"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:12 pm

איך האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות ביז אהער, אבער לא זכיתי להבין עטליכע נקודות.

אויב מ'מאכט שוין תקנות, פארוואס זאל מען נישט גענצליך מבטל זיין דעם תנאים?

אווב מ'מאכט שוין תקנות פארוואס זאל מען בכלל מאכן א שבת באווארפן אין א זאל? מ'שטעלט צו ביליגע זאלן פאר באווארפן, פארוואס זאל מען עס נישט גענצליך מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל?

אויך, פארוואס זאל מען נישט געבן דעם אפציע פון צוטיילן ויואל משה אין צוויי, פאר גאר קליינע ביליגע חתונות? די מוסדות וועלן ווייטער מאכן די זעלבע סאך געלט.

אויב מ'מאכט שוין א רעוואלוציע, מאך עס שוין אינגאנצן. מען קען עס לייכט דורכפירן דורכ'ן מאכן א תקנה, אז קיינער קען נישט חתונה מאכן אין פרדס און דאס זעלבע מיט די אנדערע ביליגע זאלן, נאר ווער ס'מאכט נישט קיין תנאים, מאכט נישט קיין באווארפן, שיקט נישט קיין הזמנות, וכו'. רוב עולם ווועט זיך שנעל צוכאפן דערצו.

ראנדער
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 12:43 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך ראנדער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:26 pm

היינו דאמרי אינשי
די ווערטער האט א טעם ווי ווארימע מעלאונע...

מנחה מעריב'ל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך מנחה מעריב'ל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:32 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות ביז אהער, אבער לא זכיתי להבין עטליכע נקודות.

אויב מ'מאכט שוין תקנות, פארוואס זאל מען נישט גענצליך מבטל זיין דעם תנאים?

אווב מ'מאכט שוין תקנות פארוואס זאל מען בכלל מאכן א שבת באווארפן אין א זאל? מ'שטעלט צו ביליגע זאלן פאר באווארפן, פארוואס זאל מען עס נישט גענצליך מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל?

אויך, פארוואס זאל מען נישט געבן דעם אפציע פון צוטיילן ויואל משה אין צוויי, פאר גאר קליינע ביליגע חתונות? די מוסדות וועלן ווייטער מאכן די זעלבע סאך געלט.

אויב מ'מאכט שוין א רעוואלוציע, מאך עס שוין אינגאנצן. מען קען עס לייכט דורכפירן דורכ'ן מאכן א תקנה, אז קיינער קען נישט חתונה מאכן אין פרדס און דאס זעלבע מיט די אנדערע ביליגע זאלן, נאר ווער ס'מאכט נישט קיין תנאים, מאכט נישט קיין באווארפן, שיקט נישט קיין הזמנות, וכו'. רוב עולם ווועט זיך שנעל צוכאפן דערצו.

ביסט הייליג גערעכט אבער לאגיש גערעדט איז זי סוקסעס פון פרדס דאס אז יעדער איינער מאכט דארט חתונה, וואס אגב איז עס א פראבלעם ווייל דאס אז ס'איז יעדער איז שוין נישט גוט, ווייל וואס טוסטו ווען ''יעדער'' הייבט אן צו גיין מיט גאלדענע היטן...
אבער ווען מ'קען ווען וואלט דאס געווען א ישועה
פיריראבאמבאמבאמבאם טאריראמבאראראמבאראראם פיריראפאמבאמפאמבאם פאפאפאפאראטריריריריריריראם!
מאכטץ פלאץ פארן ראש הקהל ר'אסדר...

פאראויס
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:54 pm

געהערט דעם יחדיו ריפלעי. קודע"ס פאר די עסקנים! סעלושענס בהשכל ודעת. און נישט סתם תקנות, נאר זאכליכע הילף אויף יעדן שלב. חפץ ה' בידם יצליח!

כ'ציטער צוריקצוקוקן די אלע בלעטער דא. כ'שטעל מיך פאר די נעגעטיוועט"י איז הויעך.
וואס זאל מען טון? נעגעטיווע מענטשן האבן מער צייט.. און אפילו סתם מענטשן, פאר א קאמפלימענט האט מען נישט קיין איבעריגע צייט, נאר צו שרייבן נעגעטיוו מאכט מען צייט...

rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך rutledge » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:02 pm

נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

א איד פון אמאל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך א איד פון אמאל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:38 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות ביז אהער, אבער לא זכיתי להבין עטליכע נקודות.

אויב מ'מאכט שוין תקנות, פארוואס זאל מען נישט גענצליך מבטל זיין דעם תנאים?

אווב מ'מאכט שוין תקנות פארוואס זאל מען בכלל מאכן א שבת באווארפן אין א זאל? מ'שטעלט צו ביליגע זאלן פאר באווארפן, פארוואס זאל מען עס נישט גענצליך מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל?

אויך, פארוואס זאל מען נישט געבן דעם אפציע פון צוטיילן ויואל משה אין צוויי, פאר גאר קליינע ביליגע חתונות? די מוסדות וועלן ווייטער מאכן די זעלבע סאך געלט.

אויב מ'מאכט שוין א רעוואלוציע, מאך עס שוין אינגאנצן. מען קען עס לייכט דורכפירן דורכ'ן מאכן א תקנה, אז קיינער קען נישט חתונה מאכן אין פרדס און דאס זעלבע מיט די אנדערע ביליגע זאלן, נאר ווער ס'מאכט נישט קיין תנאים, מאכט נישט קיין באווארפן, שיקט נישט קיין הזמנות, וכו'. רוב עולם ווועט זיך שנעל צוכאפן דערצו.

אין פארוואס זאל מען נישט מאכן חתונות אויף די אופן די חתונה פון די אייניקל פון סאטמאר מהרז"ל חודש סיון,
קבלת פנים 4:30 חופה 5:30 סעודה 6:00 ערשטע טאנץ 7:30 מצוה טאנץ פון 8 ביז 9:30 , צווייטע טאנץ פאר כלל חברים אין ידידים פון 9:30 ביז 11:30, די פעטער'ס וועלן קענען אהיימגיין שוין צען אזייגער, 5:30 קומען ווייניגער משפחה די סעודה, צום מצוה טאנץ וועט מען אויסרופן נאר זיידער, אין מחותנים, ועוד

מנחה מעריב'ל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך מנחה מעריב'ל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:40 pm

א איד פון אמאל האט געשריבן:

ווי ליגט דא שפארן געלט?
פיריראבאמבאמבאמבאם טאריראמבאראראמבאראראם פיריראפאמבאמפאמבאם פאפאפאפאראטריריריריריריראם!
מאכטץ פלאץ פארן ראש הקהל ר'אסדר...

א איד פון אמאל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך א איד פון אמאל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:41 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ווייל אראפ גיין פון א לייטער, קען מען נאר מיט סטעפס אז מען טאנצט אראפ צוברעכט מען זיך,
וואס איך מיין צו זאגן מען גייט הייסן גיין מיט יו"ט קליידער גייט עס שווער געשעהן, מען דארף זיין ראליסטיש

אבער לכה"פ רעדן פון די פראבלעם, אין צושטעלן עפעס אזוי וואו אין קרית יואל

מנחה מעריב'ל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך מנחה מעריב'ל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:42 pm

rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

זשינקס... גערעכט... א שאד מ'האט אייך נישט גערופן צום מיטינג... גענדיגט מיט פרדס גענדיגט מיט כנור דוד גענדיגט מיט ביליגע שטריימלך, כלה קליידער, באווארפענס שבע ברכות...
כ'מיין... קאם אן...
פיריראבאמבאמבאמבאם טאריראמבאראראמבאראראם פיריראפאמבאמפאמבאם פאפאפאפאראטריריריריריריראם!
מאכטץ פלאץ פארן ראש הקהל ר'אסדר...

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:43 pm

rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

זאגסטו אזוי אז ליבערשט זאל מען מאכן הונדערטער טיי אווענטס ווי איידער א האנדפול? אקעי
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

א איד פון אמאל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך א איד פון אמאל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:43 pm

לדעתי נאר כח היחיד קען העלפן מענטשן זאלן אליין איינזען אין מאכן א טויש אין פייפן אויף די וועלט וואו ר' יואל ראטה זאגט
עס וועט האבן א ריכטיגע חן אין א טעם א שמחה אזוי אמאל

א איד פון אמאל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך א איד פון אמאל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:50 pm

מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
א איד פון אמאל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות ביז אהער, אבער לא זכיתי להבין עטליכע נקודות.

אויב מ'מאכט שוין תקנות, פארוואס זאל מען נישט גענצליך מבטל זיין דעם תנאים?

אווב מ'מאכט שוין תקנות פארוואס זאל מען בכלל מאכן א שבת באווארפן אין א זאל? מ'שטעלט צו ביליגע זאלן פאר באווארפן, פארוואס זאל מען עס נישט גענצליך מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל?

אויך, פארוואס זאל מען נישט געבן דעם אפציע פון צוטיילן ויואל משה אין צוויי, פאר גאר קליינע ביליגע חתונות? די מוסדות וועלן ווייטער מאכן די זעלבע סאך געלט.

אויב מ'מאכט שוין א רעוואלוציע, מאך עס שוין אינגאנצן. מען קען עס לייכט דורכפירן דורכ'ן מאכן א תקנה, אז קיינער קען נישט חתונה מאכן אין פרדס און דאס זעלבע מיט די אנדערע ביליגע זאלן, נאר ווער ס'מאכט נישט קיין תנאים, מאכט נישט קיין באווארפן, שיקט נישט קיין הזמנות, וכו'. רוב עולם ווועט זיך שנעל צוכאפן דערצו.

אין פארוואס זאל מען נישט מאכן חתונות אויף די אופן די חתונה פון די אייניקל פון סאטמאר מהרז"ל חודש סיון,
קבלת פנים 4:30 חופה 5:30 סעודה 6:00 ערשטע טאנץ 7:30 מצוה טאנץ פון 8 ביז 9:30 , צווייטע טאנץ פאר כלל חברים אין ידידים פון 9:30 ביז 11:30, די פעטער'ס וועלן קענען אהיימגיין שוין צען אזייגער, 5:30 קומען ווייניגער משפחה די סעודה, צום מצוה טאנץ וועט מען אויסרופן נאר זיידער, אין מחותנים, ועוד

ווי ליגט דא שפארן געלט?

די סעודה וועט ווערן קלענער, ווייניגער מענטשן, די מצוה טאנץ, אין נאך זאכן, ווייל ביי די עיקר חתונה וועט זיין א קלענערע עולם, מ'וועט נישט דארפן געפעלן פאר אזויפיל מענטשן, אין די צווייטע טאנץ וועט שוין זיין אזוי וואו א שלום זכר, אין דאס קען ברענגען נאך אסאך זאכן צו שפארן
חוץ פון דעם אן שפארן דארף מען נישט ענדיגן חתונות אזוי שפעט, אין מ'דארף נישט אויפהאלטן פעטער'ס אזויפיל שעה
אין די שמחה וועט זיין אסאך מער היימיש

כ'האב געהערט אז ווינטער אין ארץ ישראל איז דא חתונות וואס מ'שטעלט די חופה פאר די שקיעה, ווייל די ירושלימע'ר זענען שטארק מקפיד אויף דעם, אין 4:30 האלט מען שוין נאך די חופה, אין ב"ה אסאך אידישע שטיבער האבן זיך אזוי אויפגעשטעלט,

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:54 pm

rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

ווען די עשירים צו וועמען די געלט קומט אן וואלטן געטיילט מער בהרחבה פאר אלע צוועקן וואלט גוט געווען. למעשה שטעלט זיך ארויס אנדערש, דארף מען יא איינצוימען די ארימע און די רייכע וועלן דערלייגן א דרייסיגסטל פון זייער אינקאם.

בערל עושר
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2020 6:49 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך בערל עושר » זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:34 pm

בערל עושר האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:רבותי אונזער בערל איז געווארן לעבעדיג!!!

עה סימיר שוין נמאס דער טייפן
ס'האט מיך פלעין מורא'דיג פארווייטאגט ווען כהאב געהערט דעם מארקעטס פערזאן אויף קאלמעוואסער כ'האב ממש אריין געשריגן אין טעלפאן: ביזט אויפן קאפ געפאלן, די לעידיס וואס פלעגן מאכן גאר טייערע שמחות וועלן אויפאיינמאל ווערן סטענדערד און עווערידזש? און פאר די אנדערע וואס זענען סייווי געגאנגען ביליג האסטע דאך גארנישט געברענגט צום טיש? סא פאר וואס און פאר וועם ארבטעסטו דא? נאך א מזל כהאבמיך געכאפט אז קיינער הערט נישט די אנדערע זייט.
סא האב איך מיך גענומען טייפן און כ'האב שוין חרטה ווייל מענטשן פרעגן נאנסענס און אז כ'ענטפער נישט מיינט מען יענער איז גערעכט און כ'אניש קיין געדולד צו טענה'ן מיט נאנסענס חוץ ווען עס איז דברים של טעם מעג זיין פארקערט פון מיר, אבער רעד מיט שכל און צו דער זאך!

זיידי זיי זיך מחזק איך בין מיט דיר, פון די ערשטע מינוט טוט מיר וויי דאס אלעס וואס זיידי ברענגט אזוי גוט ארויס.
און לאמיר האפן אז די ריכטיגע אויערן וועלן עס דערהערן, און אז מען ספענד די געלטער פאר מארקעטינג זאל עס גיין מיט די ריכטיגע ניגון, נישט אז מען בלייבט אין די באבל פין יעדער יעדער יעדער, נאר מען וועט לייגן בענדעידזעס.
און פאר דעי וואס טענה׳ן אז עס איז צו עקסטרעים עס ארבעט נישט, אני חולק בכל התוקף, אדרבה גיי ארום הער וואס מענטשען זאגן יעדער איז געוועהן גרייט צו ציברעכן די קליפה פון יעדער און סיסטעם.
דער וועג פון כח רבים (אויף דעם נושא) האט זיכער חזקה פון דורכפאל.
פרישה סערוועסיס וואס חשובע עסקנים (אינטערן קעפעל יחדיו) שטעלן יעצט ארויס פאר׳ן קלוגן יחיד , איז אגעוואלדיגע חסד, און לאמיר אלע שרייען הויך
ישר כח און אלע ברכות אויף אייער קאפ

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך להודיע » זונטאג אוגוסט 09, 2020 6:11 pm

וואו קען מען הערן דעם יחדיו ריפלעי ?

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך HelpMe » זונטאג אוגוסט 09, 2020 6:44 pm

rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

הונגערן מיינסטו צו זאגן אז מען גייט נישט האבן קיין 2 מיליאן דאלערדיגע הייזער אין וויליאמסבורג?
אדער מען גייט נישט האבן קיין זוממער הויז?

לויט די חשבון גייט די 22 מיליאן דאלער פון די לאקאל עקנאמיע פאר אזעלכע זאכן נישט פאר ברויט אין מילך

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג אוגוסט 09, 2020 6:47 pm

געקומען א ריקארדינג היינט אין ק.י. אז די חתונה אין כינור דוד איז לויט די יחדוו תקנות
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך להודיע » זונטאג אוגוסט 09, 2020 8:55 pm

להודיע האט געשריבן:וואו קען מען הערן דעם יחדיו ריפלעי ?

איז דא צו באקומען א לינק וואו מען קען עס הערן ?

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך לב בשר » זונטאג אוגוסט 09, 2020 9:34 pm

מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
א איד פון אמאל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות ביז אהער, אבער לא זכיתי להבין עטליכע נקודות.

אויב מ'מאכט שוין תקנות, פארוואס זאל מען נישט גענצליך מבטל זיין דעם תנאים?

אווב מ'מאכט שוין תקנות פארוואס זאל מען בכלל מאכן א שבת באווארפן אין א זאל? מ'שטעלט צו ביליגע זאלן פאר באווארפן, פארוואס זאל מען עס נישט גענצליך מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל?

אויך, פארוואס זאל מען נישט געבן דעם אפציע פון צוטיילן ויואל משה אין צוויי, פאר גאר קליינע ביליגע חתונות? די מוסדות וועלן ווייטער מאכן די זעלבע סאך געלט.

אויב מ'מאכט שוין א רעוואלוציע, מאך עס שוין אינגאנצן. מען קען עס לייכט דורכפירן דורכ'ן מאכן א תקנה, אז קיינער קען נישט חתונה מאכן אין פרדס און דאס זעלבע מיט די אנדערע ביליגע זאלן, נאר ווער ס'מאכט נישט קיין תנאים, מאכט נישט קיין באווארפן, שיקט נישט קיין הזמנות, וכו'. רוב עולם ווועט זיך שנעל צוכאפן דערצו.

אין פארוואס זאל מען נישט מאכן חתונות אויף די אופן די חתונה פון די אייניקל פון סאטמאר מהרז"ל חודש סיון,
קבלת פנים 4:30 חופה 5:30 סעודה 6:00 ערשטע טאנץ 7:30 מצוה טאנץ פון 8 ביז 9:30 , צווייטע טאנץ פאר כלל חברים אין ידידים פון 9:30 ביז 11:30, די פעטער'ס וועלן קענען אהיימגיין שוין צען אזייגער, 5:30 קומען ווייניגער משפחה די סעודה, צום מצוה טאנץ וועט מען אויסרופן נאר זיידער, אין מחותנים, ועוד

ווי ליגט דא שפארן געלט?

ער וויל נישט שפארן געלט, ער וויל אז ס׳זאל זיין ווי מער אנדערש ווי יעצט... מ׳וועט שוין טרעפן סיבות וויאזוי מ׳שפארט געלט.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אור » זונטאג אוגוסט 09, 2020 9:56 pm

להודיע האט געשריבן:וואו קען מען הערן דעם יחדיו ריפלעי ?

קול מבשר 8-8-199
(ארכיוון אפטיילונג)
לעצט פאראכטן דורך אור אום מאנטאג אוגוסט 10, 2020 12:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך rutledge » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:03 pm

HelpMe האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

הונגערן מיינסטו צו זאגן אז מען גייט נישט האבן קיין 2 מיליאן דאלערדיגע הייזער אין וויליאמסבורג?
אדער מען גייט נישט האבן קיין זוממער הויז?

לויט די חשבון גייט די 22 מיליאן דאלער פון די לאקאל עקנאמיע פאר אזעלכע זאכן נישט פאר ברויט אין מילך

יעדער אינדיווידואל דארף טראכטן פון זיך אליין אבער אין די ביג פיקטשער איז עס אזוי ווייסט ווי די געלט פון די 2 מיליון דאלערדיגע הויז איז ? חלק קען זיין ביי דיר אין טאש נאך כמה גלגולים האט איינער לכבודן מאכן מער ווי זיין דורכשניט זיך ערלויבט עפעס וואס סתם אזוי קויפט ער נישט
ואידך זיל גמור דאס איז א״ב פון פון א נארמאלע געזונטע עקענאמיע

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך HelpMe » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:07 pm

rutledge האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

הונגערן מיינסטו צו זאגן אז מען גייט נישט האבן קיין 2 מיליאן דאלערדיגע הייזער אין וויליאמסבורג?
אדער מען גייט נישט האבן קיין זוממער הויז?

לויט די חשבון גייט די 22 מיליאן דאלער פון די לאקאל עקנאמיע פאר אזעלכע זאכן נישט פאר ברויט אין מילך

יעדער אינדיווידואל דארף טראכטן פון זיך אליין אבער אין די ביג פיקטשער איז עס אזוי ווייסט ווי די געלט פון די 2 מיליון דאלערדיגע הויז איז ? חלק קען זיין ביי דיר אין טאש נאך כמה גלגולים האט איינער לכבודן מאכן מער ווי זיין דורכשניט זיך ערלויבט עפעס וואס סתם אזוי קויפט ער נישט
ואידך זיל גמור דאס איז א״ב פון פון א נארמאלע געזונטע עקענאמיע

געזונט און נארמאל מיינט נישט אויס צאפן די ארימע און מיטל שיכט

rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך rutledge » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:15 pm

איך האב דיר מסביר געווען ווי אזוי עקענאמיע ארבעט איר זאלט מיט אייער געפוהל טוהן ווי אזוי איר פארשטייט

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:17 pm

rutledge האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

הונגערן מיינסטו צו זאגן אז מען גייט נישט האבן קיין 2 מיליאן דאלערדיגע הייזער אין וויליאמסבורג?
אדער מען גייט נישט האבן קיין זוממער הויז?

לויט די חשבון גייט די 22 מיליאן דאלער פון די לאקאל עקנאמיע פאר אזעלכע זאכן נישט פאר ברויט אין מילך

יעדער אינדיווידואל דארף טראכטן פון זיך אליין אבער אין די ביג פיקטשער איז עס אזוי ווייסט ווי די געלט פון די 2 מיליון דאלערדיגע הויז איז ? חלק קען זיין ביי דיר אין טאש נאך כמה גלגולים האט איינער לכבודן מאכן מער ווי זיין דורכשניט זיך ערלויבט עפעס וואס סתם אזוי קויפט ער נישט
ואידך זיל גמור דאס איז א״ב פון פון א נארמאלע געזונטע עקענאמיע

דאס איז א באזונדערע דעבאטע וואס דער ס"ה איז, אז סיי וועלכע שווענדערישע לעבנסשטייגער איז שלעכט פארן אינדעווידואל. אינעם רוישיגן ים פון ענדלאזע מארגעדזש דריידלעך, עסקעלעידס, פאלאצן און קלאב הייזער, גילגולים פון 2 מיליאן דאללאר הייזער פליפעראציעס, ווערט דער עמך מענטש צודריקט בעת דער עושר ווייסט וועלכע קנעפלעך צו דרוקן.

א פשוטע ברויט און מילך עקאנאמיע איז די געזונטסטע פארן געווענליכן ארבייטער.

מ'קען מאריך זיין דערין, איין פשוט'טע דוגמא:
אמאל האט א איד געהאט הונדערט טויזנט דאלאר און געקויפט דערמיט א קליינע דירה פאר די דאזיגע פרייז וואס דאן האט דאס נישט געקאסט מער ווי 100 אלפים. די רענט, וועלכע איז געווען באזירט אויף צו קענען באצאלן די אינוועסטמענט, איז באשטאנען פון $500 א חודש.

היינט דער זעלבער איד האט די זעלבע 100 טויזנט דאלאר, גייט ער און נעמט ארויס א מארגעדזש פון נאך $200K, + וואס ער מעקסט אויס נאך 100 אלפים פון גמחים מיט קרעדיט קארד, און דאן קויפט ער די זעלבע קליינע דירה פאר $400 טויזנט דאלער. די רענט היינט באשטייט פון $2000 א חודש אויף די זעלבע 100 טויזנט דאלער אינוועסטמענט. אלעס פארוואס, ווייל היינט איז מען אזוי געזאגט ראפינירט געווארן, און מ'לעבט אויף א דריידל - קרעדיט עקענאמיע.

ווארעמע מעלאנע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך ווארעמע מעלאנע » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:25 pm

מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:העלא ווארעמע מעלאנע, כ׳בין זיכער אז דו ביסט א הייסע בערני סענדערס שטיצער. סארי טו דיסעפוינט יא, אבער די וועלט איז נישט אויסגעשטעלט לויט ענקער פארשריפטן.
אפילו מ׳וועט צושטעלן אלעס וואס ענק בעטן יעצט, און א יאר ארום וועלן ענק פארלאנגען -מיט די זעלבע רעכטן- נאך און נאך. כמו שהנסיון מוכיח.
כ׳קען וויסן אויף וואסערע בעיסיס דו פארלאנגסט ״מ׳זאל״ דיר
צושטעלן, און פונקטליך וואסארע סטענדערטס דו שטעלסט אוועק?
האסט נישט קיין געלט, לעב שפארזאם, אדער נידער דיין סטענדערטס...
ווען און די היסטאריע זענען מענטשען געקומען מיט אזעלעכע טענות?

לענ״ד קומט עס פון בעיקבתא דמשיחא חוצפה יסגא.

די חוצפה נעם איך, ווייל מען בעט די בני בית צו שפארן ווען אין געגנט ווי מען וואוינט, פארקויפט מען טייער, און מען בעט מען גרויס געלט פון די זאלן. זיי צורייסן זיך ארום צו לויפן אין ווייטע געשעפטן צו קויפן ביליג, און נישט יעדער איז ביכולות. ספעציעל ווען מען האט נאך יונגע קינדער אין שטוב. מען האט טענות די פרויען שפענדן אויף דעם און אויף יענץ. איינער האט זיך אפילו מטריח געווען זיך אדורך צו שמועסן מיט ווייבער שוהל, און זעהן ווי שווער זיי פרובירן צו שניידן?
איינער וואס מאכט היינט חתונה ביליג, קומט אן אויסגעמיטשעט צום חתונה. ווען עס וואלט געווען ביליגערע אפשענס אין געגנט וואלטן זיך פיל מער צוגעכאפט.
אויב די וואס ארגעניזירן די קאמפיינען פארשטייען דאס נישט, טוהן זיי פאר קיינעם נישט א טובה מיט די תקנות.

מלא ענין שלא ענין שלא באותו ענין....
וואס האט די טענה מיט דעם אז ויואל משה אי דיר נישט געניג שיין און אז די שטריימלך דארפן קאסטן ביליגער ווייל מ'דארף עס איינטוישן (?) און אז פרדס איז און אכט יאר ארויף מיט זיבן הינדערט און פיפציג דאלער נאכדעם וואס מינימום וועזש איז שוין צוויי מאל ארויף אין די צייט?
סתם ביליגע העצע איז נישט אקצפעצירבאר

ויואל משה איז א זאל פון די מוסדות, און איז פיל טייערער ווי די אנדערע זאלן, ווי אויך אינגאנצן נישט צוגעשטעלט צו וואס מענטשן דארפן היינט. אויב ווילן זיי העלפו שפארן, מאכן זיי איבער דעם זאל פאר א תקנות זאל.
ווען שיינע שטריימלעך קאסטן ווען ביליגער, וואלטן די חתנים עס גענומען מער גערן. ווען זיי ווייסן אז זיי באקומען א שמאטע אינטער $2,000, לאזט מען עס אין געשעפט.
פרדס איז ארויף אסאך מער ווי דעם, און איך ווייס נישט קיינעם פון מיינע באקאנטע וואס האבן באקומען א רעיז צוליב די מינימום וועידש.
איך וועל ווייטער זאגן מיין מיינונג, אפילו פאר דיר פערזענליך איז עס נישט אקצעפטבאר.

שוין...
כ'וואלט ווען נישט געדארפט ענפערן אין פירסט פלעיס..
דרך אגב ר'יואל ראטה געט אוועק זיין שול פאר חתונת, אבער ס'איז פאר דיר מן הסתם נישט גוט. ווייל ויואל משה זאל זיין שיין ווי קאנטענענטעל אבער ביליג ווי כנור דוד און די שטריימלך זאלן זיין ווערט זעקס טויזנט דאלער אבער ס'זאל קאסטן אינטער צוויי ווייל אויב נישט גייען די חתנים עס נישט נעמען...
די מאל זאל מופן, טוישן סטעף, האבן די טייערסטע סחורה, מ'זאל עס מענטענען, און נאר אזוי ביסטו שוין רעדי צו קויפן דארט....
א פריילכען פורים. נישט גרייט ארייצישטעקן א פינגער אין קאלט וואסער אבער די עסקנים פארשטייען נישט וואס מ'דארף טון...
שמחה ונחת...

ערשטנס קאנטינענטל איז גארנישט אזא הערליכע זאל, נישט דאס איז מיין פוינט. די קהילה וויל מאכן תקנות. די ערשטע זאך מאך בטול דיין טייערע קהילה זאל, ספעציעל ווען עס איז נישט דא קיין דעיטס אוועילעבל, און מען מוז מאכן 11 חדשיםדיגע חתונות אויב וויל מען מיטגיין דערמיט.
ווי שווערער עס איז צו מאכן ביליג, אלס ווייניגער וועלן מיטגיין דערמיט.
און צו דער וואס זאגט די חתן דארף נישט באקומען א שיינעם שטריימל, פונקט ווי ער דארף נישט א טייערן קאר- מצוות שמחת חתן וכלה גייט אפשר נישט אן ביים קאר, אבער יא אז דער חתן זאל אויסזעהן לייטיש. אויסער דעם שטריימל, וואס נאך באקומט דער חתן פון זיינע עלטערן ספעציעל פארן חתונה?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מענטשאלע און 15 געסט