2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג יולי 20, 2020 1:40 pm

איך פארשטיי נישט וויאזוי מען רעכנט די היינטיגע פאולס צו די לעצטיגע פאולס פון 2016.
איך וואלט עס ווען מדמה געווען צו די 2016 פאולס פון די צייט אין יאר, און זען ווי אוף מען איז געווען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
בעסער אזוי
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג יולי 20, 2020 2:02 pm

נא, קום אריין מיט אזא מאדעל

נישט אינטערעסאנט פלעין אוועקצומאכן
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג יולי 20, 2020 3:20 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:נא, קום אריין מיט אזא מאדעל

נישט אינטערעסאנט פלעין אוועקצומאכן

אויב איז עס נישט אינטערעסאנט לאז אויס די תגובה.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
בעסער אזוי
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג יולי 20, 2020 4:03 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:נא, קום אריין מיט אזא מאדעל

נישט אינטערעסאנט פלעין אוועקצומאכן

אויב איז עס נישט אינטערעסאנט לאז אויס די תגובה.

בכלל נישט געמיינט אייך פערזענליך הרב @להגדיל

וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, אז פאליטיקלי האט זיך אנגעשטרענגט אפצושרייבן א שיינע אנאליז אויף זיין מאדעל סוי ס'נישט אינטערעסאנט עס אוועקצומאכן מיט דריי שורות..
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אלפים ועשרים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:36 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך אלפים ועשרים » דינסטאג יולי 21, 2020 10:26 am

היינט איז פונקט פופצן וואכן פאר די וואלן, און איך וואלט פארגעשטעלט מיין אייגענע מאדעל פונעם פארמעסט.

צום ערשט וויל איך רעאגירן צו פאליטיקלי קארעקט.
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ווי אזוי פאליטקלי קארעקט'ס מאדעל ארבעט?

ס'איז סייענטפיש געבעיסט אויף די 'אנקעטעס' פון יאר 16' און דער פאקטישער רעזעלטאטן, קעגן די היי יאריגע 'אנקעטעס'.

לדוגמא, אויב אין 16' האט די לעצטע אנקעטע פון א ספעציפישע פירמא געוויזן אז קלינטאן געווינט מיט 6 און למעשה נאר געווינען מיט איינס, אין 20' ווען די זעלבע אנקעטע פירמא ווייזט ביידען פלאס 8, איז עס באמת נאר פלאס דריי.

מ'קען אייביג 'נאר' רעכענען די לעצטע אנקעטעס פון ממש בעפאר די לעצטע וואלן, די סיבה דערביי איז, אונז לעבן מיר היינט אין די 15 מינוט ניוז סייקל א אנקעטע וואס איז עלטער ווי צוויי וואכן איז כמעט גארנישט ווערט.

קודם א גרויסן ש'כח פאר'ן אזוי בע'טעמ'ט אראפלייגן יעדע סטעיט עקסטער אלעס בעיסד אויף הארטע נומערן.

מיין טענה איז אבער, אז אויב אין א סטעיט זענען די פאול'ס געווען נישט פונקטליך מיט א געוויסע פערסענטידזש אין 2016, מיינט עס נישט אז דאס איז וואס מ'זאל ערווארטן אין 2020, טאקע ווייל די ניוס סייקל גייט אזוי שנעל, זענען אלטע אנקעטעס גארנישט ווערד, און אלט קען מיינען א וואך.

דאס אז אין וויסקאנסין זענען די פאול'ס געווען אסאך ערגער ווי - למשל - אין פלארידע, קען קלאר ווערן צוגעשריבן צו די פאקט אז די ארטיגע עוורידזש איז באשטאנען פון בלויז דריי נארמאלע פאול'ס וואס אלע צוזאמען האבן זיי געהאט א סעמפל פון בערך 2,100 אויסגעפרעגטע, און די פאול'ס זענען געווען אינעם פעלד בערך 9 טעג פאר די וואלן!

אלזא, איך וואלט נישט געווען מער סורפרייזד אויב טראמפ זאל דאסמאל אריינקומען שוואכער ווי די עוורידזש פון די לעצטע פאול'ס, ווי אויב ער גייט נאכאמאל אריינקומען שטערקער.

ס'איז פונקט גוט אויף צו נוצן ווען א טראמפ שטיצער איז זיך מחזק מיט 2016, אים צו זאגן אז אפילו לויט 2016 וכו'
-
יעצט צו וויאזוי מיין מאדעל ארבעט.

אזויווי מיין מאדעל איז נישט איבער וואס ס'גייט געשען אין פופצן וואכן ארום נאר איבער וואס ס'וואלט יעצט געשען, נוצט עס די יעצטיגע פאול'ס, און אזויווי ס'איז נישטא גענוג סטעיט פאול'ס, קוקט עס אויף וויפיל יעדע סטעיט איז גענויגט צו איין זייט קעגן דאס לאנד.

לויט די 2016 ריזאלט, וואלט אלע בלויע געגאנגען צום דעמאקראט און אלע רויטע צום רעפובליקען אויסער אויב די נעשענעל פאול'ס זענען אף מיט מער ווי 5%.

Capture.JPG
Capture.JPG (84.61 KiB) געזעהן 765 מאל


נאר 6 סטעיטס זענען צו נאנט אז ס'קען גיין ביידע זייטן אויב די פאולס זענען נישט זייער פונקטליך, 3 דערפון (62 עלעקטארעלס) זענען גענויגט צן טראמפ, און 3 דערפון זענען גענויגט צו ביידען (42 עלעקטארעלס).

דאס איז אלעס אויב די סטעיטס גייען לויט 2016.

ס'איז בעצם דא סברות אז די מעפ זאל ענדערש אויסקוקן ווי 2012 אדער גאר ווי 2008 (ווי למשל אז ביידען איז אויפ'ן טיקעט אנשטאט קלינטאן, און אז טראמפ'ס באזע איז עקסייטעד פאר אן אוטסיידער וואס ער איז שוין נישט), אבער סתם קוקן וויאזוי סטעיטס זענען דעמאלס געווען קעגן דאס לאנד איז נישט גוט ווייל געוויסע סטעיטס האבן לאנג טערמיניגע שיפטס וואס זענען זייער קלאר, אבער פאר אינטרעסאנטקייט וואלט די מעפ אויסגעקוקט אזוי אין 2008 מיט יעצטיגע נעשאנעל פאול'ס:
2008.JPG
2008.JPG (86.66 KiB) געזעהן 765 מאל


אין אזוי אין 2012 מיט יעצטיגע נעשאנעל פאול'ס.
2012.JPG
2012.JPG (84.81 KiB) געזעהן 765 מאל


אינדיאנא מאנטאנא און מיזורי האבן גע'טרענדט צו די רעפובליקענ'ס, בשעת אריזאנע און טעקסאס צו די דעמאקראטן, אבער ווער קען זאגן אז די סטעיט קען נישט פאר נאך איין עלעקשאן זיין ביים פלאץ וואו ס'איז געווען פאר בלויז 12 יאר צוריק?

אין אייווע און אהייא איז טראמפ שטארק געווען אין 2016, און אין דזשארדזשיע איז געווען פארקערט, אבער איין עלעקשאן איז נישט גענוג צו זאגן אז די טרענד טוישט זיך.

נארט קארעליינע און פלארידע זענען ביידע געווען סטעדי, נארט קארעליינע בערך 6% מער רעפובליקען ווי דאס לאנד, און פלארידע בערך 3% מער רעפובליקען ווי דאס לאנד.
אוועקמאכן איינעם וואס האט געלייגט די שאנסן פון א קלינטאן געווינס ביי 85-90% נאר ווייל זי האט פארלוירן.

=

אוועקמאכן א קאלקולעיטאר וואס געבט אן 85-90% שאנס אז כאטש איינס פון איינעמ'ס דריי קינדער זאל זיין א בן זכר ווייל מענטשן האבן דריי מיידלעך אין א רייע.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג יולי 21, 2020 10:38 am

זייער שיין און פראפיסעיאנאל הרב אלפים
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אלפים ועשרים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:36 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך אלפים ועשרים » דינסטאג יולי 21, 2020 10:47 am

בעסער אזוי האט געשריבן:זייער שיין און פראפיסעיאנאל הרב אלפים

ש'כח!

און אויב וויל מען א סך הכל פון יעדע סטעיט אויב די סטעיטס וועלן ענדלען צו 2016 (קעגן דאס לאנד), מיט די היינטיגע עוורידזש פון די נעשענעל פאול'ס:

סאליד רויט איז 20+ פאר טראמפ
לייקלי רויט איז 10+ פאר טראמפ
ליען רויט איז 5+ פאר טראמפ
טילט רויט איז פאר טראמפ מיט ווייניגער פון 5
טילט בלוי איז פאר ביידען מיט ווייניגער פון 5
ליען בלוי איז 5+ פאר ביידען
לייקלי בלוי איז 10+ פאר ביידען
סאליד בלוי איז 20+ פאר ביידען
צוגעלייגטע
Total.JPG
Total.JPG (78.17 KiB) געזעהן 735 מאל
אוועקמאכן איינעם וואס האט געלייגט די שאנסן פון א קלינטאן געווינס ביי 85-90% נאר ווייל זי האט פארלוירן.

=

אוועקמאכן א קאלקולעיטאר וואס געבט אן 85-90% שאנס אז כאטש איינס פון איינעמ'ס דריי קינדער זאל זיין א בן זכר ווייל מענטשן האבן דריי מיידלעך אין א רייע.

אוועטאר
בבקשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג יולי 21, 2020 12:10 pm

אלפים ועשרים האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
ס׳איז נישט באמת קיין פארגלייך, אבער אין 2018 איז פלארידע געווען גענויגט צו די רעפובליקענס מיט 8%

כ'האב געטראכט דאס זעלבע, אבער ס'איז מסתבר אז ס'איז אנדערש, וויאזוי איז עס געווען אין אנדערע מידטוירמס (ווי עלטערע קומען ארויס אסאך שטערקער) ?


2014 אלגמיינע וואוטס רעפובליקענס געווינען מיט 5.7% פלארידע גאווערענער האבן די רעפובליקענס געווינען מיט 1.1%
2010 אלגמיינע וואוטס רעפובליקענס געווינען מיט 6.8% פלארידע גאווערענער האבן די רעפובליקענס געווינען מיט 1.2%, די סענעט זענען די דעמעקראטען געווען צוטיילט, רוביא האט געווינען קעגן קריסט מיט 19.2% אבער קריסט מיט די דעמעקראט צוזאמען האבן געהאט 0.9% מער פון רוביא (מאידך גיסא איז קריסט נאך געווען א שטיקל רעפובליקען)
2006 אלגמיינע וואוטס דעמקראטס געווינען מיט 7.9% פלארידע גאווערענער האבן די רעפובליקענס געווינען מיט 7.1% אבער די סענעט האבן די דעמעקראטס געווינען מיט 22.2%
2002 אלגמיינע וואוטס רעפובליקענס געווינען מיט 4.6% פלארידע גאווערענער האבן די רעפובליקענס געווינען מיט 12.8%

אלפים ועשרים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:36 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך אלפים ועשרים » דינסטאג יולי 21, 2020 12:51 pm

בבקשה האט געשריבן:
אלפים ועשרים האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
ס׳איז נישט באמת קיין פארגלייך, אבער אין 2018 איז פלארידע געווען גענויגט צו די רעפובליקענס מיט 8%

כ'האב געטראכט דאס זעלבע, אבער ס'איז מסתבר אז ס'איז אנדערש, וויאזוי איז עס געווען אין אנדערע מידטוירמס (ווי עלטערע קומען ארויס אסאך שטערקער) ?


2014 אלגמיינע וואוטס רעפובליקענס געווינען מיט 5.7% פלארידע גאווערענער האבן די רעפובליקענס געווינען מיט 1.1%
2010 אלגמיינע וואוטס רעפובליקענס געווינען מיט 6.8% פלארידע גאווערענער האבן די רעפובליקענס געווינען מיט 1.2%, די סענעט זענען די דעמעקראטען געווען צוטיילט, רוביא האט געווינען קעגן קריסט מיט 19.2% אבער קריסט מיט די דעמעקראט צוזאמען האבן געהאט 0.9% מער פון רוביא (מאידך גיסא איז קריסט נאך געווען א שטיקל רעפובליקען)
2006 אלגמיינע וואוטס דעמקראטס געווינען מיט 7.9% פלארידע גאווערענער האבן די רעפובליקענס געווינען מיט 7.1% אבער די סענעט האבן די דעמעקראטס געווינען מיט 22.2%
2002 אלגמיינע וואוטס רעפובליקענס געווינען מיט 4.6% פלארידע גאווערענער האבן די רעפובליקענס געווינען מיט 12.8%

זעט אויס אז ביי קלענערע פארמעסטן קוקן זיי מער אויף די קאנדידאט, ווייל די חילוק איז שטוינענד צווישן די צופארעניש דארט קעגן די קאנסיסטענסי ביי פרעזידענט פארמעסטן.
אוועקמאכן איינעם וואס האט געלייגט די שאנסן פון א קלינטאן געווינס ביי 85-90% נאר ווייל זי האט פארלוירן.

=

אוועקמאכן א קאלקולעיטאר וואס געבט אן 85-90% שאנס אז כאטש איינס פון איינעמ'ס דריי קינדער זאל זיין א בן זכר ווייל מענטשן האבן דריי מיידלעך אין א רייע.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יולי 21, 2020 11:38 pm

אביסל פרעדיקשענס אויף די זעקס טאפ טייער סווינג סטעיטס.
(אלעס פון רקפ)
פלארידא.
אין יולי 2016, איז געווען דריי אנקעטעס, די עווריזש פון דיע דריי איז, טראמפ 42%, קלינטאן ביי 41%, טראמפ +1%, די רעזולטאטן זענען געווען טראמפ +1.2%, דאס מיינט בעסיקלי אקוראט אויפן האר.
די עווריזש פון די דריי פאללס אין יולי 2020 איז, ביידען 50%, טראמפ 43%, ביידען +7%.
לויט דעם האט ביידען א 7% ליעד.

יעצט אויב מ'וויל קוקן אויף די סטעיט אנטקעגן דאס לאנד, פלארידא איז געגאנגען 6% פוינטס רויטער ווי די נאציאנאלע עווריזש פון אלע נאציאנאלע פאללס אין יולי, די עווריזש פון די נאציאנלע פאללס אין יולי 2020 איז, ביידען +9%, רעכן אראפ זעקס, איז ביידען +3%.

כ'געב עס טילט ביידען.

נארט קאראליינע.

אין יולי 2016 איז געווען איין אנקעטע וואס האט געגעבן קלינטאן +6%, די רעזולטאטן זענען געווען טראמפ +3.6%, א 10% חילוק.
די עווריזש פון די צוויי אנקעטעס אין יולי 2020 איז, ביידען 48.5% טראמפ 46%, ביידען +2.5%, רעכן אראפ 10, איז טראמפ +7.5%.
יעצט הכל מודים אז ס'גייט נישט זיין אזא שטארקע ליעד, אבער ס'ווייזט אז טראמפ איז שטערקער ווי די אנקעטעס דארט.

אין 2016 איז נ.ק. געגאנגען 8% רויטער ווי די נאציאנאלע עווריזש פון די יולי אנקעטעס. די עווריזש פון די נאציאנלע פאללס אין יולי 2020 איז ביידען +9%, רעכן אראפ אכט, איז ביידען +1%.

כ'לייג עס ליען טראמפ. אריינרעכענענ'דיג, אז נארט קאראליינע איז א רויטע סווינג סטעיט, א סטעיט וואס אבאמע האט נישט געוואונען אין 2012, און ס'נישט דא קיין שום סיין אז ס'זאל ווערן בלויער.

אריזאנע.
נישט געווען קיין פאללס אין יולי, העמיר גייען מיט די אוגאסט פאללס, די עווריזש פון די פינעף פאללס איז געווען א טיי, די רעזולטאטן איז געווען טראמפ +3.5%, א 3.5% חילוק. די עווריזש פון די 2020 יולי פאללס איז, ביידען 49% טראמפ 44%, ביידען +5%, רעכן אראפ 3.5 איז ביידען +1.5%.

אין 2016 איז אריזאנע געגאנגען 8.5% רויטער ווי די נאציאנלע עווריזש פון די יולי אנקעטעס, די עווריזש פון די נאציאנלע פאללס אין יולי 2020 איז ביידען +9%, רעכן אראפ 8.5, איז ביידען 0.5%.

כ'געב עס ליען ביידען, נעמענדיג אין באטראכט אז ס'גייט מסתם זיין ווייניגער רויטער ווי דאס לאנד ווי אין 2016, נאכדעם ווי מ'זעט א שטארקע בלויע שיפט אין אריזאנע, אין 2018 האבן זיי אריינגעוועלט זייער ערשטע דעמאקראטישע סענעטאר אין איבער 30 יאר.

וויסקאונסין
אין יולי איז געווען איין פאלל, וואס איז געווען קלינטאן +4%, די רעזולטאטן זענען געווען טראמפ +0.7%, א חילוק פון 5%.
די עווריזש יעצט איז ביידען +6%, נעם אראפ 5 איז, ביידען +1%.
אין 2016 איז וויסקאונסין געגאנגען 6% רויטער ווי די נאציאנאלע עווריזש פון די יולי אנקעטעס, די עווריזש פון די נאציאנלע פאללס אין יולי 2020 איז ביידען +9%,
רעכן אראפ 6 איז ביידען +3%.

כ'געב עס ליען ביידען.

מישיגען
אין יולי 2016 איז געווען דריי אנקעטעס, די עווריזש פון דיע דריי איז, קלינטאן 41% טראמפ 36%, קלינטאן +5%. די רעזולטאטן זענען געווען טראמפ +0.3%, א חילוק פון 5.5%. די יעצטיגע עווריזש איז ביידן +7.5%, נעם אראפ 5.5 איז, ביידען +2%.

אין 2016 איז מישיגען געגאנגען 5.5% רויטער ווי די נאציאנאלע עווריזש פון די יולי פאללס, די עווריזש פון די נאציאנלע פאללס אין יולי 2020 איז ביידען +9%, נעם אראפ 5.5 איז, ביידען +3.5%.

כ'געב עס ליען ביידען.

פענסילוועניע
אין יולי 2016 איז געווען דריי אנקעטעס, די עווריזש פון דיע דריי איז, קלינטאן 47% טראמפ 43%, קלינטאן +4%. די רעזולטאטן זענען געווען טראמפ +0.7%, א חילוק פון 5%. די יעצטיגע עווריזש איז ביידען +8%, נעם אראפ 5 איז, ביידען +3%.
אין 2016 איז פענסילוועניע געגאנגען 6% רויטער ווי די נאציאנאלע עווריזש פון די יולי פאללס, די עווריזש פון די נאציאנלע פאללס אין יולי 2020 איז ביידען +9%, נעם אראפ 6 איז, ביידען +3%.

כ'געב עס ליען ביידן.

סה"כ, מיין פרעדיקשען.
1595389034126606566726076090592.png
1595389034126606566726076090592.png (122.71 KiB) געזעהן 605 מאל
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מיטוואך יולי 22, 2020 12:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך האלצשטיין » דינסטאג יולי 21, 2020 11:44 pm

זייער שטארק. יישר כח

לגבי נארט קעראליינע. זיי האבן יעצט א דעמאקראטישע גאווערנאר און א שטארקע דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט וואס דאס קען שטארק העלפן ביידען

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג יולי 21, 2020 11:59 pm

איך הער דיין אריזאנע ארגיומענט אז עס קען זיין ממש א טיי דארט און עס קען זיין די סארפרייז פון די נאכט (פאר מיר) ווייל איך נעם אן אז אריזאנע וועט בפשטות יא גיין צו טראמפ קאנסידערינג ער האט געוואונען מיט 3.5 פראצענט אין 2016.

פלארידע וואלט איך אויך געלייגט ליען רעפבוליקען און אויב פארלירט טראמפ פלארידע צום סוף איז עס א דירעקטע רעזולטאט פון קאוויד, די רעפובליקאנע האבען שטארק אנגעהאלטען פלארידע אין זייער שלעכטע יאר פון 2018.
לעצט פאראכטן דורך מטעמים אום מיטוואך יולי 22, 2020 12:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יולי 22, 2020 12:09 am

כ'העל דיר זאגן די אמת, פלארידא האלט איך אויך אז ס'גייט גיין פאר טראמפ צום סוף, אבער די דאטא ווייזט דאס נישט.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג יולי 24, 2020 10:06 am

אלפים ועשרים האט געשריבן:היינט איז פונקט פופצן וואכן פאר די וואלן, און איך וואלט פארגעשטעלט מיין אייגענע מאדעל פונעם פארמעסט.

צום ערשט וויל איך רעאגירן צו פאליטיקלי קארעקט.
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ווי אזוי פאליטקלי קארעקט'ס מאדעל ארבעט?

ס'איז סייענטפיש געבעיסט אויף די 'אנקעטעס' פון יאר 16' און דער פאקטישער רעזעלטאטן, קעגן די היי יאריגע 'אנקעטעס'.

לדוגמא, אויב אין 16' האט די לעצטע אנקעטע פון א ספעציפישע פירמא געוויזן אז קלינטאן געווינט מיט 6 און למעשה נאר געווינען מיט איינס, אין 20' ווען די זעלבע אנקעטע פירמא ווייזט ביידען פלאס 8, איז עס באמת נאר פלאס דריי.

מ'קען אייביג 'נאר' רעכענען די לעצטע אנקעטעס פון ממש בעפאר די לעצטע וואלן, די סיבה דערביי איז, אונז לעבן מיר היינט אין די 15 מינוט ניוז סייקל א אנקעטע וואס איז עלטער ווי צוויי וואכן איז כמעט גארנישט ווערט.

קודם א גרויסן ש'כח פאר'ן אזוי בע'טעמ'ט אראפלייגן יעדע סטעיט עקסטער אלעס בעיסד אויף הארטע נומערן.

מיין טענה איז אבער, אז אויב אין א סטעיט זענען די פאול'ס געווען נישט פונקטליך מיט א געוויסע פערסענטידזש אין 2016, מיינט עס נישט אז דאס איז וואס מ'זאל ערווארטן אין 2020.

אלזא, איך וואלט נישט געווען מער סורפרייזד אויב טראמפ זאל דאסמאל אריינקומען שוואכער ווי די עוורידזש פון די לעצטע פאול'ס, ווי אויב ער גייט נאכאמאל אריינקומען שטערקער.

זייער גערעכט, אבער איך האב גערעכענט בעסט קעיס/ווארסט קעיס (פאר טראמפ שטיצער איז עס בעסט קעיס און פאר ביידן שטיצער איז עס ווארסט קעיס), ס'איז אבער שטארק מסתבר אז עס איז מער ווי איר שרייבט, ווייל די אנקעטע פירמעס פרובירן צו פארמיידן נאך א דורכפאל, ס'האט זיך שטארק אנגעזעהן ביי די מידטורם עלעשאנס ווי וואכזאם זיי זענען געווען.

אלפים ועשרים האט געשריבן: טאקע ווייל די ניוס סייקל גייט אזוי שנעל, זענען אלטע אנקעטעס גארנישט ווערד, און אלט קען מיינען א וואך.

דאס אז אין וויסקאנסין זענען די פאול'ס געווען אסאך ערגער ווי - למשל - אין פלארידע, קען קלאר ווערן צוגעשריבן צו די פאקט אז די ארטיגע עוורידזש איז באשטאנען פון בלויז דריי נארמאלע פאול'ס וואס אלע צוזאמען האבן זיי געהאט א סעמפל פון בערך 2,100 אויסגעפרעגטע, און די פאול'ס זענען געווען אינעם פעלד בערך 9 טעג פאר די וואלן!

אויך אמת, ס'איז אבער נישט דא צופיל ברירות ווייל עס קומען נישט ארויס אנקעטעס יעדע וואך פון די זעלבע פאולינג קאמפעני', אע"כ דארף מען ארבעטן מיט די אנקעטעס וואס מ'האט.

אלפים ועשרים האט געשריבן:יעצט צו וויאזוי מיין מאדעל ארבעט.

אזויווי מיין מאדעל איז נישט איבער וואס ס'גייט געשען אין פופצן וואכן ארום נאר איבער וואס ס'וואלט יעצט געשען, נוצט עס די יעצטיגע פאול'ס, און אזויווי ס'איז נישטא גענוג סטעיט פאול'ס, קוקט עס אויף וויפיל יעדע סטעיט איז גענויגט צו איין זייט קעגן דאס לאנד.

לויט די 2016 ריזאלט, וואלט אלע בלויע געגאנגען צום דעמאקראט און אלע רויטע צום רעפובליקען אויסער אויב די נעשענעל פאול'ס זענען אף מיט מער ווי 5%.

אויך א גוטע וועג פון רעכענען, למעשה איז אבער מיין מאדעל מער דיטעילד. די סוד פון קענען פרידיקטן איז ווי מער פרטים און פרטי פרטים מ'דרעשט, אלץ מער טשענסעס פאר הצלחה אין א פרידיקשאן. באמת דארף צונעמען יעדן קאונטי באזונדער, און נישט נאר יעדן קאונטי נאר יעדע שטעטל, עטנישע גרופעס און קוקן אויף די היסטארי פאַר וועם זיי האבן געשטימט אין לעצטע וואלן און צוזאמען שטעלן מיט די געאגראפישע שיפט פון היינט, און אזוי און נאר אזוי קען מען האבן דעם בעסטן פרידיקשאן. ומשום האי טעמא קען 'וואסערמאן' אין א עלעקשאן נאכט זאגן פריער ווי אלע מידיע אוטלעטס ווער ס'האט געוואונען, הגם ער איז באזירט אויף הארטע נאמבערס, איז אבער די איידיע כמעט די זעלבע.

דאס זעלבע מיט א קאמפיין ווי מער ריסורטש זיי האבן אויף דיטעיל און דיטעיל שבעדיטעילס אלץ מער טשענסעס פאר הצלחה איז דא פאר די קאמפיין. אז א קאמפיין האט גוטע ריסורטש אין וועלכע געגענט און אין וועלכע גרופע ער איז שוואך ווייסט ער ווי צו צילן זיינע רעקלאמעס א.א. וו.

הרב 'וואס טוט זיך' האט אויך געמאכט א פיינעם מאדעל.
ליינט גיך דעם תגובה, עס וועט לכאורה פארמעקט ווערן, עס איז נישט גענוג פראו טראמפ.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך בעסער אזוי » פרייטאג יולי 31, 2020 11:01 am

בעסער אזוי האט געשריבן:Real clear politics, No tossup Map as of now
Biden 333
Trump 187

Ohio is a tie

2020 Match up - based on RCP - 7-31-2020.jpg
2020 Match up - based on RCP - 7-31-2020.jpg (101.64 KiB) געזעהן 409 מאל


19+ Biden 352
1- Trump 186
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5556
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך eller » פרייטאג יולי 31, 2020 2:13 pm

איך זעה פאר א שרעקעדיגע בלוי מאפע ביי די קומענדיגע וואלן, וואס גייט נאכפאלדן מיט א שטארקע רויטע וועיוו (בלוט..) ווי מ'זעהט לעצטענס ביי אלע גרויסע דעמאקראטישע סיטיס.
וואס דאס וועט האפענטליך מאכן אז ביי די קומענדיגע וואלן זאל אמעריקע צוריק ווערן רויט..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 5:05 pm

ווי שוין מסביר געווען אויפן ערשטן בלאט פון דעם אשכול ווי אזוי מיין מאדעל ארבעט.

1) בעיקר איז עס געבעיסט אויף די 'אנקעטעס' פון די זעלבע אנקעטע פירמא (קאמפעני), פון יאר 16' קעגן די פאקטישע רעזעלטאטן, און אויסגלייכן מיט די היי יאריגע 'אנקעטעס' פון די זעלבע אנקעטע פירמא (קאמפעני).

2) אין א סטעיט וואו עס איז נישט דא קיין 'אנקעטעס' פון די זעלבע אנקעטע פירמא פון יאר 16', דאן מוז מען זיך ווענדן צו 'ריעל קלעיר פאליטקס עווריטש' פון יאר 16' קעגן די פאקטישע רעזעלטאטן, און אויסגלייכן מיט די היי יאריגע 'ריעל קלעיר פאליטקס עווריטש'.

3) אין א סטעיט וואו עס איז נישט עוועיליבעל קיין 'אנקעטעס' פון די זעלבע אנקעטע פירמא און אויך נישט קיין 'ריעל קלעיר פאליטקס עווריטש', מוז מען זיך פארלאזן אויפן היסטארישן רעקארד פון דעם ספעציפישע סטעיט.

Capture.PNG
Capture.PNG (142.8 KiB) געזעהן 200 מאל
ליינט גיך דעם תגובה, עס וועט לכאורה פארמעקט ווערן, עס איז נישט גענוג פראו טראמפ.

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 5:07 pm

לדוגמא:

טעקסעס איז א גוטע משל פון א סטעיט וואו עס איז נישט דא קיין 'אנקעטעס' פון די זעלבע אנקעטע פירמא פון יאר 16', דאן מוז מען זיך ווענדן צו 'ריעל קלעיר פאליטקס עווריטש' פון יאר 16'.

Tx.PNG
Tx.PNG (35.15 KiB) געזעהן 195 מאל
ליינט גיך דעם תגובה, עס וועט לכאורה פארמעקט ווערן, עס איז נישט גענוג פראו טראמפ.

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: 2020 עלעקטארעל מאפע אויסגאנג פרעדיקשן

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 5:09 pm

נאך א דוגמא:

נארט קארעליינא איז א גוטע משל פון א סטעיט וואו עס איז דא ביידע, אן 'אנקעטע' פון די זעלבע אנקעטע פירמא ה"ה NBC News/Marist פון יאר 16' קעגן די פאקטישע רעזעלטאטן, און אויך א 'ריעל קלעיר פאליטקס עווריטש' פון יאר 16', אין פארגלייך צו די היינטינגע עווריטש, אין אזא פאַל וועט די 'אנקעטע' פון די זעלבע אנקעטע פירמא גובר זיין און טיפן די סקעיל אין יענעם דיירעקשאן.

NC.PNG
NC.PNG (42.01 KiB) געזעהן 189 מאל
ליינט גיך דעם תגובה, עס וועט לכאורה פארמעקט ווערן, עס איז נישט גענוג פראו טראמפ.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט