"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:34 am

זעה איך אז עס קומט א יחדיו סענטער אין בארא פארק באלד נאך סוכות
אומר ועושה ! כה לחי !
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך שארף און קליג » זונטאג אוגוסט 30, 2020 8:15 am

וואס עפעס? האט געשריבן:זעה איך אז עס קומט א יחדיו סענטער אין בארא פארק באלד נאך סוכות
אומר ועושה ! כה לחי !


על בשורה טובה אומר הטוב המטיב.

פּשוט און פּראָסט
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » זונטאג אוגוסט 30, 2020 9:52 am

rutledge האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

דו מיינסט אז די אלע אידען גייען פון היינט אין ווייטער גיין ליידיג? זיי גייען ווייטער טוען עפעס פאר פרנסה אין די היימישע עקענאמיע,
ולי היא אז נישט, מוז די ארעמאן זיך צורייסן די הויזן, אז די קעטערער זאל זיין א ברייטע מחותן?

זארג נישט, די פאר טויזענט דאלער וואס אידן שפארן וועט אויך גיין פאר די היימישע עקאנאמיע, מ'וועט נישט שולדיג בלייבן פאר די גראסערי, און מ'וועט בעסער צאלן שכר לימוד, און רענט ועוד ועוד

אדרבה אויב קומסט אויף מיט א מהלך אז מזאל ווייטער ספענדן די זעלבע אם כן מה הועילו ?
אבער לשיתתי איז דאס אויך גיט נישט קיין חילוק ווי סווערט געספענדט

מה הועילו??? אפאר װײניגער הארץ אטאקעס!!!

נאך א נקודה, פארװאס האלסטו אז טױזענטער אידן גײען ספענדן 80,000 דאללער א חתונה װען זײ האבן נישט פערטל דערפון, אבער דער ביזנעסמאן אז ס׳װעט אים ארײנקומען אפאר טױזענט װײניגער א יאר װעט ער פלוצים טױשן זײן לײף סטײל און קאָטן ספענדינג???

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך יצחק ברוך » זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:07 am

וואס עפעס? האט געשריבן:זעה איך אז עס קומט א יחדיו סענטער אין בארא פארק באלד נאך סוכות
אומר ועושה ! כה לחי !

נאך א חתונה מאלל אויף די מארקעט.

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך פרייזן » זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:10 pm

unnamed (53).jpg
unnamed (53).jpg (265.89 KiB) געזעהן 1716 מאל

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך פרייזן » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 6:56 pm

unnamed (58).jpg
unnamed (58).jpg (104.74 KiB) געזעהן 1560 מאל

לייב ירק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 9:13 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך לייב ירק » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:58 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:זעה איך אז עס קומט א יחדיו סענטער אין בארא פארק באלד נאך סוכות
אומר ועושה ! כה לחי !
ווי אין ב. פ. עפענען זיי?

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 12:00 am

פונקט היינט גערעדט צי א חבר מיינע וואס טוט אויך שטארק אין בודזשעטינג, דער יונגערמאן האט אוועק געלייגט אין מעיטשעל פאנדס פאר חתונה מאכען אז ס׳איז א נחת.

בקיצור רעדט איך מיט איהם האב איך אזוי שטארק הנאה ווי ער איז פונקט ווי מיר ביי די זעלבע מיינונג.

נאכאמאל איך האף אז די עסקנים ליינען דא. לאמיר עס זאגן קלאר אין דייטליך, די מער מען העלפט אין די מער סערוויסעס מיט שטעלט צי, קען איך נישט זאגן אז ס׳העלפט גארנישט, אבער דאס איז זעכער אז ס׳לערענט נישט אויס קיין מענשטן ווי אזוי ריכטיג צי לעבן און אוועק לייגן פאר די עתיד, און נישט אויסגעבן געלט וואס מען האט נישט (ליין: וואס מען גייט דארפן אין די עתיד.), אין נאך מער פון דעם אין א געוויסע הינזיכט די מער ס׳דא הילף נאך מער אירעספאנסיבאל ווערן מענשטן ליידער, ווייל מען פארלאזט זיך אז מען דארף נישט אוועק לייגן ווייל די עסקנים קהילה און משפחה וועלן שוין ממילא ארויס העלפן, און די איבריגע וועט מען שוין ארויף לייגען אויף די הויז עקוועטי אויב האט מען.. און נעמען פון קרעדיט קארדס און ביזנעס לאונס און דערנאך רח״ל..

אלזא דארף מען שווער מאכן און העלפן ווייניגער די ספענדערס און אים אחריות׳דיגע מענשטן וואס ספענדען אלע זייערע געלט וואס זיי האבן, פון די 20 ביז די 40 יאר אן טראכטען פון מארגען, וועט שנעל ווערן סדר! א טאג נאכדעם קען מען פארמאכן אלע יחדו סענטערן און אלע תקנות הקהילות וועלן שוין נישט נוגע זיין מער... דאס יא, מאכן שיעורים און אלע שוהל׳ן פאר יונגע ארבייטס יונגעלייט און זיי אויסלערנען בודזשעטינג און זיי גוט אנסטראשענען אז צען גייט נישט העלפן די ספענדערס!!!!

כ׳האב נאך א חבר, יענער לייגט אריין ענדערש זיין סעווינגס מיט קויפן רילעסטעיט דער יונגערמאן האט געלעבט שטארק שפארזאם פאר 8 יאר, היינט צי טאגס האט ער א אייגענע דירה אין ווילימסבורג און דריי מאלטי פעמעלי הייזער אין Newark.

ס׳איז קלאר ווי טאג אז די וואס לערנען זיך אויס בודזשעטינג און לעבן שפארזאם טוהן די ריכטיגע השתדלות פאר די עתיד. אדרבה אלע כוחות פון יחדו איז הייליג חס ושלום אז איך בין מזלל אין וואס באמת וואוילע יודן טוהן. נאר מיר קומען שוין פון דארט... און אז א יעדע 5 יאר האט די חתונה תקנות א נייע נאמען און נייע סערוויסעס.. זעהט מען דיך שוין אז דאס איז נישט די וועג... אלזא איר קענט מסתמה די מעשה, מיט דעם יוד וואס איז געווען פארלוירען אין וואלד און געטראפן נאך איינער וואס בלאנדזשעט דארט אויפן פראגע צי יענער קען די וועג ארויס פון וואלד, איז די תשובה געקומען ווי צי גיין ווייס איך נישט, אבער יענע וועג וואס מיר האבן פראבירט ביז יעצט ווייס איך שוין פאר זעכער אז דאס איז נישט די וועג.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מיר וועלן אי״ה לכאורה ווערן בכלל נישט אדער נאר שוואך אקטיוו פון ארום January 2021 למספרם פאר בערך 2 יאר. ואתכם הסליחה

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:28 am

ער' גאלדענע פעדער, איר זענט כשר גערעכט אז עס פעילט אויס הדרכה פאר די היינטיגע אינגעלייט וועגן בודשעטינג,
אבער פארקערט הוא הנותנת דער יחדיו קאמפיין איז טאקע אין א געוויסע זין געצילט פאר די אירע וואס האבן געבודשעט אלע יארן, מען רעדט דא פון א דורךשניטליכער איד וואס האט אוועקגעלייגט יעדעס יאר געלט פאר א רעגנדיגער טאג און פאר חתונה מאכן, און דאס איז אפשר גענוג פאר די ערשטע צוויי קינדער, ביים דריטען און פערטן קינד איז שוין נישטא קיין זכר דערפון,
אין אנדערע ווערטער אז איך זעה מער אז יחדיו איז א וועג צו עפענען די אויגן פון די שווענדערישע אינגעלייט אז "וועיק אפ ענד סמעלל די קאפי" זיי מצמצם פון דיין שוואוילטאג לעיבן ווייל איין טאג וועסטו זיך נישט קענען אנייצע געבן מיט די פרעשור פון חתונה מאכן

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 3:55 am

איר ליינט קענטיג נישט מיינע אשכולות און תגובות איבער בודזשעטינג. איינער וואס בודזשעט אלע יארן דארף געווענליך נישט דעם יחדו און אלע אנדערע פאני נעמען וואס יאווען זיך ווי שוועמליך נאך א רעגן א יעדע פאר יאר א נייע נאמען...

בדרך משל, איינער וואס קען פייפען אין די יונגע יארן, אלעס בדווקה טוהן אויף א נידריגערע סטאנדארט ווי זיינע חברים, און די מער ער פייפט און גייט אויך נאך מער א נידריגע סטאנדארט, די מער געלט קען ער אוועק לייגן, און די מער ער פייפט די גרינגער וועט איהם זיין אין די שפעטערע יארן ווייטער צי פייפפען און אזא איינער וועט געווענליך טוהן שידוכים מיט אנדערע פייפערס בדומו לו. און די מער ער פייפט אין די יונגע יארן די ביליגער וועלן זיינע חתונות זיין. ווייל ווי געשמיעסט אין מיינע אנדערע אשכולות, א סטאנדארט גייט מיט - מיט די מענשט, איך האב למשל נאך קיינמאל נישט געזעהן איינער וואס האט געמאכט וואכנאכטס פאר 2 טויזענט דאלער זאל חתונה מאכן פאר אונטער 100 טויזענט דאלער, און ווען ס׳נישט דא די געלט דארף די קהילה גמ״ח און קרנות, און זיין גאנצע משפחה ליידן, ווייל דער מעשיגענער און אין אחריות׳דיגע פארשוין האט געדארפט לעבן ווי פאטאצקי׳ס סטאנדארט אלע זיינע יארן פין די 40 ביז די 60, כדי די משפחה זאל איהם ביים חתונה מאכן דארפן אויסבעהלען!

ממילא די נידריגער ווואס זיין סטאנדארט איז אין די יונגע יארן, גייען זיינע פון די 40 ביז די 60 יארן זיין געבענטשט מיט פוהל נחת און הרחבת הדעת, און אזא ברכה איז (ליידער) א יקר המציאות היינטיגע טעג. אזא איינער דארף דען דארף יחדו? דער לאכט פון די נעבעכס וואס לעבן אלע זייערע יארן צי געפעלן די גאס, חברים און משפחה!

זיין ווייב אין זיינע קינדער נאר פאר זיי איז נוגע וויפעל געלט ער געבט אויס און פארוואס! די אלע אנדערע מענשטן אינטערסירט איהם נישט, ווייסט פארוואס? ווייל ער וויל נישט ביי זיי דארפן צי קומען צי טובות זיי צי דארפן בעהטן הלוואות אדער ערבות אדער נדבות.. אדער עצות ווי אזוי צי גנבה׳נען פון בענק.. מיט דריידליך ביים חתונה מאכן!


הער א פאני מעשה.. פאריגע וואך בין איך געווען ביי א וואכנאכט, דער בעל שמחה האט בערך צי געשטעלט ווי פאלגענט, שיינע געקויפטע טעצער פראכט, בראנפען (פשוטע), היימישע קעיק, טשאקלעט און ניסלעך, און היימישע פעטעטע קיגל און לאקשען קיגעל, מיט טרינקען.

איך בין אריין געקומען האב איך די ערשטע זאך געטראכט צי מיר, wow אזוי בעל בעתיש צי צושטעלן?! הער ווי פאני.. איך הער ווי א חבר קאלט אן דעם בעל שמחה און ווינטשט איהם אן מזל טוב און דערנאך הער איך ווי די בעל שמחה מיטשעט איהם ער זאל אריבער קומען... הער איך ווי יענער פרעגט אויפן טעלעפאון צי ס׳דא צי עסן..? הייבט די בעל שמחה זיך אן פארענטפערן (נעבעך!) אז איך האב נישט קיין קישקע טשאלענט מיט יאפטשיק אבער ווי נישט איז דא הייסע קיגעל בלא בלא בלא... איך האב עס ממש נישט געקענט אויסגעהאלטען... די זעהסט אונזער חרבן!? קודם כל פארוואס אינטערסירט דעם בעל שמחה צי יענער קומט צי נישט... ס׳געווען דארט א שיינע עולם אן יענעם... א יעדער מיז קומען..? און דערנאך דארף ער זיך נאך פארענטפערן ווייל וואס ער האט צו געשטעלט איז אונטער דעם סטאנדארט פון די מעשיגאים?! וואס פאר די קישקע טשאלענט יאפטשיק, פזרונים גייט מען אין 15 יאר ארום פון יעצט שנארען פאר זיי ביי די משפחה זיי צי העלפן חתונה מאכן..? א מין צידרייטע וועלט.. איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטען און איך בין צי געגאנגען צי די בעל שמחה און איהם געזאגט אנטשאלדיגט אז איך האב מיט געהאלטען דיין פאון קאל... אבער אגב די האסט אזוי שיין און בעל בעתיש צי געשטעלט, איך שטעל נאר צי האלב פון דעם און דער וואס קומט נאר ווייל איך שטעל צי עסן זאל פליז נישט קומען...
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מיר וועלן אי״ה לכאורה ווערן בכלל נישט אדער נאר שוואך אקטיוו פון ארום January 2021 למספרם פאר בערך 2 יאר. ואתכם הסליחה

מהריץ
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2017 9:33 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך מהריץ » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 6:15 pm

ווייסט אפשר עמעצער וואו מען קען זיך פארבינדן צום ארגאניזאציע פון יחדיו ?

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך שפע רב » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 10:46 pm

יחדיו געגאנגען שלאפן?? ? כ'האף זייער אז נישט.

אוועטאר
אגד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2020 11:32 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אגד » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:02 pm

.

אוועטאר
אגד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2020 11:32 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אגד » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:07 pm

20201020_230624.jpg
20201020_230624.jpg (312.87 KiB) געזעהן 734 מאל

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 11:31 pm

שפע רב האט געשריבן:יחדיו געגאנגען שלאפן?? ? כ'האף זייער אז נישט.

יחדיו ארבעט אויף קעסל און כלים, ס'איז עסקנים וואס מיינען בלויז לשם שמים.

אין די צייטונג איז געווען יעצט אפאר פעידזשעס פון זיי
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 2:41 pm

איך ליין נישט קיין צייטונגען. כ'האף זיי האבן געלט פאר PR

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 11:03 am

פון ספר זכרון יעקב מהרב יעקב ליפשיץ ז״ל (סעקראטאר פון הגאון ר׳ יצחק אלחנן ספקטאר זצ״ל מ׳קאוונא) ווי ער באשרייבט יודישקייט אין די יארן תק״ך - תר״ם
ליינט דא ווי ער רעדט זיך שוין דעמאלטס אפ אויף די טייערע חתונה זאלן.

בילד
בילד

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אדם הראשון » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:48 pm

די תקנות מיט די נייע סדר פון חתנות גייט אפציעל אריינגיין אין קראפט פון היינט דינסטאג 3 וואכן! אום ר"ח כסלו תשפ"א הבעל"ט וואס געפאלט ג' תולדות.
יומא דקאי גרם! יום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר תולדות! חתונה האבן איז כדי אראפצוברענגען קינדער ברויכט עס אבער זיין כי טוב און נישט אריינפאלן אין חובות.
כלל ישראל הכינו הכינו !!

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך דער בדחן » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 5:37 pm

אדם הראשון האט געשריבן:די תקנות מיט די נייע סדר פון חתנות גייט אפציעל אריינגיין אין קראפט פון היינט דינסטאג 3 וואכן! אום ר"ח כסלו תשפ"א הבעל"ט וואס געפאלט ג' תולדות.
יומא דקאי גרם! יום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר תולדות! חתונה האבן איז כדי אראפצוברענגען קינדער ברויכט עס אבער זיין כי טוב און נישט אריינפאלן אין חובות.
כלל ישראל הכינו הכינו !!


אלעס איז מער ווייניגער צוריק צום אלטן!
מענדיגט שוין צוריק חתונות 3 אזייגער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”