נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג מאי 07, 2020 1:02 pm

א פרישע מנחה עריע וועט זיך עפענען אינמיטן דער ניו יארק 17 אויף דעם קומענדער זוממער סיזאן הבעל״ט, אין די מידלטאון געגענט ממש גלייך ארויס פון עקזיט 118, דער אדרעס איז 30 וועלד סט.א פריווייטע הויז אין א שטילן ווינקל אויף א 1.5 עקער לאנד ווי מ׳קען זיך אויסשפרייטן מיט מערערע מנינים, מיט גענוג פלאץ פאר קינדער ארומצולויפן דורכאויס דעם קורצן אפשטעל.

די דירה האט עטלכע ביה״כ׳ס, ס׳וועט זיין צוגעשטעלט קאלט טרינקן מיט לייכטע איבערבייס. די גוטע נייעס איז אז אין פאל דער טראוועי איז אומניצבאר, אויב האלט מען נאך בעפאר מנחה קען מען רואיגערהייט נעמען אלטערנעטיוו׳ס.

דראפבאקס
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:02 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א פרישע מנחה עריע וועט זיך עפענען אינמיטן דער ניו יארק 17 אויף דעם קומענדער זוממער סיזאן הבעל״ט, אין די מידלטאון געגענט ממש גלייך ארויס פון עקזיט 118, דער אדרעס איז 30 וועלד סט.א פריווייטע הויז אין א שטילן ווינקל אויף א 1.5 עקער לאנד ווי מ׳קען זיך אויסשפרייטן מיט מערערע מנינים, מיט גענוג פלאץ פאר קינדער ארומצולויפן דורכאויס דעם קורצן אפשטעל.

די דירה האט עטלכע ביה״כ׳ס, ס׳וועט זיין צוגעשטעלט קאלט טרינקן מיט לייכטע איבערבייס. די גוטע נייעס איז אז אין פאל דער טראוועי איז אומניצבאר, אויב האלט מען נאך בעפאר מנחה קען מען רואיגערהייט נעמען אלטערנעטיוו׳ס.

דראפבאקס

דאס איז א שפאן אוועק פון בלומינגבורג

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:14 pm

די חילוק איז, פון ווען איך עקזיט דעם 17 ביז איך שטיי אויף מיין מקום תפילה איז ווינציגער ווי א מינוט. משא״כ בלומינגבורג, ווי עס נעמט עטליכע מינוט ביז דו זעהסט זיך ביים אדרעס.

בכלל איז אזא לאקאל געשמאקער, און האט א בעסערע שאנס צו ווערן היבש אויפגעפיקט, מיט א שומר שבת סטייל ראוטעישן.
בלעק לייווס מערדער.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:23 pm

חלומות
דאס איז אלץ גוט פאר וואטסעפפ און אייוועלט. האט איינער א הו"א אז די טאון און שכנים וועלן נישט זיכן אינטערשטעלן אין פיסלעך.
וואס פעלט אויס זחך צו רייצן און אנזייען א חילול השם? 25 קארס צו פארקן. סיריעסלי? טראכסט טאקע דער עולם וועט נישט פארקן אויף די גאסן.
בכלל ווער דארף עס אזוי וויכטיג?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:26 pm

ממה נפשך. איז עס חלומות איז עס נישט קיין חילול ה׳.
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:38 pm

25 פארקינג ספאטס איז ליצנות געמאכט פונעם עולם
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:54 pm

דריידל האט געשריבן:חלומות
דאס איז אלץ גוט פאר וואטסעפפ און אייוועלט. האט איינער א הו"א אז די טאון און שכנים וועלן נישט זיכן אינטערשטעלן אין פיסלעך.
וואס פעלט אויס זחך צו רייצן און אנזייען א חילול השם? 25 קארס צו פארקן. סיריעסלי? טראכסט טאקע דער עולם וועט נישט פארקן אויף די גאסן.
בכלל ווער דארף עס אזוי וויכטיג?

קוקענדיג אויף גוגל קוקט נישט אויס ווי סיז דא שכינים ארום, עס קוקט אויס ווי שטילע ראוד ניטאמאל א דאבל געלע ליין, נישט אייביג דארף מען מאכן א מצב אז עס גייט מאכן א חילול השם, סיז גראדע א פיינע זאך,

בן ישי
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2016 2:20 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך בן ישי » דאנארשטאג מאי 07, 2020 3:29 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א פרישע מנחה עריע וועט זיך עפענען אינמיטן דער ניו יארק 17 אויף דעם קומענדער זוממער סיזאן הבעל״ט, אין די מידלטאון געגענט ממש גלייך ארויס פון עקזיט 118, דער אדרעס איז 30 וועלד סט.א פריווייטע הויז אין א שטילן ווינקל אויף א 1.5 עקער לאנד ווי מ׳קען זיך אויסשפרייטן מיט מערערע מנינים, מיט גענוג פלאץ פאר קינדער ארומצולויפן דורכאויס דעם קורצן אפשטעל.

די דירה האט עטלכע ביה״כ׳ס, ס׳וועט זיין צוגעשטעלט קאלט טרינקן מיט לייכטע איבערבייס. די גוטע נייעס איז אז אין פאל דער טראוועי איז אומניצבאר, אויב האלט מען נאך בעפאר מנחה קען מען רואיגערהייט נעמען אלטערנעטיוו׳ס.

דראפבאקס

ווער ספאנסאר'ט עס? אין פאר וועלכע צוועק?
אדער מען וועט קענען איבער בײסן אין געבן ציא לײזן פאר א איד א פאר דאלאר, און אין אײנוועגס אויך דאװנען?

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 07, 2020 7:51 pm

בן ישי האט געשריבן:[
ווער ספאנסאר'ט עס? אין פאר וועלכע צוועק?
אדער מען וועט קענען איבער בײסן אין געבן ציא לײזן פאר א איד א פאר דאלאר, און אין אײנוועגס אויך דאװנען?

קוקט אויס ווי די 2טע אפשען
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3917
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מאי 08, 2020 12:51 am

בן ישי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א פרישע מנחה עריע וועט זיך עפענען אינמיטן דער ניו יארק 17 אויף דעם קומענדער זוממער סיזאן הבעל״ט, אין די מידלטאון געגענט ממש גלייך ארויס פון עקזיט 118, דער אדרעס איז 30 וועלד סט.א פריווייטע הויז אין א שטילן ווינקל אויף א 1.5 עקער לאנד ווי מ׳קען זיך אויסשפרייטן מיט מערערע מנינים, מיט גענוג פלאץ פאר קינדער ארומצולויפן דורכאויס דעם קורצן אפשטעל.

די דירה האט עטלכע ביה״כ׳ס, ס׳וועט זיין צוגעשטעלט קאלט טרינקן מיט לייכטע איבערבייס. די גוטע נייעס איז אז אין פאל דער טראוועי איז אומניצבאר, אויב האלט מען נאך בעפאר מנחה קען מען רואיגערהייט נעמען אלטערנעטיוו׳ס.

דראפבאקס

ווער ספאנסאר'ט עס? אין פאר וועלכע צוועק?
אדער מען וועט קענען איבער בײסן אין געבן ציא לײזן פאר א איד א פאר דאלאר, און אין אײנוועגס אויך דאװנען?

פ"וו פעלט עס אויס?
קען מען נישט דאווענען פאר מ'פארט ארויס, אדער ווען מ'קומט אן?
מוזט פונקט ארויספארן אזוי שפעט?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23680
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 08, 2020 9:03 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א פרישע מנחה עריע וועט זיך עפענען אינמיטן דער ניו יארק 17 אויף דעם קומענדער זוממער סיזאן הבעל״ט, אין די מידלטאון געגענט ממש גלייך ארויס פון עקזיט 118, דער אדרעס איז 30 וועלד סט.א פריווייטע הויז אין א שטילן ווינקל אויף א 1.5 עקער לאנד ווי מ׳קען זיך אויסשפרייטן מיט מערערע מנינים, מיט גענוג פלאץ פאר קינדער ארומצולויפן דורכאויס דעם קורצן אפשטעל.

די דירה האט עטלכע ביה״כ׳ס, ס׳וועט זיין צוגעשטעלט קאלט טרינקן מיט לייכטע איבערבייס. די גוטע נייעס איז אז אין פאל דער טראוועי איז אומניצבאר, אויב האלט מען נאך בעפאר מנחה קען מען רואיגערהייט נעמען אלטערנעטיוו׳ס.

דראפבאקס

ווער ספאנסאר'ט עס? אין פאר וועלכע צוועק?
אדער מען וועט קענען איבער בײסן אין געבן ציא לײזן פאר א איד א פאר דאלאר, און אין אײנוועגס אויך דאװנען?

פ"וו פעלט עס אויס?
קען מען נישט דאווענען פאר מ'פארט ארויס, אדער ווען מ'קומט אן?
מוזט פונקט ארויספארן אזוי שפעט?

און וואטעבאוט נאר קענען זיך אויסציען די ביינער נאכן זיצן א פאר שעה אין סטאפ ענד גאו טראפיק?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

כל טוב
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך כל טוב » פרייטאג יוני 26, 2020 1:30 am

קומט אריין די נייעס איבער א נייע אידישע סטאנציע אין מידלטאון ביי עקזיט 118 ממש א האלבע מינוט פון עקזיט (פארשטייט זיך מיט א קאר), און א האלבע מינוט פון דארט צוריק צום עקזיט, בייגעלייגט א לינק.
ס'איז דארט דא צו קויפן לייכטע איבערבייס, ווי אויך א ביה''כ מיט כשר'ע נטילת ידים און ס'מאכט זיך אויך מנינים מנחה מעריב,
ס'דארף נישט צו דינען ווי קאמפעטישן וויבאלד די אלע וואס גייען נישט מיטן 4 פארן נישט אריבער די אלטע מנחה עריע.
די מעלות דא איז פשוט א היימישע אידישע געשעפט מיט אלעס ארום מיט א אידישע געשמאק.

די אדרעס איז 30 וועלד Weld Rd,

דא איז א לינק
זייענדיג דארט היינט האט עס געמאכט א שיינע גוטע רושם און א היימישע פלאץ צו כאפן די נשמה פאר די וואס נויטיגן זיך אין א סטאפ ביי א נסיעה פון אפאר שעה.

דוכט זיך ס'דארף צו זיין לשמו לזכרו פון הרה''ק מריבניץ זי''ע.

איך הער אז ס'איז דא א פלאן ס'זאל בלייבן אפן א גאנץ יאר, כ'נעם נישט אחריות אויף די קראנטקייט
צוגעלייגטע
30 Weld Rd.JPG
30 Weld Rd.JPG (50.64 KiB) געזעהן 1372 מאל
לעצט פאראכטן דורך כל טוב אום פרייטאג יוני 26, 2020 1:21 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

זקן מופלג
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:09 am

Re: 30 וועלד רד, א נייע אידישע סטאנציע ביי עקזיט 118

תגובהדורך זקן מופלג » פרייטאג יוני 26, 2020 1:37 am

Couldn’t believe what I saw
Looked like a real grocery, slush machine , fridge , freezer I didn’t want to take anything because looked like stuff are for sale
Is the stuff for free ? Who’s the sponsor?

כל טוב
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: 30 וועלד רד, א נייע אידישע סטאנציע ביי עקזיט 118

תגובהדורך כל טוב » פרייטאג יוני 26, 2020 2:00 am

זיכער נישט פאר אומזינסט, ס'איז א גראסערי

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך חיים של פרנסה » פרייטאג יוני 26, 2020 11:13 am

שוין 4 יאר וואס מען פלאנט דאס אויס, ב"ה יעצט צושטאנד געקומען.
עס איז זייער וויכטיגער פאר די ווינטער ווי פאר די זוומער.
היות די ארבייטער קענען נישט דאווענען שחרית בעפאר בערך 7:00 און מען וויל זיין אויפן סייט ווי נאר עס ווערט לעכטיג, ווייל כידוע אין די מאונטענס ווערט טונקל כמשמעו 4:30 ביי די שקיעה, און מען קען נישט ארבייטן....

יעצט זוממער וועט דאס דינען ווי א מקום מנוחה פאר פארשידענע צוועקן.

1. עפעס איבערבייסן.
2. דאווענען.
3. ביהכ"ס.


1. איבערבייסן,

די סטאפ איז בערך 30 מינוט אין וועג אריין, דעמאלטס כאפט מען אז מען איז הונגעריג, אריין פארן אין קרית יואל קאסט צייט, במילא איז זייער פאסיג עפעס צו עסן פונקט דאן, געונג לייכט אז ווען מען קומט אן אהיים 1 און א האלב שעה דערנאך, איז מען שוין נאכמאל גרייט צו עסן, דאס איז אויסגעשמועסט געווארן מיט אידן וואס ארבייטן דא אין די ווינטער, אידן פון גיבער'ס וואס רעכענען דערויף טעגליך א.א.וו.
איבערהויפט ווינטער ביים אהיים פארן, וועט שטענדיג זיין וואס צו קויפן, הגם עס איז נישט זיכער אויב דער סטאר וועט זיין אפן, אבער 24 שעה וועט זיין א מאשין פון וואס קויפן עסן.
2. דאווענען,
די ערשטע מנחה עריע, איז 20 מינוט בעפאר קרית יואל, די אלע וואס האבן פארטרעפיקט אויפן FDR און דארט "כאפן" די מנחה, אבער די אלע וואס רעכענען צו דאווענען אין קאנטרי און דער טרעפיק כאפט זיי ביי עקזיט 123 מידעלטאון, 40 מינוט אוועק פון די תפלת מרדכי, דארפן נאך א פלאץ פאר מנחה, דאס איז 30 מינוט בעפאר די קאנטרי, קען מען שוין נישט כאפן די קאנטרי מנין, איז דאס געוואלדיג.

א קליינע זייטן נקודה, ווען מען קומט אהיים אין קאנטרי 5:00 אזייגער איז יעדער צופרידן, די בני בית האט צייט צו דיר, מען סערווירט איבערבייס, די קינדער זענען פרייליך, טאטי וואס האסטו געברענגט? דער יונגערמאן קען אפילו העלפן מיט שלאפן לייגן די קינדער... אבער אויב קומט מען אן 8:30 צייט, איז צרות, דער טאטע קומט אן און צוברעכט די נאכט געלייגעכץ ארדענונג, ער איז הונגעריג, ער דארף באלד גיין דאווענען, יעדער ווערט ברוגז, יונגעלייט זוכן וואו צו אריבערשטופן די שעות אז ווען מען קומט אן אין קאנטרי זאלן די קינדער זיין אפגעבאדן אין און די בעטן, ווער געדענקט נאך די טשולנט אין וואלערא נעבן טראוועי? מענטשן האבן דארט פארברענגט א גוטע 40 מינוט, ביז דער זייגער האט געזאגט מען קען שוין פארן ווייטער. און יא, דא וועט אויך זיין טשולנט יעדן דאנערשטאג, מען וועט אהיים קומען אפגעדאווענט, בארואיגט פון די טרעפיק, און עטוואס זאט.

שחרית מאנטיג גייט זיין א חידוש,
מאנטיג ווערן מענטשן אביסל צופארן, מען וויל זיין אין שטאט שנעל, מען קען נישט אנקומען 9 אזייגער און זכון פארקינג אין שול און גין ארבייטן 11, במילא איז דער סדר ווי פאלגענד:
דער יונגערמאן כאפט זיך אויף ווען דער רבוש"ע געט איהם די נשמה, ער גייט אין מקו' אין זיין קאנטרי, (ס'וועט נאך זיין א מקו' אויך אין 30 וועלד איין טאג ), ער זעט ער האט פארפאסט זיין מנין? פיין, נעמט די קאווע און פארט ארויס.
נאך א האלבע שעה קומט ער אן אין 30 וועלד, גייט דאווענען, קויפט איבערבייס, פארט ארויס, ער ווייסט ביז א שעה און האלב איז ער אין די ארבעט עדאווענט און געגעסם.

פרייטאג:
דער עולם דאווענט בעפאר מען פארט ארויס, און עס ווערט אמאל שפעט, ער פארט ארויס נאך 10, קומט אן פרייטאג מיטאג און אלעס אין קאנטרי איז נאר דרייוון.....
אזוי ווועט גיין אנדערש, רייס דיר ארויס פון שטאט, פאר ארויס, נאך א אשעה א האלב מיט לייכטע צורפי טרעפיק, ברעך איבער די וועג, אביסל הכנות דאווען, ביז 30 מינוט דערנאך ביזטו אין קאנטרי א בארואיגטער.

3. ביהכ"ס
איבעריג צו רעדן ווי וויכטיג עס איז ווען מען האט אן עמוירדזשענסי.
איבערהויפט די נשים דרייווערס דארפן אמאל אפשטעל, דא וועט זיין א רואיג סעיף פלאץ ווי צו מאכן א סטאפ.

און אוודאי איידיעס אר ווילקאמען.
שיקט אייערע געדאנקען צו: menuchaarea@gmail.com
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך חיים של פרנסה » פרייטאג יוני 26, 2020 1:17 pm

מנוחה עריע אפדעיט.

מיר רופן דאס מנוחה ווייל דאס טייטשט אפ רעסט עריע, כשמו כן הוא.

די נייע מנוחה עריע האט נעכטן געהאט 6 מנינים צו דאווענען, דאס מיינט מינימום 60 אידן האבן הנאה געהאט!!! א חוץ אנדערע וואס זענען געקומען פאר אנדערע באדערפענישן.

און יא, די גאנצע סלאש איז אויסגעגאנגען.

די אידן וואס זענען געקומען טוען מנחה ווען עס איז נאך געווען לעכטיג, האבן ארויסגעלאזט די קינדער אויפן פעלד צו שפילן מיט די סווינגס און גליטשער'ס. א מחי' געווען צו זעהן.

וואס עס קומט נאך דא?

א גרויסער טענט, א היודזש טענט, דו האסט מסתמא שוין לאנג נישט געזען אזא טענט, אזא טענט ווי די גרויסע מאכן, אזא טענט וואס נאר די וואס דארפן עכט נוצן טענט'ס ווייל די זאלן זענען צו קליין בויען אזוינע טענט'ס, (הערט זיך טראמפפיש?),

א חבירים הויפט קווארטיר.

מיט די יארן א ווינטערייזד הצלה גאראדזש, ( נדבן געזוכט).

טשולנט דאנערשטאג.

בלומען לכבוד שבת.

קאווע א גאנץ יאר, (נדבן חלק 2 געזוכט).

א אויסגעברייטערטע שפיל פלאץ. (נמכר הזכות).

קאמענטארן קריטיק און קאמפלימענטן שיקט צו menuchaarea@gmail.com

מעגליך, אז דרכי נועם היטשעס אדער און עקסעלענט באס וועלן ד רעכענען א סטאפ, עס האלט אינמיטן די פארהאנדלונגען.

מיר צאהלן אויס די פלאץ מיט אדווערטייזמענטס, אויפן געיט פון אינעווייניג ווי דער עולם דאווענט, פארינאטרעסירטע ביטע שרייבט צו , menuchaarea@gmail.com.

הצלחה און א גוט שבת אלע אידן. בא שבת בא "מנוחה"
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

ווי מיינסטו גייסטו
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » פרייטאג יוני 26, 2020 1:19 pm

וואס איז פשט? ווער מאכט דאס?
האט נישט בלומינבערג געטרייט צו מאכן די זעלבע?

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך חיים של פרנסה » פרייטאג יוני 26, 2020 1:28 pm

יא. עס געדויערט לענגער, מען דארף סטאפן. דא איז אויף די הייוועי, מען האפט מען זאל קענען הערן און ענטפערן ברוך הוא וברוך שמו... (בדרך הלצה)

אויך זיי פלעגן צומאכן די עסן געשעפט 7:00, או היינט בכלל צוגעמאכט.

אויך, די מנינים זענען געווען לרוח הכולל,

ארבייטער רירן זיך עטטוואס שנעלער.

און טאקע מנחה מעריב ביים זמן איז אין שול אור החיים דא א געפאקטע מנין א גאנץ יאר, אבער זומער ווערן זיי געשטערט פון צופיל באזוכער.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך חיים של פרנסה » פרייטאג יוני 26, 2020 1:29 pm

ווי זאגט יענער גוט זאגער?

איך זעה נישט אז עס פעהלט ממש אזוי אויס, אבער נאכדעם וואס עס וועט זיין וועל מיר נישט פארשטיין ווי מען האט זיך אן עצה געגעבן אהן דעם..
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג יוני 26, 2020 1:39 pm

אפאר בילדער וואלט נישט געשאדט

ווי מיינסטו גייסטו
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » פרייטאג יוני 26, 2020 2:22 pm

חיים של פרנסה האט געשריבן:יא. עס געדויערט לענגער, מען דארף סטאפן. דא איז אויף די הייוועי, מען האפט מען זאל קענען הערן און ענטפערן ברוך הוא וברוך שמו... (בדרך הלצה)

אויך זיי פלעגן צומאכן די עסן געשעפט 7:00, או היינט בכלל צוגעמאכט.

אויך, די מנינים זענען געווען לרוח הכולל,

ארבייטער רירן זיך עטטוואס שנעלער.

און טאקע מנחה מעריב ביים זמן איז אין שול אור החיים דא א געפאקטע מנין א גאנץ יאר, אבער זומער ווערן זיי געשטערט פון צופיל באזוכער.

סוי בלומינבערג האט געסטאפט למעשה צו מאכן א מצב אז מזאל קימען?

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג יוני 28, 2020 1:12 pm

ס'איז דא א סדר פאר מניני שחרית? אדער אז ס'איז דא 10 יודען שטעלט מען זיך דאווענען.

פון וויפול אזייגער אינדערפרי איז דאס פלאץ אפען?

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך Programming » זונטאג יוני 28, 2020 1:53 pm

א גאז סטאנציע אויך?

איז דאס נענטער צו די הייוועי ווי וועלערא נעבן קרית יואל?

וועלטס פארשטייער
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2020 8:19 am

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך וועלטס פארשטייער » זונטאג יוני 28, 2020 2:26 pm

Programming האט געשריבן:א גאז סטאנציע אויך?

איז דאס נענטער צו די הייוועי ווי וועלערא נעבן קרית יואל?

לכאורה די זעלבע ווייט אדער אפילו ווייטער

כל טוב
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: נייע כשר'ע סטאנציע אויפן 17 - עקזיט 118 - מידלטאון

תגובהדורך כל טוב » דינסטאג יוני 30, 2020 9:22 am

וועלערא איז ווייטער
זעה די map
צוגעלייגטע
velero.JPG
velero.JPG (52.11 KiB) געזעהן 245 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], בן הצעיר, בשבילי נברא, היכי תמצא, יאנקי און 34 געסט