באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג יוני 29, 2020 11:40 pm

שמאטע קום אריין עפטער
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג יוני 29, 2020 11:42 pm

קוקט אויס באלטאן איז בייז פארואס טראמפ האט נישט באמבאדירט רוסלאנד מיטן אטאם
נאכען אים בריפען מיט די נייעס,
די שאלה איז פארוואס האט ער געווארט ביז יעצט?
אז יענער קען קענסטו אויך

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יוני 29, 2020 11:48 pm

וואוו @שמאטע זייער גוט ארויסגעברענגט די פוינט

איפכא מיסתבר
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך איפכא מיסתבר » מאנטאג יוני 29, 2020 11:54 pm

זע איך דא לויט די תגובות, אז דא דרייען זיך שטארק קוואליפיצירטע קאנדידאטן פארן פרעזידענט אמט, וואלט איך געוואלט בעטן די יעניגע זאלן ביטע אריינקומען מיט די מהלך וואס זיי האלטן אז טראמפ וואלט געדארפט טון... און וואס זיי וואלטן ווען געטון ווען זיי זענען ווען פרעזידענט...
נישט פארגעסן אז דא רעדט מען פון א וועלטס מאכט וואס קען זיך פארמעסטן -נישט געווינען - מיט אמעריקע אויפן שלאכט פעלד...
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 30, 2020 12:07 am

אפאר נקודות.

א) איך וואלט נישט געזאגט אין פראנט פון מיליאנען אמעריקאנער פאר די פירער פון יענע לאנד, אז איך גלייב דיך מער ווי מיינע אינטעל קאמיוניטי.
ב) איך וואלט בכלל זיך נישט אויפגעפירט אזוי פריינטליך מיט אים.
ג) איך וואלט זיכער געמאכט ס'דא א סדר, און נישט 20 אנדערע מענטשן זאלן זאגן 20 אנדערע זאכן.
וואטס, טראמפ ווס. דעמס היי יאר און פיר יאר צוריק
---------------
קארטאפל רעפטלעך, אנקעטע

---------------
שמחי!! בלייב מיט אונז!!
--------------
INM! אייוועלט ניקס מעטטער!
#בארואיג דיין נייגער, און לאז ניקס ווייטער שרייבען דא.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג יוני 30, 2020 12:24 am

אמעריקע ווס רוסלאנד איז זייער א קאמפליצירטע קאנעקשאן, זייער ווייניג מענטשען האבען עס עכט ארויס.

מיט טראמפ איז די מעשה אזוי אדער האט ער עס שטארק ארויס און שפיעלט שאך מיט פוטין אדער שווימט ער עס דורעך און זיין גאול איז אז נאך א שטילע טאג פון מאסקעווע מיינט נאך א סוקסעספול טאג.

אמעריקאנע אין אלגעמיין האבען זייער פיינט די רוסען, שטרענג קעגן ראושע איז א גוטע סעלינג פוינט אבער קיינער וויל נישט זיין ביי די פוינט פון א מלחמה מיט זיי.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג יוני 30, 2020 12:38 am

איז דא איינער וואס האט נאך א ה"א אז דאס איז נישט באלטאן'ס דזשאב?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 30, 2020 12:51 am

שמאטע האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:זייער זיס שמאטעלע אבער פארוואס שרייט טראמפ אז מ'האט אים נישט געבריעפט?

ווייל ער האט נישט קיין קאמיוניקעשאנס דירעקטאר. פינטל.

ווען ער האט ווען יא, וואלט ער קודם כל נישט ריספאנדעט אזוי שנעל, און צווייטענס נישט אזוי צומישט, און דריטענס ער וואלט געמאכט מטעמים מיט די "סאו קאולד" מוראקדיגע אויפדעקונג און געטריבן ליצנות פון די "שרעעעעעקליכע באמב שעל"...

ער האט גראדע געווארט זייער לאנג בעפאר'ן ענטפערן.
די סיבה דערונטער איז ווארשיינליך געווען ווייל די בעסטע דעפענס וואס ער האט געקענט אויפקומען איז געװען אז ער האט נישט געוואוסט דערוועגן, און דאס מאלט אים אפ מיט גאר א שלעכטע ליכט. אבער למעשה האט ער געדארפט נעמען דעם וועג ווייל אויב ער האט געוואוסט און זיך ווייטער אזוי אויפגעפירט כלפי רוסלאנד איז נאך ערגער.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 30, 2020 12:55 am

מטעמים האט געשריבן:אמעריקע ווס רוסלאנד איז זייער א קאמפליצירטע קאנעקשאן, זייער ווייניג מענטשען האבען עס עכט ארויס.

מיט טראמפ איז די מעשה אזוי אדער האט ער עס שטארק ארויס און שפיעלט שאך מיט פוטין אדער שווימט ער עס דורעך און זיין גאול איז אז נאך א שטילע טאג פון מאסקעווע מיינט נאך א סוקסעספול טאג.

אדער שפילט אים פוטין ווי א פידל... מאכט מער סענס ווי אפציע איינס זיכער.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג יוני 30, 2020 1:08 am

איך גלייב דעם טיימס, ווער עס וויל קען מיר אויסלאכן אבער אין מייננע אויגן זענען זיי גאנץ קרעדיבעל ווען זיי זאגן פאקטן, געוויס זענען זייערעע מסקנות און אויסטייטשונגן דעמאקראטיש גענויגט, אבער זייערע פאקטן זענען נישט סתם שטותים מיט לאקשן א שטייגער ווי צום ביישפיל טראמפ וואס שיסט סטעיטמענטס אן קיין דעקונג.

@שמאטע, ט-ר-א-מ-פ איז דער פראבלעם, דאס אפוועזענהייט פון א גוטע קאמיוניקאציע דירעקטאר איז ווייל טראמפ לאזט קיינעם נישט פירן זיין קאמיוניקאציע ווייל ער האלט אז ער ווייסט און פארשטייט בעסער ווי יעדעם, און א סאך מאל איז עס טאקע אזוי, ווען מען רעדט פון שטעלן דעם טאן אויף די טאלק שויס איז ער א יחיד במינו, אבער א גוטע קאמיוניקאציע דירעקטאר וואלט געקענט צונישט מאכן די גאנצע אויפברויז זייער שנעל.

ווער מיינט דאס אז די איטעליזשענס געמיינדע באשטייט פון לאוגאוס מיטן פיס אויפן טיש?

---
@פעיק ווי געווענליך רעדסטו דורעכגעטראכט, איך בין אבער אומאיינשטימיג מיט דיין ערשטע פארראגראף, אויב די איטעליזשענס געמיינדע האט אפגעמאכט אז מען זאל נישט בריפן דעם פרעזידענט זאגט עס צוויי זאכן, איינס אז די אינטעליזשענס געמיינדע טוט נישט זייער זשאב בנאמנות, און צווייטענס אז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן נישט פארלעסליך צו פירן אמעריקע.

דערווייל איז דאס דאמירן בעלמא זינט איך זע נישט קיין שום אנדייטונג אז די איטעל ביוראקראטיע טראסט נישט טראמפ, די גאנצע מעשה מיט א שפיאן וועם טראמפ זאל האבן פארראטן צו רוסלאנד אינעם אוועל אפיס איז שרקף אפגעלייקענט געווארן דורעך אלע וואס האבן געהאט עקססעס צו די מיטינג, נישט נאר דורעך טראמפ שטיצער. (יא עס איז 'עפעס' געווען טראמפ האט אליינס געדרייט מיטן צינג דא און דארט, אבער מען רעדט זיכער נישט פון עפעס מער ווי אביסל אומפארזיכטיקייט)
---
@מטעמים, טראמפ שפילט נישט שאך מיט פוטין! פוטין איז סאך קלוגע פון טראמפ און זיין ציהל איז צו זען א צופראסקעטע אמעריקע, ער קלאפט זיך אין בייכל וויאזוי ער זעט אמעריקע איז נישט שוה בשוה מיט אייראפע, ער קלאפט זיך אין בייכל ווען ער זעט ראיאטן אין אמעריקע, ער קלאפט זיך אין בייכל ווען ער זעט ווי אמעריקע איז צוריסן צווישן אלע עקסטרעמען אן קיין נארמאלע צענטעריסטישע אגענדע, און עס איז ברור אז ער וויל זען אמעריקע דורעכפאלן אין אפגאניסטאן, סיריע, ליביע, און אייראפע, ער איז דא אפצושוואכן אמעריקע און ער האט ליב צו זען כאאס אין אמעריקע.

----
@צל טאקע פון דיר האב איך געהערט אז אויב ביידן געווינט וועט 'די סיסטעם' פירן אמעריקע, און דאס איז די פלאן. (איך ווייס אויך אז ער האט ערפארונג אלץ א לאנג יעריגע סענאטאר, אבער ער איז שוין אבסיל אלט צו פירן דאס לאנד.)
--
גוטע נאכט, שוין לאנג נישט מיטגעהאלטן פאליטיק אשכולות אויף אייוועלט און שוין לאנג נישט געהערט פון שמאטע.. איי איי מאנכע ווייסן אפילו נישט וואס פעיק מיינט צו זאגן מיטן לאזונג ''א שמאטע בלייבט א שמאטע''
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג יוני 30, 2020 1:19 am

יש ברירה האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:זייער זיס שמאטעלע אבער פארוואס שרייט טראמפ אז מ'האט אים נישט געבריעפט?

ווייל ער האט נישט קיין קאמיוניקעשאנס דירעקטאר. פינטל.

ווען ער האט ווען יא, וואלט ער קודם כל נישט ריספאנדעט אזוי שנעל, און צווייטענס נישט אזוי צומישט, און דריטענס ער וואלט געמאכט מטעמים מיט די "סאו קאולד" מוראקדיגע אויפדעקונג און געטריבן ליצנות פון די "שרעעעעעקליכע באמב שעל"...

ער האט גראדע געווארט זייער לאנג בעפאר'ן ענטפערן.
די סיבה דערונטער איז ווארשיינליך געווען ווייל די בעסטע דעפענס וואס ער האט געקענט אויפקומען איז געװען אז ער האט נישט געוואוסט דערוועגן, און דאס מאלט אים אפ מיט גאר א שלעכטע ליכט. אבער למעשה האט ער געדארפט נעמען דעם וועג ווייל אויב ער האט געוואוסט און זיך ווייטער אזוי אויפגעפירט כלפי רוסלאנד איז נאך ערגער.

די טשעלענדש פא די וואס פארפירן אז דא איז פארגעקומען עפעס שוידערליך איז צו איבערצייגן אז די "זיך ווייטער אזוי אויפגעפירט צו רוסלאנד" איז א פראבלעם.

דהיינו, דאס איז זיכער אז דערווייל ווייסט מען בכלל נישט וואס ס'איז פארגעקומען אויב/נאך מען האט געבריפט טראמפ איבער די אינטעלידשענס. און בכלל ווייסט מען נישט וואס די אינטעלידשענטס איז געווען, און וויאזוי די IC האט עסעסט די אישו, און וואס זייערע אפשענס זענען געווען, אויב בכלל.

סאו וואס איז שייך צו שרייען אז מען האט גארנישט געטון איידערן בכלל וויסן אויב עפעס האט הכלל געמוזט געטוען ווערן, און אויב עס איז געטוען געווארן?!

דערווייל וויפיל מען ווייסט איבער "וואס" די ריפארט זאל האבן געווען, איז דאס: אז 'אנגעבליך' איז 'געווען'/איז 'פארהאן' עפעס א 'באריכט' אין די אגענטורן איבער די 'מעגליכקייט' אז 'רוסלאנד 'האט/טוט' מעגליך אינטערשטיצען די טעראריסטען מיט קעש מיטן דירעקטן ציל צו אומברענגן מערב וועלט, און 'מעגליך' אויך 'ספעציפיש' אמעריקאנע זעלנער אין אפגעניסטאן.

יעצט וואס פונקטליך איז די וויי געשריי איבער "וויאזוי האט מען באהאנדעלט פוטין"?....
כ'מיין... האלאו... מען "באהאנדעלט" נישט אזוי שנעל א לאנד צוליב שפיאנאזש באריכטען! נעווער עווער!! (כ'רעד אזא 'באהאנדלונג' וואס די מידיע וועט זיין צופרידן אז "אה! מען האט אים באהאנדעלט").

אזא שפיאנאזש באריכט - אויב שטעלט זיך עס ארויס אלס אמת - ווערט די באהאנדלונג געפירט שטילערהייט צווישן די קעגענזייטיגע דיפלאמאטישע טשענעלס. א דוגמה ווי א אפישעל פארלאנג פון אמעריקא צו רוסלאנד אז אונז ווייס מיר דו טוסט דאס און דאס, און אויב הערט זיך עס נישט אויף וועלן מיר נעמען די און די שריט. - אבער אלעס ווערט געטוען שטיל אויף די דיפלאמאטישע שטענעלס. קיינמאל גייט מען נישט בעטן ביי די ניו יארק טיימס פאר הילף מיטן קאמיוניקעטען צום צד שכנגד. און קיינמאל שיסט מען נישט גראד קיין באמבעס. און קיינמאל לייגט מען נישט גראד קיין סאנקציעס. מען וועט אייביג קודם קאנטאקטען יענעם און אים אינפארמירן און ווארענען צו אויפהערן טון כך וכך ווייל אז נישט....

סאו. לסיכום הענין.
דערווייל ווייסט מען נישט בכלל "וואס" די עווידענס אינעם באריכט זאל האבן געווען. און ווי באגלייבט און קראנט. און אויב יא, וואס זענען אלס געווען די מהלכים אויפן טיש. און וואס האט מען יא אדער נישט געטוען.... און דאס איז זאכן וואס קומט נישט - נארמאלערהייט - אז די פאבליק זאל אריינרעדן דערין, אדער בכלל וויסן אז עפעס קומט פאר, גענוי ווי אונז ווייסן נישט הונדערטער אנדערע באריכטן און קאנטאקטען וועלכע קומען און גייען טאג-טעגליך אין די דיפלאמאישע האלוועיס.

גענוג שטותים געשריבן?! - אקעי. שלח לך. שיק פאר דיינעט וועגן....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג יוני 30, 2020 1:22 am

100 פראצענט מסכים אז מען ברויך נישט ערווארטן אז מען זאל צוריקגעבן אויף א אופן אז יעדער זאל מיטהאלטן אז דא איז עפעס פארגעקומען, שטארק יתכן אז דאס וואס רוסלאנד טוט וואס זיי טוען איז שוין נקמה אויף א נקמה פון א נקמה אויף א מעשה פון 2 יאר צוריק און אלעס ווערט געפירט אונטערן טיש אומאפיציעל. מען ברויך נישט אלעס אויספויקן.
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יוני 30, 2020 1:31 am

אויסערן פאליטיק וועט ביידן געהעריג פירן, דאמעסטיקלי, איז דא א שטארקע ווינט צו טראמפרופן די פרעזידענטשאפט, דהיינו אז עס זאל זיין גענוג לאקס אין דעם סיסטעם אז א פרעזידענט זאל נישט קענען טון וואס ער וויל, א שטייגער טראסקען איי דזשי'ס אויף די בקשה פון דעם דעפארטמענט סעקרעטערי, וואס מאכט אויס די גאנצע איידיע.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יוני 30, 2020 1:37 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:100 פראצענט מסכים אז מען ברויך נישט ערווארטן אז מען זאל צוריקגעבן אויף א אופן אז יעדער זאל מיטהאלטן אז דא איז עפעס פארגעקומען, שטארק יתכן אז דאס וואס רוסלאנד טוט וואס זיי טוען איז שוין נקמה אויף א נקמה פון א נקמה אויף א מעשה פון 2 יאר צוריק און אלעס ווערט געפירט אונטערן טיש אומאפיציעל. מען ברויך נישט אלעס אויספויקן.

וואס איז בכלל די ספק אין דעם?

אבער דו האלטסט טאקע אז טראמפ וואלט זיך געהאלטן שטיל פאר צוויי גאנצע וואכן?...
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג יוני 30, 2020 1:54 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:100 פראצענט מסכים אז מען ברויך נישט ערווארטן אז מען זאל צוריקגעבן אויף א אופן אז יעדער זאל מיטהאלטן אז דא איז עפעס פארגעקומען, שטארק יתכן אז דאס וואס רוסלאנד טוט וואס זיי טוען איז שוין נקמה אויף א נקמה פון א נקמה אויף א מעשה פון 2 יאר צוריק און אלעס ווערט געפירט אונטערן טיש אומאפיציעל. מען ברויך נישט אלעס אויספויקן.

וואס איז בכלל די ספק אין דעם?

אבער דו האלטסט טאקע אז טראמפ וואלט זיך געהאלטן שטיל פאר צוויי גאנצע וואכן?...

אודאי יא.
אויב מען שמועסט אויס ביי די מיטינג אז מען וועט באהאנדלען די אינפאו - אויב עס איז אמת - אזויווי מען האט אלע יארן באהאנדעלט אזעלכע אינפאו, דורך דיפלאמאטישע טשענעלס, און עס איז נישט אין פלאן אז מענטשען אינדרויסען פון די אינטעלידשענס קאמיונעטי זאלן בכלל וויסן אז אזא באריכט איז פארהאן. פארוואס דען נישט?

דו מיינסט טאקע אז טראמפ זאגט "אלעס אלעס" הכל בכל מכל?!

ער זאגט נאר דאס וואס ס'איז גענוג דום פאר זיינע אמעריקאנע דיפלארעבעלס צו מיטהאלטן... קאמפליצירטע דיפלאמאטישע אדער אינטעלידשענס באריכטן טיילט ער - דערווייל - נישט מיט מיטן עולם.
סאו, פארוואס זאל דא זיין אנדערש (אויב די מידיע וואלט עס נישט געוואוסט און נישט באריכטעט)?

--
אגב, אין מיין מיינונג איז ליעקן די אינפאו א ערענסטע פארברעך. און איך וואלט אין טראמפס שוך געשוויצט... כ'מיין פאלאנגט צו אויסגעפונען 'ווער' ס'האט געליעקט, און יענעם אנגעקלאגט אויף 'פארראט'.
ווייל נאך אלע מעשיות, אפילו איינער האט הנאה מיט אלע געשמאקע אינטערהאלטונג אז מען האט מסדר געווען טראמפ (וואס איך זעה נאכנישט וואס און וויאזוי דאס האט מיט 'טראמפ דירעקט', אבער שוין.) איז עס נאכאלס קאנסורנינג צו טראכטן וואס נאך עס קען אלס בייפאלן פאר א ארבייטער אינעם שפיאנאזש קאמיונעטי אדער סיי וועלכע אנדערע סענסיטיווע רעגירונגס אגענטור צו "מיט-טיילן" אינפארמאציע וואס "ער האלט" אז זיינע אויבערהארן האבן נישט גענוג גוט באהאנדעלט.

דאס איז א שרעקליכע מהלך המחשבה. און עס ברענגט געווענליך בלויז מער צומישעניש און עס פארהאנקערט געווענליך און מאכט מער שאדן פארן 'לאנד' ווי עס טוט אויף .

באט ווער בין איך אריינצירעדן?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג יוני 30, 2020 2:06 am

יאפס, שטארק מסכים צו שמאטע. הגם טראמפ איז אימפולסיוו און האט א לויזע צונג איז ער נישט משוגע צו פארציילן זאכן מאחורי הפרגוד.
זקן מלא רחמים.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 30, 2020 2:15 am

מטעמים האט געשריבן:אמעריקע ווס רוסלאנד איז זייער א קאמפליצירטע קאנעקשאן, זייער ווייניג מענטשען האבען עס עכט ארויס.

מיט טראמפ איז די מעשה אזוי אדער האט ער עס שטארק ארויס און שפיעלט שאך מיט פוטין אדער שווימט ער עס דורעך און זיין גאול איז אז נאך א שטילע טאג פון מאסקעווע מיינט נאך א סוקסעספול טאג.

אמעריקאנע אין אלגעמיין האבען זייער פיינט די רוסען, שטרענג קעגן ראושע איז א גוטע סעלינג פוינט אבער קיינער וויל נישט זיין ביי די פוינט פון א מלחמה מיט זיי.

ס'דא א חילוק צווישן גייען אין מלחמה מיט רוסלאנד, און זיך ענדערש אננעמען פאר די מערב אייראפע פריינטליכע לענדער, ווי דעם שונא פוטין, און כ'האף דו פארשטייסט עס.

מ'דארף נישט גייען מלחמה מיט רוסלאנד, אבער ווען ס'קומט צו דיפלאמאטישע געשפרעכן, זאל מען נעמען די זייט פון אונזער לאנג יעריגע פריינט, און נישט פון דער כיטרער פיינט פוטין.


אגב, ווען פונקטליך שפילט טראמפ שאך מיט פוטין?
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום דינסטאג יוני 30, 2020 2:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וואטס, טראמפ ווס. דעמס היי יאר און פיר יאר צוריק
---------------
קארטאפל רעפטלעך, אנקעטע

---------------
שמחי!! בלייב מיט אונז!!
--------------
INM! אייוועלט ניקס מעטטער!
#בארואיג דיין נייגער, און לאז ניקס ווייטער שרייבען דא.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג יוני 30, 2020 2:16 am

אין איך האלט נאך ביי אלף צי פוטין האט נישט געליקט, ווייל ער וויל זעהן וויאזוי אמעריקע רעאגירט און וואס זיי ווייסען,

אדער וויל ער שטיפען טראמפ צי א קארנער אז ער זאל יעצט מוזען נעמען עקשען פאר ער איז גרייט, און מרעדט דא פון זאכען וואס טראמפ וואלט סייווי געטון אבער שפעטער ווען זאכען זענען אין פלאץ,

אדער ליעקט דעס טראמפ ער זאל קענען האבען מיט וואס צי נעגאשיעטן מיט פוטין און מיט פוטינס מענטשען ווי נישט ווי האט פוטין אויך א לאיעל קרו וואס זענען נישט קיין נערנים אין זיי פארשטייען אזא מעשה ווי צאלען באונטי דירעקט -אין נישט נוצען איראן ווי זיי פלעגען טון- איז איבערגעצויגען מיט די אמעריקאנע גאווערמענט אין טראמפ קען שרייען צי פוטין, און צי פוטיןס מענטשען,
קאנגרעס! די דעת הקהל! ממילא מוזטו מיך דאס און יענץ נאכגעבען,

ווי אויך קען ער (טראמפ) שרייען צי נאטא! ביסט משוגע די זעסט נישט וואס רוסלאנד טוט צי אונז אין אפגאניסטאן, זיי זענען געהעריג אונזערע שונאים, זיי זענען א געהעריגע געפאר, ממילא מוזט עטס געבען ביליאנען,

רוסלאנד פלעגט שפילען די פארהאנדלער געים יארען, און אז זיי זענען אויף איין פראנט מיט אמעריקע אנטקעגען טעראר אין זענען אליאירטע, און דא רינט ארויס לא דובים ולא יער זיי זענען גאר וואס ארגענעזירען די טעראר (באלד וועט נאך געוואר ווערען אז זיי האבען גאר באצאלט בין לאדין פאר 911 אריינצישלעפען אמעריקע אין אפגאניסטאן..)

(און נאכמער שמעקט דען פאר גאנץ רוסלאנד אז פוטין טשעפעט אזוי א וועלטס מאכט בריש גלי? דעס אז די גאנצע וועלט זעט אז זייער פירער ארבעט האנט ביי האנט מיט די טאליבאן מיט די אייאטאלעס?)

בקיצור רוסלאנד פארלירט דא אויך פון איין זייט א מוראדיגע קארטעל אז דעס רינט ארויס,

ביי סיריע האבען זיי זיך געקענט אריינריקען און אויסשעכטען ברוטאל אומשילדיגע מענטשען, צימאל מיט כעמישע וואפען,
מיטן תירוץ! "איך בין דאך דיין חבר, איך בין דאך דיין עליי, איך סטאבעלעזיר די וועלט... יענע? יענע זענען דאך טעראריסטען, און דא שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען איינס מיט די טאליבאן, זיי זענען וואס לאזען נישט די טאליבאן פארהאנדלען מיט אמעריקע (ווארט נאר ווארט וואס סגייט נאך ארויסקומען אין די ניו יארק טיימס, יעצט וועלען זיי באשרייבען די ריכטיגע קאלירען פון זייער חבר פוטין וועמען זיי האבען געלאזט שרייבען גאסט עדיטאריעלס ווען ער האט אינדוואדירט גרוזיע, די שוטים מיינען נאך אז סאיז א סקאנדאל פאר טראמפ און קאווערען עס, זיי פארלירען זיך)

די אמעריקאנע גענעראלען האבען געווארענט א שטיק צייט צירוק אז פוטין שטערט אין אינטערמינעוועט די שלום באמיאונגען מיט די טאליבאן וועלכע טראמפ האט געמאכט פאר א פריארעטי און עטס האלטס נאך אז סגייט אים (טראמפ) נישט אן וואס די רוסען טיען? (אויב די מעשה איז אמת)
ער איז געלאפען אויף דעם, אין סגייט אים אין לעבען ווייל ער ווייסט אז די טאליבאנע בורפיסיגע וואלטען זיך שוין לאנג געבראכען, ער האקט דאך מאמע באמבעס אויף זיי, כמיין צי זאגען ער האקט דאך שטיקער, נו שפרינגט ער דען נישט אויב פוטין לייגט אים שטיינער פאר די שלום?

און די שפיאנאזש אגענטורען?
ווייסען זיי דען נישט וויאזוי אויפציקומען אויף די אינפא מיט זייערע מולטי ביליאן דאלערדיגע בוזשעט? וודאי ווייסען זיי

אין דינה האספעל?
זי האט דאך נאך געהאלפען אונטער ברענגען די רוסען ביי די קאלטע קריג.

און ביי ניין עלעווען וואס זי האט אלטס ציזאם געטון מיט דעם טעראר קאפשטיק פון קאראטשי, ווי זי האט אים ארויסגעשלעפט מיט פיזשאמעס און צישוידערטע האר פון בעט אין פערזענליך אנגעגאסען פון קאפ ביז פיס מיט אביסעלע קאלטע וואסער ווי די מנהל פון ישיבה ווען מאיז נאך געשלאפען ביי סוף זמן קריאת שמע...

נישט אומזיסט האט די רוסישע לאבי אינטערווינט שרעקליך (בעקיפין שטייטצעך) אין איר אראפגעלייגט אין די ניו יארק טיימס ווי א וויטש, די מאנסטער פון די יאר 100 , די מיסטעריעזע פרוי מיט א שטיינענע פנים אין די שעדאוס,
נישט אומזיסט זענען אלע ליבעראלע צייטונגען אין מידיא ארויס אין א ווישעס קאמפיין קעגען איר ווי אין א כאר, ( א כאר ווי א קולט מענטאלעטי)
זיי האבען געטון אלעס אין די וועלט צי שטערען איר צי נאמינרען אין סענאט, אין טראמפ האט איר דוקא יא געוואלט אריינשטעלען,

(דרך אגב דער דינה (אקעי זשינא) האט טאקע א שטיקעל אינטערעסאנטע היסטערי און פון דעם קען מען אביסעל ארויסלערנען טראמפס בליק אויף אויסערען פאליטיק,
איך טראכט אז דעס איז א קאמפיין פון עמיצען... איר ארויסצינעמען פון די שעדאויס , אין שיינען א ספאטלייט אויף איר גאר שטארק פארגרעסערטע שווארצע בוזשעט, און די נייע שטארק פארגרעסערטע אפטיילונג (אין גאר סודותדיגע )
וואס זי האט צי קאנטערען רוסישע כיטרע אינטריגיעס אין פראפאגאנדע אין סאושעל אומריען, אבער דעס איז אפשר פאר א צווייטע מאל, אגב דאגב זי פארשטייט זיך זייער גוט מיט איר געוועזענע אויבערהאר פאמפעי)

אין נאטא?
שטעלטס ענק פאר ווען טראמפ קומט אן ווי א ראמני.. איך דארף ביליאנען פאר נאטא! רוסלאנד איז א פראבלעם, אונז זעמיר אינטערשטעליג שוין יארען פון רוסלאנד,

וואס וואלט די פארדרייטע אייראפע מיט זייערע פרענטשפרייס געענטפערט? זיי וואלטען געזונגען פאר טראמפ, בואי ושלום, איי יי יי בואי (אויף ווערדיגערס ניגען)
זיי וואלטען אהיים געשיקט דעם טראמפען מיט ליידיגע הענט און א פולע זאק מיט פוילע תירוצים, תירוצים וואס נאר די אייראפעיר קענען מאנופעקטשרען,

איי צי קאנטערען די רוסען קאסט דאך ביליאנען מקען דאך נישט געווינען מיט קיין געמאכטע מייסעס, נו ? טראמפ וואלט דאך געקענט גיין צי "פוטינס שונאים און זיינע גוטע פריינד און די דעמאקראטישע קאנגרעס" בעטען אפאר טאלער אויפציבויען אן אמעריקאנע אפאראט? וואס האלט עטס?

דע ליבעראלען (אין שפעטער אסאך קאנסערוועטיווע דאמיס) האבען דאך אפגעקויפט פוטיןס לאקשען אז ער איז די ארדענוג מאכער אין מדארף ארבעטען מיט אים, אין נאר מיט אים צי סטאבעליזערען די וועלט, און ווען אמעריקע ווערט טערארזירט ניין עלעווען איז ער די איינציגסטער וואס האט א שפראך מיט די איאטאלאס אין אללאלאס, און מיט קים זשים, פידעל קאסטראו, מיט זשינג פינג אין יוגעז גוט שאבעז און זיין נאכשלעפער די זויערע מדוירע, וועלכע זענען אלע אויף עפעס א וועג אויף זיין פעיראל אין זיינע באונטיס..

אין דא לויפט גאר די ניו יארק טיימס אין אייראפע נאך דעם טראמפ מיט ריזיגע בעבי באלונס.. אז ממוז עפעס טון מיט דעם פוטין!

און טראמפ? טראמפ זאגט טשיינע עסט אויף מיין לאנטש, איך האלט אינמיטען א ביזנעס דיעל מיט זיי און מיט זייער אטאקיר הונט קים בים אן,
איך בין ביזי, איך האב נישט קיין צייט מיט קיין פוטין נארישקייטען, באלד וועסטו מיך נאך הייסען ליינען שלעכטע בריפינגס אויף מיין חבר פוטין און נכשל ווערען מיט לשון הרע,

וואס יא? האסט א פראבלעם מיט מיין פוטין, זייזשע מוחל אין באצאל וואס די האסט געשנאדערט ביים עולה זיין, לייגזשע נאר אריין אפאר ביליאן טאלער אין נאטא אין סוועט זיין ארדענוג מיט זיינע אגרעסיעס, אלעס וועט ווערען רואיגער, ווי סשטייט יש קמח יש תורה,

און פוטין זעט וואס איך זע?

אדער יא אדער יא



סא איז עס טראמפ דער וואס ליעקט? פוטין?
באלטאן?
טאליבאן ?
ימים ידברו
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג יוני 30, 2020 12:36 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג יוני 30, 2020 2:20 am

צל עובר האט געשריבן:אויסערן פאליטיק וועט ביידן געהעריג פירן, דאמעסטיקלי, איז דא א שטארקע ווינט צו טראמפרופן די פרעזידענטשאפט, דהיינו אז עס זאל זיין גענוג לאקס אין דעם סיסטעם אז א פרעזידענט זאל נישט קענען טון וואס ער וויל, א שטייגער טראסקען איי דזשי'ס אויף די בקשה פון דעם דעפארטמענט סעקרעטערי, וואס מאכט אויס די גאנצע איידיע.

איך האלט גראדע אז ביידען וועט טאקע פירען א סטאבילע פאליטיק, ער איז נישט היינט געבוירען און ווייסט אסאך זאכען וואס אונז ווייסמיר נישט און איז נישט אזוי לינק ווי אבאמא,

דעס איז אלעס אויב ער איז ביי זיך! (די וועפען אלצעהיימערס קאמפיין פאנגט מער שוין אן אריינציגיין אין קאפ איך בין שוין אליינס נישט זיכער צי ער וועפט צי נישט, כהאף זייער שטארק אז נישט)

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג יוני 30, 2020 2:22 am

@דערבארעמדיגער טראמפ האט אפשר נישט קיין דעקונג, אבער ער שיסט נישט קיין סטעיטמענטס ווען סקומט צי די זאכען
ווי אויסגעשמועסט און מיין לענגערע תגובה
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג יוני 30, 2020 3:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 30, 2020 2:23 am

כ'פארשטיי נישט אזוי גוט אייער אנאליז @פאלעסיידס.

א) ביז יעצט האט מען געמיינט אז רוסלאנד איז א פריינט?? מ'האט גאנץ גוט געוואוסט ביז יעצט אז רוסלאנג טוט פרובירן צו אינטערמינעווען אמעריקע וואו ס'איז שייך.
ב) נאטא וויל נישט גייען אנטקעגן רוסלאנד???
וואטס, טראמפ ווס. דעמס היי יאר און פיר יאר צוריק
---------------
קארטאפל רעפטלעך, אנקעטע

---------------
שמחי!! בלייב מיט אונז!!
--------------
INM! אייוועלט ניקס מעטטער!
#בארואיג דיין נייגער, און לאז ניקס ווייטער שרייבען דא.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג יוני 30, 2020 2:48 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט אזוי גוט אייער אנאליז @פאלעסיידס.

א) ביז יעצט האט מען געמיינט אז רוסלאנד איז א פריינט?? מ'האט גאנץ גוט געוואוסט ביז יעצט אז רוסלאנג טוט פרובירן צו אינטערמינעווען אמעריקע וואו ס'איז שייך.
ב) נאטא וויל נישט גייען אנטקעגן רוסלאנד???

ניין נאטא (אייראפע) האט געפאנפעט, אבאמא האט געפאנפענט אפשר שפעטער מיט ווערטער האט ער נישט,
זיין ערשטע הארטע דרשה קעגען פוטין איז געווען נאך די וואלען פון טראמפ,
האט ער נישט געוויסט זומער אז פוטין טוט די זאכען? נאר וואס ער האט זיך געהאט זיינע חשבונות (אפשר גערעכטע אפשר נישט)
אין די ליבעראלע מידיא? סאיז נישט געווען קיין טאקינג פוינט וואס פוטין האט אלטס נישט געזאגט אין זיי זאלען עס נישט האבען נאכגעזאגט געפרעדיגט אין געשטופט אנגעפאנגען מיט איראק אין געענדיגט ביי גרוזיע און צום לעצט ביי די ליביע אין סיריע ווי די רעפובליקאנע דאמיס האבען נאכגעבאמבעלט,

אבער די ליבעראלישע צייטונגען, איך וואלט זיי אויסגעפארשט אויב זיי זענען נישט אויף זיין פעיראל במשירין או בעקיפין, מיט זייערע אנטי אמעריקאנע פאלעסי! פראפאגאנדע! שטיצען אקופיר וואלט סטריט! לוטינג! שוטינג! רייעטינג! און מיט זייערע אומשילדיגע ליעקס וואס איז אייביג אויף די ראנג זייט פון אמעריקע

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג יוני 30, 2020 3:00 am

זינט טראמפ איז געווארן פרעזידענט האט יעדער שמויגער אנגעהויבן ארויס צו האבן אויסערן פאליטיק עפעס אזוי גוט אז ס'לאזט זיך נישט זאגן
נישט נאר דאס נאר זיי פארשטייען אזוי גוט אז זיי קענען עס אפילו ארויסברענגען אין איין שורה............
אמאל איז כאטש מיטגעקומען א ברייטע אנאליז מיט א הקדמה (נוסח לכתחלה אריבער ביי די אידן.....) אבער היינט קע"ה אין מינוטן כאפט מען אויף די גאנצע זאך אן קיין הקדמות און אן קיין ענדעס.....
ס'מעג זיך שוין אויך אויפהערן
לעצט פאראכטן דורך שליו ודגים אום דינסטאג יוני 30, 2020 3:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג יוני 30, 2020 3:01 am

אגב נוי יארק טיימס האט געכאפט דעם פוירטל און דערפאר געבן זיי ארויס אזאנע האלבע געשטויגענע באריכטן

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג יוני 30, 2020 6:58 am

שיינע אנאליזען פון די דערבארומדיגע שמאטע אויפען פאלעסיידס, וויאזוי ער ווייסט וואס טוהט זיך אויך די וועלט דאס איז בעיאנד מיר.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot, אלעקסיי דער דריטער, חטאת הקהל, יש לו מנה, פאראיעריגער שניי, קנאפער ידען און 41 געסט