יש ברירה האט געשריבן:מען קען נישט האבן קיין טענות צו רוסלאנד ווייל אמעריקע האט געגעבן וואפנס פאר אוקריינא... רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינא און אמעריקע האט זיך אנגענומען פאר זיי און געגעבן די מיטלען זיך צו באשיצן פון אגרעסיע, און מען נוצט דאס אלס א אויסרייד צו 'לאזן' רוסלאנד צאלן באונטי געלט פאר אמעריקאנער זעלנער?
ווילסט זאגן אז דו קענסט פארשטיין פארוואס זיי טוען עס, איך הער, אבער זאגן אז דאס איז עפעס א תירוץ פארוואס מען זאל נישט אפענטפערן דעם שאקירנדע שריט אויפן הארבסטן וועג מעגליך איז אומגלויבליך.
טיפיקעל מידיא פרעסעקראטען,
ווען איראן איז העפטיג פארמישט אין הרגענען אמעריקאנער סאלדאטען, טאר מען נישט גיין שטרענג,
אז יא ברענגט טראמפ נאך א וועלט מלחמה,
אבער ווען רוסלאנד שטיצט אונזערע שונאים אונטערען טיש, וואס מיז מען טהון?
קלערט איינער אז אמעריקע און רוסלאנד קריגען זיך נישט און מערערע לענדער?
מען איז שטיל און מען טהוט וואס מען דארף,
אריינגערעכענט סייבער,
ווי שוין געברענגט אויווען ווייסט מען שוין 3 יאר אז רוסלאנד שטיצט די טאליבאן,
וואס טהוט אמעריקע?
איך ווייס נישט,
אבער ווען יענער שלאגט אונטערען טיש, גיט מען צירוק אונטערען טיש
ווער נאך אזוי גוט ווי די מידיא און דעמאקראטען ווייסען אז מען עסקעלעט נישט קיין מלחמה
טראמפ אבער ווי זיין שטייגער,
אנשטאט צו זאגען אז מען וועט אריינקוקען דערין
מאכט ער זיך אן פראבלעמען מיט זיין שוואכער ריספאנס