4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

ס'ריייסט - Ivelt Page

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

מיר שטייען דא און ליינען די נייעס ווען בלוט גיסט זיך,
לאמיר ארויסווייזן אונזער ווארימע געפיל פאר די חשובע משפחה,
און אריינלייגן אין די אייוועלט טיעם - און מקדש זיין שם שמים!
https://www.dryveup.com/ripped-apart/13184/

איך האב געלייגט $50 - מען מעג געבן אסאך מער...




1 עקסידענט;

2 אלמנות‎;

3 קרבנות;

11 יתומים ל"ע




אוי וויי! עס רייסט!

אין די דייטש-בירנהאק משפחה האט מען זיך געגרייט מען זיך אויף א שמחה! אנגעטון מיט בגדי שבת לאזט מען זיך ארויס אין א פולע ווען מיט געהויבענע געמיטער, דער טייערער ראש המשפחה הרה״ח ר׳ אריה שמואל מיט זיינע טייערע קינדער און אייניקלעך, א לעכטיגע לוסטיגע משפחה וועלכע איז באליבט ביי יעדן איינעם.

אבער ליידער איז נהפך לאבל מחולנו! דער שמחה איז פארוואנדלט געווארן אין א פינסטערע און ביטערע טראגעדיע וואס מען קען נישט באגרייפן אין די וויסטע חלומות.

א שווערער עקסידענט האט געשיקט דעם ווען אין די לופטן, א בלוטיגער און שווערע עקסידענט. כלל ישראל האלט מיט לעבעדיגע באריכטן מיט א פארכאפטן אטעם... מען האפט און מען בעט, אבער דער טראגעדיע איז שווערער און ביטערער ווי מיר קענען באגרייפן: הרה״ח רבי ארי׳ שמואל מיט זיין טייערער איידעם ר׳ שלמה בירנהאק און זיין באליבטע טאכטער ציפורה זענען אומגעקומען אויף א ביטערע אופן.

דריי יונגע טייערע נפשות זענען אוועקגעריסן געווארן אין אן אויגנבליק! אין געציילטע מינוטן האבן צוויי משפחות פארלוירן זייער ראש המשפחה! און צוויי אידישע מאמעס זענען געווארן אלמנות וועלכע וועלן דארפן ערציען 11 יתומים'לעך, אריינגערעכט דער קליינער יתומ׳ל וועלכער איז געבוירן געווארן געציילטע שעות נאך די ביטערער עקסידענט און וועט ליידער קיינמאל נישט זען זיין טאטן, ה"י.

אנדערע בני משפחה וועלכע האבן בחסדי השם איבערגעלעבט דעם קראך, געפונען זיך נאך א טייל אין שפיטאל מיט ערנסטע וואונדן, עטליכע אין אן ערנסטע מצב און עטליכע אין א בעסערע. אידן איבעראל זענען מתפלל אז אלע זאלן שנעל קענען אהיימקומען אויף די אייגענע צוויי פיס און האבן די כוחות דורכצוטראגן זייער ביטערן מצב און אנגיין מיט'ן לעבן.



אוי געוואלד!

ס'רייסט דאס הארץ פאר די נפשות נקיות וואס זענען ליידער אוועקגעריסן געווארן אויף אזא טראגישן אופן;

ס'רייסט דאס הארץ פאר די צעבראכענע משפחה וואס האט ליידער מיטגעמאכט אזא שוידערליכער, אומבאגרייפליכער קלאפ;

ס'רייסט דאס הארץ פאר די משפחה מיטגלידער וואס ליגן אין שפיטאל מיט שווערע פיזישע וואונדן, און מיט די שוידערליכע יסורי הנפש פון די שרעקליכע פארלוסט וואס זיי האבן מיטגעמאכט.

ס'רייסט און בלוטיגט דאס הארץ אויף די 2 נייע אלמנות און 11 יתומים פון משפחת דייטש-בירנהאק, מיט'ן קליינעם יתומ'ל וואס איז געבוירן געווארן למז"ט געציילטע שעה נאך דעם ביטערן עקסידענט, אלס א געבוירענער יתום, ה"י.

דאס מח שטעלט זיך אפ. מען באגרייפט נאכנישט וואס דא האט פאסירט. יעדער איז צעשוידערט און צעטרייסלט. קיינער קען זיך נאכנישט צאמקלויבן, אבער עס איז נישט קיין צייט צו זיצן מיט פארלייגטע הענט.

די נפטרים זענען געווען אחריות'דיגע ראשי משפחה וועלכע האבן שווער געארבעט צו שפייזן זייערע פאמיליעס, און אריינברענגען א לעבנ'ס-לוסט אין זיי. ר' ארי' שמואל ע"ה האט לעצטנס זיך נישט געקענט מער ערלויבן א לייף אינשורענס פאליסי האט ער איינגעצאלט אין "ערבים". אבער ווי פארשטענדליך, פעלט זיך דא אויס עקסטערע ריזיגע סכומים, צוליב דעם ביטערן מציאות אז די קינדער דארפן אן א שיעור פיזישע און עמאציאנאלע הילף, בשעת מען האפט אז די מאמע וועט האפנטליך זיך ערהוילן און קענען ווייטער פירן די שטוב.

מיר קענען נישט היילן דעם ביטערן קלאפ, אבער מיר קענען פארזיכערן אז זיי ספראווען זיך נישט אליין מיט די שוידערליכע קאנסעקווענצן, מיר מוזן זיך פאראייניגן צו שטעלן די משפחה צוריק אויף די פוס.

עס ליגט א הייליגער פליכט אויף גאנץ כלל ישראל צו ערמעגליכן אן עתיד פאר די ערשיטערטע אלמנות און יתומים, וועלכע זענען פון איין רגע צום צווייטן פאר'אבל'ט געווארן און זייער לעבן איז געטוישט געווארן אויף אייביג.

עווענטועל וועלן זיי זיך דארפן אויפשטעלן און ווייטער גיין מיט'ן לעבן. ווער וועט דאגה'נען פאר זיי? ווער וועט זיי שפייזן? ווער וועט זיי צושטעלן אלע געברויכן און ווער וועט זיין זייער פרנסה ברענגער?

לא עת לחשות! גאנץ כלל ישראל איז פאראייניגט אין א שטורעם מיט א זעלטענע אחדות און אחריות אוועקצושטעלן א "קרן יתומים" פאר די אלמנות ויתומים פון משפחות דייטש-בירנהאק.

אין זכות וואס מיר וועלן זיך אנשטרענגען און טוען אונזער חלק, וועט דער גרויסער דערבארעמדיגער אבי היתומים ודיין אלמנות טרייסטן די צעבראכענע הערצער, און בענטשן אלע אידישע קינדער מיט געזונט און נחת, מען זאל אפגעהיטן ווערן מכל צרה וצוקה.

דער שטורמישער קאמפיין קומט פאר אין די קריטישע 36 שעה פון זונטאג און מאנטאג פר' חוקת, ווען יעדער יחיד ויחיד פון כלל ישראל וועט זיך משתתף זיין בצערתן של ישראל און אוועקשטעלן אן עתיד פאר די אלמנות ויתומים.



:ועד קרן היתומים

הרה"ג ר' אהרן גאלדמינצער שליט"א דומ"ץ דחסידי סקווירא בירושלים עיה''ק

הרה"ג ר' דוד לייב פישער שליט"א דומ"ץ פאפא

ר' יעקב יוסף אסטרייכער שי

ר' משה יצחק פרידמאן שי

ר' שמואל יצחק יוסף סופר שי

ר' אהרן בערגער שי

ר' יואל מייזעלס שי
Cong. Oseh Chayil Inc.

9 Maple Leaf Road Suite 201

Monsey NY 10952

Phone: 845-379-4002

Support Email: [email protected]

Tax ID: 46-4313232


די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ס'ריייסט - Ivelt Page

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

מען האלט ביי נישטיגע 3% פון די $2000 וואס אייוועלט וועט שאפן,
ביטע רופט איין אן ווארים!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: ס'ריייסט - Ivelt Page

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

https://www.dryveup.com/ripped-apart/13184/

לא עת לחשות, עת לעשות!

איך זיך נישט צו מפרסם זיין מיין אידענטיטעט, אבער ההכרח לא יגונה, און אמאל דארף מען אויסטוהן די מאסקע.

איך ווענד זיך דא צו מיינע חשובע חברים, מעמבערס/ליינערס/שרייבערס אינעם איי-וועלט קרעמל,

מיין שוואגער הר"ר ארי' שמואל דייטש ע"ה, מיט זיין באליבטע איידעם הר"ר שלמה בירנהאק ע"ה, מיט א טאכטער הילדה ציפורה דייטש ע"ה, זענען ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן פון אונז.

מיין שוועסטער מרת אסתר בת רבקה לרפו"ש, ראנגלט זיך מיטן לעבן, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.

די משפחה איז אינגאנצן צושאקלט, די קינדער ערהוילן זיך בחסדי השם צוביסלעך, און דארפן נאך אלס האבן אונזערע תפילות.

האבענדיג אן אחריות אויף די יונגע יתומים - דער יונגעסטע בלויז עטליכע טעג אלט - האט זיך מיין משפחה אריינגעלייגט צו מסדר זיין די ענינים על צד היותר טוב בעז"ה.

ס'זענען דא גאר האקעלע החלטות וואס דארף געמאכט ווערן, און פארשידענע ענינים וואס דארף ווערן אויפגעסעט ווי אומשנעלסטן.

געלט איז נאר איין פרט, און דאס איז די איינציגע זאך וואס איר קענט ארויסהעלפן.

און מ'רעדט פון אסאאאאאאך געלט.

אז איר ווילט לאמיר מאכן די חשבון זייער שנעל:

יעדע איינע פון די יתומים וועלן דארפן האבן פראפעסיאנאלע הילף זיך צו ערהוילן פון די טראמע וכו', בנוסף צו א יונגערמאן/פרוי זיי צו באגלייטן אויף טריט און שריט - למלאות את החלל אויף וויפיל ס'איז שייך.
דאס קאסט $1,000 א קינד פער וואך!
[אויב איר מיינט איך טרייב איבער, מאכט אביסל ריסערטש]

אויפצוברענגען א קינד קאסט דורכשניטלעך $10,000 א יאר (עסן, קליידער, שכר לימוד, וכו'),

מאטיפליי ביי 11.

אנדערע מינימאלע שטוב קאסטען, ווי מארגעטש/רענט, אינשורנס, יוטיליטיס וכו' וכו' (פאר צוויי משפחות) איז נאך בערך $60,000 א יאר,

מיין קאפ שווינדלט פון טראכטן.

3 מיליאן דולר איז ווייט נישט איבערגעשאצט.

אויב איר ווילט אביסל אראפנעמען, פיין, איך וועל אייך פארשטיין, ווייל פאר מיר ציפט די נומבער אסאך מער ווי פאר אייך, ווייל מיר וועט די אחריות באגלייטן פאר נאך אסאך יארן, און אייך וועט בלויז באגלייטן די זכותים פון די מצוה - אבער ס'איז נאך אלס 3,000,000.00 פלאס!

איך בעט אייך מיינע ידידים, רופט אייך אהן ווארעם, שטרענגט אייך אהן מער ווי איר קענט, מ'רעדט דא פון מיין בלוט און פלייש. כי אנשים אחים אנחנו!


עשה למען תינוקות של בית רבן שלא חטאו!
עשה למעון גמולי חלב שלא פשעו!

און בזכות זה:
עננו אבי יתומים עננו!
עננו דיין אלמנות עננו!


אויב האט איר הנאה געהאט פון מיינע ארטיקלען און תגובות במשך די פארלאפענע 11 יאר, דאן טוט עס פאר מיר.

שטופט נישט אפ די געוואלדיגע מצווה!

ידידכם המצפה לביאת המשיח בקרוב ממש

https://www.dryveup.com/ripped-apart/13184/
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ס'ריייסט - Ivelt Page

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

יישר כח פאר מטעמים פאר דיין הינדערטער, די זכות פון צדקה און פון אויפשטעלן א משפחה בישראל אויף די פיס, זאל דיר אויך אוועקשטעלן מיט אלע ענינים!
יישר כח פאר פויליש פארווע, די זכות פון ארויסהעלפן אנדערע זאל דיר מציל זיין פון אלעס שלעכטס!
יישר כח פאר טראבל מעיקער, זאלסט זעהן אסאך נחת פון דיינע קינדער געזונטערהייט!

מען האלט נאך ווייט ווייט פונעם ציל, ביטע לייגטס אריין גרעסערע סומעס!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ס'ריייסט - Ivelt Page

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

טייערע אידן רחמנים בני רחמנים: מיר מיזן זעהן וואס מיר קענען טוהן ארויסצוהעלפן דיע משפחה,
די קאמפיין איז געוואנדן צו 'גאנץ כלל ישראל', און דא קומען אייוועלט אריין...
אייוועלט איז א 'מיני גאנץ כלל ישראל' לאמיר ארויסווייזן כלל ישראל'ס שטיצע,
איך האב מסתמה נאך נישט געזעהן קיינמאל נישט איינע פון די משפחה, אבער אין כלל ישראל בין אין א חלק!

כלל ישראל איז מיט ענק! נו, לייגט'ס אריין מער פון וויפיל מען קען!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: ס'ריייסט - Ivelt Page

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

נישט געטראכט צו געעבן אזוי סאך, אבער ההכרח לא יגונה, מיין הארץ טראגט עס נישט אריבער.
איך האלט אז ס'דארף געשאפט ווערן סאך מער ווי 3 מיליאן וואס משיח האט דערמאנט, מאכט'ס אליינס דעם חשבון.
זאל דער בורא עולם אליינס זיי אויפרעכטן.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
איש מבקש
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 10:21 am

4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש מבקש »

אוי... עס איז נאך דא טרערן? כ'מיין אז נישט. היינט צופרי איז געקומען די ביטערע נייעס אז די מאמע מרת דייטש ע"ה האט צוריק געגעבן איר נשמה צום הייליגן באשעפער און האט זיך פאראייניגט מיט איר מאן, איידעם, און טאכטער, איבערלאזענדיג א שטוב מיט קליינע קיילעכיגע יתומים. אן א טאטע. אן א מאמע. פארלוירן א שוועסטער. פארלוירן א שוואגער. טראמאוטאזירט נאכן מיטלעבן די ביטערע טעג און וואכ'ן. און טייל נאכן צוזען די שווארצע סצענע מיט די אייגענע אויגן

מיר קענען מער גארנישט טון. עס איז א גזירה פון הימל, חיימל'ס 16 שיינע יארן אויף דער וועלט איז שווארץ געווארן. ער לעבט, ער איז געזונט, אבער זיין לעבן גייט קיינמאל נישט זיין דאס וואס איז געווען, און ער גייט זיך היינט צום צווייטן מאל זעצן שבעה נאך זיין מאמע, ווען ער האט מיט אינטער צוויי וואכן צוריק באגלייט זיין טאטע, און דערנאך זיין עלטערע שוועסטער, און אינדערצווישן זיין באליבטע שוואגער שלומי ע"ה

יעקב יוסעלע'ס 8 גליקליכע יארן איז אויך איבערגעשניטן געווארן יענעם שווארצן מאנטאג מיט צוויי וואכן צוריק, און ליידער זיין לעצטע האפענונג אז ער וועט נאך האבן א מאמע וועלכע וועט אים ווישן זיינע זוידיגע טרערן, און אים זאגן "יעקב יוסעלע, טאטי איז מער נישט, ציפורה איז מער נישטא, שלומי איז מער נישטא, אבער איך בין יא דא, איך וועל דיר העלפן, מחזק זיין, און זען זאלסט וואקסן א ערליכע איד" דער האפענונג האט זיך יעצט צופרי גענדיגט

דער קליינער 6 יעריגע יונגל, דער יונגסטער דריי יעריגער מיידל, אוי... ווער קען אפילו טראכטן, טאטי, מאמי, ציפורה'לע, צוויי וואכן צוריק זענט עטס נאך אלע געזיצן מיט אונז ביי די סעודה, אונז אנגעטון, געוואשן וועש, און יעצט.... אוי... אוי... כ'וויין

דער גזירה איז נגזר געווארן, מיר קענען מער גארנישט טון. אבער וואס מיר קענען יא טון איז געבן אונזער נשמה, טרערן, הארץ, און געפיל, אין פארעם פון אונזער געלט, דער גרויסער קאמפיין צו אויפשטעלן א קרן צו העלפן די משפחות, די קיילעכיגע יתומים פון משפחת דייטש, און שלומי'ס קליינע יתומים. זיי העלפן שטעלן אויף די פיס ווי ווייט עס איז מעגליך, און זיי העלפן מיט אלע סארט הילף וואס עס פעלט נאר אויס. ודי

מען האט געפענט א אייוועלט טיעם, און ביטע, נעמט א טייל אין דער קאמפיין, און העלפט די משפחות, עטוואס, עטוואס, עטוואס, קומען צו זיך.
https://www.dryveup.com/ripped-apart/13184/

אזווי מענטשן האבן ליעב צו געבן לכבוד איינעם לייגן מיר דא א ליסטע פון ניק'ס וועלכע זענען נאנט באקאנט מיט דער טראגעדיע, און זענען גרייט אז אייוועלט ניק'ס זאלן געבלן לזכותם, ולכבודם. - ווער עס וויל קען צולייגן זיין ניק אין דער אשכול אז מען זאל לכבודו אויך געבן

משיח
לעגאו מענטשעלע
איש מבקש
(לכבוד דער באשרייבונג צום אריינפיר צום אשכול...)
אונזער באליבטע זיידע בערעלע

ביטע צולייגן נאך ניק'ס פארוועמען מען קען געבן - אויב איינער וויל איך זאל צולייגן אין דער אשכול זיין ניק זאל ביטע אישי'ן

אייוועלט חברים! איר זענט גרייט! שאו ידיכם, לאמיר ווישן חיימל'ס, יעקב יוסעלע'ס און די אנדערע קינדערלעך'ס טרערעלעך!
---
מנהלים, ביטע גיבט אייער צושטייערונג צום קאמפיין מיטן דא לאזן דעם אשכול פאר די צוויי טעג ביז דער קאמפיין איז אריבער.
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מ'קען אויך געבן לכבוד מיר. איך קען זיי נישט פערזענליך, אבער ס'רייסט מיר ביים הארץ.

טאטע און הימל, ארבעה נכנסו לפרדס. אויף וועמען האסטו איבערגעלאזט די לעכטיגע קינדער??

דער טראגעדיע האט שוין געקאסט מער קרבנות ווי די אנטיסעמיטישע אטאקעס פון דזשערזי סיטי, פארשעי צוזאמען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איך קען נישט טראכטן גראד... עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין.... רבונו של עולם!!!

איין זאך איז נוגע יעצט אויפן רגע: געלט זאל זיך גיסן!!!!!! די משפחות זאלן כאטש האבן א שאנס צו איבערקומען דאס וואס אונזער פשוטע קעפעלעך קענען ניטאמאל באגרייפן!
צעגער נישט און קלער נישט! נעם דעם קארטל און גיב א סווייפ א סכום נכבד מאוד! בזכות הצדקה זאל דער באשעפער זיך מרחם זיין!

אוי באשעפער!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

צום וויפלטן מאל קומט דאס ארויף, פרובירט ביי אפאר טיעמס
אטעטשמענטס
cc.PNG
cc.PNG (2.09 KiB) געזען 3388 מאל
איש מבקש
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 10:21 am

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש מבקש »

דער קאמפיין איז יעצט לייוו פאר די קומעדיגע 2 טעג. ווארפטס אריין ביטע אויפן אייוועלט בלאט לזכות אונזערע ידידים דא! ווער נאך איז גרייט צו ארבעטן אז מען זאל געבן לזכותו?

--
האמת אגיד, כ'האב געוויינט בשעת'ן שרייבן דעם אריינפיר צום אשכול
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ס'ריייסט - Ivelt Page

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

Wow באמת א קידוש ה'!
מען האלט שוין ביי 15 Donors און מען האט שוין $1,020 דאס איז 51%

טייערע אידן לייגטס אריין נאך, מיר דארפן העלפן די משפחה!

יישר כח פאר אונזער טייערע ארחיקה נדד, פארן הערליכן נתונה פון $250 השי"ת זאל העלפן אז 250 זאל זיין ווייניגער פון די מעשר וואס דו דארפסט געבן א יעדן טאג!
א באזונדערע ייש"כ פאר ספרים שטוב, פאר שיינע נתונה פון $180 זאלסט זעהן נאר נחת ביי דיר אינדערהיים!
שמעלקא זאפטיגער פאר דיין הינדערטער, זאל דיר השי"ת געבן כל טוב!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ס'ריייסט - Ivelt Page

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

א ש'כח פאר די גליקליכע אינגערמאן: ס'זאל דיר טאקע אלעס זיין גליקליך!
ש'כח ר' זאב שלייערמאן: פאר דיין שיינע נתונה, זאל דיר אלעס גוט גיין.
@דייקן: ש'כח פאר דיין הערליכע נתונה, ס'זאל טאקע זיין לזכותך ולזכות משפחתך לבריאות ולפרנסה געזונטערהייט!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ס'ריייסט - Ivelt Page

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

יישר כח פרינדזשעס פאר דיין הערצליכע נתונה, זאלסט אלעמאל האבן געניג $

יישר כח עכט היימיש פאר דיין $100 אַה, השי"ת זאל דיר באצאלן מיט אלעס גוט'ס!

צפנת פענח דו האסט אנגעטוהן יתומים, השי"ת זאל דיר אלעמאל אנטוהן מיט טייערע און גוטע קליידער!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געגעבן היינט צופרי אין שוהל פאר די עסקנים וואס זענען ארומגעגאנגען ביי מיין מנין
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

לכאורה האט געשריבן:געגעבן היינט צופרי אין שוהל פאר די עסקנים וואס זענען ארומגעגאנגען ביי מיין מנין

תזכו למצות לכאורה פאר דיין שיינע נתונה, האסט א חלק אין די $803,893 וואס איז שוין געשאפן געווארן!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דאס איז בכלל נישט קיין פשוטע מעשה דאס איז ביטערע שלעק, רבונו של עולם געב מיר די כח תשובה צו טוהן.

דער באשעפער זאל געבן כח פאר די משפחה זיך צו האלטען און פאר גאנץ כלל ישראל צו תשובה טוהן ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו עד ביאת גואל צדק במהרה.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
programmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 11:34 am

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך programmer »

זוכט איר א לעזונג? דריקט דא
איש מבקש
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 10:21 am

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש מבקש »

3 אזייגער נאכמיטאג גייט ארויס די לוי פון גרויסן ביהמ"ד אין שכון סקווירא

אוי... וויי... צו טראכטן פון דער סצענע, שטייט א יונגער בחור'ל, שטייט קליינע יונגלעך, און מאכן צום דריטן (4'טן....) מאל אין בלויז צוויי וואכן דער ברכה. אוי, ברוך אתה, געלויבט ביזטו, ה' אלוקינו מלך העולם, דער קעניג פון די וועלט, דיין האמת!

דער דריטער העמד ווערט אריינגעשניטן, דאס מאל די מאמע... עס איז נישטא דער טאטע וואס זאל געבן דער גלעט, און אנכאפן די צאפעלדיגע שעפעלעך וועלכע גיסן טרערן. השם נתן, והשם לקח. אבער יהי' שם השם מבורך

עס איז געשען, אבער מיר קענען גארנישט טון, נאר העלפן ווישן די טרערעלעך פון די קיילעכיגע יתומימ'לעך מיט גרינע פאפירעלעך. ווארפט אריין, און זייט זוכה צו א ווארעמע ברכה פון לעכטל!
לעצט פארראכטן דורך איש מבקש אום זונטאג יוני 28, 2020 12:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אוי, דאס הארץ רייסט. שוין געגעבן לעצטער וואך און היינט געגעבן א צווייטער מאל.

די צער איז נישט פשוט.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

זאל דיר ראפאט קראמפלי (קיינמאל געהערט פון דיר) השי"ת באצאלן מיט אלעעס גוט'ס, זאלסט פון קיין צער קיינמאל נישט וויסן.

אויך פאר דער איד מיט א הארץ א הארציגע יישר כח!

און פאר גם זה יעבור, איך ווייס נישט אויב ס'איז א ניק, אבער גם זה יעבור!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: ס'ריייסט - Ivelt Page

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

כ'וויין...
כ'וועל אי"ה געבן א נתינה...
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יעדער וואס געט אין מיין האנאר וועט זוכה זיין צו א שיינע גמטרי' פאר זיין ניק נאמען.

ביטע ציטירן דעם תגובה כדי איך זאל וויסן דערפון.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
איש מבקש
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 10:21 am

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש מבקש »

ארויפריקן דעם גאול ביטע. ווער עס האט עקסעס

---
אקעי, אסדר איז דא....
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: 4 קרבנות אין סקווירא טראגעדיע - אייוועלט קאמפיין טיעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

כ'מיין מ'זאל עס רוקן צו 12,000
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”