פאליטישע ביכער

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 03, 2022 12:52 pm

קושנער שילדערט די דראמא אין ווייסן הויז זומער 2020 למספרם ווען עס איז אנגעקומען די דעדליין ווען ביבי האט געזאלט אנעקסירן טיילן פון די מערב ברעג

די אדמיניסטראציע האט באמת נישט געוואוסט ביז די לעצטע מינוט וואס גענוי ביבי פלאנט צו טוהן און האבן געציטערט אז אויב זאל ער פאראויסגיין מיט זיין פלאן וועט עס צושטערן אלע זייערע פארזוכן צו נארמאלאזירן די איזראעלי באציאונגען מיט לענדער אינעם מיטל מזרח

ער שרייבט אז יענעם נאכמיטאג האבן זיי צום ערשטן מאל געהערט דירעקט פון א פירנדע פיגור אינערהאלב די עמיראטן וועלכע האט פארהאנדלט איבער אויסגלעטן באציאונגען אז אויב זאל ביבי אפווייכן פון זיין פלאן וועלן זיי איינגיין אויף פולשטענדיג געהעריגע באציאונגען

ביי איין פונקט האבן אמבאסאדאר דוד פריעדמאן און קושנער געהילף אבי בערקאוויטש קלארגעשטעלט פאר ביבי אז אויב זאל ער פאראויסגיין מיטן פלאן איז טראמפ גרייט ארויסצוקומען אין פובליק אקעגן די אנעקסירונג

א ווארענונג איז אויך ארויס אז אויב גייט ביבי פאראויס מיט זיינע פלענער וועט אמעריקא זיך מעגליך נישט אקעגנשטעלן א יו ען רעזאלוציע צו פארדאמען די איזראעליס און אפילו געסטראשעט אז וואשינגטאן וועט מעגליך נישט גרייט זיין צו בלאקירן אינטערנאציאנאלע סאנקציעס אקעגן די איזראעליס וועלכע קענען נאכפאלגן אזא יו ען פארדאמונג

אין די ענדע האט זיך ביבי געבראכן און ווי קושנער שרייבט פארשטאנען אז עס וועט זיין צו קאסטבאר און אנערקענט אז נייע באציאונגען מיט א רייע מיטל מזרח לענדער קענען אים מער בענעפיטירן

קושנער שרייבט אבער אז אפילו ווען עס איז געקומען אויסצוהאמערן די אפמאכן מיט די לענדער איז ביבי אויך געווען היבש שטומפיג און געהאלטן אין איין אפשטופן דאס נעמען ערנסטע טריט פאראויס און נישט גלאט קאאפערירט מיט די פארהאנדלונגען געפירט דורך די ווייסע הויז וועלכע האבן נישט אריינגענומען די איזראעלי באאמטע אין בילד

קושנער שרייבט אז ער איז געווען אז ער האט ממש נישט געגלויבט וואס ער הערט ווען ביבי האט אים געזאגט ווען מען האט געהאלטן גאר נאנט צו אן אפמאך מיט די עמיראטן אז ער רעזערווירט זיך די רעכט צוריקצוציען פונעם פלאן אנעקסירונג פאלן אויב וואשינגטאן דעליווערט נישט אפמאכן מיט כאטש דריי מיטל מזרח לענדער

קושנער שרייבט אז די פלאן פאר רואיגקייט אין מיטל מזרח האט קיינמאל נישט געזאלט זיין פארבונדן און געהאלטן אלץ משכון אונטער די ווארענוג פון אנעקסאציע אבער ביבי האט באשלאסן עס צו נוצן אלץ שטעקן און לויט קושנער איז עס געקומען נאך וואס דוד פריעדמאן האט אויף די אייגענע האנט פארזיכערט פאר ביבי אז טראמפ וועט שטיצן זיינע אנעקסירונג פלענער (עפעס וואס פריעדמאן לייקנט)

קושנער שרייבט אז ווען דער דער אמבאסאדאר צו די עמיראטן האט אים צום ערשטן מאהל אויסגעדרוקט גרייטקייט זיך פאראויסצורוקן מיט א פלאן פאר נארמאלע באציאונגען מיט די איזראעליס האט ער געמוזט באהאלטן זיין איבערראשונג אונטער א גלייכגילטיגע געזיכט אבער זיינע געדאנקן האבן זיך ווילד געדרייט

שפעטער האט יענער קלארגעשטעלט אז זיין לאנד בעפארצוגט צו פירן די געשפרעכן מיט וואשינגטאן ווי איידער מיט די איזראעליס דירעקט

קושנער פארציילט אויך איבער די פארהאנדלונגען מיט באכרעין וועלכע איז געווען די צווייטע לאנד צו נארמאליזירן די באציאונגען און שרייבט איבער זיין ערשטע רייזע אהין וואו מען האט געדאוונט צום ערשטן מאהל אין צענגדליגע יארן אין אן ארטיגע היסטארישע שוהל

קושנער האט אין אכט גענומען אז די שוהל פארמאגט נישט א האנד געשריבענע ספר תורה און באלד פארארדנט צו לאזן שרייבן איינס און אצינד געפונט זיך עס שוין אין די שוהל וועלכע מען האט זינט דאן רענאווירט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוגוסט 03, 2022 1:01 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 03, 2022 12:56 pm

אויב די ליינער אדער הנהלה האלטן אז עס איז דא סיי וועלכע פראבלעם מיט די באריכטן זאל מען ביטע לאזן וויסן

אויב איז דא א פראבלעם מיט א קלייניגקייט וועל איך עס גערן פארמעקן אויב איז עס א גאנצע באשרייבונג וועל איך עס אויך מעביר זיין

א דאנק אלע פאר די פידבעק אויף סיי וועלכע וועג!

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוגוסט 03, 2022 1:15 pm

איך האב שטארק הנאה פון אלע באריכטן. יישר כח פאר אפשרייבן און מהנה זיין דעם ציבור.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 03, 2022 5:06 pm

ווען ביבי האט באזוכט אין ווייסן הויז אין די צייט וואס מען האט אפגעצייכנט די נארמאליזאציע מיט מיטל מזרח לענדער האט ער פארגעשטעלט פאר די פרעסע די טראמפ ווייסע הויז שליסל וואס ער האט באקומען אלץ געשאנק פון טראמפ

קושנער שרייבט איצט מער איבער די טראמפ שליסל און פארציילט אז טראמפ זעלבסט האט עס געלאזט מאכן צו קענען שענקן פאר אייגנארטיגע געסט און ביבי איז נישט געווען דער איינציגסטער עס צו באקומען

קושנער שרייבט אז ווען טראמפ האט געזאגט פאר ביבי אז מיט אט די שליסל וועט ער אלעמאל קענען אריינקומען אין ווייסן הויז אפילו נאך ווען טראמפ איז מער נישט פרעזידענט האט ער (קושנער) און אבי בערקאוויטש זיך געדארפט איינהאלטן נישט אויסצושיסן אין געלעכטער

ער שרייבט אז טראץ וואס זיי האבן שוין געהערט די זעלבע פון טראמפ בעפאר אין אנדערע געלעגנהייטן האט טראמפ'ס מער ערנסטע מינע דאסמאל, אינאיינעם מיט ביבי'ס שיינענדע געזיכט זיי געמאכט שמייכלען

מינוטן שפעטער האט ביבי געפרעגט טראמפ אויב ער מעג עס ווייזן (פאר די פרעסע) און טראמפ האט געזאגט אז עס וואלט אים געווען א פארגעניגן

יענע טאג איז אויך דארט געווען דער אויסערן מיניסטער פון באכרעין און טראמפ האט דערמאנט אז זיין שענסטע זייגער וואס ער האט סיי ווען באקומען איז פונעם עמיר פון באכרעין וואס אויסער וואס עס איז הערליך ארבעט עס שוין פאר 25 יאר אנדערש ווי טייל אלטע זייגערס וועלכע הויבן אן אונטערצוהונקן א שטייגער ווי דזשאו ביידען

אוועטאר
האלצשטיין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך אוגוסט 03, 2022 5:10 pm

א ריזיגן יישר כח הבל פאר דיינע זאפטיגע באריכטן, ס'דערמאנט פון די רעפטלעך קאקאש קעיק.

מיין מיינונג איז אז מ'זאל נישט עפענען א באזונדערע אשכול וויבאלד ס'איז אין לדבר סוף מיט ביכער וואס קומען ארויס.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 03, 2022 5:16 pm

האלצשטיין האט געשריבן:א ריזיגן יישר כח הבל פאר דיינע זאפטיגע באריכטן, ס'דערמאנט פון די רעפטלעך קאקאש קעיק.

מיין מיינונג איז אז מ'זאל נישט עפענען א באזונדערע אשכול וויבאלד ס'איז אין לדבר סוף מיט ביכער וואס קומען ארויס.

א דאנק פאר די שיינע פידבעק!

אוועטאר
פוילער
שר האלפיים
תגובות: 2329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך פוילער » מיטוואך אוגוסט 03, 2022 8:06 pm

שכח הבל!

איך בין זייער נייגעריג אויב דא גייט קומען א פובליק ריס צווישן טראמפ און קושנער
טראמפ 2024!

בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך בעל מדרגה » מיטוואך אוגוסט 03, 2022 11:30 pm

א גרויסע יישר כח הבל. זייער שיין באשריבן.

כ’האף אז קושנער גייט דיר נישט רופן אין געריכט, אז די האלטסט אפ מענטשן פון קויפן זיין בוך מיט דיין באריכטן...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו baalmadraige@gmail.com.

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך אוגוסט 03, 2022 11:39 pm

הבל מ׳האמיר גאר שטארק הנאה מיט די שטיקלעך דא פון דעם בוך, קיפ איט קאמינג..

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 10:15 am

א גוט מארגן און א דאנק פאר אלע שיינע פידבעק וועלכע מוטיגט אנצוגיין!

א פרישע טאג מיט פרישע ווארע

קושנער דעקט אויף אז דער געוועזענע טראמפ שטאב הויפט דזשאן קעלי האט אונטערגעהערט אלע טעלעפאנישע געשפרעכן פון טראמפ אן זיין וויסן ביז זיין (קעלי'ס) לעצטע טאג אין אפיס

מען איז ערשט געוואויר געווארן דערפון ווען זיין נאכפאלגער מיק מולוועיני האט איבערגענומען זיין אמט און האט עס געלאזט ווייסן פאר טראמפ דורכאויס א נאכטמאל אין די רעזידענץ פון מייק פענס אום דעצעמבער 28 2018 למספרם

קושנער איז דאן געווען אנוועזנד און בעפאר מען איז אהיימגעגאנגען האט מולוועיני דיסקוסירט מיט טראמפ און קושנער די ווייטערדיגע סקעדזשועל און מיטאמאל ארויסגעצויגן א דאקומענט וועלכע טראמפ זאל אונטערשרייבן

די דאקומענט האט דערקלערט אן ענדע צו די איינפיר פון אונטערהערן דיינע טעלעפאן געשפרעכן האט מולוועיני קלארגעשטעלט

דער פרעזידענט איז געווען שאקירט און געפרעגט: קעלי האט געטוהן וואס?!
שטעל דאס אפ זאפארט!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:10 am

סטיווען שווארצמאן איז דער הויפט עקזעקוטיוו פון די בלעקסטאון פירמע און האט לויט ווי קושנער פארציילט געשפילט א גאר ערנסטע ראלע צו העלפן צוזאמברענגן טראמפ מיט קאנאדא'ס טרודא און באשטעטיגן USMCA צווישן אמעריקא, קאנאדא און מעקסיקא

שווארצמאן איז אריינגעקומען אין באלד ארום א מאנאט נאך וואס וואשינגטאן האט זיך פארשטעדיגט מיט מעקסיקא אבער געשפרעכן מיט קאנאדא זענען נאך געווען פארהאנקערט אויף די פראגע אויב אמעריקאנע פארמער און מילך פראדוצירער זאלן באקומען צוטריט צו קאנאדא'ס מארקעט

קושנער האט געוואוסט אז שווארצמאן פלאנט זיך צו טרעפן פאר אנדערע אורזאכן מיט טרודא ווען ער וועט זיין ביי די יו ען גענעראל אסעמבלי געשפרעכן און אים געבעטן אז מדי דברו בו זאל ער קלארשטעלן פאר טרודא אז זיינע פארהאנדלער גרייטן זיך אנצוזעצן א 600 ביליאן דאלער האנדל אפמאך צוליב אביסל פוטער

ער האט געזאגט פאר שווארצמאן אז קאנאדא'ס אויסערן מיניסטאר קריסטיא פרילאנד איז דער שטיינדל אין וועג און אז זיי שפילן הינדל מין אומריכטיגן מענטש ווייל טראמפ איז גרייט צו באשטעטיגן אן אפמאך מיט מעקסיקא און ארויפשטעלן טאריפס אויף קאנאדא און ער גייט נישט אנטוישן די מילכיגע פארמער פאר וועם ער האט פארשפראכן צו קעמפן

עטליכע שטונדן דערויף האט שווארצמאן געקלונגען קושנער און באשטעטיגט אז ער האט איבערגעגעבן די מעסעדזש און טרודא האט עס פארשטאנען און פארארדנט זיין פארהאנדלונג גרופע אקעגנצוקומען אמעריקא מיט אן ענדגילטיגן פארשלאג

קושנער שרייבט אז מעקסיקא'ס פרעזידענט האט אויך גערעדט יענע צייט מיט טרודא און אים קלארגעשטעלט אז ער וועט אונטערשרייבן אן אפמאך מיט וואשינגטאן אפילו אויב קאנאדא בלייבט אינדרויסן

שרייבנדיג איבער מעקסיקא פארציילט קושנער אז דער פארהאנדלער וועלכע האט רעפרעזענטירט דעם אריינקומענדן פרעזידענט ערוויילט אבראדאר האט געמאכט איינע פון די ערגסטע פארהאנדלונג גרייזן וואס ער האט סיי ווען מיטגעהאלטן

עס איז געווען אין די אפיס פון אמעריקא'ס האנדלס רעפרעזענטאט ווען קושנער האט פארגעשטעלט די אמעריקאנע פארשלאג איער ביז ווען די אפמאך לאז לויפן און א דאטום ווען לענדער זאלן האבן די רעכט צו פארלאנגען טוישונגען אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס צו זייער בענעפיט

מעקסיקא און קאנאדא האבן עס נישט געוואלט האבן צוליב וואס עס וועט שאפן אן אומזיכערקייט ביי אינוועסטירער אבער טראמפ האט געהאלטן אז עס וועט אנטמוטיגן פירמעס זיך אריבערצוציען צו אנדערע לענדער

קושנער האט שוין געהאט דיסקוסירט בעפאר מיטן פארהאנדלער פונעם אמטירנדן מעקסיקא פרעזידענט איבער א צייט פלאן פון 16 יאר איידער די אפמאך זאל אויסלויפן און דארפן צוקומען צו פרישע באשטעטיגונג און ער האט נאך געדארפט איבערצייגן די צוויי לענדער עס פאקטיש צו אקצעפטירן אבער ווען ער האט אנגעהויבן פארשטעלן זיין פלאן האט אים דער פארהאנדלער צום נייעם פרעזידענט ערוויילט איבערגעריסן און פארגעשלאגן אז די אפמאך זאל גאר לויפן פאר 12 יאר וואס איז פאקטיש געווען א פיל בעסערע פארשלאג (פאר וואשינגטאן) ווי דאס וואס קושנער האט זיך אפילו דערוואגט צו פארלאנגען

קושנער האט זיך דאן פארשטענדיגט מיטן פארהאנדלער צום אמטירנדער פרעזידענט און ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען זיך צו האלטן צום 16 יעריגן פלאן אבער אפצושוינען די כבוד פונעם נייעם פארהאנדלער האבן זיי באשלאסן אז מען וועט עס ווידעראמאל באהאנדלען און דאסמאהל וועט דער אלטער פארהאנדלער פארלאנגען אן 18 יעריגן אפמאך און מען וועט שפילן ווי מען קריגט זיך אויס צווישן 12, 16 און 18 און עווענטועל וועט מען לאנדן ביי 16 וואס וועט זיין ערגעץ צווישן דאס וואס אלט מעקסיקא און ניי מעקסיקא ווילן

קושנער זאגט אז נאך וואס די מעקסיקאנע דעלעגאציע האט פארלאזט רעפרעזענטאט לייטהייזער'ס אפיס האבן זיך זיינע אויגן צוזאמגעטראפן מיט לייטהייזער'ס און די צויי האבן זיך אנגעקוקט פאר א מינוט און דאן אויסגעשאסן אין געלעכטער

לייטהייזער האט זיך דאן אנגערופן: קיינער ווערט נישט קלוגער דורכ'ן רעדן

קושנער שרייבט אז יענע אינצידענט האט דעמאנסטרירט די ערשטע כלל פון פארהאנדלען: אלעמאל לאז די אנדערע זייט רעדן ערשט

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:13 am

אלע סודות זאגט ער אויס.
איך ווייס נישט וואס

אה''ו
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2022 1:29 am

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך אה''ו » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:21 am

@הכל, איי לאוו איט, א ריזיגן ייש”כ.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:27 am

אייער פארגעניגן איז מיין פארגעניגן!

אוועטאר
ר' זעקל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8601
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:39 am

מאסיוו!!! הבל לאז נאר וויסן ווען ביזט פארטיג מיט דעם בוך וועט מען עס קענען צוזאמשטעלן אלע באריכטן אויף א PDF.

אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך באבע מעשה » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:48 am

מעכטיג הבל! קיפ איט אפ!
אויב איך בין איך ווייל די ביסט די, און די ביסט די ווייל איך בין איך. דעמאלטס בין איך נישט איך און די נישט די!

אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך באבע מעשה » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:49 am

הכל הבל האט געשריבן:א גוט מארגן און א דאנק פאר אלע שיינע פידבעק וועלכע מוטיגט אנצוגיין!

א פרישע טאג מיט פרישע ווארע

קושנער דעקט אויף אז דער געוועזענע טראמפ שטאב הויפט דזשאן קעלי האט אונטערגעהערט אלע טעלעפאנישע געשפרעכן פון טראמפ אן זיין וויסן ביז זיין (קעלי'ס) לעצטע טאג אין אפיס



איינער ווייסט? דאס איז לעגאל? קען דזשאן קעלי ווערן אנגעקלאגט פארדעם?
אויב איך בין איך ווייל די ביסט די, און די ביסט די ווייל איך בין איך. דעמאלטס בין איך נישט איך און די נישט די!

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך גיכער » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:55 am

זייער זייער אינטערעסאנט!! ענדליך הערט מען שוין עפעס תכלית פון די געלונגענע אדמיניסטראטיע און נאכדערצי זון זאפטיג אראפגעלייגט ווי נאר הבל קען!
ביטע אנהאלטן

ישראל משה
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 7:56 am

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך ישראל משה » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 12:23 pm

הכל הבל האט געשריבן:
ישראל משה האט געשריבן:מען קען עפענען א נייע אשכול מיט א פארזעצונג פון קושנערס בוך אויף אידיש

שוין געקלערט וועגן עפענן א באזונדערע אשכול אוון צוזאמברענגן אלעס פון די קושנער מעמואר לפונדק אחד אבער דערווייל רינט נאך די קראן

זאל מען פאראויסגיין מיט א פרישע אשכול?

עכט שטערט מיך נישט ווייטער צו באריכטן דא אבער אויב וועט זיין א פארלאנג וועט מען זיך רעכענען דערמיט

ישר כח פאר די אפדעיטס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 1:23 pm

אקעי, א שטיקל איבעררייס פון די קושנער בוך צוריק צו די מענעפארט בוך

פאול מענעפארט שילדערט ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען די וויצע פרעזידענט סעלעקציע און באאיינפלוסט טראמפ אויסצוקלויבן מייק פענס

לויט מענעפארט האט ער זיך פארשטענדיגט מיט קריסטי נאך אין די פריימערי און באשלאסן צו איבערצייגן מייק פענס אז פאר זיינע צוקונפטיגע שאנסן זאל ער זיך האלטן שטיל און נישט אינדארסירן טעד קרוז

טראץ וואס פענס איז ארגינעל איינגעגאנגען דערויף ווען די דריי האבן זיך געטראפן אין אינדיאנא איז ער אבער שפעטער געקומען אונטער גאר שטארקע דרוק פון קרוז און צוליב וואס ער איז געווען אנגעוויזן אויף די קרוז שטיצער באזע און אויך אויף קאמפיין פאנדינג שטיצע צו פארזיכערן אז ער געווינט ווידערערוויילונג אלץ גאווערנאר (אויב זאל אים טראמפ נישט אויסקלויבן) האט ער באשלאסן יא פאראויסצוגיין מיט א א קרוז אינדארסירונג

יענע פרימארגן איז פענס ארויף אויף די ראדיו פראגראם אין אינדיאנאפאליס און פארברענגט 5 מינוט גאר שטארק אויסצולויבן טראמפ און ארומגערעדט איבער אלע פראבלעמען און לייזונגען איבער וועלכע ער און טראמפ זענען איינשטימיג אבער דאן האט געלאנדעט זיין אינדארסירונג פאר טעד קרוז

טראמפ איז דאן געווען צוזאמען מיט מענעפארט און ביידע האבן גלייך פארשטאנען דאס וואס טראמפ האט זיך אנגערופן: אז (די ערשטע מינוטן פונעם אויפטריט) זענען געווען די בעסטע "נישט אינדארסירונג" וואס טראמפ האט נאר אמאל באקומען אבער טראמפ האט דערנאך געפרעגט וויפיל די מעלדונג גייט העלפן פאר קרוז

מענעפארט האט רעאגירט: "גארנישט" און ערקלערט אז: באזירט אויף אלעס וואס ער זעהט איז שוין איצט צו שפעט אז דאס זאל ארויסהעלפן קרוז

לויט מענעפארט האבן די ווערטער בארואיגט טראמפ וועלכע האט זיך גענומען זיין צייט אפצושאצן וואס האט נארווס פאסירט און זיך פאסמאקעוועט מיט די "צודרייטע" סארט אינדארסירונג פון צואווארפן אן אפיציעלע אינדארסירונג פאר קרוז בלויז נאכן שטארק אויסרימען טראמפ און טראמפ האט עס שטארק געגליכן און עס האט לויט מענעפארט עווענטועל בייגעשטייערט צו די שאנסן פון פענס צו ווערן אויסגעקליבן

לויט מענעפארט האט טראמפ און זיין מארקעטינג קאמפיין שטאב צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון 20 נעמען פון וועלכע אויסצוקלויבן א וויצע פרעזידענט קאנדידאט און פענס האט ניטאמאל פיגורירט דארט אבער מיט די צייט איז די ליסטע געשרינקען צו דריי נעמען: קריס קריסטי, ניוט גינגריטש און מייק פענס וועמנעס נאמען מענעפארט האט שפעטער אריינגערוקט אין די ליסטע

לויט מענעפארט איז קריסטי'ס גרעסטע פראבלעם געווען זיינע רדיפות אויף די קושנער'ס און טראמפ האט דאן באשלאסן איבערצופארן קיין אינדיאנא אין באגלייטונג פון זיין זוהן עריק צו כאפן א בליק אויף פענס

די פלאן האט געלויטעט אז אין די קומענדיגע טאג וועט טראמפ רייזן קיין ניו יארק זיך צו טרעפן מיט ניוט גינגריטש אבער למעשה האט טראמפ פליגער געהאט טעכנישע פראבלעמען ארויסצופליען פון אינדיאנא און איז געבליבן אין אינדיאפאליס אויף יענע טאג און

גינגריטש האט געהאט א סקעדזשועל קאנפליקט וועלכע האט אים נישט ערלויבט זיך צו טרעפן מיט טראמפ א טאג שפעטער ווי געפלאנט און ער האט דעריבער פארגעשלאגן אריבערצופליען פון ניו יארק צו אינדיאנא זיך צו טרעפן מיט טראמפ און טראמפ איז געווען זייער צופרידן זיך איינצושפארן א רייזע און אז גינגריטש קומט צו אים

די אויפנאמע פון פענס איז אריבער זייער געמיטליך און די פרישטאג אינעם גאווערנאר'ס פאלאץ איז געווען זייער באיינדרוקנד און שיין אהערגעשטעלט

טראמפ האט דאן שוין מער ווייניגער אפגעמאכט זיין מיינונג אז פענס גייט זיין זיין מיטלויפער אבער ערהאט זיך נאך געטראפן מיט גינגריטש און אים געזאגט אז: סיי אויב ער וועט אים נעמען אדער נישט וועט ער (גיגנריטש) בכל אופן פארבלייבן אלץ טייל פון זיינע קיך מעבל און זיין מיר מיר יעדן טאג ווייל איך דארף דיר האבן

די קומענדיגע פרימארגן האט טראמפ אליינס באשלאסן ארויסצושיקן א מעסעדזש אז ער האט אויסגעקליבן מייק פענס אלץ זיין מיטלויפער

מענעפארט באצייכנט די וועג ווי אזוי טראמפ האט עס געמאלדן אלץ: נישט די סטאנדארד מעטאד אבער אויך נישט די סטאנדארד נאמיני פאר פרעזידענט און טראמפ האט געמאלדן זיין באשלוס אזוי ווי אסאך אנדערע אויף זיין אייגענע וועג

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך פרינדזשעס.. » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 2:01 pm

ר' זעקל האט געשריבן:מאסיוו!!! הבל לאז נאר וויסן ווען ביזט פארטיג מיט דעם בוך וועט מען עס קענען צוזאמשטעלן אלע באריכטן אויף א PDF.

;l;p-
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 10:16 am

געוועזענע טראמפ ראטגעבער פיטער נאווארא געפרעגט געווארן וואס ער זאגט צו קושנער'ס אויפדעקונג אז ער איז אריבער א פראצעדור צוריק אין 2019 למספרם צוליב א שעדליכע געוואוקס ל"ע

נאווארא: די גאנצע געשיכטע איז פלוצילנג ארויסגעוואקסן, איך האב אים געזעהן יעדן טאג און נישט געזעהן סיי וועלכע צייכן פון ווייטאג אדער געפאר אדער סיי וואס
איך מיין אז עס איז איינפאך אויפצוטרייבן סימפאטיע צו פרובירן פארקויפן זיין נייע בוך

נאווארא באצייכנט קושנער ווי אן איין מאן שפילער וועמען'ס איינציגסטע קוואליפיקאציע איז געווען אז ער איז טראמפ'ס איידעם

נאווארא איז שוין אן אלטער קושנער פיינט און ער האט שוין אראפגעריסן קושנער אין זיין (נאווארא'ס) בוך וואו ער קריטיקירט אים פארן ארקעסטרירן א פראגראם אונטער וועלכע מען האט אימפארטירט פערזענליכע באשיצונג עקוויפמענט פון אויסלאנד צו אמעריקאנע שפיטאל סופלייער און נאווארא האט געהאלטן אז עס גייט אויפן חשבון פון אמעריקאנע מאניופעקטשורער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוגוסט 07, 2022 11:14 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין זיין נייע בוך וועלכע דזשעראד קושנער גרייט זיך צו פובליצירן פארציילט ער אז דאן שטאב הויפט דזשאן קעלי ארויסגעשטורעמט פון א צימער נאך אן אנגעצויגענע זיצונג און פרוי
קושנער איז פונקט פארביי געגאנגען אין קארידאר און נישט וואוסנדיג איבער די שטימונג ביי די זיצונג האט זי העפליך באגריסט קעלי

קעלי איז נערוועז געווארן און איר ווילד געשטופט אין א זייט מאכנדיג ווייטער זיין וועג

לויט די באשולדיגונג האט קעלי שפעטער איבערגעבעטן פרוי קושנער און זי האט עס אקצעפטירט

קעלי לייקנט די עפיזאד

די בוך וועט אויך פארציילן איבער די אנגעצויגענע באציאונגען צווישן קושנער און בענאן

ביי איין פאל האט בענאן געסטראשעט דזשעראד אז ער גייט אים צוברעכן אויף העלפט

קושנער שרייבט אז בענאן איז דער וועלכע האט אין זייט צייט אנגעווירטשאפט די מערסטע פראבלעמען אין וואשינגטאן ווי סיי ווער

ער האט געליעקט און פארשפרייט ליגנס

ער האט מיר אריינגעשלעפט אין די רוסלאנד אויספארשונג בלאטע אבער אצינד ווען ער איז פארוויקלט אין פראבלעמען האט איך געשפורט פאר ריכטיג אים צו העלפן

קושנער שרייבט אז ווען בענאן איז געווארן פארוויקלט אין זיינע פראבלעמען צוליב די פאנד צו בויען די וואנט האט ער רעקאמענדירט צו זיין שווער צו פארדאנירן בענאן

טראמפ האט רעאגירט: דו ביזט ערנסט?! דו ביזט אין שטיצע פון אזא זאך?!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 1:11 pm

קושנער שילדערט זיין ערשטע רייזע צו אמאן אין זיין מיסיע איינצופעדימען באציאונגען צווישן די איזראעליס מיט א רייע אראבישע לענדער


ערשטע טייל




אום פעברואר 23 האט ער זיך ארויסגעלאזט אין באגלייטונג פון אבי בערקאוויטש,יונתן גרינבלאט און ברייען הוק

נאכן לאנדן האבן זיי זיך געלאזט אין ריכטונג פון אן האטעל וואו זיי האבן געזאלט אויסווארטן אויף ווייטערדיגע אינפארמאציע און אנווייזונגען ווען אריבערצוקומען אויף א נאכטמאל צום פאלאץ פונעם סולטאן

אינעם לאבי פון די האטעל האט קושנער געטראפן ניו יארק טיימס קאלומניסט טאמאס פריעדמאן וועלכע איז פונקט דארט געווען צו גיבן א רעדע און ווען די גרופע האט זיך צוזאמגעזעצט איבער א קאווע טרונק האט יענער געזאגט פאר קושנער אז ער פאלגט נאך פון די נאנט זיין מיסיע און איז צופרידן צו הערן אז מען פרובירט א נייע צוגאנג צו די פארהאנדלונגען

פריעדמאן האט אויסגעלויבט די צוגאנג פון זיין אליאירט שטאלץ מיט די איזראעליס איבער געמיינזאמע פאליסי אין קאנטראסט צו די פריערדיגע אדמיניסטראציעס וועלכע פלעגן פארהאנדלען ווי נייטראלע פארמיטלער

ער האט ערקלערט אז די נייע צוגאנג וועט העלפן בויען די צוטרוי וועלכע די איזראעליס וועלן האבן אין די אמעריקאנע פלענער

פריעדמאן האט געזאגט פאר קושנער אז זיין ערשטע פארשרפיט ווען עס קומט די מיטל מזרל ראיאן לויטעט אז: דו באקומסט גרויסע טויש ווען די גרויסע שפילער טוען די ריכטיגע זאכן פאר די אומריכטיגע אורזאכן

ער האט קלארגעשטעלט אז אויב די טראמפ אדמיניסטראציע פלאנט נישט פארצושלאגן א פאלעסטינער שטאט וועלן די פארזוכן אלעמאל זיין פרוכטלאז

קושנער זאגט אז טראץ וואס ער האט ערנסט אויסגעהערט פריעדמאן'ס לעקציע איז ער אבער געווען גענוג פארזיכטיג נישט צו צייגן זיינע קארטלעך פאר א דזשורנאליסט און בלויז געזאגט אז מען ארבעט נאך אצינד אויף די אישוס און מען פרובירט צו קאפיטאליזירן אויף די שטארקע פארבינדונגען מיט די איזראעליס


צווייטע טייל וועט נאפאלגן בעז"ה

אוועטאר
enjoy
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פאליטישע ביכער

תגובהדורך enjoy » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 1:20 pm

ש'כח @הבל פאר טאג בוך.
געב א שמייכל.. געב א געב א שמייכל..... געב שמייכל give a smile.....
געב א שמייכל.. געב א געב א שמייכל..... be the reason someone smiles......


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”