ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך פומפדותא » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:11 pm

קענטאקי האט געשריבן:באריכט: ענדרו דזשוליאני זוהן פון געוועזענער מעיאר רודי דזשוליאני באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן פאר מעיאר.

ניטאמאל ווערד צו רעדן פון זיין קאנדידאטור, האט נישט קיין שום רעקארד, און נאך קיינמאל נישט נישט געווארן ערוועהלט פאר קיין שום פאזיציעס.

אלטע מלמד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אלטע מלמד » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:23 pm

פומפדותא האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:באריכט: ענדרו דזשוליאני זוהן פון געוועזענער מעיאר רודי דזשוליאני באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן פאר מעיאר.

ניטאמאל ווערד צו רעדן פון זיין קאנדידאטור, האט נישט קיין שום רעקארד, און נאך קיינמאל נישט נישט געווארן ערוועהלט פאר קיין שום פאזיציעס.


זיין משפחה נאמען האט א גוטע רעקארד

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך שמערלער » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:26 pm

פומפדותא האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:באריכט: ענדרו דזשוליאני זוהן פון געוועזענער מעיאר רודי דזשוליאני באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן פאר מעיאר.

ניטאמאל ווערד צו רעדן פון זיין קאנדידאטור, האט נישט קיין שום רעקארד, און נאך קיינמאל נישט נישט געווארן ערוועהלט פאר קיין שום פאזיציעס.

ווי קען מען נאך שרייבן אזא תגובה אין 2020 ?!
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך שיעלע בהמה » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:27 pm

פומפדותא האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:באריכט: ענדרו דזשוליאני זוהן פון געוועזענער מעיאר רודי דזשוליאני באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן פאר מעיאר.

ניטאמאל ווערד צו רעדן פון זיין קאנדידאטור, האט נישט קיין שום רעקארד, און נאך קיינמאל נישט נישט געווארן ערוועהלט פאר קיין שום פאזיציעס.

אל תהי בז לכל אדם

יו נעווער נאו
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת גמר חתימה טובה הק' שיעלע

masmid
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך masmid » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:30 pm

פומפדותא האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:באריכט: ענדרו דזשוליאני זוהן פון געוועזענער מעיאר רודי דזשוליאני באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן פאר מעיאר.

ניטאמאל ווערד צו רעדן פון זיין קאנדידאטור, האט נישט קיין שום רעקארד, און נאך קיינמאל נישט נישט געווארן ערוועהלט פאר קיין שום פאזיציעס.


ער ארבעט אין די ווייסע הויז אלץ א געהילף פובליק ליעזאן צו פרעזידענט טראמפ
לעצט פאראכטן דורך masmid אום מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין א ''מתמיד'' זייטיגע צייטן פארברענג איך אויף ''אייוועלט''

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:39 pm

אלטע מלמד האט געשריבן:האט ער בכלל א טשענס צו געווינען ניו יארק סיטי?

פארשטייט זיך אז נישט, ובפרט נאך רודי'ס גרויליגע הנהגה בנוגע האנטער ביידן, װען טאקע אט פאר דעם זון האט ער פארשאפט א אוכל ואינו עושה פאזיציע אין ווייסן הויז.

וועט אבער זיין געשמאק צו זען דעם שלעכטן מענטש'ס א קינד צושמעטערט ווערן קעגן דעם עווענטועלן דעמאקראטישן קאנדידאט, אין די שטאט ווי זיין פאטער האט צוויי מאל געווינען.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קענטאקי » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:48 pm

עס איז מסתם נישטא נאך א פאליטישאן וואס האט אזויפיל אויפגעטון אין זיין קאריערע ווי רודי זשוליאני. ניו יארקער האבן א געוואלדיגע שעצונג צו זייער בעסטן מעיאר אין די היסטאריע, כ'רעד שוין נישט ביי אונזער היימישן עולם. 'גרויליגע הנהגה' 'שלעכטער מענטש' בלא בלא.. טרעף א צווייטן וועם צו באשייגעצן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 11:13 pm

צל עובר האט געשריבן:
אלטע מלמד האט געשריבן:האט ער בכלל א טשענס צו געווינען ניו יארק סיטי?

פארשטייט זיך אז נישט, ובפרט נאך רודי'ס גרויליגע הנהגה בנוגע האנטער ביידן, װען טאקע אט פאר דעם זון האט ער פארשאפט א אוכל ואינו עושה פאזיציע אין ווייסן הויז.

וועט אבער זיין געשמאק צו זען דעם שלעכטן מענטש'ס א קינד צושמעטערט ווערן קעגן דעם עווענטועלן דעמאקראטישן קאנדידאט, אין די שטאט ווי זיין פאטער האט צוויי מאל געווינען.

ווען איך וועל דיר הערן רעדן וועגן די 'גרויליגע הנהגה' פון די קלינטאן קאמפיין איבער זייער זוכן שמוץ אויף טראמפ, וועלן מיר רעדן..
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 11:24 pm

קען זיין ניו יארקער האבן הכרת הטוב אבער פארפאלן, ער האט זיך צופיל געדעמידזשד די לעצטע פאר יאר. ווען רודי אליין זאל ווען לויפן נאכאמאל ווערט ער צומזיקט. זיכער זיין זוהן וואס האט קיין שום זאך אויסער ארבייטן פאר טראמפ אויף זיין רעזומעי.

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קענטאקי » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 11:31 pm

זייער א גוטע פוינט לגבי זיינע שאנסן צו געווינען, איך האב מיך באצויגן צו די רייצערישע טאן פון 'דערלעבן א זיסע נקמה אין דעם שלעכטן מעיאר' צו וועמען רוב כלל ישראל האט אויסטערלישע הכרת הטוב.

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קליינטשיגער » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 11:46 pm

כאפצעם זאגט זייער גוט, זיין איינציגסטע רעקארד וואס ער קען ווייזן איז אז ער איז דזשוליאניס זון, וואס איז גאר א שטארקע מעלה פאר ניו יארק, גלייכצייטיג איז דאס זיין גרעסטע פראבלעם זינט דזשוליאני האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט פאר טראמפ, געניג דעמאקראטן וואס וואלטן געשטומט פאר אים, וועלן זיך נישט קענען זען יעצט שטומען פאר אים ווייל דאס מיינט זיי שטומען פאר טראמפ.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:17 am

קליינטשיגער האט געשריבן:כאפצעם זאגט זייער גוט, זיין איינציגסטע רעקארד וואס ער קען ווייזן איז אז ער איז דזשוליאניס זון, וואס איז גאר א שטארקע מעלה פאר ניו יארק, גלייכצייטיג איז דאס זיין גרעסטע פראבלעם זינט דזשוליאני האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט פאר טראמפ, געניג דעמאקראטן וואס וואלטן געשטומט פאר אים, וועלן זיך נישט קענען זען יעצט שטומען פאר אים ווייל דאס מיינט זיי שטומען פאר טראמפ.

זאל גאווערנאר קואומא נאר זיך דערמאנען וויאזוי דזשוליאני האט זיך צוריסן מיט די גאנצע רעפובליקאנער פארטיי ווען ער האט אין די 90'ער יארן אינדארסירט זיין פאטער מאריא קואמא אקעגן דזשארדש פאטאקי. איינער געדענקט דאס נאך?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:46 am

קענטאקי האט געשריבן:זייער א גוטע פוינט לגבי זיינע שאנסן צו געווינען, איך האב מיך באצויגן צו די רייצערישע טאן פון 'דערלעבן א זיסע נקמה אין דעם שלעכטן מעיאר' צו וועמען רוב כלל ישראל האט אויסטערלישע הכרת הטוב.

שאל אביך ויגדך, זקניך ויאמרו לך.

די אהבת ישראל פון דעם רודי.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4646
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך פליגל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:43 am

אלס אטוירני דזשענעראל איז ער געווען זייער שטרענג און זיין אהבת ישראל איז דאן נישט געווען אין בעסטן (מילד גערעדט), די פראגע איז אויב ס'יז געווען שנאת ישראל אדער סתם אויספירן זיין פליכט מיט לפנים משורת הדין. ער האט טאקע פארלארן די וואלן ס'ערשטע מאל ער'ז געלאפן צוליב דעם. למעשה זייענדיג מעיאר האט ער יא געהאט נאענטע באציאונגען מיט די אידישע בירגער און איז ספעציעל גוט געווען צו זיי.

אנדערש איז אבער געווען דער "אידישער" מעיאר, א דעמאקראט, וואס איז געווען אן עוכר ישראל א-ווי אין די אלטע צייטן.

אונזער היינטיגער מעיאר איז קיין פארגלייך, ער'ז נאענט מיט אידן פון אלעמאל, ער'ז געווען א קאונסילמאן אין א טייל פון ב"פ, און האט געהאט זאגאר א חסיד'ישן אינגערמאן ארבייטענדיג פאר אים. עס אזי ליבערשט זיינע ליבעראלע אנשויאינגן וואס טראגט אים און די סיטי אראפ אין דרעין. אבער אויב רעדט מען פון הכרת הטוב ברויך מיר געדענקן ווער עס האט אונז א טובה געטאהן ווען מיר האבן עס געברויכט.

נישט אריינצוגיין אינעם געשעעניש פונעם לוי' פון תולעת יעקב רבי זי"ע, וואס דאס ברויך אן עקסטערע אפהאנדלונג, ער האט דארט באוויזן צו טאהן אין וואס ער ספעציעליזירט זיך; אויפרעגן אלע זייטן ארום אינעם פרשה... אבער מיר קענען נישט דן זיין צוליב יענע איינע פרשה אלס אוהב/שונא ישראל...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:48 am

קענטאקי האט געשריבן:זייער א גוטע פוינט לגבי זיינע שאנסן צו געווינען, איך האב מיך באצויגן צו די רייצערישע טאן פון 'דערלעבן א זיסע נקמה אין דעם שלעכטן מעיאר' צו וועמען רוב כלל ישראל האט אויסטערלישע הכרת הטוב.

וואספארא הכרת הטוב?
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:50 am

פליגל האט געשריבן:אלס אטוירני דזשענעראל איז ער געווען זייער שטרענג און זיין אהבת ישראל איז דאן נישט געווען אין בעסטן (מילד גערעדט), די פראגע איז אויב ס'יז געווען שנאת ישראל אדער סתם אויספירן זיין פליכט מיט לפנים משורת הדין. ער האט טאקע פארלארן די וואלן ס'ערשטע מאל ער'ז געלאפן צוליב דעם. למעשה זייענדיג מעיאר האט ער יא געהאט נאענטע באציאונגען מיט די אידישע בירגער און איז ספעציעל גוט געווען צו זיי.

אנדערש איז אבער געווען דער "אידישער" מעיאר, א דעמאקראט, וואס איז געווען אן עוכר ישראל א-ווי אין די אלטע צייטן.

אונזער היינטיגער מעיאר איז קיין פארגלייך, ער'ז נאענט מיט אידן פון אלעמאל, ער'ז געווען א קאונסילמאן אין א טייל פון ב"פ, און האט געהאט זאגאר א חסיד'ישן אינגערמאן ארבייטענדיג פאר אים. עס אזי ליבערשט זיינע ליבעראלע אנשויאינגן וואס טראגט אים און די סיטי אראפ אין דרעין. אבער אויב רעדט מען פון הכרת הטוב ברויך מיר געדענקן ווער עס האט אונז א טובה געטאהן ווען מיר האבן עס געברויכט.

נישט אריינצוגיין אינעם געשעעניש פונעם לוי' פון תולעת יעקב רבי זי"ע, וואס דאס ברויך אן עקסטערע אפהאנדלונג, ער האט דארט באוויזן צו טאהן אין וואס ער ספעציעליזירט זיך; אויפרעגן אלע זייטן ארום אינעם פרשה... אבער מיר קענען נישט דן זיין צוליב יענע איינע פרשה אלס אוהב/שונא ישראל...

עגרי 100%
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:20 am

בעסער אזוי האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:זייער א גוטע פוינט לגבי זיינע שאנסן צו געווינען, איך האב מיך באצויגן צו די רייצערישע טאן פון 'דערלעבן א זיסע נקמה אין דעם שלעכטן מעיאר' צו וועמען רוב כלל ישראל האט אויסטערלישע הכרת הטוב.

וואספארא הכרת הטוב?


פאר'ן צוריקשטעלן רואיגקייט אין די סיטי. ער איז באטראכט געווארן ווי א מלאך המושיע. הער ווי אזוי דער עלטערער דור רעדט פון אים. ווי צל זאגט, שאל אביך ויגדך..

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:26 am

איך וואלט געוואויט פאר זשוליאני בלויז פאר דעם אליין צו שעצן זיין טאטעס געוואלדיגע ארבעט אויפצודעקן דעם שלייער פון דעם אזוי גערופענעם שיינעם ביידן וואס האט גרויליגערהייט גענוצט זיין פאוער געפירט אמעריקא אין באד אלס אז זיין דראג עטיק האנטער זאל מאכן מיליאנען פאר'ן טון גארנישט

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:27 am

דער נאמען דשוליאני, טאטע זוהן נעפיו קאזין אייניקל נישט קיין חילוק האט געוויס שטארקע שאנסן צי געווינען דעם צידרייטן סיטי אין א יאר ארום

נאכדעם וואס דער ליבעראלע הינט דיבלאזיא וועט אינגאנצן מצליח זיין צוריקצישטעלן אלע קרימענאלן אויף די סיטי גאסן אזוי ווי ס'האט אויסגעקוקט אין די פרי רודי עפאכע, און נאך מיט א שמיץ אריבער, די דאמאקראטן וועלן דאך נאמינירן נאך א פראגרעסיוו וואס וועט לויפן נאך מער לינק ווי בלאזיא , דיפאנד די פאליציי וועט זיין די מער מעסיגע סטראטעגיע... וועב אליינס ווייטער ווי שרעקליך זיי קענען גיין, הינט און קעץ וועלן האבן מער רעכטן ווי מענטשן, שטייערן וועט זיין 95% וכו' וכו' וכו' און ס'וועט נישט זיין קיין גאס וואס זאל נישט האבן א מארד רח"ל.

דעמאלטס וועט דער סיטי לעכצן נאך א דשוליאני וואס זאל קומען צוריקשטעלן ארדענונג אויף די גאסן, און ער וועט מיטן אייבערשטנס הילף געווינען גרינגערהייט. נאך אלעם זענען די דעמאקראטישע פארטיי נישט אינגאנצן משוגע (אזוי האף איך עכ"פ) און חוץ די 20% פראגרעסיווס וואס פירן די פארטיי וועלן די מערהייט איינזעהן אז מ'ברויך יעצט א מעיער וואס זאל מאכן סדר און צוריקשטעלן געזעץ. אפרוימען די גאסן פון די שעדליכע עלעמענטן וואס בלאזיא מיט זיינע פאליסיס האט אזוי שווער געארבעט צוריקציברענגען.
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אלטע מלמד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אלטע מלמד » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:06 am

איך האף אויך אזוי

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך הענדימען » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:21 am

בעסער אזוי האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אלס אטוירני דזשענעראל איז ער געווען זייער שטרענג און זיין אהבת ישראל איז דאן נישט געווען אין בעסטן (מילד גערעדט), די פראגע איז אויב ס'יז געווען שנאת ישראל אדער סתם אויספירן זיין פליכט מיט לפנים משורת הדין. ער האט טאקע פארלארן די וואלן ס'ערשטע מאל ער'ז געלאפן צוליב דעם. למעשה זייענדיג מעיאר האט ער יא געהאט נאענטע באציאונגען מיט די אידישע בירגער און איז ספעציעל גוט געווען צו זיי.

אנדערש איז אבער געווען דער "אידישער" מעיאר, א דעמאקראט, וואס איז געווען אן עוכר ישראל א-ווי אין די אלטע צייטן.

אונזער היינטיגער מעיאר איז קיין פארגלייך, ער'ז נאענט מיט אידן פון אלעמאל, ער'ז געווען א קאונסילמאן אין א טייל פון ב"פ, און האט געהאט זאגאר א חסיד'ישן אינגערמאן ארבייטענדיג פאר אים. עס אזי ליבערשט זיינע ליבעראלע אנשויאינגן וואס טראגט אים און די סיטי אראפ אין דרעין. אבער אויב רעדט מען פון הכרת הטוב ברויך מיר געדענקן ווער עס האט אונז א טובה געטאהן ווען מיר האבן עס געברויכט.

נישט אריינצוגיין אינעם געשעעניש פונעם לוי' פון תולעת יעקב רבי זי"ע, וואס דאס ברויך אן עקסטערע אפהאנדלונג, ער האט דארט באוויזן צו טאהן אין וואס ער ספעציעליזירט זיך; אויפרעגן אלע זייטן ארום אינעם פרשה... אבער מיר קענען נישט דן זיין צוליב יענע איינע פרשה אלס אוהב/שונא ישראל...

עגרי 100%

גא"מ

מ'פארמישט טיפשות מיט שנאת ישראל

ווען נישט זיין ליבעראלע ארכי טיפשות וואלט ער געווען דער בעסטער פאר אונז אידן


קענטאקי האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:זייער א גוטע פוינט לגבי זיינע שאנסן צו געווינען, איך האב מיך באצויגן צו די רייצערישע טאן פון 'דערלעבן א זיסע נקמה אין דעם שלעכטן מעיאר' צו וועמען רוב כלל ישראל האט אויסטערלישע הכרת הטוב.

וואספארא הכרת הטוב?


פאר'ן צוריקשטעלן רואיגקייט אין די סיטי. ער איז באטראכט געווארן ווי א מלאך המושיע. הער ווי אזוי דער עלטערער דור רעדט פון אים. ווי צל זאגט, שאל אביך ויגדך..

דארפסט נישט גיין ביז אביך. איך געדענק נאך דינקינ'ס צייטן


שליו ודגים האט געשריבן:איך וואלט געוואויט פאר זשוליאני בלויז פאר דעם אליין צו שעצן זיין טאטעס געוואלדיגע ארבעט אויפצודעקן דעם שלייער פון דעם אזוי גערופענעם שיינעם ביידן וואס האט גרויליגערהייט גענוצט זיין פאוער געפירט אמעריקא אין באד אלס אז זיין דראג עטיק האנטער זאל מאכן מיליאנען פאר'ן טון גארנישט

טעיק איט איזי. ביידען און זיין זוהן זענען מסתמא בכלל נישט אזוי קארופטירט ווי דו ווילסט (און איך וואלט געוואלט) זיי זאלן האבן געווען

ריגארדלעס איז דאס נישט קיין סיבה (אין מיינע אויגן) צו וואוטען פאר אים

שוין. לאמיר דאס לאזן אינדרויסן (נאכדעם וואס איך האב געזאגט מיינס :lol: )


סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער נאמען דשוליאני, טאטע זוהן נעפיו קאזין אייניקל נישט קיין חילוק האט געוויס שטארקע שאנסן צי געווינען דעם צידרייטן סיטי אין א יאר ארום

וכו'

={'}
די נאמען אליינס וועט אים מסתמא העלפן צווישן נארמאלע מענטשן. די שאלה איז וויפיל פון זיי זענען געבליבן דא
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:28 am

לענ"ד ווענדט שיך עס שטארק אין זיין דעמאקראטישן קעגנער, אויב לויפט ער קעגן עריק עדעמס איז א שאד די צייט אבער קעגן אן ארכי ליבעראלן שיכור ווי דעם פובליק אדוואקאט וועט ער שיין אנציען (האף איך)

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:13 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער נאמען דשוליאני, טאטע זוהן נעפיו קאזין אייניקל נישט קיין חילוק האט געוויס שטארקע שאנסן צי געווינען דעם צידרייטן סיטי אין א יאר ארום

נאכדעם וואס דער ליבעראלע הינט דיבלאזיא וועט אינגאנצן מצליח זיין צוריקצישטעלן אלע קרימענאלן אויף די סיטי גאסן אזוי ווי ס'האט אויסגעקוקט אין די פרי רודי עפאכע, און נאך מיט א שמיץ אריבער, די דאמאקראטן וועלן דאך נאמינירן נאך א פראגרעסיוו וואס וועט לויפן נאך מער לינק ווי בלאזיא , דיפאנד די פאליציי וועט זיין די מער מעסיגע סטראטעגיע... וועב אליינס ווייטער ווי שרעקליך זיי קענען גיין, הינט און קעץ וועלן האבן מער רעכטן ווי מענטשן, שטייערן וועט זיין 95% וכו' וכו' וכו' און ס'וועט נישט זיין קיין גאס וואס זאל נישט האבן א מארד רח"ל.

דעמאלטס וועט דער סיטי לעכצן נאך א דשוליאני וואס זאל קומען צוריקשטעלן ארדענונג אויף די גאסן, און ער וועט מיטן אייבערשטנס הילף געווינען גרינגערהייט. נאך אלעם זענען די דעמאקראטישע פארטיי נישט אינגאנצן משוגע (אזוי האף איך עכ"פ) און חוץ די 20% פראגרעסיווס וואס פירן די פארטיי וועלן די מערהייט איינזעהן אז מ'ברויך יעצט א מעיער וואס זאל מאכן סדר און צוריקשטעלן געזעץ. אפרוימען די גאסן פון די שעדליכע עלעמענטן וואס בלאזיא מיט זיינע פאליסיס האט אזוי שווער געארבעט צוריקציברענגען.

;l;p- מסכים מיט יעדע איינציגע ווארט. שפתים יושק!

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך יישר כח » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:16 pm

דיבלאזיא ארבעט שטראק אז דשליאני זאל געווינען .

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:42 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער נאמען דשוליאני, טאטע זוהן נעפיו קאזין אייניקל נישט קיין חילוק האט געוויס שטארקע שאנסן צי געווינען דעם צידרייטן סיטי אין א יאר ארום

נאכדעם וואס דער ליבעראלע הינט דיבלאזיא וועט אינגאנצן מצליח זיין צוריקצישטעלן אלע קרימענאלן אויף די סיטי גאסן אזוי ווי ס'האט אויסגעקוקט אין די פרי רודי עפאכע, און נאך מיט א שמיץ אריבער, די דאמאקראטן וועלן דאך נאמינירן נאך א פראגרעסיוו וואס וועט לויפן נאך מער לינק ווי בלאזיא , דיפאנד די פאליציי וועט זיין די מער מעסיגע סטראטעגיע... וועב אליינס ווייטער ווי שרעקליך זיי קענען גיין, הינט און קעץ וועלן האבן מער רעכטן ווי מענטשן, שטייערן וועט זיין 95% וכו' וכו' וכו' און ס'וועט נישט זיין קיין גאס וואס זאל נישט האבן א מארד רח"ל.

דעמאלטס וועט דער סיטי לעכצן נאך א דשוליאני וואס זאל קומען צוריקשטעלן ארדענונג אויף די גאסן, און ער וועט מיטן אייבערשטנס הילף געווינען גרינגערהייט. נאך אלעם זענען די דעמאקראטישע פארטיי נישט אינגאנצן משוגע (אזוי האף איך עכ"פ) און חוץ די 20% פראגרעסיווס וואס פירן די פארטיי וועלן די מערהייט איינזעהן אז מ'ברויך יעצט א מעיער וואס זאל מאכן סדר און צוריקשטעלן געזעץ. אפרוימען די גאסן פון די שעדליכע עלעמענטן וואס בלאזיא מיט זיינע פאליסיס האט אזוי שווער געארבעט צוריקציברענגען.

;l;p- מסכים מיט יעדע איינציגע ווארט. שפתים יושק!





למעשה, איז די דזוליאני נאמען טיף פארבינדן מיט טראמפ, שווער צו גלייבן אז די סיטי זאל גיין פאר אזא טראמפ נאנטער.


--------------------------------

זע איך אז @קליינטשיגער און @צל האבן שוין ערווענט
לעצט פאראכטן דורך בוחר בשירי זמרה אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MauiBot און 4 געסט