בלאט 1 פון 26

פאליטישע ביכער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 9:58 am
דורך הכל הבל
ברוכים הבאים

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 9:59 am
דורך הכל הבל
דזשאן באלטאן גרייט זיך ארויסצוקומען מיט זיין בוך אום יוני 23 למספרם און פלאנט א מידיא בליץ צו שאפן מאמענטום אין די טעג בעפאר

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 9:59 am
דורך הכל הבל
לויטן פלאן וועט ער פובליצירן די בוך אפילו אויב די ווייסע הויז באשטעטיגט עס נישט און פארטיגט נישט איבער קלאסיפיקאציע איבערזיכט

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 9:59 am
דורך הכל הבל
די בוך גייט אנטהאלטן 592 זייטן

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 10:01 am
דורך הכל הבל
א שרייבער פלאנט ארויסצוקומען מיט א בוך פארדאנגעיט אקעגן די קלינטאן'ס

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 10:03 am
דורך הכל הבל
יענער זוכט ארויסצוברענגן אז דורכאויס זיינע יארן אלץ פרעזידענט האט קלינטאן געשאנקן די ווייניגסטע פארדאן'ס און קלעמענסיס אין פארגלייך צו אנדערע פרעזידענטן אין לאנגע יארן און ווען זיין פרוי האט זיך אנגעהויבן גרייטן צו לויפן צום סענאט איז די פאליסי געטוישט געווארן און פילע פריינט האבן אנגעהויבן צו הערן איבער פארשפרעכונגען פון פארדאנ'ס פאר זייערע נאנטע

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 10:15 am
דורך טאטע זיי מיר מוחל
הכל הבל האט געשריבן:א שרייבער פלאנט ארויסצוקומען מיט א בוך פארדאנגעיט אקעגן די קלינטאן'ס

עפעס וועגן אידישע פארדאנס?

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 11:35 am
דורך הכל הבל
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א שרייבער פלאנט ארויסצוקומען מיט א בוך פארדאנגעיט אקעגן די קלינטאן'ס

עפעס וועגן אידישע פארדאנס?

מען וועט דארפן אויסווארטן די בוך זאל ערשיינען

ער ברענגט ארויס אז פילע פון די פארדאנס זענען ניטאמאל פארמאל פארלאנגט געווארן

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 1:54 pm
דורך הכל הבל
הכל הבל האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א שרייבער פלאנט ארויסצוקומען מיט א בוך פארדאנגעיט אקעגן די קלינטאן'ס

עפעס וועגן אידישע פארדאנס?

מען וועט דארפן אויסווארטן די בוך זאל ערשיינען

ער ברענגט ארויס אז פילע פון די פארדאנס זענען ניטאמאל פארמאל פארלאנגט געווארן

וועט ערשיינען אום יוני 30 למספרם

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2020 4:39 pm
דורך הכל הבל
לויט א פרישע בוך פון מערי דזשארדען האט די טאכטער פון פרעזידענט טראמפ געוואלט טוישן די נאמען פון איר שטיף מוטער פון " ערשטע פרויס אפיס" צו "ערשטע פאמיליע אפיס" אבער איר מוטער האט בלאקירט אויף דערווייל דעם טויש

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 10:11 am
דורך הכל הבל
א פרישע בוך איבער טראמפ איז אונטערוועגנס און דאסמאל קומען די פיילן פון די אייגענע פאמיליע

מערי טראמפ איז א ניכטע פונעם פרעזידענט (א טאכטער פון זיין ברודער פרעד) און גייט פובליצירן א בוך אין וועלכע זי דעקט אויף אז זי איז געשטאנען אונטער די נעגאטיווע שטייער אינפארמאציע אויפדעקונגען דורך די ניו יארק טיימס

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 10:12 am
דורך הכל הבל
די בוך אונטערן נאמען " צופיל און קיינמאל גענוג" שילדערט ווי אזוי לויט איר האט איר פאמיליע פראדוצירט די וועלט'ס מערסט שעדליכע מאן

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 10:13 am
דורך הכל הבל
זי האט געגעבן פארן טיימס צוטריט צו טראמפ שטייער דאקומענטן וועלכע האבן געצייגט אז דער פרעזידענט האט געהאט צייטן פון ערנסטע פארלוסטן וועלכע מען האט נישט געוואוסט בעפאר

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 10:18 am
דורך הכל הבל
זי פארציילט צווישן אנדערן איבער די באציאונגען צווישן דעם פרעזידענט און זיין פאטער (פרעד סיניאר) און דעם פרעזידענט'ס ברודער פרעד דזשוניאר (איר פארשטארבענע פאטער)
זי שרייבט ווי אזוי טראמפ האט זיך אפגעשאקלט פון זיין פאטער ווען ער האט אנגעהויבן ארויסקומען מיט אלצהיימערס און זיך נישט געקימערט מיט זיין וואוילזיין

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 10:21 am
דורך הכל הבל
זי האט אינאיינעם מיט איר ברודער געהאט אריינגעטראגן א לאוסוט א צייט צוריק אקעגן דאנאלד טראמפ און זיין פאמיליע איבער א צוואה געפעכט אין די פארמעגן פונעם זיידן פרעד סיניאר

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 10:22 am
דורך הכל הבל
זי האט דארט אויך אן נעגאטיווע אינטערוויו מיט דעם פרעזידענט'ס שוועסטער וועלכע האט אנגעבליך געלאזט פאלן אומגינסטיגע קאמענטארן איבערן פרעזידענט אבער ביז היינט בלויז פריוואט צוליב איר סטאטוס אלץ א רעטייערטע ריכטערין וועלכע זוכט נישט צו נעמען פובליק שטעלונגען אין פאליטיק

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 1:20 pm
דורך צל עובר
איך מיין אז טראמפ איז גראדע אין גוטע באציאונגען מיט זיין שוועסטער.

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 5:19 pm
דורך יש ברירה
די טראמפ אדמיניסטראציע האט איינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע אפצושטעלן דאס פובליצירן פון די באלטאן בוך.

די בוך דארף ארויסצוקומען קומענדיגע דינסטאג.

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 5:22 pm
דורך וואס טוט זיך
זי איז זשעלאס אז דער וואס זי האט אייביג אנגעקוקט ווי די "קוקו פעטער".. און געזוכט צו שטייען ווייט פון אים, איז פלוצלונג געווארן די מאכטפולסטע מענטש אויפן וועלט...

#קנאה..

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 5:40 pm
דורך יש ברירה
יש ברירה האט געשריבן:די טראמפ אדמיניסטראציע האט איינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע אפצושטעלן דאס פובליצירן פון די באלטאן בוך.

די בוך דארף ארויסצוקומען קומענדיגע דינסטאג.

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2020 5:45 pm
דורך יש בו
הכל הבל האט געשריבן:זי האט געגעבן פארן טיימס צוטריט צו טראמפ שטייער דאקומענטן וועלכע האבן געצייגט אז דער פרעזידענט האט געהאט צייטן פון ערנסטע פארלוסטן וועלכע מען האט נישט געוואוסט בעפאר


הכל הבל האט געשריבן:ערנסטע פארלוסטן


יא יא, טעל מי אבאוט איט......

מסתמא האט קושנער ערלעדיגט די רעסיטס...

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מיטוואך יוני 17, 2020 10:56 am
דורך יש ברירה
אסאך קאפיס פון באלטאן'ס בוך זענען שוין ארויסגעשיקט געווארן פאר רעפארטער, הגם זיי מעגן נישט רעדן פון די אינהאלט ביז קומענדיגע דינסטאג, ווען די בוך ווערט אפציעל אוועליבעל

דא איז סטיווען קאלבער מיטן גע'אסר'טן בוך...

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מיטוואך יוני 17, 2020 3:28 pm
דורך יש ברירה
די גרויסע צייטונגען האבן יעצט אלע ארויסגעלייגט ארטיקלען מיט אויסצוגן פונעם בוך...

איינס
photo_2020-06-17_15-27-11.jpg
photo_2020-06-17_15-27-11.jpg (31.12 KiB) געזען 5994 מאל

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מיטוואך יוני 17, 2020 3:41 pm
דורך יש ברירה
טראמפ האט געבעטן די פרעזידענט פון כינע אז טשיינע זאל קויפן מער אגריקאלטשער אים צו העלפן געווינען די עלעקשין...

מערק די אונטערגעצייכנטע איבער די צענזור..

Re: פאליטישע ביכער

געשריבן: מיטוואך יוני 17, 2020 3:50 pm
דורך באקסער בוים
הרב יש, כ׳האף האסטער איינגעהאנדעלט א בוך, און קומענדיגע וואך (ווען די ונהפוך הוא קאמפיין קומט צו א ענדע) העסטו געבן דא א לאנגס און א ברייטס איבער דעם בוך..