רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג יוני 22, 2020 10:24 pm

ווי באקאנט איז יעדע צען יאר למספ' דא די איינפיר איבערן גאנץ אמעריקע, אז ווי נאר די צענזוס רעזולטאטן קומען אריין, ווערט איבערן גאנצן לאנד פונדאסניי איבערגעמאכט און צוטיילט אלע דיסטריקטס אין אלע רעגירונגס לעגיסלאטיווע שטאפלען אין א פראצעדור וואס ווערט גערופן 'רידיסטריקינג'. אנגעהויבן פון קאנגרעס, סטעיט-סענאט, אסעמבלי, און גענדיגט אראפ ביי די לאקאלע לעגיסלעטאר און קאונסיל זיצן, אלע אמטן וועלכע זענען באזירט לויט די פאפולאציע פון די באפעלקערונג, ווערט פריש צוטיילט פראפארציאנאל לויט וויפיל מענטשן די געגנט האט לויטן צענזוס ציילונג צובאקומען אדער פארלוירן משך די פארגאנגענע צען יאר.

אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז א געגנט וואס איז געוואקסן אין פאפולאציע פארדינט גאר שטארק, ווייל זייער דיסטריקט ווערט קלענער און מער קאנצענטרירט אין שטח און נעמט אריין ווייניגער ארומיגערע געגנטער. משא"כ א געגנט וואס איז געפאלן אין פאפולאציע, מוז זיך צוזאמשטעלן מיט א מערערע געגנטער ארום צו פארמירן א גאנצע דיסטריקט.

עס איז משך פון די יארן געווען אין פילע סטעיטס אסאך געפעכטן מיט איבערמאכן די דיסטריקטן אויף קאנגרעס זיצן וכדו', דאס איז וויבאלד די רעגירנדע פארטיי אין די סטעיט האט געהאט די אויסשליסליכע איבערזיכט אויף די רעדיסטריקינג, און זיי האבן בכונה אזוי סטראטעגיש אויסגעשניצט די זיצן אז עס זאל בלויז בענעפעטירן זייער פארטיי, די מהלך האט א טערמין מיטן נאמען gerrymandering. דאס קען פאראורזאכן אז אפילו איין פארטיי געווינט די פאפולערע שטימען וואס איז אפגעגעבן געווארן פאר קאנגרעס אין די סטעיט, וועט די צווייטע פארטיי נאך אלץ קענען האבן א היבשע אויבערהאנט אין קאנגרעס מיטגלידער.

אזוי אויך איז געוואקסן די ערשיינונג אין מאנכע סטעיטס אז אפילו אויב איין פארטיי האט איבערגענומען די ווירטשאפט אין די סטעיט הויז אינמיטן די צען יאר, למשל אין 2014, האבן זיי מיט חוצפה דאן ארומגעטוישט די דיסטריקטס, אפילו עס איז דאן נישט פארגעקומען קיין שום צענזוס ציילונג וואס בלויז דאן איז נאטורליך געווען איינגעפירט אז מען מאכט די רידיסטריקינג. אזוי אויך האבן דיסטריקטס אנגעהויבן באקומען א פנים פון מאדנע געוויקסן און פארשידנארטיגע פארעמען, פון א לויפנדע דזשיראפע וואס איז שמאל איין געסל און לאנג 400 מייל...! אסאך געריכט שלאכטן איז שוין פארגעקומען דערוועגן.

דאס אלעס צו פארמיידן, האבן פילע סטעיטס לעצטנס איינגעשטעלט פרישע געזעצן און רעגולאציעס וויאזוי עס זאל צוגיין די רעדיסטריקינג פראצעדורן אויף א מער יושר'דיגע און אומפארטייאישע מהלך.

ניו יארק סטעיט רידיסטריקינג קאמיסיע

ניו יארקער וויילער האבן אין די נאוועמבער וואלן פון יאר 2014 באשטעטיגט מיט אן אויבערהאנט פון 57 צו 43 א פראפאזיציע צו אמענדירן די סטעיט-קאנסטיטוציע מיט א גאנצע רייע רידיסטריקינג רעפארמען וועלכע נעמט אריין איינשטעלן אן אומפארטייאישע קאמיסיע וואס זיי זאלן האבן די כמעט-אויסשליסליכע אויטאריטעט דורכצופירן די רידיסטריקינג.

ביז דאן איז דאס געווען אין די הענט פון די ביוראקראטישע לעגיסלאטיווע הייזער, די סטעיט-סענאט און אסעמבלי, און נאטורליך האט די סטעיט-סענאט וואס האט דאן באלאנגט פאר די רעפאבליקאנער אויסגעשניצט גאנץ מאדנע דיסטריקטס, וואס האט זיי געהאלפן אנהאלטן זייער מאכט אפילו אין אזא ליבעראלע סטעיט ווי ניו יארק.

פון די צווייטע זייט, פלעגן די דעמאקראטן אין די אסעמבלי זיך גענצליך צולאזן. ווייל דארט האט די פירערשאפט במילא נישט געהאט קיין שום פראבלעם אנצוהאלטן די איבערוויגנדע דעמאקראטישע מיאריטעיט, און זיי האבן דעריבער געלאזט זייערע אמטירנדע אסעמבלי-לייט זיך זעלבסט אויסשניצן די אייגענע זיצן לויט זייער אייגענע געשמאק!..

די פרישע אמענדמענט פראפאזיציע איז דאן העפטיג געשטיצט געווארן דורך גאווערנאר קאומא און דאן אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער וועלכער האט אויפגעברענגט אין 2013 אינעם אסעמבלי די געזעצן מיט די רעגולאציעס, און אינעם סטעיט-סענאט איז דאס אויפגעברענגט געווארן דורך דאן רעפאבליקאנער ספיקער דיען סקעלאס. ווי געזאגט איז דאס ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורך די וויילער ביי די רעפערענדום אין די 2014 וואלן.

די הויכפונקטן פון די נייע אמענדמענט:

(עס איז באמת פיל מער קאמפליצירט, מיר האבן בלויז ארויסגענומען די סך הכל וואס איז נוגע)

אום פאברואר 2020 וועט געשטעלט ווערן א 10 מעמבער קאמיסיע וואס זיי וועלן זיין באויפטראגט צו אויסשטעלן די קאנגרעס, סטעיט-סענאט און אסעמבלי ליניעס לויט די פרישע צענסוס פאפולאציע. יעדע פון די פיר לעגיסלאטיווע פירער פון ביידע פארטייען וועלן אויסקלייבן צוויי מעמבערס צו א ס"ה פון אכט, און די לעצטע צוויי - וועלכע טארן נישט זיין אפיליאירט מיט קיין איינס פון די גרויסע פארטייען פאר די פארגאנגענע פינעף יאר - וועלן אויסגעקליבן ווערן דורך מינימום פינעף פון די דאזיגע ערשטע אכט מעמבערס. קיין שום מעמבער טאר נישט האלטן קיין סטעיט ערוויילטע פאזיציע די לעצטע דריי יאר, אדער האבן נאענטע פאמיליע פארבינדונגען מיט באאמטע, אדער זיין אפיליאירט מיט די פארטיי פירער. עס דארף אויך זיין דארט פארטרעטער צו רעפלעקטירן עטנישע ראסע און אלע געגנטער.

די נייע דיסטריקט ליניעס וועלן מוזן עפראווד ווערן דורך מינימום זיבן פון די צען מעמבערס. (דא איז פאראן א קאמפליצירטע שקלא וטריא מיט תנאים וויפיל פון יעדע פארטיי מוז זיין פון די זיבן) עס דארף אנגעמערקט ווערן אז די קאמיסיע איז נישט פריי צו טאן וואס עס שמעקט זיי. זיי מוזן נאכפאלגן פרישע שטרענגע רעגולאציעס איבער מיט וועלכע אספעקטן זיך צו רעכענען בשעת'ן איבערמאכן די דיסטריקט ליניעס, בכדי צו פארזיכערן א יושר'דיגע פראצעדור.

אינמיטן דעם פראצעדור, וועט די קאמיסיע אפהאלטן א צאל 'פאבליק הירינג'ס' און פארשידענע געגנטער דורכאויס די סטעיט, מיטן ציל אויסצוהערן און ארויסהאבן די לאקאלע קאמיוניטי געברויך. לאקאל אין אפסטעיט וועט דאס ווערן אפגעהאלטן אין ווייט-פלעינס.

די שטארקסטע חידוש פון די נייע אמענדמענט איז, אז די קאמיסיע מוז נעמען אין חשבון אז די נייע דיסטריקט ליניעס טאר נישט רעזאלטירן אין דיסקרימינירן ראסע און מינאריטעטן געמיינדע'ס אדער אדער אפשוואכן אפערטוניטי פאר שפראך באזירטע קאמיוניטי'ס אינטערעסן אויף סיי וועלכע אופן אפילו אומווילנדיג! נאכמער, די קאמיסיע מוז דעריבער אידענטיפיצירן יעדע מעגליכע עקזיסטירנדע 'קאמיוניטי אוו אינטרעסט' אין יעדע דיסטריקט און אויסרעכענען די בעסטע ליניעס וואס זאל בענעפיטירן די דארטיגע קאמיוניטי. אזוי אויך טאר עס בשום אופן נישט זיך רעכענען מיט אמטירנדע פאליטישאנס אדער פארטיי אינטערעסן. (ס'זעט אבער יא אויס אז זיי דארפן אכט געבן נישט אריינצושטעלן צוויי אמטירנדע אין איין דיסטריקט) אזוי אויך דארפן זיי נעמען אין באטראכט די עקזיסטירנדע דיסטריקט ליניעס (עפעס וואס איז אויבנאויף א שטארקע סתירה צו אלע אנדערע פונקטן פון די נייע געזעץ)

די געזעץ פארבאט קלאר סיי וועלכע פארמאט פון gerrymandering. אזוי אויך איז דא אנדערע אנווייזונגען, ווי אז די דיסטריקטס דארפן פיזיש זיין ווי מער קאנצענטרירט אין שטח, מען זאל נישט צוברעכן קאונטי'ס ווי ווייט מעגליך. און רעספעקטירן טאון און מאנוציפאלע באונדערי ליניעס .

איינמאל די קאמיסיע באשטעטיגט נייע דיסטריקטס, דארף עס נאך עפראווד ווערן דורך ביידע געזעץ הייזער מיט א סופער מיאריטעט, וועלכע האבן די אפציע עס צו באשטעטיגן אדער אפווארפן. אזוי אויך קען דער גאווערנאר דאס וועטאירן. אין אזא פאל, ברויך די קאמיסיע אויפברענגען א פרישע רידיסטריקינג פלאן. דאן וועט די אסעמבלי און סטעיט סענאט ווידעראמאל האבן די אפציע עס צו באשטעטיגן, אדער פריש אפווארפן. אויב ווארפן זיי עס דאן ווידעראמאל אפ, באקומען די סטעיט הייזער דעמאלס די מאכט איינשטעלן מינדערוויכטיגע טוישונגען וועלכע טאר נישט אפעקטירן מער ווי 2 פראצענט אין סיי וועלכע דיסטריקט אנדערש ווי די קאמיסיע. סיי וועלכע טויש מוז פארשטייט זיך זיין אין איינקלאנג מיט אלע פרינציפל פראוויזיעס פון די אמענדמענט.

די גאנצע פראצעדור האט צייט אפשניטן (טיימליינס בלע"ז) וועלכע וועט זיך אריינציען ביז 2021 למספ'. עס מוז אויפגעברענגט ווערן פארן סטעיט-לעגיסלעיטאר אפשטימונג נישט שפעטער ווי jan 2021 למספ.

יעצט מיט די פארשפעטיגטע צענזוס צוליב די קאראנע קען מען גראדע ערווארטן אז ס'זאל זיך פארשלעפן, און מ'קען שפעקילירן אויב ס'וועט זיך פארשלעפן אויף שפעטער ווי די דעדליין אויף די 2022 מידטוירם וואלן.

עס גייט זיין זייער אינטערעסאנט צו זען וואזוי די צענזוס, רידיסטריקטינג צוזאמען מיט די נייע גיידליינס גייען בענעפיטירן די היימישע געגנטער. מען וועט מוזן האלטן אפענע אויגן און אויערן, אז די היימישע געגנטער ווערן נישט באקריוודעט און באקומען צוגעטיילט איר יושר'דיג טייל, נאכדעם וואס אין 2010 זענען א טייל געגנטער דיסקרימינירט געווארן.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 22, 2020 10:25 pm

זייער א שיינע ארבייט! א געשמאק צו ליינען. א דאנק!
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג יוני 22, 2020 11:01 pm

מטעמים האט געשריבן:זייער א שיינע ארבייט! א געשמאק צו ליינען. א דאנק!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג יוני 22, 2020 11:36 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:זייער א שיינע ארבייט! א געשמאק צו ליינען. א דאנק!

.
ספענט 30$ און באקומט צוריק 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג יוני 22, 2020 11:43 pm

זייער אינטערעסאנט

יישר כח

האסט אפשר א מאפע פון דזשערימענדרינג אין ניו יארק?

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך נאך איינער » מאנטאג יוני 22, 2020 11:57 pm

אביסל טיפער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:זייער א שיינע ארבייט! א געשמאק צו ליינען. א דאנק!

.

באמת א גרויסע שכח,

שרייב ווערק
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך שרייב ווערק » דינסטאג יוני 23, 2020 9:54 am

די ערשטע און וויכטיגסטע זאך איז צו אויספילן דעם סענזוס, ווייל יעדע דיסטריקט האט די זעלבע צאל איינוואוינער, און דורכ'ן האבן מער מענטשן וועלן מיר אטאמאטיש האבן גרעסערע פראצענטן פון היימישע אידן אין מער דיסטריקטן!

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יוני 23, 2020 2:53 pm

איינע פון די גרויסע פאליטישע פראבלעמען וואס אידן האבן איז פשוט מיר זענען נישט קיין מינאריטעט און פאלן אריין אינעם זעלבן קאטעגאריע ווי דער ווייסער גוי פון פראספעקט הייטס

דא זעה איך אז זיי רעדם פון קאמיוניטי בעיסד אינטערעסט וואס טוט אינקלאדן אויך אייגנארטיגע געגנטער לויטן שפראך

דאס קען אפשר שטארק אויסמאכן

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג יוני 23, 2020 3:03 pm

דאס הייסט גוטע נייעס פאר אונז אויך?
א ראמאפא סטייל קרידווע מיטן צושניידן די אסעמבלי דיסטריקטן וועט מער נישט טארן פארקומען, איא?

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יוני 23, 2020 7:07 pm

at least on paper

in reality the proven approach of "wait and see" will have to be utilized

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24081
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 24, 2020 3:00 pm

זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך זעהער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 2:04 am

קען די נייע געזעץ ווערן אנידערגעשטימט דורך א נייע געזעץ פון די גאווערנער און די סטעיט קאנגרעס?

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » דאנארשטאג יוני 25, 2020 5:41 pm

אהער און אהין האט געשריבן:דאס הייסט גוטע נייעס פאר אונז אויך?
א ראמאפא סטייל קרידווע מיטן צושניידן די אסעמבלי דיסטריקטן וועט מער נישט טארן פארקומען, איא?

כאניש קיין אנונג וואס סאיז געווען אין מאנסי
וויאזוי וואלט גוט געווען מאנסי זאל זיין צוטיילט
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: רידיסטריקטינג 2022 אין ניו יארק סטעיט

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:27 pm

פאלגענד איז א סימפל fact sheet מיט אינפארמאציע איבער די רידיסטריקטינג.
https://lwvnyonline.org/advocacy/legAct ... -Sheet.pdf

די קאמיסיע מעמבערס זענען שוין געשטעלט געווארן מיט דריי חדשים צוריק, צווישן זיי Keith Wofford - דער אפריקאנער רעפאבליקאנער קאנדידאט פאר אטוירני דזשענעראל אין 2018, א געוועזענער אסעמבלימאן, א געוועזענער צענזוס באאמטער א שטאב הויפט פאר מאיאר דינקינס, און נאך.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: tarmab, Trumpist, אבן יקרה, אזוי וויל איך, כאפצעם, מחובר לקרקע, ממש אזוי און 61 געסט