"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אדיר איום » מאנטאג מאי 25, 2020 11:22 pm

ויתן לך האט געשריבן:קען איינער ברענגען א ליסט פון אלע קהילות המשתתפים
איך וויל זעהן אויב מיין קהילה איז אויך דא...

סאטמאר מהר״א
סאטמאר מהרי״י
פאפא
סלאנים
וויזניץ ב״פ
סקווירא
ועוד

Haklal
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך Haklal » מאנטאג מאי 25, 2020 11:27 pm

ויתן לך האט געשריבן:קען איינער ברענגען א ליסט פון אלע קהילות המשתתפים
איך וויל זעהן אויב מיין קהילה איז אויך דא...

איך האב אויך נישט געזעהן מיין קהילה דא :oops:

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג מאי 25, 2020 11:29 pm

Haklal האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:קען איינער ברענגען א ליסט פון אלע קהילות המשתתפים
איך וויל זעהן אויב מיין קהילה איז אויך דא...

איך האב אויך נישט געזעהן מיין קהילה דא :oops:

כח היחיד איז נאך אן אפשען.
כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא (סנהדרין, פרק י', משנה א')
עולם הבא באקומען אלע אידן, אבער עולם הזה האבן נאר ערליכע אידן!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך Haklal » מאנטאג מאי 25, 2020 11:30 pm

מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
למען ידעו האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטלעך וואס דאס דער אויפטו פון חתונה מאכן אזוי ווי בעת קורונא, וויפיל איך ווייס, סיי קראנט מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי אויך געהערט פון אנדערע, האבן די פאר קליינע זאלן וואס האבן געמאכט חתונה׳ס אינטער דיקע פירהענג, געריטן אויף די צעמישטע פארלוירענע מחותנים, און געריסן מער געלט פאר קארגע פערציג קאפל ווי חתונה זאלן פאר הינדרעט פופציג קאפל און פרידנס צייטן.

ווי אויך ווייס איך פון א חתונה זאל און איינע פון די היימישע שטעט וואס רעכענט יעצט גאנצע צעהן טויזענט דאללער דזשאסט פאר די זאל אן עסן, פאר די איינע סיבה אז ער איז די איינציגסטע זאל און זיין געגענט אפן

מ'גייט מסתמא אויסארבעטן אז ס'זאל נישט קאסטן אזויפיל געלט.

און הלואי גייט מען מער נישט לאזן די קאזינס קומען צו די חתונה. כ'מיין, מ'גייט מער נישט לאזן צווינגען די קאזינס פון אנדערע שטעט צו קומען אויף 6 שעה.


דאס איז די הויפט נקודה. נישטא כמעט קיינער וואס איז צופרידען אז מ' דארף זיך שלעפן צו א חתונה. סך הכל דרייט מען ריזיגע הוצאות אז די טינעידזשערס חתן כלה זאלען זיין צופרידען פאר א נאכט.
ווען מ'טראכט אריין פאר א מינוט וואס דא גייט פאר איז עס ממש א הימל געשריי.


ווי אזוי העלפט דעס פאר די עלטערן פיינענשעלי?

למען ידעו
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 6:31 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך למען ידעו » מאנטאג מאי 25, 2020 11:33 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
למען ידעו האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטלעך וואס דאס דער אויפטו פון חתונה מאכן אזוי ווי בעת קורונא, וויפיל איך ווייס, סיי קראנט מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי אויך געהערט פון אנדערע, האבן די פאר קליינע זאלן וואס האבן געמאכט חתונה׳ס אינטער דיקע פירהענג, געריטן אויף די צעמישטע פארלוירענע מחותנים, און געריסן מער געלט פאר קארגע פערציג קאפל ווי חתונה זאלן פאר הינדרעט פופציג קאפל און פרידנס צייטן.

ווי אויך ווייס איך פון א חתונה זאל און איינע פון די היימישע שטעט וואס רעכענט יעצט גאנצע צעהן טויזענט דאללער דזשאסט פאר די זאל אן עסן, פאר די איינע סיבה אז ער איז די איינציגסטע זאל און זיין געגענט אפן

מ'גייט מסתמא אויסארבעטן אז ס'זאל נישט קאסטן אזויפיל געלט.

און הלואי גייט מען מער נישט לאזן די קאזינס קומען צו די חתונה. כ'מיין, מ'גייט מער נישט לאזן צווינגען די קאזינס פון אנדערע שטעט צו קומען אויף 6 שעה.

קאזענס קומען קאסט נישט קיין געלט

אויב מיינסטו די סעודה, דאס איז שוין איינגעפירט זינט פרדס זאלן זענען אפן אז חתן כלה קומען אריין שפעסטענס ניין צוואנציג, וואס מיינט אז די פלייש ווערט סערווירט ארום אכט פינף און פערציג וואס דאן זענען רוב קאזינס נאכנישט דארט.

אגב, די אויבנדערמאנטע חתונות זענען געווען ווי ערווענט קארגע פינף אין דרייסיג, פערציג קאפל, און געקאסט קרוב צו זיבן טויזענט דאללער, אן גארנישט אריינגערעכנט אויסער די זאל און סעודה אן קאזינס, וואס דאס איז זייער זייער טייער פאר איינעם וואס מאכט חתונה און פרדס געווענליך

שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך שרייב-פעדער » מאנטאג מאי 25, 2020 11:48 pm

איך וויל נישט ח"ו אוועקמאכן קיין שום התעוררות אין דעם הינזיכט, אבער צו האט שוין איינער געזעהן תקנות וואס ארבעטן אויף למעשה? דו טארסט נישט דעס, דו מעגסט נאר דעס, איז דא איינער וואס פאלגט?
לענ"ד איז די איינציגסטע זאך וואס האט מצליח געווען, איז א שטייגער ווי פרדס פיגא אין וומ"ס, כינור דוד אין קר"י, און מסתמא כרם מנחם אין ב"פ, צושטעלן די מינימום פאר ביליג, ווער ס'וויל שפארן האט א ברירה צו מאכן אויף א נארמאלן שטייגער פאר ביליג.
אויב ווילן הונדערט מענטשן דוקא נישט חתונה מאכן אין פרדס פיגא, זעה איך נישט וואס די קהלה, רבי, עסקנים קענען טוהן דאס צו טוישן.
ממילא אויב וויל מען מאכן חתונות נאך ביליגער פון דעם, אויב ס'איז בכלל שייך, קען מען בסך הכל "מעודד" זיין צו חתונה מאכן אין א בר מצוה זאל, און זיכער מאכן אז די זאל רוקט נישט ארויף די פרייז לכבוד דעם וואס ס'איז א חתונה, אבער חוץ מזה זעה איך נישט וואס מ'פלאנט דא אויפצוטוהן.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

פרייליכען
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך פרייליכען » דינסטאג מאי 26, 2020 12:12 am

קהילת המשתתפים:
סאטמאר קר"י
סאטמאר וויליאמסבורג
באבוב
באבוב 45
סקווירא
פאפא
בעלז
גור
ויזניץ מאנסי
ויזניץ ב"ב
ויזניץ וויליאמסבורג
ויזניץ ב"פ
ויזניץ מרכז
סטיטשין
טאהש
צעהלים
קארלין סטאלין
ראחמיסטריווקא
סלאנים
צאנז קלויזענבורג
צאנז
באיאן
אמונת ישראל

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך שטיגליץ » דינסטאג מאי 26, 2020 2:15 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:איך וויל נישט ח"ו אוועקמאכן קיין שום התעוררות אין דעם הינזיכט, אבער צו האט שוין איינער געזעהן תקנות וואס ארבעטן אויף למעשה? דו טארסט נישט דעס, דו מעגסט נאר דעס, איז דא איינער וואס פאלגט?
לענ"ד איז די איינציגסטע זאך וואס האט מצליח געווען, איז א שטייגער ווי פרדס פיגא אין וומ"ס, כינור דוד אין קר"י, און מסתמא כרם מנחם אין ב"פ, צושטעלן די מינימום פאר ביליג, ווער ס'וויל שפארן האט א ברירה צו מאכן אויף א נארמאלן שטייגער פאר ביליג.
אויב ווילן הונדערט מענטשן דוקא נישט חתונה מאכן אין פרדס פיגא, זעה איך נישט וואס די קהלה, רבי, עסקנים קענען טוהן דאס צו טוישן.
ממילא אויב וויל מען מאכן חתונות נאך ביליגער פון דעם, אויב ס'איז בכלל שייך, קען מען בסך הכל "מעודד" זיין צו חתונה מאכן אין א בר מצוה זאל, און זיכער מאכן אז די זאל רוקט נישט ארויף די פרייז לכבוד דעם וואס ס'איז א חתונה, אבער חוץ מזה זעה איך נישט וואס מ'פלאנט דא אויפצוטוהן.


אטא דאס איז די פראבלעם, די היינטיגע אזויגערופענע "נארמאלע" שטייגער קאסט אפ ממון ודמים אויפן ביליגסטן אופן וואס פילע קענען נישט ערלויבן, מאכט מען אן אסיפה נישט צו נידערן די קאסטן פון נארמאל נאר צו נידערן די סטאנדארט פון נארמאל.

שטעל זיך פאר א נארמאלע פרישטאג באשטייט פון א גרויסע סטעיק פער יעדע נפש אין די משפחה, נארמאל קאסט עס 20 דאללער אין געשעפט פער שטיקל, די קהילה קען עס סובסידירן מיט די הילף פון נדבנים און מיט א שטארקע בייאינג פאוער אז די סופלייער זאל עס קענען געבן פאר 15 דאללער, וואס טוט אבער איינער וואס האט א שטוב מיט 6 קינדער, ער נויטיגט זיך אין 8 סטעיקלעך, ער האט אבער בלויז 50 דאללער אין באנק, סטייטש ער זאל נישט עסן קיין פרישטאג? מען מוז דאך! קויפט ער די ביליגע "תקנות סטעיקס" און ער בלייבט מיט א לאך פון 70 דאללער מיינוס.

קומען עסקנים און נידערן דעם סטאנדארט אז פרישטאג קען רואיגערהייט באשטיין פון טונא, מען באקומט די נויטיגע פראטין פון דעם פונקט אזוי, עטליכע קענס קאסט איהם 10 דאללער, און ער בלייבט מיט א ריוח פון 40 טאלער.

האלטסט אז די משל איז סטופיד?
אקעי!
איז משוגע צו טראכטן אפילו פון סטעיקס פאר פרישטאג?
קען זיין!

אבער עס איז פונקט אזוי משוגע צו מאכן א פריצישע באל אין א פאלאץ ווען מען קען ניטאמאל ז ערלויבן א וואלק אין קלאזעט.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מאי 26, 2020 2:21 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:איך וויל נישט ח"ו אוועקמאכן קיין שום התעוררות אין דעם הינזיכט, אבער צו האט שוין איינער געזעהן תקנות וואס ארבעטן אויף למעשה? דו טארסט נישט דעס, דו מעגסט נאר דעס, איז דא איינער וואס פאלגט?
.

יעדער וויל פאלגן, נאר מ'מוז דאך שפילן אלס גביר... ווילאנג ער מוז עס נישט פאלגן, וועט ער עס נישט אננעמען, וויל באמת איז ער דאך יא דער עושר...

די איינציגסטע זאך וואס וועט זיכער העלפן, איז אויב די רבנים וועלן אראפשטעלן א פוס, מ'קען נישט מאכן א באווארפן אין בית המדרש אויב די חתונה איז נישט לויט די תקנות. אדער אז דער רבי/רב וועט נישט זיין מסדר קידושין נאר אויב די חתונה איז לויט די תקנות. דעמאלטס וועט אפי' דער פאלשער עושר האבן א תירוץ אז ער מוז מאכן מיט תקנות.

ווילאנג די תקנות ווערן נישט שטרענג אינפארסירט, קען מען פארגעסן פון תקנות. ביליגע זאלן זענען א טיילווייזע סעלוציע, נישט קיין פולקאמע.
איך זוך א דזשאב

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך דייקן » דינסטאג מאי 26, 2020 4:03 am

שטיגליץ האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:איך וויל נישט ח"ו אוועקמאכן קיין שום התעוררות אין דעם הינזיכט, אבער צו האט שוין איינער געזעהן תקנות וואס ארבעטן אויף למעשה? דו טארסט נישט דעס, דו מעגסט נאר דעס, איז דא איינער וואס פאלגט?
לענ"ד איז די איינציגסטע זאך וואס האט מצליח געווען, איז א שטייגער ווי פרדס פיגא אין וומ"ס, כינור דוד אין קר"י, און מסתמא כרם מנחם אין ב"פ, צושטעלן די מינימום פאר ביליג, ווער ס'וויל שפארן האט א ברירה צו מאכן אויף א נארמאלן שטייגער פאר ביליג.
אויב ווילן הונדערט מענטשן דוקא נישט חתונה מאכן אין פרדס פיגא, זעה איך נישט וואס די קהלה, רבי, עסקנים קענען טוהן דאס צו טוישן.
ממילא אויב וויל מען מאכן חתונות נאך ביליגער פון דעם, אויב ס'איז בכלל שייך, קען מען בסך הכל "מעודד" זיין צו חתונה מאכן אין א בר מצוה זאל, און זיכער מאכן אז די זאל רוקט נישט ארויף די פרייז לכבוד דעם וואס ס'איז א חתונה, אבער חוץ מזה זעה איך נישט וואס מ'פלאנט דא אויפצוטוהן.


אטא דאס איז די פראבלעם, די היינטיגע אזויגערופענע "נארמאלע" שטייגער קאסט אפ ממון ודמים אויפן ביליגסטן אופן וואס פילע קענען נישט ערלויבן, מאכט מען אן אסיפה נישט צו נידערן די קאסטן פון נארמאל נאר צו נידערן די סטאנדארט פון נארמאל.

שטעל זיך פאר א נארמאלע פרישטאג באשטייט פון א גרויסע סטעיק פער יעדע נפש אין די משפחה, נארמאל קאסט עס 20 דאללער אין געשעפט פער שטיקל, די קהילה קען עס סובסידירן מיט די הילף פון נדבנים און מיט א שטארקע בייאינג פאוער אז די סופלייער זאל עס קענען געבן פאר 15 דאללער, וואס טוט אבער איינער וואס האט א שטוב מיט 6 קינדער, ער נויטיגט זיך אין 8 סטעיקלעך, ער האט אבער בלויז 50 דאללער אין באנק, סטייטש ער זאל נישט עסן קיין פרישטאג? מען מוז דאך! קויפט ער די ביליגע "תקנות סטעיקס" און ער בלייבט מיט א לאך פון 70 דאללער מיינוס.

קומען עסקנים און נידערן דעם סטאנדארט אז פרישטאג קען רואיגערהייט באשטיין פון טונא, מען באקומט די נויטיגע פראטין פון דעם פונקט אזוי, עטליכע קענס קאסט איהם 10 דאללער, און ער בלייבט מיט א ריוח פון 40 טאלער.

האלטסט אז די משל איז סטופיד?
אקעי!
איז משוגע צו טראכטן אפילו פון סטעיקס פאר פרישטאג?
קען זיין!

אבער עס איז פונקט אזוי משוגע צו מאכן א פריצישע באל אין א פאלאץ ווען מען קען ניטאמאל ז ערלויבן א וואלק אין קלאזעט.


;l;p- זייער ריכטיגע ווערטער, אט האט איר וואס איך האב געשריבען עטליכע וואכען צוריק לגבי די נייע תקנות פון גור, וז"ל: די אלע וואס האבען טענות אז עס איז צו שארף דארפען פארשטיין אז רוב פון די היינטיגע מנהגים און עקספענסעס פון א חתונה זענען נאר ווייל מען דארף זיין "נארמאל", און די חתן און כלה וועלען שפירען שלעכט אז נאר זייערע חתונה איז געווען אזוי ביליג און "יאנטשי" [פארשטייטס מיר נישט שלעכט, דאס איז באמת זייער א גוטע טענה, נאר אסאך מאל איז דא פארקערטע סיבות וואס דארפען גובר זיין אויף די טענה, ווי למשל אז די עלטערען זאלען נישט דארפען אריינפאלען אין חובות], אבער איינמאל אין א געוויסע קהילה וועט ווערען נארמאל צו מאכען א פשוטע חתונה וועט דאס ווערען די נורם, און עס וועט קיינער נישט שטערען, אויך נישט די חתן און כלה.

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג מאי 26, 2020 6:43 am

ער' דייקן: זייער גוט און מדויק ארויסגעברענגט
:smile:

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9004
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג מאי 26, 2020 6:49 am

mosha g האט געשריבן:קוקט אויס ווי א גאר שטארקע צוזאמענארבעט פון אלע קהילות.

1.
איז דאס בלויז איבער די חתונה נאכט אדער אויך אויף אלעס ארום?

2.
האט עס עפעס מיט די כח היחיד קאמפיין?

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג מאי 26, 2020 7:35 am

.
צוגעלייגטע
2.jpg
2.jpg (152.63 KiB) געזעהן 1589 מאל
1 (1).jpg
1 (1).jpg (150.14 KiB) געזעהן 1589 מאל

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך בסד » דינסטאג מאי 26, 2020 7:37 am

קיינער האט נאכנישט געברענגט קיין ווארט וואס ביי די מיטונג איז געווען. אבער 2 בלעטער טענה'רייען און טענות איז שוין דא. און עטליכע האבן שוין אפילו אפגעפרעגט די גאנצע מיטונג.
האקט.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מאי 26, 2020 8:00 am

וועלכע זאל איז די אסיפה פארגעקומען?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 26, 2020 8:18 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:איך וויל נישט ח"ו אוועקמאכן קיין שום התעוררות אין דעם הינזיכט, אבער צו האט שוין איינער געזעהן תקנות וואס ארבעטן אויף למעשה? דו טארסט נישט דעס, דו מעגסט נאר דעס, איז דא איינער וואס פאלגט?
לענ"ד איז די איינציגסטע זאך וואס האט מצליח געווען, איז א שטייגער ווי פרדס פיגא אין וומ"ס, כינור דוד אין קר"י, און מסתמא כרם מנחם אין ב"פ, צושטעלן די מינימום פאר ביליג, ווער ס'וויל שפארן האט א ברירה צו מאכן אויף א נארמאלן שטייגער פאר ביליג.
אויב ווילן הונדערט מענטשן דוקא נישט חתונה מאכן אין פרדס פיגא, זעה איך נישט וואס די קהלה, רבי, עסקנים קענען טוהן דאס צו טוישן.
ממילא אויב וויל מען מאכן חתונות נאך ביליגער פון דעם, אויב ס'איז בכלל שייך, קען מען בסך הכל "מעודד" זיין צו חתונה מאכן אין א בר מצוה זאל, און זיכער מאכן אז די זאל רוקט נישט ארויף די פרייז לכבוד דעם וואס ס'איז א חתונה, אבער חוץ מזה זעה איך נישט וואס מ'פלאנט דא אויפצוטוהן.

אזויווי רוב זאלן געהערן פאר קהילות /מוסדות, איז דא א פשוט'ע עצה וואס מ'קען טון. מ'צעטיילט די זאלן אויף העלפט און מ'מאכט צוויי קליינע חתונות א נאכט. ויואל משה גייט בויען א וואנט אינדערמיט אזוי אויך תפארת מרדכי, עטרת חי', אימפעריעל, עטרת אברהם, עטרת חי' שרה, בית רחל פאראדייס, ווילחאוויץ א.א.וו. ס'וועט פשוט כמעט נישט זיין קיין זאלן ווי צו מאכן גרויסע חתונות וועט מען זיך אויטאמאטיש צושטעלן.
צושטעלן אפאר נייע ביליגע זאלן איז נישט קיין ישועה. די קהילות דארפן טון צו דער זאך וכנ"ל וועט עס מצליח זיין, אז נישט איז עס דאמירן בעלמא

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך א גולם » דינסטאג מאי 26, 2020 9:55 am

lebediger berel האט געשריבן:וועלכע זאל איז די אסיפה פארגעקומען?


פרדס משה/יואל מלפנים בית רחל (העיווערד סט.)

אוועטאר
אלטער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5250
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אלטער » דינסטאג מאי 26, 2020 10:14 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:איך וויל נישט ח"ו אוועקמאכן קיין שום התעוררות אין דעם הינזיכט, אבער צו האט שוין איינער געזעהן תקנות וואס ארבעטן אויף למעשה? דו טארסט נישט דעס, דו מעגסט נאר דעס, איז דא איינער וואס פאלגט?
.

יעדער וויל פאלגן, נאר מ'מוז דאך שפילן אלס גביר... ווילאנג ער מוז עס נישט פאלגן, וועט ער עס נישט אננעמען, וויל באמת איז ער דאך יא דער עושר...

די איינציגסטע זאך וואס וועט זיכער העלפן, איז אויב די רבנים וועלן אראפשטעלן א פוס, מ'קען נישט מאכן א באווארפן אין בית המדרש אויב די חתונה איז נישט לויט די תקנות. אדער אז דער רבי/רב וועט נישט זיין מסדר קידושין נאר אויב די חתונה איז לויט די תקנות. דעמאלטס וועט אפי' דער פאלשער עושר האבן א תירוץ אז ער מוז מאכן מיט תקנות.

ווילאנג די תקנות ווערן נישט שטרענג אינפארסירט, קען מען פארגעסן פון תקנות. ביליגע זאלן זענען א טיילווייזע סעלוציע, נישט קיין פולקאמע.

די פראבלעם קומט אבער אייביג צוריק אז דער רייכער איז דער וואס האלט און איין שטאפן מיט געלט... און ווען ער מאכט חתונה גייט ער ווייטער מאכן לויט זיין סטענדערט, קענסטו עם נישט קומען זאגן אז דיין באווארפן קען נישט פארקומען אין בהמ"ד אויב דו שטעלסט דיר נישט צו... ווייל דו ווילסט עם ווייטער האבן, אבער ווען ער מאכט חתונה האט ער יעדן אין בוידם און טוט ווייטער וואס ער וויל.

די איינציגסטע זאך וואס קען יא ארבייטן, אז מ'קומט צוריק צום אמאליגן תקנה, אז ווען איינער מאכט עני ראסערישע שמחה, דארף ער באצאלן פאר די ארומע וואס האבן נישט פון ווי חתונה צו מאכן. אבער דאס איז אויך זייער שווער צו אינפארסירן שטייטזיך
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 26, 2020 10:36 am

אלטער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:איך וויל נישט ח"ו אוועקמאכן קיין שום התעוררות אין דעם הינזיכט, אבער צו האט שוין איינער געזעהן תקנות וואס ארבעטן אויף למעשה? דו טארסט נישט דעס, דו מעגסט נאר דעס, איז דא איינער וואס פאלגט?
.

יעדער וויל פאלגן, נאר מ'מוז דאך שפילן אלס גביר... ווילאנג ער מוז עס נישט פאלגן, וועט ער עס נישט אננעמען, וויל באמת איז ער דאך יא דער עושר...

די איינציגסטע זאך וואס וועט זיכער העלפן, איז אויב די רבנים וועלן אראפשטעלן א פוס, מ'קען נישט מאכן א באווארפן אין בית המדרש אויב די חתונה איז נישט לויט די תקנות. אדער אז דער רבי/רב וועט נישט זיין מסדר קידושין נאר אויב די חתונה איז לויט די תקנות. דעמאלטס וועט אפי' דער פאלשער עושר האבן א תירוץ אז ער מוז מאכן מיט תקנות.

ווילאנג די תקנות ווערן נישט שטרענג אינפארסירט, קען מען פארגעסן פון תקנות. ביליגע זאלן זענען א טיילווייזע סעלוציע, נישט קיין פולקאמע.

די פראבלעם קומט אבער אייביג צוריק אז דער רייכער איז דער וואס האלט און איין שטאפן מיט געלט... און ווען ער מאכט חתונה גייט ער ווייטער מאכן לויט זיין סטענדערט, קענסטו עם נישט קומען זאגן אז דיין באווארפן קען נישט פארקומען אין בהמ"ד אויב דו שטעלסט דיר נישט צו... ווייל דו ווילסט עם ווייטער האבן, אבער ווען ער מאכט חתונה האט ער יעדן אין בוידם און טוט ווייטער וואס ער וויל.

די איינציגסטע זאך וואס קען יא ארבייטן, אז מ'קומט צוריק צום אמאליגן תקנה, אז ווען איינער מאכט עני ראסערישע שמחה, דארף ער באצאלן פאר די ארומע וואס האבן נישט פון ווי חתונה צו מאכן. אבער דאס איז אויך זייער שווער צו אינפארסירן שטייטזיך

אז ס'וועט נישט זיין קיין זאלן פאר גרויסע חתונות וועט יעדער מאכן קליין. דער עושר וועט ארויסטראגן זיין חתונה צו טערעס אן די פארק וכדומה ווי ער וועט זיך קענען אויפרייסן אבער די המון ען וועט עס נישט נאכטון, אזויווי ס'געווען אמאל. אין די היימישע געגענטער זאל זיין נאר קליינע ביליגע זאלן. דאס איז די איינציגסטע וועג אפצושטעלן די פראבלעם.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מאי 26, 2020 10:37 am

מי יודע האט געשריבן:
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:
קול זעקה האט געשריבן:אבער די לאך איז בכלל נישט ביי די חתונה נאכט פון די עסן און זאל

נאר מ'מוז שפילער זינגער גראמער בדחן

די תקנות וועלן איינפירען א נארם פון קליינע, באשיידענע חתונות.
דארף נישט נייע קליידער, זינגערס און שפילערס וכדומה.
איך ווייס פון די כללים, לאמיר ערווארטען די פרטים.

קליידער איז די גרעסטע חיי שעה אויסברענגעריי, על לא דבר, ווייל איין יענטע האט באשלאסן אז די שבת קלייד איז נישט גענוג שיין, וכבר אמרו חז"ל עשה שבתך חול, טוה אן דיין שבת'דיגע קלייד אינדערוואכן ביי די חתונה, ואל תצטרך לבריות


;l;p-

אבער אוי ווי גערעכט!

ועוד, אז די הוצאות דערפון באצאלן נישט נאר די מחותנים נאר אלע ארומיגע ברודערס און שוואגערס וכו'.

הלוואי קומט א עולם התיקון אפילו נאר אין דעם ענין אליין!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך מאתים » דינסטאג מאי 26, 2020 10:47 am

They made a Asifa in a nich Hall against Chsines in nice Halls ?
'ומאתים לנוטרים את פריו'

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג מאי 26, 2020 10:54 am

אויף וואסערן שניט לויפט אצינד דער ציהל?

חתונה מאכן אין גרויסע זאלן, מיט מינימאלע קליידונג/מוזיק/עסן?

חתונה מאכן אין קליינע זאהלן מיט מינימאלע באטייליגונג, וואס מינימיזירט אויטאמאטיש די קליידונג/מוזיק/עסן?

אדער נאך קלענערע אפציעס ווי דעם?

האט עמיצער די רויע דרעפט'ס?

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג מאי 26, 2020 11:01 am

דאמירן בעלמא.

איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך איך הער נישט » דינסטאג מאי 26, 2020 11:08 am

ווערט געזעהן פארשטייער פון די צוויי סאטמארע קהילות
מהר"יי רעכטס מהר"א לינקס
IMG-20200526-WA0003.jpg
IMG-20200526-WA0003.jpg (327.57 KiB) געזעהן 1063 מאל


IMG-20200526-WA0005.jpg
IMG-20200526-WA0005.jpg (327.66 KiB) געזעהן 1063 מאל

IMG-20200526-WA0006.jpg
IMG-20200526-WA0006.jpg (308.92 KiB) געזעהן 1063 מאל

איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך איך הער נישט » דינסטאג מאי 26, 2020 11:10 am

מאתים האט געשריבן:They made a Asifa in a nich Hall against Chsines in nice Halls ?

גראדע א תקנות זאל, אלע בר מצות פון תלמידי המוסדות מהר"יי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: moshenies, Toyota, אפשר נישט, באקסער בוים, לא ימושו מפיך, פוילער, שטיגליץ און 56 געסט