ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 10:22 am

פון רעימאנד קעליס שפראך לעצטנס זעט אויס אז ער גרייט זיך צו לויפן אלס רעפאבליקען
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 10:39 am

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:פון רעימאנד קעליס שפראך לעצטנס זעט אויס אז ער גרייט זיך צו לויפן אלס רעפאבליקען

גאר א פיינע געדאנק.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג יולי 16, 2020 11:43 am

בס"ד

אפשר נישט פאר דעם אשכול, אבער נאך נישט געטראפן א מער פאסיגע.

דיבלאזיא קען נישט נאכאמאל לויפן פאר מעיאר.

גאווערנאר קאומא זאגט ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג 2 יאר ארום. למעשה האט ער שטילערהייט געוואלט לויפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ, אבער נישט קעגן ביידען. יעצט אויב ביידען פארלירט צו טראמפ, איז קאומא 99 פראצענט זיכער צו לויפן 4 יאר ארום, וואס מיינט אז אין אזא פאל וועט ער לכאורה נישט לויפן פאר נאך א טערמין אין אלבאני (הגם טעכניש קען ער עס באווייזן, אבער שווער צו זאגן אז ער לויפט מיט'ן חשבון אנצוהויבן פרעזידענט קאמפיין גלייך נאך די איינשווערונגס צערעמאניע).

ממילא, אויב טראמפ געווינט האב איך א שמעק אז דיבלאזיא לויפט פאר גאווערנאר. ער האט נישט די בעסטע שאנסן, ווייל די סטעיט גייט נישט אזוי לינק ווי די סיטי, אבער אין די יעצטיגע אומשטענדן קען מען נישט וויסן, און קען זיין אז וועגן דעם איז ער לעצטנס מער און מער אויף יענע מיני פאליטיק וכו' ווייל ער וויל זיי האבן פאר א סופער-סאליד 90 פראצענט בלאק-וואוט ביים מעגליכן גאווערנאר קאמפיין, גענוג עס זאל איבערוועגן די קאנסערוואטיווען פון אפסטעיט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 16, 2020 12:52 pm

ס'איז זייער מעגליך אז דאס איז זיין פלאן.

אבער סוף כל סוף גייט ער נישט קענען געווינען קיין פריימערי אין די סטעיט אפי' מיט 100 פראצענט עי-או-סי שטיצער, וואס איז די איינציגסטע זאך וואס ער פארמאגט לכאורה.

איך רעד שוין נישט פון די סיטי וואס ער פארלירט מיט 70 פראצענט, און די סיטי איז די מערסטע סאציאליסטיש פון די גאנצע סטעיט. ממילא געב איך אים נול שאנסן פאר די 2022 רעיס. אפשר פאר 2027, ווען מ'וועט שוין האבן פארגעסן, און מ'וועט מיינען אז די אנדערע קאנדידאטן זענען שוין ערגער פון אים...

@בס"ד
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך שפע רב » דאנארשטאג יולי 16, 2020 12:54 pm

שמערלער האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:פון רעימאנד קעליס שפראך לעצטנס זעט אויס אז ער גרייט זיך צו לויפן אלס רעפאבליקען

גאר א פיינע געדאנק.

ער איז א דעמקראט, פארוואס זאל ער נישט לויפן אלץ דעמקראט?

ער איז שוין כמעט א בן שמונים, ער קען נאך לויפן?

אז מען רעדט שוין יא פון אים, עפעס איז ער ביזי געווען נעכטען צו ווארנען אז לאור המצב זאל מען פראטעקטען די אידישע קאמינעטי

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:07 pm

שפע רב האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:פון רעימאנד קעליס שפראך לעצטנס זעט אויס אז ער גרייט זיך צו לויפן אלס רעפאבליקען

גאר א פיינע געדאנק.

ער איז א דעמקראט, פארוואס זאל ער נישט לויפן אלץ דעמקראט?

ער איז שוין כמעט א בן שמונים, ער קען נאך לויפן?

אז מען רעדט שוין יא פון אים, עפעס איז ער ביזי געווען נעכטען צו ווארנען אז לאור המצב זאל מען פראטעקטען די אידישע קאמינעטי

אסאך געוועזענע פאליציי געפונען הויכע פאזיציעס אין זיכערהייטס פירמעס. קאן זיין אז קעריק איז אין אזא זיכערהייטס פירמע, שטייען זיי אויס שיין צו פארדינען.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:27 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'איז זייער מעגליך אז דאס איז זיין פלאן.

אבער סוף כל סוף גייט ער נישט קענען געווינען קיין פריימערי אין די סטעיט אפי' מיט 100 פראצענט עי-או-סי שטיצער, וואס איז די איינציגסטע זאך וואס ער פארמאגט לכאורה.

איך רעד שוין נישט פון די סיטי וואס ער פארלירט מיט 70 פראצענט, און די סיטי איז די מערסטע סאציאליסטיש פון די גאנצע סטעיט. ממילא געב איך אים נול שאנסן פאר די 2022 רעיס. אפשר פאר 2027, ווען מ'וועט שוין האבן פארגעסן, און מ'וועט מיינען אז די אנדערע קאנדידאטן זענען שוין ערגער פון אים...

@בס"ד

פון ווי נעמסטו דעס אז ער פארלירט די סיטי מיט 70%?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
בבקשה
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:34 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אפשר נישט פאר דעם אשכול, אבער נאך נישט געטראפן א מער פאסיגע.

דיבלאזיא קען נישט נאכאמאל לויפן פאר מעיאר.

גאווערנאר קאומא זאגט ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג 2 יאר ארום. למעשה האט ער שטילערהייט געוואלט לויפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ, אבער נישט קעגן ביידען. יעצט אויב ביידען פארלירט צו טראמפ, איז קאומא 99 פראצענט זיכער צו לויפן 4 יאר ארום, וואס מיינט אז אין אזא פאל וועט ער לכאורה נישט לויפן פאר נאך א טערמין אין אלבאני (הגם טעכניש קען ער עס באווייזן, אבער שווער צו זאגן אז ער לויפט מיט'ן חשבון אנצוהויבן פרעזידענט קאמפיין גלייך נאך די איינשווערונגס צערעמאניע).

ממילא, אויב טראמפ געווינט האב איך א שמעק אז דיבלאזיא לויפט פאר גאווערנאר. ער האט נישט די בעסטע שאנסן, ווייל די סטעיט גייט נישט אזוי לינק ווי די סיטי, אבער אין די יעצטיגע אומשטענדן קען מען נישט וויסן, און קען זיין אז וועגן דעם איז ער לעצטנס מער און מער אויף יענע מיני פאליטיק וכו' ווייל ער וויל זיי האבן פאר א סופער-סאליד 90 פראצענט בלאק-וואוט ביים מעגליכן גאווערנאר קאמפיין, גענוג עס זאל איבערוועגן די קאנסערוואטיווען פון אפסטעיט.


איך גלייב אז קאומאו גייט סייווי נאכאמאל לויפן פאר גאווערנער, ווי זאגט מען אין ענגליש a bird in the hand is worth two in the bush.

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 2:15 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:פון רעימאנד קעליס שפראך לעצטנס זעט אויס אז ער גרייט זיך צו לויפן אלס רעפאבליקען

גאר א פיינע געדאנק.

ער איז א דעמקראט, פארוואס זאל ער נישט לויפן אלץ דעמקראט?

ער איז שוין כמעט א בן שמונים, ער קען נאך לויפן?

אז מען רעדט שוין יא פון אים, עפעס איז ער ביזי געווען נעכטען צו ווארנען אז לאור המצב זאל מען פראטעקטען די אידישע קאמינעטי

אסאך געוועזענע פאליציי געפונען הויכע פאזיציעס אין זיכערהייטס פירמעס. קאן זיין אז קעריק איז אין אזא זיכערהייטס פירמע, שטייען זיי אויס שיין צו פארדינען.


אויך מעגליך אלס צוגרייטונג צו א קאמפיין

@שפע רב:
כ'האב טאקע נישט באמערכקט זיין עידזש [געבארן אין יארע 41] -ווייסעך נישט צו מיין הוא אמינא איז ריכטיג
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:09 pm

דער ביליאנער דזשאן קאטצימאטידיס באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן פאר מעיאר אויפ'ן רעפובליקאנער זייט. ער איז גרייט אויסצוגעבן ביז 100 מיליאן דאללער, אויב זאל ער טאקע באשליסן אריינצוטאנצן אינעם פארמעסט.
אין אן אינטערוויו זאגט דער 71 יעריגער קאטצימאטידיס אז ער איז באזארגט איבער'ן מצב אין די סיטי. ער פארדאמט שטארק די בלעק לייווס מעטטער באוועגונג, זאגנדיג אז די פירער פון די גרופע קימערן זיך נישט מיט שווארצע לעבנס.

די הונדערט מיליאן דאללער - אין פאל ער געבט אויס אזויפיל - וועט זיין עטוואס ווייניגער ווי די 102 מיליאן וואס בלומבערג האט געספענדט אין זיין 09' פארמעסט.

קאטצימאטידיס איז שוין איינמאל געלאפן פאר מעיאר אין 13', און איז אריינגעקומען א שטארקער נומער צוויי אין די פריימערי.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג אוגוסט 02, 2020 10:12 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:ער איז זייער בייסיג צו אונז לגבי פראגראמען.

ער האט אינז נישט צו שטארק ליב

איך האב אין באזיץ א טעיפ אפגעכאפט ווי ער רעדט ביי א מיטונג זייער מיאוס און העצעריש קעגן חרדישע אידן. ס'איז א פחד נאכצוזאגן.

איצטערט געכאפט א בליק אינעם וויקי פעידזש פון דעם קורטיס סליווא, מען רעדט דא פון א עקלהאפטן פארדארבענעם פארשוין

Kollel
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 3:10 pm

סאניטאציע קאמישאנער וויל מעיאר אמט

ניו יארק – די ניו יארק סיטי סאניטאציע קאמישאנערין פרוי גארסיע קלערט ערנסט צו לויפן פאר מעיאר אין די סיטי ווען דעבלאזיא'ס טערמין קומט צו אן ענדע און ער קען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג. דעבלאזיא אליינס האט נעכטן באשטעטיגט אז גארסיע האט שוין דיסקוסירט מיט אים די מעגליכקייט אז זי וועט לויפן פאר'ן מעיאר אמט, אבער עס קומט פּונקט אין א צייט וואס גארסיע קומט אונטער שארפע קריטיק צוליב דעם וואס עס הויפנט זיך אן מיסט לענגאויס די סיטי פּארקס און גאסן, אלס רעזולטאט פון בודזשעט שניטן.
דעילי איד
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך sheetrock » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 3:15 pm

Kollel האט געשריבן:סאניטאציע קאמישאנער וויל מעיאר אמט

מ'האמער דאך שוין א סאניטאציע (קא)מ[ע](י)ש[יג]ענער אלץ מעיער. צו וואס פעלט אויס נאך איינס?
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 4:35 pm

סיטי קאמפטראלער סקאט סטרינגער אפציעל געמאלדן קאנדיטורשאפט צום מעיאר אמט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 5:26 pm

פון די היינטיגע באריכט אויף קמ איבער די מעלדונג פון סטרינגער זעהט עס אויס אז סוועט זיין גאנץ אן אינטערעסאנטער (אויך מיר אינטערעסאנט) פארמעסט יעדער וועט טרייען צו ווייזן וואס מער פאריקטע איידיעס ער קען ברענגן צום טיש

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך א צווייטער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:50 pm

ס'איז דא א צענטערסטישע קאנדידאט אויך? [א שטייגער ווי לענטאל..]
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:53 pm

what for
meshuga is the new normal

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 7:10 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:פון רעימאנד קעליס שפראך לעצטנס זעט אויס אז ער גרייט זיך צו לויפן אלס רעפאבליקען

פון ווי זעהט מען אזוי? וואלט געווען א גוטע קאנדידאט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 7:58 pm

קרייסלער האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:פון רעימאנד קעליס שפראך לעצטנס זעט אויס אז ער גרייט זיך צו לויפן אלס רעפאבליקען

פון ווי זעהט מען אזוי? וואלט געווען א גוטע קאנדידאט

ווי אלט איז ער?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

KMW
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך KMW » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:39 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:ער איז זייער בייסיג צו אונז לגבי פראגראמען.

ער האט אינז נישט צו שטארק ליב

איך האב אין באזיץ א טעיפ אפגעכאפט ווי ער רעדט ביי א מיטונג זייער מיאוס און העצעריש קעגן חרדישע אידן. ס'איז א פחד נאכצוזאגן.

איצטערט געכאפט א בליק אינעם וויקי פעידזש פון דעם קורטיס סליווא, מען רעדט דא פון א עקלהאפטן פארדארבענעם פארשוין


ער האט א געוועזענע אידישע ווייב מיט צוויי אידישע קינדער.
ער האט זיך אנגענומען פאר אידן אלע צייטן אנגעהויבן ביי דינקינס ביז גי מערץ לויה.
יא, ער זאגט די אמת און עס קען אסאך מאל ווייטוהן.. וד״ל

וועגן עקל און פארדארבן ווייס איך נישט.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:26 am

ר' יום טוב האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:ער איז זייער בייסיג צו אונז לגבי פראגראמען.

ער האט אינז נישט צו שטארק ליב

איך האב אין באזיץ א טעיפ אפגעכאפט ווי ער רעדט ביי א מיטונג זייער מיאוס און העצעריש קעגן חרדישע אידן. ס'איז א פחד נאכצוזאגן.

ווי אזוי גייט נאר די סלאגאן? וואס א חילוק פאר אונז וואס דער גוי טוט בינו לבינו,
פאר אונז נאר א חילוק אז פאר אידן איז ער גוט, דער גוי איז נישט מחיוב צו זיין הייליג,

פארשטייט זיך דא וועט מען עס נישט ניצן, אבער ווען איינער וועט זאגן אז ער האט א פראבלעם ווען קאומע רעדט כפירה, איז ער סתם א וואטעווער
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קענטאקי » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 9:27 pm

באריכט: ענדרו דזשוליאני זוהן פון געוועזענער מעיאר רודי דזשוליאני באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן פאר מעיאר.

אלטע מלמד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אלטע מלמד » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 9:33 pm

וואס איז ער דעמ. אדער רעפ.?

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קענטאקי » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 9:52 pm

רעפובליקען כמובן

אלטע מלמד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אלטע מלמד » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:03 pm

האט ער בכלל א טשענס צו געווינען ניו יארק סיטי?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo און 7 געסט