פאליטישע ביכער

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

הכל הבל האט געשריבן:
צווייטע טייל וועט נאפאלגן בעז"ה
ובלכתך בדרך טעיפ קאמפעני בלא בלא בלא דרייט איבער די טעיפ ווייטער צו הערן......


טענקס עי מיליאן פאר די גאר גוטע שטיקלעך פון די קושנער בוך @הבל..
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קושנער באזוכט אמאן


- צווייטע טייל-


א קורצע צייט דערויף האבן זיי באקומען א מעלדונג אז מען זאל אריבערקומען צום פאלאץ וואו זיי זענען געווארן אריינגעפירט און זיך צו ערשט געטראפן מיט א רייע הויכראנגיקע מיניסטארן

די זייגער איז געלאפן און זיי זענען געווארן אומגעדולדיג ווען עס איז שוין אריבער א פולע שטונדע און זיי ווארטן נאך אויף די ערשיינונג פונעם סולטאן אבער די גרופע האט געארבעט שווער צו באהאלטן זייער הונגער און אויסגעמאטערטקייט אבער קושנער שרייבט אז צוריקקוקנדיג וואלטן זיי מעגליך יא געזאלט אנדייטן אז זייער צייט איז טייער

ערשט אום 10 אוונט, 2 שטונדן שפעטער ווי די סקעדזשועל האט געלויטעט, האט מען געמאלדן אז דער סולטאן איז גרייט און זיי זענען געווארן אריינגעפירט אין א פענסטערלאזע עלעגאנטע קאנפרענץ צימער אויסגעלייגט מיט זיצן אבער אן קיין שפור פון סיי וועלכע עסן און הוק האט אריינגערוימט פאר בערקאוויטש אין אויער "עס קוק נישט אויס אז מיר גייען באקומען נאכטמאל"

דער נידריג געוואקסענע סולטאן מיט א קורץ בערדל און א פאטשיילע ארום זיין קאפ האט זיי ווארעם באגריסט און קושנער האט געשטעלט פראגן איבער די ארטיגע היסטאריע און זיך נאכגעפרעגט איבער א רייע פערזענליכקייטן

אנדערש ווי די אנדערע פירער אינעם ראיאן וועלכע זענען לויט קושנער געווען אויפגעלייגט און אפילו עמאציאנאל איז דער סולטאן געווען רואיג און קיהל און קושנער איז געווען זייער באאיינדרוקט דערפון ספעציעל ווען יענער האט אים דערציילט איבער אן עפיזאד ווי אזוי עימיצער פון זיינע שכנים האט אים פרובירט אומצוברענגן אבער דאן איינפאך צוגעלייגט בדרך אגב אז ער האט זיך שפעטער פארגליכן מיט יענעם און געלייזט זייערע דיפערענצן און ער האלט נישט קיין שווערע געפילן אין הארץ איבער די אינצידענט

דאן האט מען אנגעהויבן דיסקוסירן די עלעפאנט אין צימער וועלכע איז די פאלעסטינע פראגע און דער סולטאן האט מער ווייניגער ווידערהאלט די זעלבע פערספעקטיוו וועלכע ער האט געהערט פון אלע אנדערע פירער אין מיטל מזרח לענדער אז די וויכטיגסטע עלעמענט אין וועג צו איזראעלי אראבישע פרידן איז צוטריט צו די על אקצא מעטשעט אויפן הר הבית

דער סולטאן איז גראדע געגאנגען ווייטער ווי אנדערע מיטל מזרח פירער צו באשולדיגן די אראבישע מידיא פארן פארשפרייטן וואס ער רופט א פאלשע נאראטיוו אז די איזראעליס זוכן צו פארניכטן די מאסק און דער סולטאן זאגט אז די מוסולמענישע געמיינדעס גלויבן דערין און מען דארף עס אדרעסירן

דער סולטאן האט אויסגעדרוקט סימפאטיע מיט די פאלעסטינע פירער אמכמוד אבאס זאגנדיג אז פארן יארן האבן אראבישע פירער גענוצט די קאנפליקט צווישן די פאלעסטינער און די איזראעליס צו פארקירעווען אויפמערקזאמקייט צו זייער אייגענע דאמעסטישע דרכפאלן און צו אויפטרייבן פאפולאריטעט און שטיצע צווישן די מאסן

ער האט אנערקענט אז אין די פארגאנגנהייט פלעגן אראבישע פירער לייגן דרוק אויף די פאלעסטינער זיך קעגנצושטעלן די איזראעליס און נישט פארראטן דאס פאלק און צו קושנער'ס איבערראשונג האט ער אפן מודה געווען אז די פובליק רופן זענען גאווען אין שארפן קאנטראסט צו וואס די זעלבע פירער פלעגן זאגן פריוואט וואו זיי זענען געווען פיל מער באקוועם אונטערצושטרייכן זייער שטעלונג אז די איזראעליס זענען א בענעפיט פאר די גאנצע ראיאן און פאראויסגעשאצט אז די היפאקריטיע גייט קומען צו אן ענדע און פארשריט וועט געמאכט ווערן בלויז ווען פירער זענען אויפריכטיג צו זאגן דאס וואס זיי זאגן אין פארמאכטע צימערן אויך ווען זיי אדרעסירן דעם פובליק

שפעטער אין די געשפרעך האט דער סולטאן יא צוגעשריבן טייל פון די שולד פון די סיטואציע צו אבאס פארן פארפעהלן אויפצוקומען מיט לעזונגען און פאר זיין ראלע צו אנהייצן נאכמער די קאנפליקט אויספירנדיג אז "מיר דארפן זיך טאקע לערנען פון היסטאריע אבער מיר קענען נישט לעבן אין היסטאריע" (צו בלייבן שטעקן צוליב אלטע הנחות נאר דארפן זיין גרייט פאר טויש אין קאנצעסיע)

קושנער איז געכאפט געווארן אין שאק פון די קאמענטארן און עס אנגענומען אלץ צייכן פון גרייטקייט מצד דעם סולטאן צו שטיצן די פרידן פלאן און אפילו אנקניפן באציאונגען מיט די איזראעליס

דער סולטאן האט זיך אויך עראינערט מיט זיינע מעמוארן פון א נאכטמאל וועלכע ער האט געהאט מיט ביבי און ווי ער האט געזעהן די געוואלדיגע געלעגנהייטן פאר אמאן און אירע שכנים צו קאלאבארירן מיט די איזראעליס

דערנאך האט קושנער פרעזענטירט זיין פלאן פארן סולטאן און אים געפרעגט אויב ער גלויבט אין אירע שאנסן

דער סולטאן האט רעאגירט זאגנדיג אז אויב מען הויבט נישט אן וועט מען זיכער נישט אנקומען אין ערגעץ און צוגעלייגט אז אבאס האט זיך זיינע באגרעניצונגען אבער זיין הארץ איז אין די ריכטיגע פלאץ און דאן האט א וואלקן באדעקט דעם סולטאן'ס געזיכט ווען ער האט אויסגעדרוקט באדויער אז די פאלעסטינער דארפן טראגן אויף זייערע פלייצעס די לאסט פון די מוסולמענישע וועלט

פאר מער פון צוויי שטונדן האט דער סולטאן פארציילט געשיכטעס און עפיזאדן און מיטגעטיילט פון זיין אייגנארטיגע פערספעקטיוו און קושנער שרייבט אז ער האט גענצליך פארגעסן פון זיין הונגער אבער זיינע באגלייטער זענען יא געווארן לאנגווייליג און מיד און בערקאוויטש און הוק האבן ממש געקעמפט צו האלטן זייערע אויגן אפן און קאנצעטרירט און זיך ארומגערוקט אויף זייערע זיצן זיך צו האלטן וואך


דריטע טייל קומט בעז"ה
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

Wow
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

וואס דא גייט נישט פאר...
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

קושנער קען דיר געהעריג רופן צו דין תורה, קיין געלט וועט ער שוין נישט מאכן פון אייוועלט ליינער.

א גרויסן דאנק פאר די געוואלדיגע ארבעט!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

ייש"כ ר' הבל עס איז מאסיוו
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קרעיזי.

וויאזוי פלאנירט דער בחור צו פארקויפן ביכער אויב ער גיסט אלעס אויס פאראויס?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קושנער באזוכט אמאן


-דריטע טייל-


ביי חצות הלילה האט דער סולטאן ענדליך געשלאסן די שמועס און געפרעגט אויב מען וויל עסן נאכטמאל און בלויז קושנער האט געענטפערט אז ער איז גרייט באמערקנדיג די אנטוישונג אויף די געזיכטער פון בערקאוויטש, הוק און גרינבלאט וועלכע האבן ביים איצטיגן פונקט בעפארצוגט א באגעגניש מיטן קישן און כאפן א דרימל איידער זיי דארפן אפרייזן צו זייער קומענדיגע סטאנציע אין באכרעין אום 8 אזייגער אינדערפרי

די סולטאן'ס שטאב האבן דאן געעפנט די טיהרן צו א הערליכע סאלאן מיט גיגאנטישע טויערן און אויסשניצונגען ווען אין צענטער שטייט א האנט געפארבטע מארבל טיש מיט דריי פלינקע קעלנער אונטער יעדע זיץ

אויפן טיש זענען געווען אויסגעלייגט זילבערנע געשיר און א רייכע אויסוואהל פון דרייסיג סארטן מעניוס אפגעטיילט אין קאטעגאריעס ווי פיש, זופ, און אזוי ווייטער

די אויסוואהלן זענען געווען געשריבן אין עלעגאנטע קאליגראפישע ענגלישע און אראבישע בוכשטאבן

קושנער האט ארויסגעקליבן איין סארט פון איטליכער קאטעגאריע ווא די שטייגער אין אמעריקא אבער בעפאר ער האט זיך געקענט געהעריג אריענטירן האט מען אים אראפגעשטעלט אויפן זיין פלאץ קאלטע אוואקאדא זופ נאכגעפאלגט מיט פארגליווערטע ציגן פלייש זופ און א טאמאטא זופ

ביי יעדע טעלער וואס איז געווארן סערווירט האט דער סולטאן גערן פארציילט איבער ווען און וואו ער איז אויפגעקומען מיט די רעצעפט און העפליך געפרעגט אויב קושנער וויל פארזוכן דערפון און קושנער וועלנדיג זיין ארנטליך האט עס אנגענומען און פארזוכט אביסל פון יעדן טעלער

נאך די זופן אויסשטעל האט מען ארייגעברענגט אזויפיל ווי 14 סארט איינגעמאכטס פון פישן און אינזעקטן, קריכעדיגע און פליעדיגע, און קושנער האט פרובירט איבערצוהיפן די נישט כשר'ע סארט, און אפילו פון די כשר'ע עסן אויך בלויז צוקייעט מינימאלע ביסן צו קענען דערהייבן אזא גרויסע אויסוואהל

ער האט מיט א זייטיגע בליק באמערקט אז מען האט נאכנישט דערגרייכט אפילו צו האלב פון די גראנדיעזע מאלצייט און דער סולטאן האט דערווייל פארגעזעצט מיטן פארציילן איבער אלץ און אלעם אינעם ראיאן

קושנער איז געווען אזוי קאנצעטרירט אויסצוהערן אז ער האט פארגעסן צו נעמען די פריש סערווירטע טעלערס און זיך ערשט געכאפט נאך וואס בערקאוויטש און הוק האבן געקוקט אויף אים מיט ריזיגע אויגן אלץ א מעסעדזש ווייל די קעלנער האבן נישט ווייטער סערווירט בעפאר די שמועס צווישן דער סולטאן מיט קושנער האט זיך אפגעשטעלט אין די צוויי אויף שפילקעס זענען געווען אויסן אונטערצואיילן די מאלצייט און זיך טרעפן אין זייערע געלעגערס

דער סולטאן האט פרובירט צו זיין אקוראט אין זיינע ערציילונגען און האט מערער מאהל געזוכט צו באשטעטיגן די דאטומען ווען זיי האבן פאסירט, "איז עס געווען אין 1942 למספרם ?"

"ניין, עס איז געווען אין 1943 למספרם" איז געקומען די אויפמערקונג

"איז דאס געווען אין 1973 למספרם?" האט דער סולטאן א צווייטע מאהל געפרעגט ווען מען האט אים אויסגעבעסערט אז עס איז געווען א יאר שפעטער

פאר לאנגע מאנאטן שפעטער האט זיך נאך די גרופע געוויצלט איבער דעם ווען הוק פלעגט האבן די ראלע פון פרעגן "איז עס געווען אין 1942 למספרם ?" און בערקאוויטש פלעגט אלץ ענטפערן "ניין, עס איז געווען אין 1943 למספרם"

נאך פיר שטונדן האט מען ענדליך געענדיגט די מאלצייט און די זייגער האט געקלאפט אויף פיר ווען דער סולטאן האט זיי ארויסבאגלייט און ביים טיהר געפרעגט פון קושנער אויב ער וויל כאפן א בליק אויף זיין אויטאמאבילן פלאטע

קושנער וועלכע האט שוין געהאט געהערט איבער די רייכע אוצר פון קארס וועלכע דער סולטאן באזיצט, פארמאגנדיג מער פון 300 אנטיק אויטאמאבילן האט נאטורליך געוואלט ענטפערן אז ער איז גרייט אבער אין די לעצטע סעקונדע באמערקט ווי בערקאוויטש שאקלט מיטן קאפ און העפליך אפגעזאגט די פארשלאג זאגנדיג אז עס קומט אויס בעסער עס איבערצוהיפן דאסמאל און אז ער קוקט פאראויס פאר אזא טור ביים קומענדיגן באזוך

ווי נאר די טיהרן פון זייער אויטאמאביל האט זיך פארמאכט האט קושנער זיך גערייצט מיט זיינע באגלייטער און מיט א שמייכל זיך אפגערעדט אז ער האט געוואלט זעהן די אויטאמאבילן פונעם סולטאן און די חברה זענען ארויס פון די געשיר

בערקאוויטש האט קאמענטירט: דאס איז געווען אכט לאנגווייליגע שטונדן פון לוקסוריעזע פייניגונג
מיר זענען נישט געשלאפן פאר דרייסיג שטונדן און מיר פליען קיין באכרעין אין ווינציגער ווי 4 שטונדן

קושנער האט סימפאטיזירט אבער זיך פארטיידיגט: מיר האבן דורכגערייזט האלב פון די וועלט זיך צו טרעפן מיט די סולטאן פון א לאנד און ער האט קלאר געהאט א פארגעניגן פון אונז און אויב ער וואלט אונז נישט געגליכן וואלט ער אונז נישט געהאלטן אזוי לאנג

קושנער שרייבט אז ער איז געווען וויליג אויפצוגעבן עטליכע שטונדן שלאף צו בויען א מער צוטרוי און פארשטארקן די שאנסן צו גרייכן עפעס א פרידן אפמאך און עס געזעהן אלץ א זעלטענע געלעגנהייט צו זיצן און פארברענען די נאכט שטונדן מיט די סולטאן פון אמאן

אין די ענדע איז עס ווירקליך געווען זיין לעצטע געלעגנהייט זינט דער סולטאן איז געשטארבן פון א קרענק אין יונואר פון 2020 למספרם


פערטע טייל קומט בעז"ה
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

די פארגליווערטע ציגן פלייש זופ איז אויך געווען כשר?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קושנער באזוכט אמאן


-פערטע אין לעצטע טייל-


קושנער שרייבט אז אויפן פליגער קיין באכרעין האט ער איבערגעטראכט איבער אלעס וואס ער האט געהערט פונעם סולטאן אין איין פראגע איז אים איבערגעלאפן אין קאפ איינמאל און נאכמאל "פארוואס די פאלעסטינער דארפן טראגן אויף זייערע פלייצעס די לאסט פון די מוסולמענישע וועלט" און קושנער האט זיך געפרעגט "ווער האט געשטעלט מאכמוד אבאס און זיין קליקע פון אומקאמפעטענטע פארהאנדלער צו רעפרעזענטירן די גאנצע אראבישע וועלט איבער די אישו פון די על אקצא מעטשעט

קושנער שרייבט אז די באזוך ביים סולטאן האט אים נאכמער איבערצייגט אז די צוגאנג צו די פאלעסטינע פראגע דארף ווערן דראסטיש געטוישט פון דאס וואס האט דיקטירט סטעיט דעפארטמענט פאליסי פאר צענדליגע יארן און דזשאן קערי האט אין זיין צייט פארשפראכן אז מען וועט קיינמאל נישט אויסהאמערן אן אפמאך מיט די אראבישע לענדער סיידן עס איז טייל פון אן אפמאך מיט די פאלעסטינער

קושנער איז געקומען צום אנערקענונג נאכן רעדן מיט מאכטפולע אראבישע פירער אז זייער הויפט פריאריטעט איז די ווירטשאפט ביים על אקצא מעטשעט און דאס איז אנדערש ווי די אנגענומענע ווערסיע אז זיי קימערן זיך עכט איבער די גענויע גרעניצן פון א פאלעסטינע לאנד און אז די צוויי טעמעס זענען איין גרויסע טשולענט

קושנער שרייבט אז לויט זיין אויסקוק דארף מען יא פרובירן דוקא זיך צו קאנצעטרירן צו ערשט אויף די על אקצא אישו און זיך אויסגלייכן מיט די אראבישע לענדער און דאס קען עווענטועל לייגן דרוק אויף אבאס און עפענען א וועג צו לעזן די ברייטערע פאלעסטינע גרעניצן און לאנד פראגן

ער האט געהאלטן אז אויב זאלן די איזראעליס איינגיין צו פארזיכערן לייכטע צוטריט פאר מוסולמענער צום מעטשעט און אויב זאלן די לענדער עפענען זייערע לופט רוימען איינע פאר די אנדערע און ערמעגליכן פאר הונדערטער מיליאנען מוסולמענער צו פרעפלען ביים מעטשעט וועט עס נאטורליך שטופן אלע זייטן זיך בעסער צו פארשטענדיגן

ער האט אבער פארשטאנען אז ער קען נישט גענצליך איגנארירן די לאנד גרעניצן פראגע אפילו אויף דערווייל און אז מען מוז דעמאנסטרירן אז מען איז פארפליכטעט עווענטועל צו אן אפמאך אויך אויף יענעם פראנט

קושנער איז געווארן מער און מער ענטוזיאסטיש איבער זיין וויזיע און אין די צייט וואס דער פליגער האט זיך דערנענטערט צו באכרעין האט ער זיך צוגעבויגן צו יונתן גרינבלאט און אים געבעטן צו מאכן צוויי טוישונגען צו די געשריבענע פלאן

איינס איז געווען דאס אפשיילן די על אקצא אישו פון די ברייטערע פארהאנדלונגען איבער לאנד גרעניצן און עס פארוואנדלען אין די צענטער פראגע פון נארמאליזאציע אפמאכן צווישן די איזראעליס און די מוסולמענישע וועלט

צווייטנס אז די פלאן פאר לאנד גרעניצן זאל רופן אויסצוהאמערן די פונקטליכע ליניעס צווישן ירושלים און די מערב ברעג אין א קלוגע וועג באזירט אויף די מאדערנע רעאליטעט און נישט אויף די יו ען רעזאלוציע

אויב זאל אבאס אפווארפן די פארשלאג וועלן אראבישע פירער קומען קלארער צום אנערקענונג אז די פאלעסטינער אונטערמינעווען זייער אייגענע אינטערעסן אין א צייט ווען עס שטייגט די געמיינזאמע אינטערעסן צווישן די איזראעליס און די אראבישע וועלט שרייבט קושנער
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

הבל, האסט דעליווערט דא א מאסיווע ארבעט מיט דעם קושנער בוך! באמת א גרויסן ישר כח!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הר גריזים האט געשריבן:
הבל, האסט דעליווערט דא א מאסיווע ארבעט מיט דעם קושנער בוך! באמת א גרויסן ישר כח!
א דאנק פאר דיין און יעדן'ס פעדבעק!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הר גריזים האט געשריבן:
הבל, האסט דעליווערט דא א מאסיווע ארבעט מיט דעם קושנער בוך! באמת א גרויסן ישר כח!
אנריעל
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דעם נעקסטן חול המועד וויל איך זעהן ביכער אין די געשעפטן געשריבן דורך "הכל הבל".

האסטו געהערט אזוינס? שרייבן זאלסטו שרייבן!
תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכלית הידיעה שלא נדע »

יישר כח הבל ;l;p- ;l;p- ;l;p-
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס
אוועטאר
יאסינדא
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 29, 2022 11:21 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסינדא »

טענקס הבל
;l;p- ;l;p- ;l;p-

לי עוועניא: פארלירען איז קיין אפציע.
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
דעם נעקסטן חול המועד וויל איך זעהן ביכער אין די געשעפטן געשריבן דורך "הכל הבל".

האסטו געהערט אזוינס? שרייבן זאלסטו שרייבן!
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין זיין בוך פארציילט פאול מענעפארט איבער די טעלעפאן געשפרעך וועלכע ער האט געהאט מיט טראמפ נאכן ערהאלטן די פרעזידענטליכע פארדאן

טראמפ האט אנגעהויבן מיטן זאגן אז די פארדאן איז עפעס וואס ער האט אים שוין געוואלט גיבן א לאנגע צייט צוריק און מענעפארט שרייבט אז ער האט זיך צוריקגעהאלטן פון פרעגן פון טראמפ פארוואס טאקע עס האט זיך אזוי לאנג געשלעפט

מענעפארט שרייבט אז ער האט געהלאטן אז ער פארדינט א פארדאן און זיינע קאלעגן אין טורמע האבן אויך נישט געקענט פארשטיין פארוואס עס שלעפט זיך אזוי לאנג

ער שרייבט אז ביים ענדע פונעם שמועס איז טראמפ געווארן זייער עמאציאנאל און נאכאנאנד אים באצייכנט אלץ אן עכטע מאן מיט כאראקטער און ארויסגעברענגט אז אסאך אנדערע וואלטן זיך געבראכן אונטער דרוק
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הבל דו ביסט די בעסטע סטארי טעלער.
איך ווייס נישט וואס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ניו יארק טיימס פיטער בעיקער און ניו יארקער קאלומניסט סוזען גלעזער גרייטן זיך צו ערשיינען מיט א בוך איבער טראמפ "דער צוטיילער"

די בוך וועט אויפדעקן אז פארזיצער פון די דזשוינט טשיעפס אוו סטעף מארק מילי אז נאכן ווערן פאטאגראפירט מארשירן אין באגלייטונג פונעם פרעזידענט אויף לאפאיעט סקווער האט ער געהאט צוגעגרייט א דרעפט רעזיגנאציע בריוול אין וועלכע ער שרייבט אז צוליב טראמפ'ס פאליטיזירן די מיליטער און זיין אנערקענונג אז ער וועט נישט זיין פעאיג עס צו טוישן מוז ער אפטרעטן און גיבן א געלעגנהייט פאר א צווייטן וואס קען עס יא באווייזן

עווענטועל האט ער באשלאסן נישט צו רעזיגנירן און פרובירן אפהאלטן דעם פרעזידענט פון שאפן מער שאדנס און די בריוו איז קיינמאל נישט אנגעקומען צו טראמפ

מילי האט אויך געזאגט פאר זיינע געהילפן אז ער איז גרייט צו ווערן ארעסטירט און זיצן אין טורמע אבער ער איז אנטשלאסן צו קעמפן אקעגן טראמפ פון אינווייניג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א נייער האט געשריבן:
הבל דו ביסט די בעסטע סטארי טעלער.
א דאנק פאר די קאמפלימענט!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הכל הבל האט געשריבן:
ניו יארק טיימס פיטער בעיקער און סוזען גלעזער גרייטן זיך צו ערשיינען מיט א בוך איבער טראמפ "דער צוטיילער"

די בוך וועט אויפדעקן אז פארזיצער פון די דזשוינט טשיעפס אוו סטעף מארק מילי אז נאכן ווערן פאטאגראפירט מארשירן אין באגלייטונג פונעם פרעזידענט אויף לאפאיעט סקווער האט ער געהאט צוגעגרייט א דרעפט רעזיגנאציע בריוול אין וועלכע ער שרייבט אז צוליב טראמפ'ס פאליטיזירן די מיליטער און זיין אנערקענונג אז ער וועט נישט זיין פעאיג עס צו טוישן מוז ער אפטרעטן און גיבן א געלעגנהייט פאר א צווייטן וואס קען עס יא באווייזן

עווענטועל האט ער באשלאסן נישט צו רעזיגנירן און פרובירן אפהאלטן דעם פרעזידענט פון שאפן מער שאדנס און די בריוו איז קיינמאל נישט אנגעקומען צו טראמפ

מילי האט אויך געזאגט פאר זיינע געהילפן אז ער איז גרייט צו ווערן ארעסטירט און זיצן אין טורמע אבער ער איז אנטשלאסן צו קעמפן אקעגן טראמפ פון אינווייניג
ענד ’פייט פראם וויטאין’ הי דיד.

הבל בי קעירפול, יו אר אוטדאואינג אונזער בעסטער שרייבער ה”ה














הכל הבל
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

@הכל, דו ביסט מאסיוו מאסיוו, איך האב מיך אזוי באלעקט די פינגער מיט די קושנער בוך, אזוי געשמאק און ציענד אראפגעלייגט, באמת א יש’’כ.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די בעיקער-גלעזער בוך גייט פארציילן אז טראמפ האט געפרעגט דאן שטאב הויפט דזשאן קעלי פארוואס זיינע גענעראלן קענען נישט זיין אזוי לאיאל ווי די דייטשע גענעראלן זענען געווען צו זייער פירער

קעלי איז געפרעגט געווארן איבער די עפיזאד און עס באשטעטיגט
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

@הבל אויב ס'מעגליך מאך אן עקסטערע אשכול פאר די קושנער בוך, אויב די האסט נישט קיין נעווען וועל איך עס טוהן פאר דיר... פארשטענדליך מיט דיין רשות.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”