צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
האק א לעבן
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 8:52 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך האק א לעבן » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:44 pm

איבער די דמיניאן קעיס,האט איינער פון זיי ארויסגעברענגט אז עס איז דא עווידענטס, אדער עדות וואס ווייסן פון שווינדלעריי ביי די יעצטיגע וויילען?
אדער האבן זיי נאר עווידענס אז דאס איז נישט קיין פארזיכערטע וואוטינג סיסטעם?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:54 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ביידען אנגעהויבן מיטן רעכטן פוס.

ביידן'ס ערשטע זשאב אפראוול לויט רויטערס: %61

טראמפ'ס אפראוול: %37

ווי זענען זיי ביים וואוטען?
מיט די באקוועמע מעיל אין בעלעטס האט ער נישט געקענט באקומען מער ווי 51%
און דאס איז שוין מיטען לויפען קעגען דעם פארהאסטען טראמפ?
און האבען האלב ריפאבליקענס אויף זיין זייט ע"ע לינקלאן פראדזשעקט...

דאס איז א 11% שיפט זינט לעצטע וואך.

מעגליך צוליב טראמפס דיקטאטורישע מאכט פארכאפונג פרואוון.

גראדע זעהט אויס אז טראץ די עבסענטי בעלאטס איז געווען אסאך שטערקערע טוירנאוט צווישן רעפאליקאנער. נאר ביידן האט גענוג שטארק געווינען אינדעפענדענטס דאס איבערצוקומען.

ווייל טראץ די מעיל אין בעלאטס האט קאוויד זעהט אויס היפש געשאדט פאר מינאריטעט טוירנאוט.

-----------------

@עכט היימיש, דו דארפסט צוויי פראסקעט? איים נאט קידינג, אדער הער אויף, אדער האסטו נישט וואס צו עקטן מער אלץ אנטי טראמפ ניק.

און נאך אין דעם אשכול.

:lol:
שיפט :lol:
נאר איבערצוצייגען אז אפראוועל רעיטינג פאולס זענען מיסט,
טראמפס אפראוועל איז אין די 30יגער,
אבער ער ציהט אן איבער 47%
3-4 פוינטס נאנט צו ביידען

און דאס איז שוין מיט די אלע פעלשונגען

טראמפ'ס עולם האט געשטימט אויף אסאך שטערקערע ראטעס. ממילא האט דער אינקאמבענט אנגעצויגן כמעט אזוי שטארק ווי ראמני קעגן א אינקאמבענט, ווען אבאמע'ס עולם האט שטערקער געשטימט.

-----------

האק א לעבן האט געשריבן:איבער די דמיניאן קעיס,האט איינער פון זיי ארויסגעברענגט אז עס איז דא עווידענטס, אדער עדות וואס ווייסן פון שווינדלעריי ביי די יעצטיגע וויילען?
אדער האבן זיי נאר עווידענס אז דאס איז נישט קיין פארזיכערטע וואוטינג סיסטעם?


Let's please remember that Georgia just HAND-COUNTED every paper ballot in the state, and it did not change the outcome that was counted by the Dominion machines.


------------

קרן יסוד האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אויב צום סוף וועט מען זעהן אז די חברה האבען סתם ליצנות געמאכט פון אונז דארף מען אויסמעקען די גאנצע אשכול.

ניין ניין ניין

דאס דארף בלייבן שטיין למען יראו ויקחו מוסר.

----------

פעיק ניוז האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:קארל ראוו:
דער פרעזידענט ברויך "ווי פריער" פרעזענטירן זיין עווידענס וואס ווייזט איבער די ווארהייט פון זיינע ווילדע קלעימס איבער די טייס צווישן קלינטאן/זדשארדש סאראס/ ווענעזועלע און די "דאמיניאן פירמע", פאר די געריכטן.(עפעס וואס, ווי זשוליאני האט פריער ארויסגעברענגט, האט זיך דאס, סיי ווער מיט גוטע אינטערנעט סערוויס, געקענט אליין איבערצייגן, ביז די עלקשאנס פארשטייט זיך.)

אויך זאגט ער אז אויב דער פרעזידענט וועט צו לאנג צעגערן מיטן פרעזענטירן די עווידענס פארן געריכט, וועט דאס גורם זיין ער זאל פארלירן, אזויווי ער'ט שוין פארלוירן די "צענדליגע קעיסעס" וואס זענען געפיילט געווארן אין איילעניש . (נאך איינער שמעקט דא א סתירה?).
זשוליאניס ווערסיע: "דאס "איז טאקע די סיבה פארוואס די אלע קעיסעס, וואס זענען געפיילט געווארן דורך "ציווילע בירגער", האבן נישט געהאט קיין שאנס .

ער טענה'ט אז די טראמפ קאמפיין האט בלויז געפיילט דריי קעיסעס.


אויב איז אמת אז דער קאמפיין האט נאר געפיילט דריי, איז עס צוליב צום ביישפיל דאס וואס די נעוואדע קעיס איז געווארן אריינגעגעבן דורך די רעפאבליקאנער עלעקטארס.

אבער דאס איז אלעס ארגאניזירט דורך טראמפ'ס לעגאלע [נישט] עקספערטן.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:59 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:56 pm

שטארק זיך האט געשריבן:בלינצע שפרינצע׳ארויס פון דעם אשכול

ער טאר נישט רעדן צו דער זאך ??

אוועטאר
קרן יסוד
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:37 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קרן יסוד » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:56 pm

האק א לעבן האט געשריבן:איבער די דמיניאן קעיס,האט איינער פון זיי ארויסגעברענגט אז עס איז דא עווידענטס, אדער עדות וואס ווייסן פון שווינדלעריי ביי די יעצטיגע וויילען?
אדער האבן זיי נאר עווידענס אז דאס איז נישט קיין פארזיכערטע וואוטינג סיסטעם?

סידני פאוועל זאגט אז עס איז דא עוידענטס אז מען האט דירעקט געמאכט די סיסטעם צו פראוד`ען טראמפ.
האסטו געליינעט אלע עפידעיווידס, אדער שרייסט סתם קאנספעראציע טעאריע ווייל דו ווילסט אזוי?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:01 pm

באריכטן אז טראמפ פלאנט אריבערצוברענגען רעפובליקאנער מישיגען געזעצגעבער קיין וואשינגטאן פאר א זיצונג איבער די אויסגאנג פון די וואלן אין זייער סטעיט.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

פארדעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:28 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך פארדעם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:02 pm

קען מיר איינער זאגן וויאזוי האט Georgia האט אזוי שנעל ג'ענדיגט די ריקאונט און די צייט וואס דע ארגענעלע האט געדוירט יארן צו ציילן?

אוועטאר
קרן יסוד
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:37 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קרן יסוד » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:04 pm

צל עובר האט געשריבן:[

קרן יסוד האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אויב צום סוף וועט מען זעהן אז די חברה האבען סתם ליצנות געמאכט פון אונז דארף מען אויסמעקען די גאנצע אשכול.

ניין ניין ניין

דאס דארף בלייבן שטיין למען יראו ויקחו מוסר.

איך האב נאר געזאגט אויב, איך האלט אז לכאורה איז יא דא א שטארקע קעיס. דאונט פארגעט סידני פאוועל און דשוליאני זענען נישט קיינע קאמידיענס.
האסטו געליינעט אלע עפידעיווידס, אדער שרייסט סתם קאנספעראציע טעאריע ווייל דו ווילסט אזוי?

אוועטאר
קרן יסוד
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:37 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קרן יסוד » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:07 pm

קרן יסוד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:[

קרן יסוד האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אויב צום סוף וועט מען זעהן אז די חברה האבען סתם ליצנות געמאכט פון אונז דארף מען אויסמעקען די גאנצע אשכול.

ניין ניין ניין

דאס דארף בלייבן שטיין למען יראו ויקחו מוסר.

איך האב נאר געזאגט אויב, איך האלט אז לכאורה איז יא דא א שטארקע קעיס. דאונט פארגעט סידני פאוועל און דשוליאני זענען נישט קיינע קאמידיענס.

טראמפ איז אויכעט נישט סתם א מעשיגענער איך רעד נאר אפי` לשיטתך
האסטו געליינעט אלע עפידעיווידס, אדער שרייסט סתם קאנספעראציע טעאריע ווייל דו ווילסט אזוי?

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:08 pm

גוט פאריקט האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:ער טענה'ט אז ער האט עדות וואס האבן געזען אז מען האט געסקענט בעלאטס עטליכע מאל.
איך האב עס אויך געזעהן אודאי אויב די מאשין שפייט עס ארויס לייגט מען יס נאכאמאל אריין ביז עס גייט דורך

כשמו כן הוא,
'גוט פאריקט'

וועןרענטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך וועןרענטל » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:26 pm

פאוועל דומיוט נישט

06/22/2010 :!:

viewtopic.php?p=2486327#p2486327
לעצט פאראכטן דורך וועןרענטל אום דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:28 pm

האק א לעבן האט געשריבן:איבער די דמיניאן קעיס,האט איינער פון זיי ארויסגעברענגט אז עס איז דא עווידענטס, אדער עדות וואס ווייסן פון שווינדלעריי ביי די יעצטיגע וויילען?
אדער האבן זיי נאר עווידענס אז דאס איז נישט קיין פארזיכערטע וואוטינג סיסטעם?


קיינער האט גארנישט ארויסגעברענגט קיין באווייזן, נאר איבערגעזאגט, ס'קומט ס'קומט נאכמאל און נאכמאל איבערזאגן אן קיינע באווייזן, קיין שום עווידענס.

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:29 pm

קרן יסוד האט געשריבן:
קרן יסוד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:[

קרן יסוד האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אויב צום סוף וועט מען זעהן אז די חברה האבען סתם ליצנות געמאכט פון אונז דארף מען אויסמעקען די גאנצע אשכול.

ניין ניין ניין

דאס דארף בלייבן שטיין למען יראו ויקחו מוסר.

איך האב נאר געזאגט אויב, איך האלט אז לכאורה איז יא דא א שטארקע קעיס. דאונט פארגעט סידני פאוועל און דשוליאני זענען נישט קיינע קאמידיענס.

טראמפ איז אויכעט נישט סתם א מעשיגענער איך רעד נאר אפי` לשיטתך


אוי איז ער א משוגענער.

אוועטאר
קרן יסוד
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:37 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קרן יסוד » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:30 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
האק א לעבן האט געשריבן:איבער די דמיניאן קעיס,האט איינער פון זיי ארויסגעברענגט אז עס איז דא עווידענטס, אדער עדות וואס ווייסן פון שווינדלעריי ביי די יעצטיגע וויילען?
אדער האבן זיי נאר עווידענס אז דאס איז נישט קיין פארזיכערטע וואוטינג סיסטעם?


קיינער האט גארנישט ארויסגעברענגט קיין באווייזן, נאר איבערגעזאגט, ס'קומט ס'קומט נאכמאל און נאכמאל איבערזאגן אן קיינע באווייזן, קיין שום עווידענס.

ליין איבער זיין שאלה
האסטו געליינעט אלע עפידעיווידס, אדער שרייסט סתם קאנספעראציע טעאריע ווייל דו ווילסט אזוי?

אוועטאר
קרן יסוד
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:37 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קרן יסוד » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:31 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
קרן יסוד האט געשריבן:
קרן יסוד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:[

קרן יסוד האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אויב צום סוף וועט מען זעהן אז די חברה האבען סתם ליצנות געמאכט פון אונז דארף מען אויסמעקען די גאנצע אשכול.

ניין ניין ניין

דאס דארף בלייבן שטיין למען יראו ויקחו מוסר.

איך האב נאר געזאגט אויב, איך האלט אז לכאורה איז יא דא א שטארקע קעיס. דאונט פארגעט סידני פאוועל און דשוליאני זענען נישט קיינע קאמידיענס.

טראמפ איז אויכעט נישט סתם א מעשיגענער איך רעד נאר אפי` לשיטתך


אוי איז ער א משוגענער.

"פאליטקלי קארעקט" כשמו כן הוא. און ווער עס איז נישט, איז פשוט און פראסט א מעשיגענער
לעצט פאראכטן דורך קרן יסוד אום דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
האסטו געליינעט אלע עפידעיווידס, אדער שרייסט סתם קאנספעראציע טעאריע ווייל דו ווילסט אזוי?

איפכא מיסתבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך איפכא מיסתבר » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:32 pm

קרן יסוד האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
האק א לעבן האט געשריבן:איבער די דמיניאן קעיס,האט איינער פון זיי ארויסגעברענגט אז עס איז דא עווידענטס, אדער עדות וואס ווייסן פון שווינדלעריי ביי די יעצטיגע וויילען?
אדער האבן זיי נאר עווידענס אז דאס איז נישט קיין פארזיכערטע וואוטינג סיסטעם?


קיינער האט גארנישט ארויסגעברענגט קיין באווייזן, נאר איבערגעזאגט, ס'קומט ס'קומט נאכמאל און נאכמאל איבערזאגן אן קיינע באווייזן, קיין שום עווידענס.

ליין איבער זיין שאלה

יא געזאגט, אז זיי האבן עווידענס אויף שווינדלערייען
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:06 pm

בלינצע האט געשריבן:
קרן יסוד האט געשריבן:אויב האבען די אלע חברה (דשוליאני פאוועל) נישט גערעדט גראבע ליגענט איז קלאר ווי די טאג וואס די סופרים קאורט גיי רולען.
חברה לייגטס אריין די וואדקע און פריזער.


נישט פארגעסן עס ארויסצונעמען פאר פסח, וואדקע איז חמץ גמור.

אופס, ער איז שוין ווייטער דא...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:18 pm

פארדעם האט געשריבן:
פארדעם האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:תכלית, וואס ווייסט מען יעצט מער ווי וואס מ'האט געוואוסט זונטאג??

0

אביסל חיזוק

און די אנדערע:
אביסל חוזק
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
אייגנארטיג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך אייגנארטיג » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:23 pm

חיזוק או חוזק ווענט זיך פון וועלכע זייט פון די מטבע מ'קוקט
אבער דאס איז קלאר אז דער קאנפרענץ הייבט די טראמפ געמיטער און מאכט די דעמאקראטן אביזל נערוועיז אז אפשר וועט דער דונאלד נאך באווייזן זיינע ניסים פון א קאץ וואס פארמאגט ניין לעבנס, און וועט ערגעצווי נאך ארויסנארן א געווינס פון זאק

שפיצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 3:02 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שפיצער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:37 pm

אין ווייסן הויז גרייט מען זיך אצינד צו א פרעסע בריעפינג וואס וועט איבערגעגבן ווערן דורך די בארימטע " קאראנע וויירוס טעסק פארס " וואו זיי וועלן געבן אן אפדעיט פארן פאלק איבער דעם קאמף קעגן דעם וויירוס.
דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס עס קומען אריין באריכטן אז אין דעלעוועיר קלייבן זיך אצינד צוזאם א גרופע רעפארטער צו דעקן א פרעסע קאנפרענץ ווי זשאו ביידען, וועט אויך אדרעסירן די " קאוויד טעמע" .
ביידען, מיט זיין לאנגיעריגע רעקארד אלס פלאגיאריסט, וועט ביי דעם קאנפרענץ מעגליך אויך פראבירן אוועקצוכאפן די קרעדיט פון די שטוינענדע סוסקעס אויפן וואקסין פראנט, וואס די טעסק פארס אונטער טראמפס דירעקטיוון האט באוויזן, אלס אייגנס ...

סאיז אבער נישט ערווארטעט אז ביידען זאל אדרעסירן" די קאנטראווערסיע איבער די עלעקשאנס", וואס ביידען טרעפט זיך אצינד אין צענטער פון די קאנטראוועסיע/אויספארשונגען .

קריס קרעבס, וואס איז געווארפן געווארן דורכן פרעזידענט פון זיין פאזיציע אלס העכסטע אפישעל אין "סייבער סעקיוריטי סיסטעם", נאכדעם ווי ערט געלאזט פאלן קאמענטארן אז די איצטיגע עלעקשאנס איז געווען קוואוט: די מערסטע פארזיכערט אין די אמעריקאנע היסטאריע, זאגט אז די זשוליאני- פאועל קאנפרענץ איז געווען "פון די גרעסטע קאשמארן וואס ער האט אמאל מיטגעלעבט".

אוועטאר
אייגנארטיג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך אייגנארטיג » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:39 pm

ווינטשס דעם קרעבס ''קיינמאל קיין ערגערס''

שפיצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 3:02 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שפיצער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:41 pm

וויצע פרעז פענס נעמט די מייק:

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:51 pm

קרן יסוד האט געשריבן:
האק א לעבן האט געשריבן:איבער די דמיניאן קעיס,האט איינער פון זיי ארויסגעברענגט אז עס איז דא עווידענטס, אדער עדות וואס ווייסן פון שווינדלעריי ביי די יעצטיגע וויילען?
אדער האבן זיי נאר עווידענס אז דאס איז נישט קיין פארזיכערטע וואוטינג סיסטעם?

סידני פאוועל זאגט אז עס איז דא עוידענטס אז מען האט דירעקט געמאכט די סיסטעם צו פראוד`ען טראמפ.


קרן יסוד האט געשריבן:דו קענסט די פאקט`ן?

מצליח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך מצליח » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:10 pm

די קאמישינער פון וועין קאונטי דארט וואו די רעפאבליקאנע אינעם בארד האבן אנטזאגט צו סערטעפייען די שטימען צוליב וואל פעלטשונגען, זאגט אז מען זיכט וועגן צו אפזאגן די צוויי בארד מעמבערס פון די קאמיסיע...

שפיצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 3:02 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שפיצער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:06 pm

פיינעל רעזולטאטן אין זדשארזיע :
נאכן ענדיגן מיט די האנט ריקאונט האט די אריגענעלע ביידען ליעד געדראפט מיט ארום 1400 שטימען .
אצינד וועט די סטעיט פאראויסגיין מיט די סערטיפייען פראסעס, אויסער אויב די טראמפ טיעם וועט פארלאנגען נאך א ריקאונט, און עס וועט זיי נאגעגעבן ווערן די פארלאנג.

-סננ-
לעצט פאראכטן דורך שפיצער אום דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Kollel
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:11 pm

ברעיקינג!! דזשוליאני עפענט א פרישע אויספארשונג איבער די 2012 וואלן

קלארע באווייזן גייט ארויסקומען מארגן
165954.png
165954.png (36.72 KiB) געזעהן 513 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Goodmorning, אור מופלא, אזוי וויל איך און 24 געסט