בלאט 1 פון 15

באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:42 pm
דורך יש ברירה
די ניו יארק טיימס מיט א שאקירנדע באריכט אז א געוויסע רוסישע אינטעלעדזשענטס אגענטור יוניט האט אנגעבאטן קאפ-צאל באלוינונגען פאר טאליבאן אפיליאירטע קעמפער, צו הארגענען זעלנער פון די אליאירטע קאאליציע אין אפגאניסטאן, אריינגערעכנט אמעריקאנער זעלנער.

WASHINGTON — American intelligence officials have concluded that a Russian military intelligence unit secretly offered bounties to Taliban-linked militants for killing coalition forces in Afghanistan — including targeting American troops — amid the peace talks to end the long-running war there, according to officials briefed on the matter.

The United States concluded months ago that the Russian unit, which has been linked to assassination attempts and other covert operations in Europe intended to destabilize the West or take revenge on turncoats, had covertly offered rewards for successful attacks last year.

Islamist militants, or armed criminal elements closely associated with them, are believed to have collected some bounty money, the officials said. Twenty Americans were killed in combat in Afghanistan in 2019, but it was not clear which killings were under suspicion.

The intelligence finding was briefed to President Trump, and the White House’s National Security Council discussed the problem at an interagency meeting in late March, the officials said. Officials developed a menu of potential options — starting with making a diplomatic complaint to Moscow and a demand that it stop, along with an escalating series of sanctions and other possible responses, but the White House has yet to authorize any step, the officials said.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:44 pm
דורך חוח בין השושנים
טאקע שאקירנד.

אבער קענענדיג די רוסישע קרום-קעפ, וואלט איך זיך מער גע'חידוש'ט אויב די באשולדיגונג שטעלט זיך ארויס אלס פאלש...

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:45 pm
דורך כאפצעם
א פרישע וואך = א פרישע טראמפ רוסלאנד סקאנדאל

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:46 pm
דורך יש ברירה
פאקס נויז מיט זייער אייגענע באריכט.

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:49 pm
דורך ווישוואש
איך בין גענוג אלט צו געדענקען די רעספאנס פון די דעמאקראטן און זייער מידיע מאשין ווען ראמני האט געזאגט אז רוסלאנד איז אמעריקע'ס גרעסטע געא-פאליטישע פיינט.

גיוו מי עי ברעיק מיט די קראקאדיל טרערן און פאלשע אוטרעידזש.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:50 pm
דורך כאפצעם
שטעל דיך פאר ווען נישט די מידיע, אונז וואלטן קיינמאל געוואיר געווארן דערפון

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:52 pm
דורך יש ברירה
ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר לייקנט אז טראמפ/פענס זענען אינפארמירט געווארן איבער דעם אנטוויקלונג.
EbjBNIgWkAUwmD0.png
EbjBNIgWkAUwmD0.png (57.82 KiB) געזעהן 1538 מאל


ניו יארק טיימס, וואשינגטאן פאוסט, פאקס ניוז זאגן אלע אז יא.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:53 pm
דורך מטעמים
גרויסע נייעס אבער וואס איז די סקאנדאל דערפון?

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:54 pm
דורך אביסל טיפער
און וואס איז די סקאנדאל?

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:55 pm
דורך יש ברירה
די סקאנדאל איז אז טראמפ האט גארנישט געטון דערוועגן אויסער ווייטער שטופן אז מען זאל צוריק ארייננעמען רוסלאנד אין די דזשי-7/8

Re:

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:58 pm
דורך נעכטן
ווישוואש האט געשריבן:איך בין גענוג אלט צו געדענקען די רעספאנס פון די דעמאקראטן און זייער מידיע מאשין ווען ראמני האט געזאגט אז רוסלאנד איז אמעריקע'ס גרעסטע געא-פאליטישע פיינט.

גיוו מי עי ברעיק מיט די קראקאדיל טרערן און פאלשע אוטרעידזש.

;l;p-

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 10:58 pm
דורך פאלעסיידס
חוח בין השושנים האט געשריבן:טאקע שאקירנד.

אבער קענענדיג די רוסישע קרום-קעפ, וואלט איך זיך מער גע'חידוש'ט אויב די באשולדיגונג שטעלט זיך ארויס אלס פאלש...

יאפ בכלל נישט סופרייזד,

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:00 pm
דורך פאלעסיידס
יש ברירה האט געשריבן:פאקס נויז מיט זייער אייגענע באריכט.

איין זאך פארשטיי איך נישט, קאנגרעס קען דעס נאר אויספארשען נאר אויב די די מידיא באריכטעט דעס?
כמיין צי זאגען אמעריקע ווערט געוואר אזאלכע זאכען פון די צייטונגען?

Re:

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:01 pm
דורך חוח בין השושנים
ווישוואש האט געשריבן:איך בין גענוג אלט צו געדענקען די רעספאנס פון די דעמאקראטן און זייער מידיע מאשין ווען ראמני האט געזאגט אז רוסלאנד איז אמעריקע'ס גרעסטע געא-פאליטישע פיינט.

אוי געדענק איך דאס גוט! כ'געדענק עס ביי מעקעין. זיי האבן צוריק גע'טענה'ט אז דער אלטער מיינט אז מיר זענען נאך אינעם קאלטן קריג עפאכע...

אוי האב איך געשוימט דעמאלט.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:02 pm
דורך אביסל טיפער
יש ברירה האט געשריבן:די סקאנדאל איז אז טראמפ האט גארנישט געטון דערוועגן אויסער ווייטער שטופן אז מען זאל צוריק ארייננעמען רוסלאנד אין די דזשי-7/8

די מיטינג איז געווען סוף מארטש, אפשר האט ער שוין עפעס געטוהן?
און לויט דיר וואס דארף טראמפ טוהן?
אנהייבן א מלחמה מיט רוסלאנד?

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:12 pm
דורך כאפצעם
גארנישט טוהן, זיי איינלאדענען ווייטער צו אלע פארטי'ס

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:13 pm
דורך נקודהלע
כאפצעם האט געשריבן:א פרישע וואך = א פרישע טראמפ רוסלאנד סקאנדאל

ער זעט איבעראל טראמפ... :lol:
קענסט מיר מסביר זיין?

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:13 pm
דורך נקודהלע
כאפצעם האט געשריבן:גארנישט טוהן, זיי איינלאדענען ווייטער צו אלע פארטי'ס

מאכן א דיעל מיט זיי אזוי ווי אבאמע-איראן...

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:15 pm
דורך מטעמים
נו טראמפ האט טאקע א גאנצע צייט געוואלט ארויס נעמען די טרופען פון אפגאניסטאן!

א אישו פון א טישו דערווייל

Re: Re:

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:16 pm
דורך בעריש'ל
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:איך בין גענוג אלט צו געדענקען די רעספאנס פון די דעמאקראטן און זייער מידיע מאשין ווען ראמני האט געזאגט אז רוסלאנד איז אמעריקע'ס גרעסטע געא-פאליטישע פיינט.

אוי געדענק איך דאס גוט! כ'געדענק עס ביי מעקעין. זיי האבן צוריק גע'טענה'ט אז דער אלטער מיינט אז מיר זענען נאך אינעם קאלטן קריג עפאכע...

אוי האב איך געשוימט דעמאלט.

ווי איז דיין שוים געפלויגן? נאר ווען עס איז גוט פאר ריפאבליקאנער ארבעט די שוים?

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:16 pm
דורך נקודהלע
מטעמים האט געשריבן:נו טראמפ האט טאקע א גאנצע צייט געוואלט ארויס נעמען די טרופען נאר די מיליטער!

א אישו פון א טישו דערווייל

אנטשילדיגט אבער איך האב נאך נישט געטראפן די טישו דערווייל...
אבער ס'איז פשוט פארוואס דאס קומט יעצט ארויס... ס'שעטלט זיך ארויס שטערקער און שטערקער אז ס'איז געווען דא מאסיווע קאראפשן קעגן טראמפ פון אונזער אייגענע מענטשן... אוודאי טרעפט מען א סקאנדאל.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:17 pm
דורך מטעמים
זיי זענען ממילא ביי אלע פארטיס מייט עס וועל ברינג זיי צום טיש, זיי זענען ממילא אינוואלווד אין כמעט אלע אישוס אין די וועלט סאו אדער פייט זיי אדער האב א דיאלאג מיט זיי ער האט אבוויעסלי געטשוזד זיין מהלך.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:19 pm
דורך פאלעסיידס
יש ברירה האט געשריבן:ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר לייקנט אז טראמפ/פענס זענען אינפארמירט געווארן איבער דעם אנטוויקלונג.
EbjBNIgWkAUwmD0.png


ניו יארק טיימס, וואשינגטאן פאוסט, פאקס ניוז זאגן אלע אז יא.

איך האלט אז דעס איז יא 100% אמת אין די ווייט האוז ווייסט דערפון זיכער, און נאכמער די רוסען האבען א הענט און ארגאנעזירען און דעם וואס אמעריקע האט נישט געקענט סטאבעלעזירען אפגאניסטאן (און איראק), א שטייגער ווי דייטשלאנד נאך די צווייטע וועלט מלחמה אדער פאנאמא נאך בוש הראשוןס אינוואזיע,

נאר די וועג צי דילען איז סאך ברייטער ווי אפי' אנשרייען ברבים ווען סקומט צי רוסלאנד און זייערע באהאלטענע קעי זשי בי שטיקלעך, רוסלאנד וואלט געקענט מאכען געבראטענע צרות אין די וועלטס שאך געים אויב איז מען נישט רעדי פאר זיי אין מהאט זיי אנדער קאנטראל (א זאך וואס טראמפ האט נישט געהאט די ערשטע שטיק צייט זיכער) זיי זענען שוין איינגעגעסען זייט יארע 2000 און לויט מאנכיגע 6 יאר פארדעם וואס פוטין מיט די הילף פון עטליכע געוועזענע קעי זשי בי פריינד האבען שוין געטון צירוק דרייען די דורכפאל פון די קאמוניסטישע צאמבראך און אינטערצימינעווען און צי ציטרייסלען די מערב וועלט,

די דעסיזשען איבער אזאלכע זאכען איז סאך מער ברייטע פאליסי, ווי איידער אן ארויסגעסינגעלטע פארדאמונג, וואס מייק פאמפעי האט יא געטון אסאך מאל בפרט לעצטענס איבער קרימיע,
ווי למשל אויב די אדמינסטראציע האקט אונטער די גאז עקספארט פון רוסלאנד קיין דייטשלאנד אין אייראפע, אדער ארויסשטויסען די רוסיש געשטיצטע טראבעל מעיקער על האפטער פון ליביע
(און די רוסישע שפראך איז על האפטער דער איינציגסטער וואס קען ברענגען סטאביליטעט אין ליביע, פארוואס? ווייל ווען א רעגירונג וועט זיין אן אמעריקאנע געשטיצטע דעמאקראטיע וועלען זיי עס אייביג אינטערמינעווען אין טערארזירען -צימאל מיט זייערע איראנע שיק אינגלעך- אטאמאטיש וועט קיינמאל נישט זיין קיין סטאביליטעט)
בקיצור אבי די פרעסע איז שוין מודה אז רוסלאנד זענען טראבעל מעיקערס, אזוי ווי וויש וואש און כאפצעם ברענגען שוין ארויס

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:19 pm
דורך ס׳וועט זיין בעסער
יש ברירה האט געשריבן:די סקאנדאל איז אז טראמפ האט גארנישט געטון דערוועגן אויסער ווייטער שטופן אז מען זאל צוריק ארייננעמען רוסלאנד אין די דזשי-7/8

אפשר איז די סקאנדאל איז אז ער האט נאכנישט געזאגט פאר פוטין אז מ׳זאל ווארטן ביז נאכן עלעקשען ווייל דעמאלטס וועט ער האבן מער פלעקסיביליטי אזויווי דער סקאנדאל-פריי אבאמא האט געטוהן מיט׳ן רוסישער בער, אדער איז די סקאנדאל אז ער האט נאכנישט דעליווערט 150 ביליאן דאללער אלס א שכויח פאר די אטאקעס.

דזאוקס עסייד, ס׳איז מורה׳דיג צו זעהן ווען ס׳קומט ארויס א האלב געבאקענע נייעס אין מ׳ווייסט נאכנישט וואס ווען ווי - וואס ווען מען ווייסט ווען יא וואלט מען געזעהן אז ס׳איז נאך א ״סקאנדאל״ ווי אלע ״סקאדאלן״ פון די לעצטע פיר יאר - אין דער עולם נעמטזיך טאנצען ווי קאטשקעס נאכ׳ן געשטאפט ווערן, ווען וועט מען זיך לערנען צו ווארטן ביז מ׳האט אביסל עכטע פאקטן.

דרך אגב ווי א טאג עס גייט א דורך זעט מען אז טראפט איז סקאנדאל-פריי אין אבאמא איז גאר דער סקאנדאל-פול דידאקטור וואס געזוכט אונטערברענגען זיינע פאליטישע קעגענער ועוד ועוד.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2020 11:23 pm
דורך האמת הצפון