"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג נובעמבער 22, 2020 10:56 am

אויב זאל מען קענען איינפירן אז די קרן חתנים טיילט נאר די געלט פאר די וואס וועלן גיין מיט די נייע smart package, אדער עכ"פ די וואס וועלן עס נישט נעמען וועלן באקימען אביסל ווייניגער קען עס ווערן א שטארקע מציעות
איך מיין אז עס דארף זיין גרינגער ווי די חתן שטריימל ווייל עס איז נישט עפעס וואס יעדער און גאס און אלע חברים האלטן מיט
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך חסד השם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:02 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:אויב זאל מען קענען איינפירן אז די קרן חתנים טיילט נאר די געלט פאר די וואס וועלן גיין מיט די נייע smart package, אדער עכ"פ די וואס וועלן עס נישט נעמען וועלן באקימען אביסל ווייניגער קען עס ווערן א שטארקע מציעות
איך מיין אז עס דארף זיין גרינגער ווי די חתן שטריימל ווייל עס איז נישט עפעס וואס יעדער און גאס און אלע חברים האלטן מיט

קרן חתנים ד'סאטמאר האט עס דאך יעצט איינגעפירט אז מבאקומט נאר די סכום הגון פון 6 אלפים אויב משטעלט זיך צו צי די תקנות. מהאלט שוין אויף א וועג און גוטן דירעקשען
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 3:43 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:ניו יארק - די עסקנים אונטער די יחדיו חתונה רעוואלוציע פלאן שלאפן נישט נאר מען רוקט זיך אלס נענטער און נענטער צו למעשה. די וואך איז פארגעקומען א אסיפה דורך די רבנים שליט"א וועלכע זענען טעטיג אין די יחדיו פראיעקט, און די עסקנים האבן פארגעלייגט די פארשריט וואס מען האט געמאכט אין די לעצטערע חדשים. עס האבן אויפגעטרעטן דער בארימטער עסקן און נואם בחסד עליון ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו און נאך אנדערע. עס זענען אנוועזנד געווען די גדולי הרבנים שליט"א וועלכע זענען טיף פארמישט אין די אקטיוויטעטן אינערהאלב זייער קהילה, צווישן אנדערע איז געווען דארט הגה"צ רבי מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א רב פון די סאטמארע קהילה אין וויליאמסבורג ולידו הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים שליט"א סיגוט'ער רב.‎

יחדיו!!! יהיו תמים.
צוגעלייגטע
יחדיו.jpg
יחדיו.jpg (177.86 KiB) געזעהן 869 מאל
יחדיו 2.jpg
יחדיו 2.jpg (183.11 KiB) געזעהן 869 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 4:31 pm

יחדיו אימעל:

פאַראייניגטע וויליאַמסבורג פייערט היסטאָרישע ערעפענונג פון "סמאַרט פעקעדזש" שאו רום אינערהאלב "חתונה דיפאו"

היסטאָרישער עפענונג ערמעגליכט תושבי העיר צו געניסן פון פולע חתונה-פעקעדזש פאר גאר ביליג, אריינגערעכנט 'פורניטשור' לויט די נייע יחדיו-סטאנדארטן
דאס איז שוין דריטע סמארט-פעקעדזש שאו-רום אין די רייע, נאך מאנסי און קרית יואל – קאנסטרוקציע גייט אָן אויף פערטע שאו-רום ביים "באָראָ פאַרק חתונה צענטער" – רבני עיר וויליאַמסבורג באשיינען דעם עפענונג און קביעת מזוזה, און דרוקן דערביי אויס התפעלות און דאַנקבאַרקייט פאַר בארימטע "חתונה דיפאו" וועלכע באווייזט צו ברענגען פאר'ן ציבור העכסטע קוואליטעט פאר גאר ביליגע פרייזן - וענו כל העם 'יחדיו': כה לחי!

נייער פראכטפולער "סמארט פעקעדזש שאו רום" אין וויליאמסבורג סערווירט שוין טעטיג די מאסן פרייליכע 'קלוגע מחותנים' תושבי העיר

וויליאמסבורג – יהדות וויליאמסבורג איז איינגעהילט אין אייפערדיגע ענטוזיאזם ביים נאכפאלגן די מארשירנדע פארשריט אין אלע פראנטן אינערהאלב די אימפלעמענטירונג פון די היסטארישע "יחדיו" רעוואלוציע וואס האט דינסטאג תולדות דערגרייכט א פרישן קלימאקס, ווען די בארימטע און געשעצטע "חתונה דיפאו" און איר גלאררייכע מיסיע פון צושטעלן "דאס בעסטע פאר די ביליגסטע", האט בשעטומ"צ געעפנט די טויערן פון איר נייע פראכטפולע "סמארט פעקעדזש" שאו רום בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וועלכע אנטהאלט א פולע חתונה פעקעדזש אריינגערעכנט לעצטע-סטייל הערליכע פורניטשור, וועלכע איז אין איינקלאנג מיט'ן "יחדיו" סטאנדארט און דינט ווי א פאקטישער הויפט-ערמעגליכונג צו קענען צוקומען צו א פארטיגע "יחדיו סאטנדארט" בשלימות.

די חנוכת הבית פייערונג איז באשיינט געווארן דורך א געמיינזאמע און פרעכטיגע גאלעריע פון מערערע רבנים ועסקנים מטעם אלע גרעסערע ק"ק אין וויליאמסבורג, וועלכע האבן כולם פה אחד אויסטערליש באוואונדערט און ארויס פון התפעלות איבער דעם אומגלויבליכן דורכברוך וואס ווערט געשאפן מיט די נייע "יחדיו" סטאנדארט, איבערהויפט אין געביט פון די "סמארט פעקעדזש" וואס טוט באשיינפערליך אויסווארצלען די איינגעגעסענע אסטראנאמיש-הויכע חתונה סטאנדארטן צו וואס 80 פראצענט פונעם ציבור קען זיך בשום אופן נישט ערלויבן.

ארום 7:15 אווענט האבן אנגעהויבן שטראמען די רבנים ואישי הציבור פון אלע קהלות, צווישן זיי מטעם ק"ק סאטמאר, וויען, פאפא, וויזשניץ, קלויזנבורג, צעהילים, און נאך פילע אנדערע קהלות אין שטאט, וועלכע זענען ענטפאנגען געווארן בכבוד הראוי.

אנקומענדיג זענען די רבנים צוערשט ארום זיך אומקוקן אויף אלע אפטיילונגען פונעם נייעם שאו-רום, שטוינענדיג ווי אזוי מ'האט געקענט צושטעלן אזא רייכן אויסוואל פון דויערהאפטיגע און אויגפארכאפנדע ארטיקלען אין די פולע-חתונה פעקעדזש מיט שטארק-רעדוצירטע פרייזן. והעולה על כולנה איז מען געבליבן געפלעפט ביים זיך באקענען מיט די דויערהאפטיגע און פרעכטיגע "פורניטשער" סעט וואס שפילט די הויפט ראלע אין די היסטארישע חתונה-פעקעדזש רעדוקציע אונטער'ן "סמארט פעקעדזש" פלאן, וואס שפארט פער מחותן 6-7 טויזנט דאלאר!

שפעטער איז אפגעראכטן געווארן די גייסטרייכע "מסיבת לחיים" בראשות הרבנים הגאוה"צ שליט"א מטעם הק"ק, צווישן זיי, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, הגה"צ אבד"ק סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א, הגה"צ אבד"ק סיגוט ב"פ שליט"א, הגה"צ רבי אהרן גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא, הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא, הגה"צ דומ"ץ קלויזנבורג וויליאמסבורג שליט"א, הגה"צ דומ"ץ בעלזא וויליאמסבורג שליט"א, און נאך.

דברים של טעם האט מען צוערשט געהערט פונעם מגיד מפורסם הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וועלכער איז ספעציעל אריינגעטאן אין פעולות נשגבות צו ערוועקן דעם דעת הציבור איבער דעם שרעקליכן פלאג, צער ועגמת נפש אין וואס די פרייליכע געשעעניש אין לעבן וואס רופט זיך "חתונה מאכן" איז דעוועלאפירט געווארן.

בנועם שפתותיו האט ר' מאיר מרדכי ברייט צולייגט דעם גאנצן נושא מיט אלע קליפערלעך, און אויסגעפירט מיט'ן גוטן זייט פון די מטבע, איבער די יסודות'דיגע לעזונג וואס ווערט איצט פונדאמענטירט מיד ולדורות מיט די נייע "יחדיו" סטאנדארט, וברם יזכר לטוב דער איש חי ורב פעלים הרבני הנגיד ר' יואל עפשטיין הי"ו בעל הפירמע "חתונה דיפאו" וועלכער האט אונטערגענומען דעם דבר טוב בעמיו, אריינשפרינגענדיג אינעם מאסיוון פראיעקט צו ברענגען פאר'ן ציבור דעם נייעם "סמארט פעקעדזש" אונטער וואס מ'ווערט סערווירט אויף א גאלדענעם טאץ מיט אזא רייכן אויסוואל, מיט דראסטישע געשניטענע פרייזן.

באזונדער האט ר' מאיר מרדכי הי"ו ארויסגעהויבן לשבח ולתהלה דעם "פורניטשער" דורכברוך וואס מ'האט אמאל נישט געגלייבט אז מ'וועט אזאנס קענען אהערשטעלן פאר'ן ציבור, אבער ווי די וועלט זאגט, רצון ברעכט אייזן, הר"ר יואל עפשטיין הי"ו, מיט זיינע סוחר'ישע פעאיגקייטן געגאסן מיט זיין ווארעם הארץ לטובת הציבור, האט ווירקליך באוויזן די פראדוקציע פון טאפ-קוואליטעט מעבל ערצייגט דורך מאשינעריע, ערשטקלאסיג געאייגענט פאר אידישע הייזער, ובפרט פאר פארפעלקער אין די יארן נאך די חתונה.

אין אן איבערראשנדע מאמענט האט ר' מאיר מרדכי הי"ו געברענגט דעם פאזיטיוון באריכט איבער די הצלחה למעלה מן המשוער פונעם "סמארט פעקעדזש" ביז אהער, אינעם "חתונה דיפאו" צענטער אין אפסטעיט וואס פונקציאנירט נאכנישט א גאנצע יאר, און האט שוין בענעפעטירט איבער 300 מחותנים! ד.ה. 150 גליקליכע פארפעלקער נוצן דעם פעקעדזש פון וואס מ'איז אזוי צופרידן, און אז מ'מאכט א סך הכל, אז דער סמארט-פעקעדזש שפארט פער מחותן ארום 6-7 טויזנט דאלאר, האט מען באוויזן דאס אומגלויבליכע אין אזא קורצע צייט-אפשניט צו שפארן אן אסטראנאמישע איבער 2 מיליאן דאלאר!

הגה"צ אבד"ק סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א האט דאן גענומען דאס ווארט, ארויסברענגענדיג די שבח והודאה לה' אז די שטאט וויליאמסבורג האט זוכה געווען צו באקומען דעם נייעם צענטער וואס וועט בעז"ה עלימינירן די הויכע חתונה הוצאות אויף אזא מורא'דיגן פארנעם, און אידישע קינדער וועלן אנהייבן חתונה מאכן מיט די ריכטיגע מנוחת הדעת, אזוי ווי ס'דארף באמת צו זיין. דער רב שליט"א האט פאסיג צוגעשטעלט דערצו דעם פסוק "מי חכם וישמר אלה" ווער ס'איז א 'חכם', ער נעמט דעם 'סמארט' פעקעדזש, עררייכט די מעגליכקייט "ויתבוננו חסדי ה'", ווען ער מאכט חתונה האט ער דעם ריכטיגן התבוננות אין די חסדי ה', אנשטאט זיין פארנומען מיט דאגות און עגמת נפש פון די גרויסע חובות.

נאכ'ן מסיבת לחיים זענען די רבנים שליט"א מכובד געווארן צו קלאפן א מזוזה על פתחי הצענטער, און מיט דעם איז געשלאסן געווארן די מאורע נשגבה וואס איז אייגענטליך געווען אן אנהויב פון א נייע גלענצענדע עפאכע פאר יהדות וויליאמסבורג וואו דער באגריף פון חתונה-מאכן הייבט אן ווערן א פרייליכע און גליקליכע צייט אין לעבן. אויף שמחות געזונטערהייט.

די ראשי עסקני הקהלות זענען אין די יעצטיגע טעג ווייטער אקטיוו מיט איבערמידליכע פעולות צו גיין מחיל אל חיל, אין די אקטיווע פאזעס צו אימפלעמענטירן די נייע "יחדיו" סטאנדארטן.

'יחדיו' וועט בעז"ה ווייטער האלטן אינפארמירט דעם ציבור, און זעטיגן די שפאנענדע ערווארטונג פונעם גאנצן יהדות ניו יארק.

​ "יחדיו" מעלדט פאזיטיוו: מאַסיווע פאָרשריט אין אלע הינזיכטן טראָץ שווערער מצב העולם; פון וואָרט שטיבלעך ביז כלה צענטערן, אַלעס שפאנט צום פריידיגן ערעפענונג בס"ד וועט געמאלדן ווערן אין קומענדיגע וואכן

'יחדיו' שוין א פאַקט?: צענדליגער מחותנים נוצן שוין אלע יחדיו-סערוויסעס וואס זענען שוין יעצט אַוועילעבל
71 כלה קליידער ארויסגעגעבן דעם חודש חשון פון צייטווייליגער צענטער אין בארא פארק, נאָך בעפאָר סיי וועלכע פרסום!
נייע חתונה זמנים ווערן באגריסט דורך צענדליגער פרייליכע משפחות
באַרימטע "סמאַרט פעקעדזש" ווערט צוכאַפט דורך יעדער קלוגער מחותן
עסקני קהילות הקודש פון איבער ניו יארק טעטיג צו ערגענצן אלע סערוויסעס אין די נאנטע וואכן!

מעכטיגער "יחדיו כלל ישראל פלאַטפאָרמע" טעלעפאָן ליניע ווערט אויפגעבויט; וועט ווערן דער צענטראַלער ליניע פון אידישע שמחות און נערוו-צענטער וואָס פירט צו אלע "יחדיו סערוויסעס", ווי: וואָרט שטיבלעך, שטריימלעך, קליידער, יחדיו-חתונה זאלן, אא"וו – פאָלגנט נאָך מיט שפאַנונג
צוגעלייגטע
unnamed3.jpg
unnamed3.jpg (192.56 KiB) געזעהן 725 מאל
unnamed1.jpg
unnamed1.jpg (157.47 KiB) געזעהן 739 מאל
unnamed2.jpg
unnamed2.jpg (168.05 KiB) געזעהן 739 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 4:42 pm

איך זע גוט? ס'איז דא א אויסוואל ביי די סמארט דיינונג רום בענקלעך. אין די קרית יואל אין שוי רום איז נאר דא די איינע מיט די לעכעריגע אנלאנער.

אזוי אויך קוקט מיר דא די טשיינע קלאזעט אויס מער א שענערע קאליר, קען זיין וועגן די לייט שיינט דערויף.

no way
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך no way » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 8:58 am

איך האב חתונה געהאט בליגער ווי יחדוו אין נאטאינג העפאינד!

$40,000 חתן צד פון מיין ערשטע טעקסי אהיים פון ישיבה פאר "אנאיפישל" אריינגערעכנט דור ישירם ביז נאך די לעצטע שבע ברכות
.......

אין כלעב גאר גליקלעך ב"ה, אין,

די גרעסטע דזאק איז איך האב אפולי נישט מיין אייגנע בעטן אין כהאב נישט קיין מצבה אין בעק פון מיר אין גארנישט!

כפארפאס עפעס?!

מהמיר גענומען סמארט פעקאידזש, אין לכבוד קאראנא בלא בלא בלא

באט ב"ה כבין גאר צפרודען

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 2:08 pm

no way האט געשריבן:איך האב חתונה געהאט בליגער ווי יחדוו אין נאטאינג העפאינד!

$40,000 חתן צד פון מיין ערשטע טעקסי אהיים פון ישיבה פאר "אנאיפישל" אריינגערעכנט דור ישירם ביז נאך די לעצטע שבע ברכות
.......

אין כלעב גאר גליקלעך ב"ה, אין,

די גרעסטע דזאק איז איך האב אפולי נישט מיין אייגנע בעטן אין כהאב נישט קיין מצבה אין בעק פון מיר אין גארנישט!

כפארפאס עפעס?!

מהמיר גענומען סמארט פעקאידזש, אין לכבוד קאראנא בלא בלא בלא

באט ב"ה כבין גאר צפרודען

וואס הייסט ״נאטאינג העפאינד״? אודאי איז געשען! מען האט זיך אויסגעלערענט אז מען קיין חתונה האבן פאר 40 אלפים! מען האט געקענט צו גיין צום חתנוה נאכט מיט וויינגער חובות (אדער גאר מיט געלט געבליבן אין באנק)! אשריך ואשרי חלקך, סיי פאר׳ן פארשפארען געלט און עגמ״נ בעידן חדותא, און סיי פאר מפרסם זיין אז מען קען און מען דארף חתונה מאכן פאר 40 אלפים.

no way
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך no way » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 2:12 pm

בבקשה האט געשריבן:

כהאב געמיינט צו זאגן אז פאר מיין שלום בית אד,ג

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 2:13 pm

no way האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
no way האט געשריבן:איך האב חתונה געהאט בליגער ווי יחדוו אין נאטאינג העפאינד!

$40,000 חתן צד פון מיין ערשטע טעקסי אהיים פון ישיבה פאר "אנאיפישל" אריינגערעכנט דור ישירם ביז נאך די לעצטע שבע ברכות
.......

אין כלעב גאר גליקלעך ב"ה, אין,

די גרעסטע דזאק איז איך האב אפולי נישט מיין אייגנע בעטן אין כהאב נישט קיין מצבה אין בעק פון מיר אין גארנישט!

כפארפאס עפעס?!

מהמיר גענומען סמארט פעקאידזש, אין לכבוד קאראנא בלא בלא בלא

באט ב"ה כבין גאר צפרודען

וואס הייסט ״נאטאינג העפאינד״? אודאי איז געשען! מען האט זיך אויסגעלערענט אז מען קיין חתונה האבן פאר 40 אלפים! מען האט געקענט צו גיין צום חתנוה נאכט מיט וויינגער חובות (אדער גאר מיט געלט געבליבן אין באנק)! אשריך ואשרי חלקך, סיי פאר׳ן פארשפארען געלט און עגמ״נ בעידן חדותא, און סיי פאר מפרסם זיין אז מען קען און מען דארף חתונה מאכן פאר 40 אלפים.

כהאב געמיינט צו זאגן אז פאר מיין שלום בית אד,ג

איך האב פארשטאנען וואס די האסט געמיינט, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די חשיבות פון וואס די האסט געטוהן.

no way
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך no way » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 2:22 pm

ישר כח
כהאב געהט מאסיווע מיוזיק! יאנקי ב. אין פראדקשען, שירה, אין שמולי אונגאר! dj

80 קאפעלס
9 איז געווען עוד ישמע (15 מוניט שפעטער ווי געפלאנט)
11 בערעך מ"ט
גענדינגט ארום 2

אין סאיז געווען תמוז לאחר הקראנא!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3069
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 3:09 pm

no way האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
no way האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
no way האט געשריבן:איך האב חתונה געהאט בליגער ווי יחדוו אין נאטאינג העפאינד!

$40,000 חתן צד פון מיין ערשטע טעקסי אהיים פון ישיבה פאר "אנאיפישל" אריינגערעכנט דור ישירם ביז נאך די לעצטע שבע ברכות
.......

אין כלעב גאר גליקלעך ב"ה, אין,

די גרעסטע דזאק איז איך האב אפולי נישט מיין אייגנע בעטן אין כהאב נישט קיין מצבה אין בעק פון מיר אין גארנישט!

כפארפאס עפעס?!

מהמיר גענומען סמארט פעקאידזש, אין לכבוד קאראנא בלא בלא בלא

באט ב"ה כבין גאר צפרודען

וואס הייסט ״נאטאינג העפאינד״? אודאי איז געשען! מען האט זיך אויסגעלערענט אז מען קיין חתונה האבן פאר 40 אלפים! מען האט געקענט צו גיין צום חתנוה נאכט מיט וויינגער חובות (אדער גאר מיט געלט געבליבן אין באנק)! אשריך ואשרי חלקך, סיי פאר׳ן פארשפארען געלט און עגמ״נ בעידן חדותא, און סיי פאר מפרסם זיין אז מען קען און מען דארף חתונה מאכן פאר 40 אלפים.

כהאב געמיינט צו זאגן אז פאר מיין שלום בית אד,ג

איך האב פארשטאנען וואס די האסט געמיינט, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די חשיבות פון וואס די האסט געטוהן.

ישר כח
כהאב געהט מאסיווע מיוזיק! יאנקי ב. אין פראדקשען, שירה, אין שמולי אונגאר! dj

80 קאפעלס
9 איז געווען עוד ישמע (15 מוניט שפעטער ווי געפלאנט)
11 בערעך מ"ט
גענדינגט ארום 2

אין סאיז געווען תמוז לאחר הקראנא!

איך פארשטיי גוט? 3 שעה מצוה טאנץ?! אדער האסט געוואלט שרייבן 12
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 3:11 pm

40 אלפים איז נישט צי אסאך פאר א קאראנא + סמארט פעקעדזש ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7060
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 3:12 pm

maybeeynot האט געשריבן:40 אלפים איז נישט צי אסאך פאר א קאראנא + סמארט פעקעדזש ?

ס'איז יא, מ'דארף טשעקן וואו ער וואוינט, פאר קרית יואל איז עס אסאך אפילו אן קאראנא אויב איז עס סמארט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

no way
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך no way » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 6:24 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
no way האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
no way האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
וואס הייסט ״נאטאינג העפאינד״? אודאי איז געשען! מען האט זיך אויסגעלערענט אז מען קיין חתונה האבן פאר 40 אלפים! מען האט געקענט צו גיין צום חתנוה נאכט מיט וויינגער חובות (אדער גאר מיט געלט געבליבן אין באנק)! אשריך ואשרי חלקך, סיי פאר׳ן פארשפארען געלט און עגמ״נ בעידן חדותא, און סיי פאר מפרסם זיין אז מען קען און מען דארף חתונה מאכן פאר 40 אלפים.

כהאב געמיינט צו זאגן אז פאר מיין שלום בית אד,ג

איך האב פארשטאנען וואס די האסט געמיינט, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די חשיבות פון וואס די האסט געטוהן.

ישר כח
כהאב געהט מאסיווע מיוזיק! יאנקי ב. אין פראדקשען, שירה, אין שמולי אונגאר! dj

80 קאפעלס
9 איז געווען עוד ישמע (15 מוניט שפעטער ווי געפלאנט)
11 בערעך מ"ט
גענדינגט ארום 2

אין סאיז געווען תמוז לאחר הקראנא!

איך פארשטיי גוט? 3 שעה מצוה טאנץ?! אדער האסט געוואלט שרייבן 12

בדחן גאר לאנג געצויגען
ביז מהאט למשה אנגעהויבען גראמען האט גענומען ביז ארום 11:30

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: bsyd, PetalBot, א_נייע_גרינער, דברים אלו, חלה לכבוד שבת, יאנקי, להתחבר, משגיח, פינחס, שפיצער און 46 געסט