"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ציגעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 738
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
- לאקאציע: אין טור גארטען
"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות
הער איך אז עס קימט יעצט פאר א היסטארישע אסיפה פין ״אלע״ גרעסערע קהילות בארה”ב וועגן צמצום הוצאות ביי חתונות, איינער מיט מער דיטעלס? ווי קומט עס פאר? ווער שטייט אונטער דעם?
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
הלוואי !
יעדער השתדלות אין דעם נושא דארף באגריסט ווערן
יעדער השתדלות אין דעם נושא דארף באגריסט ווערן
-
- שר מאה
- תגובות: 153
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
כפי ידיעתי, און דאס איז נישט תורה מסיני, איז אויפגעשטעלט א קאמיטע פון יונגעלייט וואס גייען מאכען א טומל דורך אלע קהילות קדושות אז מ'זאל מאכען די חתונות נאך קאראנא אזויווי זיי זענען פארגעקומען בשעת קאראנא.
צוויי גבירים האבען מנדב געווען מיליאנען פאר דעם קאמפיין.
א גביר וואס מאכט געווענדליך גאר רייסערישע חתונות האט מיר געזאגט אז זיי זענען ארויף צו אים אהיים און געפרעגט צו ער וועט זיך צושטעלן ווען די תקנות קומען ארויס. ער האט געענטפערט אז יא.
ויהי רצון שיצליחו.
צוויי גבירים האבען מנדב געווען מיליאנען פאר דעם קאמפיין.
א גביר וואס מאכט געווענדליך גאר רייסערישע חתונות האט מיר געזאגט אז זיי זענען ארויף צו אים אהיים און געפרעגט צו ער וועט זיך צושטעלן ווען די תקנות קומען ארויס. ער האט געענטפערט אז יא.
ויהי רצון שיצליחו.
- ציגעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 738
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
- לאקאציע: אין טור גארטען
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
דאס מיינט אז פין היינט אין ווייטער זאל מען חתונה מאכן אין דיינונג רומס?
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
דעם מיטל וועג איז נישטא? אדער א גרויסע זאל אדער א דיינונג רום?
א גרעסערע בר מצוה/שבע ברכות זאל
א גרעסערע בר מצוה/שבע ברכות זאל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
אין די איד און דער בלאט איז געווען באריכטעט דערוועגן בלויז א קעפל אן דעטאלן
קוקט אויס ווי סקימט א מעסיוו קאמפיין
קוקט אויס ווי סקימט א מעסיוו קאמפיין
וואטעווער....
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
און פארמער בית רחל
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
-
- שר מאה
- תגובות: 153
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
צו געזונט האט געשריבן:דעם מיטל וועג איז נישטא? אדער א גרויסע זאל אדער א דיינונג רום?
א גרעסערע בר מצוה/שבע ברכות זאל
דאס איז אויך נישט תורה מסיני אבער איך האב געהערט אז מ'גייט האבען דריי פיר קליינע זאלען אין יעדער סביבה ואו דארט וועלן פארקומען די חתונות אויף א קליין פארנעם.
די זאלען וועלן זיין בחנם/קאסט.
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
איך ווייס נישט פונקטלעך וואס דאס דער אויפטו פון חתונה מאכן אזוי ווי בעת קורונא, וויפיל איך ווייס, סיי קראנט מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי אויך געהערט פון אנדערע, האבן די פאר קליינע זאלן וואס האבן געמאכט חתונה׳ס אינטער דיקע פירהענג, געריטן אויף די צעמישטע פארלוירענע מחותנים, און געריסן מער געלט פאר קארגע פערציג קאפל ווי חתונה זאלן פאר הינדרעט פופציג קאפל און פרידנס צייטן.
ווי אויך ווייס איך פון א חתונה זאל און איינע פון די היימישע שטעט וואס רעכענט יעצט גאנצע צעהן טויזענט דאללער דזשאסט פאר די זאל אן עסן, פאר די איינע סיבה אז ער איז די איינציגסטע זאל און זיין געגענט אפן
ווי אויך ווייס איך פון א חתונה זאל און איינע פון די היימישע שטעט וואס רעכענט יעצט גאנצע צעהן טויזענט דאללער דזשאסט פאר די זאל אן עסן, פאר די איינע סיבה אז ער איז די איינציגסטע זאל און זיין געגענט אפן
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
בילד
- אטעטשמענטס
-
- photo_2020-05-25_21-21-08.jpg (154.67 KiB) געזען 9818 מאל
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
למען ידעו האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטלעך וואס דאס דער אויפטו פון חתונה מאכן אזוי ווי בעת קורונא, וויפיל איך ווייס, סיי קראנט מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי אויך געהערט פון אנדערע, האבן די פאר קליינע זאלן וואס האבן געמאכט חתונה׳ס אינטער דיקע פירהענג, געריטן אויף די צעמישטע פארלוירענע מחותנים, און געריסן מער געלט פאר קארגע פערציג קאפל ווי חתונה זאלן פאר הינדרעט פופציג קאפל און פרידנס צייטן.
ווי אויך ווייס איך פון א חתונה זאל און איינע פון די היימישע שטעט וואס רעכענט יעצט גאנצע צעהן טויזענט דאללער דזשאסט פאר די זאל אן עסן, פאר די איינע סיבה אז ער איז די איינציגסטע זאל און זיין געגענט אפן
א בחינה פון תוכו אכל וקליפתו זרק
נעמען די איידיע און מאכן פאר א סטאנדארט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר מאה
- תגובות: 153
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
מי יודע האט געשריבן:למען ידעו האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטלעך וואס דאס דער אויפטו פון חתונה מאכן אזוי ווי בעת קורונא, וויפיל איך ווייס, סיי קראנט מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי אויך געהערט פון אנדערע, האבן די פאר קליינע זאלן וואס האבן געמאכט חתונה׳ס אינטער דיקע פירהענג, געריטן אויף די צעמישטע פארלוירענע מחותנים, און געריסן מער געלט פאר קארגע פערציג קאפל ווי חתונה זאלן פאר הינדרעט פופציג קאפל און פרידנס צייטן.
ווי אויך ווייס איך פון א חתונה זאל און איינע פון די היימישע שטעט וואס רעכענט יעצט גאנצע צעהן טויזענט דאללער דזשאסט פאר די זאל אן עסן, פאר די איינע סיבה אז ער איז די איינציגסטע זאל און זיין געגענט אפן
א בחינה פון תוכו אכל וקליפתו זרק
נעמען די איידיע און מאכן פאר א סטאנדארט
בדיוק
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
אבער די לאך איז בכלל נישט ביי די חתונה נאכט פון די עסן און זאל
נאר מ'מוז שפילער זינגער גראמער בדחן
נאר מ'מוז שפילער זינגער גראמער בדחן
718-480-5349
-
- שר מאה
- תגובות: 153
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
קול זעקה האט געשריבן:אבער די לאך איז בכלל נישט ביי די חתונה נאכט פון די עסן און זאל
נאר מ'מוז שפילער זינגער גראמער בדחן
די תקנות וועלן איינפירען א נארם פון קליינע, באשיידענע חתונות.
דארף נישט נייע קליידער, זינגערס און שפילערס וכדומה.
איך ווייס פון די כללים, לאמיר ערווארטען די פרטים.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
למען ידעו האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטלעך וואס דאס דער אויפטו פון חתונה מאכן אזוי ווי בעת קורונא, וויפיל איך ווייס, סיי קראנט מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי אויך געהערט פון אנדערע, האבן די פאר קליינע זאלן וואס האבן געמאכט חתונה׳ס אינטער דיקע פירהענג, געריטן אויף די צעמישטע פארלוירענע מחותנים, און געריסן מער געלט פאר קארגע פערציג קאפל ווי חתונה זאלן פאר הינדרעט פופציג קאפל און פרידנס צייטן.
ווי אויך ווייס איך פון א חתונה זאל און איינע פון די היימישע שטעט וואס רעכענט יעצט גאנצע צעהן טויזענט דאללער דזשאסט פאר די זאל אן עסן, פאר די איינע סיבה אז ער איז די איינציגסטע זאל און זיין געגענט אפן
מ'גייט מסתמא אויסארבעטן אז ס'זאל נישט קאסטן אזויפיל געלט.
און הלואי גייט מען מער נישט לאזן די קאזינס קומען צו די חתונה. כ'מיין, מ'גייט מער נישט לאזן צווינגען די קאזינס פון אנדערע שטעט צו קומען אויף 6 שעה.
- ויתן לך
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5230
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
- לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
קען איינער ברענגען א ליסט פון אלע קהילות המשתתפים
איך וויל זעהן אויב מיין קהילה איז אויך דא...
איך וויל זעהן אויב מיין קהילה איז אויך דא...
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:קול זעקה האט געשריבן:אבער די לאך איז בכלל נישט ביי די חתונה נאכט פון די עסן און זאל
נאר מ'מוז שפילער זינגער גראמער בדחן
די תקנות וועלן איינפירען א נארם פון קליינע, באשיידענע חתונות.
דארף נישט נייע קליידער, זינגערס און שפילערס וכדומה.
איך ווייס פון די כללים, לאמיר ערווארטען די פרטים.
קליידער איז די גרעסטע חיי שעה אויסברענגעריי, על לא דבר, ווייל איין יענטע האט באשלאסן אז די שבת קלייד איז נישט גענוג שיין, וכבר אמרו חז"ל עשה שבתך חול, טוה אן דיין שבת'דיגע קלייד אינדערוואכן ביי די חתונה, ואל תצטרך לבריות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר מאה
- תגובות: 153
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
אסדר לסעודתא האט געשריבן:למען ידעו האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטלעך וואס דאס דער אויפטו פון חתונה מאכן אזוי ווי בעת קורונא, וויפיל איך ווייס, סיי קראנט מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי אויך געהערט פון אנדערע, האבן די פאר קליינע זאלן וואס האבן געמאכט חתונה׳ס אינטער דיקע פירהענג, געריטן אויף די צעמישטע פארלוירענע מחותנים, און געריסן מער געלט פאר קארגע פערציג קאפל ווי חתונה זאלן פאר הינדרעט פופציג קאפל און פרידנס צייטן.
ווי אויך ווייס איך פון א חתונה זאל און איינע פון די היימישע שטעט וואס רעכענט יעצט גאנצע צעהן טויזענט דאללער דזשאסט פאר די זאל אן עסן, פאר די איינע סיבה אז ער איז די איינציגסטע זאל און זיין געגענט אפן
מ'גייט מסתמא אויסארבעטן אז ס'זאל נישט קאסטן אזויפיל געלט.
און הלואי גייט מען מער נישט לאזן די קאזינס קומען צו די חתונה. כ'מיין, מ'גייט מער נישט לאזן צווינגען די קאזינס פון אנדערע שטעט צו קומען אויף 6 שעה.
דאס איז די הויפט נקודה. נישטא כמעט קיינער וואס איז צופרידען אז מ' דארף זיך שלעפן צו א חתונה. סך הכל דרייט מען ריזיגע הוצאות אז די טינעידזשערס חתן כלה זאלען זיין צופרידען פאר א נאכט.
ווען מ'טראכט אריין פאר א מינוט וואס דא גייט פאר איז עס ממש א הימל געשריי.
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
מי יודע האט געשריבן:מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:קול זעקה האט געשריבן:אבער די לאך איז בכלל נישט ביי די חתונה נאכט פון די עסן און זאל
נאר מ'מוז שפילער זינגער גראמער בדחן
די תקנות וועלן איינפירען א נארם פון קליינע, באשיידענע חתונות.
דארף נישט נייע קליידער, זינגערס און שפילערס וכדומה.
איך ווייס פון די כללים, לאמיר ערווארטען די פרטים.
קליידער איז די גרעסטע חיי שעה אויסברענגעריי, על לא דבר, ווייל איין יענטע האט באשלאסן אז די שבת קלייד איז נישט גענוג שיין, וכבר אמרו חז"ל עשה שבתך חול, טוה אן דיין שבת'דיגע קלייד אינדערוואכן ביי די חתונה, ואל תצטרך לבריות
א חתן האט זיך מיר פארציילט פאריגע וואך אז זיינע פערזענליכע מלבושים( שטריימל,הוט, גלויבער' ס, דריי גוט שיך גלעזער )קאסטן ווייניגער ווי די קליידער פאר די חתונה נאכט פון זיינע שוועסטער'ס און מאמע, ער האט געמיזט קאטן א ביליגע שטריימל און זיי פאר 1 נאכט גיסט מען געלט
וואטעווער....
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
לייטער האט געשריבן:די אסיפה קומט יעצט פאר ?
יא, קומט פאר און זאל פון פרדס משה און וומס"ב
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
אור האט געשריבן:בילד
זעהט אויס ווי ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש ביים מייק, בינעך גערעכט?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:קול זעקה האט געשריבן:אבער די לאך איז בכלל נישט ביי די חתונה נאכט פון די עסן און זאל
נאר מ'מוז שפילער זינגער גראמער בדחן
די תקנות וועלן איינפירען א נארם פון קליינע, באשיידענע חתונות.
דארף נישט נייע קליידער, זינגערס און שפילערס וכדומה.
איך ווייס פון די כללים, לאמיר ערווארטען די פרטים.
לאמיר זיך נישט נארן, די טייערסטע שפילער\זינגער\בדחן, די טייערע וויינען און מעניוס, די טייערע קליידער וכו' וכו', אלעס איז נאר פאר די מענטשן וואס קומען.
אויב קומען ווייניגער וועט מען זיך זוכן ווייניגער צו געפעלן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- ציגעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 738
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
- לאקאציע: אין טור גארטען
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
סאטמאר מהר”א איז אויך דארט?
Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות
קוקט אויס ווי א גאר שטארקע צוזאמענארבעט פון אלע קהילות, לאמיר האפן אז מען זאל טאקע קענען מאכן ערנסטע טוישונגען.
איז דאס בלויז איבער די חתונה נאכט אדער אויך אויף אלעס ארום? האט עס עפעס מיט די כח היחיד קאמפיין?
איז דאס בלויז איבער די חתונה נאכט אדער אויך אויף אלעס ארום? האט עס עפעס מיט די כח היחיד קאמפיין?
האסט הנאה? געב א לייק