@טשאדי, וואס זוכט אזא תגובה אין דעם אשכול?
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג יולי 26, 2020 1:17 am

צל עובר האט געשריבן:@טשאדי, וואס זוכט אזא תגובה אין דעם אשכול?


די אשכול איז ניט געמאכט זיך צו נערן

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 26, 2020 1:19 am

אבער לכאורה יא ארויסצוברענגען די זאכן וואס גייט יא גוט פאר טראמפ בנוגע ריעלעקשן.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג יולי 26, 2020 1:26 am

דער אשכול איז געווידמעט פאר טראמפיסטן, זיך מחזק צו זיין צווישן זיך. מען מעג שרייבן וואס מ'האלט, אזוי לאנג ווי מ'איז פאר טראמפ און נישט קעגן.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יולי 26, 2020 1:32 am

זיי זאגן אז די לייו דרשות זיינע זעהן זייער פאפולער
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 26, 2020 1:47 am

קענטאקי האט געשריבן:דער אשכול איז געווידמעט פאר טראמפיסטן, זיך מחזק צו זיין צווישן זיך. מען מעג שרייבן וואס מ'האלט, אזוי לאנג ווי מ'איז פאר טראמפ און נישט קעגן.

דא שטייט אנדערש

ובלשונו...
היינט ווען מ'דארף נאכאלס חיזוק, און מיט די שוואכע אנקעטע נומערן נאך מער. עפענען מיר דעם אשכול פאר דעם צוועק: מי שיש לו איזה דבר וואס קען ברענגען עפעס גינסטיגע נייעס, אנאליזן, אבזערוואציעס, אויפפאסונגען, יבא הנה.


אויב אבער דו ווילסט נישט, קיין פראבלעם, זעץ אן דיין עולם דא, און שרייב ווייטער געשפינטע אנאליזן ערגעץ אנדערש. אבער איך וועל פארשטייט זיך נישט שרייבן ערגעץ אנדערש די זאכן.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג יולי 26, 2020 2:03 am

צל עובר האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:דער אשכול איז געווידמעט פאר טראמפיסטן, זיך מחזק צו זיין צווישן זיך. מען מעג שרייבן וואס מ'האלט, אזוי לאנג ווי מ'איז פאר טראמפ און נישט קעגן.

דא שטייט אנדערש

ובלשונו...
היינט ווען מ'דארף נאכאלס חיזוק, און מיט די שוואכע אנקעטע נומערן נאך מער. עפענען מיר דעם אשכול פאר דעם צוועק: מי שיש לו איזה דבר וואס קען ברענגען עפעס גינסטיגע נייעס, אנאליזן, אבזערוואציעס, אויפפאסונגען, יבא הנה.


אויב אבער דו ווילסט נישט, קיין פראבלעם, זעץ אן דיין עולם דא, און שרייב ווייטער געשפינטע אנאליזן ערגעץ אנדערש. אבער איך וועל פארשטייט זיך נישט שרייבן ערגעץ אנדערש די זאכן.


אוודאי האסטו פונקט אזא רשות כתיבה ווי יעדן איינעם דא, איך האב געמיינט צו זאגן אז ווען א פרא טראמפ ניק ווי טשאדעלע שמועסט אויס עפעס אומגינסטיג פאר טראמפ, איז נישט קיין פראבלעם.

איך ווייס נישט וואו דו האסט מיר געזעהן לעצטנס ספינען פאר טראמפ.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך פאליק » זונטאג יולי 26, 2020 3:24 am

א גוטע וואך טייערע אידן!
אזוי אינטערעסאנט צו זיין צוריק אין אַ פרא טראמפ אשכול און זיך קענען געהעריג אויסשמועסן מיט אחים לדעה

בנוגע מיין צוריקומען דא געהעריג אז אביסל א קאמפליצירטע ארבעט אבער מיין מיינונג האט זיך נישט געטוישט

פרעזידענט טראמפ גייט אי''ה געווינען ווידערוויילונג אסאך גרינגער ווי פאריגע מאל
די אלע אנקעטעס זענען אפפ מיט אסאך פוינטס און עס גייט זיך ריקן נענטער און נענטער צו טראמפ אין די קומענדיגע וואכן
מיט קאראנע נישט נעמענדיג קיין עק און לויט ווי עס זעהט אויס וועט מען נאך נאוועמבער דעם דריטן זיין אנגעשטעקט מיט די כינעזער וויירוס טוישט מען קאמפיין צוגאנג אין ווייסן הויז און לאזן לויפן דעם קאמפיין אויף לידערשיפ בשעת א מגפה
די לעצטע דראסטישע שריט פון טוישן די קאנווענשען איז א זאך וואס עס איז ממש מסירות נפש פון פרעזידענט אבער מען זעהט דא א שטארקע לידערשיפ
וכהנה מיט די פרעסע בריפינגס וואס גייט זיך צוריק אנהייבן אויף א טעגליכן פארנעם און ברענגן אביסל צום אויבערפלאך דעם אלטן זעצער ביידן וואס איז א פורים אפי' אינמיטן די ניין טעג
נאך א פאר טאג גייט נעמען און דער עולם וועט אנהייבן איינצוזען דעם את מי אתם מחליפים במי און דער עולם וועט האלטן אפען דעם אויסוואל און צוריק אריינוועלן דעם פרעזידענט מיט א לענדסלייד געווינס פאר א צווייטן טערמין
א גוטע וואך
Mr President We're tiered of winning so much

לא ימושו מפיך
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך לא ימושו מפיך » זונטאג יולי 26, 2020 3:59 am

לויט ווי מהאט געזעהן און נוי יורק איז צוויי חדשים נאך די הויכפונקט די וויירוס פערטיג צוליב די הויכע פראצענט וואס זענען אמיונט מאכענדיג די וויירוס שווער זיך צו פאשפרייטן

לויט דעם וועט מען אי״ה ביי בערך אקטאבער זיין פערטיג מיט די וויירוס געבענדיג פארן פרעזידענט יר״ה א שטארקע אויבערהאנט.

אויך די הפקירות פון די לינקע עקסטרעמיסטען און די דעמעראטישע שטעט העלפען די פרעזידענט ווערען ווידערגעוויילט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 26, 2020 4:02 am

די היינטיגע יונגע דור טראמפיסטן ווייסן נישט ווער דאס פאליק איז.
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 26, 2020 4:07 am

ידידינו @פאליק הגדול ירום הודו, אויף דעם האמיר געווארט!


וועלקאם @לא ימושו. אינטרעסאנטע סברה.


@טשאדי, איך גלייב אז זיי וועלן בקרוב וויסן.



יעצט קלער איך, אז דאס איז גאר געווען דעם וואונדער ראבינער'ס ציל, צו צייגן כמו יאוש, בכדי אזוי אהערצושלעפן דעם גרויסן.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יולי 26, 2020 4:09 am

אויב פאליק ענד אפ צו זיין גערעכט דאן גייט ער ווערן די פראפעסאר איך קאלל פאר יעדע עלעקשאן.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

לא ימושו מפיך
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך לא ימושו מפיך » זונטאג יולי 26, 2020 4:30 am

איך בין גראדע נישט קיין טראמפיסט! איך בין פשוט א חסיד פון א בומינג אקאנאמיע און ביי דעם האט די פרעזידענט געסקאורט הונדערט פראצענט.

פון די צווייטע זייט כאפט מיך א גועל הנפש ווי די דעמעקראטן דעסטראיען בידים אונזער ביזנעסער! בעת רבבות שחורים און דעבלאזיא בראשם זענען צוזאמגעקומען צו אויסדרוקען זייער 400 יעריגע ווייטאג האבן טויזנטער נוי יארקע ביזנעסער געדארפט זיין פארהאקט אונטער שלאנס און ריגעל, איינער קען דאס מסביר זיין???

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג יולי 26, 2020 9:54 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די היינטיגע יונגע דור טראמפיסטן ווייסן נישט ווער דאס פאליק איז.

מ'האמיר זיך טאקע לעצטענס איינגעשריבן דאהי אויפן וועלטל אבער אוי ווי מיר ווייסן ווער הרב פאליק איז ווען דער טראמפ זאל נאר וויסן אז פאליק איז צוריק וואלט ער שוין גארנישט גיווען אזוי באזארגט איבער זיינע ווידערערוויילונג שאנסן

בלייב דא מיט אונז, לאז אונז נישט איבער אליין ווי א שטיקל געפילטע פיש אין א פלייץ פון קאטשעניא
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג יולי 26, 2020 10:20 am

איינער געדענקט נאך די קעידזעס? ווי מ'האט געהאלטן אמיגראנטן זאלן נישט אנטלויפן?
ש'קאנאפקעמינא אויב טראמפ האט זיי געמאכט אדער אבאמא, זיך איך איינס מיט לעכט!
אויב פאליק איז דא העמער אים פארשפארן דא, און בשום אופן נישט אוועקלאזן, איידער דער קנאקעדיגער טראמפ געווינס.


@לא ימושו, דערפאר וויל די מידיע פרישע לאקדאונס, ווייל אזוי וועט עס נעמען לענגער, ניו יארק האט פארשלאסן ווען ס'איז שוין געווען דערנאך, האט נישט געשאדט דאס עפענען.


@ צל
דיין סברא וועגן טשאדי, לייגט זיך אויפן שכל
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג יולי 26, 2020 10:20 am

מענטש צווישן מענטשן האט געשריבן:ארויסגעקומען א פאול נעכטן (ווייס איך נישט פון וועם און צו ס'איז טראסטבאר, פאר א ספין איז עס זיכער גוט..) אז 77 % ריפאבליקענס 59 % אינדעפענדענס און 52 % דעמאקראטען האבן מורא צו זאגן זייער פאליטאשע מיינונג,

אויב איז דאס אמת מיינט דאס אז מ'קען נישט האבן קיין עכטע פאולס.


viewtopic.php?p=2308402#p2308402
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג יולי 26, 2020 10:52 am

כהאלט אז די מעיל אין בעלאטס איז זייער א שטארקע פראבלעם פאר טראמפ ווייל זיין קאמפיין איז אויסגעשטעלט אויף א מאסן פארנעם, גרויסע ראליס, גרויסע טוירנאוטס ביי די שטום בודקעס, און אויב די מעיל אין בעלאטס איז די נייע נארם דארף מען האבן א גאר קלוגע און סאפיסטיקירטע אפאראציע צו אנקומען און באגלייטן יעדע בעלאט

אבער קוקענדיג צוריק אויף 2016 האט אויך אויסגעקוקט ווי די טראמפ קאמפיין איז שלאבעריש און פונקציאנירט נישט געהעריג אבער ווי סהאט זיך ארויסגעשטעלט האט דער חדב״ן אינאיינעם מיט א ענגע קליקע פון סיליקאן וועלי געפירט א מייסטערהאפטע נומבער דריווען קאמפיין, זיי האבן מייקראטארגעטעד דיסטריקטס וואס די קלינטאן קאמפיין האט פאר זעהן

אלזא בלייבט איבער צו זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן אין די קומענדיגע וואכן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג יולי 26, 2020 11:00 am

און א ווארט בנוגע די פאולס: סאיז דא א ווארט אז א טעות וואס ממאכט איינמאל מאכט א מענטש קלוג, אויב חזר׳ט מען איבער די טעות איז מען א אידיאט

די מידיא האט ווארשיינליך געבליבן מו אריינגיין אין די אידיאטן קאטעגאריע
נאך די פריערדיגע עלעקשאנס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די טראמפ קאמפיין האט אויסגעשפילט די פאולס דורך סובדיוויידען יעדע סטעיט

דהיינו: לאמיר זאגן אז ווינקאנסין האט קלינטאן געהאט א פינעף פראצענט אויבער האנט אין די פאולס, איז די טראמפ קאמפיין געגאנגען און נאכגעקוקט פונקטליך פון ווי קומט די קלינטאן שטוצע און פון ווי עס קומט די טראמפ שטוצע, זיי האבן דערנאך אויפגעהייטערט די טראמפ באזע אבער אויף די פאולס האט עס נישט געמאכט קיין פאקטישע טויש (ווייל די פאול רעכענט א געוויסע פראצענט פון א שיכט) אבער אין די פאקטישע וואלן האט עס געקלאוזט די געפ

יעצט וואלט שכל געזאגט אז די פאולס זאלן קוקן יעצט אויף די ענטוזיאסטישע ראטע ביי די ביידען ווס. די טראמפ דעמאגראפיע און אזוי באקומען א קלארערע בילד אבער ווילן זיי דאך נישט איז נישט

נישט נאר דאס נאר טראמפ האלט יעצט ביי א רעקארד צופרידנהייט ראטע אינערהאלב די רעפובליקענס וואס דאס איז נישט געווען ביי די פאריגע עלעקשאנס

די איינציגע זאך וואס פעלט יעצט פון טראמפ איז די ראליס אבער לאמיר זעהן וואס וועט זעהן אין די קומענדיגע וואכן מיט די קאראנע
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג יולי 26, 2020 11:01 am

איך בין אביסל צימישט איבער מעיל אין בעלאטס, איז עס נישט נאר אין דעמאקראטיש אנגעפירטע סטעיטס? למשל די האלטס אז דיסענטעס העט ארויסשיקן מיליאנען בעלעטס אין די וועלט אריין? וויזוי ארבעט עס
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, pianist, הולך בדרכי אבות, חמרא, יאנקעל פעדראטשיק, שכל טוב און 46 געסט